עס איז יעצט די געשפרעך פונעם טאג די גאר דראמאטישע העכסט אינטערעסאנטע פארשטעלונג "דער בערגער און דער ארעמאן", וואס איז אהערגעשטעלט געווארן די פאראיאר דורך די "בית פיגא ברסלב" תלמידות, און איז מיטגעהאלטן געווארן דורך הונדערטער פרויען וואס זענען געקומען צו פארן פון נאנט און ווייט מיטצוהאלטן די פלעי. דער שפיל נעמט בערך 3 שעה, און איז פול מיט ערליכע געשמאק אינהאלט.
אלע פרויען וואס האבן געזען דעם שפיל זענען געווען גאר שטארק באגייסטערט ווי שיין עס איז געווארן אויפגעשפילט, און ווי פאכמאניש די מיידלעך האבן עס אהערגעשטעלט מיט לעבעדיגע פארבן.
ווען מ'האט געדרוקט צום ערשטן מאל דעם הייליגן רבינ'ס ספר "ספורי מעשיות", האט דער הייליגער רבי געזאגט אז מ'זאל עס דרוקן אויך אין אידיש, אז פרויען און קינדער זאלן עס אויך קענען ליינען און פארשטיין, ווייל די הייליגע מעשיות האבן אין זיך געוואלדיגע כוחות אויפצואוועקן א מענטש פון שלאף, ער זאל נישט פארשלאפן זיינע טעג און יארן מיט נארישקייטן, נאר געדענקען דעם תכלית אז מיר זענען דא אויף דער וועלט נאר צו ווערן נאנט צום אייבערשטן און צו לעבן מיט'ן אייבערשטן.
דאס איז סתם אזוי ווען מ'ליינט די הייליגע מעשיות, און זיכער ווען מ'שפילט אויף די מעשה לעבעדיג, גייט דאס אריין אין די ביינער און עס וועקט אויף דעם איד צום אייבערשטן. אויסער די פילע מוסר השכל וואס מ'קען פשוט ארויסנעמען פון די מעשיות, ליגט אין דעם נאך געוואלדיגע גרויסע סודות התורה.
און דאס האט מען טאקע געזען יעצט ביי די פלעיס, ווי די פרויען האבן גאר שטארק הנאה געהאט און באקומען אסאך חיזוק און התעוררות פון דעם שיינעם אינהאלטספולן פלעי, זאכן וואס מ'קען מיטנעמען אין לעבן, די חיזוק און עצות פון הייליגן רבי'ן העלפן און באגלייטן יעדן איד אויף טריט און שריט.
מען האט אגעשפילט די הייליגע מעשה י' פון סיפורי מעשיות "בערגער ועני" וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט: (דא ברענגען מיר די מעשה "זייער זייער" בקיצור)
עס איז געווען אן ארימאן, וואס האט גארנישט פארמאגט. העכער אים האט געוואוינט א סוחר (דער "בערגער") א גרויסער עושר.
איינמאל זענען עטליכע פרויען געגאנגען שפאצירן, צווישן זיי די פרוי פונעם ארימאן, און א גרויסע גענעראל איז דורכגעפארן, און געהייסן מ'זאל אים געבן איינע פון די פרויען, און אזוי איז די ארימע פרוי פארכאפט געווארן ביים גענעראל.
דער ארימאן האט עס נישט אויסגעהאלטן. יעצט האט ער שוין ממש גארנישט אויף דער וועלט.
דער סוחר האט דאס געהערט, האט ער זיך מוסר נפש געווען, און איינגעשטעלט זיין לעבן, און געראטעוועט די פרוי. זיי האבן זיך געדארפט באהאלטן אין "זיבן וואסערן".
זי, שפירנדיג א הכרת הטוב צו אים, האט געשוואוירן אז אויב זי וועט אמאל פארמאגן עפעס, וועט זי עס אים געבן.
אין זכות פון זייער ערליכקייט, האט דער אייבישטער זיי ביידע באשאנקען מיט א קינד, דער סוחר מיט א אינגל, און דער ארימאן מיט א מיידל. דאס מיידל איז געווען א מורא'דיגע געלונגענע און שיינע, האט דער סוחר פארגעשלאגן זיך משדך זיין מיט זיי, און זי האט מסכים געווען.
ביזדערווייל איז באקאנט געווארן איר שיינקייט און געלונגענקייט אויף דער וועלט, האבן אלע חשובע לייט זיך געוואלט משדך זיין מיט זיי, אבער עס האט נישט געפאסט זיך משדך זיין מיט א פראסטע ארימאן, האט מען זיי אנגעהויבן צוביסלעך גרויס מאכן, ביז... ביז... דער ארימאן איז געווארן דער קייזער.
יעצט האט דער "קייזער" נישט געפאסט זיך משדך זיין מיטן סוחר, און האט גערודפט דעם "חתן" דער סוחר'ס זון, ביז מען האט אים געמשפט צום טויט.
די קעניגן האט פארציילט איר טאכטער די מעשה, און אז דער בחור איז איר חתן. דאס מיידל האט געשיקט א "כתב" מיט סימנים פון די "זיבן וואסערן" צו אים, און אים מחזק געווען אז זי איז מיט אים.
די קעניגן האט שטילערהייט געראטעוועט דעם בחור, וואס איז אנטלאפן. אנטלויפענדיג האט ער זיך פארבלאנדשעט אין מדבר.
דאס מיידל די "כלה" האט אפגעזאגט אלע שידוכים, בעטנדיג פאר אירע סימנים.
דער בחור דער "חתן" האט באהאלטן דאס "כתב" אין א בוים, און האט עס פארלוירן צו זיין גרויס ווייטאג. ער אוועק פון דארט, און געהערט אז זיין כלה פארלאנגט סימנים, האט איבערגעגעבן די סימנים פאר עטליכע, אבער זי האט חושד געווען אז דאס איז נישט איר חתן, און פארלאנגט צו זען דאס "כתב". מ'האט ווידער פארשיקט דעם חתן, און איז צוריק אין מדבר.
א ים רויבער האט באשלאסן צו פארכאפן די כלה, איר צו פארקויפן, מיט א גאנצע טריק האט ער איר געקידנעפט, און איר געסטראשעט צו שווייגן "איין ווארט, און איך שטיק דיר!", ער האט איר פארשטעלט מיט מענערישע קליידער.
אויפן וועג האט א שטורעם זיי פארשלעפט צום זעלבן מדבר ווי דער חתן איז געווען, זי איז דארט אנטלאפן פונעם רוצח, און האט דארט אנגעטראפן איר חתן, אבער האבן זיך נישט דערקענט.
די קעניגן איז געווארן זייער טרויעריג צו פארלירן איר איינציג טאכטער... דער שלום בית ביים קעניג איז צופאלן, ביז מען האט זיך גע'געט ר"ל.
דער קעניג אלץ סינגל איז דורכגעפאלן אין אלע מלחמות וואס ער האט געפירט, האט די מדינה פארשיקט דעם קעניג און גענומען די קעניגן. דער קעניג איז אנטלאפן, און איז אויך אנגעקומען צום מדבר, און מען האט זיך נישט דערקענט.
נאך עטליכע יאר אין מדבר, האט דער חתן פארציילט דעם "קעניג" זיין מעשה, אזוי האבן זיי אנטפלעקט ווער זיי זענען. דער חתן האט ווידער געזוכט דאס פארלוירענע כתב, און זיי האבן אים געפרעגט וואס ער זוכט האט ער זיי פארציילט, און זיי האבן אים געהאלפן עס זוכן, און די כלה האט עס געטראפן.
צום ערשט האט מען זיך געפרייט, אבער דערנאך ווען ער האט געטראכט אז מן הסתם האט זי שוין חתונה געהאט. האט ער איר געזאגט אז אז זי (מיינענדיג אז זי איז א מאן) קען נעמען דאס כתב פאר זיך און דערמיט גיין חתונה האבן מיט זיין כלה. זי האט געוואלט חתונה האבן כדת, האט זי געזאגט אז זי וועט עס נעמען, אבער האט אים געבעטן מיטצוקומען.
אזוי זענען זיי אלע אהיים געקומען, ווי זי האט אנטפעלקט פאר זיי אז זי איז די כלה. און דאן איז די חתונה פארקומען מיט א גרויסע שמחה.

 
🛒 צו קויפן ביי ברסלב סענטער
🛒 צו קויפן ביי ניגון מיוזיק
🛒 צו קויפן ביי מאוסטלי מיוזיק
📰 מען פארקויפט טיקעטס צום שפיל
📜 דער ראש ישיבה שרייבט איבער ארויסגעבן דעם שפיל
🎦 מענער שושן פורים פלעי תשע"ט
 
לְמַעַן תְּסַפֵּר בְּאָזְנַי בִּנְךָ!