פרישע אפדעיטס איבער די גרעניץ רעגולאציעס - באשטעלן קאוויד טעסטס אין אוקריינע
קרעדיט: מו"ה אלי קנאל הי"ו - פּלען איט רייט 845-678-3555
 
נאן-סטאפ פלייט מוצש"ק
נאך אסאך מיה און פלאג איז פאר די שטאב פון "פלען איט רייט" געלונגען צו פועלן ביי די אוקריינע לופטפעלד באאמטע אין קיעוו אז זיי זאלן ערלויבן דעם טשארטער פון ניו יארק-קיעוו און צוריק צו זיין א דירעקט נאן-סטאפ פלייט.
דאס איז גאר גוטע נייעס פאר אלע וואס האבן געקויפט טיקעט ביים טשארטער, וואס וועט אין רעזולטאט פון דעם טויש זיין אסאך געשמאקער, שנעלער, און גרינגער, און מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט מען זיך דורכדעם שפארן אסאך צייט.
מען וועט בעז"ה אנקומען קיין קיעוו זונטאג אום 4:00 נאכמיטאג (אנשאט זיך אפשטעלן אין פוילן, און אנקומען אום 7:00 ביינאכט), די זעלבע בעז"ה אויפן וועג צוריק, ווען מען וועט זיך נישט דארפן אפשטעלן אינמיטן וועג, און וועט דערפאר אנקומען בעז"ה קיין נוארק עירפארט דאנערשטאג צום גדליה אום 9:00 אינדערפרי (נישט קיין טעות: צום גדליה אינדערפרי ווען מען שוין בעז"ה זיין אין עירפארט) אנשטאט וואס מען וואלט געדארפט אנקומען 11:45 מיטאג נאך א סטאפ אין פוילן.
די טיקעטס וואס זענען נאך איבערגעבליבן ווערן יעצט פארקויפט פאר בלויז $1899. עס דארף אנגעמערקט ווערן, אז דער פלייט איז וועט זיין צוגעשטעלט פאר אידן אנשי שלומינו צום בעסט אופן מעגליך. עס וועלן זיך געפינען נאר מענער סטוארדס, די גויאשיע ווידיאס וועלן נישט ארבעטן, און מען וועט סערווירן פיינע כשרע מאלצייטן פאר אלע פאסאנדשירן.
 
די רעגולאציעס
דא איז דאס פלאץ צו פאררעכטן איינע פון די פונקטן פון די רעגולאציעס אריינצוקומען קיין אוקריינע.
די וואס קומען אריין אן א וואקסינאציע באווייז וועלן דארפן האבן א טעלעפאן מיטן вдома עפּפּ (געליינט: "וודאָמאַ", באדייט: "אינדערהיים"), און וועלן האבן 24 (נישט ווי באריכטעט 72 שעה) שעה צייט אנצוקומען צו זייער דעסטינאציע, דאן וועלן זיי האבן ביז 72 פון זייער אנקומען ארויפצולאודן זייער נעגעטיוו קאוויד טעסט, אז נישט וועט מען זיך דארפן קוואראנטינען פאר 10 טעג.
דאס זענען די יעצטיגע רעגולציעס אריינצוקומען קיין אוקריינע:
🛡️ אינשורענס: יעדער אן קיין אויסנאם, דארף אויפווייזן אז מען האט אוקראינישע העלט אינשורענס. 
💉וואקיסן: אויב מען ברענגט באווייז אז מען איז פולקאם וואקסינירט (ביידע דאזעס), קען מען זיך געהעריג ארומדרייען אין לאנד.
📲עפפ אויפן טעלעפאן: די וואס זענען נישט וואקסינירט, דארפן ווייזן א נעגאטיוו קאוויד טעסט, און אויך דארפן האבן דעם וודאמא "עפּפּ", מיט די באאמטע וועלן זיי קענען נאכפאלגן וואו זיי זענען. מען האט 24 שעה צו קענען פארן צום פלאץ וואו ער שטייט איין, און דאן דארף ער זיך קוואראנטינען פאר 10 טאג (אין די 10 טעג וועט מען אויך נישט קענען צוריק פארן). אויב נעמט מען א קאוויד טעסט אין אוקריינע ביז 72 שעה פונעם אנקומען און עס קומט צוריק נעגאטיוו, קען מען אויסמעקן דעם עפפ און ארויסגיין פון קוואראנטין.
🧪נעגאטיוו קאוויד טעסט: קינדער פון 12 ביז 18 יאר איז גענוג א נעגאטיוו קאוויד טעסט, זיי דארפן זיך נישט קוואראנטינען.
🧒🏼קינדער אונטער צוועלף יאר: דארפן נישט האבן קיין טעסט ביים אריינקומען.
🛫ביים ארויספארן נאך ראש השנה: דארף יעדער אן אויסנאם ווייזן א נעגאטיוו קאוויד טעסט גענומען אין די דריי טעג פאר'ן ארויספארן.
 
באשטעלן א קאוויד טעסט
פלען איט רייט האט ב"ה באוויזן צו מסדר זיין קאוויד טעסטס אין אוקריינע סיי ביים אריינקומען, און סיי בעפארן ארויספארן. די וואס זענען נישט וואקסינירט וועלן דארפן ביידע טעסטס, און וואקסינירטע וועלן דארפן נאר בעפארן אהיים פארן. כדי צו בענעפיטירן פון דעם סערוויס וועט מען זיך דארפן איינשרייבן, און באצאלן פון פאראויס.
צו באשטעלן ערלייין טיקעטס אדער דעם קאוויד טעסט פון פלען איט רייט, קליקט דא
איש בל יעדר



📰 פילע פרישע ספרים ביים ברסלב סענטער געשעפט
📚 ניי: לוח ברסלב תשפ"ב אין אידיש
📰 נייע מוזיק ווידיא: טאטע זיסער, מאך מיר אויף די טיר
🎹 דער נייער מוזיק ווידיא "מאך מיר אויף די טיר"!
📰 בחורים לערנען גאנץ מסכת תענית יעדן טאג ביז ראש השנה
📚 לוח ברסב לשון הקודש תשפ"ב
💿 קום צוריק
📚 ראש השנה ביי צדיקים
📰 ברסלב פריים