פרייליכע אלף בית סיום דורך די תינוקות של בית רבן אין ברסלבע חדר
יג תמוז תשפ"א 📝
קרעדיט: הרב יואל טייטלבוים שליט"א
מיט אן אומבאשרייבליכע שמחה זענען די תינוקות של בית רבן געקומען אין חדר פאריגע וואך דאנערשטאג. די קינדער פון פּרי כתה אלף, האבן מיט פרייד געענדיגט דורכן יאר די הייליגע אותיות התורה, ביים מלמד מומחה וירא שמים הר"ר לוי יצחק ווערטהיימער שליט"א, וואס געבט זיך אפ מיט די לעכטיגע נשמה'לעך מיט די גרעסטע מאס געדולד און איבערגעגעבנקייט.
לכבוד דעם וואס מען האט יעצט מסיים געווען די הייליגע אלף בית, זענען די קינדער געקומען אין חדר אנגעטון מיט בגדי שבת, ווי מען האט געדעקט דעם טיש, און געגעסן פיינע נאש, און געזונגען שיינע ניגונים, ווי מען האט ארייגעפרעדיגט אין די קינדער די גרויסע שמחה אז "שלא עשני גוי", ווי שטארק מען דארף זיך פרייען בלויז מיט דעם אז מען איז א איד, און מען האט א קאפל, פיאות און ציצית.
דער חדר פירט זיך א גאנץ יאר אויפן וועג ווי דער ראש ישיבה לערנט אויס, אז קינדער וואס באקומען די מצוות און אידישקייט מיט שמחה, וועלן מיטן אייבערשטנ'ס הילף בלייבן ערליך, און קיינמאל נישט וועלן אוועקגיין פון אידישקייט.
די קינדער פונעם חדר לעבן מיטן אייבערשטן אויף א וועג וואס מען זעט נישט אין די גאנצע וועלט. די קינדער ווייסן און געדענקען אז דער באשעפער איז מיט זיי אייביג און איבעראל, און דאס דערקענט זיך אויף זייער התנהגות סיי בין אדם למקום - די גרויסע שמחה וואס מען זעט אויף סיי ביי יעדע דבר שבקדושה; און סיי בין אדם לחברו - דאס געוואלדיגע דרך ארץ מיט וואס די קינדער פירן זיך אויף איינע צום צווייטן, ווען זיי געדענקען אז "איינער" קוקט, דער אייבישטער איז דא מיט זיי, און און שטאלץ מיט זייער אויפפירונג.
יונקי שדים אמרו זה קלי ואנוהו
📰 דער ראש ישיבה באזוכט אין חדר
📜 די חינוך וואס מען לייגט אריין
💬 שאלות און תשובות פאר מלמדים
📚 קונטרסים אויף חינוך
📚 דער נייער קונטרס פון ראש ישיבה "אידישקייט אין שיין"