קאוויד טעסטינג צענטער געפלאנט בעז"ה ביים בנין היכל הקודש אין אומאן
ג אלול תשפ"א 📝
קרעדיט: מו"ה אלי קנאל הי"ו - פּלען איט רייט 845-678-3555
ווי געמאלדן פאריגע וואך זענען אריין אין קראפט נייע רעגולאציעס ביי די אוקריינע גרעניצן, וואס לויט דעם וועלן פילע דארפן האבן א קאוויד טעסט אנקומענדיג קיין אומאן, און יעדער אן אויסנאם וועט דארפן א קאוויד טעסט ביים צוריקפארן נאך ראש השנה.
דערפאר לייגט יעצט "פלען איט רייט" אריין גרויסע כוחות צוצושטעלן א טעסטינג צענטער אינעם בנין היכל הקודש, צו פארגרינגערן פאר אנשי שלומינו נישט צו דארפן ארומלויפן זוכן וואו צו מאכן די טעסטס אין אומאן.
מ'וועט זיך דארפן רעגיסטרירן און באצאלן פון פאראויס, ווייל אנדערש וועט נישט זיין גענוג צייט אין אומאן זיך צו קענען אפגעבן מיט יעדן איינעם. פאלגט נאך קומענדיגע וואך פאר מער פרטים אי"ה איבער וואו און ווי זיך צו רעגיסטרירן.
פאלגענדע זענען די רעגולאציעס היינט צו טאגס ביים אריינקומען קיין אוקראינע:
🛡️ אינשורענס: יעדער אן קיין אויסנאם, קינדער, ערוואקסענע, וואקסינירט אדער נישט, דארף האבן געקויפט אוקראינישע העלט אינשורענס, און מ'דארף האבן די באווייזן דערויף.
💉וואקסין: אויב מען איז וואקסינירט, דארף מען ברענגען באווייז אז מען איז פולקאם וואקסינירט (ביידע דאזעס), און דאן קען מען זיך געהעריג ארומדרייען אין לאנד.
📲עפפ אויפן טעלעפאן: די וואס זענען נישט וואקסינירט, וועלן מוזן ווייזן א נעגאטיוו קאוויד טעסט ביים אנקומען, און אויך וועלן זיי מוזן האבן אן "עפּפּ" אויף א טעלעפאן, מיט וואס די ארטיגע באאמטע וועלן קענען נאכפאלגן וואו מען גייט און דרייט זיך. פאר די ערשטע 72 שעה איז ער פריי צו קענען פארן צום פלאץ וואו ער שטייט איין, און דאן דארף ער זיך קוואראנטינען פאר 10 טאג (אין די 10 טעג וועט מען אויך נישט קענען צוריק פארן). אויב נעמט מען א קאוויד טעסט אין אוקריינע און עס קומט צוריק נעגאטיוו, קען מען אויסמעקן דעם עפפ און ארויסגיין פון קוואראנטין. ("פלען איט רייט" ארבעט יעצט אויף א פשוטער פליפּ פאון וואס מ'וועט קענען דינגען, וואס זאל קענען האבן דעם "עפּפּ", אזוי וועט מען זיך נישט דארפן באנוצן ח"ו מיט א נישט כשר'ע טעלעפאן - פאלגט נאך ווייטערדיגע באריכטן אי"ה)
🧪נעגאטיוו קאוויד טעסט: קינדער פון 12 ביז 18 יאר איז גענוג א נעגאטיוו קאוויד טעסט ביים אריינקומען, זיי דארפן זיך נישט קוואראנטינען.
🧒🏼קינדער אונטער צוועלף יאר: דארפן נישט האבן קיין טעסט ביים אריינקומען.
🛫ביים ארויספארן נאך ראש השנה: דארף יעדער אן אויסנאם, קינדער און ערוואקסענע, וואקסינירט אדער נישט, ווייזן א נעגאטיוו קאוויד טעסט גענומען אין די דריי טעג פאר'ן ארויספארן.
מיר זענען ווייטער מתפלל אז די גרעניצן זאלן זיין ברייט אפן פאר אלע אידישע קינדער, עס זאל נישט זיין קיין שום אפהאלט פאר די צענדליגע טויזנטער אידן וואס גרייטן זיך שוין צו פארן קיין אומאן מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף, און פועל'ן א גוט געבענטשט יאר.
הראש השנה שלי עולה על הכל
📰 פילע פרישע ספרים ביים ברסלב סענטער געשעפט
📰 מעמד הכתרה פונעם דיין - זונטאג תצא הבעל"ט
📰 נייע מוזיק ווידיא: טאטע זיסער, מאך מיר אויף די טיר
🎹 דער נייער מוזיק ווידיא "מאך מיר אויף די טיר"!
📰 בחורים לערנען גאנץ מסכת תענית יעדן טאג ביז ראש השנה
📚 לוח ברסב תשפ"ב
💿 קום צוריק
📚 ראש השנה ביי צדיקים
📰 ברסלב פריים