אין א פרישע באגריסנדע שריט פונעם "קרן הדפסה", האבן די עסקנים אינעם הדפסה אונטערגענומען א נייע אונטערנעמונג. דהיינו א שליח מיוחד פונעם קרן הדפסה, וועט ספעציעל אראפגיין און מזכיר זיין ביים הייליגן ציון פון מוהרא"ש און פועל'ן ישועות פאר אלע וואס וועלן מנדב זיין פון $100 א חודש און העכער. דער ציון הקדוש פון מוהרא"ש אין יבניאל, איז שוין היינט גוט באקאנט אלץ א מקום מסוגל צו פועל'ן ישועות, וואו טויזנטער אידן קומען כסדר צו פארן, און מען גיסט זיך דארט אויס דאס הארץ און מען גייט אהיים מיט פילע זעק פון ישועות.
ווי די עסקנים אינעם קרן הדפסה געבן איבער, טוען זיי דאס אלץ הכרת הטוב, זעענדיג ווי אנשי שלומינו נעמען אויף מיט גרויס ווארימקייט די עסקנים וואס זענען עוסק אין די הייליגע ארבעט און דרוקן די הייליגע קונטרסים און ספרים, וואס ווערט פארשפרייט אויף די גאנצע וועלט.
דער קרן הדפסה האלט יעצט אינמיטן ענדיגן דעם גרויסארטיגן פראיעקט פון שאפן די נויטיגע פאנדן צו קענען אפקויפן א נייעם בנין פארן דרוקעריי, וואס וועט ערמעגליכן ארויפצוברענגען דעם הדפסה מיט נאך עטליכע שטאפלען ארויפצו, און אזוי ארום קענען נאכקומען דעם גרויסן פארלאנג פון די די מפיצים וועלכע לאזן נישט נאך, און בעטן און פארלאנגען נאך און נאך קונטרסים, גליונות און ספרים צו פארפלייצן און פארשפרייטן איבעראל אויף דער גאנצער וועלט וואו נאר עס געפונען זיך אידישע קינדער.
מען זעט פון טאג צו טאג ווי די פארלאנג פאר די הייליגע ספרים, קונטרסים, און סידיס ווערט כסדר נאר גרעסער און שטערקער, פילע פרישע מקורבים ווערן אליינס מפיצים, אזוי אז מען דארף שוין עמוירזשענסי אריינשפרינגען אינעם נייעם פראיעקט כדי צו נאכיאגן דעם גרויסן פארלאנג, וויבאלד דער גרויסער בנין פון קרן הדפסה אונטערן בית המדרש איז שוין פשוט קליין געווארן.
אלע וואס ווילן נעמען א חלק אין די הייליגע ארבעט פונעם קרן הדפסה, אזוי אויך ווער עס וויל זיך מזכיר זיין ביים הייליגן ציון פון מוהרא"ש אין יבניאל, זאל רופן צום קרן הדפסה אויף 718-387-2691 עקסט 103, וואַטסעפּ איז 1-518-966-2370 אדער אימעיל newbuilding@kerenhadfusa.org.
א גרויסע טייל זכותים אינעם בנין איז שוין אויספארקויפט געווארן, עס איז נאך דא עטליכע שיינע זכותים פארבליבן, וכל הקודם זכה. פארפאסט נישט דעם זעלטענעם געלעגנהייט צו נעמען א חלק אין קויפן דעם בנין ווי מען גייט דרוקן מיליאנען הייליגע ספרים, וואס וועלן בעז"ה נענטער ברענגען אומצאליגע אידן צום אייבערשטן.
על ידי הפצת ספרי רבינו נביא את משיח צדקינו
📰 קרן הדפסה שטעלט ארויס צענדליגע פרישע ספרים זיך צו דערקוויקן די נשמה
📰 המזכים קאמפיין גייט אן מיט גרויס הצלחה
 
🖱️ אנליין פלאטפארמע צו מנדב זיין פארן קרן הדפסה