רענאוואציעס אין ביהמ"ד היכל הקודש בלומינג גראוו
כד אב תשפ"א 📝
קרעדיט: מו"ה ישראל יעקב קרויס הי"ו
צוליב די גרויסע וואוקס פון אנשי שלומינו האט זיך שטארק אנגעזען די געברויך פאר פארשידענע פארבעסערונגען אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב אין בלומינג גראוו.
אויסער די פילע אידן פון בלומינג גראוו וואס נוצן דעם ביהמ"ד יעדן שבת קודש ווי מען דאווענט אינאיינעם, און מען הערט די געשמאקע דיבורי התחזקות פון רבין דורכן גבאי הר"ר בערל לעווי שליט"א, ווערט אויך דער ביהמ"ד באנוצט דורך פילע אידן אינדערוואכן וואס קומען פון אלע געגענטער ארום ווי קרית יואל, מאנרא, טשעסטער, און וואודבארי. יעדן זונטאג נאכט קומט מען זיך צוזאם צו מנחה מעריב, און דערנאך לערנט דער גבאי פון ביהמ"ד פאר דער דף גמרא פונעם טאג. אזוי אויך יעדן ליל שישי האלט מען מיט דעם שיעור פון ראש ישיבה שליט"א אין דעם ביהמ"ד און מען איז זיך מחזק אינאיינעם.
דער ביהמ"ד - וואס איז זייער שנעל געווארן א תל תלפיות און א מאגנעט פאר די גאנצע אומגעגענט - איז שוין לאנג אויסגעוואקסן אירע גרעניצן. דערפאר האט די הנהלה פון ביהמ"ד אונטערגענומען דעם גרויסן קאסטבארן פראיעקט פון אינגאנצן איבערמאכן און פארגרעסערן דעם ביהמ"ד.
צווישן די פארבעסערונגען זענען: מען פארדאפעלט מען דעם ביהמ"ד אין גרויס, מען העכערט דעם דאך, מען לייגט שיינע ליכטיגע לייטס, מען לייגט איבער א פרישע פראכטפולע פלאר, מען אינסטאלירט א נייעם שיינעם ארון הקודש, אזוי אויך לייגט מען צו עטליכע בית הכסא'ס, און מען מאכט אינגאנצן איבער דעם מזרח וואנט.
דערווייל וואס דער ביהמ"ד גייט אריבער די בוי ארבעט, קומט מען זיך צוזאם אינעם שטוב פונעם גבאי הר"ר בערל לעווי שליט"א, וואס איז מכניס אורח דעם ציבור צו זיך אהיים צו אלע תפילות און שיעורים שבת קודש און אינדערוואכן, ווי מען לערנט און מען דאווענט אינאיינעם און מען שעפט זיך אן מיט חיזוק פונעם קוואל פון הייליגן רבין.
לויטן פלאן וועט מען פולקאם ענדיגן די רענאווציעס אויף די קומענדיגע ימים נוראים טעג בעזרת השם יתברך.
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין
📸 די רענאווציעס גייען אן אינעם פולסטן שוואונג
📰 חידוש אין עולם ההפצה אין ביהמ"ד היכל הקודש בלומינג גראוו
📸 מען בויעט א מקוה פארן ביהמ"ד היכל הקודש בלומינג גראוו
📰 בלומינג גראוו אונטערן רושם פון הערליכע שבת מיטן ראש ישיבה שליט"א
📚 לוח ברסלב תשפ"ב
📖 ספרי רבינו