דער הייליגער רבי פארציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ג): "אמאל איז געווען א חכם, פאר זיין טויט האט ער גערופן זיינע קינדער, און זיי געלאזט צוואה אז זיי זאלן 'אנטרינקען ביימער'. איר מעגט עוסק זיין אין אנדערע פרנסות אויך, נאר דאס זאלט איר זען שטענדיג צו טון: 'אנטרינקען ביימער'".
אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש, זענען מקיים די צוואה פון הייליגן רבין, און אויסער וואס מען האט זיך יעדער א פרנסה, איז אבער דער עיקר עסק "אנטרינקען ביימער", געבן פאר אידישע קינדער אויף אלע מיני אופנים צו טרינקן פונעם יין המשומר די אונגארישע וויין, די עצות און חיזוק פון הייליגן רבין.
יעצט האט דער גבאי פון בית המדרש היכל הקודש אין בלומינגראוו הר"ר בערל לעווי שליט"א געמאכט א פרישע חידוש אין די וועלט פון הפצה, ער האט אינסטאלירט באקסעס אינדרויסן פון בית המדרש, און יעדע ערב שבת קודש קען מען דארט טרעפן די נייעסטע גליונות און אויסגאבעס פון יענע וואך.
אזוי איז מען מזכה פילע אידן פון די גאנצע אומגעגענט זיי זאלן אנשטאט נעמען די אדווערטייזמענט ביכלעך וואס אפילו עס איז געשריבן אויף אידיש איז עס פול מיט שטותים און הבלים - נעמען יעדע וואך די הייליגע קונטרסים וואס איז מגלה און מפרסם דעם אייבערשטן, און זענען זיך מחזק מיט פשטות יהדות, און אמונה אין אייבערשטן, אין שלום בית, אין לימוד התורה, וכו'.
דער ראש ישיבה וואס האט די וואך באזוכט אין בית המדרש לרגל וואס דער גבאי האט מסיים געווען די צווייטע מאל הונדערט און איין מאל משניות, ער האט אין זיין דרשה שטארק באווינדערט דעם געדאנק, און געזאגט אז אנדערע גבאים זאלן זיך אפלערנען דערפון, און מפיץ זיין יעדער אויף וועלכע וועג מ'קען נאר.
לִקְרַאת צָמֵא הֵתָיוּ מָיִם!
📸 ביהמ"ד היכל הקודש בלומינג גראוו לייגט ארויס באקסעס מפיץ צו זיין די גליונות
📜 קענסט עוסק זיין אין נאך א פרנסה, אבער דיין עיקר זאך זאל זיין הפצה
💬 וואס איז די ריכטיגע וועג צו גיין הפצה?
🛒 אֲשֶׁר בֲּנַחַל אִידִישׁ - חֵלֶק ב
🛒 עֲצתָוֹ אֱמוּנָה - חֵלֶק ד
📸 סיום משניות די צווייטע מאל 101 בביהמ"ד היכל הקודש בלומינגראוו - פסח שני תשפ"א
📸 די נייע מקוה אין ביהמ"ד היכל הקודש בלומינג גראוו
📜 די חברים פון בלומינג גראוו זענען טייערע אינגעלייט
📜 איך בין זיך מחי' פון די שיעור וואס מען לערנט פאר אין בלומינגראוו 
📰 ברית אין ביהמ"ד היכל הקודש בלומינג גראוו - אלול תשע"ט
📰 קורצע תיקון ליל שבועות ווערט פריש איבערגעדרוקט דורך די קרן הדפסה
 
🗞️ מפתח פון די ערשטע 100 אינטערוויוס אויף קול ברסלב