שובבי"ם ביי אנשי שלומינו
יט טבת תשפ"ה 📝
ביי אנשי שלומינו איז שובבי"ם אן ערנסטע צייט, מוהרא"ש פלעגט אלץ מעורר זיין מען זאל אויסנוצן די וואכן זיך אומצוקערן צום אויבערשטן, און אנהייבן פון פריש און אזוי הערט מען כסדר פון ראש ישיבה שליט"א.
אבער וואס איז די עבודה פון שובבים? פאסטן? אויפזיין א גאנצע נאכט? לערנען זעקס שעה רצופות? לאמיר זען וואס דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט:
מעביר סדרה זיין (זונטאג שמת תשפ"ה)
❞מיר הויבן יעצט אן די טעג פון שובבי"ם, דער הייליגער אריז"ל האט אונז אנטפלעקט אז מען קען אין די טעג אלעס פאררעכטן. זאלסטו שוין היינט אנהויבן מיט מעביר סדרה זיין די פרשת השבוע, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן יט) אז דאס איז תיקון הברית. געב א קוק, שוין אריבער א גאנצע ספר בראשית, און מיט דיינע פוילע תירוצים - וואו האלסטו אויף דער וועלט...?
נעם יעצט א חומש און הויב אן מעביר סדרה זיין יעדן טאג חומש רש"י מיטן תרגום פון די פרשה פון די וואך, דאס איז מסוגל פאר אריכות ימים ושנים. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.): "לעולם ישלים אדם פרשיותיו עם הציבור שנים מקרא ואחד תרגום, שכל המשלים פרשיותיו עם הציבור מאריכין לו ימיו ושנותיו", דער וואס לערנט יעדע וואך די פרשה, צוויי מאל יעדע פסוק חומש און איין מאל יעדע פסוק תרגום - וועט האבן אריכות ימים ושנים, און עס ווערט געברענגט אין שולחן ערוך (אורח חיים סימן רפה, סעיף ג): "מיום ראשון ואילך חשוב עם הצבור", פון זונטאג קען מען שוין טון די מצוה, און דער משנה ברורה זאגט (שם, סעיף קטן ח), אז דער גר"א האט זיך אזוי געפירט, ער האט יעדן טאג געלערנט שנים מקרא ואחד תרגום און דאס געענדיגט ערב שבת; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער. אויך קען מען לערנען פון פאראויס, זונטאג ביז שלישי, מאנטאג ביז רביעי, און אזוי ווייטער.
נעם יעצט א חומש און הויב אן מעביר סדרה זיין, דאס איז די גרעסטע תיקון שובבי"ם. מוהרא"ש זאגט נאך פונעם הייליגן צדיק רבי יששכר דוב מבעלזא זכותו יגן עלינו: "א טאג וואס מען לערנט חומש מיט רש"י איז מען פארזיכערט אז אין דעם טאג וועט מען נישט זינדיגן".❝
לערנען דעם רבי'נס ספרים (דינסטאג שמות תשפ"ה)
❞מיר זענען אין די שובבי"ם טעג, דארפן מיר לערנען דעם רבינ'ס ספרים וואס איז מחזק און מעודד צוריק צו קומען צום אייבערשטן. ברסלב'ע חסידות איז נאר די ספרים; נאר אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים און מען בעט דעם אייבערשטן צו קענען טון וואס דער רבי לערנט אונז - דאס איז ברסלב'ע חסידות.
מאך זיך א שיעור אין לקוטי מוהר"ן. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט לקוטי מוהר"ן, "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", ואמר בזו הלשון: "סע וועט אים אלע אדערן טרענען", און ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת, וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אדערן און ער וועט ווערן אן ערליכער איד; דערפאר זאלסטו זיך מאכן א שיעור צו לערנען לקוטי מוהר"ן, אין אנהויב וועסטו אפשר נישט פארשטיין יעדע זאך, אבער עס דארף דיר נישט שטערן, דו זאג די ווערטער, און ביים סוף, נאך אפאר מאל - וועסטו אנהויבן צו פארשטיין.
דאס איז אונזער תיקון פאר שובבי"ם, לערנען דעם רבינ'ס ספרים. דער רבי לאזט אונז נישט פאסטן, דער רבי געבט אונז עצות און התחזקות ווי אזוי אלעס צו פאררעכטן. מאך זיך אויך א שיעור אין חיי מוהר"ן און אין שיחות הר"ן; רבי נתן האט געזאגט: "איך האב מער ארויס געהאט דעם רבי'ן פון זיינע שיחות און שמועסן"; דאס וועט דיר זיין גרינגער צו פארשטיין. אז דו וועסט לערנען די שיחות פון רבי'ן וועסטו ווערן אן ערליכער איד, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קענט איר זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד".❝
זאגן תהלים (מיטוואך שמות תשפ"ה)
❞מיר זענען יעצט אין די שובבי"ם טעג, די טעג איז מסוגל צו פאררעכטן וואס מען האט פוגם געווען בברית רחמנא לצלן. דער רבי זאגט אונז מיר זאלן נישט פאסטן, דער רבי זאגט אונז מיר זאלן זאגן תהלים; דאס איז דאך נישט קיין שווערע זאך, און דאך קומט עס אן אזוי שווער.
לייג אריין אין טאש א קליינע תהלים, און ווען דו האסט אפאר מינוט - זאלסטו זאגן אביסל תהלים. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן צח), ווען מען זאגט תהילים איז דאס אזוי ווי דוד המלך זאגט דאס יעצט, עס ליגט אין די ווערטער רוח הקודש, און ווען מען זאגט די ווערטער וועקט זיך אויף די רוח הקודש כאילו דוד המלך אליין זאגט די ווערטער.❝
אמונה (דאנערשטאג שמות תשפ"ה)
❞דער רבי זאגט (ספר המדות אות אמונה, סימן לג): "עַל יְדֵי אֱמוּנָה, הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יִסְלַח לְךָ עַל כָּל עֲווֹנוֹתֶיךָ", דורך אמונה איז דער אייבערשטער מוחל אויף אלע עבירות; זאלסטו זיך אריינטון אין די אמונה, חזר אמונה, און לעב מיט אמונה, אז עס איז גארנישט דא אויסער דעם אייבערשטן, אלעס פירט דער אייבערשטער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חולין ז:): "אין אדם נוקף אצבעו מלמטה אלא אם כן מכריזין עליו מלמעלה", א מענטש צוקלעמט זיך נישט זיין פינגער אן דעם וואס מען זאל אויסרופן אין הימל פון פאראויס אז דער מענטש זאל זיך צעקלאפן זיין פינגער; פרנסה, קינדער, געזונט - אלעס מאכט דער אייבערשטער.
וואס זאל איך דיר זאגן מיין ליבער ברודער, מיין הארציגער חבר; די לעבן וועט דיר ווערן זיס, מיט אמונה איז אזוי שיין אלעס, ווען א מענטש נעמט אריין אין זיך די אמונה - גייט אים אלעס גאר אנדערש; מען ווייסט אז קיינער קען גארנישט טון, קיינער קען נישט שלעכטס טון און קיינער קען נישט גוטס טון, אלעס וואס פאסירט איז פונעם אייבערשטן.
דאס איז אונזער עבודה אין די שובבי"ם טעג; חזר'ן אמונה, לעבן מיט אמונה. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "אֵצֶל הָעוֹלָם אֱמוּנָה הוּא דָּבָר קָטָן", ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, "וְאֶצְלִי אֱמוּנָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", אבער ביי מיר איז דער עיקר אמונה, "וְעִקַּר הָאֱמוּנָה הִיא בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת וַחֲקִירוֹת כְּלָל", אן קיין חקירות און אן קיין חכמות, "רַק בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר כְּמוֹ שֶׁהַנָּשִׁים וְהַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים מַאֲמִינִים", נאר אזוי ווי פרויען און פשוט'ע מענטשן גלייבן.❝
עונג שבת (עש"ק שמות תשפ"ה)
❞יעצט ווען מיר גייען אריין אינעם ערשטן שבת פון די ימי השובבי"ם, דארפן מיר געדענקען וואס מוהרא"ש האט מיט אונז געלערנט, אז מען איז פרייליך שבת און מען האט א פארגענוגן פון שבת - איז דאס מער ווי פאסטן טויזנט תעניתים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא בראשית, ג): "עוֹנֶג שַׁבָּת כְּאֶלֶף תַּעֲנִיּוֹת", ווען א מענטש איז פרייליך שבת, ער האט הנאה פון דאס עסן און טרינקען - איז דאס אזוי ווי ער וואלט געפאסט טויזנט תעניתים; בפרט יעצט אין די שובבי"ם וואכן וואס מיר זענען מתקן פגמי הברית - דארפן מיר זיין זייער פרייליך שבת, ווייל צו פאסטן האבן מיר נישט קיין כח, אויף איין מאל פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - דארף מען שוין פאסטן פ"ד תעניתים.
דער אריז"ל זאגט, ווען א מענטש זינדיגט איין מאל אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן - דארף ער פאסטן פ"ד תעניתים, און אז מען וויל מתקן זיין צען מאל די עבירה - דארף מען שוין פאסטן אכט הונדערט און פערציג טעג, און ווער רעדט נאך אויף מער - איז דאך נישט מעגליך, און אז דער רבי האט אונז געזאגט נישט פאסטן איז וואס איז אונזער תקנה? נאר מיט זיין פרייליך שבת; אז מיר וועלן זיך פרייען שבת, מיר וועלן טאנצן שבת, וואס דאס איז כאלף תעניתים - דאס וועט אראפנעמען אונזערע זינד.❝
ישמע בזניונו (היינט זונטאג וארא תשפ"ה)
❞שובבי"ם איז א צייט וואס מען קען אלעס פאררעכטן; נישט דורך פאסטן, נישט דורך סיגופים, נאר דורך ישמע בזיונו ידום וישתוק, דורך ליידן און שוויייגן; בפרט אין שטוב, ווען די ווייב האט געזאגט א ווארט, אדער נישט געמאכט פינקט אזוי ווי דו האסט געוואלט; אז מען ליידט און מען שווייגט - קומט מען אפ אלע עבירות. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו), דאס איז תשובה, און דורך דעם קומט מען צו גרויסע מדריגות.
בעיקר אין שטוב, דארט איז א גוטע פלאץ פאר ישמע בזיונו ידום וישתוק; נישט צו ווערן בכעס ווען די ווייב האט עפעס געזאגט, אדער נישט געטון ווי מען וויל, און נישט אנהויבן בלאזן, טריצן אדער אריינגיין אין א קאלטע קריג וכו', נאר ווייטער ליב האבן און ווייטער לעבן בשלום; דאס איז די גרעסטע תיקון שובבי"ם, און דאס איז סאך א גרעסערע עבודה ווי די שווערסטע עבודה וואס איז דא.
אויך אין שול, אז איינער זאגט דיר עפעס - זאלסטו מאכן תיקון שובבי"ם און מקיים זיין דעם ישמע בזיונו ידום וישתוק. אין שול קומען אלע סארט מענטשן, מען ווייס נישט ווער האט יעצט געכאפט א פסק פון די ווייב, מען ווייסט נישט וואס גייט אריבער, און אז מען געבט דיר א פליק - בלייב שטיל.❝
גיין נאך געלט פאר צדקה
❞אויך גיין נאך געלט פאר צדקה, און פארשפרייטן די ספרים, קונטרסים און גליונות - איז א תיקון הברית, אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רסד), ווייל אז מען האט משפיע געווען אין א נישט גוטע פלאץ - דארף מען משפיע זיין אויף א גוטע פלאץ, און אז די אלע ניצוצות און טיפות זענען פארשפרייט אין די וועלט השם ישמרינו, דארף מען גיין פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות, דאס איז תיקון הברית.❝
ווען מען קומט אריין אין ישיבה סיי אין שטעטל און סיי אין שטאט שפירט מען א שובבי"ם לופט, די טייערע תלמידים וואס לערנען פלייסיג א גאנץ יאר לייגן צו נאך שיעורים און נאך לימודים, פילע בחורים לערנען פילע בלעטער גמרא כסדרן, די בחורים זאגן אויס גאנץ תהלים יעדע וואך, אויסער די פילע אנדערע שיעורים ווי חומש רש"י מיט תרגום,, אכצן פרקים משניות יעדן טאג, לייגן נאך פילע צו א בלאט ירושלמי, א פרק תוספתא, רבמ"ם, טור, שלחן ערוך, מדרשים, זוהר הקדוש, חסידישע ספרים און אזוי ווייטער.
תיקון הכללי
ביי די דרשות האט דער ראש ישיבה שליט"א מעורר געווען אז אין די טעג זאל מען זיין מער נזהר און זאגן די צען קאפיטלעך פון תיקון הכללי (ט"ז, מ"א, מ"ב, ל"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ), און מען זאל נישט טראכטן "אזא גרינגע זאך צען קאפיטלעך תהלים" און זיך לאזן פונעם סמ"ך מ"ם וואס וויל אונז איינרעדן אז נאר שווערע עבודות קענען אונז מתקן זיין, אזוי ווי דער רבי טייטשט "ולא שמעו אל משה מקוצר רוח ומעבודה קשה", אידישע קינדער האבן נישט צוגעהערט צו משה מיינענדיג אז מען דארף טון עבודות קשות ארויסצוגיין פון מצרים. דער ראש ישיבה האט געבעטן מען זאל נישט אוועקלייגן די תיקון הכללי אויף שפעטער, נאר תיכף נאכן דאווענען מיט די רבינו תם תפילין זאל מען זאגן די צען קאפיטלעך תהלים וואס דאס איז די גרעסטע תיקון שובבי"ם.
שובו בנים שובבים