שיינע אבער קילע וועטערס ערווארטעט אין אומאן אויף ראש השנה
כה אלול תשפ"א 📝
בעת מיר שרייבן די שורות זענען שווערע צעדליגע טויזנטער אידן אויף די וועגן אדער אין די לופטן, אויפן וועג צו וויילן ביים הייליגן רבינ'ס ציון אין אומאן.
געלויבט דעם אייבערשטן, אז דערווייל דערנענטערט מען זיך צום הייליגן קיבוץ פון ראש השנה אין אומאן מיט גרויס הצלחה, טראץ די אלע שווערע שטיינער אינמיטן די וועג, די שטארקע אומקלארקייט איבער לאקדאונס, די שרעק "עס דרייט זיך א נייע סטרעין, מען גייט פארשפארן", די "וואקסין" סאמאטוכע, "זאל איך נעמען די וואקסין אדער נישט"? די טייערע טיקעט פרייזן, די קאמפליצירטע קאוויד רעגולאציעס וואס האבן זיך יעדן טאג געטוישט, א.א.וו. דאס אלעס נאך פאר מען רעדט א ווארט איבער די פריוואטע מניעות וואס האט נישט איבערגעהיפט קיינעם. יעצט דאקען די אלע צענדליגע טויזנטער אידן דעם אייבערשטן אז האבן נישט געקוקט אויף גארנישט, נאר געפאלגט דעם צדיק מיט תמימות ופשיטות און איבערגעשפרינגען אלע טשעלענדשעס און לאזן זיך ארויס מיט שמחה צום שטאט אומאן ווי זיי וועלן אראפ לייגן אלע זייערע זעק צרות און פראבלעמען און אהיים קומען בעז"ה נאך ראש השנה מיט פולע באגאזשן ישועות און רפואות, און זוכה זיין צום גרויסן תיקון וואס דער רבי האט צוגעזאגט פאר די וואס וועלן זיין ביי זיין ציון א גאנץ יאר, און נאך מער ראש השנה.
יעצט ווען מען האלט שוין מיט קוים עטליכע טעג פאר ראש השנה, איז שוין לעבעדיג אין אומאן, נאכדעם וואס איבער צען טויזנט אידן געפונען זיך שוין אין שטאט פאר לאנגע וואכן, האט אבער דער גרעסטער שטראם פון אידן זיך נארוואס אנגעהויבן. א שטראם וואס פלאנט נישט נאכצולאזן (אויסער פארשטייט זיך שבת קודש) ביז מאנטאג ערב ראש השנה תשפ"ב שפעט נאכמיטאג, ווען דער שטראם וועט זיך פלוצלינג אפשטעלן, ווען פילע טויזנטער אידן וועלן אנהייבן שטראמען אין די פילע שולן אנגעטון אין ווייסע קיטלען אדער בעקישעס כמנהג המקום.
אויף די פארלאנג פון די פילע וועלכע ווילן וויסן וואס דער וועטער וועט זיין אין די טעג פון ראש השנה. ברענגען מיר דא אראפ די וועטער באריכטן פון אומאן פאר די קומענדיגע טעג.
עש"ק נצבים 66° / 50° מער ווייניגער זוניג 🌤️
שב"ק נצבים 64° / 42° לייכטע רעגן 🌧️
זונטאג וילך 62° / 40° לייכט פארוואלקענט ⛅
ער"ה תשפ"ב 60° / 39° לייכט פארוואלקענט ⛅
א' דראש השנה 63° / 42° לייכט פארוואלקענט ⛅
ב' דראש השנה 68° / 48° לייכט פארוואלקענט ⛅
דאנערשטאג 71° / 51° מער ווייניגער זוניג 🌤️
ווי מען זעט, וועט דער וועטער זיין היבש קיל, בפרט ביינאכט ווען דער טעמפעראטור קען אראפגיין אזוי ווייט ווי 39 פערנהייט. בייטאג קען מען ערווארטן עטוואס מער אנגענעמע וועטערס צווישן 60 און 70 פערנהייט. עס איז שטארק ראטזאם מיטצונעמען א שאל, א סוועטער וכדו' פאר די קילע נעכט.
לעצטע דערמאונוגנען:
היי יאר דארף מען אויסער דעם פאספארט, א מאסק פארן פליגער, אוקריינישע אינשורענס, וואקסין אדער טעלעפאן מיטן עפפ.
אזוי אויך איז שטארק וויכטיג צו זיין באצייטענס אין עירפארט, סיי ווייל צוליב די פילע רעגולאציעס קען דאס אריינטשעקן נעמען לענגער ווי געווענליך, און אזוי אויך זענען די פילגער קיין אומאן שטארק איבערגעפילט.
כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכך!
💳 פדיון נפש לינק
📰 דער נייער "קרית ברסלב בלעטל" שענער, בעסער און גרעסער!
📌 גליון היכל הקודש ראש השנה תשפ"ב
📌 דרשת תקיעת שופר פון ראש ישיבה ראש השנה תשפ"א
📰 לעצעט אפדעיטס פון די נסיעה קיין אומאן