שיינע שידוך געשלאסן ביי א תלמיד הישיבה
ו כסלו תשפ"ב 📝
קרעדיט: הר"ר נתנאל פארקאש שליט"א
א גרויס שמחה הערשט אין ישיבה צום פרייליכע בשורה פונעם שידוך שליסן פון הב' משה שמואל שטעסל נ"י פון קרית יואל וואס איז א חתן געווארן צו הכלה תחי' א טאכטער פונעם באקאנטן משפיע פון ירושלים הרה"צ שמעון שפירא שליט"א.
דער חתן נ"י האט זוכה געווען אויסצונוצן זיינע אינגע יארן און אנגעפילט זיינע טעג מיט תורה ומעשים טובים, ער האט שוין זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס, און ענדיגן מסכת תענית 101 מאל. דאס איז אויסער זיינע פילע שיעורים אין אלע חלקים פון די תורה, וואס ער לערנט פלייסיג יעדן טאג. אויסער דעם איז דער חתן נ"י אסאך עוסק אין הפצה, און איז זוכה צו פארשפרייטן דעם רבינ'ס אור אז נאך אידן זאלן באקומען פונעם זיסן קוואל באר מים חיים פון וואס ער איז זוכה צו טרונקען.
אזוי ווי מוהרא"ש האט געבעטן און צוגעזאגט אז ווער עס וועט אויסזאגן גאנץ תהלים ביי זיין ציון לזכותו וועט ער פועלן פאר זיי זייער שידוך. איז טאקע דער חתן געווען ביים ציון הק' פון מוהרא"ש אין יבניאל, ווי ער האט אויסגעזאגט גאנץ תהלים, און ווי נאך טויזנטער אידן האט ער טאקע זוכה געווען צו טרעפן א גוטע שידוך זייער שנעל.
זאל דער אייבישטער העלפן אז דער שידוך זאל עולה יפה זיין, און זיי זאלן זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל, אמן.
📰 איין וואך צוריק: דער חתן ענדיגט 101 מסכת תענית
🎞️ דער שיעור פון ראש ישיבה ווען דער חתן האט געענדיג מסכת תענית 101 מאל