שיינער סיום אין הלכות שבת ביים ראש ישיבה שליט"א אין שטוב
כז אייר תשפ"א 📝
שוין א לענגערע צייט וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט איינגעפירט אז הרה"ג ר' יונה זינגער שליט"א דער דיין פון די קהילה, לערנט פאר יעדן נאכמיטאג א שיעור אין שלחן עורך אין כולל, ווי פילע בחורים פון ישיבה קומען יעדן טאג צום שיעור לערנען שלחן ערוך הלכה למעשה.
דער שיעור ווערט פארגעלערענט דורכן דיין שליט"א מיט גרויס גרונטליכקייט אויפן וועג וואס מוהרא"ש האט אראפגעשטעלט וויאזוי צו לערנען הלכה. ביי יעדע סעיף ווערט צוערשט געלערנט די גמרות אויף וואס דער הלכה איז געבויט, מען לערנט די מפרשי הש"ס צו פארשטיין די גמרא על בריו, דערנאך נעמט מען ארויס דעם רמב"ם און די ראשונים און מען זעט וויאזוי זיי האבן ארויסגענומען פון די גמרא די הלכה למעשה, ערשט דערנאך לערנט מען אינעווייניג שולחן ערוך, און מען זעט הלכה למעשה וואס דער מחבר פסק'נט. דערנאך גייט מען ווייטער און מען זעט וויאזוי די אחרונים שטעלן צו די הלכה פון שולחן ערוך לויט די מציאות פון היינטיגע צייטן, און אזוי ווייסט מען וויאזוי זיך צו פירן הלכה למעשה.
מען האט גוט דורכגעאקערט די לאנגע סימנים פון שולחן ערוך אורח חיים הלכות שבת סימנים ש"א און ש"ב, די הלכות פון "הוצאה מרשות לרשות בשבת", און "ניקוי וקיפול בגדים בשבת" וואשן און רייניגן אום שבת. מען האט אויסגעשמועסט פילע הונדערטער שאלות וואס מאכט זיך היינטיגע צייטן, און וואס די הלכה איז אין פארשידענע מציאות'ער, צום ביישפיל, "וויפיל און וויאזוי מעג מען זיך אפפיצן אדער אפוואשן ווען בגדים ווערן שמוציג אום שבת?"; "מעג מען זיך אפפיצן פון שניי אום שבת?"; "מען מעג טראגן דעם שאל, הענטשוך, אדער די גארטל פון טיש בעקיטשע ווען עס איז נישטא קיין עירוב?" און אזוי ווייטער.
יעצט לכבוד די גרויסע שמחה אז מען האט זוכה געווען צו ענדיגן די שווערע הלכות, איז מען זיך צוזאם געקומען ביים ראש ישיבה שליט"א אינדערהיים, ווי מען האט געזונגען שיינע ניגונים איבער די גרויסקייט פון לערנען די הייליגע תורה.
דערנאך האט דער דיין שליט"א געזאגט אפאר טרעפליכע ווערטער, צווישן אנדערע האט דער דיין ארויסגעברענגט אז רבי שמעון בן יוחאי זאגט, "חס ושלום שתשתכח תורה מישראל, כי לא תשכח מפי זרעו", אז כדי איבערצוגעבן די תורה פון די פריערדיגע דורות, דארפן מיר זיך אראפלאזן און שמועסן מיט די קינדער און אריינברענגען אין זיי די גליקליכקייט פון אידישקייט, אזוי וועט נישט פארגעסן ווערן די הייליגע תורה פון אידישע קינדער.
דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט אפאר ווערטער, חז"ל זאגן "אין לו להקדוש ברוך הוא אלא ארבע אמות של הלכה", דער הייליגער סאטמאר רב זי"ע האט געשריבן אין זיין הייליג ספר ויואל משה וואס ער האט געשריבן מיט די בלוט פון זיין הארץ "וואס איז תורה לשמה? איז ער מברר, אז דאס איז אויב מ'לערנט שמעתתא אליבא דהלכתא". דער ראש ישיבה שליט"א האט אביסל גערעדט איבער די היסטאריע פון די ישיבה, און איבער די גרויסקייט פון די כולל. מען קען הערן דעם גאנצן שיעור ביי די אפטיילונג פון טעגליכע שיעורים.
דער שיעור אין שלחן ערוך גייט ברוך השם ווייטער אן יעדן טאג, יעצט לערנט מען סימן ש"ג, הלכות "תכשוטי נשים בשבת", ווי מען לערנט שלחן ערוך הלכה למעשה, און די טייערע בחורים זענען זיך מחיה מיט די געשמאקע שיעורים. דער שיעור קומט פאר יעדן טאג צווישן 4:15 און 5:00 נאכמיטאג אין היכל הכולל, און תיכף דערנאך אום 5:00 קומט פאר דער טעגליכע שיעור התחזקות פון ראש ישיבה.
אוֹהֵב ה' שַׁעֲרֵי צִיּוֹן מִכֹּל מִשְׁכְּנוֹת יַעֲקֹב - אֵין לוֹ לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אֶלָּא אַרְבַּע אַמּוֹת שֶׁל הֲלָכָה
📚 קונטרס "גוט שבת"
📰 געראטעוועט פון עקסידענט נאכן קויפן זכות "תורה מגינה ומצלא" אין כולל היכל הקודש
📜 הלכות שבת מוז מען לערנען און גוט קענען
📜 מיטהאלטן דעם שיעור כללי פון דיין אין הלכות פסח
💬 קען מען יוצא זיין לימוד הלכה מיט'ן לערנען קיצור שלחן ערוך?
💬 ווי אזוי לערנט מען שלחן ערוך אויפ'ן סדר דרך הלימוד?
📸 דער שיינער סיום
🎞️ דער שיינער סיום
🎞️ פילע סיומים פון שנת תשפ"א