א מורא'דיגע עפיזאד האט זיך אפגעשפילט די וואך אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי. מו"ה שבתי מזרחי הי"ו האט זיך אונטערגענומען א שיינע סכום פארן ברסלבע כולל און מיט דעם געקויפט דער זכות "תורה מגינה ומצלא". יענעם אינדערפרי האט ער אנגעגרייט דעם טשעק פארן כולל, און ווען מו"ה משה אריה שניטצלער הי"ו האט געוואלט שיקן א שליח אויפצופּיקן דעם טשעק, האט ר' שבתי געזאגט אז ער וויל עס איבערגעבן פארן ראש ישיבה אין די הענט. ר' משה אריה האט דאן אראנדזשירט אז דער ראש ישיבה זאל קומען צו ר' שבתי אינדערהיים צו קובע זיין מזוזות ביי א צימער וואס ער האט נארוואס געענדיגט איבערבויען. ר' שבתי האט דאן אריינגעלייגט דעם טשעק אין טאש, ער זאל עס קענען איבערגעבן פארן ראש ישיבה ביינאכט.
אינצווישן איז ר' שבתי געווען פארמישט אין א שטיקל עקסידענט. הצלה איז געקומען, און זיי האבן געזען אז ער האט געכאפט א שטארקע קלאפ אין זיין לינקע אויג. און צו זייער שאק האבן זיי באמערקט אז דער אויג רעאגירט נישט ווי עס דארף צו זיין, זיי האבן זייער מורא געהאט, וויסנדיג וואס דאס מיינט. אבער עס איז נישט דורך מער ווי עטליכע מינוט און דער אייבישטער האט געמאכט א גרויסע נס, ווען זיי האבן נאכאמאל פרובירט און זיי האבן געזען אז זיין אויג האט זיך ב"ה גענצליך צוריק געכאפט. ר' שבתי זאגט, אז ער שפירט אז דאס איז זיכער אין דער זכות פון וואס ער האט געהאט ביי זיך דעם טשעק פאר'ן כולל, וואס איז בייגעשטאנען אז ער זאל ארויסגיין גענצליך אומבאשעדיגט פון דעם עקסידענט. אזוי ווי די גמרא זאגט (סוטה כא ע"א) "תורה מגינה ומצלא", די תורה היט און באשיצט דעם מענטש פון אלעם בייזן.
דער ראש ישיבה האט געזאגט פאר ר' שבתי אז ער איז מחויב צו בענטשן גומל, ווייל ער איז געראטעוועט געווארן פון א גרויסע סכנה. 
דער חשוב'ע כולל היכל הקודש שטייט בנשיאות דער ראש ישיבה שליט"א, און האט זיך קונה שם געווען אלץ א מוסטער פון א מקום תורה און א פלאץ וואו עס זיצן פלייסיגע לומדי תורה וואס לא פסיק פומם מגירסא.
פילע גדולי הרבנים שליט"א האבן שוין פארהערט די יונגעלייט. זיי זענען אלע ארויס פון התפעלות זעענדיג זייער זעלטענע בקיאות און קלארקייט בהוראה און פונעם טייערן ווינקל וואו יונגעלייט לערנען מיט אויסערגעווענליכע התמדה און נעמען זייערע לימודים מיט די גרעסטע מאס ערנסטקייט.
דער ראש ישיבה שליט"א נעמט דעם כולל זייער פערזענליך, און פארברענגט מיט כולל אינגעלייט יעדן טאג פון אכט אזייגער אינדערפרי ווען דער ראש ישיבה שליט"א לערנט פאר דעם טעגליכן שיעור גמרא בבלי און ירושלמי פאר די כולל יונגעלייט, נאך פילע אינגעלייט קומען צום שיעור און דערקוויקן זיך מיט'ן גמרא יעדן טאג. דער ראש ישיבה טוט דערביי מזרז זיין די יונגעלייט מיט פארשידענע קושיות צו מעיין זיין און טרעפן תירוצים.
נאכן שיעור רעדט דער ראש ישיבה עטליכע דברי חיזוק פאר די מלמדים און און נאך פארשידענע ענינים, דאן גייען די כולל יונגעלייט נאכאמאל איבער די גמרא מיט מפרשים ראשונים און אחרונים ביז די הלכה למעשה אין שולחן ערוך מיט די נושאי כלים.
נאכדעם לערנען די אינגעלייט א שיעור אין הלכות טהרה יורה דעה חלק ב'. קודם לערנט מען די הלכות קלאר לעובדא ולמעשה אנגעהויבן פון די גמרא ראשונים ואחרונים, און נאכדעם ווערט געלייגט א שטארקע דגוש אז יונגעלייט וואס זענען מסוגל צו ווערן מורי הוראה זאלן זיך משלים זיין און זיך פארהערן ביי גדולי דורינו שליט"א און באקומען סמיכה און שימוש צו קענען פסק'ענען שאלות פאר אידישע קינדער.
דער נאכמיטאג סדר אין כולל איז געשטעלט אויף הלכות שבת, ווי די כולל יונגעלייט דעקן סימן נאך סימן מיט א שטארקע קלארקייט און לערנען עס לאסוקי שמעתא אליבא דהילכתא.
ווער עס שטאט נאר אפ א באזוך אין דעם הכולל ווערט נתפעל צו זען די וואונדערבארע התמדה באופן יוצא מן הכלל.
 
דער כולל איז א קליין צווייגעלע אין דעם פראכטפולן אמונה גארטן וואס שטייט אויף 27 סקילמאן סטריט און פארשפרייט אויף די גאנצע וועלט די לויטערע אמונה אז דער אייבישטער אליין פירט די וועלט, און ער טוט וואס אים געפעלט, און ער האט אלעס אהערגעשטעלט, און פון אים קומט אלע געלט, און אנשטאט זיך באקלאגן, דארף מען אים אלעס זאגן, וועט ער אונז געבן, א שיינע זיסע לעבן.
עֵץ חַיִּים הִיא לַמַּחֲזִיקִים בָּהּ וְתֹמְכֶיהָ מְאֻשָּׁר (משלי ג, י"ח)
💳  צו מנדב זיין פארן כולל דרוקט דא
📸 דער ראש ישיבה ביי מו"ה שבתי מזרחי הי"ו ביים אפּקויפן זכות "תורה מגינא ומצלא" און קביעת מזוזה
📸 מסיבה פארן כולל אין שטוב פון אלי ראטה הי"ו אין לעיקוואוד, ד' חק"ב תש"פ
📰 טיי אווענט אין מאנסי פארן כולל, אייר תשע"ט
📜 פרישע אינגעלייט אין כולל
📰 קול תורה הילכט אפ אין "כולל היכל הקודש"
📸 ברית ביי מו"ה שבתי מזרחי הי"ו ואתחנן תש"פ, אין ליבערטי
📰 דער ראש ישיבה אויף שב"ק וארא תשע"ח אין שטוב פון מו"ה שבתי מזרחי אין בלומינג גראוו
📰 סיום הש"ס פון מו"ה שבתי מזרחי הי"ו אין קעמפ, אב תשע"ח
💬 זאל איך ארויס פון כולל און גיין ארבעטן?