שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי קען איך מאכן מיין מאן מער אינטערעסירט אין מיר?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי וואס איז זייער מחזק פון די שיעורים, א גרויסן יישר כח.


מיין מאן האט אסאך חברים, און ער פארברענגט מיט זיי יעדע נאכט, און סיי ווען ער קען נאר. אסאך קומט ער אהיים גאר שפעט ביינאכט, דריי אזייגער באנאכט איז נארמאל ער זאל אהיימקומען.


עס טוט מיר זייער וויי, ווייל רוב מאל בין איך אליין. איך שפיר אז ער איז נישט אינטערעסירט אין מיר, זיינע חברים זענען אים מער אינטערעסאנט.


וואס קען איך טון אז ער זאל וועלן זיין מער אינדערהיים, אז ער זאל וועלן פארברענגען מיט מיר? מיר האבן עס שוין דורכגעשמועסט צווישן זיך, אבער ס'האט נישט געהאלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די טעות מאכן זייער אסאך; מענטשן מיינען אז מיט איין מאל רעדן קען מען פועל'ן און ווען מען זעט אז מען פועל'ט נישט ווערט מען מיואש, מען געבט אויף; וואלט מען ווען גערעדט נאכאמאל און נאכאמאל שיינערהייט וואלט מען גע'פועל'ט, ווייל דער הייליגער רבי האט אונז קלאר געזאגט אז מיר זאלן רעדן צו מענטשן אפילו עס זעט אויס ווי מען פועל'ט נישט, ווייל ביים סוף פועל'ט מען יא.


אז אייער מאן קומט נישט אהיים ביינאכט, ער דריידט זיך מיט חברים ביז אין די שפעטע נאכט שעות, קען דאס זיין צוליב צוויי סיבות, אדער וויל ער אהיים קומען אבער עפעס שטערט אים אין שטוב, אדער איז ער קליינקעפלדיג, ער איז נאך אין די קינדערישע באבל פון חברים, ער איז נאך נישט ארויס פון זיין אייער שאלאכטס, ער מיינט אז עס איז דא אזא זאך ווי חברים.


דעריבער זאלט איר רעדן מיט אים, זאגטס אים שיינערהייט: "מיין טייערער מאן, איך האב דיר אזוי ליב, איך וויל זיין מיט דיר, איך וויל פארברענגען מיט דיר; זאג מיר, עפעס שטערט דיר פון וועלן זיין מיט מיר? עפעס באדערט דיר אין שטוב אז דו לויפסט ארויס צו זיין מיט חברים גאנצע נעכט?" זאגטס אים און בעטס אים שיינעהייט: "איך וויל אזוי שטארק זיין מיט דיר, איך וויל האבן דעם זעלבן סדר היום מיט דיר, איך וויל נישט גיין שלאפן אליין, איך וויל אזוי שטארק מיר זאלן גיין שלאפן אין די זעלבע צייט, מיין טייערער מאן, וואס קען איך טון דו זאלסט ליב האבן צו זיין אין שטוב? איך וועל אלעס טון פאר דיר".


מיט די שיינע רייד וואס איר וועט רעדן צו אים איין מאל און נאכאמאל און א דריטע מאל; מיט שכל, מיט ווארעמקייט - וועט איר אים ווייך מאכן און ער וועט אהיים קומען, ער וועט זיך אויפוועקן פון זיין שכרות פון חברים, און אויב עס האט מיט אייך, ער וועט אייך זאגן וואס שטערט אים, וועט איר אים צופרידן שטעלן, דעמאלט וועט ער שוין אהיים קומען.


אבער וויסן זאלט איר אז איר וועט דארפן האבן גרויס סבלנות, איר וועט דארפן ווארטן מיט געדולד. דאס גייט נישט אין איין טאג, דאס גייט נישט אין איין מינוט, און טאקע ווייל עס נעמט צייט ביז מען בייגט א מאן, ביז מען פועל'ט ביי אים וואס מען דארף פועל'ן - האבן פרויען נישט קיין כח צו נעמען די וועג, דעריבער ווערט אסאך גט'ן; מען נעמט די גרינגע, שנעלע און פוילע וועג, מען הערט אויף רעדן, מען הייבט זיך אן צו עסן אינעווייניג, מען עסט זיך און מען עסט זיך ביז די ליבשאפט ווערט אפגעקילט און מען קען זיך נישט דערליידן, ביז עס ווערט א גט. מען מיינט אז דאס איז א עצה, מען מיינט אז גט'ן איז א וועג ארויס פון פראבלעמען, ווען באמת איז גט'ן א וועג אריין צו שרעקליכע ביטערע פראבלעמען.


בעטס דעם אייבערשטן ער זאל אייך העלפן, ער זאל העלפן אייער מאן ער זאל האבן גוטע ערליכע חברים וואס וועלן אים נישט ארויס שלעפן ביינאכט פון שטוב. פרייטאג צו נאכטס ווען איר צינדט די ליכט זאלט איר זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן; מען פירט זיך צו לייגן די הענט אויפ'ן פנים אז מען זאל גארנישט זען, מען זאל נישט ווערן געשטערט פון קיינעם, דעמאלט מיט די הענט אויפ'ן פנים זאלט איר בעטן פון אייער צעבראכענעם הארץ:


"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֶעלְף מִיר אוּן מַיין מַאן מִיר זָאלְן לֶעבְּן מִיט שָׁלוֹם, מִיר זָאלְן זִיךְ לִיבּ הָאבְּן אוּן מִיר זָאלְן זִיךְ פַארְשְׁטֵיין. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֶעלְף מַיין מַאן עֶר זָאל הָאבְּן גוּטֶע חֲבֵרִים, הֶעלְף אִים עֶר זָאל זִיךְ נִישְׁט דְרֵייעֶן אִין גַאס בַּיינַאכְט, עֶר זָאל לִיבּ הָאבְּן צוּ זַיין אִין שְׁטוּבּ"; אזוי זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן, נישט נאר ביי די ליכט נאר יעדן טאג; דורכדעם וועט זיך אלעס איבער דרייען, איר וועט זען גרויסע ניסים.


מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן פאר די פרויען וואס רבי נתן האט געבעטן זיין ווייב און זיינע טעכטער, אז ווען זיי צינדן אן די שבת ליכט זאלן זיי בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, אזוי ווי איך צינד אן די ליכט אזוי זאל אנגעצינדן ווערן דעם הייליגן רבינ'ס ליכט אין אלע אידישע הערצער", פלעגט מוהרא"ש זאגן די פרויען זיי זאלן אויסנוצן די צייט ביי די ליכט און בעטן: "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, טַאטֶע זִיסֶער! גֶעבּ מִיר אַ שֵׁיינֶע שַׁבָּת אוּן אַ שֵׁיינֶע לֶעבְּן. אַ לֶעבְּן מִיט שָׁלוֹם, אַ לֶעבְּן מִיט לִיבְּשַׁאפְט; רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן דִיר דִינֶען מִיט לִיבְּשַׁאפְט. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם אַזוֹי וִוי אִיךְ צִינְד יֶעצְט אָן דִי שַׁבָּת לִיכְט, מַאךְ אוּנְז לִיכְטִיג אוּנְזֶער לֶעבְּן אוּן מַאךְ לִיכְטִיג פַאר אַלֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער; אַלֶע זָאלְן וִויסְן פוּן דִּיר אוּן אַלֶע זָאלְן וִויסְן פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן. צִינְד אָן מַיין מַאנְ'ס הַארְץ עֶר זָאל דִיר דִינֶען מִיט לִיבְּשַׁאפְט אוּן צִינְד אָן דִּי הֶערְצֶער פוּן מַיינֶע קִינְדֶער".


אז איר וועט טון וואס שטייט אין דעם בריוו וועט איר זען ווי אלעס וועט זיך איבערדרייען, איר וועט האבן א הייליגע שטוב, אן ערליכע שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.