שאלה אין קורצן ענין
#160 - וועלכע הכשרים מעג מען עסן?
כשרות, חיזוק פאר פרויען, קינדער, מורה דרך, היכל הקודש, מנהגים, חברים, מסורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אזוי ווי מיר האבן זיך אריבערגעצויגן צו אן אנדערע געגנט, און דא איז שווערער צו טרעפן עסנווארג מיט די בעסטע אנגענומענע הכשרים אזוי ווי מיר זענען געווען צוגעוואוינט אין אונזער פריערדיגע פלאץ, האבן מיר אנגעהויבן עסן נאך פארשידענע הכשרים וואס חברים פון היכל הקודש האבן געזאגט פאר מיין מאן אז יענע הכשרים זענען גוט און אז מוהרא"ש האט געהאלטן פון די הכשרים. האב איך אבער געוואלט פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א ווי אזוי זיך צו פירן איבער דעם.


איך האב געוואלט פרעגן נאך א זאך, איך גיי צו די צוזאמקומען פון פרויען פון היכל הקודש ביי אונז אין שטאט, און די פרויען האבן גערעדט וועגן זיך אפרוען פון נאך קינדער, און איך דארף זיך כסדר פארענטפערן פאר זיי, און דאס נעמט מיר אוועק די אפעטיט פון אהינגיין נאכאמאל. איך וויל האבן אסאך געזונטע קינדערלעך בעז"ה, אפילו עס איז שווער, און איך בעט נישט קיין הילף פון זיי. אבער איך ווער זייער צעבראכן צי איך בין גערעכט צי נישט, יעדעס מאל איך בין אביסל אויסגעמוטשעט טראכט איך שוין נאכאמאל צי איך האב כח פאר קינדער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, שובבי"ם, כ"ט שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז מען קומט קיין היכל הקודש - טאר מען נישט מזלזל זיין אין די גוטע וועג ווי מען האט זיך געפירט ביז אהער, היכל הקודש איז נישט אוועק צו נעמען די גוטע מנהגים, היכל הקודש איז - אויסלערנען די עצות פון רבי'ן; התבודדות, שמחה, זיך מחי' זיין מיט גוטע נקודות, אכטונג געבן אויף שלום בית; נישט אויף מזלזל זיין אויף מנהגים וואס מען האט זיך געפירט ביז אהער.


לאזט נישט נאך אויף הכשרים, בפרט פלייש דארף מען נאכמער אכטונג געבן צו עסן נאר פון א גאר ערליכע הכשר. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לז) אז צוליב נישט ערליכע שוחטים - מוטשעט מען זיך מיט פרנסה; גייט מיט די וועג פון אמאל, און נעמט היכל הקודש אויף חיזוק צו זיין פרייליך און צו מקיים זיין די תורה מיט שמחה.


בנוגע וכו'; אז מען קומט זיך צוזאם - די פרויען פון אנשי שלומינו – איין מאל א וואך אדער איין מאל א חודש - איז דאס זיך צו מחזק זיין אין די ענין פון רעדן צום אייבערשטן, און חיזוק אין זיין א געטרייע ווייב און א רואיגע מאמע; און אז דער זאגט דעות וועגן האבן קינדער וכו' און יענער זאגט דעות וכו' - דאס איז נישט קיין זאך וואס מען מעג רעדן, דאס איז נישט קיין זאך וואס חבר'טעס מאכן אפ, דאס האט מיט גרויסע ערליכע רבנים, דאס איז נישט קיין זאכן וואס מען רעדט ביי פרויען שמועסן.


גייט מיט אייער מאן נרו יאיר צו ענקער דיין, ענקער מורה דרך, און ער וועט אייך מדריך זיין מיט די וועג פון די תורה. ווייל עס איז דא צייטן וואס מען דארף בויען די וועלט, און עס איז דא צייטן וואס מען דארף זיך אפרוען, און ביי די פרויען צוזאמקום זאלט איר גיין זיך מחזק זיין און שעפן פרישע כוחות; מען קען שמועסן פון שטוב זאכן, פון קליידער, פון קאכן און באקן, פון עצה'לעך ווי זיך אומצוגיין מיט די קינדער, אבער נישט אויף צו מאכן א משפחה פלאן וויפיל קינדער, און אזוי ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#159 - ווי אזוי קען איך ארויפקוקן מיין מאן?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, נ"ך

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיעורים און בריוו, עס איז מיר זייער מחזק.


מיר האבן חתונה געהאט נישט לאנג צוריק און איך וויל פרעגן ווי אזוי איך קען ארויפקוקן און שעצן מיין מאן אין די צייט וואס איך קען תנ"ך בעסער פון אים, ער שטייט אויף שפעט און גייט שפעט און כולל, ווי אזוי קען איך אים אזוי ארויפקוקן?


איך בין זייער צעבראכן און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען מחזק זיין און ווייזן א וועג ווי אזוי צו פארבעסערן מיין שלום בית.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ל' שובבי"ם, ט"ז שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער הייליגער רבי האט זיך אויסגעדרוקט: "נ"ך איז מיין מוסר ספר"; ווייל גאנץ ספר נ"ך איז איין שטיק מוסר, עס לערנט ווי שיין דאס לעבן איז ווען מען פאלגט דעם אייבערשטן, ווען מען גייט אין די וועג פון צדיקים; די פיינט קענען נישט שלעכטס טון ווען מען גייט אין די וועג פון די תורה, ווען מען פאלגט דעם נביא. אך און וויי אויב מען לאזט אפ די תורה, מען פאלגט נישט די נביאים, די צדיקים; די פעלקער קומען און מאכן אלעס חרוב השם ישמרינו, ביז מען טוט תשובה - ווערט אלעס צוריק גוט.


אז איר האט געלערנט נ"ך און איר קענט דאס בעסער פון אייער מאן - דארף דאס נישט מאכן איר זאלט אראפקוקן אייער מאן, אדרבה דאס דארף ברענגען ענוה און הכנעה צום אייבערשטן און זיין א געטרייע ווייב.


אזוי אויך אז איר זענט מער צייטליך, און אייער מאן שטייט אויף שפעט - זאלט איר אים נישט אראפקוקן, מען קען נאכאלץ ארויפקוקן אויפ'ן מאן און זען אין אים גוטס - אפילו ער שלאפט; זוכט אויף אין אים גוטע זאכן און קוקט אויף דעם.


מיט אביסל חכמה און מיט גוטע ווערטער - קען די ווייב מאכן דעם מאן פאר א גרויסער צדיק און א גרויסער תלמיד חכם. מיט גוטע ווערטער און אים שעצן, זוכן דאס גוטס אין אים און אים געבן דעם גוטן געפיל ווי ער איז יא ווערד - דורכדעם פאלן אוועק אלע פראבלעמען. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה פארציילן (בראשית רבה יז, ז): "מַעֲשֶׂה בְּחָסִיד אֶחָד שֶׁהָיָה נָשׂוּי לַחֲסִידָה אַחַת, וְלֹא הֶעֱמִידוּ בָּנִים זֶה מִזֶּה, אָמְרוּ, אֵין אָנוּ מוֹעִילִים לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא כְּלוּם, עָמְדוּ וְגֵרְשׁוּ זֶה אֶת זֶה", עס איז געווען א מעשה מיט אן ערליכער איד וואס איז געווען חתונה געהאט צו אן ערליכע פרוי, עס איז אריבער לאנגע יארן וואס זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער און זיי האבן זיך גע'גט. "הָלַךְ זֶה וְנָשָׂא רְשָׁעָה אַחַת, וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ רָשָׁע", דער ערליכער איד איז געגאנגען און האט חתונה געהאט מיט א שלעכטע פרוי און זי האט געמאכט אז איר מאן דער צדיק זאל אויך ווערן א רשע, "הָלְכָה זֹאת וְנִשֵּׂאת לְרָשָׁע אֶחָד וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ צַדִּיק", און די ערליכע פרוי האט חתונה געהאט מיט א רשע און זי האט אים געמאכט פאר א גרויסער צדיק, "הֱוֵי שֶׁהַכֹּל מִן הָאִשָּׁה", זעט מען פון דעם אז אלעס איז געוואנדן אין די פרוי.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#158 - ווי אזוי מאך איך אז מיין מאן זאל זיך אויסקומען מיט מיין טאטע?
שלום בית, שווער און שוויגער, חיזוק פאר פרויען, קאמפלימענטס, רעדן, שבת ליכט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן ווי אזוי איך קען מאכן אז מיין מאן זאל זיך בעסער אויסקומען מיט מיין טאטע, ער געבט זיך ממש נישט קיין עצה מיט אים, און דאס שטערט מיר זייער שטארק.


מיר האבן חתונה געהאט נישט לאנג צוריק, און איך וויל אזוי שטארק ער זאל האבן א גוטע קשר מיט מיין טאטע, וואס קען איך טון דערצו?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ל' שובבי"ם, ט"ז שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייט אזוי ווי אהרן הכהן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות דרבי נתן יב, ג) ער האט משנה געווען מפני השלום. ראובן איז געווען צעקריגט מיט שמעון זיי האבן נישט גערעדט איינער מיטן צווייטן, האט ער געזאגט פאר ראובן: "שמעון וויל זייער שטארק מאכן שלום, ער שעמט זיך נאר פון דיר, ער האט דיך זייער ליב", און אזוי האט ער געטון מיט שמעון, ער האט אים געזאגט: "ראובן וויל זייער שטארק רעדן מיט דיר, אבער ער שעמט זיך"; ביז זיי האבן זיך געטראפן איינער מיטן צווייטן און שלום געמאכט.


זאגט אייער מאן ווי שטארק אייער טאטע האלט פון אים, און פאר אייער טאטע זאלט איר זאגן אז אייער מאן רעדט זייער שיין פון אים, און אפילו איינער האט וויי געטון דעם צווייטן - קען מען נאכאלץ זאגן שיינע ווערטער, ווי: "יענער האלט פון דיר, ער האט זיך פארלוירן - האט ער געזאגט וכו', אבער ער מיינט נישט".


דורכן געבן א גוט ווארט פון איינעם צום צווייטן קומט נישט ארויס קיין שאדן, עס קומט ארויס נאר גוטס, און מען דארף נישט מורא אז יענער וועט זאגן עס איז נישט אמת, און אויב איינער איז אביסל שארפער פונעם צווייטן, זאגט מען יענעם: "מיין מאן איז זייער הייקל, ער קען נישט נעמען די וועג פון רעדן שטארק", אדער מען זאגט פאר'ן מאן: "מיין טאטע איז זייער הייקל, ער נעמט יעדע זאך פערזענליך, זאלסטו פרובירן מער אכטונג געבן"; א פרוי מיט אביסל שכל - קען מאכן איר מאן מיט איר טאטע זאלן זיין זייער נאנט.


ווען איר צינדט ליכט זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן עס זאל זיין שלום צווישן אייער משפחה, און פאר ערליכע דורות; ווייל וואס תפילה פועל'ט קען מען נישט פועל'ן מיט קיין שום אנדערע זאך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#157 - וואס טוט מען ווען מיין מאן איז נישט מסכים איך זאל הערן די שיעורים?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, חסידות ברסלב, דרשות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א יונגע ווייבל פון ארץ ישראל, איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א עטליכע חדשים פאר מיין חתונה, און איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך האב באקומען אסאך חיזוק אין אמונה און תפילה בזכות די שיעורים.


יעצט, נאך מיין חתונה, זע איך אז מיין מאן איז זייער נישט צופרידן פון דעם אז איך בין מקורב צו ברסלב. וואס זאל איך טון? דארף איך אים פאלגן און אויפהערן הערן די שיעורים וואס ברענגען מיר אזויפיל קרבת אלוקים און שמחה און עבודת השם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תצא, י"א אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייט קלוג, באנוצט זיך מיט חכמה - וועט איר אים אויך קענען מקרב זיין. אייער מאן האט געהערט לשון הרע אויפ'ן רבי'ן; ליידער איז דא אסאך לשון הרע אויף ברסלב, די מחלוקת ציט זיך שוין אזוי לאנג, פון רבינ'ס צייטן; דאס מאכט ער זאל נישט וועלן האבן א ווייב וואס האט צו טון מיט די שלעכטע זאכן.


דעריבער זאלט איר זיך נישט רייצן מיט קיינעם, נישט מיט אייערע עלטערן און זיכער נישט מיט אייער מאן; מען קען זיין צוגעבינדן צום הייליגן רבי'ן אן דעם וואס איינער זאל וויסן. ביי מענער איז דאס אויך אזוי, מען קען זיין צוגעבינדן צום רבי'ן, לעבן מיט'ן רבי'ן אז קיינער זאל נישט חלומ'ן; אויסער ראש השנה, דעמאלט מוזן אלע מענער פון גרויס ביז קליין גיין צום רבי'ן, אבער ביי פרויען איז דאך נישט שייך פארן קיין אומאן; קען מען זיין מקושר אן דארפן אפגעבן דין וחשבון פאר קיינעם. ווייל ברסלב איז נישט קיין פלאץ, ברסלב איז שכל; דער רבי געבט שכל, דער רבי איז מחזק ומעודד יעדן איינעם, דער רבי שיינט אריין אמונה, מען זאל גלייבן אז אלעס איז דער אייבערשטער, קיין שום זאך פאסירט פערצופאל, אלעס האט א חשבון; דער רבי שיינט אריין האפענונג. איר קענט אויסהערן די שכל פון רבי'ן, די חיזוק און די עצות וואס געבט אטעם פאר'ן לעבן, מען דארף נישט קיין רשות פון קיינעם צו הערן חיזוק און עצות פון צדיקים; נעמט די עצות און לעבט מיט דעם.


איינע פון די וויכטיגע זאכן ביים רבי'ן איז שלום בית; טוט אלעס אין דער וועלט עס זאל זיין שלום אין שטוב. זייט מכבד אייער מאן, רעדט צו אים ווי מען רעדט צו א פערזענליכקייט, זייט שטענדיג גרייט פאר אים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עירובין ק:) א פרוי וואס איז גרייט פאר'ן מאן וועט האבן קינדער אזוי גרויס, גרעסער פון די דור פון משה רבינו; און בעטס דעם אייבערשטן אז אלע אידן זאלן וויסן פון רבי'ן, אלע אידן זאלן איינערקענען דאס גרויסקייט פון צדיקים, עס זאל בטל ווערן אלע מחלוקות און אלע לשון הרע'ס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#156 - דארף איך פארמינערן מיין צניעות, צופרידן צו שטעלן מיין מאן?
שלום בית, צניעות, חיזוק פאר פרויען, סגולות, שערן די האר, כלה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק און שיעורים.


מיין מאן ארבעט שווער פאר פרנסה א גאנצן טאג, און ווען ער קומט אהיים וויל ער איך זאל אים אפווארטן שיין אהערגעשטעלט, איך זאל גיין קורץ און אפן ביי די האלז און דאס גלייכן, פארשטייט זיך ווען די קינדער שלאפן שוין.


פאר מיר איז אבער זייער שווער זיך צו דרייען אזוי אין שטוב, עס איז קעגן מיין חינוך ווי אזוי איך בין אויפגעוואקסן, און איך שפיר אז דאס איז נישט אויסגעהאלטן.


נאך א זאך, מיר ווארטן אויף א שמחה ברוך ה', און מיין מאן וויל איך זאל זיך נישט אפשערן די האר אינגאנצן, נאר לאזן אביסל מער באוואקסן. איך קום ברוך ה' פון א גוט שטוב און עס איז מיר גאר שווער אים דאס נאכצוגעבן, איך האב ליב צו גיין און זיך פירן נאר צניעות'דיג, אבער ער וויל אנדערש.


אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר ביטע ענטפערן ווי אזוי זיך צו פירן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


גיין אנגעטון שיין אהער געשטעלט, און גיין קורץ און אויסגעשניטן - דאס איז צוויי זאכן, דאס האט נישט קיין שייכות איינס צום צווייטן, דאס איז הימל און ערד; א אידישע פרוי דארף גיין אנגעטון שיין אהער געשטעלט פאר איר מאן, זי וועט באקומען א גרויסע שכר אויף דעם. פון די אנדערע זייט, קורץ, אויסגעשניטן וכו' - דאס מאכט נישט צופרידן און נישט פרייליך.


העלפט אייער מאן, מאכט אים גוט, לייגט צו קאפ און הארץ זיך אנצוטון אזוי ווי א אידישע פרוי דארף גיין. אז איר וועט זיך מאכן שיין פאר אים - וועט ער אייך אפלאזן, אז איר וועט זיין גרייט פאר אים - וועט אים זיין גרינגער צו זיין אפגעהיטן, ער וועט קענען זיין ערליך.


עס איז א מצוה צו לערנען מיט כלות דאס הייליגקייט פון זיין גרייט פאר'ן מאן, דאס גרויסקייט פון זיך שיין מאכן פאר'ן מאן. די הייליגע חכמים זאגן אונז (עירובין ק:): "כל אשה שתובעת בעלה לדבר מצוה, הווין לה בנים שאפילו בדורו של משה לא היו כמותן", א פרוי וואס איז גרייט פאר'ן מאן וועט זוכה זיין צו קינדער אזוי הייליג און אזוי קלוג, וואס איז נישט געווען אין די צייטן פון משה רבינו.


א פרוי מיט אביסל שכל קען האבן א חיים טובים, א זיס לעבן; זי ווארט אפ איר מאן מיט א שמייכל, מיט א גוט ווארט, זי איז גרייט פאר אים וכו', זי טוט זיך אן פאר אים שיין, דעמאלט וועט ער נישט דארפן די אנדערע זאכן.


בזכות וואס איר שערט זיך - וועט איר האבן ערליכע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#155 - ווי אזוי קען א אידישע מאמע פירן א שטוב ריכטיג?
התחזקות, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, אידישע שטוב, דרשות, ריינקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די הערליכע וויכטיגע שיעורים, עס האט מיר ממש געראטעוועט מיין לעבן, אבער ווען איך הער די שיעורים ווי אזוי א אידישע מאמע דארף פירן א שטוב, עס האלטן ריין און מסודר, גייט עס מיר נישט, וויפל איך פרוביר צו האלטן סדר אין שטוב, האלט עס אן נאר פאר אפאר טעג, און דערנאך פלאצט עס, די גאנצע שטוב גייט אויף רעדער, און איך ווער זייער צובראכן פון דעם, איך הויב אן טראכטן אז פון מיר וועט שוין גארנישט ווערן און איך טויג צו גארנישט, וואס איך פרוביר נאר צו טון, האלט עס נישט אן מער ווי פאר עטליכע טעג.


פארשטייט זיך אז ווען די גאנצע שטוב איז אזוי איבערגעקערט, האב איך נישט קיין פינטל ישוב הדעת צו די קינדער, און איך שעם זיך פשוט פון מיין מאן, איך האב רחמנות אויף אים אז ער האט אזא אומבאפארעטע פרוי.


איך וועל זיך שטארק פרייען אויב דער ראש ישיבה וועט מיר קענען געבן אן עצה, און א תפילה, אויף דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לב:): "ארבעה צריכין חזוק", אויף פיר זאכן דארף מען כסדר חיזוק, "ואלו הן, תורה ומעשים טובים", מען דארף חיזוק צו לערנען תורה און צו טון גוטע זאכן, "תפלה ודרך ארץ", מען דארף חיזוק אויף תפילה און אויף דרך ארץ; דרך ארץ מיינט ארבעט וואס מען האט צו טון, צום ביישפיל, אן ארבעטער וואס ארבעט - דארף חיזוק צו גיין ארבעטן, א סוחר וואס קויפט און פארקויפט סחורה - דארף חיזוק צו קויפן און פארקויפן זיינע סחורה; אזוי אויך א אידישע פרוי, א אידישע מאמע - דארף חיזוק אנצוגיין מיט די שטוב ארבעט.


מיינט נישט אז נאר איר דארפט חיזוק; דער הייליגער רבי - ער איז דאך געווען אזוי גרויס, מיר האבן נישט קיין השגה ווי גרויס דער רבי איז געווען - האט אויך געווארט אויף חיזוק. דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מח): "שָׁמַעְנוּ מִצַּדִּיק אֲמִתִּי שֶׁאָמַר", איך האב געהערט פון אן אמת'ן צדיק וואס האט געזאגט (מיר האבן געהערט פון מוהרא"ש אז דאס איז דער רבי אליינס): "שֶׁאִלּוּ הָיָה אוֹמֵר לוֹ אֶחָד, יִהְיֶה מִי שֶׁיִּהְיֶה", אויב וואלט ער געהאט איינעם, נישט קיין חילוק ווער דער מענטש איז, וואס זאל אים זאגן, "בְּעֵת שֶׁעָסַק בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בִּתְחִלָּתוֹ", ווען ער האט אנגעהויבן דינען דעם אייבערשטן, "אָחִי", ברודער, "חֲזַק", שטארק זיך, "וֶאֱחֹז עַצְמְךָ", און דערהאלט זיך, "הָיִיתִי רָץ וּמִזְדָּרֵז מְאֹד בַּעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ", וואלט איך זוכה געווען צו טון אסאך מער אין עבודת השם, "כִּי גַּם עָלָיו עָבַר כָּל הַנַּ"ל", ווייל אויף אים איז אויך אריבער שווערע ביטערע נסיונות, "וְלֹא הָיָה שׁוֹמֵעַ שׁוּם הִתְחַזְּקוּת מִשּׁוּם אָדָם", ער האט אויך געשפירט ביי זיך ווי קיינער דארף אים נישט, און קיינער האט אים נישט געגעבן קיין שום חיזוק ווערטער.


עס איז זייער וויכטיג פאר יעדן איינעם אויסצוהערן שיעורים פון חיזוק, יעדער איינער דארף חיזוק; בפרט אידישע פרויען - זיי דארפן דאס מערסטע חיזוק, ווייל זיי זענען עוסק אין אויפבויען די וועלט. די וועלט שטייט אויף אידישע פרויען, זיי זענען פארנומען מיט די קינדער, עס ליגט אויף זיי די שווערע ארבעט פון ברענגען קינדער און זיי אויפהאדעווען, נישט אומזיסט האט דער רבי געזאגט פאר אנשי שלומינו מען זאל זייער אכטונג געבן אויף די כבוד פון די ווייב. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רסד): "הֲלֹא הַנָּשִׁים הֵם סוֹבְלִים צַעַר וְיִסּוּרִים גְּדוֹלִים מְאֹד מְאֹד מִיַּלְדֵיהֶם", די פרויען האבן דאך אזעלכע שווערע ווייטאג פון די קינדער, "צַעַר הָעִבּוּר, וְהַלֵּדָה, וְהַגִּדּוּל", זיי ליידן ביים ווארטן וכו', ביים געבוירן וכו' און ביים אויפציען, "כַּאֲשֶׁר יָדוּעַ לַכֹּל עֹצֶם מַכְאוֹבָם וְצַעֲרָם וְיִסּוּרֵיהֶם", אזוי ווי עס איז באקאנט פאר אלעמען זייער שווערע לעבן.


אויב עס איז אייך שווער די ארבעט - זאלט איר מאכן אביסל, מען דארף נישט מאכן אלעס אויף איין מאל, מען מאכט אביסל דא אביסל דארט, מען בעט דעם מאן זאל ארויסהעלפן, ביידע אינאיינעם איז גרינגער. שלמה המלך זאגט (קהלת ד, ט): "טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד", עס איז בעסער צוויי אינאיינעם ווי אליינס; איינער אליינס פאלט פון די כוחות, אינאיינעם מיט'ן מאן - וועט אייך זיין גרינגער.


בשעת איר מאכט די ארבעט - זאלט איר רעדן און שמועסן מיט'ן אייבערשטן. דאס רעדן צום אייבערשטן געבט כח, עס מאכט גרינג. אמונה געבט כח, אמונה מאכט תחיית המתים; אזוי ווי מען נעמט אריין אין זיך דעם אייבערשטן, אפילו מען האט נישט קיין איין טראפ כח, מען ליגט ווי א טויטער, מען קען זיך נישט רירן, ווי נאר מען הויבט אן טראכטן פונעם אייבערשטן - ווערט מען לעבעדיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#154 - זאל מען אוועקלייגן געלט אויף שפעטער?
שלום בית, חתונה, אידיש געלט, חיזוק פאר פרויען, פרנסה, דירה, געלט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים, מיין מאן און איך זענען זיך זייער מחזק, עס העלפט אונז אסאך אין לעבן.


איך האב געוואלט פרעגן צוויי זאכן. ערשטנס וועגן אוועקלייגן געלט, דער ראש ישיבה שליט"א האלט אז מען זאל אוועקלייגן אביסל געלט אין די זייט יעדע וואך אדער חודש פאר שפעטער, צום ביישפיל צו קויפן א הויז אדער פאר'ן חתונה מאכן די קינדער, אפילו פאר א פשוטע ביליגע חתונה דארף מען אויך האבן געלט.


צווייטנס, ווען מיר עסן ביי מיינע עלטערן, קען מיין מאן זיך אנרופן צו מיר אינמיטן די סעודה נארישע באמערקונגען אויף דאס און אויף יענץ, און איך ווייס נישט ווי אזוי צו רעאגירן. עס שטערט מיר נישט אזוי ווייט די זאכן וואס ער זאגט, אבער עס איז אינמיטן די סעודה, און עס קומט נישט אריין יעצט, און איך ווייס נישט ווי אזוי צו רעאגירן אויף א וועג אז ער זאל נישט באמערקן אז עס מאכט מיר נערוועז, און עס פאסט נישט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אוודאי דארף מען אוועקלייגן געלט צו קענען קויפן א הויז, קענען חתונה מאכן די קינדער און קענען לעבן; דער רבי האט זייער מקפיד געווען מען זאל אכטונג געבן נישט צו פארלירן די געלט (שיחות הר"ן, סימן רפא), ווען אנשי שלומינו זענען געקומען קרעכצן צום רבי'ן אז זיי האבן פארלוירן געלט - פלעגט דער רבי זיי פארשעמען, דער רבי פלעגט זיי פארהאלטן פארוואס זיי האבן נישט אכטונג געגעבן, וויאזוי קען דאס פאסירן?!


בנוגע אייער מאן וכו'; פון אייערע ווערטער פארשטיי איך אז עס שטערט אייך נאר ווען איר זענט צווישן מענטשן, איר האט פרעשור וואס מען וועט זאגן; בעט איך אייך זייער, איר זאלט קוקן אויף אייער מאן מיט שעצונג, עס זאל אייך נישט אינטערעסירן וואס אנדערע טראכטן אויף אים און וואס זיי זאגן אויף אים; ער זאל זיין אין אייערע אויגן ווי א קעניג, עס זאל אייך נישט באדערן וואס ער זאגט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#153 - ווי אזוי קען איך זיין א גוטע מאמע?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, סבלנות, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זייער דאנקבאר פאר אלע דרשות און חיזוק וואס מיר באקומען פונעם ראש ישיבה שליט"א, איך ווייס אז איך מיט מיין מאן וואלטן קיינמאל נישט אנקומען צו וואו מיר האלטן יעצט, ווען נישט די געוואלדיגע דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א.


עס איז דא איין זאך וואס גייט מיר זייער שווער, דאס איז צו מחנך די קינדער. איך האב ברוך ה' ליכטיגע קלוגע געזונטע קינדער, אבער איך פיל זייער שלעכט פאר זיי, ווייל איך און מיין מאן שרייען אסאך אויף זיי, און צומאל געבן מיר זיי אויך פעטש. מיינע קינדער פאלגן נישט! זיי פאלגן נישט מיר און נישט מיין מאן! זיי קריגן זיך, פארגינען נישט, און הרג'ענען זיך א גאנצן טאג.


וויפיל איך פרוביר צו זיין א גוטע מאמע, קען איך אבער נישט אויסהאלטן, און ביים סוף שריי איך אויף זיי, און איך פיר זיך נישט צו די קינדער ווי עס דארף צו זיין.


עס טוט מיר זייער וויי, און איך וואלט זייער געוואלט גיין צו "חינוך קלאסן", זיך אויסצולערנען ווי אזוי מען איז מחנך קינדער, אבער מיין מאן וויל נישט איך זאל גיין, ווייל דער ראש ישיבה רעדט קעגן דעם.


אפשר קען דער ראש ישיבה מיר העלפן און מיר געבן דעם ריכטיגן וועג אין חינוך, אז איך און מיין מאן זאלן קענען זיין בעסערע עלטערן, נישט שרייען און שלאגן די קינדער ווען זיי רעגן אונז אויף מיט זייער אויפפירונג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ה' פרשת בחוקותי, כ"ו אייר, מ"א לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אייער מאן איז גערעכט, איר וועט גארנישט באקומען ביי די פלעצער.


שרייען אויף קינדער איז נישט קיין עצה, און שלאגן איז זיכער נישט קיין עצה. שלאגן העלפט נישט; שלאגן איז א וועג זיך אויסצוגעבן די נערווען. שרייען איז א פוילע וועג, סבלנות איז די וועג; מיט קינדער דארף מען האבן אייזערנע נערווען, נאכמאל זאגן און נאכאמאל זאגן, נישט ווערן אויפגערעגט ווען מען פאלגט נישט.


חינוך הבנים והבנות איז א שווערע ארבעט, אבער עס לוינט זיך די ארבעט, עס לוינט צו האבן סבלנות פאר קינדער; ביים סוף שניידט מען שיינע פירות.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט האבן געדולד, נישט ווערן פארלוירן ווען די קינדער פאלגן נישט. בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט וויסן ווי אזוי צו רעדן צו די קינדער, ווי אזוי מען מאכט אז קינדער זאלן פאלגן - אזוי וועט איר מצליח זיין מיט זיי. איר וועט נישט דארפן שרייען און שלאגן, ווייל דאווענען און בעטן דעם אייבערשטן איז די סוד פון הצלחה, נישטא קיין אנדערע עצה נישטא קיין אנדערע טריק מיט קינדער - נאר בעטן און בעטן דעם אייבערשטן.


איר ווייסט די מעשה וואס מוהרא"ש דערציילט, אמאל איז א איד געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט זיך דער הייליגער חפץ חיים אויפגעשטעלט פון זיין פלאץ און ארויסגענומען פון ספרים שאנק אן אלטע תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, ער האט דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "זעסט? דאס איז די תהלים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#152 - תיקון הכללי איז אויך פאר פרויען?
חיזוק פאר פרויען, תיקון הכללי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט וויסן אויב תיקון הכללי איז אויך פאר פרויען?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקהל, י"ט אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי; תיקון הכללי איז פאר אלעמען, סיי פאר מענער און סיי פאר פרויען.


אינטערעסאנט, דער תיקון איז א גרינגע זאך, עס איז נישט שווער צו זאגן צען קאפיטלעך תהילים, עס נעמט נישט לאנג צו זאגן די קאפיטלעך - דאך קומט עס אן שווער צו טון; דאס איז ממש וואס דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא): "צען קאפיטלעך איז א גרינגע זאך צו זאגן, אבער וויבאלד איך האב דאס געזאגט צו טון - וועט שוין זיין אויף דעם א מניעה".


עס איז באוויסט צווישן סאטמערע חסידים אז דער הייליגער סאטמער רבי זכותו יגן עלינו האט געזאגט מען זאל אריינדרוקן אין דער תהילים וואס ער האט ארויסגעגעבן, ביים ערשטן בלאט: "סגולה גדולה ותיקון הברית לומר אלו עשרה קאפיטל תהילים ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ", א גרויסע סגולה און א תיקון הברית צו זאגן די צען קאפיטלעך תהילים.


וואויל איז דעם מענטש וואס זאגט די תיקון הכללי יעדן טאג, ער וועט האבן פרנסה בשפע און וועט אלעס פאררעכטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#151 - פארוואס דארף מיין בחור אויפשטיין אזוי פרי פארטאגס?
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין זון איז אין א ישיבה וואס מ'גייט דארט אהיים שפעט ביינאכט, און אינדערפרי דארף איך אים שוין אויפוועקן גאר פרי פארטאגס, עס רעגט מיר זייער אויף, וואס קען איך טון דערצו?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תצוה, ז' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואס רעגט אייך אויף? דאנקט דעם אייבערשטן אז אייער זון לערנט פלייסיג פון אינדערפרי ביז שפעט ביינאכט, דאס איז דאך די גרעסטע תענוג פאר עלטערן, צו זען די קינדער גיין אין ישיבה לערנען און דאווענען, דינען דעם הייליגן באשעפער! וויפיל עלטערן זעען זייער קינד גיין ארבעטן פון אינדערפרי ביז שפעט ביינאכט, זיי וואלטן ווען גע'חלש'ט אז זייער קינד זאל גיין אין ישיבה לערנען און דאווענען, וואס איז אייער פראבלעם?!


אז איר וועט אים אפווארטן מיט ווארעמקייט, מיט א גוט ווארט, מיט עסן וכדומה, און איר וועט אים אויפוועקן אינדערפרי ער זאל גיין לערנען - וועט איר זוכה זיין לחיי עולם הבא. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (ברכות יז.): "נָשִׁים בְּמַאי זָכְיָן?" פרויען האבן דאך נישט די מצוה פון לערנען די הייליגע תורה, וואס ברענגט זיי לחיי עולם הבא? "בְּאַקְרוּיֵי בְנַיְהוּ לְבֵי כְנִשְׁתָּא וּבְאַתְנוּיֵי גֻבְרַיְהוּ בֵּי רַבָּנַן, וְנָטְרִין לְגֻבְרַיְהוּ עַד דְּאָתוּ מִבֵּי רַבָּנַן", מיט דעם וואס זיי שיקן די קינדער לערנען תורה, אויף דעם וועלן זיי באקומען שכר.


א גוט ווארט פון א מאמע איז שטערקער פון אלעס אויף די וועלט, א ווארעם ווארט וואס א מאמע געבט פאר'ן בחור, זי מאכט אים זיך גוט שפירן; זי רומט אים, סיי דירעקט און סיי אומדירעקט, דאס הייסט זי זאגט א גוט ווארט אויפ'ן קינד פאר'ן מאן גענוג הויך אז דער קינד זאל הערן - דאס איז אזוי שטארק, עס קען אים ראטעווען פון אלע שווערע ביטערע נסיונות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#150 - וואס קען א פרוי טון ווען איר מאן האט א סמארטפאון?
שלום בית, קדושה, חיזוק פאר פרויען, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, אידישע שטוב, סמארטפאון, שבת ליכט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט בעטן אויב דער ראש ישיבה קען געבן חיזוק פאר פרויען וואס זייערע מענער האבן א סמארטפאון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אסאך פרויען דארפן חיזוק אויף דעם פרט, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף, מיט די שכל פון רבי'ן, און מיט אסאך סבלנות - קען מען זוכה זיין צו אן ערליכע שטוב, א ריינע שטוב.


איר ווייסט אודאי דאס וואס מען לערנט מיט אלע מיידלעך און פרויען, "בִּזְכוּת נָשִׁים צִדְקָנִיּוֹת נִגְאַלוּ אֲבוֹתֵינוּ מִמִּצְרַיִם" (סוטה יא.), בזכות די ערליכע פרויען זענען אונזערע עלטערן ארויס פון מצרים; וואס פאר א גרויסע זאכן האבן די ערליכע פרויען געטון אז זיי האבן געברענגט די גאולה? דערציילן די הייליגע חכמים (שם), די אידן אין מצרים האבן געארבעט זייער שווער און זיי האבן נישט געהאט קיין כח פאר גארנישט, זיי האבן בכלל נישט געוואלט אהיים קומען, ווער רעדט נאך פון האבן קינדער וכו' וכו', זייער קאפ איז געווען אויסגעברענט פון ארבעטן שווער; אזוי ווי היינטיגע טעג, די וואס האבן א טעלעפאן און זענען איינגעטונקען ראשו ורובו אינעם טעלעפאן, קאפ און הארץ אין די נייעס, די מח מחשבה אין די נארישקייטן; די אידן אין מצרים זענען געווען שמוציג פון די פעלד ארבעט, זיי האבן נישט געטראכט פון אהיים גיין.


די ערליכע פרויען, די נשים צדקניות - זענען ארויס אין פעלד צו זייערע מענער, זיי האבן מיט געברענגט וואסער, יעדע פרוי האט אפגעוואשן איר מאן, און דער אייבערשטער האט געמאכט א נס, בשעת זיי זענען געגאנגען שעפן וואסער איז אריין געשווימען קליינע פיש, דאס האבן זיי געגעבן פאר זייערע מענער, און יעדע פרוי האט גערעדט שיין צו איר מאן, מיט ליבשאפט, און זיך שיין געמאכט פאר אים וכו', ביז דער מאן האט באקומען א שטארקע ליבשאפט צו זיין ווייב, אזוי זענען זיי געווען צוזאמען וכו' וכו', און אזוי איז ארויסגעקומען כלל ישראל.


די הייליגע חכמים זאגן (ילקוט רות, ד'): "בִּזְכוּת נָשִׁים צִדְקָנִיּוֹת עֲתִידִין לְהִגָּאֵל", אין זכות פון די נשים צדקניות וועלן מיר ארויסגיין פון דעם לאנגן ביטערן גלות ; בזכות די ערליכע פרויען וואס טוען דאס זעלביגע וואס די ערליכע פרויען האבן געטון אין מצרים, זיי ווארטן אפ דעם מאן, זיי גייען אנטקעגן דעם מאן, זיי קוקן נישט אויף גארנישט, זיי ארבעטן מיט חכמה, זיי רעדן שיין צום מאן, זיי האבן ליב דעם מאן, - ביז דער מאן וויל פון זיך אליינס שוין נישט די אלע נארישקייטן.


אז מען האט א גוטע ווייב, אן ערליכע פרוי, א קלוגע, וואס זי איז פון איין זייט שטארק ביי זיך נישט צו האבן קיין כלים וואס רבנים אסר'ן, און פון די אנדערע זייט זענען זיי גוט צום מאן, אפילו ער איז נאכנישט דערביי - אין זייער זכות וועלן מיר אויסגעלייזט ווערן.


ביי די שבת ליכט דערמאלט איז א צייט וואס פרויען קענען פועל'ן גרויסע ישועות. מוהרא"ש זאגט, ווען פרויען וואלטן געוויסט וואס זיי קענען אויסבעטן ביי די ליכט - וואלטן זיי זיכער גע'פועל'ט אלעס וואס זיי דארפן.


מוהרא"ש דערציילט, רבי נתן האט געבעטן זיין ווייב און זיינע טעכטער, ווען זיי צינדן אן די שבת ליכט זאלן זיי בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם אזוי ווי איך צינד אן די ליכט, אזוי זאל אנגעצינדן ווערן דעם הייליגן רבינ'ס ליכט אין אלע אידישע הערצער"; דאס דארפן אלע פרויען בעטן ביי די שבת ליכט: "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם אַזוֹי וִוי אִיךְ צִינְד יֶעצְט אָן דִי שַׁבָּת לִיכְט, מַאךְ אוּנְז לִיכְטִיג אוּנְזֶער לֶעבְּן אוּן מַאךְ לִיכְטִיג פַאר אַלֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער; אַלֶע זָאלְן וִויסְן פוּן דִיר אוּן אַלֶע זָאלְן וִויסְן פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן. צִינְד אָן מַיין מַאן'ס הַארְץ עֶר זָאל דִיךְ דִינֶען מִיט לִיבְּשַׁאפְט אוּן צִינְד אָן דִי הֶערְצֶער פוּן מַיינֶע קִינְדֶער".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#149 - וואס וועלן פרויען מיטנעמען אויף יענע וועלט?
חיזוק פאר פרויען, תכלית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מען זאגט אלעמאל פאר די מענער אז זיי וועלן מיטנעמען מיט זיך די בלעטער גמרא, משניות, תפילין, לערנען און דאווענען, אויף יענע וועלט; וואס איז מיט די פרויען? וואס וועלן זיי מיטנעמען? מיר האבן נישט די אלע זאכן אונז צו באגלייטן אויף יענע וועלט, וואס די זאכן זענען דאך די עסן און טרינקען אויף יענע וועלט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה פרעגן שוין די שאלה (ברכות יז.): "נָשִׁים בְּמַאי זָכְיָן?" מיט וואס פאר א זכותים וועלן פרויען זוכה זיין צו די וועלט און יענער וועלט, פרויען האבן דאך נישט קיין לימוד התורה? "בְּאַקְרוּיֵי בְנַיְהוּ לְבֵי כְנִשְׁתָּא", מיט דעם וואס זיי טראגן די קינדער צו לערנען תורה, "וּבְאַתְנוּיֵי גֻבְרַיְהוּ בֵּי רַבָּנַן; וְנָטְרִין לְגֻבְרַיְהוּ עַד דְּאָתוּ מִבֵּי רַבָּנַן", און מיט דעם וואס זיי העלפן זייערע מענער צו קענען לערנען, דאס איז זייער שכר.


די תורה וואס קינדער לערנען אין תלמוד תורה, די תורה וואס די בחורים לערנען, - איז אלעס בזכות די אידישע מאמעס וואס זיי שיקן די קינדער לערנען און ווארטן זיי אפ ביים אהיים קומען פון לערנען; זיי געבן זיי עסן, זיי זארגן פאר זיי, און אזוי אויך די תורה וואס אינגעלייט לערנען - איז אלעס בזכות די פרויען וואס זיי העלפן די מענער זאלן קענען לערנען.


פרויען דארפן וויסן אז זיי האבן באקומען א גרעסערע צוזאג ווי די צוזאג פאר די מענער, די הייליגע חכמים זאגן (ברכות, שם): "גְּדוֹלָה הַבְטָחָה שֶׁהִבְטִיחָן הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא לַנָּשִׁים יוֹתֵר מִן הָאֲנָשִׁים", דער אייבערשטער האט זיי צוגעזאגט א גרעסערע צוזאג ווי פאר די מענער, דער נביא זאגט (ישעיה לב, ט): "נָשִׁים שַׁאֲנַנּוֹת קֹמְנָה שְׁמַעְנָה קוֹלִי בָּנוֹת בֹּטחוֹת הַאְזֵנָּה אִמְרָתִי", דער נביא רופט אן די ערליכע פרויען מיט א טאפלטע לשון, דאס ווייזט אז זיי זענען אנגעגרייט סיי אויף די וועלט און סיי אויף יענער וועלט צו אן אייביגע גוטע לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#148 - זאל מיין ווייב משקיע זיין געלט אין א ביזנעס?
חיזוק פאר פרויען, פרנסה, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מ'טראגט אן פאר מיין ווייב צו פארקויפן געוויסע זאכן אין שטוב, מ'דארף משקיע זיין 2000 שקל, און נאך א יאר אויב ס'איז נישט געגאנגען קען מען צוריק באקומען די געלט. די זאך ארבעט אז מ'פארדינט אויך געלט אויב מ'ברענגט אריין נאך מענטשן וואס זאלן דאס פארקויפן. אין די היימישע געגנטער אין ארץ ישראל איז דאס יעצט א גרויסע מדובר, אויך פאר מיין שוועסטער האט מען עס אנגעטראגן, און מיין ווייב וויל וויסן צי ס'לוינט זיך אריינצוגיין אין דעם. איר שוועגערין, וואס איז א פארקויפערין פון די זאכן, האט גערעדט מיט איר און זי מאכט געלט אויב זי ברענגט נאך א פארקויפערין, און איר שוועגערין האט איר אויך געזאגט אז זי מאכט נישט צופיל געלט ווייל זי ארבעט נישט גענוג שעות פאר דעם אבער אנדערע מאכן אסאך געלט, אפשר 6000 שקל א חודש. אזוי אויך האט זי איר געזאגט אז די גוט גייענדע זאכן פעלן יעצט פון די קאמפאני וועגן קאראנע, קויפט זי עס יעצט פון אנדערע פארקויפערינס, און זי פארדינט גארנישט דערפון, נאר כדי צו האלטן אירע קאסטומערס.


מיין ווייב וויל וויסן אויב מ'זאל דאס פרובירן, אדער אפשר איז דאס עפעס וואס קוקט נישט אויס גוט ?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, י"ט סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


לאז זיך אפ פון די זאכן; יעדע שטיק צייט פארדריידט מען די קאפ מיט די זאכן, מען רעדט איין מענטשן אז מען וועט ווערן א גרויסער עושר אויב מען וועט ברענגען צען מענטשן וואס די מענטשן וועלן ברענגען צען מענטשן וואס די מענטשן וועלן ברענגען וכו' וכו'.


לאז דיין ווייב זיין באשעפטיגט אין שטוב מיט די קינדער, זי דארף נישט ארבעטן; זי דארף נישט נאכשפרינגען יעדע שוועסטער אדער שוועגערין.


  דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#147 - איז דא אן ענין פאר פרויען צו זאגן תיקון הכללי?
תהלים, חיזוק פאר פרויען, תיקון הכללי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט וויסן אויב ס'איז דא אן ענין אויך פאר פרויען צו זאגן תיקון הכללי, און אויב יא, פאר וועלכע זאכן עס העלפט, ווייל למעשה האבן דאך פרויען נישט די זעלבע נסיונות ווי מענער, אפשר איז בעסער פאר פרויען צו זאגן דעם יום תהלים אנשטאט תיקון הכללי?


אויך וויל איך וויסן אויב דער ראש ישיבה ענטפערט שנעלער א בריוו פון איינעם וואס דער ראש ישיבה ווייסט ווער עס איז.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אמור, ט"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אודאי איז דא אן ענין פאר פרויען צו זאגן דעם תיקון הכללי, די צען קאפיטלעך תהילים וואס דער רבי האט מגלה געוווען. די תיקון הכללי איז א תיקון פאר אלעס וואס מען דארף מתקן זיין, דאס איז סיי פאר מענער און סיי פאר פרויען.


אלע האבן נסיונות און אלע דארפן האבן שמירה עליונה; מענער, פרויען, יונג און אלט - אלע דארפן זיין אפגעהיטן פון אויבן, און אז מען זאגט די צען קאפיטלעך תהילים [טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ] - איז מען זיכער אז מען וועט נישט פאלן.


דאס איז נישט קיין סתירה מיט'ן זאגן דעם יום תהילים, עס איז דא צייט פאר די תיקון הכללי און פאר דעם יום תהילים; אויב איר האט נישט קיין צייט - זאלט איר זאגן די צען קאפיטלעך תהילים, דאס איז שוין כולל גאנץ תהילים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#146 - ווי אזוי קען מיין ווייב פטור ווערן פון שלעכטע מחשבות?
תהלים, חיזוק פאר פרויען, תשובה, עבירות, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר זענען נישט ברסלב'ע חסידים, אבער מיר האלטן מיט אלע שיעורים און בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א, און דאס געבט אונז אסאך צו אין לעבן, יישר כח.


עס האט זיך געמאכט א פראבלעם ביי אונז. מיר געפונען זיך אין א פרומע פלאץ וואו מענער און פרויען, אפילו פון משפחה, גריסן זיך נישט און רעדן נישט קיין ווארט צווישן זיך, איך מיט מיין ווייב לעבן ברוך ה' זייער גוט אינאיינעם, מיר האבן א גוטע שלום בית, און מיר זענען זיך צוזאמען מחזק מיט אלעס.


דעם פראבלעם איז אז איך האב א שטיף ברודער, א בחור, און איין טאג זאגט מיר מיין ווייב אז ער איז איר זייער געפאלן, זי האט אנגעהויבן אסאך טראכטן פון אים, און ס'ציעט איר צו אים, כאטש וואס זי זעט אים זייער ווייניג.


זי ווייסט אז ס'איז נישט גוט, און זי איז אסאך מתפלל אויף דעם, און מיט דעם אלעם טרעפט זי זיך אסאך טראכטן פון אים. זי בעט איך זאל איר העלפן ארויסגיין פון דעם פראבלעם, אבער איך ווייס נישט ווי אזוי איך קען איר העלפן. אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר אונז?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, ח' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאג דיין ווייב זי זאל זאגן אביסל תהילים יעדן טאג. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה וכו'. וְהִנֵּה, הַכֹּל חֲפֵצִים לְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ, וְאַף עַל פִּי כֵן לָאו כָּל אָדָם זוֹכֶה לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה, כִּי יֵשׁ אֶחָד שֶׁאֵין לוֹ הִתְעוֹרְרוּת כְּלָל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל זוכה זיין תשובה צו טון, זאל זאגן תהילים; יעדער איד וויל זיין אן ערליכער איד און טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, אבער נישט יעדער איז זוכה אויסצופירן זיין ווילן אויף למעשה, ווייל ער האט בכלל נישט קיין שום התעוררות תשובה צו טון, "וַאֲפִילּוּ מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, אֵינוֹ זוֹכֶה לְהַגִּיעַ אֶל הָאוֹת וְהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה הַשַּׁיָּךְ לוֹ", און אפילו איינער וואס האט שוין יא אן התעוררות תשובה צו טון, ווייסט ער נישט וואס ער זאל טון דאס צו קענען אויספירן, "וַאֲפִילּוּ אִם מַגִּיעַ לְשָׁם, יָכוֹל לִהְיוֹת שֶׁהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה סָגוּר, וּמֵחֲמַת כָּל זֶה אֵין הָאָדָם זוֹכֶה לִתְשׁוּבָה", און אפילו איינער וואס וואס האט יא אן התעוררות תשובה צו טון און ער ווייסט וואס מען דארף טון צו ווערן אן ערליכער איד, דארף ער נאך אויך זוכה זיין צו טון למעשה און נישט ווערן צעבראכן וכו' וכו', דערפאר איז נישט יעדער זוכה תשובה צו טון, "וְעַל יְדֵי אֲמִירַת תְּהִלִּים, אֲפִילּוּ מִי שֶׁאֵין לוֹ שׁוּם הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, הוּא מִתְעוֹרֵר לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", פירט דער רבי אויס; אז א מענטש איז זוכה און ער זאגט תהלים, אפילו ער האט נישט קיין שום התעוררות, ווערט ער אבער נתעורר תשובה צו טון דורך דעם, "וְגַם זוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לְהַגִּיעַ אֶל הַשַּׁעַר וְאוֹת הַשַּׁיָּךְ לוֹ, וְלִפְתֹּחַ הַשַּׁעַר; נִמְצָא שֶׁזּוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", און ער קען אנגיין מיט א מורא'דיגע שטארקייט וכו', ביז ער איז זוכה תשובה צו טון און ווערן אן ערליכער איד.


אז זי וויל ארויסגיין פון דעם פראבלעם זאל זי זאגן תהילים; אז זי קען זאגן דעם "יום תהילים" יעדן טאג איז גאר גוט און אז זי האט נישט קיין סאך צייט, זי איז פארנומען מיט די קינדער - זאל זי זאגן אביסל תהילים, וויפיל זי קען, דאס וועט איר ברענגען צו תשובה, עס וועט ארויסגיין פון איר קאפ די אלע נישט גוטע מחשבות; אנשטאט טראכטן פון דעם און פון יענעם - וועט זי טראכטן פונעם אייבערשטן.


זאג איר זי זאל נישט מאכן קיין עסק פון די מחשבות, זיך נישט קריגן מיט די מחשבות; ווייל ווען מען קריגט זיך מיט די נישט גוטע מחשבות ווערן זיי שטערקער, ווען עס קומט אריין די שלעכטע מחשבות זאל זי בעטן דעם אייבערשטן עס זאל אוועק גיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#145 - ווי אזוי ווערט מען פטור פון כסדר'דיגע שרעק?
חיזוק פאר פרויען, תפילות אויף אידיש, אמונה, פחדים, לחץ

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי וואס איז זיך מחי' מיט די שיעורים אויפ'ן טעלעפאן ליין, צומאל קומט אויך אן צו מיר די בלעטער פון חיזוק, וואס איז מיר זייער מחזק, יישר כח.


איך האב א פראבלעם אז איך לעב אלעמאל אונטער א מורא'דיגע פרעשור און לחץ, איך פיל ווי עפעס שרעקליך קומט. כאטש וואס איך בין ברוך ה' נישט ממש פארנומען דערמיט א גאנצן טאג, אבער עס ליגט אונטער מיין באוואוסטזיין פאר ממש 24 שעה א טאג, אזוי ווי איך שפיר אז א חלק פון מיין מח איז פארנומען מיט די געדאנק אז עפעס שרעקליך קומט, עס ווערט עק וועלט, אפשר יעצט גייט געשען עפעס געפערליך, אפשר פאסירט עס שוין, איך בין אייביג אזוי ווי אויף הויך אלערט, עס נעמט מיר אוועק מיין מנוחה.


ווי אזוי ווער איך פטור דערפון? איך קען זיך געבן א וועק אויף אינדערפרי מיט שרעק, עס געשעט שוין, עס קומט שוין די שרעקליכע זאך, וואס איך ווייס אליינס נישט וואס.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די בעסטע עצה פטור צו ווערן פון פחדים און לחצים איז זיך איבערגעבן צום אייבערשטן; גלייך אינדערפרי ווען מען שטייט אויף זאל מען זיך איבערגעבן צו אים.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן ב): "וְדַרְכִּי, כְּשֶׁבָּא הַיּוֹם אֲנִי מוֹסֵר כָּל הַתְּנוּעוֹת שֶׁלִּי וְשֶׁל בָּנַי וְהַתְּלוּיִים בִּי עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיִּהְיֶה הַכֹּל כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ, וְזֶה טוֹב מְאֹד", איך פיר זיך אז יעדן אינדערפרי ווען איך שטיי אויף געב איך זיך איבער צום אייבערשטן, איך געב איבער אלע מיינע מחשבות, אלע מיינע דיבורים און אלע מיינע מעשים פאר'ן אייבערשטן, "גַּם אֲזַי אֵין צָרִיךְ לִדְאֹג וְלַחְשֹׁב כְּלָל 'אִם מִתְנַהֵג כָּרָאוּי אִם לָאו', מֵאַחַר שֶׁסּוֹמֵךְ עָלָיו יִתְבָּרַךְ. וְאִם הוּא יִתְבָּרַךְ רוֹצֶה בְּעִנְיָן אַחֵר - הוּא מְרֻצֶּה לְהִתְנַהֵג בְּעִנְיָן אַחֵר כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ", עס איז זייער גוט זיך איבערגעבן צום אייבערשטן גלייך אינדערפרי, 'אזוי דארף איך נישט טראכטן נאכדעם צי איך האב גוט געטון און אפשר וואלט איך געדארפט טון פארקערט, ווייל אז איך האב זיך איבער געגעבן צום אייבערשטן איז אלעס זיכער גוט'.


אלע שרעק, דרוק און דמיונות וכו' וכו' גייען אוועק ווען מען געבט זיך איבער צום אייבערשטן. פארוואס זאלט איר לעבן אין שרעק? פארוואס זאלט איר נישט הנאה האבן פונעם לעבן? פארוואס זיך פייניגן אומזיסט? נעמט דעם הייליגן רבינ'ס עצה וועט איר לעבן א זיסע רואיגע לעבן, מיט'ן רבינ'ס עצות איז דער לעבן אסאך גרינגער; פרובירט עס אויס, הייבט אן דעם טאג מיט תפילה, בעטס דעם אייבערשטן אינדערפרי אז דער טאג זאל זיין מיט הצלחה, אז מען געבט זיך איבער צום אייבערשטן - איז אלעס גרינגער.


גלייך אינדערפרי ווען איר זאגט "מודה אני", לייגט צו א קליינע תפילה אויף אייער אייגענע שפראך, זאגט: "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אִיךְ גֶעבּ דִיר אִיבֶּער מַיין גַאנְצֶע טָאג אוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ דַארְף עֶרְלֶעדִיגְן; הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל הָאבְּן אַ פְרֵיילִיכֶע טָאג, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל נִישְׁט הָאבְּן קַיין שְׁרֶעק, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל שְׁטֶענְדִיג גֶעדֶענְקֶען אַז דוּ בִּיסְט מִיט מִיר אוּן עֶס קֶען גָארְנִישְׁט פַּאסִירְן צוּ מִיר; אִיךְ בֶּעט דִיר אֵייבֶּערְשְׁטֶער, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל הָאבְּן אַ רוּאִיגֶע טָאג, מַיינֶע מַחֲשָׁבוֹת זָאלְן מִיךְ נִישְׁט פַּיינִיגְן".


אזוי זאלט איר בעטן וועט איר זען ווי עס וועט אוועק גיין אלע פחדים.

#144 - מיין חבר'טע איז אנטוישט פון איר לעבן, ווי אזוי קען איך איר העלפן?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות, גט, חומרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך זיך באדאנקען פאר אלע שיעורים און חיזוקים, איך האב פיל הכרת הטוב פאר אייער חיזוק און עצות, עס האט מיר ממש געראטעוועט.


איך האב ברוך ה' חתונה געהאט פאר בערך א יאר צוויי צוריק, און איך האב ברוך ה' די שענסטע גליקליכסטע לעבן וואס איך וואלט זיך נאר געקענט ווינטשן.


איך האב זייער א נאנטע חבר'טע, מיר זענען צוזאמען אסאך אריבער אלס מיידלעך, און מיר זענען זייער נאנט. מיין חבר'טע האט ברוך ה' חתונה געהאט, איר מאן באלאנגט צו א חסידות מיט אסאך חומרות ופרישות, קרום, נישט ריכטיג און נישט אידיש.


איר מאן איז זייער וואויל און תמימות'דיג און ער וויל זיך בשום אופן נישט רירן פון די הנהגות פון זיין חסידות אפילו מיט א משהו, מיין חבר'טע איז זייער צובראכן, זי איז זייער אנטוישט, זי האט עפעס אנדערש אינגאנצן ערווארטעט פון א חתונה געהאטע לעבן, און זי פילט ממש פארלוירן. זי האט שוין אלעס פרובירט און עס האט גארנישט געהאלפן.


זי רעדט זיך זייער אויס צו מיר אז ס'איז ממש געפערליך, זי קען עס מער נישט אויסהאלטן. איך פארשטיי איר זייער גוט, איך האלט אז זי איז הונדערט פראצענט גערעכט, די שאלה איז נאר וואס איך דארף איר זאגן, צי איך זאל איר איך מחזק זיין? וויאזוי דארף איך זיך באנעמען מיט דעם? און אויב דארף איך זיך טאקע שטעלן צו איר זייט? צי דארף איך איר מעודד זיין זיך צו גט'ן? איך וועל באמת שעצן אויב איך באקום אן ענטפער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר זאלט איר חס ושלום נישט צורעדן זיך צו גט'ן; אויב מען דארף זיך גט'ן - דאס האט מיט גרויסע רבנים, דאס איז נישט קיין קינדער שפיל וואס חבר'טעס רעדן, אך און וויי פאר א פרוי וואס העצט אן זיך צו גט'ן.


איך וואונדער זיך, איר שרייבט אז איר זענט זיך מחי' מיט די עצות פון רבי'ן; ווי קען זיין א ברסלב'ע פרוי זאל פארגעסן פון תפילה?! איר דארפט זיך מחזק זיין מיט די עצה פון תפילה והתבודדות, אנשטאט איר אויפהעצן קעגן איר מאן זאלט איר זיך אינאיינעם מחזק זיין צו בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם. דער רבי האט אונז געגעבן די עצה פון התבודדות, מיר זאלן זיך מתבודד זיין, בעטן דעם אייבערשטן יעדע זאך אויף די אייגענע שפראך; דורך תפילה והתבודדות איז מען זוכה צו זען גרויסע ישועות.


ביים רבי'ן איז געווען שלום בית זייער א וויכטיגע זאך, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסג): "זֶה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר, שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", דער יצר הרע זוכט צו מאכן א קריגעריי צווישן מאן און ווייב, ער וויל נאר מען זאל זיך צעטיילן, ווייל אזוי קען ער גרינגער אראפווארפן דעם מענטש אין עבירות, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד - לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן, אזוי ווארפט ער זיי אראפ אין שמוציגע עבירות.


עס איז א טעות וואס מאכט זיך ביי א יונגע פארפאלק, מען מיינט אז שלום בית האט מען ווען ביידע - מאן און ווייב - טראכטן אייניג, ביידע האבן די זעלבע מחשבה, די זעלבע געפילן וכו'; דער טעות הייבט זיך אן איידער מען האט חתונה, מען גייט צו די חתונה מיט א פאלשע בליק אויפ'ן לעבן, מען גרייט זיך אז מען גייט טרעפן דעם פאר און אינאיינעם האבן די זעלבע וועג, און נאך די חתונה ווערט מען אנטוישט ווען מען זעט אז מען האט נישט די זעלבע וועג; מען הייבט אן זיך טענה'ן, מען הייבט אן זיך קריגן.


דאס איז א טעות; שלום בית איז נישט ווען ביידע טראכטן אייניג, אז ביידע טראכטן אייניג איז נישט שייך דאס ווארט "שלום", שלום איז טייטש ווען צוויי פארקערטע זאכן טרעפן זיך צאם און דאך איז מען בשלום. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן פ): "שֶׁמְּחַבֵּר תְּרֵי הֲפָכִים", ווען מען שטעלט צוזאם צוויי פארקערט זאכן - דאס איז שלום, אזוי ווי עס שטייט (איוב כה, ב): "עוֹשֶׂה שָׁלוֹם בִּמְרוֹמָיו", דער אייבערשטער מאכט שלום אין הימל צווישן צוויי מלאכים. זאגט דער רבי (שם): "כִּי זֶה הַמַּלְאָךְ מֵאֵשׁ, וְזֶה מִמַּיִם", איין מלאך איז פייער און איין מלאך איז וואסער, "שֶׁהֵם תְּרֵי הֲפָכִים; כִּי מַיִם מְכַבֶּה אֵשׁ", זיי זענען צוויי פארקערטע זאכן, ווייל וואסער לעשט אויס פייער, "וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹשֶׂה שָׁלוֹם בֵּינֵיהֶם וּמְחַבְּרָם יַחַד", גייט דער אייבערשטער און מאכט שלום צווישן זיי און ער באהעפט זיי צוזאמען; זעט מען וואס איז שלום, מחבר זיין צוויי פארקערט זאכן, עיין שם.


זייער אסאך גט'ן פאסירן צוליב דעם וואס מען חלומ'ט זיך אז מען גייט חתונה האבן מיט איינעם וואס גייט זיין אזוי ווי מיר, טראכטן ווי מיר, וועלן וואס איך וויל, טון וואס איך טו וכו' וכו', נאכדעם ווערט מען אנטוישט; אבער באמת איז בכלל נישטא אזא זאך אז צוויי מענטשן זאלן טראכטן אייניג, וועלן דאס זעלבע און האבן די זעלבע געפילן; שלום בית מיינט מען צו זאגן אז צוויי מענטשן וואס ביידע ווילן עפעס אנדערש דאך האבן זיי זיך ליב, ביידע זענען מוותר איינער פאר'ן צווייטן און זוכן דאס גוטס ביי יענעם.


זייט איר מחזק זי זאל קוקן גוט אויף איר מאן, וועלן זיי האבן א גוט לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#143 - איך קען מער נישט ארבעטן, איך ציטער אבער אויב מיין מאן וועט גיין ארבעטן
חיזוק פאר פרויען, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי מיט פיר קליינע קינדערלעך ברוך ה', מיין מאן לערנט און איך ארבעט צו קענען צאלן די הויכע דירה געלט און די איבריגע מינימאלע הוצאות. יעצט איז אבער געקומען צו א מצב אז איך קען מער נישט ארבעטן, די קינדער געפונען זיך 8 שעה א טאג ביים בעביסיטער, איך דארף ארויסלויפן אינדערפרי צו די ארבעט ווען זיי שלאפן נאך, מיין מאן טוט זיי אן און נעמט זיי אין שולע, איך קום צוריק שפעט נאכמיטאג אויסגעמוטשעט, און מיין הארץ גייט אויס פאר מיין קינדער.


איך האב געקלערט אראפצונעמען אפאר שעה פון די ארבעט צו האבן אביסל מער צייט פאר די קינדער, ס'איז אבער נישט מעגליך, ווייל קוים וואס יעצט קענען מיר זיך אויסקומען מיט די געהאלט וואס איך פארדין.


איך ציטער אז מיין מאן זאל דארפן ארויסגיין ארבעטן, און דאס וועט שאטן פאר זיין יראת שמים, איך קען אבער מער נישט אנגיין אזוי.


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר געבן אן עצה וואס צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מיט'ן גאנצן כבוד פאר אייך אז ביז אהער האט איר געהאלפן אייער מאן ער זאל קענען בלייבן לערנען, איר האט גענומען אויף זיך דעם עול פון ברענגען פרנסה; דאס מיינט נישט אז איר האט אזוי געדארפט טון און אז איר דארפט ווייטער אזוי טון. איר דארפט נישט ארבעטן, איר דארפט האבן כח צו זיין א מאמע פאר די קינדער.


בעטס דעם אייבערשטן אייער מאן זאל טרעפן א גרינגע ערליכע ארבעט, ער זאל בלייבן מיט זיין יראת שמים; אן ארבעט וואס מען קען סיי לערנען און סיי מפרנס זיין די שטוב. אז איר וועט מתפלל זיין אויף דעם וועט איר זען ווי דער אייבערשטער העלפט, אייער מאן וועט טרעפן א גרינגע פרנסה, אן ערליכע פרנסה און איר וועט קענען זיין א מאמע פאר די קינדער.


מיט תפילה קען מען אלעס באקומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#142 - ווי אזוי מעקט מען אויס אלטע שלעכטע מחשבות פון מח?
תהלים, חיזוק פאר פרויען, מאוויס, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע געוואלדיגע שיעורים וואס זענען מיר זייער מחזק, ספעציעל די שיעורים פאר פרויען, יעדע נייע שיעור געבט מיר פרישע כח און עצות אין לעבן.


איך האב זייער הנאה געהאט פון דעם בריוו וואס איר האט געשריבן פאר א פרוי איר מחזק צו זיין אויף דעם וואס זי האט אויסגעמעקט אירע מאוויס, ווייל איך האב געהאט ממש די זעלבע מעשה, איינער האט מיר געגעבן שלעכטע מאוויס, איך האב געוואוסט אז דאס וועט מיר שאטן אין לעבן, אין איין טאג האב איך זיך גענומען די שטארקייט און אלעס פארמעקט, נאך איידער איך האב עס אפילו געקוקט. איך האב געשפירט נאכדעם א געוואלדיגע גוטע געפיל און א נאנטקייט צום אייבערשטן, און איך בין זיכער אז די שטארקייט האב איך געהאט נאר פון הערן אסאך די שיעורים.


איך וויל פרעגן וואס צו טון מיט די נישט גוטע זאכן וואס איך האב געקוקט איידער איך בין אנגעקומען צו די שיעורים, איך האב שוין אסאך תשובה געטון, און איך בעט אסאך דעם אייבערשטן איך זאל אלעס פארגעסן, אבער פון צייט צו צייט קומט מיר ארויף שלעכטע געדאנקען פון זאכן וואס איך האב געזען. וואס קען איך טון דערצו? איך וויל זיין אן ערליכע אידישע פרוי.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


                                     יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


קוקן מאוויס איז א שטארקע נסיון, עס האט א שטארקע כח המושך, עס ציט דעם מענטש צו קוקן און ווען מען פאלט אריין אין דעם איז זייער ביטער, עס הרג'עט אלע גוטע חלקים פון לעבן.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כה) חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוכה נב.): דער יצר הרע האט זיבן נעמען, היינט - זאגט דער רבי - דארף מען אים צוגעבן אן אכטע נאמען, א נייער נאמען: 'כח המדמה'; דאס גייט ארויף אויף קוקן מאוויס, קליפס וכדומה לזה, עס איז איין גרויסער דמיון, וואס הרג'עט דעם מענטש.


בפרט אידישע פרויען דארפן זייער אכטונג געבן נישט צו קוקן קיין שום שלעכטס, ווייל ווי אזוי די מאמע פירט זיך - אזוי פירן זיך די קינדער. אונזערע הייליגע חכמים זאגן (סוטה ג:): "זְנוּתָא בְּבֵיתָא, תֻּקְפָּא בְּבֵיתָא", עבירות אין שטוב און כעס אין שטוב - "כְּקַרְיָא לְשׂוּמְשְׂמֵי", מאכט חרוב די שטוב, "אִידִי וְאִידִי בְּאִתְּתָא", דאס איז ביי די פרוי, ווייל אז די מאמע איז פארנומען מיט נישט גוטע זאכן - זאגט רש"י: "וְאֵינָהּ עוֹשָׂה מְּלַאכְתָּהּ וְלֹא מְשַׁמֶּרֶת בֵּיתָהּ", טוט זי נישט די שטוב ארבעט און די הויז ווערט א הפקר הויז; דארף א אידישע פרוי זייער אכטונג געבן נישט צו קוקן קיין שום זאכן.


אויף אייער פראגע ווי אזוי מען קען ארויסנעמען פון קאפ אלטע זאכן; אויב איר וועט זיך אסאך מתבודד זיין, אסאך רעדן צום אייבערשטן אויף אייער שפראך, וועט מיט די צייט זיך טוישן די גאנצע מח, איר וועט ווערן א ריינע מאמע, א ריינע פרוי.


אויב איר האט צייט פרובירט צו זאגן תהילים יעדן טאג, תהילים ברענגט צו תשובה. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה וכו'", ווער עס וויל זוכה זיין תשובה צו טון, זאל זאגן תהילים; אז איר וועט זאגן תהלים וועט איר צוריק באקומען א נייע מח מחשבה, עס וועט ווערן ריין און לויטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#141 - ווי אזוי קען איך אוועקנעמען מיין מאן פון זיין טעבלעט?
שלום בית, סבלנות, חיזוק פאר פרויען, תפילות אויף אידיש, קאמפיוטער, מאוויס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אסאך די שיעורים פונעם ראש ישיבה, און איך פרוביר זייער שטארק פאלגן אלע עצות וואס דער רבי לערנט אונז.


מיין מאן איז א צדיק, ער שטייט אויף זייער פרי צו קענען דאווענען געהעריג מיט מנין, ער ארבעט שווער און מאכט צייט צו לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד. און ספעציעל פירט ער זיך זייער שיין אויף אינדערהיים און העלפט ארויס מיט די קינדערלעך ווען ער קען, איך האב ברוך ה' א לעכטיגע שיינע לעבן.


מיין שאלה איז, דער ראש ישיבה רעדט כסדר פון פארקוקן און סובל זיין, וויל איך וויסן וויפיל איז די שיעור? מיין מאן האט איין שוואכקייט וואס שטערט מיך, נאך די ארבעט לופטערט ער זיך אויס מיט זיין ארבעט'ס טעבלעט, איך ווייס אז ער קוקט נאר מוזיק ווידיאס און נישט מער, אבער ס'גייט מיך אין לעבן.


איך מאך אסאך תפילה אויף דעם, און כ'האב פרובירט צו רעדן שיין צו אים דערוועגן, אבער גארנישט האט זיך געטוישט. עס שטערט מיך אים צו זען דערמיט. וואס קען איך טון אים צו העלפן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


לויבט און דאנקט דעם אייבערשטן אז איר האט א מאן וואס לערנט און דאווענט און העלפט אייך, הערט נישט אויף דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים אז איר האט א ליכטיגע שטוב; וויפיל פרויען וואלטן ווען געוואלט האבן די סארט לעבן, די סארט מאן, די סארט שטוב, א שטוב וואס מען דאווענט, א שטוב וואס דער מאן איז זיך קובע שיעורים צו לערנען, א מאן וואס העלפט?


דאס וואס עס שטערט אייך אז אייער מאן לויפט צום טעבלעט קוקן מוזיק קליפס, איר ווילט א שטוב אן די אלע זאכן; וויסן זאלט איר אז דאס גייט נישט אין איין מינוט. איר דארפט פארשטיין אז די טעבלעט איז א שטארקע מאגנעט, עס ציט זייער שטארק; דאס נעמט אוועק דעם מענטש פון די וועלט, עס טראגט אים אין אן אנדערע וועלט. קליפס און מאוויס איז א זאך וואס איז שטערקער פון אלעס, אינמאל מען הייבט אן דערמיט איז זייער שווער ארויס צו קריכן פון דעם, ווייניג מענטשן וואס קענען זיך ערהוילן פון דעם.


אבער איין זאך איז שטערקער פון דעם, תפילה והתבודות, בעטן דעם אייבערשטן - דאס איז שטערקער פון אלעס; אז איר וועט בעטן טאג נאך טאג, נאכט נאך נאכט אויף דעם - וועט איר זען ווי איר וועט פועל'ן.


מען דארף האבן אסאך סבלנות, מען טאר נישט אויפהערן בעטן דעם אייבערשטן. אפילו מען זעט נישט ווי עס רירט זיך עפעס, מען שפירט נישט ווי איינער הערט וואס מען בעט, מען זעט נישט עפעס זאל זיך טוישן - דארף מען ווייטער זיין געדולדיג און בעטן דעם אייבערשטן ביז מען זעט די ישועה.


דא האט איר א קליינע תפילה צו בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג:


"הייליגער באשעפער איך דאנק דיר פאר מיין לעבן, איך דאנק דיר פאר מיין טייערער מאן און פאר מיינע טייערע קינדער; הייליגער באשעפער, דו ביסט אזוי גוט צו מיר, דו געבסט מיר אזויפיל חסדים, האסט מיר געגעבן א ליכטיגע שטוב, איך דאנק דיר פאר אלעס.


הייליגער באשעפער, עס איז דא א זאך וואס טוט מיר זייער וויי, עס שטערט מיר אז מיין מאן לויפט צום טעבלעט, צו זיין טעלעפאן - קוקן קליפס און מאוויס; עס שטערט מיר אזוי שטארק, דאס מאכט מיר אין א שלעכטע גוסטע, דאס מאכט מיר וויינען, איך וויל נישט מיין מאן זאל זיין פארנומען מיט די זאכן. הייליגער באשעפער העלף מיר אז מיין מאן און מיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן יראי השם, זיי זאלן נישט פארברענען זייערע יארן מיט נארישע זאכן; לייג אריין אין מיין מאן א הייליגע גייסט, ער זאל פאלגן צדיקים וואס האבן אונז געזאגט מיר זאלן נישט האבן קיין טעלעפאן, טעבלעט, קאמפיוטער - צו קוקן קליפס און מאוויס.


הייליגער באשעפער, העלף מיר עס זאל נישט שטערן מיין שלום בית; העלף מיר איך זאל קוקן גוט אויף מיין מאן, איך זאל קוקן אויף אים מיט רחמנות, איך זאל אים דן זיין לכף זכות, איך זאל פארשטיין אז עס איז אים שווער דאס אפצולאזן אויף איין מאל; מיר זאלן ווייטער לעבן מיט שלום, מיט ליבשאפט, מיר זאלן ביידע האבן איין ציל, אויפשטעלן א שיינע שטוב מיט ערליכע אידישע דורות, אמן סלה".


איר וועט נאר קענען פועל'ן אויב איר וועט אים ווייטער ליב האבן, איר וועט קוקן אויף אים גוט; איר וועט פארשטיין אז דאס איז א שוואכקייט, א שווערע נסיון - נאר אזוי וועט איר עס קענען פועל'ן. איר זאלט חס ושלום נישט לאזן דעם פרומען יצר הרע אפקילן דאס ליבשאפט פון ענק.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#140 - וואס טו איך אז מיין מאן געטרויעט מיר נישט?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, פחדים, זעלבס זיכערקייט, יתום

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך זיך באדאנקען פאר די שיינע שיעורים וואס איז מיר ממש מחיה. איך הער שוין די שיעורים כמעט א יאר, איך קען נישט גיין שלאפן אן הערן דעם פרישן שיעור, דאס געבט מיר ממש לעבן.


איך האב שוין חתונה געהאט 12 יאר ב"ה, מיט א שטוב מיט ליכטיגע קינדערלעך, און דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן מיט א טייערער מאן וואס העלפט מיר גאר אסאך, טראץ וואס ער איז זייער פארנומען, דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן.


איך פרוביר דאס מערסטע צו טון מיינע פליכטן אלס ווייב און מאמע, אבער כ'האב א שווערקייט אין אונזער לעבן וואס שטערט מיר זייער. מיין מאן איז געווארן א יתום אלס קינד און איז אריבער א שווער לעבן, און דאס האט אויסגעקלאפט אויף אים אז ער האט נישט קיין צוטרוי צו קיינעם, און ער ליידט פון אסאך פחדים, און דאס מאכט אונז אסאך מאל זייער שווער.


די פארגאנגענע וואך האב איך ווייטער געהאט אזא מעשה, ער קומט אהיים און באפאלט מיר מיט חשדות און זאכן וואס האט נישט קיין שום שייכות מיט פאקטן, און ווען איך זאג אים אז איך האב נישט קיין אנונג פון וואס ער רעדט, ווערט ער באבלאזן און וויל אפילו נישט ענטפערן, ער זאגט אז ער גלויבט מיר ממילא נישט.


איך בין געווארן זייער צעבראכן פון דעם, דאס האט מיר ממש שוואך געמאכט, און ס'איז מיר זייער שווער אים מוחל צו זיין. אפילו שפעטער ווען מיר האבן זיך שוין אויסגעשמועסט און ער האט געכאפט אז ער האט נישט געטון ריכטיג, ווערט מיך נאכאלץ שלעכט ווען איך זע אים, ס'איז מיר זייער שווער ווען מיין נאנטסטער מענטש גלויבט מיר נישט, און ער האט אזעלכע דמיונות אויף מיר. אפשר קענט איר מיר געבן אן עצה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת עקב, י"ד מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פארשטיי אייער ווייטאג; עס איז זייער א שווערע געפיל צו לעבן מיט'ן מאן ווען ער האט נישט קיין צוטרוי אין אייך וכו' וכו', וואס נאך דארף דען א פרוי? א פרוי דארף דאך נאר אז איר מאן זאל איר גלייבן און איר געטרויען און ווען א פרוי האט דאס נישט איז איר זייער שווער.


אבער אין אייער פאל איז דאס אביסל אנדערש. איר שרייבט דאך אליין ווי געטריי אייער מאן איז צו אייך, ווי שטארק ער העלפט אייך; ער האט נאר א פראבלעם אז ער ליידט פון פחדים פון ווען ער איז נעבעך געווארן א יתום. אין דעם פאל איז דאס אינגאנצן אנדערש, איר דארפט נישט זיין אנגעווייטאגט אויף אים. דא קומט ענדערש אריין דאס ווארט 'רחמנות', איר דארפט רחמנות האבן אויף אים און אים פארשטיין.


איך וויל אייך פרעגן, וואס טוט איר ווען אייער קינד זאגט אייך: "ביסט נישט א גוטע מאמע!" אדער אייער קינד זאגט אייך: "איך האב דיר נישט ליב!" ווערט איר אנגעווייטאגט אויפ'ן קינד אדער איר פארשטייט אז דאס קינד איז נאך א קינד און ווייסט נישט ווי אזוי זיך ארויסצוברענגען וכו'? אזוי זאלט איר קוקן אויף אייער מאן, ער איז טאקע שוין דערוואקסן און נישט קינדיש, אבער דאס וואס ער איז געווארען יונגערהייט א יתום לא עלינו האט אויסגעקלאפט אויף אים אין א פארעם פון אומזיכערקייט און עס פאסירט וואס פאסירט.


אנשטאט צו זיין אנגעווייטאגט אויף אים זאלט איר אים דן זיין לכף זכות, וועט דער אייבערשטער אייך דן זיין לכף זכות און איר וועט האבן נחת פון אייערע ליכטיגע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#139 - א פארנומענע פרוי זאל ענדערש דאווענען אדער איז גענוג די ברכות מיט תהלים?
תהלים, חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך נאכאמאל באדאנקען אויף אלע חיזוק אין לעבן. דער אייבערשטער זאל אייך ווייטער שיקן כח און ברכה אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט.


איך פרוביר צו זאגן די יום תהילים יעדן טאג, אזוי דער ראש ישיבה זאגט אז א פרוי זאל זיך צוגעוואוינען צו זאגן יעדן טאג דעם יום תהילים, און איך האב געוואלט פרעגן וואס צו טון אויב איך יאג נישט אן צו זאגן תהילים ווען ס'איז נאך טאג, קען איך אויך זאגן ביינאכט? ווייל איך ווייס אז ס'איז נישט לכתחילה צו זאגן תהילים ביינאכט.


אויך האב איך געוואלט פרעגן וואס צו טון ווען איך האב א פארנומענע טאג, איז בעסער צו דאווענען שחרית אדער בעסער זאגן ברכות און דעם יום תהילים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישט קיין פראבלעם צו זאגן תהילים ביינאכט. עס ווערט געברענגט אין ספר אשל אברהם פון הרב הקדוש מבוטשאטש זכרונו לברכה (אורח חיים, סימן רלח, סעיף ב) אז תהילים קען מען זאגן ביינאכט, ווייל מען זאגט דאס צו מתפלל זיין און צו דאנקען דעם אייבערשטן.


א אידישע מאמע וואס איז פארנומען טאג און נאכט מיט די שטוב ווירטשאפט קען יוצא זיין דאווענען מיט התבודדות; אין די צייט וואס איר קאכט און איר רייניגט די שטוב וכו' וכו' - זאלט איר שמועסן מיט'ן אייבערשטן, אים בעטן פאר אלעס וואס איר דארפט, מיט דעם איז מען יוצא די מצוה פון דאווענען.


דער הייליגער רבי האט זייער אויסגעלויבט די תפילות פון פרויען; מען האט אמאל געזאגט פאר'ן רבי'ן אז דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווען משיח וועט קומען וועט מען מבטל זיין אלע ווייבער שולן", האט דער רבי געזאגט: "עס איז נישט אמת, עס קען נישט זיין אז דער בעל שם טוב האט דאס געזאגט, פונקט פארקערט! משיח וועט קומען בזכות די תפילות פון אידישע פרויען וואס זיי דאווענען און בעטן אז משיח זאל קומען"; זעט מען פון דעם אז דער רבי האט זייער שטארק געהאלטן פון תפילות פון פרויען.


ביי פרויען איז שטערקער די זאך פון התבודדות, ווייל עס איז דא ביי זיי מער תמימות, עס איז דא ביי זיי מער אמונה; דער הייליגער רבי האט זייער געהאלטן פון די תמימות וואס פרויען האבן, ער האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "אֵצֶל הָעוֹלָם אֱמוּנָה הוּא דָּבָר קָטָן, וְאֶצְלִי אֱמוּנָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד, וְעִקַּר הָאֱמוּנָה הִיא בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת וַחֲקִירוֹת כְּלָל, רַק בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר כְּמוֹ שֶׁהַנָּשִׁים וְהַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים מַאֲמִינִים", ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, אבער ביי מיר איז דער עיקר אמונה אן קיין חקירות און אן קיין חכמות, נאר פשוט אזוי ווי פרויען און פשוט'ע מענטשן גלייבן; פרויען האבן אין זיך א מורא'דיגע תמימות, דערפאר זענען זיי נענטער צום אייבערשטן, ווייל ווי מער מען פירט זיך בתמימות ובפשיטות אלץ מער רעדט מען צום אייבערשטן.


הייבטס אן די טאג מיט די ברכות און ווען איר האט אביסל צייט זאלט איר זאגן תהילים, און דער עיקר זאלט איר אסאך רעדן צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#138 - ווי אזוי קען איך מאכן מיין מאן מער אינטערעסירט אין מיר?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי וואס איז זייער מחזק פון די שיעורים, א גרויסן יישר כח.


מיין מאן האט אסאך חברים, און ער פארברענגט מיט זיי יעדע נאכט, און סיי ווען ער קען נאר. אסאך קומט ער אהיים גאר שפעט ביינאכט, דריי אזייגער באנאכט איז נארמאל ער זאל אהיימקומען.


עס טוט מיר זייער וויי, ווייל רוב מאל בין איך אליין. איך שפיר אז ער איז נישט אינטערעסירט אין מיר, זיינע חברים זענען אים מער אינטערעסאנט.


וואס קען איך טון אז ער זאל וועלן זיין מער אינדערהיים, אז ער זאל וועלן פארברענגען מיט מיר? מיר האבן עס שוין דורכגעשמועסט צווישן זיך, אבער ס'האט נישט געהאלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די טעות מאכן זייער אסאך; מענטשן מיינען אז מיט איין מאל רעדן קען מען פועל'ן און ווען מען זעט אז מען פועל'ט נישט ווערט מען מיואש, מען געבט אויף; וואלט מען ווען גערעדט נאכאמאל און נאכאמאל שיינערהייט וואלט מען גע'פועל'ט, ווייל דער הייליגער רבי האט אונז קלאר געזאגט אז מיר זאלן רעדן צו מענטשן אפילו עס זעט אויס ווי מען פועל'ט נישט, ווייל ביים סוף פועל'ט מען יא.


אז אייער מאן קומט נישט אהיים ביינאכט, ער דריידט זיך מיט חברים ביז אין די שפעטע נאכט שעות, קען דאס זיין צוליב צוויי סיבות, אדער וויל ער אהיים קומען אבער עפעס שטערט אים אין שטוב, אדער איז ער קליינקעפלדיג, ער איז נאך אין די קינדערישע באבל פון חברים, ער איז נאך נישט ארויס פון זיין אייער שאלאכטס, ער מיינט אז עס איז דא אזא זאך ווי חברים.


דעריבער זאלט איר רעדן מיט אים, זאגטס אים שיינערהייט: "מיין טייערער מאן, איך האב דיר אזוי ליב, איך וויל זיין מיט דיר, איך וויל פארברענגען מיט דיר; זאג מיר, עפעס שטערט דיר פון וועלן זיין מיט מיר? עפעס באדערט דיר אין שטוב אז דו לויפסט ארויס צו זיין מיט חברים גאנצע נעכט?" זאגטס אים און בעטס אים שיינעהייט: "איך וויל אזוי שטארק זיין מיט דיר, איך וויל האבן דעם זעלבן סדר היום מיט דיר, איך וויל נישט גיין שלאפן אליין, איך וויל אזוי שטארק מיר זאלן גיין שלאפן אין די זעלבע צייט, מיין טייערער מאן, וואס קען איך טון דו זאלסט ליב האבן צו זיין אין שטוב? איך וועל אלעס טון פאר דיר".


מיט די שיינע רייד וואס איר וועט רעדן צו אים איין מאל און נאכאמאל און א דריטע מאל; מיט שכל, מיט ווארעמקייט - וועט איר אים ווייך מאכן און ער וועט אהיים קומען, ער וועט זיך אויפוועקן פון זיין שכרות פון חברים, און אויב עס האט מיט אייך, ער וועט אייך זאגן וואס שטערט אים, וועט איר אים צופרידן שטעלן, דעמאלט וועט ער שוין אהיים קומען.


אבער וויסן זאלט איר אז איר וועט דארפן האבן גרויס סבלנות, איר וועט דארפן ווארטן מיט געדולד. דאס גייט נישט אין איין טאג, דאס גייט נישט אין איין מינוט, און טאקע ווייל עס נעמט צייט ביז מען בייגט א מאן, ביז מען פועל'ט ביי אים וואס מען דארף פועל'ן - האבן פרויען נישט קיין כח צו נעמען די וועג, דעריבער ווערט אסאך גט'ן; מען נעמט די גרינגע, שנעלע און פוילע וועג, מען הערט אויף רעדן, מען הייבט זיך אן צו עסן אינעווייניג, מען עסט זיך און מען עסט זיך ביז די ליבשאפט ווערט אפגעקילט און מען קען זיך נישט דערליידן, ביז עס ווערט א גט. מען מיינט אז דאס איז א עצה, מען מיינט אז גט'ן איז א וועג ארויס פון פראבלעמען, ווען באמת איז גט'ן א וועג אריין צו שרעקליכע ביטערע פראבלעמען.


בעטס דעם אייבערשטן ער זאל אייך העלפן, ער זאל העלפן אייער מאן ער זאל האבן גוטע ערליכע חברים וואס וועלן אים נישט ארויס שלעפן ביינאכט פון שטוב. פרייטאג צו נאכטס ווען איר צינדט די ליכט זאלט איר זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן; מען פירט זיך צו לייגן די הענט אויפ'ן פנים אז מען זאל גארנישט זען, מען זאל נישט ווערן געשטערט פון קיינעם, דעמאלט מיט די הענט אויפ'ן פנים זאלט איר בעטן פון אייער צעבראכענעם הארץ:


"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֶעלְף מִיר אוּן מַיין מַאן מִיר זָאלְן לֶעבְּן מִיט שָׁלוֹם, מִיר זָאלְן זִיךְ לִיבּ הָאבְּן אוּן מִיר זָאלְן זִיךְ פַארְשְׁטֵיין. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֶעלְף מַיין מַאן עֶר זָאל הָאבְּן גוּטֶע חֲבֵרִים, הֶעלְף אִים עֶר זָאל זִיךְ נִישְׁט דְרֵייעֶן אִין גַאס בַּיינַאכְט, עֶר זָאל לִיבּ הָאבְּן צוּ זַיין אִין שְׁטוּבּ"; אזוי זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן, נישט נאר ביי די ליכט נאר יעדן טאג; דורכדעם וועט זיך אלעס איבער דרייען, איר וועט זען גרויסע ניסים.


מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן פאר די פרויען וואס רבי נתן האט געבעטן זיין ווייב און זיינע טעכטער, אז ווען זיי צינדן אן די שבת ליכט זאלן זיי בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, אזוי ווי איך צינד אן די ליכט אזוי זאל אנגעצינדן ווערן דעם הייליגן רבינ'ס ליכט אין אלע אידישע הערצער", פלעגט מוהרא"ש זאגן די פרויען זיי זאלן אויסנוצן די צייט ביי די ליכט און בעטן: "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, טַאטֶע זִיסֶער! גֶעבּ מִיר אַ שֵׁיינֶע שַׁבָּת אוּן אַ שֵׁיינֶע לֶעבְּן. אַ לֶעבְּן מִיט שָׁלוֹם, אַ לֶעבְּן מִיט לִיבְּשַׁאפְט; רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן דִיר דִינֶען מִיט לִיבְּשַׁאפְט. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם אַזוֹי וִוי אִיךְ צִינְד יֶעצְט אָן דִי שַׁבָּת לִיכְט, מַאךְ אוּנְז לִיכְטִיג אוּנְזֶער לֶעבְּן אוּן מַאךְ לִיכְטִיג פַאר אַלֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער; אַלֶע זָאלְן וִויסְן פוּן דִּיר אוּן אַלֶע זָאלְן וִויסְן פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן. צִינְד אָן מַיין מַאנְ'ס הַארְץ עֶר זָאל דִיר דִינֶען מִיט לִיבְּשַׁאפְט אוּן צִינְד אָן דִּי הֶערְצֶער פוּן מַיינֶע קִינְדֶער".


אז איר וועט טון וואס שטייט אין דעם בריוו וועט איר זען ווי אלעס וועט זיך איבערדרייען, איר וועט האבן א הייליגע שטוב, אן ערליכע שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#137 - וועלכע מוסר ספרים איז גוט פאר פרויען?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, אשר בנחל, מוסר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין ווייב זאגט מיר איין טאג אז זי וויל זיך קובע זיין א שיעור אין א מוסר ספר, מיין שאלה איז אויב ס'קומט פאר א פרוי בכלל צו לערנען מוסר ספרים, און אויב יא וועלכע מוסר ספר איז גוט פאר פרויען?


יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך זיך שיעורים אינעם רבינ'ס ספרים; דאס איז די בעסטע מוסר.


דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמו) ווען דער ספר ליקוטי מוהר"ן איז ארויס אויף די וועלט, אז ער וויל זייער שטארק מיר זאלן לערנען דעם ספר, "כִּי צְרִיכִים לִלְמֹד אוֹתוֹ הַרְבֵּה עַד שֶׁיִּהְיֶה שָׁגוּר בְּעַל פֶּה", מיר זאלן דאס לערנען זייער אסאך ביז מיר וועלן דאס קענען פון אויסנווייניג, "כִּי הוּא מָלֵא מוּסָר וְהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל מְאֹד לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ אֲשֶׁר אֵין עֲרֹךְ אֵלָיו", ווייל דער ספר איז אנגעפולט מיט מוסר און עס וועקט אויף דעם מענטש ער זאל צוריק קומען צום אייבערשטן.


מיט דיין ווייב איז כדאי דו זאלסט לערנען אשר בנחל; אין אשר בנחל ליגט אלע דעם רבינ'ס ספרים: ליקוטי מוהר"ן, חיי מוהר"ן, שיחות הר"ן, סיפורי מעשיות, ספר המידות און רבי נתן'ס ספרים.


אשר בנחל איז אנגעפולט מיט מוסר; א זיסע מוסר, א שיינע מוסר, די מוסר בייסט נישט, די מוסר שאדט נישט, עס רופט צוריק צו קומען צום אייבערשטן, עס וועקט אויף דעם מענטש, עס מוטיגט דעם מענטש און עס בארואיגט דעם מענטש.


עס זענען פארהאן אסאך מוסר ספרים, אבער עס איז דא מוסר פון רבי'ן וואס דאס איז אן אנדערע סארט מוסר, דאס איז מוסר פון משה רבינו. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ח) אז נאר איינער וואס קען געבן מוסר אויף דעם וועג אזוי ווי משה רבינו האט גע'מוסר'ט די אידן - נאר ער מעג געבן מוסר. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין לו:) אז ווען משה רבינו איז אראפ געקומען פון הימל, און געזען ווי די אידן האבן געמאכט דעם עגל און זיי האבן עובר געווען אויף די דריי הארבסטע עבירות, האט זיי משה רבינו געזאגט: "עַדַיָין חֲבִיבוּתָא הוּא גַּבָּן", דער אייבערשטער האט ענק נאך אלץ ליב, דאס איז די וועג פון זאגן מוסר; אויב חס ושלום מען זאגט מוסר און מען צעקלאפט יענעם - איז דאס א גרויסע סכנה, ווייל די מוסר העלפט נישט, עס מאכט נאר ערגער. זאגט דער רבי, אז דער וואס קען אויפהייבן א צווייטן איד, בשעת ער מוסר'ט ברענגט ער אריין א ליבשאפט און א האפענונג צום אייבערשטן - נאר דער מעג זאגן מוסר.


זיי זיך מחזק מיט דיין ווייב, לערנטס צוזאמען דעם רבינ'ס מוסר; דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן קכד): "איטליכס ווארט פון מוסר איז ביי מיר פארוואשן מיט טרערן"; עס איז אן אנדערע סארט מוסר, עס דערווארעמט דאס הארץ, עס איז מקרב יעדן איינעם צום הייליגן באשעפער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#136 - ווי אזוי קען איך מאכן אז מיין ווייב זאל מיר פרייליך מאכן?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פשוטער אינגערמאן, איך הער די שיעורים און איך בין זיך מחיה, און איך פרוביר צו זיין וואויל און ערליך.


איך האב ברוך ה' א וואוילע גוטע ווייב, איך בין זייער צופרידן מיט איר, ס'איז אבער דא א זאך וואס שטערט מיר, אז אמאל פלעגט זי זיך שענער אהערשטעלן פאר מיר אינדערהיים, און דאס האט מיר פיל געהאלפן מיט מיינע נסיונות ביי די ארבעט ווען ס'קומט מיר אויס צו ארבעטן פון פרויען, אז איך בין געווען זאט אינדערהיים האט מיר נישט געצויגן די גלאנציגע גאס, אבער מיין ווייב וויל זיך מער נישט אזוי אהערשטעלן, זי טענה'ט אז דאס איז נישט נאטורלעך, און ס'פעלט נישט אויס, דאס איז געמאכט נאר פאר יונגע אינגעלייטלעך און נישט פאר אונז. וואס זאל איך אבער טון אז בין נאך יא קינדיש, און איך פיל אז מיר פעלט עס יא אויס?


איך שעם זיך איר צו בעטן צופיל, זי הערט די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א אבער זי זאגט אז דער ראש ישיבה רעדט נישט פון דעם, אבער פאר מיר פעלט עס אויס זייער וויכטיג. אפשר קען דער ראש ישיבה מיר געבן אן עצה ווי אזוי זיך צו פירן איבער דעם, און אפשר קען דער ראש ישיבה יא מער רעדן פון דעם ביי די שיעורים פאר פרויען, אדער שרייבן אין די בריוו?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חקת-בלק, ח' תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו; איך שרייב דיר א בריוו פאר דיין ווייב.


לכבוד מרת ... תחי'.


וויסן זאלט איר אז א פרוי וואס העלפט איר מאן זיין ערליך און אפגעהיטן - מיט דעם טוט זי דעם רצון ה'; זי וועט זוכה זיין צו קינדער צדיקים, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עירובין ק:) ווען א פרוי איז גרייט פאר איר מאן וכו' וועט זי זוכה זיין צו קינדער וואס וועלן זיין גרויסע צדיקים, וואס אפילו אין די צייטן פון משה רבינו איז נישט געווען אזעלכע צדיקים.


דער פראבלעם איז נאר אז דער יצר הרע קומט און רעדט איין אלע סארט מחשבות: 'עס פעלט נישט אויס', 'עס איז קינדעריש', 'עס איז נישט אידיש' און נאך אנדערע קאפ דרייעניש, אדער מאכט דער יצר הרע מען זאל זיין סתם אזוי פויל, מען זאל נישט אריין לייגן כח און מי צו לעבן אינאיינעם וכו'.


דאס וואס איר זאגט אז מען רעדט נישט פון דעם; איר דארפט אליין פארשטיין אז עס איז שווער צו רעדן ברייט פון די נושא פאר א רבים, אפילו פריוואט איז שווער צו רעדן איז דאך זיכער פאר א רבים. אבער ווער עס ווייסט וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג רעדן צו די פרויען, זיי זאלן וויסן ווי חשוב איז די פרוי וואס היט אפ איר מאן און לייגט אריין קאפ און מי אז איר מאן זאל זיין ערליך, עס זאל אים זיין גרינג זיך צו היטן אין גאס.


שטארקטס אייך און זייטס א געטרייע פרוי פאר אייער מאן; עס זעט אויס פון זיינע ווערטער אז ער איז א וואוילער אינגערמאן, ער וויל זיין גוט, ער וויל זיין ערליך, ער וויל זיך קענען שטארקן אויף זיינע נסיונות ווען ער גייט ברענגען פרנסה פאר אייך און פאר די קינדער; זאלט איר זיין א ערליכע ווייב און אים פרייליך מאכן ער זאל נישט וועלן און דארפן פרעמדע זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.