שאלה אין קורצן ענין
#88 - זאל איך טוישן די רבי'שע לבוש פון מיין משפחה?
קליידער, ספיקות, משפחה, תפלות אויף אידיש, לבוש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א רבי'ש קינד, און איך גיי מיט שווארצע זאקן ווייל אזוי גייט מיין משפחה, איך האב עס אבער זייער פיינט, איך קען עס ממש נישט ליידן, און איך וואלט זייער געוואלט טוישן צו נארמאלע לאנגע הויזן ווי יעדער איינער.


מעג איך טוישן די לבוש צו זיין אנדערש פון מיין משפחה, און אויב נישט, ווי אזוי קען איך זיך שטארקן אז ס'זאל מיר נישט אזוי שטארק שטערן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס איז דיין פראגע - צי דו מעגסט אויסטון דיין לבוש, אדער צי דו זאלסט עס אויס אויסטון? מעגן מעגסטו, נישטא קיין הלכה אין דעם, עס איז נישטא א הלכה אז מען מוז גיין האלבע הויזן וכו'; צי דו זאלסט עס אויסטון? - דאס איז שוין עפעס אנדערש, אויף דעם זאלסטו אסאך בעטן דעם אייבערשטן דו זאלסט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, זאלסט גיין אויף די ריכטיגע וועג.


מיט אסאך דאווענען, מיט אסאך התבודדות - ווייסט מען ווי אזוי זיך צו פירן. דאווענען און התבודדות ארבעט אויס דעם מענטש, עס קלארט אויס דעם מח, אויך נעמט עס אוועק די הייסע בלוט וואס מאכט מחלוקת וכו'. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א, סימן עה): "דְּהִנֵּה, יֵשׁ מִדַּת נִצָּחוֹן וּמַחֲלֹקֶת וּמִלְחָמָה, וּמֵהֵיכָן בָּא מִדָּה זוֹ, מִדָּמִים שֶׁעֲדַיִן לֹא עָבַד בָּהֶם הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", די מידות פון נצחון, מחלוקת און מלחמות קומט פון די הייסע בלוט וואס דער מענטש האט נאך נישט אויסגעארבעט, "וְצָרִיךְ כָּל אֶחָד לְבַטֵּל מִדַּת הַנִּצָּחוֹן וְהַמַּחֲלֹקֶת", מען דארף אויסארבעטן די בלוט עס זאל זיין ריין פון די אלע תאוות, "וְלִרְדֹּף אַחַר הַשָּׁלוֹם", מען דארף זוכן עס זאל זיין שלום, "וְזֶה זוֹכִין עַל יְדֵי שֶׁיְּדַבֵּר הַרְבֵּה בְּתוֹרָה וּתְפִילָּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לְשָׁלוֹם", דורך תורה און תפילה ווערט דער מענטש אויסגעארבעט פון די אלע שלעכטע תאוות, מען ווערט א צופרידענער מענטש, מען איז בשלום מיט יעדן איינעם און בעיקר מיט זיך אליינס; מען איז צופרידן ווי אזוי מען איז.


עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד וואס מען האט אים געהערט בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער יעצט קומט ווינטער, עס גייט זיין זייער קאלט, איך דארף האבן פיינע ווארעמע שטיוול. און אויב הייליגער באשעפער איך דארף עס נישט האבן נעם עס ארויס פון מיין קאפ, מאך איך זאל דאס נישט וועלן"; אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, מיין משפחה גייט אנגעטון אזוי און אזוי, איך האב נישט ליב די וועג, איך עקל זיך פון דעם; העלף מיר איך זאל וויסן וואס איך האב צו טון, אויב איך זאל דאס אויסטון. און אויב איך זאל בלייבן מיט דעם העלף מיר איך זאל דאס ליב האבן, עס זאל מיר נישט אנגיין וכו' וכו'".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#87 - ווי אזוי פאררעכט מען די עבירות וואס מ'האט פוגם געווען?
קדושה, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, תשובה, עבירות, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב יעצט געליינט א קונטרס פון מוהרא"ש זי"ע, וואו ער ברענגט זייער שארפע מאמרים פון הייליגן רבי'ן איבער פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה, רחמנא ליצלן. האב איך געוואלט פרעגן, הגם אז מיט די חיזוק פון ראש ישיבה שליט"א בין איך זיך מתגבר און איך געב אכטונג אויף מיינע אויגן, כאטש וואס איך האב נישט געגלויבט אמאל אז איך וועל דאס נאך קענען באווייזן, וויל איך אבער וויסן ווי אזוי מ'קען תשובה טון אויף לשעבר, אויף די שלעכטע זאכן וואס איך האב אמאל עובר געווען.


דער רבי זאגט דאך אז ס'ווערן באשאפן פון דעם כוחות הטומאה וואס לויפן נאך דעם מענטש אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, איז דא א וועג ווי אזוי מבטל צו זיין די כוחות הטומאה, אדער איז דאס שוין פארפאלן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ד' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף אונזער דור און אראפ געשיקט דעם הייליגן רבינ'ס נשמה אויף די וועלט, וואס ער הייבט אויף אלע נשמות וואס זענען אראפגעפאלן אין די עבירה און דורך זיינע עצות ברענגט ער זיי אלע צוריק צום אייבערשטן.


נאר דער רבי האט די כח ארויס צו נעמען די וואס זענען אריין געפאלן אין די עבירה פון פגם הברית; ווייל די עבירה פון פגם הברית איז גאר א גרויסע עבירה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה יג:): "כָּל הַמוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה חַיָיב מִיתָה", דער וואס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן - איז חייב מיתה. נאך זאגן חז"ל (שם) ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה, "כְּאִילוּ שׁוֹפֵךְ דָמִים", איז אזוי ווי איינער איז עובר אויף רציחה און שפיכות דמים. אזוי אויך: "כְּאִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדַת כּוֹכָבִים", עס איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה רחמנא לצלן.


די עבירה פון פגם הברית איז זייער א גרויסע עבירה, עס איז ערגער פון אלע עבירות; אזוי ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (אבן העזר סימן כג, סעיף א): "עָוֹן זֶּה חָמוּר מִכָּל עֲבֵירוֹת שֶׁבַּתּוֹרָה", די עבירה איז הארבער פון אלע עבירות אויף די וועלט, מען פארלירט אלעס דורך די עבירה, מען ווערט קראנק, אלט און שוואך. דער שאדן וואס דאס ברענגט אויפ'ן מענטש איז געפערליך, אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין שלחן ערוך (אורח חיים, סימן רמ, סעיף יד): ווען מען איז פוגם בברית - "זִקְנָה קוֹפֶצֶת עָלָיו, וְכֹחוֹ תָּשַׁשׁ" - ווערט מען אפגעשוואכט, פארעלטערט און מען פארלירט די כוחות. אזוי אויך: "עֵינָיו כֵּהוֹת, וְרֵיחַ רַע נוֹדֵף מִפִּיו", די אויגן ווערט אפגעשוואכט און עס הייבט אן גיין א שלעכטע גערוך פון מויל; "וְשַׂעַר רֹאשׁוֹ וְגַבּוֹת עֵינָיו וְרִיסֵי עֵינָיו נוֹשְׁרִים וְכוּ'", די האר פון קאפ פאלט ארויס, "וְהַרְבֵּה כְּאֵבִים חוּץ מֵאֵלּוּ בָּאִים עָלָיו", און עס ברענגט אסאך ווייטאג אויפ'ן מענטש.


דאס איז אויסער דעם וואס מען פארלירט די פרנסה; דער זוהר הקדוש זאגט (פנחס, רמד:): "מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִרוּרִין דְּנַהֲמָא, עֲנִיּוּתָא רָדִיף אֲבַּתְרֵיהּ", ווער עס איז ווארפט אראפ ברעקלעך פון ברויט וועט זיין אן ארעמאן, "כָּל שֶׁכֵּן מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִירוּרִין דְּמוֹחָא", איז דאך זיכער אז דער וואס ווארפט ארויס די טראפלעך פון מח, מען איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן - פארלירט מען דאס מזל און מען ווערט אן ארעמאן.


דאס איז אויסער דעם וואס מען באקומט שונאים; מען באשאפט קליפות וואס זענען זיך נוקם אינעם מענטש, זיי מאכן שרעקליכע יסורים. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות נאוף, סימן כו): "עַל יְדֵי הוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה", ווען מען זינדיגט אין די עבירה פון פגם הברית, מען איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן, "בּוֹרֵא קְלִפּוֹת", טוט מען באשאפן קליפות, "הַמִּתְלַבְּשִׁים בִּבְנֵי אָדָם מִתְנַגְּדִים וְחוֹלְקִים עָלָיו", די קליפות גייען אריין אין מענטשן, זיי קריגן זיך מיט'ן מענטש, "וְעוֹשִׂין לוֹ יִסּוּרִין", און זענען אים מצער.


דאס איז אויסער וואס מען פארלירט אלע ליכטיגקייטן; עס ווערט טונקל, מען שפירט נישט דעם אייבערשטן. די אמונה קילט זיך אפ; מען דריידט זיך ארום מיט קשיות אויף די אמונה, מען גייט ארום מיט שלעכטע געדאנקען, ביז מען וויל מער נישט לעבן. מען ווערט א בייזער מענטש, מען ווערט בעצבות ומרה שחורה, מען פארלירט אלעס אין די וועלט. מען שפירט ביי זיך וואס דער זוהר הקדוש זאגט (וישב קפח ע"א; ויחי ריט.): "מַאן דְאוֹשִׁיד זַרְעָא בְּרֵיקַּנְיָא חַס וְשָׁלוֹם, אֵין מוֹעִיל תְּשׁוּבָה", ווער עס איז מוציא זרע לבטלה העלפט נישט קיין תשובה; מען שפירט זיך אויסגעשלאסן פון אלעס, מען גייט ארום מיואש.


נאכן הערן אזעלכע זאכן, איז דאך זייער געפערליך; ווי הייבט מען אן? וואס קען מען טון אז מען האט ליידער יא עובר געווען אויף די עבירה? וואס קען מען טון נישט צו באקומען די אלע שרעקליכע שטראפן? אויף דעם האט דער אייבערשטער רחמנות געהאט אויף אונז און אראפ געשיקט דעם הייליגן רבינ'ס נשמה אויף די וועלט, וואס ער הייבט אונז אויף פון די נידריגסטע פלעצער און מיט זיינע עצות ברענגט ער אונז צוריק צום אייבערשטן.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עא): "קיינער פארשטייט נישט פשט אין דעם זוהר, נאר איך, און איך זאג אז עס העלפט יא תשובה, אפילו איינער וואס האט אסאך געזינדיגט קען נאך יא תשובה טון און קען אלעס פאררעכטן"; אז מען וועט פרעגן: 'ווי קען זיין אזא זאך אז דער רבי זאגט עס העלפט יא תשובה נאכדעם וואס אלע ספרים זאגן אז עס העלפט נישט קיין תשובה?' דאס פרעגט רבי נתן (ליקוטי הלכות תפילין הלכה ד, אות ד): "ווי קען זיין אזא זאך אז דער זוהר הקדוש זאגט אז ווען א מענטש איז פוגם בברית העלפט נישט קיין תשובה, און דער רבי זאגט אז עס העלפט יא תשובה?" זאגט רבי נתן, "באמת העלפט תשובה אויף יעדע עבירה, עס איז נישט דא קיין עבירה וואס מען זאל נישט קענען תשובה טון דערויף, נאר וויבאלד די עבירה פון פגם הברית איז זייער א גרויסע עבירה, ווייל ווען א מענטש איז פוגם בברית רייסט ער זיך אפ פונעם אייבערשטן, דערפאר, ווען דער מענטש וויל תשובה טון שטעלט מען אים אונטער אזא שרעקליכע נסיון, דער נסיון איז אז מען זאגט אים ער איז שוין דערנאך, ער דארף הערן ווי מען זאגט אים 'דו קענסט שוין נישט תשובה טון'; אויב האט ער שכל און ער זאגט 'עס גייט מיר גארנישט אן, איך גיי נישט אוועק פונעם אייבערשטן אויף קיין שום פאל, צי מען דארף מיר יא צי מען דארף מיר נישט, איך פונעם אייבערשטן וועל זיך קיינמאל נישט אפטיילן, איך נעם זיך פאר מער נישט צו זינדיגן, נישט קיין חילוק צי איך וועל יא ווערן א צדיק צי נישט, נישט קיין חילוק צי איך וועל מיך דארפן מוטשען מיין גאנץ לעבן אדער נישט', אזא איינער וועט זוכה זיין תשובה צו טון. אבער דער וואס האט נישט קיין שכל און זאגט 'איך קען שוין נישט תשובה טון, איך בין דערנאך', בלייבט ער אינדרויסן השם ישמרינו".


דעריבער בעט איך דיר זייער, שטארק זיך ווייטער מיט שמירת עינים, היט אפ דיינע אויגן נישט צו קוקן עבירות און היט זיך פון טון עבירות - וועסטו אלעס פאררעכטן, בפרט אז דו וועסט אנהייבן לערנען די הייליגע תורה - וועסטו מבטל זיין אלע קליפות. נישטא נאך א זאך וואס זאל פארברענען די קליפות ווי די הייליגע תורה, ווען מען לערנט די הייליגע תורה ווערן די קליפות בטל ומבוטל כעפרא דארעא, זיי ווערן אויס, ווי די שטויב פון די ערד. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ראש השנה פרק ד, הלכה ח): "כֵּיוָן שֶׁקִּבַּלְתֶּם עֲלֵיכֶם עוֹל תּוֹרָה - מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִילוּ לֹא חֲטָאתֶם מִיְמֵיכֶם", ווען א מענטש איז מקבל אויף זיך צו לערנען די הייליגע תורה רעכנט אים דער אייבערשטער אזוי ווי ער האט קיינמאל נישט געזינדיגט.


דאס ערשטע זאך זאלסטו אנהייבן לערנען משניות; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


מוהרא"ש זאגט אז די שיחה גייט ארויף אויף ח"י פרקים משניות; אפילו איינער וואס איז נעבעך אריין געפאלן אין שמוציגע מעשים, אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות, וועט אים די תורה ארויס נעמען פון זיינע נישט גוטע מעשים.


נאכדעם זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין גמרא; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ לִילִית, עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", תלמוד באטרעפט די זעלבע ווי די נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית, דערפאר אז מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה; אפילו דו פארשטייסט נישט אין אנהייב וואס דו לערנסט, ניטאמאל עברי מיט טייטש קענסטו, זאלסטו ווייטער לערנען, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "אפילו מען פארשטייט נישט דאס לערנען, זאל מען ווייטער לערנען, מען זאל זאגן די ווערטער ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין".


נאכדעם זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין תיקוני זוהר; דער הייליגער אריז"ל האט געגעבן א תיקון פאר א בעל תשובה וואס האט געבעטן א תיקון פאר עבירות, ער זאל זאגן יעדן טאג אפאר בלאט פון ספר התיקונים; ווען מען זאגט די ווערטער פון תיקוני זוהר וואשט עס אפ דעם מענטש פון אלע פלעקן.


ועל כולם זאלסטו זיך שטענדיג מתודה זיין; יעדן טאג זאלסטו מאכן א צייט וואס דו וועסט דערציילן דעם אייבערשטן אלעס וואס דו האסט געטון, דאס וועט ארויסנעמען די עבירות פון דיינע ביינער. ווען א מענטש זינדיגט ווערן איינגעקריצט די עבירות אין זיינע ביינער, אזוי ווי עס שטייט (יחזקאל לב, כז): "וַתְּהִי עֲוֹנוֹתָם [חֲקוּקָה] עַל עַצְמֹתָם", און דאס גייט נישט ארויס נאר דורך דעם וואס מען איז זיך מתודה (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ד). זאג דעם אייבערשטן אלעס וואס דו האסט געטון, שעם זיך נישט צו דערציילן יעדע פרט און פרט און בעט אים: "רבונו של עולם זיי מיר מוחל, פארגעב מיר מיינע זינד, איך וויל זיין גוט; איך האב חרטה וואס איך האב געטון, איך זאג דיר צו אייבערשטער איך גיי עס מער נישט טון, האב רחמנות אויף מיר, העלף מיר איך זאל קענען זיין שטארק נישט צו טון מער קיין עבירות".


דאס זאלסטו טון יעדן טאג; א גאנצן טאג זאלסטו זיין פרייליך, נאר איין צייט אין טאג זאלסטו זיך מתודה זיין און צעברעכן דיין הארץ. וועסטו זוכה זיין אויסצומעקן אלעס וואס דו האסט געטון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#86 - מעג מען האבן א סמארטפאון פאר די ארבעט?
שלום בית, תפילה והתבודדות, דרשות, סמארטפאון, תפלות אויף אידיש, בחירה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים וואס זענען מחי' אונזער גאנצע שטוב, איך און מיין ווייב און די קינדער הערן אויס אלע שיעורים, און דאס איז אונזער וועג ווייזער אין לעבן.


איך האב א סמארטפאון פאר די ארבעט, און מיין ווייב טענה'ט אז איך מוז עס אויפגעבן, ווייל אפילו איך נוץ עס טאקע בלויז פאר פרנסה, און עס האט א גוטע פילטער, פון דעסט וועגן איז עס נישט גוט פאר די חינוך פון די קינדער, ווייל זיי ווייסן נישט אויב ס'האט א פילטער, און זיי וועלן גיין נאך ווייטער, און האבן סמארטפאון אן א פילטער, און נישט פאר פרנסה.


דער אמת איז אז איך נוץ עס טאקע באמת נאר פאר פרנסה, איך בין נאך קיינמאל נישט אריינגעגאנגען זען קיין שום סטאטוס, און ווען מ'זעט מיר אריינרעדן אינעם טעלעפאן [אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א מאכט עס נאך ביי די שיעורים] איז עס נאר אז איך געב אנווייזונגען פאר מיין ארבייטער ווי אזוי צו טון וואס ער דארף טון, איך שיק נישט קיין שטותים. דארף איך אויפגעבן מיין טעלעפאן און אויפהערן צו ארבעטן?


פון די שיעורים ווער איך אביסל צעמישט, אמאל זאגט דער ראש ישיבה אז מ'קען האבן א פאון אבער מ'זאל נישט אריינברענגען אינדערהיים, אבער א צווייטע מאל זאגט דער ראש ישיבה, "פארוואס דארפסטו עס האבן? פאר ביזנעס?! אך און וויי פאר אזא ביזנעס!"; אמאל זאגט דער ראש ישיבה אז אויב מ'דארף עס פאר פרנסה איז אן אנדערע זאך, און ווידער מאכט דער ראש ישיבה חוזק פונעם סמארטפאון מיט די מעשה מיט די קו, אז ער שלעפט אריין דעם קו אין בית המדרש לצורך פרנסה.


למעשה האב איך אפגעמאכט מיט מיין ווייב אז מיר גייען פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א וואס צו טון, און מיר וועלן פאלגן וואס דער ראש ישיבה וועט זאגן.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, כ"ט מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט קיינמאל נישט געזאגט פאר א צווייטן וואס צו טון, דער רבי האט גערעדט אויף אן אופן עס זאל אלץ בלייבן די בחירה.


מען האט יענעם געווינקען ווי אזוי זיך צו פירן אבער נישט געזאגט קלאר; ווייל ווי קען מען זאגן פאר א צווייטן וואס צו טון? עס קען זיין אז מיט דעם וואס מען זאגט יענעם וואס צו טון, ווי אזוי זיך צו פירן - מיט דעם שניידט מען אים אפ פונעם אייבערשטן. צום ביישפיל, מען זאגט פאר'ן מענטש זיך צו פירן מיט אן עבודה וואס איז נישט שייך פאר אים, קען מען אים דורכדעם אינגאנצן מרחק זיין, דעריבער האט דער רבי שטענדיג געענטפערט אויף א וועג אז יענער זאל אליינס אויסקלויבן די גוטע וועג.


אזוי אויך, דער הייליגער צדיק רבי אברהם בן רבי נחמן מטולטשין זכותו יגן עלינו, ווען מען פלעגט אים פרעגן הנהגות, מען פלעגט אים פרעגן ווי אזוי זיך צו פירן פלעגט ער אלץ זאגן: "ווי קען מען זאגט יענעם ווי אזוי זיך צו פירן? איין זאך קען מען, יענעם מחזק זיין ער זאל בעטן דעם אייבערשטן; ווען מען איז מחזק א צווייטן ער זאל רעדן צום אייבערשטן וועט ער שוין אליינס וויסן ווי אזוי זיך צו פירן".


אז דו ווילסט באמת וויסן וואס צו טון מיט'ן טעלעפאן זאלסטו יעדן טאג וויינען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין הייליג; העלף מיר איך זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, העלף מיר איך זאל בלייבן ערליך, איך מיט מיינע קינדער; העלף מיר איך זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן מיט'ן טעלעפאן", אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן טאג נאך טאג וועסטו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


מיט יעדע זאך זאלסטו אזוי טון; וואס דו ווייסט נישט און וואס דו מיינסט אז דו ווייסט זאלסטו זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן, אים בעטן: "הורינו ה' דרכך אהלך באמיתך, ווייז מיר דעם וועג אייבערשטער, ווייז מיר ווי אזוי זיך צו פירן; איך ווייס גארנישט, איין מינוט וויל איך דאס - א צווייטע מינוט וויל איך יענץ, העלף מיר אייבערשטער איך זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן", דורכדעם וועסטו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


דאס וואס דו ווערסט צעמישט פון די שיעורים; איינמאל הערסטו מען זאל בכלל נישט האבן קיין טעלעפאן, א צווייטע מאל הערסטו 'אז דו האסט א טעלעפאן לייג א פילטער', א דריטע מאל הערסטו דער עיקר זאל מען נישט אהיים ברענגען וכו' וכו'; דאס איז ווייל מען דארף ארום דרייען מיט יעדן איינעם לויט זיין קאפ אז יענער זאל עס קענען נעמען, עס זאל ביי יענעם פועל'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#85 - ווי אזוי קען איך מאכן מיין מאן מער אינטערעסירט אין מיר?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי וואס איז זייער מחזק פון די שיעורים, א גרויסן יישר כח.


מיין מאן האט אסאך חברים, און ער פארברענגט מיט זיי יעדע נאכט, און סיי ווען ער קען נאר. אסאך קומט ער אהיים גאר שפעט ביינאכט, דריי אזייגער באנאכט איז נארמאל ער זאל אהיימקומען.


עס טוט מיר זייער וויי, ווייל רוב מאל בין איך אליין. איך שפיר אז ער איז נישט אינטערעסירט אין מיר, זיינע חברים זענען אים מער אינטערעסאנט.


וואס קען איך טון אז ער זאל וועלן זיין מער אינדערהיים, אז ער זאל וועלן פארברענגען מיט מיר? מיר האבן עס שוין דורכגעשמועסט צווישן זיך, אבער ס'האט נישט געהאלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די טעות מאכן זייער אסאך; מענטשן מיינען אז מיט איין מאל רעדן קען מען פועל'ן און ווען מען זעט אז מען פועל'ט נישט ווערט מען מיואש, מען געבט אויף; וואלט מען ווען גערעדט נאכאמאל און נאכאמאל שיינערהייט וואלט מען גע'פועל'ט, ווייל דער הייליגער רבי האט אונז קלאר געזאגט אז מיר זאלן רעדן צו מענטשן אפילו עס זעט אויס ווי מען פועל'ט נישט, ווייל ביים סוף פועל'ט מען יא.


אז אייער מאן קומט נישט אהיים ביינאכט, ער דריידט זיך מיט חברים ביז אין די שפעטע נאכט שעות, קען דאס זיין צוליב צוויי סיבות, אדער וויל ער אהיים קומען אבער עפעס שטערט אים אין שטוב, אדער איז ער קליינקעפלדיג, ער איז נאך אין די קינדערישע באבל פון חברים, ער איז נאך נישט ארויס פון זיין אייער שאלאכטס, ער מיינט אז עס איז דא אזא זאך ווי חברים.


דעריבער זאלט איר רעדן מיט אים, זאגטס אים שיינערהייט: "מיין טייערער מאן, איך האב דיר אזוי ליב, איך וויל זיין מיט דיר, איך וויל פארברענגען מיט דיר; זאג מיר, עפעס שטערט דיר פון וועלן זיין מיט מיר? עפעס באדערט דיר אין שטוב אז דו לויפסט ארויס צו זיין מיט חברים גאנצע נעכט?" זאגטס אים און בעטס אים שיינעהייט: "איך וויל אזוי שטארק זיין מיט דיר, איך וויל האבן דעם זעלבן סדר היום מיט דיר, איך וויל נישט גיין שלאפן אליין, איך וויל אזוי שטארק מיר זאלן גיין שלאפן אין די זעלבע צייט, מיין טייערער מאן, וואס קען איך טון דו זאלסט ליב האבן צו זיין אין שטוב? איך וועל אלעס טון פאר דיר".


מיט די שיינע רייד וואס איר וועט רעדן צו אים איין מאל און נאכאמאל און א דריטע מאל; מיט שכל, מיט ווארעמקייט - וועט איר אים ווייך מאכן און ער וועט אהיים קומען, ער וועט זיך אויפוועקן פון זיין שכרות פון חברים, און אויב עס האט מיט אייך, ער וועט אייך זאגן וואס שטערט אים, וועט איר אים צופרידן שטעלן, דעמאלט וועט ער שוין אהיים קומען.


אבער וויסן זאלט איר אז איר וועט דארפן האבן גרויס סבלנות, איר וועט דארפן ווארטן מיט געדולד. דאס גייט נישט אין איין טאג, דאס גייט נישט אין איין מינוט, און טאקע ווייל עס נעמט צייט ביז מען בייגט א מאן, ביז מען פועל'ט ביי אים וואס מען דארף פועל'ן - האבן פרויען נישט קיין כח צו נעמען די וועג, דעריבער ווערט אסאך גט'ן; מען נעמט די גרינגע, שנעלע און פוילע וועג, מען הערט אויף רעדן, מען הייבט זיך אן צו עסן אינעווייניג, מען עסט זיך און מען עסט זיך ביז די ליבשאפט ווערט אפגעקילט און מען קען זיך נישט דערליידן, ביז עס ווערט א גט. מען מיינט אז דאס איז א עצה, מען מיינט אז גט'ן איז א וועג ארויס פון פראבלעמען, ווען באמת איז גט'ן א וועג אריין צו שרעקליכע ביטערע פראבלעמען.


בעטס דעם אייבערשטן ער זאל אייך העלפן, ער זאל העלפן אייער מאן ער זאל האבן גוטע ערליכע חברים וואס וועלן אים נישט ארויס שלעפן ביינאכט פון שטוב. פרייטאג צו נאכטס ווען איר צינדט די ליכט זאלט איר זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן; מען פירט זיך צו לייגן די הענט אויפ'ן פנים אז מען זאל גארנישט זען, מען זאל נישט ווערן געשטערט פון קיינעם, דעמאלט מיט די הענט אויפ'ן פנים זאלט איר בעטן פון אייער צעבראכענעם הארץ:


"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֶעלְף מִיר אוּן מַיין מַאן מִיר זָאלְן לֶעבְּן מִיט שָׁלוֹם, מִיר זָאלְן זִיךְ לִיבּ הָאבְּן אוּן מִיר זָאלְן זִיךְ פַארְשְׁטֵיין. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֶעלְף מַיין מַאן עֶר זָאל הָאבְּן גוּטֶע חֲבֵרִים, הֶעלְף אִים עֶר זָאל זִיךְ נִישְׁט דְרֵייעֶן אִין גַאס בַּיינַאכְט, עֶר זָאל לִיבּ הָאבְּן צוּ זַיין אִין שְׁטוּבּ"; אזוי זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן, נישט נאר ביי די ליכט נאר יעדן טאג; דורכדעם וועט זיך אלעס איבער דרייען, איר וועט זען גרויסע ניסים.


מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן פאר די פרויען וואס רבי נתן האט געבעטן זיין ווייב און זיינע טעכטער, אז ווען זיי צינדן אן די שבת ליכט זאלן זיי בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, אזוי ווי איך צינד אן די ליכט אזוי זאל אנגעצינדן ווערן דעם הייליגן רבינ'ס ליכט אין אלע אידישע הערצער", פלעגט מוהרא"ש זאגן די פרויען זיי זאלן אויסנוצן די צייט ביי די ליכט און בעטן: "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, טַאטֶע זִיסֶער! גֶעבּ מִיר אַ שֵׁיינֶע שַׁבָּת אוּן אַ שֵׁיינֶע לֶעבְּן. אַ לֶעבְּן מִיט שָׁלוֹם, אַ לֶעבְּן מִיט לִיבְּשַׁאפְט; רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן דִיר דִינֶען מִיט לִיבְּשַׁאפְט. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם אַזוֹי וִוי אִיךְ צִינְד יֶעצְט אָן דִי שַׁבָּת לִיכְט, מַאךְ אוּנְז לִיכְטִיג אוּנְזֶער לֶעבְּן אוּן מַאךְ לִיכְטִיג פַאר אַלֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער; אַלֶע זָאלְן וִויסְן פוּן דִּיר אוּן אַלֶע זָאלְן וִויסְן פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן. צִינְד אָן מַיין מַאנְ'ס הַארְץ עֶר זָאל דִיר דִינֶען מִיט לִיבְּשַׁאפְט אוּן צִינְד אָן דִּי הֶערְצֶער פוּן מַיינֶע קִינְדֶער".


אז איר וועט טון וואס שטייט אין דעם בריוו וועט איר זען ווי אלעס וועט זיך איבערדרייען, איר וועט האבן א הייליגע שטוב, אן ערליכע שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#84 - פארוואס האב איך פלוצלינג פארלוירן דעם געפיל צום רבי'ן?
התחזקות, חסידות ברסלב, ספיקות, תפלות אויף אידיש, געפילן, אמונת חכמים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


געלויבט ה' יתברך אז איך בין מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן דורך די הערליכע שיעורים, מיין לעבן האט זיך דעמאלט אנגעהויבן, איך האב אנגעהויבן לעבן מיט'ן אייבערשטן, איך האב אנגעהויבן שפירן א געשמאק אין לעבן, און איך האב זיך געטוישט צום גוטן אין יעדן הינזיכט ברוך ה'.


אין די לעצטע פאר טעג האט אבער עפעס פאסירט מיט מיר, איך ווייס נישט וואס אבער איך האב ממש פארלוירן מיין טעם אין לעבן איך ווייס נישט וואס וועט זיין מיט מיר אויף די וועלט. איך האב פלוצלינג באקומען א קאלטקייט צום הייליגן רבי'ן, און אן קיין שום סיבה הייב איך אן טראכטן פארוואס דאס פעלט מיר אויס, און אפשר וועל איך משוגע ווערן פון דעם.


עס הערט זיך אינטערעסאנט, אבער איך בין זייער צעמישט און טרויעריג, ובפרט אז איך ווייס נישט פארוואס עס קומען צו מיר די אלע מחשבות און מרה שחורה. אויב דער ראש ישיבה קען מיר ביטע מחזק זיין ווייל עס איז מיר זייער שווער מיט דעם, און ס'שטערט מיר זייער אין מיין סדר היום


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, ז' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי פארענטפערט דיין פראגע, דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן עב): ווען א מענטש ווערט נתעורר לתשובה, ער וויל עפעס טון צו זיין גוט, ער וויל זיין אן ערליכער איד און ער מאכט אפ צו גיין צום צדיק, "וְאַחַר כָּךְ כְּשֶׁנּוֹסֵעַ, מִתְגַּבֵּר עָלָיו הַיֵּצֶר הָרָע וְנוֹפֵל מִתְּשׁוּקָתוֹ שֶׁהָיָה לוֹ תְּחִילָה", נאכדעם ווען ער איז שוין אויפ'ן וועג איז זיך דער יצר הרע מתגבר אויף אים און ער הייבט אן פארלירן זיין געפיל צו גיין צום צדיק, "וְאַחַר כָּךְ כְּשֶׁבָּא לְהַצַּדִּיק, מִתְגַּבֵּר עָלָיו הַיֵּצֶר הָרָע עוֹד יוֹתֵר, וְאוֹבֵד כָּל חִשְׁקוֹ", נאכדעם ווען ער קומט אן צום צדיק איז זיך דער יצר הרע מתגבר אויף אים און ער פארלירט דעם גאנצן געפיל, זאגט אויף דעם דער הייליגער רבי: "אַל יִקְשֶׁה בְּעֵינֶיךָ זאֹת, וְאַל יְבַהֲלוּךָ רַעְיוֹנֶיךָ עַל זֶה", זאלסט נישט ווערן צעמישט פארוואס דאס פאסירט און נישט דערשראקן ווערן, די סיבה צו דעם איז, ווייל ווי מער דער מענטש איז זיך מתגבר אויף זיין יצר הרע אלץ מער איז זיך דער יצר הרע מתגבר אויף אים, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוכה נב.): "כָּל הַגָּדוֹל מֵחֲבֵרוֹ יִצְרוֹ גָדוֹל הֵימֶנּוּ", ווי גרעסער דער מענטש איז אלץ א גרעסערער יצר הרע האט ער, דעריבער אין אנהייב ווען ער איז נאך נישט געווען ביים צדיק איז ער נאך נישט געווען אין א גרויסע מדריגה, האט ער געהאט נאר א קליינעם יצר הרע, אבער נאכדעם ווען ער גייט צום צדיק איז ער שוין גרעסער - קומט א פרישע יצר הרע, ביז ווען ער קומט שוין צום צדיק וואס דעמאלט איז זיך דער יצר הרע זייער מתגבר.


דאס וואס דו שפירסט לעצטנס ווי דו פארלירסט דיין גאנצע חשק, עס קומען דיר אריין מחשבות אז דו זאלסט אפלאזן דעם רבי'ן - דאס גייט אריבער אויף יעדן איינעם; יעדער וואס ווערט מקורב צום הייליגן רבי'ן, ביים אנהייב איז ער אין א פלאקער אין א ברען, ער שפירט ווי ער איז אריין אין גן עדן לעבעדיגערהייט, ער הייבט אן לעבן מיט'ן אייבערשטן, ער הייבט אן שפירן א טעם אין תורה ומצוות, אבער מיט די צייט נעמט מען אים אוועק דעם געפיל כדאי ער זאל קענען ארויף גיין צו א העכערע דרגא; אויב ער שטארקט זיך, ער האלט זיך שטארק אין רבי'ן אפילו אן א געפיל, אפילו מיט אלע קשיות און בלבולים - דאן איז ער זוכה צו קומען צו א העכערע דרגא.


די וויכטיגסטע זאך איז צו בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זיין צוגעבינדן צום רבי'ן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, איך זאל קיינמאל נישט אפלאז דעם רבי'ן, איך זאל געדענקען ווי אזוי איך האב אויסגעזען אן דעם רבי'ן"; נאר מיט תפילה איז מען פארזיכערט, נאר מיט התבודדות קען מען זיך האלטן אין רבי'ן.


דעריבער בעט איך דיר זייער, שטארק זיך; לאז נישט אפ דעם הייליגן רבי'ן, בינד זיך צו צום רבי'ן, קוק נישט אויף די קשיות, קוק נישט אויף דעם וואס דו פאלסט אראפ, דאס איז נאר אז דו זאלסט גיין העכער און העכער. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כה): "וּבָזֶה טוֹעִין הַחֲסִידִים הַרְבֵּה, שֶׁפִּתְאֹם נִדְמֶה לָהֶם שֶׁנָּפְלוּ מֵעֲבוֹדַת ה'", אין דעם זענען זיך ערליכע אידן טועה ווען זיי שפירן פלוצלינג א ירידה, זיי שפירן ווי זיי האבן פארלוירן זייער ברען און חשק וואס זיי האבן געהאט און עס דאכט זיך זיי אז זיי זענען אראפגעפאלן, "וּבֶאֱמֶת אֵין זֶה נְפִילָה כְּלָל, רַק מֵחֲמַת שֶׁצְּרִיכִין לַעֲלוֹת מִמַּדְרֵגָה לְמַדְרֵגָה, וְאָז מִתְעוֹרְרִין וּמִתְגַּבְּרִין מֵחָדָשׁ הַקְּלִיפּוֹת, שֶׁהֵם הַתַּאֲווֹת וְהַבִּלְבּוּלִים וְהַדִּמְיוֹנוֹת וְהַמַּחֲשָׁבוֹת וְהַמְּנִיעוֹת כַּנַּ"ל, עַל כֵּן צְרִיכִין לְהִתְגַּבֵּר בְּכָל פַּעַם מֵחָדָשׁ", אבער באמת איז דאס נישט קיין נפילה, דאס איז נאר א דמיון וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אינעם מענטש ווען ער איז מצליח און ער קען שוין גיין ווייטער אין די קדושה, דעמאלט מאכט ער אז דער מענטש זאל האבן חלישות הדעת, ספיקות און מניעות וכו'; מען טאר נישט קוקן אויף דעם נאר ווייטער דינען דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זיך קענען שטארקן אויף אלע בלבולים.

#83 - קענען מיר נישט ווערן ווי די גרויסע צדיקים?
התחזקות, סיפורי צדיקים, ספרי ברסלב, צדיקים, תשובה, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק בריוו וואס איך באקום, דאס געבט מיר אסאך חיזוק און כח ווייטער אנצוגיין.


אויף די פראגע וואס איך האב געפרעגט איבער וועלכע סארט מעשיות צו דערציילן פאר קינדער, האט דער ראש ישיבה שליט"א מיר געשריבן, "דערצייל פאר די קינדער אלע מעשיות פון צדיקים; עס האט נישט צו טון יא נאכמאכן נישט נאכמאכן, ווייל מיר דארפן וויסן אז מיר זענען זייער ווייט פון זיין א צדיק, מיר זענען זייער ווייט פון וואס מיר דארפן באמת זיין, אבער אויב מיר וועלן זיין מקושר צו צדיקים, מיר וועלן גלייבן אין זיי און פאלגן וואס זיי זאגן - וועלן מיר אויך זוכה זיין צו ווערן צדיקים".


איך בין געווארן אביסל צעבראכן ביים דאס ליינען, ווייל די גאנצע זאך פארוואס איך האב מיר צוגעכאפט צום רבי'ן איז דאך געווען נאר ווייל דער רבי זאגט אז מען קען זיין א גרויסער צדיק בלויז מיט'ן זיך פירן בתמימות ובפשיטות און איך פרוביר זייער שטארק זיך צו פירן אויף דעם וועג, איך לערן אויפ'ן סדר דרך הלימוד, איך רעד אסאך צום אייבערשטן, איך פרוביר זייער שטארק מכבד צו זיין מיין ווייב, און איך האב פארשטאנען אז ווען מ'פירט זיך אזוי ווערט מען א צדיק, איז וואס דארף איך נאך חוץ פון דעם?


דער ראש ישיבה איז דער איינציגסטער וואס האט מיר געגעבן א וועג צו זיין א צדיק, און יעצט זע איך אז איך בין נאך זייער ווייט פון דעם, איז וואס איז יא די וועג צו ווערן א גרויסער צדיק?


יישר כח


 


 

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

 


בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מטות-מסעי, כ"ג תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך פארשטיי נישט פארוואס דו ביסט צעבראכן געווארן פון די בריוו.


ווען מיר קוקן זיך אן ווי אזוי מיר זעען אויס דעמאלט דארף מען זיין צעבראכן, אבער אז מיר קוקן אויף די צדיקים, מיר זענען מקושר צו צדיקי אמת שרפי מעלה וועלכע זענען עוסק בתיקון העולם, זיי זענען אונז מתקן - דעמאלט דארף מען זיין זייער פרייליך.


מיר טארן זיך נישט לאזן נארן, מיר דארפן וויסן אז מיר זענען נאך זייער זייער ווייט פון וואס מיר דארפן זיין; אפילו מיר וועלן פאררעכטן אלעס וואס מיר דארפן מתקן זיין, וואס וועט זיין מיט די צייט וואס מען האט געטון נישט גוטע זאכן? אין די צייט וואלטן מיר דאך געקענט טון גוטע זאכן, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן מט): "אִיר דַארְפְט זִיךְ זֵייעֶר יָאגִין אַרַיינְצוּכַאפְּן גוּטְס, אִיר זָאלְט נָאךְ קֶענִין עֶפִּיס אַרַיין כַאפִּין"; כדי אנצופולן די טעג און יארן וואס מיר האבן געטון נארישקייטן.


איך פארשטיי נישט פארוואס דו ביסטו אזוי צעבראכן פון די בריוו, וואס מיינסטו - מיר זענען שוין פארטיג, מיר זענען שוין ווי אזוי מיר דארפן זיין? מיר דארפן וויינען צום אייבערשטן און אים בעטן אז מיר זאלן זיין ערליכע אידן; קוק א לשון פון רבי'ן ווי אזוי מיר דארפן וויינען, דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן לט): "וְרָאוּי לָנוּ לוֹמַר זֹאת בִּבְכִיָּה, בִּדְמָעוֹת שָׁלִישׁ, לִבְכּוֹת, וּלְהִתְגַּעְגֵּעַ, לְבַקֵּשׁ וּלְהִתְחַנֵּן לְפָנָיו יִתְבָּרַךְ", מיר דארפן וויינען מיט הייסע טרערן צום אייבערשטן, מיר דארפן וויינען, בענקען און בעטן: "מָתַי נִזְכֶּה לָזֶה, שֶׁיִּהְיֶה לָנוּ זֶה הַדַּעַת", ווען וועלן מיר שוין זוכה זיין צו דעם, "שֶׁנּוּכַל לָדַעַת וּלְהַכִּיר הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ מִכָּל דָּבָר שֶׁל זֶה הָעוֹלָם בִּפְרָטֵי פְּרָטִיּוּת", רבונו של עולם, ווען וועל איך האבן דעם שכל, איך זאל וויסן אז אלעס איז דער אייבערשטער, נישטא גארנישט אויף די וועלט אויסער דעם באשעפער, רבונו של עולם ווען וועל איך זוכה זיין לעבן מיט דיר און זען אין יעדע זאך נאר דיר, "וּכְּפִי הַמַּדְרֵגָה פְּחוּתָה שֶׁלָּנוּ עַתָּה, וְכֻלָּנוּ אֵין פָּנֵינוּ יָפוֹת כְּלָל", ווייל ווי אזוי מיר זעען דערווייל אויס זענען מיר נאך זייער ווייט פון דאס אלעס, "אָנוּ צְרִיכִין שֶׁיְּרַחֵם עָלֵינוּ הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, לִתֵּן לָנוּ מַנְהִיג רוֹעֶה נֶאֱמָן, שֶׁיּוּכַל לְהָאִיר בָּנוּ יְדִיעָה הַנַּ"ל, כְּדֵי שֶׁנּוּכַל לְעָבְדוֹ יִתְבָּרַךְ כָּרָאוּי וְלָבוֹא אֶל הַתַּכְלִית", דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אונז, אונז ברענגען צום אמת'ן צדיק וואס וועט אריין שיינען אין אונז אז מיר זאלן איינערקענען אינעם אייבערשטן; ווייל ווען מען איז זוכה צו האבן א צדיק אזוי ווי משה רבינו דעמאלט זענען אלע זוכה צו שפירן דעם אייבערשטן אויף די גרעסטע מדריגה, אפילו א פחות שבפחותים, אפילו די וואס זענען בבחינת שפחה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מכילתא בשלח מסכתא דשירה, פרק ג): "רָאֲתָה שִׁפְחָה עַל הַיָם", די דינסטן האבן געזען דעם אייבערשטן ביי קריאת ים סוף, מיט אזא שטארקע אמונה, "מַה שֶׁא רָאָה יְחֶזְקֵאל בֶּן בּוּזִי", מער ווי וואס יחזקאל הנביא האט זוכה געווען; ווייל ווען מען האט א צדיק, א מנהיג אמיתי - ברענגט ער אריין אזא שטארקע און קלארע אמונה אפילו אין די וואס זענען נאך ווייט.


מאך זיך שיעורים אינעם הייליגן רבינ'ס ספרים, וועסטו אנהייבן זען דאס גרויסקייט פון יעדע מצוה וואס מיר טוען, דו וועסט ווערן פרייליך און שפירן נאנט צום אייבערשטן און אין די זעלבע צייט וועסטו שפירן שווערע געפילן; דו וועסט אנהייבן זען אז מיר זענען נאך זייער ווייט. ווייל ווען מען הייבט אן לערנען דעם רבינ'ס ספרים מען הייבט אן טרעטן אויף די שטויב פון די צדיקים - הייבט מען אן שרייען וואס די גזלנים האבן געשריגן: "וויי איז מיר, אזוינס האב איך געטון? גיוואלד געב מיר א תשובה". (עיין סיפורי מעשיות, מעשה ג).


 


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#82 - קענען אויך פשוטע מענטשן מלמד זכות אויף אידן?
תפילה והתבודדות, תפלות אויף אידיש, זיכוי הרבים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ווען מ'רעדט צום אייבערשטן, מעג מען דעמאלט אויך מלמד זכות זיין אויף אידן, ווי למשל זאגן פאר'ן אייבערשטן אז אידן זענען באמת גוט נאר ס'איז דא זייער שווערע נסיונות.


צדיקים פלעגן דאך אזוי רעדן צום אייבערשטן, איך וויל אבער וויסן אויב פשוטע מענטשן קענען דאס אויך זאגן, און ס'העלפט עפעס מער פון סתם תפלה, אדער איז דאס נאר אן עבודה פון צדיקים?


יישר כח פאר אלע שיעורים.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת קרח, כ"ט סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען זעט אן אינטערעסאנטע זאך, ווען עס קומט צו בעטן פאר אידן עס זאל זיי זיין גוט, ווען עס קומט צו רעדן גוטס אויף אידישע קינדער, מלמד זכות זיין אויף זיי - דעמאלט האט מען מורא אויב מען איז געמאכט פאר דעם, מען טראכט אויב מען מעג רעדן, אפשר איז דאס נאר פאר צדיקים, נאר צדיקים רעדן צום אייבערשטן גוטס אויף אידישע קינדער; ווידער די וואס זענען מקטרג אויף אידישע קינדער, זיי האבן נישט קיין בלבולים אויב דאס איז געמאכט פאר זיי וכו' וכו'.


דו פרעגסט אויב דאס איז געמאכט פאר פשוט'ע אידן אדער דאס איז אן עבודה פון צדיקים; וויסן זאלסטו אז ביי די וועלט קוקט מען אן די גאנצע זאך פון התבודדות ווי א זאך וואס געהערט פאר צדיקים. מען דערציילט מעשיות ווי מען פלעגט הערן צדיקים רעדן צום איבערשטן, מען האט געהערט ווי צדיקים בעטן אויף עסן, אויף א דינסט, אויף א הויז וכו' וכו'. מען שטעלט נישט צאם אז אונז פשוט'ע מענטשן קענען דאס אויך טון און דארפן דאס טון; דאס טוט דער רבי, דער רבי נעמט עבודות וואס זעט אויס ווי דאס איז נאר פאר גרויסע מענטשן און ער ברענגט אונז צו צו דעם; דער רבי ברענגט אונז צו אז מיר זאלן שפירן דעם אייבערשטן און מיר זאלן רעדן צו אים אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינט.


ווען רבי נתן איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן איז ער געקומען צום רבי'ן און אים דערציילט אלעס וואס גייט אריבער אויף אים וכו' וכו', האט אים דער רבי געזאגט: "נתן, קום אביסל שפאצירן". אזוי גייענדיג האט דער רבי ארויף געלייגט זיין האנט אויף רבי נתן'ס אקסל און אים געזאגט אפאר ווערטער וואס די פאר ווערטער האט געטוישט רבי נתן'ס גאנצע לעבן, דער רבי האט אים געזאגט: "און ווייטער איז גוט אז מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו א גוטער פריינט"; דער רבי האט אים דעמאלט מגלה געווען דאס ענין פון התבודדות, אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף זיין שפראך וואס ער איז צוגעוואוינט צו רעדן און אים אלעס דערציילן, ער זאל גארנישט פארהוילן פונעם אייבערשטן. דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן אז אויב ער וועט זיך צוגעוואוינען זיך צו פירן מיט די הנהגה וועט אים אלעס גיין גרינגער און ער וועט האבן א זיס לעבן.


רבי נתן זכרונו לברכה האט שפעטער דערציילט: "ווען דער רבי האט ארויף געלייגט זיין האנט אויף מיין אקסל און מיר געזאגט די ווערטער: 'און ווייטער איז גוט אז מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו א גוטער פריינט', האב איך פארשטאנען אז איך בין שוין א געהאלפענער, ווייל וואס עס זאל נאר נישט אריבער גיין אויף מיר וועל איך זיך נישט פארלירן, נאר גיין צום אייבערשטן און אים אלעס דערציילן".


וואויל איז דעם וואס איז זיך מתבודד, ער בעט דעם אייבערשטן פאר זיך און פאר אידישע קינדער; ער טענה'ט מיט'ן אייבערשטן פאר זיך און פאר אנדערע, ער זאגט: "רבונו של עולם נישט דא אזא שיינע פאלק ווי די אידישע קינדער, נישט דא אזא הייליגע פאלק ווי די אידישע קינדער; דאס וואס אידישע קינדער פאלן אראפ אין עבירות דאס איז נישט אז זיי ווילן דאס, נאר דאס איז פונעם יצר הרע. רבונו של עולם לייז אונז אויס פון דעם ביטערן גלות, מיר זענען אויסגעמישט צווישן גוים - דאס מאכט אז מיר זאלן אריינפאלן אין נישט גוטע זאכן, מיר זענען געבינדן אין די הענט פונעם יצר הרע, אבער עכט ווילן מיר אלע זיין גוט".


דער רבי האט אונז פארגעהאלטן און געפרעגט (שיחות הר"ן, סימן ע): "הַיִתָּכֵן שֶׁאָנוּ מַנִּיחִין אֶת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיַּעֲשֶׂה וְיַחֲשֹׁב לִגְזֹר גְּזֵרוֹת בָּעוֹלָם?" היתכן מיר לאזן דעם אייבערשטן מאכן גזירות אויף די וועלט; מיר דארפן בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אונז. ווייל ווען א מענטש בעט דעם אייבערשטן זאל רחמנות האבן אויף אים, ער שרייט: "אייבערשטער איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין אן ערליכער איד", לאזט דער אייבערשטער אפ כביכול אלע גזירות און הערט אויס דעם מענטש ווי ער וויינט צו אים. דעריבער זאגן די הייליגע חכמים (יומא פו:): "רֶבִּי מֵאִיר אוֹמֵר: גְדוֹלָה תְּשׁוּבָה - שֶׁבִּשְׁבִיל יָחִיד שֶׁעָשָֹה תְּשׁוּבָה מוֹחֲלִין לְכָל הָעוֹלָם כּוּלוֹ", תשובה איז אזוי גרויס, אז ווען א מענטש טוט תשובה איז מען אים מוחל און מען איז מוחל פאר די גאנצע וועלט; ווייל דער מענטש זאגט פאר'ן אייבערשטן: "רבונו של עולם איך וויל זיין, גוט קוק נישט אויף דעם וואס איך פאל אראפ, און אזוי ווי איך וויל זיין גוט אזוי ווילן אלע אידישע קינדער זיין גוט, יעדער איינער וויל זיין ערליך נאר יעדער איינער האט זיינע נסיונות"; ווען א מענטש טענה'ט אויף דעם וועג איז דער אייבערשטער מוחל אלע עבירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#81 - איך האב צוויי עלטערע ברידער, ווען וועל איך שוין א חתן ווערן?
שידוכים, בחור, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון ניינצן יאר, איך האב נאך צוויי עלטערע ברידער וואס האבן נאכנישט חתונה געהאט, און איך ווייס נישט וואס צו טון. איך וויל אזוי שטארק שוין חתונה האבן, און איך קען אפילו נישט רעדן צו מיין טאטע וועגן דעם, וואס קען איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אמור, י"א אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס וועסטו האבן אז דו וועסט רעדן מיט דיין טאטע? וואס קען דיר דיין טאטע העלפן? ער איז דאך מער צעבראכן פון דיר, ער שטייט און ווארט עס זאל שוין זיין שמחות אין שטוב.


דיין שידוך ליגט נישט אין דיין טאטענ'ס הענט און די שידוכים פון דיינע ברידער האט אויך נישט צו טון מיט דיין טאטע און מיט קיינעם, עס ליגט נאר אין די הענט פונעם אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג): "מָצִינוּ בַּתּוֹרָה בַּנְּבִיאִים וּבַכְּתוּבִים שֶׁאֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", מיר געפונען אין די תורה און נביאים און אין כתובים אז א שידוך האט נאר מיט'ן אייבערשטן, אין די תורה שטייט (בראשית כד, נ): לבן און בתואל האבן געזאגט פאר אליעזר עבד אברהם: "מיר קענען נישט צוריק האלטן רבקה פון חתונה האבן מיט יצחק, ווייל 'מֵה' יָצָא הַדָּבָר'"; אין נביאים שטייט (שופטים יד, ד): "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לֹא יָדְעוּ, כִּי מֵה' הִיא", די עלטערן פון שמשון הגיבור האבן נישט געוואוסט אז זיין שידוך וואס ער האט געטראפן קומט פונעם אייבערשטן; און אין כתובים שטייט (משלי יט, יד): "בַּיִת וָהוֹן נַחֲלַת אָבוֹת, וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת", א הויז און א פארמעגן קען מען באקומען בירושה פון די עלטערן, אבער א שידוך קען מען נישט באקומען בירושה פון עלטערן, דאס קומט נאר פונעם אייבערשטן אליינס.


דא האסטו א תפילה וואס מוהרא"ש האט געשריבן פאר בחורים צו זאגן יעדן טאג; זאג עס יעדן טאג וועסטו זוכה זיין צו טרעפן דיין זיווג בקרוב:


"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין צוּ טְרֶעפְן אַ גוּטֶע שִׁידוּךְ, אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן שְׁנֶעל אוּן גְרִינְג אוּן נִישְׁט דַארְפְן וַוארְטְן מֶער אַזוֹי לַאנְג.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אִיךְ וֵוייס אַז אִיךְ הָאבּ זִיךְ נִישְׁט אוֹיפְגֶעפִירְט וִוי עֶס דַארְף צוּ זַיין, אוּן אַז אִיךְ בִּין נִישְׁט אֵייבִּיג גֶעוֶוען אַזוֹי וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ. אִיךְ בֶּעט דִיר אָבֶּער, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז דוּ זָאלְסְט נִישְׁט קוּקְן אוֹיף דֶעם אוּן צוּלִיבּ דֶעם צוּרִיק הַאלְטְן מַיין שִׁידוּךְ. זֵיי מִיר מוֹחֵל אוֹיף אַלֶעס וָואס אִיךְ הָאבּ נִישְׁט גוּט גֶעטוּן, אוּן הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין שְׁנֶעל חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דָאס וֶועט מִיר הֶעלְפְן אוּן רַאטֶעוֶוען אַז אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט טוּן קַיין עֲבֵירוֹת אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זַיין וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ.


וָואס זָאל אִיךְ טוּן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם? פוּן מַיין זַייט בִּין אִיךְ גְרֵייט חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן הַיינְט נַאכְט! וָואס קֶען אִיךְ טוּן אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט גֶעטְרָאפְן מַיין שִׁידוּךְ? אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ בֶּעט דִיר שׁוֹין אַזוֹי לַאנְג אַז אִיךְ וִויל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דֶערְוַוייל אִיז עֶס נָאכְנִישְׁט אָנְגֶעקוּמֶען.


דִי חַזַ"ל זָאגְן אוּנְז אַז וֶוען אֵיינֶער הָאט חֲתוּנָה נָאךְ דִי צְוָואנְצִיג יָאר, וֶועט עֶר שׁוֹין זַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן דוּ זָאגְסְט אוֹיף אַזַא מֶענְטְשׁ אַז זַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין. פַארְוָואס זָאל מִיר קוּמֶען אַזַא הַארְבֶּער עוֹנֶשׁ אַז אִיךְ זָאל מַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן אַז מַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין? וָואס בִּין אִיךְ דֶען שׁוּלְדִיג? פַארְוָואס קוּמְט עֶס מִיר? אִיז מִיר נִישְׁט גֶענוּג דִי שְׁרֶעקְלִיכֶע פַּיין אוּן וֵוייטָאג וָואס אִיךְ הָאבּ פוּן דֶעם אַלֵיין אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט חֲתוּנָה גֶעהַאט?


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן סַבְלָנוּת אוּן גֶעדוּלְד, אוּן אוֹיסְוַוארְטְן מִיט רוּאִיגְקֵייט בִּיז אִיךְ וֶועל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל נִישְׁט הָאבְּן קַיין קֻשְׁיוֹת אוֹיף דִיר. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל גְלֵייבְּן מִיט אַ שְׁטַארְקֶע אֱמוּנָה אַז דוּ טוּסְט אַלֶעס נָאר צוּם גוּטְן, אוּן יֶעדֶע זַאךְ הָאט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶער חֶשְׁבּוֹן, אוּן מִיט דֶעם זָאל אִיךְ זִיךְ שְׁטַארְקְן אוּן נִישְׁט זַיין אַזוֹי צוּבְּרָאכְן פוּן מַיינֶע שְׁוֶוערִיקַייטְן.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נָאר דוּ קֶענְסְט מִיר פַארְשְׁטֵיין! נָאר דוּ וֵוייסְט מַיינֶע גֶעפִילְן! וִוי אַזוֹי אִיךְ שְׁפִּיר זִיךְ אַזוֹי פַארְשֶׁעמְט אוּן דֶערְנִידֶערְט פוּן מִיר אַלֵיין! אַז אַלֶע מַיינֶע חֲבֵרִים הָאבְּן שׁוֹין חֲתוּנָה גֶעהַאט אוּן נָאר אִיךְ בִּין גֶעבְּלִיבְּן אַלֵיין! הֶעלְף מִיר אַז דִי בִּזְיוֹנוֹת זָאלְן זַיין פַאר כַּפָּרַת עַווֹנוֹת אַז מִיט דֶעם זָאל אִיךְ אָפְּקוּמֶען אַלֶע מַיינֶע עֲבֵירוֹת, אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט דַארְפְן לַיידְן אַזוֹיפִיל אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן בְּקָרוֹב.


אִיךְ וֵוייס אוּן אִיךְ גְלֵייבּ, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, אַז דוּ וֶועסְט מִיר זִיכֶער נִישְׁט פַארְלָאזְן. סוֹף כָּל סוֹף וֶועל אִיךְ זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. אוּן דֶערְפַאר בֶּעט אִיךְ דִיר, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז וֶוען אִיךְ וֶועל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן זָאל אִיךְ זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן אַ גוּטֶע שָׁלוֹם בַּיִת, אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט קְרִיגְן אִינְדֶערְהֵיים, עֶס זָאל שְׁטֶענְדִיג הֶערְשְׁן בַּיי אוּנְז אַהֲבָה וְאַחְוָה וְשָׁלוֹם וְרֵעוּת, מִיר זָאלְן זִיךְ לִיבּ הָאבְּן אוּן הָאבְּן אַ גְלִיקְלִיךְ לֶעבְּן אִינְאֵיינֶעם, אוּן אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט דַארְפְן גֶט'ן חַס וְשָׁלוֹם.


הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שְׁטֶענְדִיג זַיין אַ וַתְּרָן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג מְוַותֵּר זַיין אוּן נִישְׁט זִיךְ קְרִיגְן נָאר שְׁטֶענְדִיג אַרוֹיסְהֶעלְפְן. מִיר זָאלְן הָאבְּן אַ פְרֵיילִיכֶע הוֹיז, עֶס זָאל זִיךְ שְׁפִּירְן דִי שִׂמְחָה אִין דִי לוּפְט בַּיי אוּנְז אִינְדֶערְהֵיים. אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן גֶעזוּנְטֶע אוּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער, אִיךְ זָאל זֵיי אוֹיפְצִיעֶן אוֹיפְ'ן עֶרְלִיכְן אִידִישְׁן וֶועג אוּן זֶען אַסַאךְ אִידִישׁ נַחַת פוּן זֵיי. מַיין שְׁטוּבּ זָאל זַיין אָפְן פַאר אַנְדֶערֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער אַרַיינְצוּנֶעמֶען אוֹרְחִים אוּן צוּ טוּן אַסַאךְ צְדָקָה אוּן חֶסֶד.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה, אוּן הֶעלְף מִיר שׁוֹין, אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, אוּן אִין זְכוּת פוּן רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֶם זְאֵב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#80 - איך וויל זיין אן ערליכע איד, אבער איך פאל כסדר
התחזקות, קדושה, בחור, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די חיזוק מיט וואס איך בין זיך מחי' טאג טעגליך.


איך פאל אסאך אין קדושה, איך בין אסאך פוגם בברית רחמנא ליצלן, די אויגן היט איך זיך בכלל נישט, איך לויף נאך עבירות די גאנצע צייט, און איך האלט עס שוין מער נישט, איך קען נישט מיר, איך וויל שוין זיין אן ערליכער איד. איך האב שוין אלעס פרובירט, איך האב אסאך עליות, אבער נאך פיל מער ירידות, וואס וועט זיין מיט מיר?


איך בין מעביר סדרה, איך פרוביר צו זאגן משניות וויפיל איך קען, און א בלאט גמרא יעדן טאג. איך זע אן אינטערעסאנטע זאך אז רוב מאל ווען איך בין אראפגעפאלן האב איך פונקט יענעם עפעס אויסגעלאזט, אדער דאס מעביר סדרה זיין אדער עפעס אנדערש.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען העלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי-קדושים, ב' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען א מענטש טוט תשובה, ער קומט צוריק צום אייבערשטן, דארף ער וויסן אז די קליפות און משחיתים וואס ער האט באשאפן פון עבירות וועלן אים נאכלויפן און אים פרובירן צוריק צו כאפן; זיי לויפן נאך דעם מענטש און ווארפן אים אראפ נאכאמאל און נאכאמאל, אבער אז דער מענטש איז שטארק, ער גייט ווייטער צום אייבערשטן, ער בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אים און אים מקרב זיין צו די קדושה, ער וויינט צום אייבערשטן ער זאל אים מוחל זיין אויף אלע עבירות, דורכדעם הרג'עט ער אויס אלע קליפות און משחיתים.


טייערער ברודער נעם די חיזוק פון רבי'ן; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן מח): "צְרִיכִין לִהְיוֹת עַקְשָׁן גָדוֹל בַּעֲבוֹדַת ה'", ווער עס וויל זיין אן ערליכער איד, דארף וויסן אז מען קען נישט זיין אן ערליכער איד נאר אז מען איז א גרויסער עקשן, עס זאל נישט אינטערעסירן דעם מענטש צי ער פאלט צי נישט, ווייל דער יצר הרע האלט אין איין אראפ ווארפן דעם מענטש, ער ברענגט אריין אין אים חלישות הדעת, דער מענטש זאל טראכטן כאילו דער אייבערשטער דארף אים נישט, ער וויל דער מענטש זאל אפלאזן זיין ווילן; אבער ווען א מענטש איז אן עקשן און ער לאזט נישט נאך, אפילו ער האלט אין איין פאלן, ער איז פוגם בברית רחמנא לצלן דאך גייט ער שטענדיג צוריק צום אייבערשטן - וועט ער זוכה זיין סוף כל סוף צו אלע מדריגות.


איך בעט דיר זייער, זיי שטארק ביי זיך, געב נישט נאך, געב נישט אויף; אזוי גייט עס מיט יעדן איינעם, ווען מען וויל זיין גוט הייבט מען אן פאלן, ווען מען הייבט אן תשובה טון הייבט מען אן האבן ביטערע נסיונות, אזוי ווי דער רבי זאגט (שם): "כִּי כֵן דֶּרֶךְ הַבַּעַל דָּבָר וְהַסִּטְרָא אָחֳרָא, כְּשֶׁרוֹאֶה שֶׁהָאָדָם סָמוּךְ סָמוּךְ מַמָּשׁ לְשַׁעֲרֵי הַקְּדֻשָּׁה, וְכִמְעַט שֶׁיִּכְנֹס אֲזַי הוּא מִתְפַּשֵּׁט עָלָיו בְּהִתְגַּבְּרוּת גָּדוֹל מְאֹד מְאֹד רַחֲמָנָא לִצְלָן", דאס איז די וועג פון די סטרא אחרא ווען זיי זעען ווי דער מענטש גייט שוין אט אט זיין אן ערליכער איד, זיי זעען ווי דער מענטש גייט שוין כמעט אריין אין די טיר פון קדושה, דעמאלט פארלייגן זיי זיך זייער שטארק אויפ'ן מענטש מיט א מורא'דיגע שטארקייט רחמנא לצלן, און ווען דער מענטש ווייסט נישט אז דאס איז נאר אים אוועק צו שלעפן און אים צו צעברעכן - געבט ער אויף און לאזט אלעס אפ.


דאס איז דיין שיינקייט און דאס האט דער אייבערשטער ליב; צו זען ווי א איד וואס עס קאכט אין אים שמוץ און נארישקייטן, מיט דעם אלעם דערהאלט ער זיך און ער קומט נאכאמאל צוריק, ער בעט דעם אייבערשטן און וויינט זיך אויס: "רבונו של עולם איך וויל זיין אן ערליכער איד, האב אויף מיר רחמנות וכו' וכו'"; דאס קען אפילו א מלאך נישט באווייזן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#79 - איך בין נישט צופרידן אינדערהיים און אין ישיבה, וואס טו איך?
התחזקות, קדושה, בחור, ישיבה, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ערשטנס וויל איך זיך באדאנקען פאר די שיעורים וואס געבט מיר ממש לעבן.


איך בין א בחור פון 16 יאר אלט, די שלום בית ביי מיינע עלטערן איז נישט אזוי גוט, עס האט מיר זייער וויי געטון צו זען ווי מיינע עלטערן קריגן זיך ארום, דערפאר בין איך אוועקגעפארן לערנען אין א ישיבה אין א צווייטע שטאט, האפנדיג אז דארט וועט מיר זיין רואיגער און געשמאקער.


למעשה איז עס אבער נישט ממש אזוי, די ישיבה וואו איך בין געגאנגען איז זייער שטרענג, און האב נישט אזוי הנאה דארט צו זיין. סיי די סדרים זענען זייער שטרענג, מ'דארף זיצן אויף איין פלאץ כמעט די גאנצע סדר, און סיי אין דארמעטארי איז זייער שטרענג, אויב טו איך איין קליינע זאך וועט מיר דער משגיח מוטשען פאר די קומענדיגע פאר טעג אזוי ווי איך וואלט געטון די גרעסטע עבירה.


אויסער דעם האב איך שווערע נסיונות אין קדושה, איך דארף זיך רייסן יעדעס מאל איך גיי אין גאס, און איך בין שוין פיל מאל נכשל געווארן אין פגם הברית רחמנא ליצלן, און דאס איז שוין יעצט ווען איך בין נאך יונג, וואס וועט שוין זיין ווען איך וועל ווערן עלטער?


איך וויל זייער שטארק אריינגיין אין אייער ישיבה, זאל איך דאס טון? אפשר קען מיר דער ראש ישיבה שליט"א מחזק זיין און געבן עצות ווי אזוי צו זיין אן ערליכער איד.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר טהרה, כ"ט ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז אפילו דו פאלסט אראפ אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן איז דא א וועג פאר דיר צוריק צו קומען צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף אונזער דור און אונז געשיקט דעם הייליגן רבינ'ס נשמה וואס ער פארעט זיך מיט אונז, מיט די אלע וואס ליגן נעבעך אין עבירות און קענען זיך פון דעם נישט ארויסזען; דער רבי קומט און ווייזט אונז די רחמנות פונעם אייבערשטן, ווי שטארק ער האט אונז ליב, ווי דער אייבערשטער ווארט אז דער מענטש זאל קומען צו אים, זיך אויסוויינען און תשובה טון.


דעריבער בעט איך דיר מיין טייערער ליבער ברודער, פאלג דעם רבי'ן און נעם די עצה פון רבי'ן; גיי זוך אויף א ווינקעלע וואו קיינער זעט דיר נישט און קיינער ווייסט נישט וואס דו טוסט דארט און הייב זיך אן עפענען פאר'ן אייבערשטן, זאג אים דיין שווערע לעבן, דערצייל אים פארוואס דו ביסט אוועק געפארן פון שטוב, אז דו האסט נישט געקענט צוקוקן ווי דיין טאטע און מאמע קריגן זיך, זאג אים: "הייליגער באשעפער עכט וויל איך זיין גוט, איך וויל נישט טון די עקלדיגע עבירה, איך וויל נישט פוגם זיין בברית, אבער איך בין אזוי צעבראכן; אין שטוב איז מיר געווען ביטער, יעצט אין ישיבה איז מיר נמאס, די משגיחים מוטשען, ועל כולם מיין גרעסטע מוטשע - איז דער יצר הרע וואס מוטשעט מיר, ער לאזט מיר נישט אפ, ער פלאקערט אין מיר; עס ברענט אין מיר א פייער פון עבירות. אייבערשטער זיי מיר מוחל אויף מיינע זינד, זיי מיר מוחל אויף מיינע עבירות, גלייב מיר אייבערשטער אז איך וויל זיין גוט, איך גיי זיין גוט, אבער איך ווייס נישט וואס צו טון, יעדעס מאל מאך איך אפ 'פון יעצט בין איך וואויל; פון יעצט איז געענדיגט מיט אלע שלעכטס' און ווייטער טרעף איך זיך פוגם זיין".


ווען א מענטש וויינט זיך אויס צום אייבערשטן, ער זאגט: "רבונו של עולם, חָטָאתִי - איך האב געזינדיגט", און ער האט חרטה אויף זיינע מעשים נעמט אים דער אייבערשטער גלייך צוריק, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין במדבר רבה כ, טו): "בִּלְעָם הָיָה רָשָׁע עָרוּם, וְיוֹדֵעַ שֶׁכָּל מִי שֶׁחוֹטֵא וְאוֹמֵר חָטָאתִי, אֵין רְשׁוּת לַמַּלְאָךְ לִגַּע בּוֹ", ווען בלעם האט געזען ווי דער מלאך שטייט פאר אים מיט א שווערד און וויל אים הרג'ענען האט ער גלייך געזאגט: "חָטָאתִי – איך האב געזינדיגט", ווייל ער האט געוואוסט דעם סוד אז ווער עס איז זיך מתודה און זאגט: "חָטָאתִי" קען אים קיינעם נישט שלעכטס טון, אפילו א מלאך קען אים נישט אנרירן, דעריבער האט ער גלייך ארויסגעזאגט דעם ווארט "חָטָאתִי", אז דער מלאך זאל אים נישט קענען שלעכטס טון.


שטארק זיך מיט התבודדות, דער אייבערשטער האט ליב ווען מען טענה'ט זיך אויס כביכול מיט אים, מען בעט אים ער זאל מוחל זיין. בפרט בחורים וואס זיי זענען אזוי צעבראכן, קיינער ווייסט נישט וואס גייט אריבער אויף זיי, זיי ווילן חתונה האבן, קיינער גלייבט זיי נישט; קיינער ווייסט נישט וואס א בחור גייט אריבער, נאר די אמת'ע צדיקים - זיי טענה'ן פאר די בחורים פאר'ן בית דין של מעלה, אזוי ווי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו פלעגט שטענדיג זאגן: "איך וועל טענה'ען אויבן אין הימל פאר'ן בית דין של מעלה אז בחורים זענען נישט שולדיג, בחורים זענען וואויל, דאס וואס זיי פאלן אין עבירות, זיי זענען פוגם אין פגם הברית, זיי פאלן אראפ אין עֲשָׂרָה כִּתְרִין דִמְסָאֲבוּתָא - דאס איז ווייל זיי דארפן חתונה האבן, מען קען זיי נישט געבן קיין עונש".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#78 - ווי אזוי לערנט מען אויס קינדער זיך צו פירן איידל?
חינוך הילדים, קדושה, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים, ספעציעל פאר די שיעורים פאר פרויען, וואס האבן מיר געהאלפן א געוואלד, ס'האט געהאלפן אויפבויען מיין שטוב, און איך האב א הערליכע שלום בית מיט מיין מאן לכבוד די שיעורים.


מיר האבן ברוך ה' ליכטיגע קינדער מיט אסאך ענערגיע, יעצט ווען מ'זיצט אינדערהיים מיט די קינדער האבן מיר געקויפט אסאך ערליי שפילצייג און ארטס און קרעפטס, און מיר שפילן אסאך מיט די קינדער.


איך האב אבער א פראבלעם אז איך זע אז די קינדער פירן זיך נישט איידל, און רירן אן אויף נישט איידעלע פלעצער, און וויפיל מיר האבן שוין גערעדט צו זיי וועגן דעם זייער שטרענג, האט עס נישט געהאלפן.


די שאלה איז וואס מיר דארפן טון ווייטער, מער זאגן? שרייען? אדער נאך מער פון דעם? בפרט יעצט ווען די קינדער זענען א גאנצן טאג אינדערהיים, מוזן מיר וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר טהרה, כ"ט ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מען דארף אויסלערנען קינדער ווען זיי זענען נאך גאר יונג אז מען טאר נישט לייגן די הענט אויפ'ן אות ברית קודש; פון ווען זיי זענען נאך גאר קליין דארף מען זיי זאגן אן א שיעור מאל: "דא טאר מען נישט לייגן די הענט, דער אייבערשטער לאזט נישט אנרירן", און אויב מען זעט אז זיי פירן זיך נישט איידל וכו' געבט מען א פעטשל אויף די הענט און מען זאגט נאכאמאל מיט א שטרענגע טאן: "דא טאר מען נישט לייגן די הענט!" ביז זיי פארשטייען אז דאס איז זייער א הארבע זאך, וועלן זיי זיך היטן און אויף וואקסן הייליג.


נעמטס אריין דעם כלל, ווי יונגער מען הייבט אן מחנך זיין די קינדער אלץ גרינגער וועט זיין די ארבעט מיט זיי שפעטער, אבער אז מען איז נישט מחנך די קינדער ווען זיי זענען נאך יונג, מען טראכט אז זיי זענען נאך קליינטשיג וכו' וכו' - דעמאלט איז זייער שווער שפעטער, בפרט אין קדושה; אז מען זאגט נישט אן די קינדער יונגערהייט פון וואס מען דארף זיך היטן איז זייער שווער שפעטער.


דער עיקר זאלט איר אסאך בעטן דעם אייבערשטן פאר אייערע דורות, אז די קינדער זאלן זיין ערליך און הייליג, זיי זאלן קיינמאל נישט פוגם זיין אין קיין שום מידה און זיי זאלן זיין אפגעהיטן אין קדושה, ווייל תפילה איז די איינציגסטע זאך וואס איז א זיכערע עצה, אלע עצות וואס מען געבט פאר'ן מענטש איז א ספק צי עס וועט נישט ערגער מאכן און א ספק ספיקא צי עס וועט העלפן; פאר איינעם העלפט עס יא און פאר א צווייטן העלפט עס נישט, עס מאכט אים נאר ערגער, אבער תפילה - דאס איז א עצה פאר יעדן, דאס איז א זיכערע עצה. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לב.): "כָּל הַמַּאֲרִיךְ בִּתְפִלָּתוֹ", ווען א מענטש בעט דעם אייבערשטן און טרעט נישט אפ פון דעם, ער בעט און בעט און מוטשעט - "אֵין תְּפִלָּתוֹ חוֹזֶרֶת רֵיקָם", וועט ער נישט אוועק גיין מיט ליידיגע הענט, ער וועט געהאלפן ווערן; בפרט א אידישע מאמע וואס בעט דעם אייבערשטן טאג און נאכט: "הייליגער באשעפער, געב מיר הייליגע קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן די וועלט, העלף מיר אז מיינע קינדער זאלן קיינמאל נישט פוגם זיין בברית, זיי זאלן אויסוואקן ריין", זי בעט אויף איר שפראך טאג און נאכט פאר אירע קינדער - וועט זי זוכה זיין צו ליכטיגע קינדער בנים צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#77 - ווי אזוי קען איך מאכן אז מיינע מיידלעך זאלן דאווענען?
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי וואס איז זיך מחי' מיט די שיעורים, עס געבט מיר פיל חיזוק אין לעבן.


מיינע טעכטער זענען ב"ה זייער וואויל, זיי פאלגן, זיי העלפן מיט די שטוב ארבעט מיט א געוואלדיגע געטריישאפט, און איך דאנק דעם אייבערשטן דערפאר. עס איז אבער דא איין זאך וואס באדערט מיר זייער, איך בין אויפגעוואקסן אין א היימישע שטוב, און ביי אונז האבן די מיידלעך אלעמאל געדאווענט פרייטאג צו נאכטס און שבת אינדערפרי, דער גאנצער שבת האט זיך געדרייט אויפ'ן דאווענען, מיט א געשמאק און א חיות. ווי אויך האבן מיר יעדן אינדערפרי געזאגט ברכות. פאר מיינע טעכטער פאלט אבער בכלל נישט איין צו דאווענען, אפילו אין דער וואכן, זיי ווייסן אז פרויען זענען פטור פון דאווענען און שוין.


איך ווייס נישט אויב ס'פעלט זיי יראת שמים, אדער ווייסן זיי פשוט נישט ווי אזוי זיך צו פירן, אדער אפשר בין איך דער וואס ווייסט נישט ריכטיג, אפשר דארפן זיי טאקע גארנישט דאווענען.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר זאגן ווי אזוי איך דארף צו באהאנדלען די זאך.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר טהרה, כ"ו ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אמאל אז געווען א אידענע וואס איז געקומען צום רב מיט אן ענליכע בקשה וואס איר האט, זי האט זיך באקלאגט אז זי ווייסט נישט פארוואס ביי איר איז אנדערש ווי ביי איר מאמע, ביי איר מאמע עליה השלום פלעגט שטענדיג וואקסן אין גארטן אונטערן שטוב טאמאטעס, איגערקעס, פאפריקע וכו', עס איז געווען אזוי געשמאק; ווען מען איז אויפגעשטאנען אינדערפרי פלעגט מען גיין ארויס נעמען פרישע גרינס, מען פלעגט זיך ממש דערקוויקן, ביי מיר - וויינט די פרוי - וואקסט נישט קיין שום גרינס; זי האט געוויינט און געבעטן אן עצה. האט דער רב איר געענטפערט מיט א שמייכל: "אייער מאמע עליה השלום פלעגט פלאנצן, זי האט געאקערט, געזייט און באוואסערט, איז נאכדעם ארויסגעקומען פיינע גרינס, אז איר ווילט האבן פיינע גרינס זאלט איר זיך באפלייסן מיט'ן פלאנצן וכו' וועט ביי אייך אויך וואקסן".


דאס זעלבע זאג איך אייך, קינדער וואקסן נישט פון זיך אליין, מען דארף אסאך הארעווען צו זען שיינע פירות. אזוי ווי ווען מען פלאנצט איז דא ווייכע ערד און הארטע ערד, אזוי איז מיט קינדער. יעדעס קינד איז א באזונדערע וועלט פאר זיך, ביי איינעם זעט מען שנעלער די פירות און ביי א צווייטן נעמט דאס אביסל לענגער, אבער דאס איז זיכער, אז מען אקערט און מען פלאנצט זעט מען שיינע פירות.


קינדער דאווענען נישט פון זיך אליין, מען דארף זיי זאגן איין מאל און א צווייטע מאל און א דריטע מאל, טויזנט מאל איז ווייניג געזאגט - ביז זיי הייבן אן דאווענען פון זיך. אייער מאמע האט אין אייך אריין געלייגט א גוטע חינוך, זי האט אייך מחנך געווען צום דאווענען, דאס דארפט איר נאכמאכן; איר דארפט רעדן מיט די קינדער, זיי זאגן: "יעצט דארף מען דאווענען"; די קינדער וועלן מן הסתם נישט הערן ווי איר רעדט צו זיי, זיי וועלן זיין פארנומען מיט זייערע זאכן; איינער מיט ליינען, א צווייטער מיט שפילן, אזוי ווי די געזונטע נאטור ביי קינדער איז, אז זיי הערן נישט, זאלט איר דאס נאכאמאל זאגן, מיט אביסל א העכערע קול, ביז זיי וועלן זען אז מען דארף פאלגן און זיי וועלן דאווענען.


עס איז בכלל נישט קיין שאלה צו מיידלעך דארפן דאווענען, אודאי דארפן מיידלעך דאווענען, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות כ:): "וְחַיָּבִין בִּתְפִלָה", פרויען זענען מחויב צו דאווענען; און אז זיי ווילן נישט דאווענען דארפט איר נישט ווערן פארלוירן, נאר זיי זאגן נאכאמאל און נאכאמאל ביז זיי וועלן דאווענען און אויסוואקסן ערליכע אידן.


ווען איר צינדט אן די שבת ליכט זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן מיט די הענט אויפ'ן פנים, איר זאלט נישט שוינען קיין טרערן; בעטס:


"הייליגער באשעפער איך דאנק דיר פאר מיין לעבן, פאר מיין מאן, פאר מיינע קינדער און פאר אלעס וואס דו טוסט מיט מיר.


הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו קינדער צדיקים, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו קינדער וואס וועלן דיר דינען, קינדער וואס וועלן לערנען און דאווענען און זיך פירן מיט יראת שמים; טאטע זיסער לייג אריין א זיסע טעם אין מיינע קינדער זיי זאלן ליב האבן צו דאווענען, זיי זאלן ליב האבן דעם סידור, זיי זאלן שפירן ווי דער סידור איז זייער לעבן, וואס זיי דארפן אין לעבן זאלן זיי נאר בעטן פון דיר.


נעם אן מיין געבעט בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן אוועק געגעבן זייער לעבן פאר דיין כבוד וועגן, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ יְיָ צוּרִי וְגֹאֲלִי".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#76 - ווי אזוי גייט מען ארויס פון א שלעכטע גוסטע?
שמחה, עצבות, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם מוז איך זיך באדאנקען פאר די געוואלדיגע שיעורים, וואס העלפן מיר אזויפיל אין אלע תחומים אין לעבן, דער אויבערשטער זאל איך באצאלן בכפל כפלים.


איך בין א מענטש וואס טוישט כסדר די גיסטע, אמאל בין איך אין א גוטע גיסטע און אמאל אין א שלעכטע, און דאס שטערט מיר זייער. איך וויל אלץ זיין גוטמוטיג און אויפגעלייגט, אבער ווען איך פאל אריין אין א שלעכטע גיסטע, קען איך זיך ממש נישט ארויסזען דערפון. ווען ס'קומט מיר אויס צו לערנען אסאך, אדער צו טון עפעס א ספעציעלע גוטע זאך, דאן ווער איך פרייליך און צופרידן, אבער ביז דאן דארף איך אויך אן עצה.


ווי אזוי קען איך זיך האלטן אלץ בשמחה און אין א גוטע מוט?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, ז' ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "טֶבַע הָאָדָם לִמְשֹׁךְ עַצְמוֹ לְמָרָה שְׁחֹרָה וְעַצְבוּת", דער נאטור פונעם מענטש איז זיך צו ציען צו זיין אין א שלעכטע גוסטע, "מֵחֲמַת פִּגְעֵי וּמִקְרֵי הַזְּמַן וְכָל אָדָם מָלֵא יִסּוּרִים", ווייל עס גייט אריבער אויף יעדן איינעם שוועריקייטן, יעדער איז אנגעפולט מיט יסורים, "עַל כֵּן צָרִיךְ לְהַכְרִיחַ אֶת עַצְמוֹ בְּכֹחַ גָּדוֹל לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", דעריבער דארף מען זיך שטארקן און פרובירן מיט אלע כוחות צו זיין שטענדיג פרייליך, זיין אין א גוטע גוסטע, "וּלְשַׂמֵּחַ אֶת עַצְמוֹ בְּכָל אֲשֶׁר יוּכַל, וַאֲפִלּוּ בְּמִלֵּי דִּשְׁטוּתָא", מען דארף זיך פרייליך מאכן מיט וואס מען קען נאר, אפילו מיט נארישע זאכן, אבי צו זיין פרייליך.


זעט מען פון דעם אז דאס איז נישט דיין פריוואטע פראבלעם, אז דו פאלסט כסדר אריין אין א נישט גוטע גוסטע, נאר דאס איז ביי יעדן איינעם אזוי; דאס איז דער נאטור פונעם מענטש, זיך צו ציען צו זיין דערביטערט און באזארגט, און אלע דארפן מיר פאלגן דעם רבי'ן זיך פרייליך מאכן מיט וואס אימער, מיט יעדע זאך, אפילו מיט נארישקייטן.


די בעסטע עצה צו זיין פרייליך איז בעטן אויף דעם יעדן טאג; בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זוכה זיין צו זיין פרייליך, בעט די תפילה:


"רבונו של עולם העלף מיר איך זאל שטענדיג זיין נאר פרייליך, איך זאל נישט אריין פאלן אין קיין שלעכטע גוסטע, איך זאל נישט פארגעסן דאס גוטס וואס דו געבסט מיר, איך זאל שטענדיג געדענקען אז דו ביסט מיט מיר.


הייליגער באשעפער האב אויף מיר רחמנות, איך שפיר זיך ווי צוויי מענטשן; איין מינוט בין איך פרייליך און די אנדערע מינוט פאל איך אריין אין א דעפרעסיע, איין מינוט בין איך רואיג און די אנדערע מינוט בין איך אימרואיג; איך וויל אזוי שטארק זיין פרייליך, רואיג אין א גוטע גוסטע, העלף מיר איך זאל זיך קענען שטארקן אויפ'ן סמ"ך מ"ם וואס וויל מיר נאר דערשרעקן און דערביטערן, מיר צונעמען מיין רואיגע לעבן.


העלף מיר בזכות דיינע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן, בִּזְכוּת רֶבִּי שִׁמְעוֹן בַּר יוֹחָאִי, בִּזְכוּת רֶבִּי יִצְחָק לוּרְיָא אַשְׁכְּנַזִי, בִּזְכוּת רֶבִּי יִשְׂרָאֵל בַּעַל שֵׁם טוֹב, בִּזְכוּת רֶבִּי נַחְמָן בֶּן פֵיגֶא מִבְּרֶסְלֶב, בִּזְכוּת רֶבִּי נָתָן מִבְּרֶסְלֶב, בִּזְכוּת רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה מִבְּרֶסְלֶב. יִּהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ ה' צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.

#75 - מעג מען מאכן א גורל צו וויסן וואס צו טון?
תהלים, תפילה והתבודדות, ספיקות, תפלות אויף אידיש, גורל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים וואס זענען מיר ממש מחיה.


איך האב אסאך מאל שאלות און ספיקות וואס צו טון, און איך פיר זיך צו זאגן א קאפיטל תהלים, און צו מאכן א גורל וואס צו טון, און איך טו לויט ווי דער גורל קומט אויס, וויל איך פרעגן אויב ס'איז ריכטיג אזוי צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקרא, כ"ז אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז א קלארע הלכה אז מען טאר נישט מאכן א גורל. דער הייליגער מחבר זאגט (יורה דעה סימן קעט, סעיף א): "אֵין שׁוֹאֲלִים בְּחוֹזִים בַּכּוֹכָבִים וְלֹא בְּגוֹרָלוֹת", מען טאר נישט מאכן קיין גורל צו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, אזוי ווי עס שטייט אין די הייליגע תורה (דברים יח, יג): "תָּמִים תִּהְיֶה עִם ה' אֱלֹקֶיךָ", מען דארף זיך פירן בתמימות מיט'ן אייבערשטן.


תהלים זאלסטו ווייטער זאגן; יעדעס מאל דו האסט א ספק וואס צו טון זאלסטו נעמען דעם תהילים און זאגן אפאר קאפיטלעך תהילים און בעטן דעם אייבערשטן אויף דיין שפראך, אויף דיין מאמע לשון: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל וויסן וואס צו טון, יא אדער ניין, אהער אדער אהין, שווארץ אדער ווייס"; וועסטו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


דאס איז די עצה וואס דער רבי געבט אונז, מיר זאלן בעטן דעם אייבערשטן איין מאל און נאכאמאל און א דריטע מאל: "רבונו של עולם, געב מיר א גוטע עצה איך זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן". רבי נתן דערציילט (שיחות הר"ן, סימן רלח) דער רבי האט אמאל געהערט ווי איינער דאווענט מעריב און ער כאפט אפ די ווערטער: "וְתַקְּנֵנוּ בְּעֵצָה טוֹבָה מִלְּפָנֶיךָ", האט דער רבי געזאגט: "די ווערטער פון 'וְתַקְּנֵנוּ בְּעֵצָה טוֹבָה מִלְּפָנֶיךָ' דארף מען דאך זאגן מיט גרויס כוונה, דאס איז זייער א חשוב'ע תפילה"; ווייל דער עיקר פראבלעם איז אז מען ווייסט נישט וואס צו טון, מען האט אויף יעדע זאך ספיקות צי מען זאל טון אזוי צי אזוי, דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן: "וְתַקְּנֵנוּ בְּעֵצָה טוֹבָה מִלְּפָנֶיךָ, רבונו של עולם געב מיר א גוטע עצה איך זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן". אזוי זאלסטו טון; אז דו קענסט זיך נישט קיין עצה געבן זאלסטו שרייען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם טאטע זיסער, געב מיר א גוטע עצה, איך זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#74 - וואס טוט מען ווען מ'קען זיך אליין נישט ליידן?
חיזוק פאר פרויען, שמחה, טערעפי, תפלות אויף אידיש, זעלבס זיכערקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי פון וואס הערט די טייערע דרשות, און איך טראכט אז אפשר וועט איר מיר קענען העלפן, ווייל איך קען זיך אליין נישט העלפן.


איך האב ב"ה א שיינע לעבן, א וואוילער מאן מיט זיסע קינדער. אבער פון ווען איך בין קליין, קען איך זיך אליין נישט ליידן, איך האב זיך פיינט, איך האב אויף זיך מורא'דיגע קריטיק, יעדע זאך וואס איך טו בין איך נישט צופרידן און ס'איז נישט גוט. איך האב נישט קיין סיפוק פון קיין שום זאך, און זאכן וואס איך טראכט יא אז איך וועל האבן פון דעם סיפוק איז נישט שייך צו טון פאר א מאמע מיט קינדער.


יארן צוריק האב איך פרובירט צו גיין אויף טערעפי, עס האט אבער גארנישט געהאלפן, נאר מיר געמאכט טראכטן נארישקייטן אז איך דארף זיך גט'ן וכדומה, נאר דער אויבערשטער האט אפגעהיטן מיין לעבן זאל נישט חרוב ווערן. אבער יעצט בין איך אנגעקומען צו א ביטערע מצב אז איך האב נישט קיין טעם אין לעבן, איך וויל מער נישט לעבן, איך קען מער נישט ליידן וואס איך לייד פון זיך אליין. איך האב נישט קיין מחשבות פון זיך נעמען דאס לעבן ח"ו, סוף כל סוף האב איך אביסל יראת שמים (איך האף אזוי), אבער איך וויל נישט לעבן, איך קען מער נישט נעמען מיין מצב.


די וואך האב איך פראבירט צו רעדן מיט איינעם וואס איך האב געטראכט אז ער וועט מיר קענען העלפן, כ'האב נישט גערעדט אזוי אפן, אבער גוט געגעבן צו פארשטיין אז ס'איז מיר פינסטער, און יענער האט זיך בכלל נישט וואוסנדיג געמאכט, און דאס האט מיר נאך מער צובראכן, פון די בושה פון זיך אליין האב איך געפילט ווי איך גיי ממש אויס, איך בין געווען פארגליווערט עטליכע טעג.


איך הער ווי דער ראש ישיבה זאגט מ'זאל רעדן צום אייבערשטן, איך רעד מיט אים אסאך, איך דערצייל אים, איך בעט זיך ביי אים ער זאל שוין רחמנות האבן אויף מיר, אבער עס העלפט גארנישט, מיין מצב ווערט ערגער און ערגער. אפשר וועט דער ראש ישיבה האבן פאר מיר א עצה?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל-פקודי, כ' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר דארפט זיך זייער שטארקן מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך; איר דארפט זוכן גוטס אין אייער לעבן און זיך מיט דעם פרייליך מאכן. דער הייליגער רבי האט אונז געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך; אויף דעם פלעגט רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה זאגן: "אז דער רבי האט אונז געהייסן זיין פרייליך, מן הסתם איז דא מיט וואס צו זיין פרייליך".


אלע פראבלעמען וואס מענטשן האבן נעמט זיך פון עצבות און מרה שחורה; עצבות פארמאכט דעם מח מען זאל נישט קענען טראכטן פונעם אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן י): "מַה שֶּׁהָעוֹלָם רְחוֹקִים מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְאֵינָם מִתְקָרְבִים אֵלָיו יִתְבָּרַךְ", פארוואס זענען מענטשן אזוי געפאלן ביי זיך און זענען נישט נאנט צום אייבערשטן? "הוּא רַק מֵחֲמַת שֶׁאֵין לָהֶם יִשּׁוּב הַדַּעַת, וְאֵינָם מְיַשְּׁבִין עַצְמָן", ווייל מען האט נישט קיין ישוב הדעת - מען טראכט נישט פון תכלית; זאגט אבער דער רבי, ווי אזוי קען מען זוכה זיין צו ישוב הדעת און צו א קלארע מח צו וויסן וואס מען האט צו טון אויף דער וועלט? "אַךְ דַּע, שֶׁעַל יְדֵי מָרָה שְׁחוֹרָה אִי אֶפְשָׁר לְהַנְהִיג אֶת הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְעַל כֵּן קָשֶׁה לוֹ לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ", ווען מען איז נישט פרייליך קען מען נישט טראכטן גוטע זאכן, מען קען נישט טראכטן גוט, מען טראכט א גאנצן צייט נאר שלעכטע מחשבות. "רַק עַל יְדֵי הַשִּׂמְחָה יוּכַל לְהַנְהִיג הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְיוּכַל לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ", אבער אז מען איז פרייליך דעמאלט קען מען בייגן די מחשבות צו טראכטן גוט, "כִּי שִׂמְחָה הוּא עוֹלָם הַחֵרוּת", אז א מענטש איז בשמחה איז ער א פרייער מענטש און דער מח איז אים נישט מצומצם, אזוי ווי עס שטייט (ישעיה נה, יב): "כִּי בְשִׂמְחָה תֵצֵאוּ", מיט שמחה גייט מען ארויס, "שֶׁעַל יְדֵי שִׂמְחָה נַעֲשִׂין בֶּן חוֹרִין, וְיוֹצְאִין מִן הַגָּלוּת", ווייל א פרייליכער מענטש איז פריי, פריי פון אלע פארמאכטקייטן.


איך שרייב אייך א קליינע תפילה וואס איר זאלט בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג; נישט איין מאל א טאג און נישט צוויי מאל, נאר יעדעס מאל עס קומען אריין אין אייך די שלעכטע מחשבות, איר הויבט אן טראכטן שלעכטס, איר הויבט אן זיך פיינט צו האבן און זיך נישט ליידן; זאלט איר נעמען די תפילה און בעטן דעם אייבערשטן, וועט איר זען ביז א קורצע צייט אז וועט איר זיך ליב האבן, איר וועט וועלן לעבן, איר וועט הנאה האבן יעדע רגע פון די שיינע וועלט וואס דער אייבערשטער האט באשאפן.


דא האט איר די תפילה:


"גְרוֹיסֶער בַּאשֶׁעפֶער, אִיךְ דַאנְק דִיר פַאר אַלֶעס גוּטְס וָואס דוּ גֶעבְּסְט מִיר, אִיךְ דַאנְק דִיר פַאר מַיין שֵׁיינֶע לֶעבְּן וָואס דוּ הָאסְט מִיר גֶעגֶעבְּן; פַאר מַיין טֵייעֶרֶע מַאן, פַאר מַיינֶע לִיכְטִיגֶע קִינְדֶער אוּן פַאר אַלֶעס גוּטְס וָואס דוּ גֶעבְּסְט מִיר.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין פְרֵיילִיךְ אוּן אִיךְ זָאל הַנָּאָה הָאבְּן פוּן מַיין שֵׁיינֶע לֶעבְּן; וָואס זָאל אִיךְ טוּן אַז אִיךְ הָאבּ נִישְׁט הַנָּאָה פוּן מַיין לֶעבְּן, אִיךְ בִּין אַזוֹי שְׁטַארְק דֶעפְּרֶעסְט אוּן אִיךְ וֵויין אַ גַאנְצְן טָאג, עֶס קוּמֶען אַרַיין אִין מִיר שְׁלֶעכְטֶע מַחְשָׁבוֹת פוּן וֶועלְכֶע אִיךְ קֶען נִישְׁט פָּטוּר וֶוערְן.


דֶערְפַאר בֶּעט אִיךְ דִיר טַאטֶע זִיסֶער, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל הָאבְּן אֶמוּנָה אוּן אִיךְ זָאל לֶעבְּן מִיט אֶמוּנָה; אִיךְ זָאל לֶעבְּן מִיט דִיר אוּן דִיר שְׁפִּירְן. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, עֶס אִיז מִיר אַזוֹי עֶנְג, מַיין קָאפּ דְרֵיידְט זִיךְ מִיר אַ גַאנְצְן טָאג מִיט שְׁלֶעכְטֶע מַחְשָׁבוֹת, אִיךְ טְרַאכְט אַ גַאנְצְן טָאג נָאר שְׁלֶעכְטְס אוֹיף מִיר. פוּן מַיינֶע יוּנְגֶע יָארְן הָאבּ אִיךְ זִיךְ נִישְׁט לִיבּ, אִיךְ הָאבּ זִיךְ פַיינְט אִיךְ קֶען זִיךְ נִישְׁט לַיידְן; אִיךְ זֶע נִישְׁט קַיין שׁוּם וֶועג וָואס זָאל מִיר פְרֵיילִיךְ מַאכְן, אִיךְ שְׁפִּיר זִיךְ וִוי אִיךְ בִּין גֶעפַאנְגֶען בַּיי דִי נִישְׁט גוּטֶע, וָואס אִיךְ טוּ אִיז אָן קַיין טַעַם אָן קַיין פְרֵיילִיכְקֵייט.


אִיךְ בֶּעט דִיר אֵייבֶּערְשְׁטֶער, טַאטֶע זִיסֶער, הָאבּ אוֹיף מִיר רַחְמָנוּת! הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין פְרֵיילִיךְ אוּן זִיךְ לִיבּ הָאבְּן, אִיךְ זָאל זִיךְ קֶענֶען לַיידְן, אִיךְ זָאל טְרַאכְטְן נָאר פַּאזֶעטִיוו, אִיךְ זָאל נִישְׁט טְרַאכְטְן שְׁלֶעכְטֶע מַחְשָׁבוֹת; הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זִיךְ נִישְׁט בַּאשׁוּלְדִיגְן נָאר אִיךְ זָאל גֶעדֶענְקֶען אַז אַלֶעס קוּמְט פוּן דִיר.


בַּאשֶׁעפֶער, זֶע מַיינֶע טְרֶערְן, זֶע וִוי אִיךְ וֵויין, זֶע מַיין צֶעבְּרָאכְן הַארְץ; אַתָּה חוֹנֵן לָאָדָם דַּעַת - דוּ גְרוֹיסֶער בַּאשֶׁעפֶער גֶעבְּסְט שֵׂכֶל פַאר יֶעדְן אֵיינֶעם, וּמְלַמֵּד לֶאֱנוֹשׁ בִּינָה - דוּ גֶעבְּסְט פַארְשְׁטַאנְד פַאר אַלֶעמֶען, בֶּעט אִיךְ דִיר טַאטֶע: וְחָנֵנוּ מֵאִתְּךָ חָכְמָה בִּינָה וָדַעַת, גֶעבּ מִיר אוֹיךְ שֵׂכֶל אוּן פַארְשְׁטַאנְד אִיךְ זָאל מִיךְ נִישְׁט פַּיינִיגְן.


בַּאשֶׁעפֶער, אַסַאךְ מָאל שְׁפִּיר אִיךְ וִוי מַיין לֶעבְּן אִיז מִיר גָארְנִישְׁט וֶוערְד; אִיךְ טְרַאכְט שְׁלֶעכְטֶע מַחְשָׁבוֹת, אִיךְ וִויל אַנְטְלוֹיפְן פוּן מַיין לֶעבְּן, אָבֶּער אִיךְ וֵוייס דָאךְ דֶעם אֱמֶת אַז עֶס אִיז נִישְׁט דָא וואוּ צוּ אַנְטְלוֹיפְן, נָאר צוּ דִיר טַאטֶע זִיסֶער.


דֶערְפַאר קוּם אִיךְ צוּ דִיר אוּן אִיךְ בֶּעט דִיר: הֶעלְף מִיר! הֶעלְף מִיר בִּזְכוּת דַיינֶע צַדִּיקִים וָואס הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען זֵייעֶר גַאנְצֶע לֶעבְּן פַאר דַיינֶעט וֶועגְן; הֶעלְף מִיר בִּזְכוּת דִי אָבוֹת הַקְּדוֹשִׁים אַבְרָהָם יִצְחָק אוּן יַעֲקֹב, הֶעלְף מִיר בִּזְכוּת דִי אִמָּהוֹת הַקְּדוֹשׁוֹת שָׂרָה רִבְקָה רָחֵל אוּן לֵאָה, אוּן בִּזְכוּת דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי רַבֵּינוּ נַחְמָן מִבְּרֶסְלֶב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, בִּזְכוּת זַיין תַּלְמִיד רֶבִּי נָתָן זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ אוּן בִּזְכוּת מוֹהֲרָא"שׁ זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, אָמֵן".


די תפילה זאלט איר זאגן יעדן טאג, וועט איר זען ביז א קורצע צייט אז אלעס וועט זיך איבערדרייען, איר וועט זיך ליב האבן, איר וועט זיין פרייליך און צופרידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#73 - ווי אזוי פאררעכט מען די הארבע עבירות פון די יונגע יארן?
קדושה, תפילה והתבודדות, תשובה, עבירות, תפלות אויף אידיש, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


פאר לאנגע יארן צוריק, אלס יונגער בחור, האב איך געטון אסאך עבירות אין פגם הברית רחמנא ליצלן, ברוך ה' אז שוין פאר אסאך יארן פיר איך זיך ווי עס דארף צו זיין, איך האב מער נישט קיין שייכות מיט די אלע שלעכטע זאכן, מיין שאלה איז אבער ווי אזוי איך קען פאררעכטן די אלע שלעכטע זאכן וואס איך האב געטון אין די יונגער יארן. ווייל צדיקים האבן אונז שוין געזאגט אז תעניתים איז נישט די וועג צו פאררעכטן, וואס איז יא די וועג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן איז פון די הארבסטע עבירות, אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'נט (שלחן ערוך אבן העזר סימן כג, סעיף א): "אָסוּר לְהוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה. וְעָוֹן זֶה חָמוּר מִכָּל עֲבֵרוֹת שֶׁבַּתּוֹרָה", די עבירה איז הארבער פון אלע עבירות פון די תורה; אויך זעען מיר וואס די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (נדה יג:): "כָּל הַמוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה חַיָיב מִיתָה", ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן, איז חייב מיתה, "רַבִּי יִצְחָק וְרַבִּי אַמִּי אָמְרֵי, כְּאִילוּ שׁוֹפֵךְ דָמִים", רבי יצחק און רבי אמי זאגן, עס איז אזוי ווי איינער איז עובר אויף רציחה און שפיכת דמים, "רַב אַסִּי אָמַר, כְּאִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדַת כּוֹכָבִים", רב אסי זאגט, עס איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה רחמנא לצלן.


אז מען טוט נישט תשובה איז זייער ביטער, ווייל ווען דער מענטש גייט אוועק פון די וועלט בלייבן די אלע וכו' צוגעטשעפעט צו אים, זיי לאזן אים נישט אפ און זיי באגלייטן אים זיין גאנץ לעבן, ביז צום קבר. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קמא): "כְּשֶׁנִּפְטָר הָאָדָם הֵם הוֹלְכִים אַחַר הַמִּטָּה", ווען דער מענטש גייט אוועק פון די וועלט דעמאלט קומען אלע קליפות און מזיקים וואס זענען באשאפן געווארן פון די עבירה און זיי באגלייטן אים, "וּמְקוֹנְנִים עָלָיו, כְּמוֹ בָּנָיו מַמָּשׁ מִמִּין אָדָם", זיי קלאגן אויפ'ן נפטר אזוי ווי די אייגענע קינדער, "רַחֲמָנָא לִצְלָן מֵעֳנָשִׁים הַלָּלוּ, כַּיָּדוּעַ", דער אייבערשטער זאל אונז אפהיטן פון אזעלכע שרעקליכע עונשים, עיין שם.


וויי און ביטער איז פאר דעם מענטש וואס זינדיגט אין פגם הברית, ער רייסט זיך אפ פונעם אייבערשטן. דער זוהר הקדוש זאגט (ויחי ריט:): "לֵית לָךְ חוֹבָא בְּעָלְמָא דְּלָא אִית לֵיהּ תְּשׁוּבָה", עס איז נישט דא קיין עבירה וואס עס העלפט נישט דערויף קיין תשובה, "בַּר מֵהַאי", אויסער ווען א מענטש איז פוגם בברית, אויף דעם העלפט נישט קיין תשובה, "וְלֵית לָךְ לְחֲיָיבָא דְּלָא חֲמָּאָן אַפֵּי שְׁכִינְתָּא", און עס איז נישטא קיין זינדיגער מענטש וואס וועט נישט זוכה זיין צו זען דעם אייבערשטן, "בַּר מֵהַאי", נאר ווער עס זינדיגט אין פגם הברית; אזוי הארב איז די עבירה פון פגם הברית.


דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף אונזער דור און אראפ געשיקט דעם הייליגן רבינ'ס נשמה אויף די וועלט, וואס ער הייבט אויף אלע נשמות וואס זענען אראפ געפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, און דורך זיינע עצות ברענגט ער זיי אלע צוריק צום אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן עא): "קיינער פארשטייט נישט פשט אין דעם זוהר וואס זאגט (וישב קפח.; ויחי ריט.) אז אויב מען זינדיגט אין פגם הברית העלפט נישט קיין תשובה; דער רבי האט געזאגט: נאר איך פארשטיי פשט אין דעם זוהר און איך זאג אז עס העלפט יא תשובה, אפילו איינער וואס האט אסאך געזינדיגט מיט די עבירה".


דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א מתנה וואס רופט זיך 'התבודדות'; א מענטש זאל זיך אויסרעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, אויף זיין מאמע לשון. מען זאל גיין אויף א פלאץ וואו קיינער געפונט זיך נישט דארט און זיך אויסשמועסן דאס הארץ; א מענטש זאל דערציילן פאר'ן אייבערשטן וואו דער יצר הרע ווארפט אים אלץ אראפ, און אז וויפיל מאל ער מאכט שוין אפ אז ער גייט זיין גוט, פאלט ער נאכאמאל צוריק אריין אין די עבירה. ווען א מענטש פירט זיך אזוי, נעמט דאס אראפ פון אים אלע עונשים און דינים.


דערפאר, אז דו ווילסט באמת פאררעכטן דיינע חטאות נעורים פאלג דעם רבי'ן, זוך דיר אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און יעדן טאג זאלסט אהינגיין זיך אויסגיסן דיין הארץ צום אייבערשטן, דערצייל אים אלעס וואס עס גייט אריבער אויף דיר, אלע שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין דיר, און ווי ער ווארפט דיר אראפ אין די עבירה פון פגם הברית הוצאת זרע לבטלה, בעט דעם אייבערשטן:


"רבונו של עולם האב רחמנות אויף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך האלט אין איין אראפאלן אין פגם הברית, איך בין שוין אזוי צוגעוואוינט צו טון די עבירה אז עס איז מיר שוין זייער שווער זיך ארויס צו רייסן דערפון. הייליגער באשעפער, וואס זאל איך טון אז איך האלט אין איין צוריק פאלן, איך שפיר אז איך ווער פארברענט, די תאות ניאוף פלאקערט אין מיר, הייליגער באשעפער ראטעווע מיר! איך וויל אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד, אבער איך האלט אין איין צוריק פאלן, איך בין אזוי צעבראכן און צעקלאפט. רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות, העלף מיר איך זאל פאררעכטן די שלעכטע מעשים מיינע וואס איך האב פוגם געווען די אלע יארן", אזוי זאלסטו רעדן צום אייבערשטן, זאלסט אים אלעס דערציילן און גארנישט באהאלטן פון אים, וועסטו סוף כל סוף ארויס גיין פון דיין פלאנטער וואו דו ליגסט.


אנשטאט פאסטן זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין משניות; יעדן טאג זאלסטו לערענען פרקים משניות, אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט - דאך זאלסטו זאגן פרקים משניות יעדן טאג, דאס וועט דיר ארויס נעמען פון דיין בלאטע, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִלּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפ געפאלן אין שאול תחתיות, "אַף־עַל־פִּי־כֵן הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל־כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ - יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה, עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך" וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס; ווען רבי נתן האט געהערט די שיחה, האט ער געפרעגט דעם רבי'ן צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפ געפאלן אין די עקעלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן? האט דער רבי אים געזאגט: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז?! תורה איז העכער פון אלעס, אפילו א מענטש וואס ליגט נעבעך אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא ליצלן, אויב וועט ער לערנען יעדן טאג 'כך וכך' וועט ער ווערן אן ערליכער איד".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#72 - ווי אזוי קען מען זאגן "ניין" פאר א מענטש?
חברים, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א פראבלעם אז איך קען נישט זאגן "ניין" פאר א מענטש. למשל ווען א חבר בעט מיר ארויסצוגיין עסן מיט אים, אדער אויב איינער וויל בארגן געלט פון מיר, אדער ביי אנדערע פעלער, ווען ס'קומט צו זאכן וואס איך וויל באמת נישט טון, וועל איך עס אבער יא טון ווי איידער צו זאגן ניין פאר יענעם.


האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה אויף דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת יתרו, י"ט שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב זיך זייער אכטונג זאלסט זיך נישט פארפלאנטערן דיין לעבן מיט מענטשן; מוהרא"ש האט געהאלטן אין איין חזר'ן מיט אונז דורכאויס אלע יארן: "א מענטש האט נישט קיינעם אויף די וועלט, אויב האט ער יא איינעם איז עס די ווייב"; אז חברים רופן דיר עסן מיט זיי, פארן מיט זיי, גיין און קומען וכו', - זאלסטו זיך ארויסדרייען מיט חכמה און נאר גיין מיט דיין ווייב, אז דו ווילסט אוועק פארן זיך אפרוען - פאר מיט דיין ווייב; פארן אויף וויקעישן מיט חברים און איבער לאזן די ווייב אין שטוב - איז נישט די וועג.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט זיך בעטן ביי אונז: "איך בעט אייך, גלייבט מיר, איך האב דאס שוין געזען און געלערנט אויף מיין בארד, מען דארף זיך אכטונג געבן פון מענטשן וכו'".


אפגערעדט פון בארגן געלט און נוצן דיין נאמען וכו' וכו'; מען דארף זייער אכטונג געבן פון מענטשן וואס בארגן און באצאלן נישט, מען דארף זיך ארויסדרייען מיט חכמה.


איינער וואס איז דיר מחזק אויף עבודת השם, ער געבט דיר עצות פאר'ן לעבן - מיט אים איז גוט זיך צו חבר'ן, אבער אויך מיט א מאס, מיט א גרעניץ, אז יענער הויבט אן אריין קריכן אין דיין פריוואטע לעבן, דארפסטו האבן שכל זיך נישט צו לאזן אריין קריכן אין דיין פריוואטע לעבן. עס זענען דא מענטשן וואס העלפן אנדערע און בשעת מעשה ווען יענער איז זייער ווארעם זעענדיג ווי מען העלפט אים וכו', וכו', געבן זיי א זעקל אויס דעם מענטש, מען בארגט כלומר'יש אסאך געלט און מיט דעם ענדיגט זיך דער סיפור, השם ישמרינו.


פארוואס גיין עסן מיט חברים? עס מיט דיין משפחה, עס מיט דיין ווייב; גיי ארויס פון דיין קטנות הדעת, פון די קטנות וואס רופט זיך 'חברים'. בעט דעם אייבערשטן: "וְתַקְּנֵנוּ בְּעֵצָה טוֹבָה מִלְּפָנֶיךָ, רבונו של עולם געב מיר א גוטע עצה איך זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, איך זאל נישט ווערן פארפלאנטערט מיט נישט גוטע מענטשן; העלף מיר איך זאל נישט פארגעסן אז איך בין איינער אליין, איך האב קיינעם נישט נאר דיר איינציגער באשעפער".

#71 - וואס טוט מען ווען ס'איז שווער צו טון די סגולות פאר א שידוך?
שידוכים, לימוד התורה, סגולות, תפלות אויף אידיש, יענער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך קודם באדאנקען פאר די שיעורים, עס האט געטוישט מיין לעבן צום גוטן.


איך בין א בחור, און איך וויל זייער שטארק שוין חתונה האבן, איך האב פרובירט צו זאגן 40 טעג מסכת תענית, אבער ווען איך הויב אן צו זאגן, נאך א האלבע שעה ווער איך זייער אנגעשטרענגט, מיין קאפ און מיינע אויגן הויבן אן וויי צו טון, און איך קען נישט ווייטער זאגן.


און די זעלבע איז מיט'ן אויסזאגן גאנץ תהלים ביים ציון פון מוהרא"ש, איז מיר זייער שווער צו זאגן אזוי לאנג אויף איין מאל.


אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן אנדערע סגולה וואס אויך איך זאל קענען טון אז איך זאל שוין טרעפן מיין שידוך און חתונה האבן בקרוב מיט מיין ריכטיגע זיווג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בשלח-שירה, י"ב שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו ווילסט זייער שטארק חתונה האבן זאלסטו נעמען די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות; זאלסט בעטן דעם אייבערשטן אן א שיעור מאל: "הייליגער באשעפער העלף מיר, איך וויל אזוי שטארק חתונה האבן, עס איז מיר זייער שווער צו זיין איינער אליין, העלף מיר איך זאל שוין טרעפן מיין זיווג"; די תפילה זאלסטו זאגן אן א שיעור מאל פאר'ן אייבערשטן, וועסטו זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך בקרוב ממש.


זע צו לערנען וויפיל דו קענסט; דער הייליגער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן: "מעט גם כן טוב", אביסל איז אויך גוט; לערן אביסל חומש יעדן טאג, אביסל משניות יעדן טאג, אביסל גמרא און אזוי ווייטער. קוק נישט אויף אנדערע, זיי שטארק מיט דיין וועג, מיט דיין סדר; וועסטו זייער שיין מצליח זיין.


בנוגע וואס מוהרא"ש האט געגעבן א סגולה פאר בחורים צו לערנען פערציג טעג מסכת תענית, דאס איז פאר דער וואס קען; בחורים וואס קענען עברי, זיי האבן געזונטע אויגן וכו' וכו', זיי האט מוהרא"ש געמיינט זיי זאלן ענדיגן די מסכתא יעדן טעג פאר פערציג טעג. אבער אז איינער קען נישט אזוי גוט עברי, ער קען נישט לערנען אזויפיל, דער זאל לערנען אויף זיין וועג וויפיל ער קען לערנען.


אז עס איז דיר שווער צו זאגן א גאנצע מסכתא, די אויגן טוט דיר וויי און די עברי נעמט דיר לאנג וכו', זאלסטו לערנען אויף דיין וועג; זאלסט לערנען וויפיל דו קענסט, דאס וועט זיין דיין סגולה א חתן צו ווערן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מנחות קי.): "אֶחָד הַמַּרְבֶּה וְאֶחָד הַמַּמְעִיט, וּבִלְבַד שֶׁיְּכַוֵּן אָדָם אֶת דַּעְתּוֹ לַשָּׁמַיִם", דער וואס טוט אסאך און דער וואס טוט ווייניג - זענען ביידע חשוב ביים אייבערשטן; ווייל דער אייבערשטער קוקט אויף די הארץ פונעם מענטש.


צעקלאפ זיך נישט אז דו קענסט נישט טון וואס אנדערע טוען; נעם אריין אין דיר וואס דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן שה): "מען האט גאר ניט צו טאהן", אזוי ווי די הייליגע חז"ל זאגן (מנחות צט.): "תָּנָא דְבֵי רֶבִּי יִשְׁמָעֵאל, דִּבְרֵי תוֹרָה לֹא יְהוּ עָלֶיךָ חוֹבָה, וְאִי אַתָּה רַשַּׁאי לִפְטוֹר עַצְמְךָ מֵהֶם"; דאס איז א וויכטיגע כלל אין לעבן, מען זאל נישט נעמען קיין אנגעצויגנקייט פון קיין שום זאך אויף די וועלט, גארנישט מוז זיין אזוי און אזוי, ווייל זייער אסאך מאל ווען א מענטש באקומט פרעשור (דרוק) אז ער דארף לערנען אסאך דעמאלט לערנט ער גארנישט, אויב וואלט ער נישט גענומען קיין פרעשור נאר ער וואלט געלערנט אביסל, וואלט ער ביים סוף אנגעקומען צו לערנען גאר אסאך.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט טרעפן דיין שידוך און וואס שנעלער חתונה האבן.

#70 - ווי אזוי קען איך זיך אפגעוואוינען פון גיין שלאפן שפעט?
שידוכים, חיזוק פאר מיידלעך, חינוך הילדים, שלאפן, תפלות אויף אידיש, לערערין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א לערערין פאר קלענערע מיידלעך, און בזכות אייערע שיעורים, ובפרט די געוואלדיגע חינוך שיעורים, האב א געוואלדיגע הצלחה אין מיין עבודת הקודש, און איך פרובירט אריינצולייגן אין די קינדער ליבשאפט צום אייבערשטן, ליבשאפט צו אידישע קינדער, יראת שמים, און בעיקר תפלה והתבודדות. איך שעפ נחת צו זען ווען איך מאך א גורל, ווי אלע קינדער בעטן דעם אייבערשטן אז זיי זאלן געווינען. די קינדער לעבן מיט'ן אייבערשטן און בעטן דעם אייבערשטן יעדע זאך.


איך האב איין פראבלעם אז ביינאכט גיי איך שלאפן זייער שפעט, איך האב אסאך זאכן צוצוגרייטן פאר די קומענדיגע טאג אין שולע, און אויך מאך איך התבודדות א שעה צייט יעדע נאכט, און עס קומט אויס אז איך גיי שלאפן זייער שפעט, און איך שלאפ דאס מערסטע 5 ביז 6 שעה א נאכט, וואס אטאמאטיש איז כמעט נישט מעגליך צו האבן דעם פולסטן הרחבת הדעת דעם קומענדיגן טאג.


וויפיל איך בעט דעם אייבערשטן אז איך זאל גיין שלאפן פרי, איז מיר עס נאך נישט געלונגען. און נאכ'ן הערן אויף די ווארעמע חינוך-שמועסן אז מלמדים דארפן גיין שלאפן פרי, מאך איך שטעדיג אפ ביי מיר דאס צו טון, אבער אן ערפאלג. איך בעט כסדר פאר'ן שלאפן גיין אז דער הנותן ליעף כח זאל מיר געבן כוחות למעלה מדרך הטבע און כ'זע ווי דאס העלפט מיר דורכשטופן דעם טאג בחסדי ה', אבער ביי מיר ווייס איך דאך קלאר, אז איך טו נישט ריכטיג. דערפאר וויל איך בעטן אויב ס'איז נאך דא א וועג איך זאל מיך אפגעוואוינען פון דעם שלעכטן געוואוינהייט.


אגב, זייט איך האב געזען צווישן די בריוו ווי איר ברענגט אראפ פאר א בחור א הארציגע תפילה פון מוהרא"ש למציאות הזיווג, האב איך דאס ארויסגעדרוקט, און איך זאג עס אויך. מיין שאלה איז אויב איז דא א באזונדערע תפילה פאר מיידלעך אדער קומט עס אויס אויפ'ן זעלבן?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויגש, ג' טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


 ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זיין א לערערין פאר מיידלעך, זיי מחנך זיין אז זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידישע מאמעס; בפרט קליינע קינדער וואס דעמאלט זענען זיי נאך זייער תמימות'דיג, זיי נעמען אן און שלינגען יעדעס ווארט וואס זיי הערן.


איר דארפט זיך זייער פרייען אז איר האט אזא הייליגע ארבעט, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:): אויפ'ן פסוק (דניאל יב, ג): "וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד - אֵלוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת", איינער וואס לערנט תורה מיט אידישע קינדער איז צוגעגליכן צו די שטערנס פון די הימל; ער האט אן א שיעור זכותים, אזוי סאך וויפיל שטערנס עס איז דא אין די גאנצע וועלט.


א לערערין דארף גוט עסן און גוט שלאפן אזוי ווי די הלכה איז (יורה דעה סימן רמה, סעיף טז): "וְאֵין לַמְלַמֵּד לִנְעוֹר בַּלַּיְלָה יוֹתֵר מִדַּאי שֶׁלֹא יִּהְיֶה עָצֵל בַּיוֹם לִלְמֹד, וְכֵן לֹא יִתְעַנֶּה", א מלמד טאר נישט אויף זיין שפעט ביינאכט כדי ער זאל נישט זיין מיד און דאס זעלבע איז מיט א לערערין; אויב מען איז מיד, מען איז נישט געשלאפן געהעריג, ווערט מען שנעלער אויפגערעגט חס ושלום, מען קען צוקומען צו וויי טון די קינדער וכו'; דאס זעלבע איז מיט עסן, אויב מען עסט נישט געהעריג, מען איז הונגעריג, קען מען חס ושלום ווערן אנגעצויגן אויף די קינדער. דארפט איר זייער אכטונג געבן צו גיין שלאפן פרי כדי איר זאלט זיין גוט אויסגערוט, אזוי וועט דער גאנצער טאג אייך גיין גרינגער.


בעטס דעם אייבערשטן יעדן טאג: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל טרעפן מיין זיווג שנעל און גרינג, העלף מיר איך זאל באקומען א מאן א צדיק, א מאן וואס וועט לעבן מיט דיר און מיט די תורה; הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל חתונה האבן מיט אן ערליכער בחור וואס לעבט מיט א צדיק און גייט אין די וועגן פון א צדיק, און אויב עס איז מיר אנגעשריבן חס ושלום א מאן אן עשיו בעט איך דיר אייבערשטער זאלסט מיר טוישן מיין שידוך און מיר געבן א יעקב אבינו.


הייליגע באשעפער איך ווייס און איך גלייב אז תפילה קען טוישן א שידוך, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות חיתון, סימן ט): "עַל יְדֵי תְּפִלָה יָכוֹל לְשַׁנּוֹת זִוּוּגוֹ הַנִכְרָז בַּשָׁמַיִם", מיט תפילה קען מען איבערדרייען א שידוך; בעט איך דיר טאטע זיסער, העלף מיר איך זאל באקומען א וואוילער מאן וואס וועט מיר מחזק זיין, מיר פרייליך מאכן און מיר וועלן אויפשטעלן אינאיינעם א שיינע שטוב".


אינעם זכות וואס איר וועט לערנען מיט די קינדער, איר וועט נישט מאכן קיין חילוק צווישן די קינדער וואס זענען ארעם אדער רייך, איר וועט נישט מאכן קיין צווישנשייד צווישן די קינדער וואס גייען אנגעטון טייער אדער ביליג, בזכות וואס איר וועט אכטונג געבן אויף די געפילן פון די קינדער וועט דער אייבערשטער אננעמען אייערע תפילות, אזוי ווי די הייליגע חכמים דערציילן (תענית כד.): עס איז אמאל געווען א טרוקעניש - עס האט נישט גערעגנט פאר א לאנגע צייט, האט מען זיך צוזאמגענומען אין בית המדרש צו מתפלל זיין פאר רעגן, א פשוט'ער איד איז צוגעגאנגען צום עמוד און גלייך ווען ער האט געזאגט: "מַשִּׁיב הָרוּחַ, וּמוֹרִיד הַגֶּשֶׁם" האט אנגעפאנגען רעגענען, האט מען אים געפרעגט: "וואס זענען די גוטע מעשים וואס דו טוסט?" האט ער געזאגט: "איך בין א מלמד דרדקי - איך לערן מיט אידישע קינדער און איך מאך נישט קיין אונטערשייד פון א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר געלט אז איך זאל לערנען מיט אים, אדער א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר נישט; נאך א מנהג האב איך, אז ווען איך זע א קינד וואס וויל נישט לערנען, בין איך אים משחד; איך קויף אים אונטער, איך האב אין שטוב א פיש טאנק און איך בין אים משכנע אז אויב ער וועט לערנען וועל איך אים ווייזן די פישעלעך און דורכדעם הייבט ער אן לערנען"; זעט מען פון דעם אז אויב א מלמד, א טיטשער, געבן אכטונג אויף דעם אייבערשטנ'ס קינדער, האט מען א כח אין הימל און מען נעמט אן אלע תפילות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#69 - ווי אזוי קריך איך ארויס פון מיינע עקלדיגע תאוות?
קדושה, נסיונות, עבירות, תפלות אויף אידיש, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך שעם זיך זייער צו פרעגן מיין שאלה, אבער איך ווייס אז פונעם ראש ישיבה שליט"א קען מען אלעס פרעגן, וועל איך זיך שטארקן און בעטן אן עצה אויף מיינע פראבלעמען.


איך האב א שטארקע תאווה צו קוקן אויף זיסע יונגע בחורים און קינדער, איך טו נישט קיין עבירות ב"ה, אבער איך קען זיך נישט איינהאלטן פון קוקן.


ווען איך גיי אין מקוה קען איך ממש זיך נישט היטן די אויגן, איך מוז קוקן ווי מ'טאר נישט. איך רעד נישט צו קיינעם און איך טו גארנישט, אבער איך קען זיך נישט צוריק האלטן פון קוקן. איך האב נישט קיין מעגליכקייט צו גיין אין מקוה ווען ס'איז ליידיג, און איך טראכט אז אפשר זאל איך אויפהערן צו גיין אין מקוה בכלל?


איך בעט דעם אייבערשטן איך זאל זיך קענען מתגבר זיין, און איך זאג משניות, אבער וואס טו איך ביזדערווייל?


אויך וויל איך וויסן ווען עס פאסירט א מקרה לילה רחמנא ליצלן אינמיטן די נאכט, אויב דארף מען גלייך לויפן אין מקוה, אדער מ'קען ווארטן ביז אינדערפרי.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס מיינסטו צו זאגן: "דו טוסט נישט קיין עבירות"? קוקן איז נישט קיין עבירה? טראכטן פון ניאוף איז נישט קיין עבירה? חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא כט:): "הִרְהוּרֵי עֲבֵירָה קָשִׁים מֵעֲבֵירָה", טראכטן פון עבירות איז נאך ערגער פון טון עבירות, ווייל דער מענטש ברענגט זיך צו טון עבירות; אז מען היט נישט די אויגן קומט מען צו טראכטן פון שלעכטס ביז מען פאלט אראפ און מען ווערט טמא, אזוי ווי חכמינו הקדושים זאגן (סוטה ח.): "אֵין יֵצֶר הָרָע שׁוֹלֵט אֶלָּא בַּמֶה שֶׁעֵינָיו רוֹאוֹת", דער יצר הרע איז מצליח אראפ צו ווארפן דעם מענטש נאר אז מען היט נישט די אויגן; אז מען היט נישט די אויגן ווארפט ער אראפ דעם מענטש אין פגם הברית רחמנא לצלן.


נאך זאגן חז"ל (עיין במדבר רבה י, ב; תנחומא שלח, טו): "עֵינָא וְלִבָּא תְּרֵי סַרְסוּרֵי דַעֲבֵירָה", די אויגן און די הארץ זענען די סעלסלייט (מעקלער) צו עבירות, "עַיִן רוֹאֶה", עס הייבט זיך אן אז מען קוקט עבירות, "וְהַלֵּב חוֹמֵד", נאכדעם גליסט מען צו טון עבירות, "וּכְלֵי הַמַּעֲשֶׂה גּוֹמְרִים", ביז מען פאלט אראפ, מען זינדיגט רחמנא לצלן; דערפאר דארף מען זייער שטארק אכטונג געבן אויף די אויגן, נישט צו קוקן קיין שום קוק וואס ברענגט צו טראכטן פון עבירות.


איך האב גרויס רחמנות אויף דיר אז דו ביסט נעבעך אריין געפאלן אין די מחלה פון קוקן וכו'; די תורה זאגט (דברים כח, לד): "וְהָיִיתָ מְשֻׁגָּע מִמַּרְאֵה עֵינֶיךָ אֲשֶׁר תִּרְאֶה", זאגט מוהרא"ש זכרונו לברכה אז דאס גייט ארויף אויף שמירת עינים, מען זעט מענטשן ווערן אזוי משוגע, מען זיצט שעות אין מקוה קוקנדיג אויף בחורים, אויך קען מען זען אין בית המדרש מענטשן וואס זענען נעבעך קראנק אין קאפ, שטייען און קוקן אויף יונגע בחורים וכו', וכו', ביז מען פאלט אראפ אין ביטערע עבירות.


נעם די עצה פון הייליגן רבי'ן, די עצה פון התבודדות; זוך דיר א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, דארט זאלסטו זיך אויסגיסן דיין הארץ צום אייבערשטן. דערצייל אים אלעס וואס עס גייט אריבער אויף דיר, אלע שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין דיר, בעט אים: "רבונו של עולם האב אויף מיר רחמנות, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל האבן ריינע אויגן און נישט קוקן קיין עבירות, אבער וואס זאל איך טון אז איך האלט אין איין אראפ פאלן? איך שפיר אז איך ווער פארברענט, די תאות ניאוף פלאקערט אין מיר, הייליגער באשעפער ראטעווע מיר, איך וויל אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד, אבער איך האלט אין איין צוריק פאלן. איך זוך צו קוקן אויף (זאג ארויס פאר'ן אייבערשטן אלעס וואס דו קוקסט) און נאכדעם פאל איך דורך אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, איך בין אזוי צעבראכן, ממש דער לעבן איז מיר נמאס.


רבונו של עולם איך ווייס נישט וואס צו טון; יעדעס מאל זאג איך דיר צו אז איך גיי שוין זיין גוט און נאכדעם פאל איך נאכאמאל אריין אין מיינע שלעכטע מעשים, איך בין אזוי קראנק צו קוקן אויף ... (זאג ארויס פאר'ן אייבערשטן אלעס וואס דו קוקסט) אז איך זע נישט א וועג ארויס, נאר דו קענסט מיר העלפן; איך בעט דיר אייבערשטער, לייג אריין אין מיר א רוח טהרה אז איך זאל נישט קוקן קיין שלעכטס און נישט טון קיין שלעכטס"; אזוי זאלסטו רעדן צום אייבערשטן, זאלסט אים בעטן ער זאל דיר געבן כח ארויס צו גיין פון אלעם שלעכטס.


אויף דיין פראגע וועגן מקוה וכו'; דער רבי האט געזאגט: "דאס ערשטע איז מקוה (שיחות הר"ן, סימן קמא)"; ווען מען וויל מתקן זיין וואס מען האט פוגם געווען בפגם הברית איז דאס ערשטע זאך 'מקוה'. דעריבער זאלסטו גיין ווי פריער אין מקוה וועסטו אראפ נעמען פון דיר אלע שלעכטס, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות המתקת הדין, סימן כב): "עַל יְדֵי טְבִילַת מִקְוֶה נִתְבַּטֵּל הַצָּרוֹת, וִישׁוּעָה בָּאָה", אז מען טובל'ט זיך אין מקוה איז מען מבטל אלע צרות און מען איז זוכה צו א ישועה. נאך זאגט דער רבי (שם, סימן פא): "הַמִּקְוֶה מַמְתִּיק הַדִּין", אז מען גייט אין מקוה נעמט מען אוועק אלע דינים; גיי אין מקוה ווי פריער גלייך ווען דו שטייסט אויף, דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו גרויסע ניסים.


א ליכטיגן חנוכה.

#68 - ווי אזוי איז מען מחנך קינדער?
חינוך הילדים, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אסאך די שיעורים, און צוביסלעך טויש איך אזוי סאך זאכן אין מיין לעבן צום גוטן. א גרויסן יישר כח.


איך הער אסאך פונעם ראש ישיבה שליט"א וועגן חינוך, אז מ'דארף מחנך זיין די קינדער ווען זיי זענען נאך יונג, אבער איך ווייס נישט ווי אזוי עס צו טון.


דער וועג ווי אזוי מ'האט מיר מחנך געווען איז זיכער נישט געווען גוט, אדער האב איך געקענט טון וואס כ'האב געוואלט, און ווען איך האב יא באקומען מוסר איז עס געווען אויף א וועג וואס האט מיר זייער דערווייטערט פון מיינע עלטערן.


איך וויל יא האבן א נאנטע קשר מיט מיינע קינדער, ווי אזוי קען איך זיין שטרענג און זאגן מוסר פאר די קינדער, און צו די זעלבע צייט זיין נאנט מיט זיי, און נאכדערצו ווען זיי זענען יונג?


איך וואלט זיך זייער געפריידט אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר ענטפערן, און אויך אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר שרייבן א קליינע תפלה צו זאגן יעדן טאג.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וישלח, ט"ו כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נט): "מְסֻגָּל יוֹתֵר לַבָּנִים לִהְיוֹת רָחוֹק מֵהֶם, לִבְלִי לִהְיוֹת דָּבוּק בָּהֶם - לְשַׁעֲשֵׁעַ בָּהֶם בְּכָל פַּעַם, רַק לִבְלִי לְהִסְתַּכֵּל עֲלֵיהֶם כְּלָל", עס איז געזונטער פאר קינדער ווען מען איז נישט צוגעקלעבט צו זיי צו שטארק, נאר מען לאזט זיי אויפוואקסן אליין; מוהרא"ש געבט אונז צו פארשטיין די שיחה, ווייל ווי מער מען איז צוגעקלעבט צו קינדער, מען צערטלט זיי און מען שפילט מיט זיי ווי א חבר, קוקן זיי אויף די עלטערן ווי אויף א חבר, נאכדעם ווען מען זאגט זיי וואס צו טון וכו' פאלגן זיי נישט די עלטערן, עס העלפט נישט רעדן, ביז די עלטערן פארלירן זיך און שלאגן די קינדער. אבער ווען די עלטערן לאזן זיי אויפוואקסן אליינס, זיי שפילן זיך נישט מיט די קינדער ווי חברים, דעמאלט קענען זיי מיט א שטרענגע קוק מיט די אויגן אלעס מסדר זיין, מען דארף נישט שרייען און חס ושלום שלאגן, אזוי וואקסן זיי אויף געזונט און שטארק.


געב נישט פאר דיינע קינדער דעם געפיל אז דו ביסט זייער חבר וועסטו זיי נישט דארפן מוסר'ן אויף אן אופן צו ווערן דערווייטערט פון זיי, זיי וועלן דיך ליב האבן און פאלגן וואס דו זאגסט זיי.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט מצליח זיין מיט אלע קינדער און אייניקלעך, זאג די קורצע תפילה יעדן טאג, וועט דיר דער אייבערשטער העלפן אז דו וועסט זוכה זיין צו זען ליכטיגע דורות:


"רבונו של עולם העלף מיר איך זאל קענען מגדל זיין מיינע קינדער זיי זאלן זיין ערליכע אידן, העלף מיר איך זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן מיט זיי, ווי אזוי מען איז מחנך קינדער.


הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל רעדן שיין צו מיינע קינדער און איך זאל זיי נישט פארשעמען, איך זאל רעדן צו זיי אזוי ווי מען רעדט צו דערוואקסענע מענטשן און איך זאל זיך נישט אויפרעגן ווען זיי פאלגן נישט, איך זאל געדענקען אז "קינדער זענען קינדער", "קינדער זענען נישט שלעכט ווען זיי טוען נישט וואס מען הייסט זיי". איך זאל נישט פארגעסן וואס מיינט חינוך, אז מען דארף נאכאמאל זאגן און נאכאמאל זאגן ביז די ווערטער גיין אריין אין זיי; העלף מיר אייבערשטער איך זאל נישט ווערן פארלוירן און גערעגט אויב זיי פאלגן נישט.


אייבערשטער, איך געב זיך אינגאנצן איבער צו דיר, איך געב דיר איבער אלע מיינע מחשבות, אלע מיינע דיבורים און אלע מיינע מעשים פונעם היינטיגן טאג און פון אלע מיינע טעג. הייליגער באשעפער, העלף מיר אז איך זאל זיין גוט-מוטיג, ווייל ווען איך בין פרייליך איז די גאנצע שטוב פרייליך און אז איך און מיין ווייב זענען פרייליך וועלן די קינדער זיין רואיג און צופרידן.


רבונו של עולם, איך דארף גארנישט און איך וויל גארנישט - נאר ערליכע קינדער, איך וויל זוכה זיין צו קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן די וועלט, קינדער וואס וועלן נאר טון דיין ווילן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#67 - וואס טו איך אז קיינער טראגט נישט אן קיין שידוכים?
שידוכים, יבנאל, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון ארץ ישראל, אבער איך לערן ביי אייך אין ישיבה, איך לערן אויפ'ן סדר דרך הלימוד, און איך פרוביר זיך צו שטארקן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן. איך האב געקויפט דעם נייעם ספר "עצתו אמונה" און ווען איך שפיר זיך צובראכן עפן איך דעם ספר און איך זאג די ווערטער, און באקום דארט אסאך חיזוק.


איך וויל האבן א סדר היום ווי אזוי זיך צו פירן טאג טעגליך. איך בין שוין קרוב צו די צוואנציג יאר, אבער איך שפיר זיך ווי א יונגער בחור, קיינער טראגט נישט אן קיין שידוכים, און בין זייער צעבראכן פון דעם. איך בעט דעם אייבערשטן אסאך אויף א שידוך, אבער דערווייל זעט נישט אויס אז עפעס זאל אנקומען.


אויך טוט מיר זייער וויי אז ס'איז נישטא דא קיין חבורת היכל הקודש, אז בחורים און אינגעלייט זאלן זיך קענען מחזק זיין אינאיינעם. אזויפיל בחורים ווארטן אויף דעם זיך צו קענען שטארקן אינאיינעם מיט די דיבורים פונעם ראש ישיבה שליט"א.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער מיין טייערער ליבער ברודער, דראפע זיך און דערהאלט זיך מיט אלע דיינע כוחות; זיי נישט צעבראכן פון דעם וואס מען טראגט דיר נישט אן קיין שידוכים, עס זעט דיר אויס ווי דו וועסט בלייבן אליינס חס ושלום; גלייב אינעם אייבערשטן אז עס איז דא פאר דיר א שידוך.


איך ווייס אז עס איז נישט גרינג פאר דיר, עס זאגט זיך גרינג: "שטארק זיך", אבער ווי אזוי שטארקט מען זיך ווען מען איז צעבראכן אויף שברי שברים, מען שפירט ווי קיינער פארשטייט מיר נישט? ווייל קיינער פארשטייט נישט די צער וואס א בחור גייט אריבער. עס איז נישט דא נאך אזא צער אויף די וועלט ווי די צער פון א בחור, ווייל מען האלט אין איין אראפ פאלן אין פגם הברית, דאס מאכט נאכדעם זייער בעצבות ומרה שחורה, און וויפיל מען וויל ארויס קריכן פון דעם האלט מען אין איין צוריק פאלן; דאך בעט איך דיר, שטארק זיך מיט אלע כוחות. נעם די עצה פון רבי'ן, די עצה וואס משיח וועט אריינברענגען אין די וועלט, די עצה פון "התבודדות". זוך דיר אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און גיס זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן. זאג פאר'ן באשעפער: "רבונו של עולם טאטע זיסער, העלף מיר איך זאל שוין טרעפן מיין שידוך; עס איז מיר אזוי שווער צו זיין א בחור איינער אליינס. דער יצר הרע ברענט אין מיר און ווארפט מיר אראפ יעדן טאג נאכאמאל און נאכאמאל, ער ווארפט מיר אראפ אין די עבירה פון פגם הברית, איך האלט עס נישט אויס, איך וויל נישט טון די אלע עבירות אבער איך בין אזוי ווי א געבינדענער מענטש אן קיין בחירה.


טאטע זיסער, טאטע געטרייער! העלף מיר איך זאל שוין טרעפן מיין שידוך און איך זאל שוין זוכה זיין חתונה צו האבן און לעבן בקדושה, בזכות אלע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר".


כאפ זיך אריבער קיין יבניאל צום ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. מוהרא"ש האט מבטיח געווען מיט א שטארקע הבטחה (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "אִיךְ זָאג צוּ אַז יֶעדֶער בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ אוּן זֵיי וֶועלְן קוּמֶען דָא אוֹיף מַיין קֵבֶר אוּן דוּרְכְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים פוּן אָנְפַאנְג בִּיזְן סוֹף פַאר מַיין זְכוּת, וֶועל אִיךְ טוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ קֶען, אַז זֵיי זָאלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר שִׁידוּךְ. אוּן דָאס זָאג אִיךְ צוּ מִיט אַ שְׁטַארְקֶע צוּזָאג".


מען זעט אפענע ניסים און ישועות ביים ציון פון מוהרא"ש; בחורים און מיידלעך קומען צו פארן אהין פון די גאנצע וועלט אויסזאגן תהילים און טרעפן זייער שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט בקרוב טרעפן דיין זיווג.

#66 - מעג מען זיך שיין מאכן ביי די שבת ליכט?
שבת קודש, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן אויב א פרוי מעג זיך שיין מאכן און זיך שמירן דאס פנים ערב שבת, און אזוי צינדן די שבת ליכט? אדער איז עס א בזיון פאר די שבת ליכט אז מען שטייט אזוי פאר די ליכט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישט קיין פראבלעם זיך שיין צו מאכן לכבוד שבת; אדרבה, עס איז א מנהג ביי אסאך מקומות זיך אנצוטון ספעציעלע מלבושים בשעת מען צינדט די ליכט. עס זענען דא וואס זענען מקפיד אנצוטון א טיכל מיט א שירצל ווען מען גייט צינדן די שבת ליכט. מוהרא"ש ברענגט בשם דעם הייליגן מנחת אלעזר זכותו יגן עלינו א רמז אויף דעם, "נר" איז בגימטריא "צעיף" (ליכט באטרעפט אזוי ווי טיכל), און צָעִי"ף איז די ראשי תיבות: עַ'מְּךָ יִ'שְׂרָאֵל צְ'רִיכִים פַּ'רְנָסָה, אידישע קינדער דארפן פרנסה. איז דא וואס בשעת מען צינדט די שבת ליכט טוען זיי אן א טיכל כדאי ממשיך צו זיין פרנסה פאר די גאנצע וואך (עיין דברי תורה חלק ו', סימן סח).


נאך ברענגט מוהרא"ש אז בשעת הדלקת הנרות איז א צייט וואס מען קען פועל'ן קינדער; איז דא וואס טוען אן א שירצל (סינר) וואס קומט מרמז זיין וואס שטייט (ישעיהו נו, ג): "וְאַל יֹאמַר הַסָּרִיס, הֵן אֲנִי עֵץ יָבֵשׁ", א מענטש זאל נישט זאגן: "איך בין א טריקענע בוים וואס קען נישט ברענגען קיין קינדער", דערפאר טוט מען זיך אן די שירצל (סינר) וואס איז די סופי תיבות "וְאַל יֹאמַ'ר הַסָּרִי'ס הֵ'ן אֲנִ'י עֵץ יָבֵשׁ", צו ווייזן אז אפילו די דאקטורים זאגן אז מען קען נישט האבן קיין קינדער, איז נישט דא אזא זאך ווי יאוש; בשעת לעכט צינדן קען מען פועל'ן קינדער.


ווען מען צינדט די שבת ליכט איז זייער א גרויסע צייט; עס ווערט געברענגט פון צדיקים אז בשעת די ליכט ברענען קען דער שטן נישט מקטרג זיין און די מזיקים האבן נישט קיין שליטה. (עיין בעל הטורים פרשת תרומה על הפסוק "וְעָשִׂיתָ מְנֹרַת זָהָב טָהוֹר", שמות כה, לא): "בְּמָקוֹם נֵר אֵין שָׂטָן וְאֵין מַּזִּיק, וּבִזְכוּת נֵר מִצְוָה וְתוֹרָה אוֹר סוֹתֵם פִּיו שֶׁל שָׂטָן מִלְּהַסְטִין"; עס איז א עת רצון צו פועל'ן ישועות בכלל, בפרט קען מען דעמאלט פועל'ן ישועות פאר קינדער.


ווען פרויען וואלטן ווען געוויסט ווי חשוב זייערע תפילות זענען ביים אייבערשטן, בפרט די תפילות וואס מען בעט ווען מען צינדט אן די שבת ליכט וואלטן זיי מתפלל געווען צום אייבערשטן פאר זיך, פאר'ן מאן און בעיקר פאר די קינדער זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן. עס איז נישט קיין בזיון פאר די ליכט אז מען מאכט זיך שיין לכבוד שבת.


רבי נתן זכרונו לברכה האט געבעטן זיין ווייב און טעכטער, אז ווען זיי צינדן אן די שבת ליכט זאלן זיי בעטן: "רבונו של עולם, אזוי ווי איך צינד אן די שבת ליכט און איך מאך ליכטיג דא אין שטוב, זאלסטו ליכטיג מאכן פאר אלע אידן, זאלסט אריין שיינען אין אלע אידן די ליכט פונעם הייליגן רבי'ן"; אזוי דארפן אלע פרויען בעטן: "רבונו של עולם, טאטע זיסער! געב מיר א שיינע שבת, א שיינע לעבן, א לעבן מיט שלום, א לעבן מיט ליבשאפט; איך זאל זיך אויסקומען מיט מיין מאן און איך זאל אים שעצן. רבונו של עולם הער אויס מיין געבעט, העלף מיר איך זאל האבן ערליכע קינדער וואס וועלן דיר דינען מיט ליבשאפט. רבונו של עולם אזוי ווי איך מאך ליכטיג די שטוב איך צינד יעצט אן די שבת ליכט, מאך אונז ליכטיג אונזער לעבן און מאך ליכטיג פאר אלע אידישע קינדער; אלע זאלן וויסן פון דיר, אלע זאלן וויסן פון הייליגן רבי'ן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#65 - וואס טו איך ווען מיינע עלטערן מישן מיר אריין אין זייער מחלוקת?
כיבוד אב ואם, קינדער, מחלוקת, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך קודם באדאנקען פאר די מורא'דיגע שיעורים וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט יעדן טאג, עס געבט מיר חיות אנצוגיין. ספעציעל די עצה פון רעדן צום אייבערשטן, וואס איך פרוביר צו טון יעדן טאג, און איך האב שוין געהאט ברוך ה' אסאך מעשיות פון תפלה, איך שרייב עס אראפ און ווען איך בין אביסל צעבראכן ליין איך עס און דאס געבט מיר אסאך חיזוק. א גרויסן יישר כח.


איך בין א ניינצן יעריגע מיידל פון א שווערע שטוב, מיינע עלטערן קריגן זיך אסאך, אויך אין פארנט פון די קינדער, און אסאך מאל איז עס מיר זייער שווער צוצוקוקן. זייער אסאך מאל מאכט זיך אז איינע פון מיינע עלטערן וועלן מיר אריינמישן אין די מחלוקת און מיר הייסן זיך אננעמען פאר זיי און רעדן קעגן דעם אנדערן. איך ווייס אז איך טאר דאס נישט טון, אבער וואס זאל איך יא טון אין אזא צייט?


אוועקגיין פון שטוב איז נישט קיין עצה פאר מיר, ווייל ביי מיין באבע און זיידע איז נאך ערגער. האט דער ראש ישיבה שליט"א עפעס אן עצה פאר מיר? דאס איז מיר נוגע כמעט יעדן טאג.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ירושלמי פאה ג.) מען האט געפרעגט רבי אליעזר: "עַד הֵיכָן הוּא כִּיבּוּד אָב וָאֵם?" ביז וויפיל איז א מענטש מחויב צו מכבד זיין זיינע עלטערן, האט רבי אליעזר געענטפערט: "וְלִי אַתֶּם שׁוֹאֲלִין?!" וואס פרעגט איר מיר, "לְכוּ שָׁאֲלוּ לְדָּמָה בֶּן נְתִינָה", גייטס פרעגן דמה בן נתינה. "רֹאשׁ פְּטַרְבּוֹלֵי הָיָה", ער איז געווען פון די גרעסטע גענעראלן אין די מיליטער, "פַּעַם אַחַת הָיְתָה אִמּוֹ מְסֲטַרְתּוֹ", איינמאל האט אים זיין מאמע געשלאגן מיט א שיך, "בִּפְנֵי כָּל בּוּלֵי שֶׁלּוֹ", פאר אלע סאלדאטן וואס זענען געווען אונטער אים, "וְנָפַל קוֹרְדְקוֹן שֶׁלָּהּ מִיָדָהּ", און די שיך איז אראפ געפאלן פון אירע הענט, "וְהוֹשִׁיט לָהּ שֶּׁלֹּא תִּצְטַעֵר", האט ער זיך אראפ געבויגן אויפצוהויבן די שיך און דאס געגעבן פאר זיין מאמע אז זי זאל זיך נישט דארפן אראפ בייגן און זיך מצער זיין.


אין דעם זכות וואס איר וועט מכבד זיין אייערע עלטערן, איר וועט זיך נישט מישן ווען זיי קריגן זיך, איר וועט זיי ביידע מכבד זיין – וועט איר טרעפןן בקרוב אייער זיווג.


איך שרייב אייך א קליינע תפילה וואס איר זאלט בעטן ווען מען וויל אייך אריין שלעפן אין א קריגעריי: "הייליגע באשעפער, העלף מיר איך זאל זיך קענען שטארקן נישט צו מזלזל זיין אין די כבוד פון מיין טאטע מאמע; העלף מיר בזכות וואס איך בין זיי מכבד און איך בין נישט מזלזל אין זיי, אז איך זאל זוכה זיין צו א ערליכע גוטע חתן, און צוזאמען בויען א שיינע שטוב".


דאס זאלט איר שטענדיג בעטן שטילערהייט.

#64 - ווי אזוי קען איך מאכן אז מיין משפחה זאל מיר צוריק אננעמען?
משפחה, תשובה, בחור, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור העכער די אכצן יאר, איך בין ארויס פון ישיבה שוין איבער צוויי יאר צוריק, און איך בין געגאנגען ארבעטן. מיין טאטע איז נישט געווען צופרידן פון מיר און ווי אזוי איך זע אויס, מיין טאטע און מיינע ברידער האבן מיר כסדר זייער פארשעמט און אראפגעקוקט, ביז איך האב נישט געהאט קיין ברירה און איך בין אנטלאפן פון שטוב.


איך ווייס אז איך האב נישט גוט געטון, יעצט האב איך שטארק חרטה אויף דעם, און איך האב שטארק חשק צוריק צו גיין אהיים, איך ווייס אבער אז מיין טאטע און מאמע און מיינע ברידער גייען נישט וועלן רעדן מיט מיר, און אפילו אויב יא, גיי איך בלייבן דער אויסווארף פון די משפחה, איך וויל זיי זאלן מיר אננעמען אזוי ווי איך בין, איך וויל שפירן ווי א חלק פון די משפחה.


איך בין זייער צעבראכן און איך ווייס נישט וואס צו טון, איך האף דער ראש ישיבה שליט"א האט אן עצה פאר מיר.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חיי שרה, י"ט חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי נישט צעבראכן, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר, דער אייבערשטער האט דיר ליב און ער ווארט צו הערן דיין קול; ער וויל הערן ווי דו רעדסט צו אים, ער וויל הערן אפילו איין ווארט ווי דו רופסט אים; זאג פאר'ן אייבערשטן: "אייבערשטער העלף מיר! איך בין אזוי פארלוירן, איך וויל זיך אויסקומען מיט מייינע עלטערן, איך וויל האבן א שיינע לעבן, העלף מיר איך זאל צוריק קומען צו דיר און צי די תורה"; דאס איז די עצה ווען מען איז צעבראכן, מען זאל רעדן צום אייבערשטן; דאס מאכט דער מענטש זאל ווערן אויס צעבראכן און אנהייבן שפירן א געשמאק אין לעבן.


גיי אהיים צוריק צו דיינע עלטערן און משפחה; דיינע עלטערן וועלן דיר צוריק נעמען מיט ביידע הענט, זיי בענקען נאך דיר און ווארטן אויף דיר. עס איז נישט ווי דו טראכסט אז זיי גייען נישט וועלן רעדן מיט דיר, דיינע עלטערן וועלן זיך זייער פרייען אז דו קומסט צוריק אהיים.


עס זיך נישט אויף מיט דיין פארגאנגענהייט, לאז אפ וואס איז געווען. מען טאר זיך נישט ארום דרייען מיט א שולד געפיל אויפ'ן עבר, נאר שטענדיג פארגעסן וואס עס איז געווען און אנהייבן פון פריש, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ביי די וועלט איז שכחה א חסרון"; מען קען הערן ווי מענטשן רעדן זיך אפ אז זיי האבן נישט קיין גוטע זכרון, זיי פארגעסן וואס עס איז געווען, מען מיינט אז דאס איז א חסרון, "אבער ביי מיר - זאגט דער רבי - איז שכחה א גרויסע מעלה, ווען עס וואלט ווען נישט געווען שכחה וואלט מען נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, ווייל מען וואלט נישט אויפגעהערט צו טראכטן פונעם פארגאנגענהייט, פון אלע דורכפעלער און אלע פראבלעמען וואס מען איז דורך, און דאס וואלט געמאכט אז דער מענטש זאל נישט וועלן נאכאמאל פרובירן צו זיין אן ערליכער איד, אבער יעצט אז עס איז דא שכחה, קען מען זיך באנייען און אנהייבן פון דאסניי"; זיי מכבד דיינע עלטערן פון יעצט און ווייטער.


אז דיינע ברידער וועלן דיר אריין זאגן וכו' זאלסטו נישט מאכן קיין עסק פון דעם, זאלסט זיי נישט ענטפערן, וועסטו מיט דעם פאררעכטן אלעס וואס איז געווען. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ו): "וְעִקַּר הַתְּשׁוּבָה כְּשֶׁיִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדּם וְיִשְׁתֹּק", אז מען ווערט פארשעמט און מען שווייגט אפ, דאס איז דער עיקר ווי אזוי מען טוט תשובה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.