תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
מיר גייען אי"ה אויף פסח צו מיינע עלטערן, און מיין מאמע קויפט געוויסע עסן פאר די סעודות, וויל איך וויסן וואס מיר זאלן טון ווייל מיין מאן איז מקפיד זיך נישט צו מישן, און ביי מיינע עלטערן איז מען נישט אזוי מקפיד אויף דעם.
אויך ביי מיין משפחה איז מען נישט אזוי מקפיד אויף שמועסן מענער מיט פרויען, וואס זענען די הלכות ביי דעם? מעג איך אריינרעדן און זאגן פאר מיינע עלטערן וואס צו טון?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת מצורע, ג' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
אז מען האט ערליכע עלטערן וואס היטן תורה ומצוות, ווען מען גייט צו זיי - נעמט מען נישט מיט די אייגענע חומרות. אין שטוב קען מען זיך פירן מיט שיינע מנהגים און חומרות, אבער ווען מען גייט צו ערליכע עלטערן שומרי תורה ומצוות - דארף מען געדענקען די מצוה פון כיבוד אב ואם, נישטא קיין שום אנדערע מנהג, קיין שום אנדערע חומרא, נאר די איין מצוה פון כבד את אביך ואת אמך.
מוהרא"ש האט דערציילט, דער הייליגער שר שלום פון בעלזא זכותו יגן עלינו האט געגעסן זופ אום פסח אינאיינעם מיט זיין אלטע מאמע, זיי האבן געגעסן פון איין טעלער. אמאל האט פאסירט, די מאמע האט פארגעסן אז מען בראקט נישט און זי האט אריינגעלייגט שטיקלעך מצה אין טעלער, און צו אלעמענ'ס וואונדער האט דער הייליגער צדיק ווייטער געגעסן פון די זופ, ער האט אוועקגעריקט די שטיקלעך מצה צו איר זייט און ער האט ווייטער געעגעסן די זופ, נאכדעם האט דער צדיק געזאגט: "נישט בראקן איז א חומרא און וויי טון די מאמע, מזלזל זיין אין מצות כיבוד אם - איז א דאורייתא, א חומרא קען נישט אוועקשטופן א דאורייתא".
דערפאר ווען איר גייט צו אייערע עלטערן - זאלט איר זייער אכטונג געבן צו מכבד זיין די עלטערן; אין דעם דארף ליגן דער גאנצער קאפ, 'ווי נאך קען מען מכבד זיין טאטע מאמע'.
בנוגע רעדן און שמועסן וכו'; ביי די עלטערן אין שטוב איז מען א חלק פון די שטוב, ווי אזוי די עלטערן פירן זיך - אזוי פירט מען זיך.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.