לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך וויל זיך נאכאמאל באדאנקן פאר אייערע טייערע שיעורים. דער אייבערשטער זאל אייך געבן אסאך הצלחה און סייעתא דשמיא.
לעצטנס בין איך געפארן מיט מיין ווייב ערגעץ אויף וואקאציע, און ווען מיין טאטע האט געהערט דערפון איז ער אריינגעפאלן אין א שווערע כעס, ער האט געהאקט קעגן מיר פאר מיין אלע געשוויסטער, און מיר אנגערופן אויפ'ן טעלעפאן און געשריגן אויף מיר אז איך בין משנה פון די מסורת האבות, איך בין א חוטא ומחטיא, און איך בין א הולך בעצת אשתו שיורש גיהנום.
זייענדיג א וואוילער בטבע האב איך אים אנגערופן איבערבעטן, כ'האב אים געזאגט אז איך האב נישט געוואוסט פון די מסורה, און ער האט מיר געזאגט אז ער איז באמת נישט ברוגז אויף מיר, נאר דער אייבערשטער איז ברוגז אויף מיר.
מיין ווייב האט מיר כסדר געזאגט איך זאל אים איגנארירן, מיר זענען ברוך ה' חתונה געהאט, און מיר דארפן נישט אפגעבן דין וחשבון. איך בין אבער געווארן זייער איבערגענומען פון די מעשה, איך וויל זיין גוט און ערליך, איך האב זיך נאכגעפרעגט פאר איך בין געפארן צי עס איז אן ערליכע פלאץ, און אזוי ווייטער. און איך וויל זייער מקיים זיין ווייטער כיבוד אב ואם אזוי ווי פאר דעם, אבער איך בין זייער צעמישט און אנגעווייטאגט.
איך העלף אסאך ארויס מיינע עלטערן מיט געלט, מיין טאטע ווייסט נישט פון דעם נאר מיין מאמע, אבער קיין ש'כח באקום איך נישט, נאר א פסק.
אויב איר קענט מיר אויסקלארן אביסל וואלט איך זייער דאנקבאר געווען.
א גרויסן יישר כח
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
מען זעט פון דיינע ווערטער אז דו ווייסט נישט וואס כיבוד אב ואם איז; דו מיינסט אז כיבוד אב ואם איז א געלעכטער.
ליידער לעבן מיר אין די צייטן פון עיקבתא דמשיחא, עס איז ממש אזוי ווי די הייליגע חכמים האבן פאראויס געזאגט, ווי אזוי עס וועט אויסקוקן פאר משיח וועט קומען (סוטה מט:): "בֵּן מְנַבֵּל אָב", קינדער וועלן חוזק מאכן פון די טאטע, "בַּת קָמָה בְאִמָּהּ", די טעכטער וועלן אויפשטיין קעגן די מאמע, "כַּלָּה בַּחֲמֹתָהּ", די שנור וועט אויפשטיין קעגן די שוויגער וכו'; מען איז מזלזל אין עלטערן, מען ווייסט נישט אז דאס איז גאר א הארבע מצוה, ביי די הייליגע חכמים ווערט די מצוה פון כיבוד אב ואם אנגערופן (ירושלמי פאה א, א): "חֲמוּרָה שֶׁבַּחֲמוּרוֹת", כיבוד אב ואם איז פון די הארבסטע מצוות וואס דער אייבערשטער האט אונז באפוילן; נאך זאגן די הייליגע חכמים זכרונם לברכה (ירושלמי קידושין א, ז): "רֶבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאִי אוֹמֵר, גָדוֹל הִיא כִּיבּוּד אָב וָאֵם שֶׁהֶעֱדִיפוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יוֹתֵר מִכְּבוֹדוֹ", רבי שמעון בן יוחאי זאגט, דער אייבערשטער האט אונז באפוילן מען זאל מער מכבד זיין טאטע מאמע ווי מען זאל מכבד זיין דעם אייבערשטן אליינס.
כל הכבוד אז דו העלפסט דיינע עלטערן מיט געלט וכו' וכו', אבער געדענק אז דאס איז גארנישט ווערד אויב מען איז זיך מתחצף צו זיי. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי פאה, שם): "יֵשׁ שֶׁהוּא מַאֲכִיל אֶת אָבִיו פַּטוּמוֹת", עס איז דא אמאל א קינד וואס האלט אויס זיין טאטע, ער ברענגט אים צו עסן געשטאפטע גענז, "וְיוֹרֵשׁ גֵיהִנָם", מיט דעם אלעם וועט ער גיין אין גיהנום, "וְיֵשׁ שֶּׁהוּא מַטְחִינוֹ בָּרֵחַיִים", ווידער איז דא אמאל א קינד וואס מאכט זיין טאטע טון שווערע ארבעט, "וְיוֹרֵשׁ גַּן עֵדֶן", און אין דעם זכות גייט ער אין גן עדן. אזוי ווי עס איז געווען א מעשה, "מַעֲשֶׂה בְּאֶחָד שֶּׁהָיָה מַאֲכִיל לְאָבִיו תַּרְנְגּוֹלִים פְּטוּמִים", עס איז געווען איינער וואס האט אויסגעהאלטן זיין טאטע, דער טאטע איז שוין געווען אלט, ער האט נישט געקענט ארבעטן און דער זון פלעגט אים ברענגען יעדן טאג געשטאפטע גענז, "פַּעַם אַחַת אָמַר לוֹ אָבִיו, בְּנִי, הַלָּלוּ מִנַּיִן לְךָ", איין טאג פרעגט אים זיין טאטע: פון וואו האסטו אזעלכע געשמאקע גענז? "אָמַר לוֹ, זָקֵן, זָקֵן, אֱכֹל וּשְׁתוֹק, שֶׁהַכְּלָבִים אוֹכְלִים וְשׁוֹתְקִים", האט ער זיך אנגערופן צום טאטן מיט געשפעט: אלטער טאטע, וואס רעדסטו אזויפיל? שווייג און עס, אפילו הינט ווען זיי עסן בילן זיי נישט, פרעג נישט קיין קשיות, עס און שוין! "נִמְצָא מַאֲכִיל אֶת אָבִיו פַּטוּמוֹת, וְיוֹרֵשׁ גֵיהִנָם", קומט אויס אז אין הכי נמי, ער געבט טאקע צו עסן דעם טאטן, אבער ער וועט ביים סוף גיין אין גיהנום, ווייל ער רעדט מיט חוצפה.
נאכדעם איז דא איינער וואס נעמט דעם טאטן צו ארבעטן שווערע ארבעט און אין דעם זכות וועט ער גיין אין גן עדן, ווי אזוי איז דאס שייך? אזוי ווי עס איז געווען א מעשה, "מַעֲשֶׂה בְּאֶחָד שֶּׁהָיָה טוֹחֵן בָּרֵחַיִים", עס איז געווען איינער וואס האט געארבעט שווער ביי א מיל, "שָׁלַח הַמֶּלֶךְ לְהָבִיא טוֹחַנִים לַעֲבוֹדָתוֹ", איין טאג האט דער איד'ס טאטע באקומען א באפעל פונעם קעניג ער זאל קומען ארבעטן ביי אים אין פאלאץ, "אָמַר לוֹ לְאָבִיו, אַבָּא, הִכָּנֵס וּטְחֹן תַּחְתַּי וַאֲנִי אֵלֵךְ לַעֲבוֹדַת הַמֶּלֶךְ", האט דער זון געזאגט: טאטע, נעם איבער מיין ארבעט ביים מיל און איך וועל גיין אנשטאט דיר ארבעטן ביים קעניג, "אִם יַגִּיעַ לִידֵי בִּזָּיוֹן, אֶתְבַּזֶה אֲנִי וְלֹא אַתָּה", כדי דו זאלסט נישט ווערן פארשעמט ביים קעניג, [אדער ווי רש"י זאגט (בבלי קידושין לא:): "וַאֲנִי אֵלֵךְ תַּחְתֶּיךָ לַעֲבוֹדַת הַמֶּלֶךְ שֶּׁאֵין לָהּ קִצְבָה"], "נִמְצָא מַטְחִינוֹ בָּרֵחַיִים, וְיוֹרֵשׁ גַּן עֵדֶן", קומט אויס אז דער האט געמאכט זיין טאטן ארבעטן שווער און ער באקומט שכר אויף דעם; זעט מען פון דעם אז עס איז נישט גענוג צו העלפן א טאטע בלויז מיט געלט, ווייל אויב מען רעדט מיט עזות וועט מען באקומען א גרויסער עונש.
אז דיינע עלטערן האלטן דיר פאָר וכו', זאלסטו זיי איבערבעטן און זיי זאגן אז דו גייסט אכטונג געבן זיי מער נישט מצער זיין, און אז דיין ווייב וויל מיט דיר גיין זיך אפרוען וכו', דארפסטו זיך נישט רייצן מיט דיין טאטע, אים ווייזן אז דו טוסט אנדערש ווי זיין ווילן.
גלייב מיר, מיט אביסל שכל קען מען לעבן א חיים טובים, צופרידנשטעלן די ווייב און אויך טאטע מאמע; פארוואס דארף מען מאכן מחלוקות? פארוואס מוז מען זאגן די עלטערן 'מיר טוען וואס מיר ווילן'? מען קען דאך טון וואס מען טוט אן דעם וואס מען זאל זיי מצער זיין!
כיבוד אב ואם איז נישט קיין ווערטל, דער אייבערשטער זאגט אונז אז מיר דארפן מכבד זיין טאטע מאמע; אזוי ווי מיר געפונען, די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבה, כו): "כָּל הָעוֹלָם כּוּלוֹ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, וְאֵין הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְבַקֵּשׁ מֵהָאָדָם רַק שֶׁיְכַבֵּד אָב וָאֵם", דער אייבערשטער זאגט: די גאנצע וועלט איז מיינס - איך האב עס באשאפן, איך בעט פון ענק נאר איין זאך, אז איר זאלט מכבד זיין טאטע מאמע.
אז דו וועסט אכטונג געבן אויף דיינע עלטערן - וועסטו זוכה זיין צו אלע ברכות פון די תורה.