תוכן השאלה
איך פיל א שטארקע המשכה צו ברסלב, צו ר' נחמן און צו ברסלב'ער משפיעים, און איך פיל אז עס קען מיר אסאך העלפן אין מיין אידישקייט, אבער איך באלאנג צו א חסידות וואס איז להשמיד קעגן ברסלב, און אויב איך גיי האבן א שייכות מיט ברסלב וועט מען ארויס ווארפן מיינע קינדער פון די מוסדות - און מיך פון די חסידות, און ווער ווייסט וואס נאך - שידוכים וכו'; אויך וועט עס שטארק באדערן פאר מיין טאטע און מאמע. איך וויל וויסן אויב דער ראש ישיבה האט אן עצה פאר מיר.
א גרויסן יישר כח.
א. י.
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
לכבוד א. י.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
לדעתי דארפסטו זיך נישט קריגן מיט קיינעם; דו זאלסט לערנען פאר דיר די ספרים פון הייליגן רבי'ן, און לעבן מיט די עצות, אזוי וועסטו נישט האבן קיין מחלוקת אויף דיר; מען קען לעבן מיטן רבי'ן, און לעבן מיט די עצות וכו' וכו', אן דעם וואס איינער זאל וויסן דערפון.
דערפאר בעט איך דיר זייער, האלט דיך ווייטער ביי דיין רבי'ן, און מאך נישט קיין מחלוקת; עס לוינט נישט צו מאכן א פייער אז די גאצע משפחה זאל אויפפלאקערן. אויב דו ווילסט טאקע זיין מקושר צום הייליגן רבי'ן, נעם דעם רבינ'ס עצות - הייב אן לערנען אויפן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, אזוי ווי עס ווערט אויסגעשמועסט אין שיחות הר"ן (סימן עו); נעם יעדן טאג א חומש, און פון זונטאג זאלסטו אנפאנגען מעביר סדרה זיין, זונטאג זאלסטו זאגן שנים מקרא ואחד תרגום ביז שני, מאנטאג זאלסטו גיין ווייטער מיט די סדרה ביז שלישי, און אזוי ווייטער; אזוי, ווען עס וועט קומען סוף וואך, וועסטו האבן געענדיגט די גאנצע פרשה שנים מקרא ואחד תרגום.
נאכדעם מאך דיר א שיעור אין משניות; הייב אן פון אנהייב מסכת ברכות, יעדן טאג זאלסטו לערנען משניות - וויפיל פרקים דו קענסט זאגן זאלסטו זאגן, ביז דו וועסט ענדיגן סדר זרעים, און ווען דו וועסט ענדיגן סדר זרעים זאלסטו גיין צו סדר מועד, זאלסט נישט איבער חזר'ן די פרקים וואס דו לערנסט פאר דו ענדיגסט נישט גאנץ ששה סדרי משנה.
אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין גמרא; און אפילו דו פארשטייסט נישט, זאלסטו זאגן ווייטער די ווערטער פון די הייליגע תורה, ווייל די ווערטער פון די תורה דאס רייניגט דעם מענטש. חז"ל זאגן (עבודה זרה יט.): "אָמַר רָבָא, לְעוֹלָם לִיגְרִיס אִינִישׁ וְאַף עַל גַּב דִמְשַׁכַּח, וְאַף עַל גַּב דְּלֹא יָדַע מַאי קָאָמַר", א מענטש זאל לערנען די הייליגע תורה אפילו ער פארגעסט וואס ער לערנט, און אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, נאך זאגן חז"ל (שבת סג.): "לִיגְמֹר אִינִישׁ וְהָדַר לִיסְבֹּר", קודם דארף מען אסאך זאגן די ווערטער, און נאכדעם קומט מען שוין צו פארשטיין.
אויך זאלסטו פאלגן דעם רבי'ן מיט די עצה פון התבודדות; זאלסט זיך צוגעוואוינען זיך אויס צו רעדן דיין הארץ צום אייבערשטן אויף די שפראך וואס דו ביסט צוגעוואוינט צו רעדן, אז דיין שפראך איז אידיש זאלסטו רעדן צום באשעפער אויף אידיש, אז דיין שפראך איז ענגליש זאלסטו רעדן צום באשעפער אויף ענגליש; זאלסט אים אלעס דערציילן - סיי וואס דו ביסט אריבער, און סיי וואס דו ווארטסט צו געהאלפן ווערן.
איך מיין אז אויב דו וועסט קיינעם נישט דערציילן אז דו ביסט א ברסלב'ער וועסטו נישט האבן קיין שום מחלוקת.
דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.