תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב א שאלה וואס שטערט מיר זייער. מען האט מיר אויסגעלערנט אלס קינד אז אויב מען רעדט לשון הרע חס ושלום, דאן גייט אריבער אלע מצוות וואס מען האט געטון צו דעם מענטש אויף וועמען מען האט גערעדט.
דאס מאכט מיר זייער באזארגט, איך פרוביר צו לערנען און דאווענען, איך פרוביר צו טון אסאך מצוות, אבער איך דאך א מענטש, און איך קען דורכפאלן אין רעדן לשון הרע, און אויב אזוי וואס האב איך פון מיין גאנצע ארבעט אז איך פארליר סיי ווי אלע מיינע מצוות? אלעס גייט דאך אריבער צו יענעם און איך בלייב אן גארנישט.
אין ברסלב לערנט מען דאך אויס צו טראכטן פון תכלית, מען בלייבט נישט לעבן אויף אייביג, דער עיקר איז זיך אנצוגרייטן פאר יענע וועלט, וואס וועט בלייבן פאר מיר?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
לשון הרע איז זייער א הארבע עבירה; אז מען רעדט לשון הרע פארלירט מען אלעס. דער רבי זאגט (ספר המדות אות לשון הרע, סימן טז): "עַל יְדֵי לָשׁוֹן הָרָע אֵין מְקַבֵּל פְּנֵי הַשְּׁכִינָה", ווער עס רעדט לשון הרע קען נישט מקבל זיין פני השכינה, מען רייסט זיך אפ אינגאנצן פון די אמונה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי פאה, הלכה א): "עַד שֶׁכּוֹפֵר בָּעִקָּר" דער וואס רעדט לשון הרע, רעדט דאס נאר נאכן לייקענען אינעם אייבערשטן, "וְחוֹטֵא בַּשָּׁמַיִם וּבָאָרֶץ", אלע עבירות וואס מען טוט איז נאר עבירות דא אויף די וועלט, אבער דער בעל לשון הרע זינדיגט סיי אויבן און סיי אונטן.
אבער אז מען טוט תשובה איז דער אייבערשטער מוחל און אלעס ווערט צוריק. עס ווערט געברענגט פון צדיקים (ספר דברי יואל פרשת מצורע, דף תנא): "אָמְנָם אִם הַמְסַפֵּר לָשׁוֹן הָרָע חוֹזֵר בִּתְשׁוּבָה", אויב דער וואס רעדט לשון הרע - טוט תשובה, "אֲזַי שָׁבִים כָּל מִצְווֹתָיו אֵלָיו", דעמאלט קומען צוריק אלע מצוות צו אים, "וְהַכֹּל עַל מְקוֹמוֹ הָרִאשׁוֹן יָבֹא", און אלעס ווערט צוריק אזוי ווי פריער.
די גרעסטע און בעסטע סגולה צו ווערן געראטעוועט פון לשון הרע און מתקן זיין וואס מען האט געטון ביז אהער - איז דורך לערנען תורה, דער רבי זאגט (ספר המדות שם, אות א): "וְתַקָּנָתוֹ, יַּעֲסֹק בַּתּוֹרָה", דורך לערנען תורה איז מען מתקן די עבירה פון לשון הרע, און מען ווערט געראטעוועט אויף ווייטער.
מאך זיך א שיעור אין לערנען משניות כסדרן פון אנהויב ביזן ענדע, אויך א שיעור אין גמרא; אזוי וועסטו אלעס פאררעכטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.