שאלה אין קורצן ענין
#1 - אויף וועלכע סדר דארף מען רעדן צום אייבערשטן?
תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל אזוי סאך שרייבן, און איך מיין אז טאקע צוליב דעם שרייב איך גארנישט, ווייל איך וויל שרייבן לאנגע בריוון און איך קום נישט אן, וועל איך אי"ה שרייבן קורץ.


יישר כח פאר'ן מיר געבן די זאך פון התבודדות, איך רעד צום אייבערשטן יעדן טאג כאטש צען זאכן פון דאנקען, צען זאכן תשובה, און צען זאכן בקשה. איך בין מסופק צי איך טו גוט, ווייל דער ראש ישיבה שרייבט זייער קלאר אז מען זאל עס אינטיילן לויט דריי מינוט, און איך טייל עס איין לויט צען זאכן, איך רעכן נישט די מינוט.


איך וואלט זיך געפריידט אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר ענטפערן צי דאס איז אויך א גוטע זאך, אדער זאל איך מאכן אנדערש.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תרומה, שובבי"ם, ד' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך; דאס רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך איז גאר גרויס. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כה): "הִתְבּוֹדְדוּת הוּא מַעֲלָה עֶלְיוֹנָה וּגְדוֹלָה מִן הַכֹּל", התבודדות איז זייער א גרויסע זאך, עס איז גרעסער פון אלע עבודות, "דְּהַיְנוּ לִקְבֹּעַ לוֹ עַל כָּל פָּנִים שָׁעָה אוֹ יוֹתֵר, לְהִתְבּוֹדֵד לְבַדּוֹ בְּאֵיזֶה חֶדֶר אוֹ בַּשָּׂדֶה", א מענטש זאל זיך מאכן א צייט וואס ער לאזט אלעס אפ און ער גייט אין א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, "וּלְפָרֵשׁ שִׂיחָתוֹ בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ בִּטְעָנוֹת וַאֲמַתְלָאוֹת, בְּדִבְרֵי חֵן וְרִצּוּי וּפִיּוּס, לְבַקֵּשׁ וּלְהִתְחַנֵּן מִלְּפָנָיו יִתְבָּרַךְ, שֶׁיְּקָרְבוֹ אֵלָיו לַעֲבוֹדָתוֹ בֶּאֱמֶת", זיך אויסשמועסן מיטן אייבערשטן און זיך אויסגיסן דאס הארץ, אים בעטן אז ער זאל שוין רחמנות האבן אויף אים און אים מקרב זיין צו אים, און מען זאל רעדן צום אייבערשטן אויף מאמע לשון - אויף די שפראך וואס מען איז צוגעוואוינט צו רעדן, "כִּי בִּלְשׁוֹן הַקּדֶשׁ קָשֶׁה לוֹ לְפָרֵשׁ כָּל שִׂיחָתוֹ", ווייל אויף לשון הקודש איז שווער ארויס צו ברענגען אלעס וואס ליגט אויפן הארץ, "וְגַם אֵין הַלֵּב נִמְשָׁךְ אַחֲרֵי הַדִּבּוּרִים, מֵחֲמַת שֶׁאֵינוֹ מֻרְגָּל כָּל כָּךְ בְּהַלָּשׁוֹן, כִּי אֵין דַּרְכֵּנוּ לְדַבֵּר בִּלְשׁוֹן הַקֹּדֶשׁ", ווייל מיר רעדן נישט קיין לשון הקודש, דערפאר איז שווער זיך אויסצורעדן דאס הארץ, "אֲבָל בִּלְשׁוֹן אַשְׁכְּנַז שֶׁמְּסַפְּרִים וּמְדַבְּרִים בּוֹ, קַל וְקָרוֹב יוֹתֵר לְשַׁבֵּר לִבּוֹ", אבער אז מען רעדט אויף די שפראך וואס מען איז צוגעוואוינט צו רעדן - דאן איז גרינגער זיך אויסצוגיסן דאס הארץ.


עס איז נישט גרינג, אין אנהויב שפירט מען נישט ווי דער אייבערשטער הערט אויס, אבער אז מען איז שטארק אין דעם, מען מאכט זיך א קביעות יעדן טאג רעדן צום אייבערשטן - באקומט מען א שטארקע אמונה, און עס ווערט גרינגער און גרינגער.


דו רעד ווייטער אויף די וועג ווי אזוי עס איז דיר זיס און געשמאק, און מיט די צייט וועסטו קענען אויסציען דאס רעדן אויף לענגער, ווייל דער רבי האט געוואלט מיר זאלן רעדן פון אינדערפרי, פון ווען מען עפנט די אויגן, ביז ביינאכט ווען מען פארמאכט די אויגן, מען גייט שלאפן - זאלן מיר נאר עוסק זיין אין תפילה והתבודדות (שם, סימן צו), דער רבי האט געזאגט כאטשיג זאל מען זיך מאכן א באשטימטע צייט וואס מען רעדט צום אייבערשטן.


זיי זיך נישט מבלבל פון גארנישט, דאנק דעם אייבערשטן, בעט איבער דעם אייבערשטן און בעט אים ער זאל דיך מקרב זיין צו אים, דו זאלסט ווערן א צדיק; וועסטו זוכה זיין צו קומען צו שיינע זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.