שאלה אין קורצן ענין
#316 - ווי אזוי לערנט מען אויס קינדער צו שפילן נאר איידל?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, קדושה, קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ווי אזוי לערנט מען אויס פאר א דריי יעריג קינד זיך אכטונג צו געבן פון מענטשן?


די מעשה איז אזוי, מיין אינגל איז דריי יאר אלט, און ער האט א פעטער א אינגל פון עלף יאר אלט, און ווען זיי טרעפן זיך צוזאם וועט דער פעטער אלץ שפילן מיט אים דורכ'ן אנכאפן, אויפהויבן, און דאס גלייכן.


לעצטע וואך שבת האב איך זיך ממש אויפגערעגט, איך האב זיך פשוט דערשראקן ווי אזוי ער כאפט אים ארום, און איך האב אוועקגענומען מיין קינד, און דער פעטער האט זיך זייער פארשעמט, אבער פון דעמאלט ביז מוצאי שבת האט ער די גאנצע צייט נאר פרובירט אים אריינצושלעפן אין זייטיגע צימערן וואו איך זע נישט, אדער פארשפארן די טיר, און פארשטייט זיך אז בין געווארן זייער אנגעצויגן פון דעם, און געמוזט זיין פארנומען די גאנצע צייט צו קוקן און אכטונג געבן.


איך ווייס אז ער איז נאר עלף יאר אלט, אבער מיינט דאס שוין אז ער מעג שפילן נישט איידל מיט מיין קינד? וואס א חילוק ווי אלט ער איז?


איך וויל נישט אנשרעקן מיין קינד, איך וויל נישט ער זאל אויך ווערן אנגעצויגן, איך וויל נישט אז ער זאל מיר מורא האבן צו דערציילן, וואס קען איך טון?


איינמאל האב איך זיך אונטערגעהערט ווי זיי רעדן אין אן אנדערע צימער, איך האב געהערט ווי דער פעטער זאגט אים אז אויב וועט ער שפילן מיט אים און אים ארומנעמען וועט ער באקומען א קענדי. איך בין גלייך אריינגעשפרינגען און געזאגט פאר מיין קינד אז מיר האבן אויך קענדיס, און ער דארף אים נישט ארומנעמען צו באקומען א קענדי, אבער איך שפיר אז דאס איז נישט די ריכטיגע וועג ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט דעם.


אפשר דארף איך רעדן צו זיינע עלטערן וועגן דעם? אפשר זענען די קינדער נאך צו יונג און עס איז בכלל נישט קיין פראבלעם? אפשר איז מיין שרעק סתם איבערגעטריבן? איך ווייס אליין נישט, און איך בעט דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר אויסקלארן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


רעדט צו דעם אינגל ער זאל זיך שפילן איידל, אז מען רעדט - פועל'ט מען, און אז עס פעלט אויס - רעדט מען נאכאמאל; זאגט אים שיינערהייט אז מען דארף זיך שפילן איידל, און אז דער אייבערשטער האט ליב ווען מען שפילט זיך איידל, ביז איר וועט פועל'ן.


מאכט נישט קיין פאניק און מאכט נישט קיין שרעק, און אז מען דארף אוועק נעמען די קינד פון זיך שפילן אומאיידל - זאל דאס זיין מיט חכמה, רואיג און געלאסן, דורך מאכן א שפיל אינאיינעם וואס איז איידל, שפילט אויך מיט ווען די קינדער שפילן, נישט שלעפן אדער דערשרעקן, וואס דאס איז אויך נישט גוט.


דער עיקר זאלט איר אסאך בעטן דעם אייבערשטן פאר אייערע קינדער זיי זאלן אויפוואקסן הייליג און ריין. נאר תפילה איז די עצה, מוהרא"ש דערציילט, אמאל איז א איד געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהילים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, ער האט דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "זעסט? דאס איז דער תהילים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער"; זאלט איר אסאך בעטן דעם אייבערשטער אז איר זאלט זוכה זיין צו קינדער ערליכע אידן תלמידי חכמים.


בעטס דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו קינדער און אייניקלעך וואס וועלן אויסוואקן הייליג און ריין, רבונו של עולם נעם אן מיינע תפילות, געב מיר קינדער וואס וועלן זיין אפגעהיטן פון עבירות, קינדער וואס וועלן זיין דבוק צו דיר".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.





 


 





 

#315 - פארוואס ווילן נישט מיינע עלטערן מיר חתונה מאכן?
שידוכים, כיבוד אב ואם, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, רעדן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק און עצות פונעם ראש ישיבה שליט"א.


איך וויל בעטן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר ביטע געבן חיזוק פאר שידוכים. איך בין שוין איבער ניינצן יאר און מיינע עלטערן זענען נאך זייער רואיג, זיי הערן יעצט ממש נישט אויס קיין שידוכים.


איך וויל שטארק חתונה האבן, אבער איך קען זיי נישט זאגן, ווייל זיי ווארטן צו הערן די פארקערטע, אז איך יאג זיך בכלל נישט, און זיי מאכן חוזק פון די וואס ווילן שוין חתונה האבן, מיין גאנצע משפחה מאכט חוזק דערפון, און אויך מיינע עלטערע געשוויסטער, זיי זאגן אז טאקע זיי האבן שטארק געוואלט חתונה האבן, אבער למעשה איז די שענסטע זאך צו זיין אינדערהיים, אפילו ברוך ה' זיי זענען גליקליך.


איך פיל אבער אז איך דארף שוין חתונה האבן, איך שפיר אז ווארטנדיג אויף מיין שידוך גייט עס אויפ'ן חשבון פון מיין איידלקייט און צניעות צווישן מענטשן.


ביטע אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען געבן חיזוק פאר מיר און פאר אלע וואס גייען דאס דורך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


רעדט יא צו אייערע עלטערן, רעדט שיין און הארציג, זאגט זיי אז איר שפירט אז דאס מער ווארטן און דאס נישט אויסהערן קיין שידוכים - גייט אויפן חשבון פון אייער איידלקייט און צניעות. מיט אייערע געשוויסטער זאלט איר נישט רעדן דערפון, זיי וועלן נאר חוזק מאכן, אבער צו אייערע עלטערן איז יא כדאי צו רעדן, ווייל די עלטערן האבן יא רחמנות אויף די קינדער, און אז מען רעדט שיין און הארציג - פועל'ט מען, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (סוטה ט:): "ניכרים דברי אמת", מען זעט אויף רייד אויב עס איז אמת; זיי וועלן זען אז איר מיינט עס ערנסט, איר ווילט חתונה האבן צו זיין ערליך און פיין; די ווערטער וועלן פועל'ן ביי זיי.


געבט אכטנג אויף כבוד אב ואם, די וועג ווי מען רעדט צו עלטערן מוז זיין זייער איידל און זייער דרך ארץ'דיג.


אויב איר וועט יא רעדן צו זיי אדער נישט רעדן צו זיי, דארפט איר וויסן אז א שידוך האט סיי ווי נישט מיט קיינעם צו טון, א שידוך האט נאר מיטן אייבערשטן, און אז מען בעט אים מיט סבלנות, מען בעט שיינערהייט, מען בעט א מתנת חינם - איז מען זוכה צו א שידוך, אפילו די גאנצע וועלט שטעלט זיך קעגן דעם. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג): "מָצִינוּ בַּתּוֹרָה בַּנְּבִיאִים וּבַכְּתוּבִים שֶׁאֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא", מיר געפינען אין די תורה, נביאים און אין כתובים, אז א שידוך האט נאר מיטן אייבערשטן. אין די תורה שטייט (בראשית כד, נ): "וַיַּעַן לָבָן וּבְתוּאֵל, וַיֹּאמְרוּ, מֵה' יָצָא הַדָּבָר", אין נביאים שטייט (שופטים יד, ד): "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לֹא יָדְעוּ כִּי מֵה' הִיא", און אין כתובים שטייט (משלי יט, יד): "בַּיִת וָהוֹן נַחֲלַת אָבוֹת, וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת", זעען מיר איבעראל אז נאר דער אייבערשטער געבט שידוכים.


דעריבער זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן אויף אייער שפראך, אויף מאמע לשון, אייגענע תפילות, פון הארצן: "רבונו של עולם העלף מיר, איך וויל חתונה האבן, איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין איידל, איך וויל זיין הייליג, איך וויל נישט קוקן און טראכטן פון פרעמדע, איך וויל מיין לעבן, מיין מאן, מיין געצעלט, העלף מיר טאטע, מאך א נס און געב מיר מיין שידוך"; אזוי זאלט איר בעטן, און לייגט צו אייגענע תפילות, ביז איר וועט זוכה זיין צו אייער שידוך.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#314 - ווי אזוי האלט איך אויס אז איך האב נאכנישט מיין שידוך?
שידוכים, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך קען שוין נישט אויסהאלטן צו זיין א בחור, א סינגל מענטש, איך בין אין זייער גרויסע תפיסה, איך וויל אנטלויפן.


יישר כח פאר די אידישע ניגונים, ווען נישט דעם ראש ישיבה שליט"א'ס ניגונים וואלט איך זיך גע'הרג'ט, צי דורך דראגס צי מיט עפעס אנדערש.


זאל דער ראש ישיבה שליט"א צוזען מיין פיין און ווייטאג, דער רבי זאגט אז א מנהיג דארף האבן רחמנות. זאל דער ראש ישיבה צוקוקן די ווייטאג פון אלע בחורים, מחזק זיין די בחורים, און טון דאס מערסטע עס זאל זיין שידוכים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש זאגט, קיינער ווייסט נישט די צער פון א בחור, עס איז נישטא אזא צער ווי די צער פון א בחור, א בחור וויל חתונה האבן, ער וויל זיין ערליך און ריין און עס גייט אים נישט, און וויפיל מאל ער וויל זיך אויפשטעלן און תשובה טון און אנהויבן פון פריש זיין ערליך - פאלט ער און טראסקעט אין עבירות, אין פגם הברית רחמנא לצלן, און דאס מאכט אים אזוי בעצבות השם ישמרינו, ביז מען טראכט פון נישט וועלן לעבן חס ושלום.


איין עצה איז דא, אנטלויפן צום אייבערשטן און צו די תורה. אנטלויף צום אייבערשטן, דערצייל אים אין דיין שפראך ווי דו שטייסט, וואס עס גייט אריבער אויף דיר, וויין זיך אויס צום באשעפער, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיר געבן א שידוך. קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון רעדן צום אייבערשטן, פון זיך אויס'טענה'ן מיטן אייבערשטן. דער הייליגער זוהר זאגט (פרשת בלק, קצה) ווען א מענטש וויינט זיך אויס צום אייבערשטן, זאגט דער אייבערשטער: "לֹא בָּעִינָא הָכָא בֵּי דִינָא דִיְדוּנוּן בֵּינָנָא", ווען דער מענטש קומט מיט זיינע טענות צו מיר - וויל איך נישט בית דין של מעלה זאל זיך אריינמישן, "אַנָא וְהוּא בִּלְחוֹדָנָא", איך וויל זיין אליינס מיט דעם מענטש, "וְלֵית תֵּיאוּבְתָּא לְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא אֶלָּא כַּד מְקַבֵּל לוֹן וְאוֹשְׁדוּ קַמֵּיהּ", נישטא קיין גרעסערע פארגענוגן ביים אייבערשטן ווי ווען א מענטש וויינט זיך אויס פאר אים, "דְּהָא כָּל נִטוּרֵי תַּרְעִין לֹא שַׁבְקִין הָכִי לְמֵיְעַל כַּמָה דְשַׁבְקִין לְמִסְכְּנִין", אלע טירן פון הימל זענען אפן פאר א צעבראכענער מענטש וואס וויינט זיך אויס פאר'ן אייבערשטן, "דְּהָא בְּלֹא רְשׁוּתָא עָאֳלִין", און זיינע תפילות גייען ארויף אן קיין רשות; דאס הייסט, ווען א מענטש גייט אין א ווינקל וואו קיינער איז נישט דארט, ער רעדט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן און ער פארציילט אים אלעס - די תפילות גייען גלייך ארויף צום אייבערשטן, דער אייבערשטער ענטפערט פאר א צעבראכענע הארץ שנעלער ווי ער ענטפערט פאר דעם גרעסטן צדיק.


ביז דיין שידוך און אויך נאכן טרעפן דיין שידוך - זאלסטו זיך באהאלטן אין די תורה. אנטלויף צו די תורה, מאך זיך א שיעור אין משניות, זאג יעדן טאג אפאר פרקים משניות, און אויך אין די בלעטער פון די הייליגע גמרא, זאג גמרא אפילו אן פארשטאנד, דאס וועט דיר געבן כח זיך צו קענען דערהאלטן ביז דיין ישועה קומט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#313 - ווי אזוי רייניג איך אפ מיינע פארשמירטע אויגן?
קדושה, תפילות אויף אידיש, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, תשובה, נסיונות, שמירת עינים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן, ברוך ה' א טאטע פון קינדער, וואס פרובירט צו זיין ערליך, איך דאווען דריי מאל א טאג מיט מנין און איך האב שטארקע שיעורים אין תורה, און איך בין אפגעהיטן אין טעכנעאלאגיע.


איך האב געקויפט א נייע טעלעפאון און גלייך געגאנגען צום פילטער קאמפאני צו לייגן דערויף א פילטער. צוליב אן אפדעיט האבן זיי מיר געזאגט איך זאל צוריק קומען די קומענדיגע טאג ארויפצולייגן דעם פילטער, ליידער בין איך אבער אין די פאר שעה אנגעקומען מיט מיין טעלעפאן לבירא עמיקתא, די ערגסטע פון די ערגסטע רחמנא ליצלן, מיינע אויגן זענען געווארן פארשמירט און מיין הארץ פארשטויבט.


עס לאזט מיר נישט קיין מנוחה קיין רגע, איך וויל נישט טראכטן קיין שלעכטס, איך וויל נאר ווייטער דאווענען און לערנען, אבער עס מוטשעט מיר געפערליך.


איז דא א וועג זיך ארויסצוזען פון דעם מצב, פון די מחשבות רעות? איך וויל האבן א ריינע הייליגע הארץ פאר'ן אייבערשטן אזוי ווי ביז היינט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ממש וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קח): "אַ מֶענְטְשׁ פוּן אֵיין תַּעֲנוּגְ'ל וֶועגְן פוּן אַ פֶערְטְל שָׁעָה, קָאן עֶר אָן וֶוערְן גָאר דֶעם עוֹלָם הַזֶּה מִיט דֶעם עוֹלָם הַבָּא", דאס איז געזאגט געווארן אויף קוקן רחמנא לצלן; מיט איין שלעכטע קליפ, איין שלעכטע ווידיא, פון א פערטל שעה - איז מען זיך מטמא די מח מחשבה, מען פארלירט די מח, מען מוטשעט זיך אפ די גאנצע לעבן, מען פארלירט די וועלט און יענע וועלט.


אבער וויסן זאלסטו אז דו ביסט נישט פארפאלן, דער באשעפער האט רחמנות געהאט אויף אונזער דור און געשיקט דעם הייליגן רבי'ן א מתנה פאר אונזער דור; פאר די אלע וואס ווערן נכשל אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, צו זיי קומט דער רבי און איז זיי מחזק זיי זאלן נישט אויפגעבן, דער רבי ווייזט זיי די רחמנות פונעם אייבערשטן, ער ווייזט זיי א וועג זיי זאלן צוריק קומען צום אייבערשטן, זיי זאלן זיך מתודה זיין פארן אייבערשטן, ביז דער אייבערשטער וועט זיי מוחל זיין.


הדבר הראשון גיי אין א שטילע פלאץ וואס קיינער איז נישט דארט, און גיס זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, דערצייל אים אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר און אלע שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין דיר, דערצייל אים ווי אזוי אלעס האט זיך אנגעהויבן, מיט איין שלעכטע קוק, און בעט אים: "רבונו של עולם זיי מיר מוחל וואס איך האב געטון, און האב רחמנות אויף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך האב שלעכטע מחשבות, איך בין אזוי צעבראכן, העלף מיר איך זאל האבן נאר ריינע מחשבות, וטהר לבנו לעבדך באמת", און לייג צו דיינע אייגענע תפילות.


אויך זאלסטו זיך מאכן שיעורים אין לערנען משניות און גמרא, און אפילו דו פארשטייסט נישט און דו געדענקסט נישט און דו קענסט זיך נישט קאנצעטרירן וואס דו לערנסט - זאלסטו ווייטער לערנען, קענסט אפילו נאר זאגן די ווערטער פון די תורה, דאס וועט דיך רייניגן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (איכה רבה, פתיחתא ב): "המאור שבה", די ליכטיגקייט און די הייליגקייט וואס ליגט אין די תורה, "מחזירן למוטב", ברענגט צוריק דעם מענטש צום באשעפער און צו תשובה שלימה.


וועסט דארפן האבן אסאך סבלנות נישט צו ווערן צעבראכן ווען דו וועסט אנהויבן טון די עצות, דו וועסט אנהויבן מאכן התבודדות און אנהויבן לערנען, וועסט אנהויבן שפירן ווי דו האסט נישט א וועג צוריק; זאלסטו זיך נישט אונטערגעבן, נאר ווייטער גיין מיט די הייליגע עצות. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מח): "כִּי צָרִיךְ עַקְשָׁנוּת גָּדוֹל מְאֹד מְאֹד לִהְיוֹת חָזָק וְאַמִּיץ לֶאֱחֹז עַצְמוֹ לַעֲמֹד עַל עָמְדוֹ אַף אִם מַפִּילִין אוֹתוֹ, חַס וְשָׁלוֹם, בְּכָל פַּעַם", מען דארף זיין זייער שטארק ביי זיך נישט צו ווערן געפאלן ווען מען זעט אז דער יצר הרע ווארפט אראפ חס ושלום, "כִּי לִפְעָמִים יֵשׁ שֶׁמַּפִּילִין אֶחָד מֵעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, כַּיָּדוּעַ, אַף עַל פִּי כֵן עָלָיו לַעֲשׂוֹת אֶת שֶׁלּוֹ, לַעֲשׂוֹת מַה שֶׁיּוּכַל בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם וְאַל יָנִיחַ עַצְמוֹ לִפֹּל לְגַמְרֵי, חַס וְשָׁלוֹם", ווייל אפילו מען שפירט ווי מען האלט אין איין אראפפאלן נאכאמאל און נאכאמאל - טאר מען נישט טראכטן פון אפלאזן וכו', נאר מען דארף ווייטער דינען דעם אייבערשטן מיט וואס מען קען נאר, "כִּי כָל אֵלּוּ הַנְּפִילוֹת וְהַיְרִידוֹת וְהַבִּלְבּוּלִים וְכַיּוֹצֵא בָּזֶה", ווייל דאס וואס מען פאלט אראפ, "צְרִיכִים בְּהֶכְרֵחַ לַעֲבֹר בָּהֶם קֹדֶם שֶׁנִּכְנָסִין בְּשַׁעֲרֵי הַקְּדֻשָּׁה", דאס גייט אריבער אויף יעדן איינעם פאר מען איז זוכה אריין צו קומען צו די קדושה.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#312 - פארוואס באקום איך נישט קיין ענטפער אויף מיינע בריוו?
תפילה והתבודדות, ספיקות, חברים, שאלות, ראש ישיבה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן פארוואס דער ראש ישיבה שליט"א ענטפערט מיר נישט קיין בריוו. איך האב אסאך פראגעס און ספיקות און איך האב נישט וועמען צו פרעגן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נח, א' דראש חודש מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פרוביר צו שיקן נאכאמאל דיינע שאלות, און מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועלן מיר ענטפערן.


געוואוין זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן, אים בעטן, און מיט אים זיך דורכשמועסן אלע ספיקות און אלע בלבולים - וועסטו געהאלפן ווערן און דו וועסט נישט אנטוישט ווערן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ברכות ט, א) ווען מען פארלאזט זיך אויף א בשר ודם, אויף א גוטער חבר, און מען זאגט יענעם מען האט ארעסטירט דיין חבר, וועט ער זאגן 'איך וועל אים העלפן', און ווען מען קומט אים זאגן מען האט אים אריינגעווארפן אין וואסער - "היכן הוא והיכן פטרונו", וואס קען ער אים העלפן? אבער ביים אייבערשטן איז אנדערש, דער אייבערשטער האט געראטעוועט יונה הנביא פון ווערן דערטראנקען.


נאך זאגן זיי (שם), ווען מען פארלאזט זיך אויף א בשר ודם, אויף א גוטער חבר, און מען זאגט יענעם מען האט ארעסטירט דיין חבר, וועט ער זאגן 'איך וועל אים העלפן', און ווען מען קומט אים זאגן מען האט אים אריינגעווארפן אין פייער - "היכן הוא והיכן פטרונו", וואס קען ער אים העלפן? אבער ביים אייבערשטן איז אנדערש, דער אייבערשטער האט געראטעוועט חנניה מישאל און עזריה פון קאלעך אויבן.


נאך זאגן זיי (שם), ווען מען פארלאזט זיך אויף א בשר ודם, אויף א גוטער חבר, און מען זאגט יענעם מען האט ארעסטירט דיין חבר, וועט ער זאגן 'איך וועל אים העלפן', און ווען מען קומט אים זאגן מען האט אים אריינגעווארפן אין לייבן גרוב - "היכן הוא והיכן פטרונו", וואס קען ער אים העלפן? אבער ביים אייבערשטן איז אנדערש, דער אייבערשטער האט געראטעוועט דניאל פון לייבן גרוב.


נאך זאגן זיי (שם), ווען מען פארלאזט זיך אויף א בשר ודם, אויף א גוטער חבר, און מען פאלט אריין אין א צרה - קען מען נישט אריינלויפן צום חבר אין שטוב, מען גייט צו זיין שטוב און מען קלאפט אין טיר, און עס איז א ספק אויב דער חבר וועט דיר בכלל ענטפערן, אדער ער וועט זאגן 'יעצט בין איך פארנומען', אבער ביים אייבערשטן איז נישט אזוי, "אִם בָּא עַל אָדָם צָרָה", אז א מענטש האט א צרה, "לֹא יִצְוַוח לֹא לְמִיכָאֵל, וְלֹא לְגַבְרִיאֵל, אֶלָא לִי יִצְוַוח, וַאֲנִי עוֹנֶה לוֹ מִיַד", זאל ער נישט שרייען - נישט צו מלאך מיכאל, נישט צו מלאך גבריאל, נאר צום הייליגן באשעפער אליין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#311 - פארוואס ציטער איך פון נפטר ווערן?
תפילה והתבודדות, אמונה, פחדים, משיח, יום המיתה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין זון האט מיר געבעטן צו שרייבן דעם בריוו פאר'ן ראש ישיבה שליט"א.


איך בין א ניין יעריג אינגל און איך האט שטארק מורא פון נפטר ווערן. איך ווייס אז קיינער לעבט נישט אויף אייביג, איך וויל אבער נישט נפטר ווערן. איך טראכט פון דעם אסאך, און עס נעמט אוועק מיין רואיגקייט און חשק. די מורא איז נישט דווקא פון גיהנום און דאס גלייכן, נאר בכלל פון נפטר ווערן. אויך טראכט איך אסאך וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען, צי וועל איך בלייבן אין מיין גוף, וואס גייט געשען מיט מיך, און אזוי ווייטער.


איך דאנק דעם ראש ישיבה שליט"א פאר זיין צייט מיר צו ענטפערן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד הילד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך געדענק איידער מיין התקרבות צום הייליגן רבי'ן האב איך אויך געהאט א שרעק פון שטארבן, ווען מען האט גערעדט פון שטארבן האט זיך מיר די קישקעס געדרייט, און נאכן מקורב ווערן, נאכן הערן די שיעורים פון מוהרא"ש און לערנען די בריוו פון אשר בנחל - האט זיך אוועק געשטעלט אז ביי ערליכע אידן וואס היטן די תורה - איז שטארבן נישט קיין שרעקעדיגע זאך, אויבן אין הימל איז סאך א שענערע וועלט ווי דא. אזוי פלעגט דער הייליגער רבי זאגן  פאר מענטשן וואס האבן מורא געהאט פון שטארבן: "מַה לָּכֶם לִדְאֹג מִן הַמִּיתָה", וואס זארגט איר זיך פון שטארבן? "הֲלֹא שָׁם הוּא עוֹלָם נָאֶה בְּיוֹתֵר מִכָּאן", אויבן אין הימל איז פיל א שענערע וועלט ווי דא (חיי מוהר"ן, סימן תמה).


אזוי אויך זאלסטו נישט מורא האבן פון משיח צדקינו, מיר פסק'ענען ווי דער רמב"ם (פרק ט' מהלכות תשובה, הלכה ב; פרק יב מהלכות מלכים ומלחמותיהם, הלכה א) אז ווען משיח וועט קומען וועט די וועלט אנגיין אזוי ווי יעצט, מען וועט בלייבן מיט די גופים, מען וועט גיין קיין ארץ ישראל, און יעדער וועט נאר לערנען תורה און רעדן צום אייבערשטן.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רסו): "צווישן מיר און משיח איז נישטא קיין חילוק, איין חילוק איז דא, ביי משיח וועט מער נישט זיין קיין בחירה און יעצט איז נאך דא די בחירה"; משיח צדקינו וועט אריינברענגען אזא ליכטיגקייט אין די וועלט אז יעדער איינער וועט שפירן ווי דער אייבערשטער איז מיט אים, ביי אים און נעבן אים און מען וועט רעדן צום אייבערשטן.


טו וואס דער רבי האט אונז געלערנט, מיר זאלן ניצן דעם שווערד פון משיח, התבודדות ותפילה. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ב): "עִקַּר כְּלֵי זֵינוֹ שֶׁל מָשִׁיחַ הוּא הַתְּפִלָּה", משיח'ס געווער וועט זיין תפילה, "וְכָל מִלְחַמְתּוֹ שֶׁיַּעֲשֶׂה וְכָל הַכְּבִישׁוֹת שֶׁיִּכְבֹּשׁ", אלע מלחמות און אלעס וואס ער וועט איינעמען, "הַכֹּל מִשָּׁם", וועט זיין נאר דורך תפילה.


ווי מער דו וועסט שמועסן און רעדן מיטן אייבערשטן - וועלן אלע שרעק און פחדים אוועק גיין פון דיר, וועסט ווערן רואיג, פרייליך און צופרידן.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#310 - פארוואס האב איך נישט געזען מרדכי הצדיק ביי די מגילה?
התחזקות, סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, ספיקות, בלבולים, פורים, מגילה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


פאריאר פאר פורים האב איך געזען צעטלעך געשריבן אין נאמען פון רבי נתן אז ווער עס וועט שרייען דרייסיג טאג פאר פורים, "הצילני מקליפת המן עמלק, וזכני לקדושת מרדכי ואסתר", וועט זוכה זיין צו זען מרדכי הצדיק ביי די מגילה. איך האב עס געשריגן פאר די גאנצע דרייסיג טעג פאר פורים, אבער איך האב גארנישט געשפירט עפעס ספעציעל ביי די מגילה. וואס איז פשט פון דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, ג' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


צדיקים זאגן, עס לוינט זיך אראפצוקומען אויף די וועלט און עס זאל איבערגיין וואס גייט איבער - אבי זוכה זיין צו הערן איינמאל די הייליגע מגילה; עס האט נישט מיט וואס מען שפירט, אפילו מען שפירט גארנישט - איז דאס די בעסטע זאך פאר די נשמה.


מוהרא"ש זכרונו לברכה דערציילט, עס איז געווען א איד וואס ביים צווייטן נאכט פסח נאכן סדר האט ער געליינט די מגילה, און ווען דער איד האט געענדיגט ליינען די מגילה האט ער דערזען פאר זיך שטיין א נשמה פון יענע וועלט. די נשמה דערציילט אז עס זענען דא נשמות אויבן אין הימל וואס זענען שוין אריבער דעם גיהנום און זיי זענען נאכאלץ נישט זוכה אריין צו קומען אין גן עדן ביז זיי וועלן האבן א ספעציעלע זכות. און יעדעס יאר ווען מען ליינט די מגילה עפנט מען אויף די טירן פון גן עדן, דעמאלט איז א צייט וואס אלע נשמות קענען אריינגיין אין גן עדן. אפאר חדשים פאר פורים קומען צו גיין טויזנטער און צענדליגער טויזנטער נשמות ביים טיר פון גן עדן ווייל זיי ווילן שוין זוכה זיין צו קענען אריינגיין אין גן עדן, אבער וויבאלד עס נעמט נישט מער ווי אפאר שעה ווי לאנג מען ליינט די מגילה, איז נישטא גענוג צייט אז אלע נשמות זאלן קענען אנקומען אין גן עדן, דארפן זיי ווארטן אויפן קומענדיגן יאר ווען מען ליינט די מגילה.


זאגט די נשמה ווייטער: "איך פרוביר שוין אפאר יאר זיך צו שטעלן ביים טיר פון גן עדן כדי צו קענען אריינגיין, אבער אלעמאל פארמאכט זיך דער טיר פינקט פאר איך גיי אריין; די יאר האב איך זיך שוין כמעט אריינגעכאפט, אבער ממש פאר מיר האט זיך די טיר פארמאכט! האב איך זיך בארעכנט אז איך גיי נישט אוועק פון דא ביזן קומענדיגן יאר, זאל זיין וואס זאל זיין. אזוי ווי איך שטיי דא און ווארט אויף קומענדיגן יאר פורים, הער איך פלוצלינג ווי איינער ליינט די מגילה, האב איך אנגעפאנגען צו קלאפן אויפן טיר פון גן עדן אז מען זאל מיר עפענען די טיר, איז געקומען דער מלאך וואס איז ממונה צו זיין דער שומר הפתח און מיך געפרעגט פארוואס איך קלאפ, האב איך געזאגט 'איך הער ווי מען ליינט די מגילה און איך וויל אריינגיין אין גן עדן', האט מיר דער מלאך געזאגט: 'יעצט איז פסח, יעצט איז נישט די צייט אריין צו גיין אין גן עדן, דו דארפסט ווארטן אויפן קומענדיגן יאר פורים', איך האב גע'טענה'ט 'וואס איז א נפקא מינה צי עס איז פסח צו פורים? וויבאלד מען ליינט די מגילה דארף מען מיך אריינלאזן!' איך האב געשריגן און גע'טענה'ט ביז מען איז געקומען פון בית דין של מעלה זען וואס די קולות זענען, נאכן אויסהערן ביידע צדדים האט בית דין של מעלה געזאגט אזוי: 'יעצט איז טאקע נישט די צייט ווען מען קען אריינלאזן אין גן עדן, אבער אויב דו וועסט גיין צו דער איד וואס ליינט די מגילה און ער וועט פסק'נען אז מען דארף דיך אריינלאזן אין גן עדן - וועט מען דיך אריינלאזן'".


האט די נשמה געבעטן דעם איד: "איך בעט אייך, געבט מיר רשות אריין צו גיין אין גן עדן איך זאל שוין מתוקן ווערן", האט דער איד געזאגט: "איך נעם אויף מיר דעם תפקיד דיך צו מתקן זיין און גיי זאג פארן בית דין של מעלה אז מען זאל דיך אריינלאזן אין גן עדן"; זעט מען דאס גרויסקייט וואס מען קען זוכה זיין ביי קריאת מגילה, מען קען זוכה זיין צו גן עדן.


צעברעך זיך נישט, דאס אליין אז עס גייט אריבער דרייסיג טעג און מען בעט טאג נאך טאג: "הייליגער באשעפער איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין ערליך, ראטעווע מיך פון המן און עמלק און זיי מיך מקרב צו דיר" - דאס איז קדושת מרדכי ואסתר, און דאס אליין אז מען וויל זיין גוט; מען וויל, מען בעט און מען בענקט, מען וויל זיין ערליך - דאס איז קדושת מרדכי ואסתר.


לאז נישט אפ די הייליגע עבודה, דו שריי ווייטער: "רבונו של עולם, ראטעווע מיך פון המן און עמלק, און געב מיר צו שפירן די זיסקייט פון מרדכי הצדיק און אסתר המלכה, איך זאל ליב האבן די תורה, ליב האבן די מצוות".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#309 - איז מיין תשובה אנגענומען געווארן?
תפילה והתבודדות, שמחה, תשובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיעורים און ניגונים וואס זענען מיר זייער מחזק.


איך בין א כתה ח' אינגל, איך האב געהערט פון מיין מלמד אז די סימן צו וויסן אז מיין תשובה איז אנגענומען געווארן ביים אייבערשטן, איז ווען מען שפירט נאכדעם פרייליך. עס מאכט זיך אבער אסאך מאל ביי מיר אז איך טו תשובה פונקטליך לויט די כללים פון תשובה, איך טו אלע חלקים פון תשובה, אבער איך שפיר נאכאלץ נישט פרייליך, מיינט דאס אז מיין תשובה איז נישט אנגענומען געווארן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תשא, י"ח אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז מען טוט תשובה דארף מען גלייבן אז דער אייבערשטער איז מוחל און נעמט אן די תשובה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסיקתא דרב כהנא, פרשה מד): "גָדוֹל כּוֹחָהּ שֶׁל תְּשׁוּבָה", תשובה איז זייער גרויס, "שֶׁכֵּיוָן שֶׁאָדָם מְהַרְהֵר בְּלִבּוֹ לַעֲשֹוֹת תְּשׁוּבָה", ווען א מענטש טראכט ביי זיך 'איך גיי תשובה טון, איך גיי אפלאזן מיינע נישט גוטע מעשים', "מִיַּד הִיא עוֹלָה לֹא עַד עֲשָֹרָה יָמִים, וְלֹא עַד עֶשְֹרִים וְלֹא עַד מֵאָה, אֶלָּא עַד מַהֲלַךְ חֲמֵשׁ מֵאוֹת שָׁנִים; וְלֹא עַד רָקִיעַ רִאשׁוֹן וְשֵׁנִי, אֶלָּא שֶׁהִיא עוֹמֶדֶת לִפְנַי כִּסֵא הַכָּבוֹד", קומט ער אן אזוי הויך - ביזן אייבערשטן אליינס, ער קומט אן ביזן כסא הכבוד.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט זוכה זיין צו זיין פרייליך, מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו זיין פרייליך. אויך זאלסטו ארייננעמען אמונה; ווי מער מען חזר'ט אמונה, מען ווייסט אז דער אייבערשטער מאכט אלעס, דער אייבערשטער טוט אלעס, אלעס וואס מען זעט איז איין שטיק אלוקית, דומם צומח חי מדבר, אלעס איז דער אייבערשטער, וואס עס פאסירט איז נאר פאר אונזער טובה - דאס מאכט מען זאל זיין פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#308 - ווי אזוי קען איך זיך ארויסזען פון שלעכטס?
קדושה, תפילה והתבודדות, שמחה, תשובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האלט שוין מער נישט אויס צו ליגן אין שמוץ א גאנצן טאג, אוי אוי אוי, ווי אזוי קען איך זיך ארויסזען פון דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, שובבי"ם, כ"ט שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


"מען שרייט און מען שרייט און מען שרייט, העלף מיר טאטע, נעם מיך ארויס פון מיין בלאטע", אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קכט): "כְּשֶׁנּוֹפְלִין לִפְעָמִים לְתוֹךְ רֶפֶשׁ וָטִיט, שֶׁקָּשֶׁה לוֹ מְאֹד לָצֵאת מִשָּׁם", אז מען פאלט אריין אין א בלאטע וואס עס איז שווער ארויסצוגיין דערפון, "צוֹעֲקִין, וְצוֹעֲקִין, וְצוֹעֲקִין!" וְאָמַר בִּלְשׁוֹן אַשְׁכְּנַז בְּזוֹ הַלָּשׁוֹן (רבי נתן ברענגט אראפ דעם לשון אין אידיש אזוי ווי דער רבי האט דאס געזאגט): "אוּן אֲפִלּוּ אַז מֶען פַאלְט אִין אַ בְּלָאטֶע אַרַיין, שְׁרַייט מֶען, אוּן מֶע שְׁרַייט, אוּן מֶע שְׁרַייט"; דאס איז די עצה ווי אזוי מען קען ארויסקריכן פון עבירות, מען זאל שרייען צום אייבערשטן נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל: "הֶעלְף מִיר טַאטֶע, נֶעם מִיךְ אַרוֹיס פוּן מַיין בְּלָאטֶע, נֶעם מִיךְ אַרוֹיס פוּן מַיינֶע עֲבֵירוֹת".


 צוזאמען מיט די עצה פון זיך גוט אויסשרייען צום אייבערשטן - דארף מען אין די אנדערע צייט זיין זייער פרייליך מיט די מצוות וואס מען איז זוכה צו טון, און מיט דעם אז מיר זענען אידן; שמחה פארברענט די קליפות, שמחה ברענגט צו די העכסטע מדריגה, טו אלעס צו זיין פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#307 - קען איך רעדן צו די קינדער פון זאכן וואס איך האלט נישט דערביי?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, סבלנות, תפילה והתבודדות, אמונה, צדיקים, מלמדים, אמונת חכמים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מלמד און איך הער די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס העלפט מיר זייער ארויס אין מיין פאסטן, ספעציעל בין איך זיך מחי' יעדע וואך מיט'ן גליון "שיעורי חינוך", אזויפיל גוטע עצות און הדרכות אין חינוך.


איך האב געוואלט פרעגן, אזוי ווי איך האב זיך איינגעפירט אז איך זאג פאר די קינדער נאר זאכן וואס איך אליין האלט דערביי, אבער דאס מאכט מיר א פראבלעם ביי געוויסע זאכן וואס איך דארף אויסלערנען פאר די קינדער, אבער איך אליין טו עס נישט ווי עס דארף צו זיין, און איך שפיר זיך ווי א פאפער אויב איך וועל זיי הייסן טון א זאך וואס איך טו נישט. צום ביישפיל ווען איך זאג זיי מוסר אז מען דארף דאווענען אויף איין פלאץ און נישט ארומשפאצירן ביים דאווענען, מען דארף זיצן מיט דרך ארץ ביים דאווענען, מען רעדט יעצט צום אייבערשטן, און אזוי ווייטער; אבער אין די זעלבע צייט ווייס איך אז איך האלט נאכנישט ביי דעם דערווייל, פארשטייט זיך אז ווען איך דאווען מיט די קינדער, דאווען איך שטייטליך, אבער ווען איך דאווען צופרי אין שול, האב איך נישט צופיל געדולד צום דאווענען, איך קום אן שפעט צום דאווענען און איך גיי ארויס פרי, און איך קען זיך נישט צופיל קאנצעטרירן אויפ'ן דאווענען. איך ווייס עס איז נישט גערעכט, אבער וואס זאל איך טון אז דאס איז דערווייל די מציאות.


ווען עס קומט צו רעדן צו די קינדער וועגן דאווענען, ווייס איך נישט ווי אזוי עס צו טון אויף אן אמת'ע וועג; אפשר זאל איך רעדן הויך אזוי ווי צו מיר אליין אז אזוי דארף מען דאווענען, און די קינדער וועלן זיך צוהערן? אדער זאל איך זיי זאגן אז אפילו מען זעט ערוואקסענע מענטשן שפאצירן ארום ביים דאווענען, איז דאס נאר ווייל זיי האבן זיך שלעכט איינגעוואוינט, אבער דער אמת'ער וועג איז יא צו דאווענען אויף איין פלאץ?


איך שפיר ווי איך דארף הדרכה אויף דעם, ווייל עס איז נישט נאר ביי די נושא פון דאווענען, עס קומט כסדר אויס ביי יעדע צווייטע זאך וואס איך דארף מחנך זיין קינדער אויף דעם, אבער איך אליין בין ווייט פון דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת יתרו, שובבי"ם, י"ט שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


רעד אסאך צו די קינדער פון אמונה און פון תפילה, וועט דאס אויך משפיע זיין אויף דיר. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קו) דורך רעדן פון יראת שמים, חיזוק און אמונה - צו אנדערע - פועל'ט עס אויפן מענטש אליינס, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים מא, ב): "אַשְׁרֵי מַשְׂכִּיל אֶל דָּל", ווען א מענטש איז צעבראכן, "אִם לֹא יָכוֹל בְּעַצְמוֹ לָבוֹא לְגַדְלוּת הַמֹּחִין", אז ער קען זיך נישט מחזק זיין און זיין אן ערליכער איד, "עֵצָה לָזֶה", איז די עצה, "שֶׁיַּשְׂכִּיל אֲחֵרִים", ער זאל רעדן צו אנדערע, "וְעַל יְדֵי זֶה נִתְעוֹרֵר גַּם אֶצְלוֹ", דורכדעם וואס ער איז מחזק א צווייטן - וועט ער אליינס ווערן מחוזק.


דער עיקר דארף א מלמד האבן אסאך סבלנות, אזוי ווי מיר געפינען ביי די מעשה פון רבי פרידא וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (עירובין נד:), רבי פרידא האט געהאט א תלמיד וואס האט נישט פארשטאנען וואס מען לערנט מיט אים, מען האט אים געדארפט איבערזאגן פיר הונדערט מאל, רבי פרידא מיט זיין גרויס סבלנות האט מיט אים געלערנט נאכאמאל און נאכאמאל ביז פיר הונדערט מאל. איין מאל האט רבי פרידא געזען אז דער תלמיד פארשטייט נישט אפילו ביי פיר הונדערט מאל, פרעגט ער אים: "האידנא מאי שנא", וואס איז יעצט אנדערש אז דו פארשטייסט נאכאלץ נישט? זאגט דער תלמיד, איך האב נישט קיין קאפ צו פארשטיין, ווייל איך זע אז דער רבי יאגט זיך צו גיין, טראכט איך אגאנצן צייט אז יעצט גייט שוין דער רבי מיך איבערלאזן, איך האב נישט קיין קאפ צו פארשטיין, האט רבי פרידא אים געזאגט: "הב דעתיך ואתני ליך", לייג צו קאפ און איך וועל דיר לערנען, "הדר תנא ליה ארבע מאה זימני", און ער האט אים נאכאמאל געלערנט פיר הונדערט מאל, און ער האט זוכה געווען צו לעבן פיר הונדערט יאר און צו עולם הבא.


א מלמד דארף האבן אייזערנע נערוון פאר די קינדער, איינער וואס ווערט נערוועז פון קינדער - טאר נישט זיין קיין מלמד, א נערוועזער מלמד קען מאכן די קינדער בעלי מומין פאר זייער גאנץ לעבן רחמנא לצלן. מוהרא"ש דערציילט, א איד איז געקומען צום גרויסן גאון רבי מאיר שפירא זכר צדיק לברכה זיך אדורכרעדן אויב ער זאל ווערן א מלמד, פרעגט אים דער גאון: "וואס האסטו געטון ביז יעצט?" זאגט ער: "איך בין געווען א שוחט", פרעגט ער אים: "פארוואס האסטו דאס אפגעלאזט?" זאגט ער: "מען האט מיך אפגעזאגט ווייל איך בין נישט קיין באגלייבטער", זאגט אים רבי מאיר: "ווער נישט קיין מלמד, אז דו האסט נישט מצליח געווען מיט שחט'ן קעלבלעך ווילסטו גיין שחט'ן קינדער?!" זעט מען אז צו זיין א מלמד דארף מען זיין א ירא שמים און האבן אסאך סבלנות.


שטארק זיך מיט דיין ארבעט, צעברעך זיך נישט און צעקלאפ זיך נישט, דו לייג אריין אין די קינדער יראת שמים און דערצייל זיי מעשיות פון צדיקים, וועלן זיי ווערן צופלאקערט צו זיין ערליכע אידן, און אויך דיין הארץ וועט זיך אנצינדן צום אייבערשטן. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רמח): "דַּע, שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", זאלסט וויסן – זאגט דער רבי – אז פארציילן מעשיות פון צדיקים איז זייער א גרויסע זאך, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַך, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד". ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק, ווערט מען אויפגעפלאמט און מען באקומט א מורא'דיגע חשק צו ווערן אן ערליכער איד; מען זעט ווי דער צדיק האט זוכה געווען און ער איז בייגעשטאנען אלע זיינע נסיונות, וויל מען אויך ווערן א צדיק, בפרט ווען א קינד הערט א מעשה פון א צדיק, ווערט ער זייער נתעורר דורך דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#306 - וואס קען איך טון צו קענען לערנען גמרא?
לימוד התורה, תפילה והתבודדות, גמרא

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל קענען לערנען גמרא, אבער עס גייט מיר נישט, וואס קען איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בא, שובבי"ם, ה' שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בעט זיך אויס ביי אהבה רבה, והאר עינינו בתורתך, דו זאלסט זוכה זיין צו פארשטיין דאס לערנען, און בעט זיך אויס ביי שמונה עשרה, ביי די ברכה פון השיבנו אבינו לתורתך - ביז דער אייבערשטער וועט העלפן, דיינע אויגן וועלן זיך עפענען, דו וועסט פארשטיין דאס לערנען און שפירן א טעם אין לערנען.


תפילה איז די עצה צוצוקומען צו אלעס, איינער האט אמאל געבעטן דעם רבי'ן ער זאל אים געבן הנהגות נאנט צו ווערן צום אייבערשטן, האט אים דער רבי געזאגט ער זאל לערנען תורה, דאס מאכט נאנט צום אייבערשטן, האט ער געפרעגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיא): "הֲלֹא אֵינִי יָכוֹל לִלְמֹד", איך קען דאך נישט לערנען? האט אים דער רבי געענטפערט: "עַל יְדֵי תְּפִלָּה יְכוֹלִין לָבוֹא לַכֹּל", דורך תפילה קען מען צוקומען צו אלעס; "לְכָל טוּב", צו אלעס גוטס, "לְתוֹרָה", צו לערנען תורה, "וַעֲבוֹדָה", צו דינען דעם אייבערשטן, "וּלְכָל הַקְּדֻשּׁוֹת", צו אלע הייליגקייטן, "וּלְכָל הָעֲבוֹדוֹת", צו אלע עבודות וואס איז נאר פארהאנען, "וּלְכָל הַטּוֹבוֹת שֶׁבְּכָל הָעוֹלָמוֹת", און צו אלעס גוטס פון אלע וועלטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#305 - איז א פראבלעם צו מאכן טערעפי פאר זעלבסט זיכערקייט?
סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, אמונה, טערעפי, זעלבס זיכערקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם וויל איך זאגן א גרויסן יישר כח פאר די שיינע שיעורים וואס האט געטוישט מיין לעבן און מיך געברענגט צו רעדן צום אייבערשטען, מיר געגעבן שלום בית, מיר געמאכט ענדיגן שוין האלב ש"ס, מעביר סדרה זיין, און נאך פילע גוטע זאכן.


איך ווייס אז דער ראש ישיבה שליט"א האלט נישט פון טערעפי, איך האב אבער געוואלט וויסן אויב טערעפי צו באקומען זעלבסט זיכערקייט איז אויך א פראבלעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויגש, ט' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען רבי נתן איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן איז ער געקומען צום רבי'ן און אים פארציילט אלעס וואס גייט אריבער אויף אים וכו' וכו', האט אים דער רבי געזאגט: "נתן, קום אביסל שפאצירן", אזוי גייענדיג האט דער רבי ארויפגעלייגט זיין האנט אויף רבי נתן'ס אקסל און אים געזאגט אפאר ווערטער, וואס די פאר ווערטער האט געטוישט רבי נתן'ס גאנצע לעבן, דער רבי האט אים געזאגט: "און ווייטער איז גוט, אז מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו א גוטער פריינד"; דער רבי האט אים דעמאלט מגלה געווען דער ענין פון התבודדות, אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף זיין שפראך וואס ער איז צוגעוואוינט צו רעדן, און אים אלעס דערציילן, ער זאל גארנישט פארהוילן פונעם אייבערשטן.


דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן אז אויב ער וועט זיך צוגעוואוינען זיך צו פירן מיט די הנהגה, וועט אים אלעס גיין גרינגער און ער וועט האבן א זיס לעבן.


רבי נתן זכרונו לברכה האט שפעטער דערציילט: "ווען דער רבי האט ארויפגעלייגט זיין האנט אויף מיין אקסל און מיר געזאגט די ווערטער 'און ווייטער איז גוט, אז מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, אזוי ווי מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו א גוטע פריינד', האב איך פארשטאנען אז איך בין שוין א געהאלפענער, ווייל וואס עס זאל נאר נישט אריבער גיין אויף מיר וועל איך זיך נישט פארלירן, נאר איך וועל גיין צום אייבערשטן און אים אלעס דערציילן".


די בעסטע טעראפי איז די עצות פון רבי'ן; די עצות פון רבי'ן היילט אויס יעדע ווייטאג און ברענגט דעם מענטש צו שלימות. די עצה פון התבודדות, פון גיין אין א שטילע פלאץ און זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן - דאס איז א רפואה אין אלע בחינות, מען ווערט אויסגעהיילט בגוף ונפש, און אויך ווערט מען א גרויסער צדיק.


ווער עס פאלגט דעם רבי'ן, יעדן טאג רעדט ער זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן, אויך דאנקט ער דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס ער האט, ער בעט אויף אלעס וואס ער דארף און ער דערציילט פארן אייבערשטן אלעס וואס באדערט אים, און אויב מען איז אראפגעפאלן און געטון שלעכטע מעשים - דערציילט מען עס פארן אייבערשטן, און מען בעט אים ער זאל מוחל זיין - דאס בויט אויף די זעלבסטזיכערקייט און מען לעבט שוין דא בזה העולם אין 'גן עדן'; אזא מענטש לעבט א חיים טובים, ער לעבט מיט אמונה, ער ווייסט אז קיינער קען אים נישט טשעפען און קיינער קען אים גארנישט שלעכטס טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#304 - וואס טו איך אז מיין מאן רעדט קעגן אונזער רבי אין פארנט פון די קינדער?
שלום בית, חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, קינדער, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין מאן האט לעצטנס אנגעהויבן מזלזל זיין און רעדן קריטיק אויף אונזער רבי צו וועמען מיר גייען. איך וויל זייער מחנך זיין אונזערע קינדער מיט תמימות, נישט מיט'ן רעדן אויף רבי'ס און צדיקים, אבער מיין מאן טענה'ט אז ער איז גערעכט און ער טוט ריכטיג, ווייל אויב דער רבי טוט אן עוולה דארף מען עס פארשרייבן, דער עיקר איז נאר צו גלייבן אינעם אייבערשטן און נישט אין א צדיק, און עס מוז נישט זיין אז וואס דער צדיק טוט איז זיכער גוט.


פארשטייט זיך אז אין די געגנווארט פון די קינדער בין איך שטיל און איך בין מכבד מיין מאן, נישט קיין חילוק וואס ער זאגט נאר, אבער עס טוט מיר וויי אז ער רעדט קעגן אונזער צדיק. וואס קען איך טון דערצו?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישט גוט צו רעדן צו די קינדער פון די זאכן וכו'; בפרט ווען די קינדער דאווענען דארט און זיי לערנען דארט - איז זיכער נישט גוט אז מען רעדט צו די קינדער, מען שפעט פון די הנהגה וכו'; די קינדער ווערן צעמישט און נאכדעם זענען זיי גארנישט מקבל. א קינד'ס מח איז זייער הייקל, אז מען צעמישט זיי - פאלן זיי אוועק השם ישמרינו, זיי ווייסן נישט וואס יא אנצונעמען און וואס נישט, זיי ווייסן נישט וואס איז יא וויכטיג און וואס נישט.


געבט אכטונג אויף אייער שלום בית, דאס איז נאך וויכטיגער פאר די הצלחה פון די קינדער. איר קענט שיין רעדן צו אייער מאן אז מען זאל נישט אריינמישן די קינדער אין מחלוקות, אבער אין די זעלבע צייט זאלט איר נאך מער אכטונג געבן אויף די ליבשאפט צווישן אייך און אייער מאן. דער סמ"ך מ"ם זאל דאס נישט קאליע מאכן, ווייל דאס איז נאך וויכטיגער פאר די הצלחה פון די קינדער.


בעטס דעם אייבערשטן פאר די קינדער, עלטערן דארפן אסאך בעטן פאר גוטע קינדער; עס איז נישט קיין גרינגע זאך, גוטע קינדער וואקסט נישט אויפן בוים, אויף גוטע קינדער דארף מען אסאך בעטן. אזוי ווי מוהרא"ש דערציילט, א איד געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהילים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, ער האט דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "זעסט? דאס איז דער תהילים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער"; זאלט איר אסאך בעטן דעם אייבערשטער אז איר זאלט זוכה זיין צו קינדער ערליכע אידן תלמידי חכמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#303 - ביי א תפלה דארף מען צולייגן די ווערטער 'נאר אויב ס'איז גוט פאר מיר'?
תפילה והתבודדות, עקשנות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע עצות און חיזוק וואס דער ראש ישיבה געבט, עס האט ממש געטוישט מיין לעבן צום גוטן.


אין מיין שולע, און איך מיין אויך אין אלע אנדערע שולעס, לערנט מען אויס אז ווען מען בעט דעם אייבערשטן אויף א גשמיות'דיגע זאך, זאל מען אלעמאל צולייגן און בעטן נאר 'אויב עס איז גוט פאר מיר', ווייל עס קען זיין אז מען וועט פועל'ן עפעס וואס איז נישט גוט פאר'ן מענטש. אבער ביי רוחניות דארף מען דאס נישט צולייגן, ווייל עס איז אייביג גוט.


מיינע לערערינס רעדן אסאך פון דעם, אבער איך באקום נערוון פון דעם, עס שטערט מיר צו בעטן נארמאל, ווייל איך זאג איבער טויזנט מאל 'איך דארף עס נאר אויב עס איז גוט פאר מיר', און איך קען זיך ממש נישט נארמאל קאנצענטרירן אויף מיינע תפילות. איך וויל פרעגן אויב מען דארף דאס טאקע זאגן, אויב איז טאקע א פראבלעם ווען מען לייגט נישט צו די ווערטער צו די תפילות.


אויך האב איך געוואלט פרעגן וואס מען קען טון אז די התבודדות זאל גיין בעסער און גרינגער. איך פרוביר זייער אסאך צו רעדן צום אייבערשטן, אבער געווענליך ארבעט עס ביי מיר אז נאר אויב עס ליגט מיר עפעס פונקט שווער אויף מיין הארץ, נאר דעמאלט קען איך רעדן אפאר ווערטער צום אייבערשטן, אויב ווען עס גייט מיר גוט הייב איך אן רעדן און איך בלייב שטעקן, ווייל איך האב פלוצלינג נישט וואס צו רעדן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


א' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייט אייך נישט מבלבל פון גארנישט, רעדט צום אייבערשטן נאטירליך, בעטס אים יעדע זאך אזוי ווי מען בעט א טאטע און מען רעדט צו א פריינד; בעטס אים אלעס וואס איר ווילט, בעטס אים מיט רחמנות, נישט מיט עקשנות. ווייל דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצו): "אָסוּר לָאָדָם לַעֲמֹד עַצְמוֹ עַל שׁוּם דָּבָר, הַיְנוּ שֶׁאָסוּר לְהִתְעַקֵּשׁ בִּתְפִילָּתוֹ, שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יַעֲשֶׂה לוֹ דַּוְקָא אֶת בַּקָּשָׁתוֹ וְכוּ'", א מענטש טאר זיך נישט איינ'עקשנ'ען ביים אייבערשטן אז דער אייבערשטער מוז מיט אים טון אזוי ווי ער וויל, "רַק צָרִיךְ לְהִתְפַּלֵּל וּלְהִתְחַנֵּן לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּרַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים", נאר מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מיט רחמנות, אזוי ווי מען בעט זיך ביי איינעם ער זאל רחמנות האבן, "אִם יִתֵּן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, יִתֵּן", אז דער אייבערשטער וועט אים העלפן - איז גוט, "וְאִם לָאו, לָאו", און אז ער וועט אים נישט נאכגעבן - איז נישט.


דער רבי טייטשט מיט דעם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, יג): "אַל תַּעַשׂ תְּפִלָּתְךָ קֶבַע", קבע איז א לשון פון גזילה, אזוי ווי עס שטייט (משלי כב, כג): "'וְקָבַע אֶת קֹבְעֵיהֶם נָפֶשׁ', הַיְנוּ שֶׁכָּל מַה שֶּׁהוּא מְבַקֵּשׁ, הֵן פַּרְנָסָה אוֹ בָּנִים אוֹ שְׁאָר צְרָכִים, אָסוּר לְהִתְעַקֵּשׁ וְלַעֲמֹד עַצְמוֹ בִּתְפִילָּתוֹ, שֶׁדַּוְקָא יַעֲשֶׂה הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אֶת תְּפִילָּתוֹ", ווען מען בעט דעם אייבערשטן אויף פרנסה, אויף קינדער אדער אנדערע געבעטן - טאר מען זיך נישט איינ'עקשנ'ען אז עס מוז זיין אזוי ווי ער וויל, "כִּי זֶה הוּא תְּפִילַּת קֶבַע, שֶׁלּוֹקֵחַ הַדָּבָר בְּחָזְקָה בִּגְזֵלָה, רַק יִתְפַּלֵּל רַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים כַּנַּ"ל".


וואויל איז דעם וואס בעט יעדע זאך דעם אייבערשטן, "כבן המתחטא לפני אביו ועושה לו רצונו" (תענית יט.).


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#302 - ווי אזוי פועל'ט מען ביי די ווייב אנצוטון טייץ פאר די קליינע מיידל?
שלום בית, חיזוק פאר מיידלעך, צניעות, חינוך הילדים, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין טאכטער איז פיר און האלב יאר אלט, און מיין ווייב וויל איר נישט אנטון קיין טייץ, נאר שטרימפ. עס שטערט מיר זייער שטארק אבער מיין ווייב זאגט אז איר הארץ לאזט איר דאס נישט טון, ווייל עס ליגט איר נאך אין די ביינער ווען זי איז געווען א קליין מיידל אין דעי קעמפ און זי איז געווען די איינציגסטע אין איר קלאס וואס איז געגאנגען מיט טייץ, און איר לערערין פלעגט חוזק מאכן פון איר, ספעציעל ווען די לערערין פלעגט אנטון די קינדער נאכ'ן שווימען, און עס איז איר געווען שווערער איר אנצוטון ווייל זי האט געהאט טייץ, פלעגט די לערערין שפעטן פון איר, און דעריבער פלעגט זי חוזק מאכן פון איר, און עס האט איר זייער וויי געטון.


מיין ווייב זאגט אז ווען אונזער מיידל וועט ווערן פינף יאר, דעמאלט וועט זי איר אנטון טייץ. מיין שאלה איז אויב איך זאל זיך קריגן מיט איר וועגן דעם, וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - א' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זייער אסאך וואס האבן א פיינטשאפט צו איידלקייט איז דאס ווייל מען האט זיי פארשעמט אין די יונגע יארן, מען האט געלאכט פון זיי, אדער מען האט זיי אריינגעלייגט די זאך פון צניעות מיט כח, נישט מיט ליבשאפט; ביז עס איז זיי אזוי שלעכט - אז זיי ווילן נאר גיין אנגעטון נישט איידל, נישט שיין; אלעס קומט פון נישט גוט מחנך זיין.


א ווייב קען מען נישט צווינגען, א ווייב קען מען נישט הייסן וואס צו טון; מען קען שיין רעדן, מען קען שמועסן נאכאמאל און נאכאמאל פון די שיינקייט פון גיין אנגעטון שיין און איידל, און מיט אסאך תפילה און אסאך טרערן צום אייבערשטן - ביז עס גייט אריין א רוח טהרה אין איר.


געדענק וואס דער רבי זאגט "מיט גוטנס פועל'ט מען בעסער ווי מיט שלעכטנס"; נאך האט דער רבי געזאגט: "אויב מען זעט מען האט יא געפועל'ט מיט שלעכטן, זאל מען וויסן אז מען וואלט דאס געקענט פועל'ן אסאך גרינגער און שנעלער מיט גוטן".


מיט א ווייב איז נישטא אזא זאך ווי גיין מיט כח, מיט א ווייב דארף מען גיין זייער איידל, זייער ווייך; מיט כח קען מען גארנישט פועל'ן, מיט כח מאכט מען נאר ערגער; בפרט ווען מען וויל פועל'ן א געפיל אין אזעלכע הייקעלע זאכן ווי אנטון די קינדער אידיש און איידל - דארף מען דאס מאכן מיט א זיסקייט און א הייליגקיייט, מען דארף כסדר אויסלויבן און אויסרימען דאס שיינקייט פון אידישע קליידער.


בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג אין אידיש פאר דיר, פאר דיין ווייב און פאר דיינע דורות, אז איר אלע זאלן גיין אין די אידישע וועג, איר זאלט ליב האבן די אידישע וועג, ליב האבן דעם איד און פיינט האבן דעם נישט איד, פיינט האבן סטרא אחרא, פיינט האבן קליפות.


גיין אויסגעטון איז נישט שיין, גיין אויסגעטון איז עקלדיג און אויב מען האט דאס ליב - דארף מען וויינען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער געב מיר א ריינעם הארץ, א ריינעם מח, געב מיר א געפיל אין אידישקייט".


אינגעלייט קומען צו מיר וויינען אז עס איז אריין א רוח רעה אין זייער ווייב, א ש-ד האט זיך אריינגעכאפט אין זיי, פלוצלונג טוען זיי אן הויזן און לאזן וואקסן די האר, זיי גייען אין שטוב מיט אן אויפגעדעקטע קאפ, שמירן די נעגל השם ישמרינו; זיי וויינען און פרעגן, וואס קענען מיר טון? דער ענטפער איז: "נישטא קיין עצה, מען קען נישט צווינגען א ווייב וואס צו טון און מען קען נישט צעברעכן א שטוב פאר די זאכן, עס איז נאר דא די איין עצה, רעדן זייער ווייך און שיין צו זיי, מיט אסאך ליבשאפט, און גיסן טרערן צום אייבערשטן, וויינען צום אייבערשטן 'עַד יֵעָרֶה עָלֵינוּ רוּחַ מִמָּרוֹם'" (ישעי' לב, טו).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#301 - וואס טו איך אז מיין טאטע זוכט נישט א שידוך פאר מיר?
שידוכים, חיזוק פאר מיידלעך, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיעורים וואס געבן מיר אסאך חיזוק.


איך בין א מיידל פון 23 יאר אלט, און מיין טאטע זוכט נישט קיין שידוך פאר מיר. אויב איינער רופט אים אן וועגן שידוכים הערט ער זיך צו, אבער שדכנים ווייסן בכלל נישט פון מיר, ער אינטערסירט זיך נישט אמת'דיג צו זוכן א שידוך פאר מיר.


איך קען נישט צופיל רעדן מיט אים וועגן דעם, ער איז שוין אין די עלטערע יארן, וואס קען איך אבער טון דערצו, איך וויל שוין טרעפן מיין שידוך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ל' שובבי"ם, ט"ז שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


א שידוך האט נישט מיט קיינעם, נאר מיט'ן אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג): "מָצִינוּ בַּתּוֹרָה בַּנְּבִיאִים וּבַכְּתוּבִים שֶׁאֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", מיר געפונען אין די תורה, אין נביאים און אין כתובים אז א שידוך האט נאר מיט'ן אייבערשטן.


אין די תורה שטייט, לבן און בתואל האבן געזאגט פאר אליעזר עבד אברהם: "מיר קענען נישט צוריק האלטן רבקה פון חתונה האבן מיט יצחק, ווייל "מֵה' יָצָא הַדָּבָר" (בראשית כד, נ). אין נביאים שטייט (שופטים יד, ד): "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לֹא יָדְעוּ, כִּי מֵה' הִיא", די עלטערן פון שמשון הגיבור האבן נישט געוויסט אז זיין שידוך וואס ער האט געטראפן קומט פונעם אייבערשטן, און אין כתובים שטייט (משלי יט, יד): "בַּיִת וָהוֹן נַחֲלַת אָבוֹת, וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת", א הויז און א פארמעגן קען מען באקומען בירושה פון די עלטערן, אבער א שידוך קען מען נישט באקומען בירושה פון עלטערן, דאס קומט נאר פונעם אייבערשטן אליינס.


אנשטאט זארגן - זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן נאך א תפילה און נאך א תפילה. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות רחמנות, סימן יא): "עַל יְדֵי בַּקָּשַׁת רַחֲמִים, זוֹכֶה לַעֲשׂוֹת שִׁידוּכִים טוֹבִים וְהַגוּנִים", דורך תפילה איז מען זוכה צו טון גוטע שידוכים; נישטא נאך עפעס וואס מען קען טון אויסער תפילה, תפילה איז די עצה פאר א בחור און מיידל וואס ווארטן אויף זייער שידוך, בעטן די פאר ווערטער דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל טרעפן מיין ריכטיגע שידוך שנעל און גרינג"; נאר מיט תפילה קען מען פועל'ן א שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#300 - איך וויל פשוט זיין א איד, ווי אזוי בין איך זוכה צו דעם?
קדושה, תפילה והתבודדות, קאמפיוטער, מאוויס, תשובה, ניבול פה, נסיונות, טעלעפאן, חברים, בחור, עבודת השם, מקוה, משניות, גמרא

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זייער דאנקבאר אויף די הערליכע בריוו און ברסלב'ע גליונות, עס געבט מיר אסאך חיזוק.


אפשר קען מיר דער ראש ישיבה שליט"א געבן אן עצה, איך בין א 19 יעריגער בחור, איך לערן אין א גוטע ליטווישע ישיבה, אבער איך האלט אין איין אריינפאלן אינעם נעץ פון יצר הרע, איך פאל אריין אין פראבלעמען מיט קדושה נאכאמאל און נאכאמאל. איך שפיר ווי איך האלט עס מער נישט אויס, איך וויל פשוט זיין א איד, איך וויל מצליח זיין ברוחניות ובגשמיות, וואס קען איך טון ארויסצוקריכן פון דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב זיך אכטונג צו האבן נאר ערליכע חברים, אז דו הערסט רעדן ניבול פה - זאלסטו אוועקגיין פונעם שמועס; נעם זיך חברים וואס רעדן איידל, וואס רעדן ריין.


ווארף אוועק אלע כלים וואס מען קען קוקן אויף דעם מאוויס, אויסגעלאסענע בילדער און קליפס. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית טז.): "אָדָם שֶׁתּוֹפֵס שֶׁרֶץ בְּיָדוֹ, אֲפִלּוּ טוֹבֵל בְּכָל מֵימוֹת שֶׁבָּעוֹלָם לֹא עָלְתָה לוֹ טְבִילָה, זְרָקוֹ מִיָּדוֹ כֵּיוָן שֶׁטָּבַל בְּאַרְבָּעִים סָאָה מִיַד עָלְתָה לוֹ טְבִילָה", אז מען טובל'ט זיך אין מקוה ווערט מען ריין נאר אויב מען ווארפט אוועק די טויטע שרץ, ווייל אויב מען כאפט ווייטער אן די טויטע שרץ, אפילו דער מענטש וועט זיך טובל'ן אין אלע מקוה'ס פון די וועלט - וועט ער בלייבן טמא; אז מען וויל תשובה טון - איז די ערשטע זאך אפלאזן די טויטע שרצים, די כלים וואס ברענגט טויט. מוהרא"ש באטיטלט דעם קאמפיוטער, מחשב - מיט'ן טיטל 'מכשף'; דער קאמפיוטער - אויב איז דאס נישט מסונן, געפילטערט - ברענגט דאס כישוף, עס ברענגט אלע צרות.


מאך זיך א שיעור אין ששה סדרי משנה. הויב אן אנהויב סדר זרעים, מסכת ברכות, זאג א פרק נאך א פרק, זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין. אז דו קענסט זאגן אכצן פרקים יעדן טאג - מה טוב ומה נעים, דאס וועט דיך ארויסנעמען פון דיינע בלאטעס, משניות רייניגט דעם מענטש פון אלע פלעקן.


אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין תלמוד בבלי. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ריד): "'תַּלְמוּד' בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ 'לִילִית'", 'תלמוד' באטרעפט די זעלבע מספר ווי די נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית, "עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", און ווען מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה.


אודאי וועט דער סמ"ך מ"ם דיך נישט אזוי שנעל אפלאזן, ער געבט נישט אזוי שנעל אויף אויף זיינס א קרבן; ער וועט דיך נאכלויפן, ער וועט דיך נאכאמאל אראפווארפן אין די ביטערע עבירה פון פגם הברית רחמנא לצלן, אבער אז דו וועסט זיין שטארק מיט די זאכן וואס שטייט אינעם בריוו - וועסטו ווערן אן ערליכער איד.


גיי זיך מתבודד זיין, שמועס מיט'ן אייבערשטן אין דיין שפראך, אין ענגליש. דער אייבערשטער פארשטייט אלע שפראכן, דער אייבערשטער האט געמאכט אלע שפראכן. רעד אין ענגליש, זאג דעם אייבערשטן ווי שטארק דו ווילסט זיין ערליך און יעדע מאל פאלסטו נאכאמאל אראפ, דער יצר הרע ווארפט דיך אראפ אין פגם הברית, דו טוסט עבירות רחמנא לצלן. וויין צו אים אין דיין שפראך, בעט אים ער זאל דיר העלפן - וועסטו זיך ריינוואשן, און מיט די צייט וועסטו פטור ווערן פון די שווערע ביטערע נסיונות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#299 - ווי אזוי איז מען מסביר אמונה פאר קינדער?
חינוך הילדים, תפילה והתבודדות, אמונה, סגולות, חלה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די שיעורים און בריוו וואס שיינען און לייכטן אויף אונזער לעבן.


איך פרוביר צו רעדן כסדר צו מיינע קינדער וועגן אמונה פשוטה, אבער מיין אינגל, צען יאר אלט, איז געקומען צו מיר וויינען ביינאכט אז פאר ער ליינט קריאת שמע טראכט ער מאדנע זאכן, ער טראכט אז וואס ער גייט יעצט זאגן אין קריאת שמע איז נישט אמת חס ושלום, און עס שטערט אים.


ווי אזוי קען מען זאגן און מסביר זיין פאר א קינד אויף זיין שפראך אז יא דאס איז אמת אז מיר האבן איין איינציגער הייליגער באשעפער אויף די גאנצע וועלט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ל' שובבי"ם, ט"ז שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


רעד מיט דיינע קינדער וואס מער פון אמונה - וועלן זיי האבן א שטארקע אמונה, ווייל ווי מער מען רעדט פון אמונה - ווערט שטערקער און שטערקער די אמונה. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות אמונה, סימן י): "אֱמוּנָה תּוֹלָה בְּפֶה שֶׁל אָדָם", אמונה איז אנגעהאנגען אינעם מויל; דורך רעדן פון אמונה - באקומט מען אמונה. אלע דיבורים זאלן זיין אמונה.


עס איז גוט אז דיין ווייב זאל מאכן חלות לכבוד שבת און ביים אפשיידן חלה זאל זי בעטן אז די קינדער זאלן האבן אמונה. ווייל דער רבי זאגט (שם חלק ב', סימן יד): "אִשָּׁה הַזְּהִירָה בְּחַלָּה", א פרוי וואס שיידט אפ חלה, "בָּנֶיהָ בַּעֲלֵי אֱמוּנָה", וועלן אירע קינדער האבן אמונה.


דער עיקר זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן פאר דיינע קינדער זיי זאלן זיין ערליכע אידן, צדיקים; די תפילות וואס עלטערן בעטן פאר די קינדער איז די שטערקסטע סגולה פאר גוטע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#298 - זאל איך זאגן פאר יענעם אז ער האט מיר וויי געטון?
תפילה והתבודדות, אמונה, ספיקות, מדות טובות, בין אדם לחבירו

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פריי זיך אז עס איז דא א פלאץ וואו מען קען פרעגן שאלות און באקומען תשובות אפילו אויף אזעלכע סארט שאלות וואס א צווייטער רב וואלט בכלל נישט פארשטאנען אפילו וואס איך וויל פרעגן.


מיין שאלה איז אזוי, איך פרוביר זיך צוצוגעוואוינען אז ווען איינער טוט מיר וויי זאל איך אים גארנישט זאגן נאר איך זאל גיין נאר צום אייבערשטן און אים אויסדערציילן די גאנצע זאך אז יענער האט מיר געטשעפעט און וויי געטון. איך רעד פון אנדערע מענטשן, נישט פון מיין ווייב, אין שטוב וועל איך יא זאגן פאר מיין ווייב אז דאס און דאס טוט מיר וויי וואס זי האט געזאגט אדער געטון, ווייל אזוי הער איך ביי די שיעורים פון ראש ישיבה אז מען זאל נישט האלטן די ווייטאג אין זיך ווייל נאכדעם קען עס פלאצן, נאר ארויסזאגן וואס עס שטערט, ווען עס קומט אבער צו אנדערע מענטשן וועל איך יא האלטן די ווייטאג אין מיר און זיי גארנישט זאגן, איך וועל עס נאר דערציילן פאר'ן אייבערשטן אליין.


די מעשה איז אבער אז איך האלט נאכנישט ביי די מדריגה אז נאכ'ן עס דערציילן פאר'ן אייבערשטן זאל אינגאנצן ארויסגיין די ווייטאג פון מיין הארץ, איך בלייב נאך אנגעגעסן אויף יענעם וואס האט מיר געטשעפעט, ממילא ווייס איך נישט אויב דאס איז טאקע די ריכטיגע וועג, אפשר זאל איך יא זאגן פאר יענעם אז ער האט מיר וויי געטון?


איך בעט דעם אייבערשטן אויף דעם אליין אויך, אויב עס איז גענוג אז איך דערצייל עס נאר פאר'ן אייבערשטן אדער דארף איך דאס אויך זאגן פאר יענעם.


וואס איז טאקע די ריכטיגע וועג זיך צו פירן אין דעם? איך וויל זיך נישט נארן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, כ"ב שובבי"ם, ח' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי נישט אחד בפה ואחד בלב; אז איינער טוט דיר וויי - קענסטו דאס מיט יענעם אויסשמועסן און זיך איבערבעטן, ווי איידער ארום גיין מיט א פאלשע שמייכל און אינעווייניג זיין פול מיט האס און פיינטשאפט.


געוואוין זיך צו אויסצושמועסן יעדע זאך מיטן אייבערשטן. זוך א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, און גיי אהין יעדן טאג רעדן צום אייבערשטן; שמועס מיט אים אזוי ווי מען שמועסט מיט א גוטער פריינט, וועסטו במשך די צייט באקומען א ישוב הדעת, עס וועט דיר שוין מער נישט אינטערעסירן וואס דער זאגט און וואס יענער זאגט.


טייערער ברודער, אפילו מיר זענען ווייט פון די מדריגות הצדיקים - דאך קענען מיר אויך צוקומען צו דעם דורך פאלגן די עצות פון רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#297 - ווי אזוי מאך איך מיין ווייב מיטהאלטן די הכנות צו קידוש?
שלום בית, שבת קודש, חינוך הילדים, תפילה והתבודדות, אמונה, שמחה, תשובה, נערווען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל שרייבן איבער א זאך וואס שטערט מיך שוין זייט מיין חתונה, איך האב קיינמאל נישט געשריבן דערוועגן ווייל איך האב געטראכט אז עס איז נארישע זאך און איך האב עס פרובירט צו דערשטיקן אז עס זאל מיך נישט וויי טון, למעשה זע איך אבער אז יעדע שטיק צייט הויבט מיך עס נאכאמאל אן צו שטערן זייער שטארק, דעריבער האב איך באשלאסן אז איך מוז יא פרעגן דערוועגן, און אויב דער ראש ישיבה וועט מיר ענטפערן אז עס דארף מיר טאקע נישט באדערן, וועל איך זייער שטארק פרובירן צו ארבעטן אויף מיר אז עס זאל מיר טאקע נישט וויי טון.


מיין מעשה גייט אזוי; איך בין צוגעוואוינט פון אלס קינד אז פאר קידוש פרייטאג צונאכטס איז זייער א הייליגע צייט, מען קען דעמאלטס אסאך פועל'ן, ביי מיין טאטע אינדערהיים איז אייביג געווען דעמאלט זייער דערהויבענע מינוטן, די גאנצע משפחה איז געשטאנען ארום די טיש און געקוקט אויף מיין טאטע בשעת מיין טאטע זאגט די לשם יחוד (ביי די חסידות פון וואו איך קום איז איינגעפירט צו זאגן צוויי לאנגע לשם יחוד'ס פאר קידוש) מען האט געקענט זען אויף מיין טאטע א מורא'דיגע ליכטיקייט.


עס קען זיין אז איך מאך זיך נאריש, אבער נאך מיין חתונה, ווען איך האב גערופן מיין ווייב אז איך וויל מאכן קידוש, אויב האב איך נישט אנגעהויבן זאגן קידוש די רגע וואס איך האב איר גערופן איז זי געווארן אינגאנצען באבלאזן פארוואס איך רוף איר שוין אויב איך בין נאכנישט גרייט. אדער איז זי צוריק אוועקגעגאנגען אדער האט זי זיך אראפגעזעצט, איך האב איר פרובירט אפאר מאל צו בעטן אז זי זאל מיר טון א טובה און שטיין די צוויי מינוט ביז איך הייב אן קידוש, זי האט אבער נישט געוואוסט וואס איך וויל, און איך האב געפילט ווי איך רעד צו טויבע אויערן. יעצט שטערט מיך עס אסאך שטערקער, ווייל איך האב שוין גרויסע קינדער.


איך האף דער ראש ישיבה וועט מיך פארשטיין, און געבן אן עצה וואס צו טון וועגן דעם.


איך בין שולדיג מיין לעבן פאר'ן ראש ישיבה, אן דעם ראש ישיבה וואלט איך מסתמא שוין נישט געווען ביים זינען.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בשעת מען מאכט קידוש פרייטאג צו נאכטס ווערט ליכטיג אין אלע וועלטן, און ווען מענטשן וואלטן ווען געוויסט וואס עס טוט זיך אין הימל ווען מען מאכט קידוש - וואלט מען געטאנצן פאר שמחה; ווייל ווען מען מאכט קידוש איז מען זוכה צו באקומען א שטארקע אמונה. אזוי ווי רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות ציצית הלכה ה, אות טו) אז ביים נעמען דעם בעכער אין די האנט צו מאכן קידוש - באקומט מען א שטארקע אמונה.


ווען מען מאכט קידוש ווערט מען אן עדות אויף בריאת שמים וארץ. דערפאר, איידער מען מאכט קידוש, ווען מען נעמט דעם בעכער אין די האנט - דארף מען תשובה טון כדי מען זאל נישט זיין קיין פסול'ער עדות. מען דארף טראכטן פון תשובה און פון תיקון המעשים, און חרטה האבן אויף אלע שלעכטע מעשים. דאס איז וואס מען זעט ביי ערליכע אידן א שטארקע דביקות ביים מאכן קידוש און דאס האט מען אויך געזען ביים הייליגן רבי'ן, ווי רבי נתן דערציילט (שיחות הר"ן, סימן קסט): "קֹדֶם הַקִּדּוּשׁ הָיָה נוֹטֵל הַכּוֹס בְּיָדוֹ" איידער דער רבי האט געמאכט קידוש האט ער גענומען דעם בעכער אין האנט, "וְהָיָה עוֹמֵד זְמַן רַב" און ער איז געשטאנען א לאנגע צייט, "עִם הַכּוֹס בְּיָדוֹ" מיט'ן בעכער אין די האנט, "לִפְנֵי הַשֻּׁלְחָן" פאר'ן טיש, "בִּשְׁתִיקָה" שטילערהייט, "וְלֹא הָיוּ שׁוֹמְעִין מִמֶּנּוּ" און מען האט נישט געהערט פון רבי'ן קיין שום זאך, "כִּי אִם קְצָת קוֹל הִשְׁתּוֹקְקוּת" נאר א שטילע קול פון בענקעניש, "וְעָלָה אָז לְמָקוֹם שֶׁעָלָה" און דעמאלט איז דער רבי ארויף מיט זיין מח מחשבה דארט וואו ער איז ארויף. "אַחַר כָּךְ" נאכדעם, "אַחַר שֶׁשָּׁהָה הַרְבֵּה מְאֹד" נאכן לאנג ווארטן "פָּתַח פִּיו בִּנְעִימוּת נִפְלָא: 'יוֹם הַשִּׁשִּׁי'", האט ער אנגעהויבן מיט זיין זיסע קול, יום השישי.


מאך נישט דיין ווייב זאל דארפן שטיין און זיך נישט רירן; לאז איר אנגרייטן די סעודה, לאז איר זיין באשעפטיגט מיט אירע זאכן, און ווען דו ביסט גרייט צו מאכן קידוש - וועט זי קומען, און אז דו וועסט דארפן ווארטן נאך אפאר מינוט - וועסטו קענען נאך אביסל בענקען צום אייבערשטן.


געב אכטונג נישט צו מאכן פון די מצוות - נערווען, מען דארף מאכן די מצוות מיט א שמחה. און ווען דו ביסט מחנך דיינע קינדער זיי זאלן שטיין מיט דרך ארץ ביי קידוש - זאלסטו דאס מאכן מיט שמחה, נישט מיט נערווען; ווייל שבת דארף מען זיין נאר פרייליך. אויך ווען מען גרייט זיך צו מאכן קידוש, מען טוט תשובה - דארף דאס זיין מיט א שמחה, אזוי האט אונז דער רבי געזאגט, (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "שבת דארף מען זיין זייער פרייליך"; דער רבי האט געפרעגט רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן קנה): "ביסט פרייליך שבת?" האט רבי נתן געענטפערט: "איך בין פרום (ערנסט)", האט אים דער רבי געזאגט: "שבת דארף מען זיין פרייליך".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#296 - ווי אזוי קען איך צוקומען צו א ריינע מחשבה ביים דאווענען?
תפילה והתבודדות, דאווענען, מחשבות, מדריגות, פשטות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געזען אין צוואת הריב"ש פונם הייליגן בעל שם טוב זי"ע אז איידער א מענטש גייט דאווענען זאל ער טראכטן פון די גרויסקייט פונעם באשעפער, אזוי וועט ער מורא האבן פונעם אייבערשטן, און וואס מער מ'האט מורא פונעם אייבערשטן אלץ מער וועט מען אים ליב האבן, און ווען מ'הייבט אן דאווענען זאל מען טראכטן אז מ'גייט אלץ העכער ארויף ביז'ן אייבערשטן, און דעמאלט וועט מען שפירן ווי דער אייבערשטער נעמט ארום דעם מענטש פון אלע זייטן, וואס דאס איז די זיסטע זאך אויף די וועלט, און מ'וועט זיך אינגאנצן נישט שפירן, און מ'קען ממש אויסגיין פאר זיסקייט אין נאכדעים ווען מ'קומט צוריק מאכט דער אייבערשטער א נס אז די חיות זאל צוריק קומען און מ'זאל ווייטער לעבן.


איך האב עס אפאר מאל פרובירט אבער עס גייט מיר נישט, מיין הארץ איז קאלט ווי א שטיין, אפילו די פשוטע פירוש המילות קומט מיר אן שווער אינזין צו האבן, מיין קאפ פליט איבעראל נאר נישט אין סידור, איז נאך מעגליך איך זאל אויך זיין א צדיק און זוכה זיין צו די אלע גרויסע זאכן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"א מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געוואוין זיך צו צו רעדן און שמועסן מיט'ן אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך, מען קען זוכה זיין צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות דורך תפילה והתבודדות, דער הייליגער רבי האט דערציילט אז ער איז צוגעקומען צו וואס ער איז צוגעקומען דורך די הנהגה.


קוק וואס רבי נתן דערציילט (שיחות הר"ן, סימן קנד): "שֶׁעִקַּר מַה שֶּׁהִגִּיעַ לְמַדְרֵגָתוֹ, הוּא רַק עַל יְדֵי עִנְיַן 'פְּרָאסְטִיק'", דער רבי איז צוגעקומען צו זיינע גרויסע מדריגות נאר דורך זיך פירן פשוט, "שֶׁהָיָה מְדַבֵּר הַרְבֵּה וּמֵשִׂיחַ הַרְבֵּה בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ", ער האט אסאך געשמועסט און גערעדט צום אייבערשטן, "וְאָמַר תְּהִלִּים הַרְבֵּה בִּפְשִׁיטוּת", און ער האט געזאגט אסאך תהילים, "וְעַל יְדֵי זֶה דַּיְקָא הִגִּיעַ לְמַה שֶּׁהִגִּיעַ", און נאר אזוי האט ער זוכה געווען צו וואס ער האט זוכה געווען.


אז דו ווילסט זוכה זיין צו טהרת המחשבה, באקומען א קלארע לויטערע אמונה, שטענדיג ארום גיין מיט א ריינע מחשבה - זאלסטו רעדן און שמועסן מיט'ן אייבערשטן, אים דערציילן יעדע זאך און אים בעטן אויף יעדע זאך; דאס איז די וועג צו ווערן א גרויסער צדיק. דער רבי האט געזאגט (שם): "אַי אַי פְּרָאסְטִיק", ער האט זיך געבענקט צו די גרויסע עבודה פון דינען דעם אייבערשטן פשוט, "גַּם אָמַר", נאך האט דער רבי געזאגט, "שֶׁדִּבֵּר עִם כַּמָּה צַדִּיקִים גְּדוֹלִים", ער האט גערעדט מיט אסאך גרויסע צדיקים, "וְאָמְרוּ גַּם כֵּן", זיי האבן אים אויך געזאגט די זעלבע זאך, "שֶׁלֹּא הִגִּיעוּ לְמַדְרֵגָתָם", זיי זענען נישט צוגעקומען צו זייערע מדריגות, "כִּי אִם עַל יְדֵי עִנְיָן פְּרָאסְטִיק", נאר דורך די פשוטע עבודה, "שֶׁעָסְקוּ בַּעֲבוֹדָתָם בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר בְּהִתְבּוֹדְדוּת וְשִׂיחָה בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ", זיי האבן אסאך גערעדט צום אייבערשטן פשוטערהייט, און אסאך געשמועסט מיט'ן אייבערשטן, "וְעַל יְדֵי זֶה הִגִּיעוּ לְמַה שֶּׁהִגִּיעוּ, אַשְׁרֵי לָהֶם", און נאר אזוי זענען זיי צוגעקומען צו וואס זיי זענען צוגעקומען, וואויל איז זיי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#295 - ווען מען דארף עפעס, אויף וועלכע וועג זאל מען עס בעטן דעם אייבערשטן?
תפילה והתבודדות, ספיקות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ברוך ה' איך בין אנגעקומען צו אייערע הערליכע שיעורים און מיין לעבן האט זיך געטוישט, איך בעט אסאך דעם אייבערשטן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל האבן כח ווייטער צו געבן שיינע שיעורים און שרייבן הערליכע בריוו.


איך האב געוואלט פרעגן וועגן רעדן צום אייבערשטן, ווען מען האט א פראבלעם, זאל מען בעטן נאר אויף וואס איך מיין אז דאס איז יעצט מיין שטער, אדער בעט מען פאר בכלליות פאר די גאנצע זאך וואס מען דארף יעצט? צום ביישפיל אויב דארף איך א קאר און איך גיי צום דילער, זאל איך בעטן דעם אייבערשטן אז דער פארקויפער זאל יעצט האבן א גוטע קאר פאר מיר און פאר מיין פרייז וואס איך וויל, אדער דארף איך בעטן דעם אייבערשטען סתם פאר א גוטע קאר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"א מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בעט דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך, לייג אוועק אלע חכמות, און בעט דעם אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך. דער רבי זאגט (ספר המדות אות תפילה, סימן לז): "עַל כָּל הַדְּבָרִים", אויף אלע זאכן, "הֵן עַל דָּבָר גָּדוֹל", סיי אויף גרויסע זאכן, "הֵן עַל דָּבָר קָטָן", און סיי אויף קליינע זאכן - "תִּתְפַּלֵּל", זאלסטו דאווענען צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#294 - ווי אזוי קען איך בעטן אויף עפעס וואס איך ווייס נישט אויב ס'איז גוט פאר מיר?
סיפורי צדיקים, תפילה והתבודדות, ספיקות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוז זיך נאכאמאל באדאנקען פאר אלעס וואס איר טוט פאר מיר און פאר כלל ישראל, דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער כח אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט.


פון ווען איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א האט זיך מיין לעבן ברוך ה' אינגאנצן געטוישט, איך האב אנגעהויבן לעבן מיט די עצה פון הייליגן רבי'ן, צו בעטן אלעס דעם אייבערשטן, א גרויסן יישר כח.


איך וויל נאר פרעגן איין זאך, צומאל קען איך בעטן זייער אסאך אויף א געוויסע זאך, איך בעט און איך בעט נאכאמאל און נאכאמאל, ווי אזוי קען איך אבער וויסן אויב די זאך איז טאקע גוט פאר מיר? אפשר וועט מיר דער אייבערשטער עס טאקע געבן צום סוף, אבער די זאך איז למעשה נישט גוט פאר מיר?


לאמיר זאגן אז איך בעט אסאך אז איך וויל האבן א קאר, איך בעט פאר דעם גאר אסאך, אבער דער אייבערשטער ווייסט אז אויב וועל איך האבן א קאר וועט מען מיר עס צו'גנב'ענען, און דעריבער געבט מיר נישט נאך די תפלה, איך באקום נישט קיין קאר, אבער אזוי ווי איך בעט אזוי סאך, ווערט מיין תפלה יא געענטפערט צום סוף, און איך באקום די קאר, אבער פאקטיש איז דאס נישט גוט פאר מיר.


די זאך מאכט מיר אביסל צעמישט, ווי אזוי קען איך בעט אויף זאכן, אין די צייט וואס איך ווייס נישט אמת'דיג וואס איז גוט פאר מיר און וואס נישט?


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר דאס קענען אויסקלארן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נצבים, כ"ג אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס אליינס דארף מען אויך אויסשמועסן, ווען מען בעט דעם אייבערשטן אויף א געוויסע זאך - שמועסט מען דאס אויך אויס: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל האבן די זאך, און אויב דאס איז נישט גוט פאר מיר - זאל איך דאס נישט וועלן וכו'".


מוהרא"ש דערציילט, מען האט געהערט א ברסלב'ער חסיד זיך מתבודד זיין, ער בעט דעם אייבערשטן אז ער דארף גוטע ווארעמע שטיוול. עס איז געווען פאר ווינטער, און אין אוקריינא - ווער עס איז באקאנט - איז זייער זייער קאלט, דער ברסלב'ער חסיד האט נישט געהאט קיין שטיוול און אויך נישט געלט צו קויפן שטיוול, האט ער זיך מתבודד געווען, ער האט געבעטן: "רבונו של עולם העלף מיר איך זאל האבן שטיוול, עס קומט יעצט א פראסטיגע ווינטער, איך דארף האבן שטיוול, און אויב רבונו של עולם עס איז נישט גוט פאר מיר צו האבן שטיוול - שיין אריין אין מיר אז איך זאל עס נישט דארפן, שיין אריין אין מיר איך זאל דאס נישט וועלן".


די מעלה פון התבודדות איז אז מען רעדט צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינט, מען שמועסט מיט אים אזוי ווי מען שמועסט מיט א נאנטן. דער הייליגער רבי נתן האט דערציילט: "ווען איך בין מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, איך בין געקומען צום רבי'ן און פארציילט אלעס וואס גייט אריבער אויף מיר וכו' וכו', האט מיר דער רבי געזאגט: 'נתן, קום אביסל שפאצירן', און אזוי גייענדיג האט דער רבי ארויפגעלייגט זיין האנט אויף מיין אקסל און מיר געזאגט 'און ווייטער איז גוט, אז מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו א גוטער פריינט'".


רבי נתן זכרונו לברכה האט שפעטער דערציילט: "ווען דער רבי האט ארויפגעלייגט זיין האנט אויף מיין אקסל און מיר געזאגט די ווערטער: 'און ווייטער איז גוט, אז מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, אזוי ווי מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו א גוטער פריינט', האב איך פארשטאנען אז איך בין שוין א געהאלפענער, ווייל וואס עס זאל נאר נישט אריבערגיין אויף מיר, וועל איך זיך נישט פארלירן, נאר גיין צום אייבערשטן און אים אלעס דערציילן".


וואויל איז דעם וואס שמועסט מיט'ן אייבערשטן און דערציילט אים אלעס, וועט ער זוכה זיין צו אלע מדריגות.


א כתיבה וחתימה טובה.

#293 - וואס טוט מען ווען דער מאן ארבעט צופרי פאר'ן דאווענען?
שלום בית, סיפורי צדיקים, קינדער, תפילה והתבודדות, פרנסה, דאווענען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זייער אנטוישט פון מיין מאן, ער שטייט אויף שפעט, און עס אינטערעסירט אים נישט דאס דאווענען בכלל. ער שטייט אויף צען אזייגער, טרינקט קאווע מיט מזונות, דערנאך עפנט ער זיין קאמפיוטער צו קוקן וואס טוט זיך אין באנק, מאכט די חשבונות און רופט דעם און יענעם, און ערשט דערנאך, ווען מיין נשמה איז שוין ארויסגעפלויגן פון צער, גייט ער ערשט דאווענען.


אין מיינע עלטערנ'ס הויז פלעג איך אלץ זען פונקט א פארקערטע ביישפיל, מיין טאטע האט אונז אלץ געזאגט אז עס איז נישטא קיין ברכה אין זאכן וואס מען טוט פאר'ן דאווענען, ער האט קיינמאל נישט געעפנט א קאמפיוטער פאר'ן דאווענען.


עס איז מיר זייער שווער, איך האב מורא אז ווען די קינדער וועלן אויפוואקסן וועלן זיי באקומען א שלעכטע ביישפיל ווי אזוי זיך אויפצופירן, אבער פון די אנדערע זייט וויל איך נישט מצער זיין מיין מאן, איך וויל נישט זיין ווי זיין מאמע אים צו זאגן וואס ער האט צו טון, איך פרוביר אים מכבד צו זיין, אבער די זאך איז מיר זייער שווער, עס מאכט מיר זייער אנגעצויגן און טרויעריג. וואס קען איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תצא, י"א אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער, לאזט נישט אריין דעם סמ"ך מ"ם ביי אייך אין שטוב, לאזט אים נישט צעברעכן אייער שלום בית. דער סמ"ך מ"ם האט אסאך וועגן ווי אזוי אריינצוקומען אין א שטוב, ער קען זיך זייער גוט פארשטעלן מיט א פרומע קלייד, אלעס נאר צו צעברעכן די שטוב. אמאל קומט ער צום מאן ער זאל קוקן שלעכט אויף די ווייב, אז זי פירט זיך נישט אויף אזוי ווי מען דארף, און אמאל קומט ער צו די ווייב זי זאל קוקן שלעכט אויפ'ן מאן; אלעס איז מיט'ן ציל צו צעברעכן די שטוב.


איך בעט אייך לאזט אפ, זוכט נישט קיין שלעכטס אין אייער מאן; לאזט אים לעבן. זוכט גוטס, זוכט מעלות; ווי מער מעלות איר וועט טרעפן אין אים - וועט איר זען ווי ער וועט ווערן מער און מער שענער. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפב) ווען מען זוכט גוטס אין יענעם, פלוצלונג ווערט יענער איין שטיק גוטס.


דאס וואס אייער טאטע פלעגט זאגן אז עס איז נישטא קיין ברכה אין זאכן וואס מען טוט פאר'ן דאווענען - איז וואר, אבער נאך ערגער איז ווען די ווייב קוקט שלעכט אויף איר מאן; אז מען קוקט שלעכט אויפ'ן מאן און ער ווערט בעצבות - איז נישטא קיין ברכה אין גארנישט, קוקן שלעכט אויפ'ן מאן איז די ערגסטע זאך.


דער רבי האט אונז געגעבן א מתנה ווי אזוי צו לעבן בזה העולם א חיים טובים: "התבודדות ותפילה"; א מענטש זאל רעדן צום אייבערשטן אזוי ווי ער רעדט צו א גוטער פריינט, מען זאל זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, אים דערציילן די גאנצע הארץ. טוט די עצה, דערציילט פאר'ן אייבערשטן וואס שטערט אייך, און בעטס דעם אייבערשטן סיי עס זאל אייך נישט שטערן די זאכן, און בעטס דעם אייבערשטן אז אייער מאן און אייערע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן.


מוהרא"ש דערציילט, אמאל איז א איד געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער. דער הייליגער חפץ חיים האט גענומען א תהילים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט און אים געזאגט: "זעסט? דאס איז דער תהילים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער; אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#292 - מעג איך בעטן דעם אייבערשטן פאר א מיידל?
קינדער, תפילה והתבודדות, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ברוך ה' א שטוב מיט אינגלעך, מיין ווייב וויל אבער זייער שטארק אויך האבן א טאכטער, מעג מען מתפלל זיין אז די קומענדיגע קינד זאל זיין א מיידל?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, י"ב אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי קענסטו בעטן אז די קומענדיגע קינד זאל זיין א מיידל; נישט נאר דו מעגסט בעטן, נאר דו זאלסט בעטן; בעט דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס דו ווילסט און אויף אלעס וואס דו דארפסט - וועסטו זען ישועות.


אויך זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים און אויף דיינע זין. דאנקען דעם אייבערשטן ברענגט ניסים למעלה מדרך הטבע; ווען מען דאנקט דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים, מען דאנקט אים אויף די לעבן - עפנט דער אייבערשטער אויף אן אוצר אין הימל, עס קומט אויפ'ן מענטש חסדים שלא על פי דרך הטבע.


דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה זאגט: "ווען א מענטש רעדט זיך אפ, זאגט דער אייבערשטער: 'קוקט אן דעם מענטש, איך געב אים גוטס און דאך רעדט ער זיך אפ, איך וועל אים ווייזן וואס מיינט שלעכט', אבער ווען א מענטש דאנקט דעם אייבערשטן זאגט דער אייבערשטער: 'קוקט אן דעם מענטש, ער האט גארנישט אין לעבן, און ער איז אזוי פרייליך און דאנקבאר, איך וועל אים ווייזן וואס מיינט גוט', און מען געבט אים א גוטע לעבן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.