תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך וויל וויסן אויב די "תיקון הכללי" איז נאר פאר מקרה לילה רחמנא ליצלן, אדער איז דאס אויך א תיקון פאר אנדערע עבירות, ווי למשל חילול שבת, גניבה, שקר, און אזוי ווייטער.
יישר כח, שלמה
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד שלמה נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
בשעת דער רבי האט מגלה געווען די 'תיקון הכללי' האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא): "אסאך צדיקים האבן געוואלט דערגיין דעם תיקון אבער זיי האבן עס נישט געקענט משיג זיין; א טייל צדיקים זענען אוועק פון דער וועלט פאר זיי האבן בכלל געקענט דערגיין דעם תיקון, און א טייל האבן יא אנגעהויבן משיג צו זיין דעם תיקון, אבער זיי זענען נפטר געווארן אינמיטן, אבער מיר האט דער אייבערשטער געהאלפן אז איך האב געקענט דערגיין דעם תיקון".
א מענטש וואס וויל פאררעכטן וואס ער האט פוגם געווען זאל זאגן דעם "תיקון הכללי" - די צען קאפיטלעך תהילים וואס דער הייליגער רבי האט מתקן געווען [קאפיטל ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ], דאס איז א תיקון אויף אלע עבירות בכלליות; יעדע עבירה האט זיין ספעציעלע תיקון ווי אזוי מען איז דאס מתקן אבער דער תיקון הכללי איז כלול פון אלע תיקונים.
דער רבי האט געזאגט (שם): "צען קאפיטל תהילים צו זאגן איז נישט קיין שווערע זאך, דאך, וויבאלד איך האב דאס געהייסן זאגן וועט דאס אנקומען זייער שווער צו זאגן"; ובעוונותינו הרבים איז עס מקיום געווארן אז רוב וועלט זאגט דאס נישט צוליב די מחלוקת וואס עס איז דא אויפן רבי'ן, עיין שם.
דו פרעגסט צי 'תיקון הכללי העלפט אויף חילול שבת, גניבה וכו'?' דו כאפסט צוזאמען עבירות שבין אדם למקום און עבירות שבין אדם לחבירו; אויף עבירות וואס עס איז צווישן דעם מענטש מיטן אייבערשטן - אויף דעם העלפט תיקון הכללי, אבער ווען איינער טוט איינעם וויי, מען גנב'ט, אדער מען בארגט געלט און מען צאלט נישט צוריק אויף דעם העלפט נישט קיין תשובה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פה:): "עֲבֵירוֹת שֶׁבֵּין אָדָם לַחֲבֵירוֹ אֵין יוֹם כִּפּוּרִים מְכַפֵּר עַד שֶׁיְרַצֶה אֶת חֲבֵירוֹ", עס וועט גארנישט נוצן ביז ווי לאנג מען פאררעכט וואס מען האט געטון און מען טוט תשובה; סיי מען בעט מחילה און מען דארף באצאלן די גניבה וכו'.
דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.