שאלה אין קורצן ענין
#16 - זאל איך זאגן פאר יענעם אז ער האט מיר וויי געטון?
תפילה והתבודדות, אמונה, ספיקות, מדות טובות, בין אדם לחבירו

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פריי זיך אז עס איז דא א פלאץ וואו מען קען פרעגן שאלות און באקומען תשובות אפילו אויף אזעלכע סארט שאלות וואס א צווייטער רב וואלט בכלל נישט פארשטאנען אפילו וואס איך וויל פרעגן.


מיין שאלה איז אזוי, איך פרוביר זיך צוצוגעוואוינען אז ווען איינער טוט מיר וויי זאל איך אים גארנישט זאגן נאר איך זאל גיין נאר צום אייבערשטן און אים אויסדערציילן די גאנצע זאך אז יענער האט מיר געטשעפעט און וויי געטון. איך רעד פון אנדערע מענטשן, נישט פון מיין ווייב, אין שטוב וועל איך יא זאגן פאר מיין ווייב אז דאס און דאס טוט מיר וויי וואס זי האט געזאגט אדער געטון, ווייל אזוי הער איך ביי די שיעורים פון ראש ישיבה אז מען זאל נישט האלטן די ווייטאג אין זיך ווייל נאכדעם קען עס פלאצן, נאר ארויסזאגן וואס עס שטערט, ווען עס קומט אבער צו אנדערע מענטשן וועל איך יא האלטן די ווייטאג אין מיר און זיי גארנישט זאגן, איך וועל עס נאר דערציילן פאר'ן אייבערשטן אליין.


די מעשה איז אבער אז איך האלט נאכנישט ביי די מדריגה אז נאכ'ן עס דערציילן פאר'ן אייבערשטן זאל אינגאנצן ארויסגיין די ווייטאג פון מיין הארץ, איך בלייב נאך אנגעגעסן אויף יענעם וואס האט מיר געטשעפעט, ממילא ווייס איך נישט אויב דאס איז טאקע די ריכטיגע וועג, אפשר זאל איך יא זאגן פאר יענעם אז ער האט מיר וויי געטון?


איך בעט דעם אייבערשטן אויף דעם אליין אויך, אויב עס איז גענוג אז איך דערצייל עס נאר פאר'ן אייבערשטן אדער דארף איך דאס אויך זאגן פאר יענעם.


וואס איז טאקע די ריכטיגע וועג זיך צו פירן אין דעם? איך וויל זיך נישט נארן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, כ"ב שובבי"ם, ח' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי נישט אחד בפה ואחד בלב; אז איינער טוט דיר וויי - קענסטו דאס מיט יענעם אויסשמועסן און זיך איבערבעטן, ווי איידער ארום גיין מיט א פאלשע שמייכל און אינעווייניג זיין פול מיט האס און פיינטשאפט.


געוואוין זיך צו אויסצושמועסן יעדע זאך מיטן אייבערשטן. זוך א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, און גיי אהין יעדן טאג רעדן צום אייבערשטן; שמועס מיט אים אזוי ווי מען שמועסט מיט א גוטער פריינט, וועסטו במשך די צייט באקומען א ישוב הדעת, עס וועט דיר שוין מער נישט אינטערעסירן וואס דער זאגט און וואס יענער זאגט.


טייערער ברודער, אפילו מיר זענען ווייט פון די מדריגות הצדיקים - דאך קענען מיר אויך צוקומען צו דעם דורך פאלגן די עצות פון רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#15 - ווי אזוי שטארק איך זיך איבערצובעטן וועמען איך האב געטשעפעט?
מחלוקת, תשובה, בין אדם לחבירו

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אלס בחור האב איך זייער שטארק געטשעפעט און וויי געטון עטליכע פון מיינע חברים און אויך דעם רב פון מיין קהלה, צוליב אן אינערליכע סכסוך אין די קהלה. היינט פארשטיי איך אז איך האב נישט גוט געטון, איך וואלט זיך בכלל נישט געדארפט אריינמישן אין די מחלוקת, און איך האב שטארק חרטה דערויף. אבער וויפיל איך פרוביר קען איך נישט פועל'ן ביי מיר צו גיין זיי איבערבעטן, איך פיל ווי די ערד גייט מיך איינשלינגען אויב איך וועל זיי איבערבעטן, איז דא עפעס א גרינגע עצה אויף דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קרח, כ"ח סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי בעט איבער די אלע וועם דו האסט גע'רודפ'ט; ענדערש זאלסטו פארשעמט ווערן דא ווי איידער אויבן אין הימל.


וויי און ביטער פאר ווער עס נעמט א חלק אין רודפ'ן אנדערע אידן; ביי מחלוקות ליידן אלע. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (במדבר רבה יח, ד): מחלוקת איז אזוי שרעקליך, אפילו קליינע קינדער ווערן אוועקגענומען פון די וועלט אלס א שטראף אויף מחלוקת, והא ראי', בית דין של מטה געבט נישט קיין עונש פאר א קטן אונטער די דרייצן יאר, אויך ביי בית דין של מעלה איז נישטא קיין עונש נאר פון צוואנציג יאר און העכער, און ביי קרח זענען אלע געשטראפט געווארן, אפילו די קליינע קינדער פון איין טאג אלט!


ווארט נישט קיין מינוט, גיי שוין בעט איבער וועם דו האסט וויי געטון; ענדערש ווערן פארשעמט דא ווי איידער דארפן אריבערגיין די עונשים קשים ומרים וואס מען באקומט אויף מחלוקות.


פון היינט און ווייטער, אז מען וויל דיר אריינדרייען אין א מחלוקת, זאל זיין וואס זאל זיין, אפילו לשם שמים - זאלסטו אנטלויפן אזוי ווי מען אנטלויפט פאר'ן לעבן. מאך זיך דעם חשבון וואס די ווייב פון און בן פלת האט געמאכט, און בן פלת איז אהיים געקומען אנגעהעצט פון קרח און פון אלע צוויי הונדערט און פופציג רבנים, ער האט געשריגן אין שטוב: "משה רבינו איז נישט גערעכט!" ער האט געהאקט אויפ'ן טיש: "קורח איז דער עכטער מנהיג!" ער איז געווען פון די אנפירער. דערציילן די הייליגע חכמים (שם, כ) זיין ווייב האט אים געפרעגט, זאג מיר: מַה לָּךְ בַּהֲדֵי פְּלוּגְתֵּיהּ וואס האסטו פון די מחלוקת? וואס איז דיר א חילוק ווער עס איז גערעכט? אִי אַהֲרֹן כַּהֲנָא רַבָּא אַתְּ תַּלְמִידָא אויב משה איז גערעכט - איז אהרן דער כהן און דו ביסט דער תלמיד, אִי קֹרַח כַּהֲנָא רַבָּה אַתְּ תַּלְמִידָא און אויב קורח איז גערעכט - איז קורח דער כהן און דו ביסט ווייטער דער תלמיד! אזוי האט זי אים געראטעוועט.


דו זאלסט אלץ אנטלויפן פון מחלוקות.

#14 - וואס זענען די מנהגים אין ברסלב אין די ספירה טעג?
הלכה, תהלים, חסידות ברסלב, מחלוקת, שלום, מנהגים, מדות טובות, מוהרנ"ת ז"ל, בין אדם לחבירו, ספירה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איז דא עפעס ספעציעלע מנהגים אין ברסלב אין די ספירה טעג? עפעס וואס מ'טוט יא אדער מ'טוט נישט אין די טעג פון ספירה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס עס שטייט אין שלחן ערוך - אזוי פירן זיך ברסלב'ער חסידים.


בנוסף לזה, דער הייליגער רבי נתן פלעגט זיך פירן אין די טעג פון ספירה צו זאגן צוויי מאל א טאג דעם יום תהלים, ווייל דער רבי האט אונז מגלה געווען דאס גרויסקייט פון זאגן תהלים (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה",  תהילים איז מסוגל צו תשובה און צו טרעפן די שער, די טיר וואו אנצוקומען, ווייל עס איז דא פופציג טויערן פאר תשובה; דאס קען מען יעצט זוכה זיין אין די ספירה טעג.


נאך א זאך וואס מוהרא"ש האט אונז אין די ספירה טעג זייער מחזק געווען, מיר זאלן זייער אכטונג געבן זיך ליב האבן איינער מיט'ן צווייטן. נישט האבן צוטון מיט מחלוקות, ווייל די תלמידי רבי עקיבא זענען נסתלק געווארן אין די ספירה טעג נאר צוליב דעם וואס זיי האבן נישט נוהג כבוד געווען זה לזה (יבמות סב:); איז יעצט א צייט דאס צו מתקן זיין, זיך ליב האבן איינער מיט'ן צווייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#13 - מעג איך אויסזאגן פאר'ן אייבערשטן אנדערע מענטשן וועלכע טשעפען מיר?
תפילה והתבודדות, בין אדם לחבירו, לשון הרע

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר די טעגליכע חיזוק און די בריוון, עס האט מיר אסאך מחזק געווען.


איך האב געוואלט פרעגן וועגן מאכן התבודדות און רעדן צום אייבערשטען כדבר איש אל רעהו. ווען איך רעד זיך אויס פאר'ן אייבערשטן זאכן וואס האט צוטון מיט אן אנדערן מענטש וואס האט מיר מצער געווען, שפיר איך ווי איך האב יענעם בארעדט פאר'ן אייבערשטן, און איך האב אמאל געהערט אז ס'קען ברענגן א קיטרוג חס ושלום. וואס איז די ריכטיגע וועג צו דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' האזינו, ח' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פרעגסט זייער גוט, איינער האט שוין געפרעגט די שאלה פאר פופציג יאר צוריק פון מוהרא"ש. קוק אין שאלות ותשובות אשר בנחל (אשר בנחל חלק יג, מכתב א' תשמה, א' פרשת בא שנת תשל"ה): "והנה אודות שאלתך, שהרי אמרו חז"ל (ברכות נה:) 'המוסר דין לשמים הוא בין הדברים שמזכירים עוונותיו של אדם'", אויף דיין פראגע וואס דו פרעגסט, חכמינו זכרונם לברכה זאגן דאך (שם): "שלשה דברים מזכירים עונותיו של אדם", ווער עס טוט די דריי זאכן זוכט מען נאך אין הימל די עבירות פונעם מענטש, איינע פון די זאכן איז: "מוסר דין על חבירו לשמים", ווער עס בעט דעם אייבערשטן ער זאל באשטראפן זיין חבר וואס קריגט זיך מיט אים, מיט דעם מאכט ער זיך אליינס שלעכט, מען נעמט אפיר זיינע עבירות, "ואם כן לענין התבודדות ושיחה בינו לבין קונו, שצריכים לספר הכל לפניו יתברך בפרטי פרטיות, מה שעובר עליו, בכל מאורע וכו'", אויב אזוי, וויאזוי קען מען אלעס דערציילן דעם אייבערשטן און אים בעטן אויף יעדע זאך? "ואם כן איך יכולים לספר בפרטיות שחבירי זה מצער אותי, וגורם לי מה שגורם וכו', הלא הוא בכלל מוסר דין על חבירו?" ווי אזוי קען מען דערציילן אלעס וואס מען גייט אריבער פונעם חבר, אלע צרות און שלעכטס, מען ווערט דאך א מוסר דין לשמים?


"ויש לומר, שהן אמת שהתבודדות צריכה להיות בתמימות ובפשיטות, כאשר ידבר איש עם רעהו, ולספר לפניו את כל צרותיו ומאורעותיו", נאר מען דארף טאקע דערציילן דעם אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער און רעדן צו אים אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינט, "אך כמו שאסור לספר לחברו שם המצער אותו, כי הוא בכלל לשון הרע, רק מספרים בדרך כלליות, שעובר עלי מאנשים מה שעובר וכו'", אבער מען דארף וויסן, אזוי ווי ווען מען דערציילט פאר א חבר וואס מען גייט אריבער טאר מען נישט יענעם זאגן דעם נאמען פון ווער עס מאכט די צער, ווייל עס איז בכלל לשון הרע, נאר מען שמועסט מיט'ן חבר פון די צער, נישט ווער עס מאכט עס, "כמו כן צריכים לדבר עמו יתברך, ולפרש כל שיחתו וכל אשר עם לבבו, וכל הייסורים שיש לו בפרטי פרטיות", אזוי דארף מען שמועסן מיט'ן אייבערשטן און אים דערציילן אלע צרות און יסורים וואס מען ליידט, "אך לא להזכיר את שם המצער אותו וכו'", און נישט דערמאנען דעם נאמען פון דער וואס מאכט די צער.


מוהרא"ש פירט אויס, והעיקר דארף מען זאגן צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, חטאי המרובים מצערים אותי ומקפחים פרנסתי", הייליגער באשעפער, מיינע עבירות זענען מיך מצער, צוליב מיינע זינד האב איך נישט קיין פרנסה, "אנא ה', רחם עלי ומחול לי באופן שיתבטלו המצערים", איך בעט דיר אייבערשטער, זיי מיר מוחל, אזוי וועלן אלע מיינע פראבלעמען אוועק גיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#12 - וואס טוט מען ווען די שנור האט נישט רעספעקט פאר איר מאן?
שלום בית, שווער און שוויגער, דרך ארץ, בין אדם לחבירו

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א שטארקע פראבלעם, איך האב חתונה געמאכט מיין זון ברוך ה', באמת א טייערער בחור א ירא שמים און א בעל מידות, אבער מיין שנור רעדט זייער נישט דרך ארץ'דיג צו אים, זי רעדט צו אים אזוי ווי זי וואלט געווען זיין מאמע, זי זאגט זייער שטארק איר מיינונג, נישט אויף א וועג פון זיך דורך שמועסן מיט אים. ווען זיי קומען צו אונז אויף שבת דארף איך זיך איינהאלטן אז איך זאל נישט שרייען אויף איר, "ווער האט דיך געפרעגט?! אזוי רעדט מען צו א מאן?! וואו איז די ביסל רעספעקט?"


איך ווייס אז איך, אלס די שוויגער, טאר זיך נישט אריינמישן אין זייער לעבן. איך פריי זיך אז מיין זון האט א ווייב, און זיי לעבן ברוך ה' א גוט לעבן אינאיינעם, אבער עס גייט מיר ממש אויף די נערוון ווען איך הער ווי זי באפעלט אים וואס צו טון, זי רעדט פון זיינע פראבלעמען אין פארנט פון מענטשן, למשל ווען זי פרעגט מיך וואס זי קען טון אז איר מאן זאל זיין מער מסודר'דיג, און זי פרעגט עס אין פארנט פון אים. איך ענטפער איר מיט א שמייכל, אבער איך שפיר אז וואלט איר געדארפט מחנך זיין אז מ'קען נישט מאכן קיין וויצן אויפ'ן מאנ'ס חשבון.


איך ווייס אז איך טאר איר גארנישט זאגן, און איך וועל איר ווייטער טייער האלטן, ווי אזוי קען איך אבער זען אז זי זאל טוישן איר שלעכטע וועג פון רעדן? ביי מיר אין שטוב געבט מען זייער אכטונג אויף דעם, מען רעדט מיט רעספעקט, סיי די קינדער צו אונז, און סיי מיר צווישן זיך, עס איז זייער קעגן די חינוך ווי אזוי אונזער שטוב פירט זיך. אפילו די מיידלעך צווישן זיך, ווען זיי דארפן זיך טיילן מיט די ארבעט, זאגן זיי נישט "דו מוזט עס טון", נאר "אפשר לאמיר זיך צעטיילן מיט ארבעט".


עס שטערט מיך, איך וויל איר נישט אראפקוקן, ווייל אויסער די זאך - וואס בעצם האלט איך אז עס איז נישט פון שלעכטקייט, נאר מער א חסרון ידיעה, קיינער האט איר נישט געזאגט אז אזוי רעדט מען נישט - איז זי זייער גוט, אין אלעס אנדערש. אפשר קען דער ראש ישיבה מיר ווייזן די ריכטיגע וועג מיט סייעתא דשמיא?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, י"ט סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייער א שווערע שאלה; זאגן די שנור ווי אזוי זיך צו פירן איז נישט כדאי, און נישט זאגן איז אויך נישט קיין עסק; עס איז זייער א ווייטאגליכע שאלה.


א שאד מען לערנט נישט מיט די מיידלעך אין סקול - מידות; ווי אזוי זיך צו פירן, ווי אזוי צו רעדן מיט אנדערע - בפרט מיט די מאן. אנשטאט לערנען זאכן וואס האט נישט קיין שייכות מיט לעבן, אנשטאט לערנען די אלע יארן אין סקול זאכן וואס וועט פון דעם גארנישט בלייבן פאר'ן לעבן - וואלט מען געדארפט לערנען וואס דאס לעבן איז, ווי אזוי צו רעדן מיט א מאן, ווי אזוי צו רעדן מיט אנדערע; דאס עקלדיגקייט פון גאווה, דאס פארפוילטקייט פון אוועקמאכן א צווייטן, בפרט די מאן; מבטל זיין זיינע ווערטער וכו' וכו'.


בעטס דעם אייבערשטן אז אייערע קינדער; זין און טעכטער, איידעמער און שנורן - זאלן זיין איידל און ערליך. בעטס דעם אייבערשטן אז אייערע קינדער און אייניקלעך זאלן לעבן מיט שלום און ליבשאפט, נאר תפילה איז די עצה; אן תפילה איז מען פארלוירן, ווידעראום מיט תפילה קען מען טוישן יענעמ'ס נאטור, תפילה איז אזוי שטארק, עס איז שטערקער פון אלעס!


דער בריוו וועט זיין געדרוקט אין ספר עצתו אמונה; ווען אייער זון וועט קומען צו אייך אויף שבת - זאלט איר לייגן דעם קונטרס ביי זייער שטוב, אזוי וועט אייער שנור ליינען דעם בריוו, וועט זי זיך כאפן, זי וועט טראכטן אז זי דארף פאררעכטן; זי וועט תשובה טון און מער נישט רעדן מיט עזות צו איר מאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - איינער בא'גנב'ט מיין טאטע, וואס זאל איך טון?
פרנסה, גניבה, בין אדם לחבירו, בית דין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל בעטן אן עצה איבער א גרויסע צרה. מיין טאטע האט א געשעפט, און איינער פון די ווייטע קרובים פון די משפחה האט באשלאסן זיך אריינצוזעצן דארט שלא ביושר, און ער נעמט פאר זיך ארויס די גאנצע געלט. מיין טאטע און מאמע עסן זיך אויף די געזונט, אבער זיי זענען צו ווייך יענעם ארויסצואווארפן. איך זע ווי זיי גייען ממש צוגרונד דערפון, און איך וויל זיי העלפן.


כ'האב שוין אפאר מאל געטראכט צו רופן פאליציי, איך בין אבער נישט זיכער אז איך טו וואס איז ריכטיג, אבער פון די אנדערע זייט קען איך נישט בלייבן שטיל.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, י"א שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען א איד האט א סכסוך מיט א צווייטן איד גייט מען צום בית דין; גיי צום בית דין, בעט ביים בית דין זיי זאלן שיקן אן הזמנה לדין און וואס בית דין וועט פסק'ענען - אזוי זאלסטו טון.


אויב זיי וועלן נישט קומען צום דין תורה, וועט דיר בית דין געבן רשות צו רופן פאליציי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#10 - וואס זאל איך רעדן מיט מיינע תלמידים אין חודש אלול?
חינוך הילדים, ראש השנה, תשובה, בין אדם לחבירו, חודש אלול

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זיך ממש מחי' געווען מיט די בריוו איבער וואס צו רעדן מיט מיינע תלמידים אין די ימי בין המצרים, און איך האב ברוך ה' געפאלגט אלעס וואס איז דארט געשטאנען. יישר כח.


יעצט האב איך געוואלט פרעגט ווי אזוי און וואס מ'זאל רעדן מיט די קינדער, מיינע תלמידים זענען 8 יאר אלט, אין די טעג פון חודש אלול, פאר די הייליגע טעג.


איך וועל זיך פרייען צו באקומען אפאר ווערטער לתועלת די תלמידים.


יישר כח און א כתיבה וחתימה טובה.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ד' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בין דיר אזוי מקנא מיט דיין הייליגע ארבעט; דו זיצט מיט קליינע קינדער, ריינע נשמות, אכט יעריגע קינדער וואס ווייסן נאך נישט פון קיין פראבלעמען אין לעבן, זיי שלינגען יעדעס ווארט וואס דער מלמד זאגט, יעדעס ווארט פונעם מלמד גייט אריין טיף טיף אין זייערע ריינע הערצער.


א מלמד וואס האט די ריכטיגע הקדמות, ער ווייסט ווי אזוי צו רעדן און וואס צו רעדן - קען ער ברענגען די קינדער צו א מורא'דיגע שטארקייט, די קינדער וועלן אויפוואקסן גרויסע צדיקים, זיי וועלן וויסן זייער גאנץ לעבן די וועג ווי אזוי זיך צוריק צו קערן צום אייבערשטן.


לייג אריין אין די קינדער דאס גרויסקייט פון תשובה; דער אייבערשטער שטייט און ווארט מען זאל אים איבערבעטן, מען זאל אים צוזאגן אז מען גייט זיין וואויל. לייג אריין אין די קינדער דאס רחמנות פונעם אייבערשטן, ווי ער וויל נאר גוטס, ער וויל נישט שטראפן אידישע קינדער, ער ווארט מען זאל זיך צוריקקערן צו אים.


דערצייל זיי מעשיות פון די הייליגע חכמים איבער דאס גרויסקייט פון תשובה, דערצייל זיי מעשיות פון צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען צוריק צו ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן, זיי האבן קיינמאל נישט אויפגעגעבן אויף קיין שום מענטש; ווי ווייט מען איז פארקראכן קען מען זיך צוריקקערן צום אייבערשטן.


רעד נישט צו זיי קיין הויכע זאכן; עבודות פון צדיקים פון תעניתים און סיגופים. רעד צו זיי דעם רבינ'ס ווערטער, די פשוט'ע וועג פון תשובה, ווי דער אייבערשטער איז מוחל ווען מען זאגט ארויס פשוט'ע ווערטער: "איך וויל זיין גוט", "איך גיי שוין זיין גוט", "איך גיי מער נישט טון די עבירה", וואס דעמאלט איז דער אייבערשטער גלייך מוחל דעם מענטש, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תורת כהנים, בחוקותי) דער אייבערשטער זאגט: "מִיַּד שֶּׁהֵם מִתְוַדִּים עַל עֲוֹנוֹתֵיהֶם, מִיַּד אֲנִי חוֹזֵר וּמְרַחֵם עֲלֵיהֶם", ווען א מענטש איז זיך מתודה אויף זיינע עבירות בין איך אים גלייך מוחל און איך פיר זיך מיט אים מיט רחמנות.


אין די זעלבע צייט זאלסטו זיי אויסלערנען דאס הארבקייט פון טשעפען א חבר; ווייל אויף אלע עבירות קען מען תשובה טון, פון אלע פראבלעמען קען מען ארויסגיין, אבער עֲבֵירוֹת שֶׁבֵּין אָדָם לַחֲבֵירוֹ אֵין יוֹם הַכִּפּוּרִים מְכַפֵּר עַד שֶׁיְרַצֶה אֶת חֲבֵירוֹ (יומא פה:), אויב מען טוט וויי א צווייטן העלפט נישט קיין תשובה נאר מען מוז יענעם איבערבעטן און יענער דארף מוחל זיין.


זאלסט אסאך רעדן צו די קינדער זיי זאלן אכטונג געבן נישט וויי צו טון א חבר און נישט לאכן פון א חבר; קינדער זענען קינדער און אז מען רעדט נישט צו זיי דערפון ווייסן זיי נישט, און אז זיי ווייסן נישט קענען זיי נכשל ווערן אין פארשעמען אנדערע קינדער השם ישמרינו און אלעס איז דער מלמד שולדיג, ווייל מען רעדט נישט גענוג פון די הארבקייט פון די עבירה.


לייג אריין אין די קינדער דאס גרויסקייט פון בלאזן שופר, ווי דער שטן ווערט דערפון צעטומלט און צעמישט; א גאנץ יאר גרייט ער זיך אן פעק און זעק פון עבירות, ער ווארט אויף ראש השנה צו קומען טענה'ען קעגן אידישע קינדער און ווען מען בלאזט שופר ווערט ער אזוי דערשראקן, ער מיינט אז משיח איז געקומען און מען גייט אים שוין שחט'ן - לויפט ער אוועק, ער לויפט זיך באהאלטן און דער אייבערשטער איז מוחל אלע עבירות.


עס איז דא אסאך וואס צו רעדן צו קינדער אבער די פאר פונקטן זענען זייער וויכטיג; דאס איז דער עיקר פון אידישקייט, די קינדער זאלן וויסן אז עס איז שטענדיג דא א וועג ווי אזוי מען קען זיך גלייך צוריקקערן צום אייבערשטן און אכטונג געבן אויף אנדערע מענטשן זיי נישט וויי צו טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#9 - ווי אזוי קען איך זיך אויסקומען מיט מיין טאטע?
כיבוד אב ואם, קינדער, כעס, בין אדם לחבירו

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א יונגער בחור, איך לערן ב"ה אין א גוטע ישיבה, און איך הער אסאך די שיעורים אויפ'ן טעלעפאן. יישר כח.


איך האב א פראבלעם וואס שטערט מיר זייער שטארק. מיין טאטע איז א גרויסער ביזנעס מאן, און ער איז זייער פארנומען און איבערגעשטרענגט כסדר. אסאך מאל ווען ער קומט אהיים שרייעט ער אויף מיר קולות וברקים, און אסאך מען רעדט ער יא זייער שיין צו מיר, ער נעמט מיר ארום און שמועסט שיין מיר מיר, אבער נאכדעם איז ווידער צוריק צום שרייען, ער שרייעט ווייטער מיט קולות וברקים אויף מיר. און אזוי גייט עס אלץ אהין און צוריק.


איך שפיר אז איך ווער ממש צעריסן פון דעם, און בעט דעם ראש ישיבה שליט"א מיר מחזק צו זיין און זאגן וואס איך דארף צו טון.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שלח, כ"ב סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איין זאך בעט איך דיר, זאלסט קיינמאל נישט ענטפערן מיט חוצפה פאר דיינע עלטערן ווען זיי שרייען אויף דיר; עס איז א גרויסע עבירה אויב מען איז זיך מתחצף פאר די עלטערן און מען באקומט אויף דעם א גרויסער עונש השם ישמרינו. עס איז נישט קיין חילוק ווער עס איז גערעכט, אפילו דו ביסט הונדערט פראצענט גערעכט טאר מען נישט צוריק ענטפערן פאר טאטע מאמע.


בנוגע דיין טאטע וואס שרייט אויף דיר וכו' און דו שפירסט ממש ווי דו ווערסט צעריסן פון דעם; נעם נישט פערזענליך ווען איינער שרייט אויף דיר וועט דיר עס נישט אזוי וויי טון. דער עיקר פון וואס דו ווערסט צעריסן ווען מען שרייט אויף דיר איז ווייל דו נעמסט עס פערזענליך און דו מיינסט אז דאס איז דיין פראבלעם, יעדעס מאל ער שרייט אויף דיר ווערסטו פון דעם אראפגעקלאפט, ער מאכט דיר שפירן ווי דו ביסט א פעלער וכו'. אבער אז דו וועסט אריין נעמען ביי דיר אין קאפ אז דו ביסט נישט שולדיג, נאר וויבאלד דיין טאטע איז פשוט איבער געשטרענגט וכו' שרייט ער און באזידלט דיר, וועט דאס דיר בכלל נישט שטערן.


איך ווייס פון א ברסלב'ער חסיד וואס האט אסאך מחלוקת, יש דורשין אותו לשבח ויש דורשין אותו לגנאי, טייל מענטשן רימען אים כסדר און א טייל שפעטן פון אים, זאגט דער ברסלב'ער חסיד שטענדיג: "ווען מענטשן רימען מיר ווער איך נישט נתפעל דערפון כדאי אז ווען מען וועט לאכן פון מיר זאל מיר דאס נישט צעברעכן". "איך ווייס קלאר - זאגט דער ברסלב'ער חסיד – אז די וואס שרייען און צעקלאפן א צווייטן איז דאס זייער אייגענע חסרון, זיי דארפן נאך אביסל אויסארבעטן זייערע מידות, און ווידעראום די וואס רעדן שיין און קאמפלימענטן איז דאס איז זייער אייגענע מעלה", זיין גאנצע חיות איז פונעם אייבערשטן און איז נישט געבויעט אויף מענטשן; פרוביר אויס דעם וועג וועסטו לעבן פרייליך און צופרידן, דו וועסט נישט ווערן צעבראכן פון קיינעם אויף די וועלט.


נעם אריין אין זיך די אמונה און חזר זיך א גאנצן טאג די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלַל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", זינג עס מיט'ן ניגון, זינג עס אויף דיין שפראך, אויף אידיש: "אלעס איז דער אייבערשטער; עס איז נישט דא קיין טבע, מקרה, מזל, נאר אלעס איז ער; קיינער קען גארנישט טון אן דעם וואס דער אייבערשטער זאל אזוי באפעלן", דורכדעם וועט דיר זיין גרינגער דאס לעבן.


נאכאמאל בעט איך דיר און איך ווארן דיר, זאלסט קיינמאל נישט ענטפערן פאר דיינע עלטערן מיט חוצפה, אפילו זיי זענען נישט גערעכט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - אויף וועלכע עבירות העלפט דער "תיקון הכללי"?
תשובה, תיקון הכללי, בין אדם לחבירו

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל וויסן אויב די "תיקון הכללי" איז נאר פאר מקרה לילה רחמנא ליצלן, אדער איז דאס אויך א תיקון פאר אנדערע עבירות, ווי למשל חילול שבת, גניבה, שקר, און אזוי ווייטער.


יישר כח, שלמה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד שלמה נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בשעת דער רבי האט מגלה געווען די 'תיקון הכללי' האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא): "אסאך צדיקים האבן געוואלט דערגיין דעם תיקון אבער זיי האבן עס נישט געקענט משיג זיין; א טייל צדיקים זענען אוועק פון דער וועלט פאר זיי האבן בכלל געקענט דערגיין דעם תיקון, און א טייל האבן יא אנגעהויבן משיג צו זיין דעם תיקון, אבער זיי זענען נפטר געווארן אינמיטן, אבער מיר האט דער אייבערשטער געהאלפן אז איך האב געקענט דערגיין דעם תיקון".


א מענטש וואס וויל פאררעכטן וואס ער האט פוגם געווען זאל זאגן דעם "תיקון הכללי" - די צען קאפיטלעך תהילים וואס דער הייליגער רבי האט מתקן געווען [קאפיטל ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ], דאס איז א תיקון אויף אלע עבירות בכלליות; יעדע עבירה האט זיין ספעציעלע תיקון ווי אזוי מען איז דאס מתקן אבער דער תיקון הכללי איז כלול פון אלע תיקונים.


דער רבי האט געזאגט (שם): "צען קאפיטל תהילים צו זאגן איז נישט קיין שווערע זאך, דאך, וויבאלד איך האב דאס געהייסן זאגן וועט דאס אנקומען זייער שווער צו זאגן"; ובעוונותינו הרבים איז עס מקיום געווארן אז רוב וועלט זאגט דאס נישט צוליב די מחלוקת וואס עס איז דא אויפן רבי'ן, עיין שם.


דו פרעגסט צי 'תיקון הכללי העלפט אויף חילול שבת, גניבה וכו'?' דו כאפסט צוזאמען עבירות שבין אדם למקום און עבירות שבין אדם לחבירו; אויף עבירות וואס עס איז צווישן דעם מענטש מיטן אייבערשטן - אויף דעם העלפט תיקון הכללי, אבער ווען איינער טוט איינעם וויי, מען גנב'ט, אדער מען בארגט געלט און מען צאלט נישט צוריק אויף דעם העלפט נישט קיין תשובה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פה:): "עֲבֵירוֹת שֶׁבֵּין אָדָם לַחֲבֵירוֹ אֵין יוֹם כִּפּוּרִים מְכַפֵּר עַד שֶׁיְרַצֶה אֶת חֲבֵירוֹ", עס וועט גארנישט נוצן ביז ווי לאנג מען פאררעכט וואס מען האט געטון און מען טוט תשובה; סיי מען בעט מחילה און מען דארף באצאלן די גניבה וכו'.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#7 - ווי אזוי פירט מען זיך אין די ספירה טעג?
מחלוקת, בין אדם לחבירו, ספירה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


כ'האב אמאל געהערט א שיעור פון א רב איבער הלכות בין המצרים, און ער האט געזאגט אז דער איסור פון הערן ניגונים אין בין המצרים איז נאר פרייליכע ניגונים, וואס דאס ווערט אנגערופן מחולות, אבער ווארימע ניגונים מעג מען יא. ערגעץ האב איך אבער געליינט אז מען טאר נישט, וויל איך וויסן וואס די הלכה איז ביי דעם.


יישר כח.


אהרן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמיני-ב, כ"ז ניסן, י"ב לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אהרן נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אין די ספירה טעג זענען מיר מתאבל אויף די פיר און צוואנציג טויזענט תלמידים פון דעם הייליגן תנא רבי עקיבא וואס זיי זענען אויסגעשטארבן אין די טעג פון ספירה, אזוי ווי חכמינו זכרונם דערציילן (יבמות סב:): "שְׁנַיִם עָשָׂר אֶלֶף זוּגִים תַּלְמִידִים הָיוּ לוֹ לְרַבִּי עֲקִיבָא", פיר און צוואנציג טויזנט תלמידים האט ר' עקיבא געהאט, "וְכֻלָּן מֵתוּ בְּפֶרֶק אֶחָד מִפְּנֵי שֶׁלֹא נָהֲגוּ כָּבוֹד זֶה לָזֶה, וְהָיָה הָעוֹלָם שָׁמֵם", און אלע פון זיי זענען געשטארבן אין איין צייט ווייל זיי האבן זיך נישט מכבד געווען איינער דעם צווייטן, און די וועלט איז געווען דעמאלט וויסט פון תורה; דאס איז געווען אין די טעג פון ספירה. דעריבער האלטן מען אין די טעג אבילות, מען הערט נישט קיין מוזיק, מען מאכט נישט קיין חתונות און מען באנייט נישט קיין נייע קליידער וכו'.


אין די טעג דארפן מיר זיך שטארקן און אריינטראכטן ווי אזוי מיר פירן זיך אויף בין אדם לחבירו; מען זאל זען מער אכטונג געבן אויף א צווייטן און נישט טשעפען א צווייטן, אזוי וועלן מיר פארעכטן וואס זיי האבן פוגם געווען. ווייל די תלמידים פון ר' עקיבא האבן זיך נישט געקענט סובל זיין איינער דעם צווייטן, זיי האבן געקוקט מיט א שלעכט אויג איינער אויפן צווייטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סא, ג): "שְׁנֵים עָשָׂר אֶלֶף תַּלְמִידִים הָיוּ לְרַבִּי עֲקִיבָא מֵעַכּוֹ וְעַד אַנְטִיפְרָס, וְכֻלָּם בְּפֶרֶק אֶחָד מֵתוּ, לָמָּה? שֶׁהָיְתָה עֵינֵיהֶם צָרָה אֵלּוּ בְּאֵלּוּ"; דאס דארפן מיר פארעכטן אין די איצטיגע טעג.


דער הייליגער אריז"ל זאגט (לקוטי תורה, בלק): די פיר און צוואנציג טויזענט תלמידים פון רבי עקיבא וואס זענען געשטארבן אין די טעג פון ספירה, דאס זענען גלגולים פון די פיר און צוואנציג טויזענט מענטשן וואס זענען געשטארבן ביי די מגיפה פון די עבירה פון זמרי בן סלוא; ווייל ווען א מענטש זינדיגט אין ניאוף ווערט אים דער מח פארדרייט, ער הייבט זיך אן קריגן מיט א צווייטן, ער הייבט אן קוקן שלעכט אויף א צווייטן און ער איז מקנא א צווייטן. נאכדעם הייבט ער אים אן פיינט צו האבן ביז מען קומט צו רציחה ממש רחמנא לצלן; מען זעט אז די ראשי תיבות פון ש'נאה, ק'נאה און ר'ציחה איז ש'ק'ר', דאס איז די סיבה פארוואס א מענטש קריקט זיך מיט א צווייטן, אלעס ווייל ער ליגט אין ניאוף.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא ט.): דער ערשטער בית המקדש איז חרוב געווארן ווייל זיי האבן עובר געווען אויף די דריי הארבע עבירות, דער צווייטער בית המקדש איז חרוב געווארן נאר וועגן שנאת חנם, פירט די גמרא אויס: "וַעֲדַיִן מְרַקֵּד בֵּינָן".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין ליב צו האבן איינער דעם צווייטן און אנטלויפן פון מחלוקת, אזוי וועלן מיר קענען ברענגען משיח צדקינו.

#6 - דארף א פרוי זיך זארגן פאר איר מאנ'ס רוחניות?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, בין אדם לחבירו

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח אויף די בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געשריבן איבער זיך נישט זארגן פאר'ן מאנ'ס רוחניות, עס האט געמאכט ביי מיר א טויש אין לעבן, א קלארקייט און א רואיגקייט, וויפיל איך האב פרובירט צו לעבן אזוי, איז עס מיר נישט געלונגען, ביז דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געשריבן די ווערטער קורץ און שארף, און עס האט מיר געטוישט די גאנצע לעבן. איך האב גלייך געוואלט צוריק שרייבן, אבער עס איז מיר נישט אויסגעקומען.


הלואי ווען איך וואלט געהערט די ווערטער ווען איך האב חתונה געהאט, זיך צו זארגן פאר די אייגענע רוחניות און פאר די מאנ'ס גשמיות, וואלט מיין לעבן געווען אנדערש און אסאך אסאך גרינגער, א שאד אז נישט יעדער זאגט עס פאר כלות און פרויען, יעדע כלה און יעדע פרוי דארף דאס הערן און וויסן און לעבן מיט דעם למעשה, אז דאס איז באמת איר עבודת ה' צווישן איר מיט איר מאן.


נישט צו גלייבן וויפיל איין זאץ קורץ און שארף קען טוישן א מענטש און אים קלאר מאכן און גרינגער מאכן דאס לעבן, צו לעבן ריכטיג און רואיג אן צו טראגן אויף זיך אן איבעריגע עול.


יישר כח אייבערשטער אז איך האב זוכה געווען אנצוקומען צו היכל הקודש און באקומען די ווערטער, און פאר אלע הערליכע שיינע חיזוק ווערטער און שיעורים און די עצתו אמונה, די גאנצע לעבן ווערט שענער קלארער און געבט כח פאר'ן לעבן ווייטער ברוחניות ובגשמיות פון די אייגענע און פון די מאן און אוודאי אויך פון די קינדער.


יישר כח


 

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ערב ראש חודש אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט דערציילט, ער האט געזען א ווארט פונעם צדיק רבי ישראל סאלאנטער זכותו יגן עלינו, וואס האט אים זייער איבערגענומען. רבי ישראל סאלאנטער האט געזאגט: "יענעמ'ס גשמיות - איז מיין רוחניות", און מוהרא"ש האט געזאגט, דאס איז געווען אלע יארן ביי אנשי שלומינו; מען האט געזארגט פאר א צווייטן יענער זאל האבן עסן, און נישט אויף זיין רוחניות, אויב ער דאווענט וכו'; נישט ווי די אלע וואס זארגן פאר א צווייטנ'ס רוחניות און עס גייט זיי נישט אן אויב יענער האט אויף שבת צו מאכן און אויב יענער האט וואס אריין צו נעמען אין מויל.


ביי מאן און ווייב איז דאס נאכמער שייך, א קלוגע פרוי זארגט פאר די שטוב, זי זארגט עס זאל זיין עסן פאר די מאן און קינדער, ריינע קליידער פאר די מאן און קינדער און פאר די ריינקייט פון די שטוב; דאס איז די עבודה פון א אידישע פרוי, ווי נאר די פרוי הויבט אן נאכקוקן איר מאן'ס רחניות, זי שעצט אים נישט - שפירט דאס גלייך דער מאן און דאס מאכט אים אומצופרידן, דער מאן שפירט אז זיין ווייב קוקט עם נאך, מען קען דאס נישט באהאלטן, דער מאן שפירט מיט פארמאכטע אויגן אויב זיין ווייב שעצט אים אדער נישט, דאס מאכט קאליע די שלום בית.


די אלע פרויען וואס קוקן און זוכן נאך אויב דער מאן האט שמירת עיניים, אויב דער מאן איז ערליך - די זענען נישט קיין נשים צדקניות, די זענען פארקערט פון נשים צדקניות, און די פרויען וואס דינען דעם אייבערשטן מיט זיין גרייט פארן מאן און אים מאכן גוט בגשמיות און זענען פרייליך צו טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן - די זענען די נשים צדקניות; אין זייער זכות וועט זיין די גאולה. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ילקוט שמעוני תהלים, סימן תשצה) די רוחניות פון אידישע קינדער אין מצרים איז נישט געווען אזוי ווי עס דארף צו זיין, די מענער זענען געווען פארשקלאפט און פארפלאגט פאר די מצריים, מען האט געארבעט ביטער שווער, מען איז געווען אזוי אריינגעטון אין מאכן געלט אז זיי זענען פשוט נישט אהיימגעקומען צו זייערע ווייבער, וואס האבן די ערליכע פרויען געטון? זיי זענען געגאנגען צו זייערע מענער אויפן פעלד דארט וואו זיי האבן געארבעט, זיי האבן געברענגט – יעדער פאר איר מאן - וואסער מיט קליינע פיש, זיי האבן זיי אפגעוואשן און געלעבט אינאיינעם, און אזוי איז געווארן דאס אידישע פאלק וואס זענען ארויס פון מצרים און מקבל געווען די הייליגע תורה ביים בארג סיני; די ערליכע פרויען האבן געזארגט פארן מאן'ס עסן און אזוי ווייטער, זיי זענען נישט געווען פארנומען נאכצוקוקן און אפשאצן 'ער איז גענוג ערנסט אדער נישט?' אז בזכות די נשים צדקניות זענען די אידן ארויס פון מצרים, ובזכות די פרויען וועט משיח קומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#5 - איך האב מורא אז איך דארף באצאלן געלט פאר מענטשן, וואס טו איך?
חובות, תשובה, הפצה, בין אדם לחבירו, הדפסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל שרייבן איבער א נושא וואס פייניגט מיך שוין פאר אסאך יארן. די נושא איז אז איך האב מורא אז איך בין שולדיג געלט פאר מענטשן, נישט ווייל איך האב געבארגט, נאר ווייל איך האב מורא אז איך האב איינעם עפעס שאדן געמאכט.


די זאך איז אז עס זעט אויס פונדרויסן ווי אזא נארישע זאך, אבער מיר פייניגט עס אזוי שטארק. מיין עיקר פראבלעם איז אז איך שעם זיך זייער שטארק צו פרעגן א דיין אויב איך דארף באצאלן, אדער פרעגן יענעם מענטש צי ער איז מיך מוחל.


איך פיל אז איך לעב פאר גארנישט, ווייל איך גיי סיי ווי דארפן מגולגל ווערן, יעדעס מאל ווען איך טראכט דערפון ווער איך אזוי דעפרעסט. איך פיל אז איך דארף א דיין זאל זיך אראפזעצן מיט מיר און מיך אויסהערן אלע מיינע בויך ווייטאג, איך ווייס אבער נישט וויפיל עס גייט העלפן ווייל איך גיי זיך האלטן אין איין דערמאנען אלטע זאכן איך פיל אז עס איז אין לדבר סוף.


איך ווייס נישט וואס צו טון, אפשר קען דער ראש ישיבה מיך העלפן ווייל איך פיל ווי איך האלט עס שוין נישט אויס.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א שאד אז דו גייסט ארום מיט צער און ווייטאג; פארוואס זאלסטו זיך אויפעסן ווען עס איז דא פאר דיר א וועג פון תשובה, א וועג ארויס פון די זאך?


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ביצה כט.): "גָּזַל וְאֵינוֹ יוֹדֵעַ לְמִי גָּזַל, יַעֲשֶׂה מֵהֶן צָרְכֵי רַבִּים", ווען א מענטש האט גע'גנב'עט פון מענטשן און ווייסט נישט פון וועם ער האט גע'גנב'עט - זאל ער טון צרכי רבים; מוהרא"ש זאגט וואס דער הייליגער רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות ברכת השחר הלכה ה, אות לו): עס איז נישטא א גרעסערע צרכי רבים ווי דרוקן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים וואס זענען מחי' ומחזק די גאנצע וועלט און עס ברענגט צוריק צענדליגער טויזנטער אידישע קינדער צום אייבערשטן.


דעריבער בעט איך דיר זייער, א שאד זיך צו פייניגן; דרוק די הייליגע ספרים, קונטרסים און גליונות, דאס איז ריכטיגע צרכי רבים און ווען עס קומען צוריק די מחשבות זאלסטו זיך זאגן: 'איך פאלג רבי נתן, איך פאלג מוהרא"ש, מער פון דעם אינטערעסירט מיר נישט'; אויבן אין הימל וועט דאס דיר העלפן, דאס וועט דיר ברענגען צו דיין תיקון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - זאל איך גיין באזוכן מיין זיידע וואס קריטיקירט מיר אסאך?
כיבוד אב ואם, יונגע יארן, מוסר, בין אדם לחבירו, עלטערע יארן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן אויב איך דארף גיין באזוכן מיין זיידע, וואס איז מיר זייער אומבאקוועם ווען איך בין דארט, ער געבט מיר זייער אסאך קריטיק, יעדע ריר וואס איך געב, מאכט ער מיר שפירן פון דעם זייער נישט באקוועם.


אויב געפין איך זיך אין זיין געגנט און איך גיי נישט אריין צו אים, וועט ער מיר פארהאלטן פארוואס איך בין נישט געקומען, וואס זאל איך אבער טון אז איך האב זייער נישט ליב צו גיין צו אים, ער קריטיקירט מיר צופיל.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זייער אסאך מענטשן האבן די פראגע, מען שפירט זיך נישט באקוועם צו גיין באזוכן עלטערן און עלטערנס עלטערן צוליב דעם וואס מען באקומט נאר קריטיק. מענטשן האבן ליב צו הערן גוטע ווערטער, שיינע ווערטער; קיינער האט נישט ליב צו הערן קריטיק. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כט): "כִּי טוֹב הַכֹּל חֲפֵצִים"; גוטע ווערטער, פאזעטיווע ווערטער - האט מען ליב צו הערן.


מען דארף אסאך ארבעטן אין די יונגע יארן צו רעדן שיין צו יעדן איינעם און זיכער צו די אייגענע משפחה, אז די קינדער און אייניקלעך זאלן וועלן קומען באזוכן אויף די עלטער. די עלטערן וואס רעדן שיין, זוכן דאס גוטס אין יעדן קינד, אין יעדן אייניקל - צו זיי האט מען ליב צו קומען. די אייניקלעך פרייען זיך אלץ ווען מען קען גיין צו די זיידע אדער די באבע וואס רעדט שיין, שמייכלט און געבט יעדן איינעם גוטע ווערטער.


מיט דעם אלעם וואס דיין זיידע קריטיקירט דיר, זאלסטו נאכאלץ גיין אים באזוכן; ווען ער שרייט אויף דיר און געבט דיר פסקים - זאלסטו דאס נישט נעמען פערזענליך; ממה נפשך, איז דאס זאכן וואס דו דארפסט פאררעכטן - זאלסטו אים זאגן: "יישר כח זיידי, איך האב ליב ווען זיידי זאגט מיר ווי אזוי זיך צו פירן", איז עס סתם שלעכטיקייט, נערוועזקייט - זאלסטו רחמנות האבן אויף אים און אים ווייטער מכבד זיין, נישט ווערן באליידיגט.


רבי נתן האט געזאגט: "מען דארף אסאך הארעווען אין די יונגע יארן צו זיין א פשוט'ע איד אויף דער עלטער"; יעצט איז די צייט מיר זאלן ארבעטן אויף די מידות, מיר זאלן מקיים זיין וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפב), זוכן אין יעדן איינעם גוטע זאכן, זען דאס גוטס ביי זיך אין ביי אנדערע; יעצט איז די צייט אויסצוארבעטן די שלעכטע בלוט, ארבעטן נישט צו קריטיקירן אנדערע נאר רעדן שיין צו אנדערע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - פארוואס שרייבט איר מיט זלזול אויף ברסלב'ע חסידים?
חסידות ברסלב, קשיות, בין אדם לחבירו

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך באדאנקען פאר די שיינע בריוו וואס זענען אזוי מחזק כסדר.


איך האב געליינט א בריוו מיט'ן קעפל "מכבד זיין צו רעדן נאר די וואס פארשטייען נישט בעסער פון מוהרא"ש", איר שרייבט דארט "זייער טשאלנט זאלן זיי געבן צו עסן פאר זייער מאן און קינדער", דאס איז נאך גוט, אבער דאס וואס איר שרייבט ווייטער, "מיר זענען נישט אינטערעסירט צו הערן יענעמ'ס בויך וויי, יענעמ'ס סברות, יענעמ'ס חלומות און זיסע משלים", דאס האט מיר שוין וויי געטון, ווי אזוי קען מען שרייבן מיט אזא זלזול אויף אלע ברסלב'ע חסידים? און דאס טיילט מען נאך אויס פאר יעדן איינעם?!


איך בין א ברסלב'ער חסיד, איך בין זיך מחזק מיט אייערע בריוו, און איך האב ליב מוהרא"ש, און איך וויל פארשטיין וואו ס'איז דער "מכל מלמדי השכלתי"? פון יעדן קען מען זיך דאך לערנען עפעס גוטס.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ז כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס פאלט דיר ביי אז מען מאכט אוועק אנדערע? קיינער מאכט נישט אוועק אנדערע קהילות וואס זענען מחזק אידישע קינדער און פירן זייער קהילה אויף די וועג פון די תורה.


דו דערמאנסט מיר א מעשה, איינער איז אמאל געקומען צום רב פון שטאט זאגן ער וויל א דין תורה מיט פלוני וועלכער האט אים מבזה געווען; בשעת די דין תורה פרעגט אים דער רב: "וואס האט ער דיר פארשעמט?" האט דער תובע געענטפערט: "דער איד איז אריין געקומען אין בית המדרש און אויסגעשריגן הויך: 'דער נַאר זאל ארויס גיין פון שול! איך צייל ביז דריי און ווען איך זאג דריי וויל איך אים שוין זען אינדרויסן'", איך בין פארשטייט זיך גלייך ארויס געלאפן - דערציילט דער איד - יעצט וויל איך אז ער זאל מיר באצאלן פאר'ן מיך אזוי פארשעמען ברבים. האט אים דער רב געזאגט: "יענער האט דיר נישט פארשעמט, דו האסט זיך אליינס פארשעמט, ווער האט דיר געהייסן ארויס לויפן פון שול?" אזוי אויך, פארוואס טראכסטו אז מען איז מזלזל אין אנדערע?


מען מיינט נישט מזלזל זיין אין קיינעם, מען רעדט פון דעם וואס זייער אסאך פרויען ווערן אריין געכאפט דורך פרויען בעלי דמיונות וואס רעדן הבל הבלים, זאכן וואס קומט פון גוים, איינרעדענישן וכדומה; עס איז דא צווישן זיי וואס האבן א כח הדיבור, זיי קענען איבער רעדן אומשולדיגע מענטשן און זיי אריינשלעפן אין זייערע דמיונות, נאטירליכע היילונג, נאטירליכע געבורט, גוי'שע וועגן פון חינוך הבנים והבנות, שלום בית פון גוי'שע ביכער וכדומה לזה; אזוי ווי א שפין שפייט אויס שפייאכטס און מאכט א געוועב און ווען עס כאפט זיך אריין פליגן קומט דער שפין און נאגט ארויס די מח, אזוי ווערן אומשולדיגע פרויען אריינגעכאפט אין די נעץ פון די בעלי דמיונות.


דאס וואס עס שטייט אין די בריוו אז מען זאל נישט לאזן רעדן בעלי דמיונות, מיינט מען אנצוזאגן פאר פרויען זאלן זיך היטן פון בעלי דמיונות; ווען די פרויען קומען זיך צאם זיך מחזק זיין מיט'ן רבינ'ס עצות זאל מען אכטונג געבן נישט צו רעדן דמיונות.


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זיך נישט אפנארן און מען זאל נישט נאכלויפן די וואס קענען זיך אליינס נישט העלפן; מוהרא"ש שרייבט אין זיין צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות טו) וואס איז דער סימן פון אן אמת'ער מנהיג אדער א פאלשער מנהיג: "וִוי אַזוֹי קֶען מֶען וִויסְן אוֹיבּ אֵיינֶער אִיז אַ פַאלְשֶׁער מַנְהִיג? דֶער סִימָן דֶערְצוּ זָאגְט דֶער רֶבִּי (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן, חֵלֶק ב', סִימָן עב) אַז וֶוען אַ מֶענְטְשׁ גֵייט צוּ אַן אֱמֶת'עֶר צַדִיק דַאן פַאלְט אוֹיף אִים אַרוֹיף אַ שִׁפְלוּת, עֶר פִילְט אַז עֶר אִיז דֶער עֶרְגְסְטֶער מֶענְטְשׁ, אוּן עֶר הַאלְט זִיךְ נִישְׁט גְרֶעסֶער פוּן אַ צְוֵוייטְן. אוֹיבּ אָבֶּער וֶוען מֶען גֵייט צוּ אַ מֶענְטְשׁ, אוּן מֶען בַּאקוּמְט דָארְט אַ גַאֲוָה אוּן מֶען הַאלְט זִיךְ גְרֶעסֶער פוּן אַ צְוֵוייטְן, אַז נָאר עֶר וֵוייסְט דֶעם אֱמֶת אוּן קֵיינֶער וֵוייסְט נִישְׁט דֶעם אֱמֶת, דָאס אִיז אַ סִימָן אַז מֶען אִיז בַּיי אַ פַאלְשְׁן מַנְהִיג אוּן מֶען דַארְף אַנְטְלוֹיפְן פוּן דָארְט. פוּן אַן אֱמֶת'ן צַדִיק בַּאקוּמְט מֶען שִׁפְלוּת.


נָאךְ אַ סִימָן אִיז דָא, אַז אַן אֱמֶת'עֶר צַדִיק אִיז מְעוֹרֵר זַיינֶע מֶענְטְשְׁן צוּ לֶערְנֶען דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אוּן אַ פַאלְשֶׁער מַנְהִיג וֶועט רֶעדְן פוּן אַלֶעס אוֹיסֶער פוּן תּוֹרָה. דֶערִיבֶּער וֶוען אִיר גֵייט צוּ אַ מֶענְטְשׁ אוּן אִיר זֶעט אַז דוּרְךְ יֶענֶעם בַּאקוּמְט אִיר אַ חֵשֶׁק צוּ לֶערְנֶען פְלַייסִיג דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אִיז אַ סִימָן אַז אִיר זֶענְט בֵּיי אַן אֱמֶתְ'ן צַדִיק", עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#2 - אויב רעדט מען לשון הרע, פארלירט מען אלע זכותים?
תשובה, בין אדם לחבירו, לשון הרע, חודש אלול

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט אז ווען מ'רעדט לשון הרע, גייען אלע אונזערע מצות און זכותים צו דעם אויף וועמען מ'האט גערעדט. איך האב נעכטן געהערט א געוואלדיגע שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א פאר פרויען, ווי מ'האט גערעדט אז די פרויען קומען מיט פעק און זעק פול מיט זכותים פון גידול בנים, טהרת המשפחה, און נאך. איך ארבעט זייער שווער אויף שמירת הלשון, אבער פון מאל צו מאל קען מען אראפ פאלן, דאס מיינט אז איך האב שוין נישט קיין זכותים? אפשר רעד איך לשון הרע בטעות אין חודש אלול אליינס, מיינט דאס אז איך האב נאר א פאר וואכן פון זכותים, נישט פון די גאנצע יאר?


די שאלה ממש נעמט צו מיין מנוחת הנפש. איך וועל זיך זייער פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען ענטפערן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ג אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס ווערט געברענגט אין ספרים הקדושים (חובות הלבבות שער הכניעה פרק ז, און אין נאך ספרים) אז ווען מען רעדט לשון הרע אויף א צווייטן מענטש נעמט מען אוועק אלע מצוות און מעשים טובים פון דער מענטש וואס רעדט לשון הרע און מען טראגט עס פאר'ן מענטש וואס מען רעדט אויף אים שלעכטס, אזוי אויך נעמט מען אלע עבירות וואס יענער מענטש האט געטון און מען ברענגט עס צו דעם מענטש וואס רעדט לשון הרע; מיט דעם טייטשט מען, דוד המלך קרעכצט (תהילים סט, יג): "יָשִׂיחוּ בִי יֹשְׁבֵי שָׁעַר, וּנְגִינוֹת שׁוֹתֵי שֵׁכָר", די אלע וואס זיצן אין די גאסן רעדן אויף מיר שלעכטס, און די אלע וואס טרינקען אין טרינק הייזער - רעדן אויף מיר שלעכטס; דוד המלך רעדט זיך אויס אז די אלע וואס רעדן שלעכטס אויף אים זענען ליידיגע מענטשן וואס האבן נישט קיין מצוות, קומט אויס אז דוד המלך איז גארנישט מרוויח פון דעם, ער האט נישט וואס צוצונעמען פון זייערע מצוות.


אבער וויסן זאלט איר אז אויב מען טוט תשובה, מען האט חרטה אויף אלעס וואס מען האט געטון און מען נעמט זיך פאר מער נישט צו רעדן - דעמאלט באקומט מען צוריק אלע מצוות און מעשים טובים. אזוי ברענגט דער הייליגער סאטמאר רבי זכותו יגן עלינו (ספר דברי יואל פרשת מצורע, דף תנא): "אָמְנָם אִם הַמְסַפֵּר לָשׁוֹן הָרָע חוֹזֵר בִּתְשׁוּבָה", אויב דער וואס רעדט לשון הרע טוט תשובה, "אֲזַי שָׁבִים כָּל מִצְווֹתָיו אֵלָיו", דעמאלט קומען צוריק אלע מצוות צו אים, "וְהַכֹּל עַל מְקוֹמוֹ הָרִאשׁוֹן יָבֹא", און אלעס ווערט צוריק אזוי ווי פריער.


דעריבער אז איר האט מורא וואס וועט זיין מיט אלע אייערע זעק און פעק פון מצוות און מעשים טובים וואס איר האט געטון א גאנץ יאר וואס איר האט פארלוירן ווען איר האט גערעדט שלעכטס וכו'; אויב איר טוט תשובה, איר נעמט זיך פאר מער נישט צו רעדן שלעכטס אויף אנדערע און איר בעט איבער דעם וואס איר האט וויי געטון - וועט צוריק קומען צו אייך אלע אייערע מצוות און גוטע מעשים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#1 - ווי אזוי נעם איך אראפ די קללה אז איך וועל נישט טרעפן מיין שידוך?
שידוכים, קללות, בין אדם לחבירו, טשעפען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אלס א תלמיד פון ישיבה וויל איך אנוואונטשן א מזל טוב פאר'ן ראש ישיבה אז נאך א בחור פון ישיבה איז געווארן א חתן, דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער ראש ישיבה זאל זען אסאך אידיש נחת ביי מיר און ביי אלע תלמידים.


ברוך ה' אז א דאנק דעם ראש ישיבה'ס עצות און לימודים ווער איך נישט צעבראכן ווען א בחור וואס איזיונגער פון מיר ווערט א חתן, ווייל דער ראש ישיבה חזר'ט שטענדיג אז יעדער איינער האט זיין זיווג און קיינער קען נישט צונעמען מיין באשערטע זיווג.


וואס ברענגט מיך יעצט צו שרייבן דעם בריוו איז, אז איך בין באזארגט וועגן מיין שידוך צוליב א צווייטע סיבה, און דאס מאכט מיך שוין יא צעבראכן.


דאס איז פארגעקומען פאריאר ווען דער ראש ישיבה האט מיך איינמאל אנגעשריגן אז "איך וועל נישט קענען חתונה האבן בעפאר נאך עטליכע יאר!", דער זאץ קלינגט מיר שטענדיג אין די אויערן, און איך ווער ממש משוגע פון דעם.


דערפאר קום איך מיט א צעבראכן הארץ פרעגן דעם ראש ישיבה אויב איז דא עפעס אויף די וועלט וואס קען אראפנעמען פון מיר די קללה, אדער האב איך נישט קיין ברירה נאר אויסווארטן נאך אפאר יאר ביז די קללה וועט אוועקגיין, און דעמאלט זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג.


יישר כח פאר מיין לעבן, א גוט שבת.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

  בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך שעלט נישט קיינעם; איך פארגין דיר דו זאלסט שוין חתונה האבן און איך דאווען פאר דיר יעדן טאג דו זאלסט בקרוב טרעפן דיין שידוך און אויפשטעלן א שיינע שטוב.


דאס וואס איך האב דיר געזאגט פאריאר אז דו וועסט נאך דארפן לאנג ווארטן אויף דיין שידוך; ווייל דו האסט פארגאסן אידיש בלוט אין ישיבה. דו האסט ארויס געלאזט א שמועה אויף אן אומשולדיג בחור אז ער ווערט א חתן צו משפחת ..., דער בחור איז געקומען צו מיר וויינען אז ער איז א חוזק פאר אלע בחורים, איך האב נישט געוואוסט ווער עס האט געמאכט די ליצנות, האב איך געזאגט אז דער וואס האט דאס געמאכט וועט נאך דארפן ווארטן אויף זיין שידוך. ווייל אז מען טשעפעט א צווייטן, מען מאכט וויינען א צווייטן - באצאלט מען נאכדעם א טייערע פרייז.


מיר געפונען ביי אלקנה אז ער האט געהאט צוויי ווייבער - פנינה און חנה, פנינה האט געהאט צען קינדער און חנה איז געווען אן עקרה, זי האט נישט געהאט קיין קינדער. שטייט אין פסוק (שמואל-א א, ו) אז פנינה האט געטשעפעט חנה: "וְכִעֲסַתָּה צָרָתָהּ גַּם כַּעַס בַּעֲבוּר הַרְּעִמָהּ", זאגט רש"י אז זי האט איר געפרעגט: "כְּלוּם קָנִיתָ הַיוֹם מַעֲפוֹרֶת לְבִנְךָ הַגָּדוֹל?" האסט געקויפט א ווארימע קלייד פאר דיין קינד? "אוֹ חָלוּק לְבִנְךָ הַקָטָן?" האסט געקויפט א העמד פאר דיין בעבי? זאגן חכמינו זכרונם לברכה (בבא בתרא טז.): "פְּנִינָה לְשֵׁם שָׁמַיִם נִתְכַּוְנָה", פנינה האט אינזין געהאט לשם שמים, זי האט געוואוסט אז ווען א מענטש וויינט ווערן זיינע תפילות גלייך אנגענומען ביים אייבערשטן, דערפאר פלעגט זי טשעפען חנה כדי זי זאל וויינען און זי זאל געהאלפן ווערן מיט קינדער; למעשה איז חנה טאקע געהאלפן געווארן, זי האט זוכה געווען צו זיין די מאמע פון שמואל הנביא, אבער אין די זעלבע צייט האט פנינה פארלוירן אלע אירע קינדער, אזוי ווי עס שטייט (שמואל-א ב, ה): "עַד עֲקָרָה יָלְדָה שִׁבְעָה וְרַבַּת בָּנִים אֻמְלָלָה", זעט מען ווי הארב עס איז צו טשעפען א צווייטן.


למעשה איז ... נרו יאיר שוין א חתן געווארן, ער האט שוין חתונה געהאט און נאך אביסל איז ער שוין א טאטע קיין עין הרע; יעצט דארפסטו אים איבערבעטן, פאל אים צו די פוס ער זאל דיר מוחל זיין, און זאג צו פארן אייבערשטן אז דו וועסט קיינמאל נישט מאכן קיין געלעכטער פון א צווייטן.


איך זאג דיר נאכאמאל: "איך שעלט נישט!" דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות קללה, חלק ב', סימן א): "הָרָגִיל בִּקְלָלוֹת הוּא מֵעוֹלָם הַתֹּהוּ", דער וואס שעלט איז פון עולם התוהו; אבער אז מען טשעפעט א צווייטן, מען מאכט א שפיל ווי איינער ווערט א חתן, מען פארגיסט יענעמס בלוט - אויף דעם באצאלט מען א פרייז.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה יד:): "כָּל מָקוֹם שֶׁאַתָּה מוֹצֵא שְׁנֵי מִקְרָאוֹת אֶחָד מְקַיֵים עַצְמוֹ וּמְקַיֵּם דִּבְרֵי חֲבֵירוֹ וְאֶחָד מְקַיֵים עַצְמוֹ וּמְבַטֵּל דִּבְרֵי חֲבֵירוֹ, מַנִּיחִין אֶת שֶׁמְּקַיֵּם עַצְמוֹ וּמְבַטֵּל חֲבֵירוֹ, וְתּוֹפְסִין אֶת שֶׁמְּקַיֵּם עַצְמוֹ וּמְקַיֵּם חֲבֵירוֹ"; אז איינער זוכט זיך צו דערהאלטן און אויך דערהאלטן זיינע חברים - אזא איינער האט הצלחה, אבער אז איינער בויט זיך אויף און ער איז מבטל זיין חבר - איז מען אים אויך מבטל.


הלואי זאלסטו אריין ברענגען צווישן דיינע חברים אז מען ווערט נישט גרויס ווען מען לאכט פון א צווייטן, מען ווערט נישט חשוב ווען מען שפעט פון א צווייטן; שלמה המלך זאגט (משלי כו, יח): "כְּמִתְלַהְלֵהַּ הַיֹּרֶה זִקִּים חִצִּים וָמָוֶת", אזוי ווי איינער שיסט פיילן אויף א צווייטן יענעם צו הרג'נען, "כֵּן אִישׁ רִמָּה אֶת רֵעֵהוּ וְאָמַר הֲ‍לֹא מְשַׂחֵק אָנִי", אזוי אויך איז דער וואס שפעט פון זיין חבר און ווען דער חבר כאפט אז ער מאכט חוזק פון אים זאגט ער: "הֲ‍לֹא מְשַׂחֵק אָנִי", איך מיין עס נישט ערנסט; למעשה איז יענעמס בלוט פארגאסן געווארן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן לעבן מיט אלעמען בשלום; מיר זאלן געדענקען וואס דער הייליגער רבי ר' אלימלך בעט אין זיין תפילה (תפילה קודם התפילה): "תֵּן בְּלִבֵּנוּ שֶׁנִּרְאֶה כָּל אֶחָד מַעֲלַת חֲבֵרֵינוּ וְלֹא חֶסְרוֹנָם", רבונו של עולם! העלף מיר איך זאל זען נאר דאס גוטס ביי א צווייטן, איך זאל נישט זען יענעמס פעלערן, "וְשֶׁנְּדַבֵּר כָּל אֶחָד אֶת חֲבֵרוֹ בַּדֶּרֶךְ הַיָּשָׁר וְהָרָצוּי לְפָנֶיךָ", איך זאל רעדן שיין צו א צווייטן, "וְאַל יַעֲלֶה שׁוּם שִׂנְאָה מֵאֶחָד עַל חֲבֵרוֹ חָלִילָה", און איך זאל נישט פיינט האבן א צווייטן.


דאס דארפן מיר בעטן שטענדיג - מיר זאלן נישט פיינט האבן א צווייטן איד, מיר זאלן קיינמאל נישט וויי טון א צווייטן איד, מיר זאלן נאר זוכן ווי אזוי מיר קענען טון א טובה פאר א צווייטן איד, אזוי וועלן מיר ארויס גיין פון דעם ביטערן גלות און מיר וועלן אויסגעלייזט ווערן.


דער הייליגער בעל התניא האט נאכגעזאגט פון זיין רבי'ן דער הייליגער מגיד פון מעזריטש וואס האט געהערט פונעם הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו: "א נשמה קומט אראפ אויף די וועלט און לעבט דא אפ זיבעציג אכציג יאר - נאר כדי א טובה טון פאר א צווייטן איד"; הער ווערטער וואס הייסט א טובה טון פאר א צווייטן איד, "עס לוינט זיך צו לעבן זיבעציג יאר אבי א טובה צו טון פאר א צווייטן!"


זע צו לערנען יעדן טאג לכל הפחות איין בלאט גמרא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט בקרוב טרעפן דיין שידוך און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.