תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
דאס וואס דער ראש ישיבה שליט"א קומט נישט אויף ארץ ישראל, געבט מיר אסאך חיזוק אויף שלום בית. עס זענען דא הונדערטער און טויזנטער בחורים און אינגעלייט אין ארץ ישראל וואס ווארטן אויפ'ן ראש ישיבה שליט"א, און ווער רעדט נאך פון די קהלה, מוסדות און שולן פון היכל הקודש אין ארץ ישראל, יעדער ווארט אויפ'ן ראש ישיבה שליט"א, אבער דער ראש ישיבה שליט"א קען נישט קומען ווייל די קינדער וויינען ביינאכט און מען דארף העלפן די ווייב.דאס איז דער גרעסטער לימוד אויף לעובדא ולמעשה וואס עס קען נאר זיין.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום א' פרשת חיי שרה, כ"א מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן
... נרו יאיר
דאס האב איך געלערנט ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, איך האב געזען ווי ער האט אכטונג געגעבן צו מכבד זיין די ווייב. איך האב אסאך מעשיות צו דערציילן ווי מוהרא"ש האט אלעס געלייגט אין דער זייט אפילו זאכן וואס האט געהאט צו טון מיט די קהילה, מיט די תלמידים, און מכבד געווען די ווייב אזוי ווי דער רבי האט אונז געהייסן (שיחות הר"ן, סימן רסד).
עס איז דא מקומות וואס מען רעכנט זיך נישט מיט די ווייב, די ווייב איז איבריג וכו', אבער ביים רבי'ן איז אנדערש, דער רבי האט געזאגט (שם), מען מוז מכבד זיין די ווייב, מען מוז רחמנות האבן אויף די ווייב, און דאס וואס מען זעט אינגעלייט צעטיילן זיך רחמנא לצלן, און אסאך מאל ווערט נאכדעם א גט חס ושלום - דאס איז מעשה שטן, דער שטן מאכט דאס אלעס, ער לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן, און אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות, ווייל אז מען איז אליין אן א ווייב כאפט ער אריין דעם מענטש ביי אים אין זאק אריין (שם, סימן רסג).
איך וועל אם ירצה ה' קומען קיין ארץ ישראל אין די ריכטיגע צייט; געב איבער פאר אנשי שלומינו אז זיי זאלן דאס נעמען פאר א לימוד אז מען קען האבן א קהילה און מוסדות, אבער אז מען האט קליינע קינדער אין שטוב - קען מען זיי נישט איבערלאזן, מען דארף זיין אין שטוב, מען דארף העלפן א ווייב, מען דארף טון וואס איז ריכטיג.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.