שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי איז מען מצליח צו מאכן שמחות אן הארץ ווייטאג און חובות?
חובות, יבנאל, חתונה, אידיש געלט, שמחות, מלכות הרשעה, מוהרא"ש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע חיזוק וואס איך באקום פון אייך.


איך זע אן אינטערעסאנטע זאך; אזויפיל עסקנים פרובירן צו העלפן אידישע קינדער צו קענען מאכן שמחות מתוך שמחה, אז מ'זאל נישט דארפן אריינפאלן אין שווערע חובות ביים חתונה מאכן א קינד, מ'פרובירט אזויפיל סארט עצות און תקנות, אבער עס ארבעט זיך נישט אויס אינגאנצן ווי עס דארף צו זיין. נישט לאנג צוריק האבן יחידים זיך געוואלט אליין שטעלן אויף די פיס און אנהויבן מאכן שמחות מיט א גראדן שכל, ס'האט זיך אבער אויך נישט אויסגעארבעט, מענטשן האבן זיך נישט אזוי צוגעכאפט דערצו. איך זע אבער אז דער ראש ישיבה שליט"א איז יא מצליח אין זיין קהלה אראפצוברענגען דעם הויכן סטאנדארט, איר האט יא הצלחה מיט אייערע תקנות, די מחותנים זוכן נישט אויסצושפילן דעם סיסטעם, איר גייט אן מיט א שטארקייט, איז מיין שאלה ווי אזוי מאכט מען דאס? וואס איז דער סוד פון הצלחה אונטער דעם? איז דא אן האפענונג אז אנדערע וועלן דאס אויך קענען נאכמאכן נאכ'ן דורכפאלן אזוי סאך מאל? איך טראכט פשוט ווי אזוי איך וועל זיך קענען ספראווען ביי די חתונות פון מיינע קינדער, איך ציטער פון די חובות.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


האסט אנגערירט א פארווייטאגטע נושא; ווען עס קומט צו רעדן פון אויסגעבן געלט פאר שמחות איז דאס זייער ווייטאגליך.


אויסגעבן געלט פאר שמחות איז א זאך וואס גייט נישט אריין אין קאפ, דער שכל פארנעמט דאס נישט, עס איז א הימל געשריי וואס גייט פאר היינטיגע טעג; די גרויסע הוצאות וואס עלטערן גייען אריבער ווען מען מאכט א שמחה, גלייך אין אנהייב ווען מען מאכט א שידוך, נאך פאר וואס, ווען, ווי - איז מען שוין א בעל חוב פון שווערע טויזנטער דאלער השם ישמרינו.


מחותנים גייען צוגרינד, מחותנים ווערן שווערע בעלי חובות; אנשטאט זיך פרייען מיט זייער שמחה - גייען זיי ארום פאר'דאגה'ט וואו זיי קענען שאפן די גרויסע געלטער וואס עס קאסט צו קענען אונטער פירן דעם קינד אונטער די חופה שטאנגען, זיי ווערן קראנק השם ישמרינו, די הארץ פון פלייש און בלוט קען דאס נישט פארנעמען, עס הערט אויף קלאפן; מען הערט ליידער אזויפיל מעשיות ווי מחותנים לייגן זיך צוזאמען בעת שמחתם השם ישמרינו.


אויך איז דאס גורם אז מען זאל נישט טון שידוכים מיט די קינדער; עלטערן זענען מפקיר די טעכטער, מען שיקט זיי אין אן אפיס ארבעטן זיי זאלן אהיים ברענגען געלט פאר טייערע שמחות, פאר דמיונות און כבוד המדומה; ענדערש ווארטן און נישט טון שידוכים כדי צו קענען חתונה מאכן ווי א רייכער מענטש, ווי איידער צו טון וואס איז גוט פאר די קינדער, טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן.


דאס וואס מיר טוען אין די לעצטע יארן, מיר מאכן חתונה אונזערע קינדער בחנם, עס קאסט נישט קיין געלט פון אנהייב שידוך ביז נאך די חתונה, הכל בכל מכל כל קומט אויס זיבן אכט טויזנט דאלער; דאס איז נישט קיין נייע זאך, דאס האט מוהרא"ש איינגעפירט מיט צענדליגער יארן צוריק אין יבנאל - די ברסלב'ער שטאט אין ארץ ישראל, מען זאל קענען חתונה מאכן בחנם. מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען, אוועק געגעבן זיין לעבן פאר דעם, ער איז קראנק געווארן פאר דעם; ער האט געבויט א זאל אונטער דעם גרויסן בית המדרש אין יבנאל פאר אנשי שלומינו זיי זאלן קענען חתונה מאכן אומזיסט. עס איז אויסגעשטעלט אז מען בעט נישט קיין געלט פאר'ן זאל; די סעודה ווערט צוגעשטעלט דורך משפחות פון אנשי שלומינו, די נאנטע און באקאנטע ברענגען די עסן, יעדער עפעס אנדערש; איינער א קוגל, א צווייטער אביסל רייז, א דריטער אביסל לאקשן מיט מזונות, עס איז גענצליך בחנם, צענדליגער אנשי שלומינו האבן חתונה געמאכט דארט בחנם, לאנגע יארן האבן אנשי שלומינו געקענט חתונה מאכן די קינדער אן קיין חובות, אן קיין דאגות, אן גארנישט; מען דארף נישט בארגן, מען דארף נישט זארגן, מען טוט זיך אן די שטריימל און בעקיטשע, און מען גייט פרייליכערהייט צו די שמחה.


ביז עס איז געקומען דער רב וואס איז געשטעלט מטעם מדינת ישראל אין יבנאל, ער האט אנגעהויבן מסר'ן אנשי שלומינו - דעמאלט האט זיך אלעס אפגעשטעלט, דער רב האט געשטערט יעדע הייליגע זאך; וואס מוהרא"ש האט געטון - האט ער חרוב געמאכט, נישט געווען א זאך אין יבנאל וואס ער האט נישט געשטערט; ער איז א געלט רב, די מדינה שטעלט רב'לעך אין אלע דערפער אין שטעט וואס זיי זענען אונטער געקויפט פאר די מדינה הציונות אויסצורייסן די תורה און מצוות פון אידישע קינדער; פון דעמאלט האט מען אויפגעהערט מאכן שמחות אין יבנאל, לעצטנס הייבט מען צוריק אן צו מאכן שמחות בחנם.


ווען אנשי שלומינו אין אמעריקע האבן זיך דערזען מיט זין און טעכטער אין די יארן פון שידוכים, מען האט געזען וואס ווארט אונז אפ, מען האט געשפירט אז אט אט גייען מיר גיין צו די שחיטה, מיר גייען אנהייבן מיט חתונות, מיר גייען דאס נישט קענען נעמען; האבן מיר מחליט געווען אז מיר גייען טון וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט אלע יארן, מיר האבן נאכגעמאכט וואס מוהרא"ש האט מתקן געווען אין יבנאל און מיר מאכן חתונות אין ישיבה גענצליך בחנם.


אלע וואס באטייליגן זיך ביי די שמחות אין ישיבה זאגן בפה מלא: "וואס פעלט פאר די שמחה? פארוואס מאכט דאס נישט מיין רב? פארוואס טוט דאס נישט מיין קהילה? פארוואס זאלן מיר זיך נישט פרייען ביי אונזער קינדער'ס שמחות?" דאס איז א קשיא וואס אלע פרעגן און דאס איז טאקע א גרויסער קשיא, פארוואס זאלן מענטשן ליידן אזויפיל פלאג ווען מען מאכט שמחות?!


אפילו עלטערן וואס האבן יא געלט מעגן אויך נישט טון וואס מען וויל; מיר זענען אידן, מיר האבן א תורה וואס זאגט אונז וואס צו טון. אז מען האט געלט איז מען נאכנישט בארעכטיגט צו פארשוועמען די געלט פאר אביסל כבוד, ענדערש זאל מען נעמען די געלט און טון מיט דעם צדקה, ענדערש זאל מען נעמען די אוועקגעלייגטע געלט און דאס געבן פאר די פארפאלק זיי זאלן קענען לעבן מיט מנוחת הנפש, זיי זאלן נישט דארפן א טאג נאך זייער חתונה אריינפאלן אין די געיעג פון דעקן זייער דירה וכו'.


וואויל איז די וואס האבן ישוב הדעת, זיי מאכן זיך נישט נאריש מיט טייערע שמחות, זיי גייען צו די שמחה מיט גדלות המוחין; דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די חסדים, זיי לעבן פאר'ן אייבערשטן; וועלן זיי זוכה זיין צו זען נחת ביי די קינדער און קינד'ס קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.