תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין א טאטע פון 7 קינדער קע"ה, און איך פאלג וואס דער ראש ישיבה זאגט ביי די שיעורים ווי אזוי מ'דארף זיך אראפלאזן צו די קינדער, און זייט דעמאלט שעפ איך ב"ה אסאך נחת פון זיי.
איך האב אבער א פראבלעם מיט איינע פון מיינע אינגלעך, וואס איז בערך צען יאר אלט. יעדן שבת ביים טיש רעדט ער הויך אין ער לאזט קיינעם נישט קומען צום ווארט, און ער שטערט די גאנצע געשמאקייט פון די סעודה. וויפיל כ'האב פרובירט מיט גוטן אבער מיט שטרענגן העלפט עס נישט. ווען ער קומט צום שבת טיש ווערט ער ארויס פון קאנטראל, און דאס נעמט מיך ממש ארויס פון די כלים.
איך וועל זיין דאנקבאר אויב דער ראש ישיבה וועט מיר שרייבן וואס צו טון.
א גרויסן שכח פאר די שיינע שיעורים.
שלמה חיים
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת נח, כ"ו תשרי, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד שלמה חיים נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וויסן זאלסטו אז ווי יונגער מען איז מחנך די קינדער זיי זאלן זיך אויפפירן ווי עס דארף צו זיין, וועט מען האבן מער נחת פון זיי, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן סה): "צָרִיך לְלַמֵּד אֶת הַתִּינוֹק דֶּרֶך אֶרֶץ מִנְּעוּרָיו", מען דארף אויס לערנען דעם קינד דרך ארץ ווען ער איז נאך יונג; זייער אסאך עלטערן זענען זיך טועה מיט דעם וואס זיי טראכטן אז חינוך הייבט זיך אן שפעטער ווען די קינדער זענען שוין גרעסער. עס איז נישט אזוי, נאר חינוך הייבט זיך אן ווען מען איז נאך גאר יונג, ווייל א מענטש ווערט באשאפן מיט שלעכטע נאטורן, און מען דארף דאס אויסארבעטן.
דער הייליגער רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו שרייבט (צעטל קטן, סימן טז): "הָאָדָם לֹא נִבְרָא, רַק לְשַׁבֵּר אֶת הַטֶּבַע", א מענטש איז באשאפן געווארן ער זאל זיך אויסארבעטן זיינע מידות, און ער זאגט (שם) אז דאס איז גרינגער צו טון ווען מען איז יונג.
עלטערן דארפן העלפן זייערע קינדער זיי זאלן זיך אויסארבעטן זייערע שלעכטע מידות; די הייליגע חכמים לערנען אונז אז דֶּרֶך אֶרֶץ קָדְמָה לַתּוֹרָה; ווען עס קומט צו דרך ארץ, דארט טאר מען קיינמאל נישט נאכגעבן. צום ביישפיל, ווען דער טאטע זעט ווי דער קינד פאלגט נישט די מאמע, דארף דער טאטע זיך שטעלן זייער שטארק אויף דעם, און אויסלערנען דעם קינד אז מען דארף פאלגן מאמי; ווער רעדט נאך אויב דער קינד האט זיך מתחצף געווען פאר די מאמע אדער טאטע, דארף מען אים מחנך זיין אז מען טאר נישט ענטפערן פאר א טאטע אדער מאמע.
דאס איז א' ב' פון חינוך; א קינד דארף וויסן אז א ווארט פון טאטע מאמע איז א ווארט, נישט דא קיין ויכוחים, נישט דא קיין הסברים און נישט דא קיין טעמים, ווען א קינד פרעגט: "פארוואס דארף איך דאס טון?" איז דער תירוץ: "ווייל טאטע מאמע האבן אזוי געזאגט", אן קיין פארוואס און אן קיין פארווען; וואויל איז פאר עלטערן וואס זענען מחנך די קינדער ווען זיי זענען יונג.
וויסן זאלסטו אז ווען קינדער זענען שוין עלטער הערן זיי זיך שוין נישט צו צו וואס מען רעדט צו זיי, נאר ווי יונגער זיי זענען אלץ מער הערן זיי אויס; שלמה המלך זאגט (משלי יג, כד): "חוֹשֵׂך שִׁבְטוֹ שׂוֹנֵא בְנוֹ, וְאֹהֲבוֹ שִׁחֲרוֹ מוּסָר" ווער עס האט ליב זיין קינד, זאגט אים מוסר, און ווער עס זאגט נישט קיין מוסר, איז א סימן אז ער האט פיינט זיין קינד.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש שמות רבה א, א): ווען א מענטש איז נישט מחנך זיין קינד, ווייל ער שוינט אים, זאל ער וויסן אז דער קינד וועט צום סוף אראפגיין פון אידישן וועג. אזוי ווי מיר זעען ביי אברהם אבינו, ווען ער האט געזען ווי ישמעאל קומט אהיים מיט א געטשקע, ער שפילט זיך מיט עבודה זרה'ס, האט ער אים געשוינט און גארנישט געזאגט, ביז ער האט אים געדארפט פארטרייבן פון שטוב ער זאל נישט קאליע מאכן זיין ברודער יצחק. אזוי אויך איז געווען מיט עשיו; עס שטייט אין די תורה (בראשית כה, כח): "וַיֶּאֱהַב יִצְחָק אֶת עֵשָׂו, כִּי צַיִד בְּפִיו", יצחק האט ליב געהאט עשו און ער האט אים גארנישט געזאגט, צום סוף איז ער ארויס לתרבות רעה. זעט מען פון דעם, אז ווען א מענטש זאגט נישט קיין מוסר פאר זיינע קינדער ווען זיי זענען נאך יונג, וועט ער חרטה האבן שפעטער.
עס איז כדאי דו זאלסט נאכקוקן די מדרש (פרשת שמות - רבה א, א; תנחומא א), וועסטו זען ווי חכמינו זכרונם לברכה רעכענען אויס נאך מעשיות פון אבשלום און אדוניה וואס דוד המלך זייער טאטע האט זיי נישט געזאגט קיין מוסר, און וואס עס איז געשען מיט זיי.
דער מדרש פירט אויס, אז אברהם האט מחנך געווען יצחק, און יצחק האט מחנך געווען יעקב און אזוי ווייטער, דורכדעם זענען זיי געווארן גרויסע צדיקים, און מען האט געהאט פון זיי אסאך נחת.
עלטערן טארן נישט מורא האבן צו מחנך זיין די קינדער זיי זאלן זיך אויפירן מיט דרך ארץ; א טאטע דארף אויסלערנען פאר זיינע קינדער, אז ווען א טאטע רעדט טאר מען נישט אריין רעדן, א טאטע דארף מחנך זיין זיינע קינדער, אז ווען דער טאטע קומט אריין אין שטוב דארף מען זיך אויפשטעלן.
עס זענען דא עלטערן וואס טראכטן 'עס פאסט מיר נישט צו פארלאנגען פון מיינע קינדער מען זאל מיך מכבד זיין, עס זעט אויס ווי לכבוד עצמו אני דורש וכו'', אבער עס איז נישט אזוי; ווער דען זאל אויסלערנען פארן קינד ווי אזוי זיך צו פירן? עס קומט מיר אויס צו שמועסן מיט בחורים, און אסאך מאל שטיי איך און איך וואונדער זיך זעענדיג ווי קיינער האט זיי נישט אויסגעלערנט די א-ב פון כיבוד אב ואם, א-ב פון דרך ארץ; עס זעט אסאך מאל אויס ווי די קינדער זענען עזות פנימ'ער, עס איז אבער נישט אזוי, די קינדער זענען נישט שולדיג אז זייערע עלטערן האבן זיי נישט מחנך געווען.
בנוגע דיין זון וואס ער שטערט וכו; אסאך מאל ווען א קינד דארף אסאך אויפמערקזאמקייט (תשומת לב) און ער באקומט עס נישט, הייבט ער אן צו מאכן צרות פאר אלע וואס זענען ארום אים, כדי צו געווינען אויפמערקזאמקייט. דערפאר ווען מען זעט ווי א קינד דארף מער תשומת לב, דארף מען אים דאס געבן נאך פאר ער הייבט אן שטערן. א קלוגער מלמד נעמט די קינדער וואס זענען חברה לייט אז זיי זאלן אים העלפן, אזוי שפארט ער זיך איין אסאך קאפ וויי, ווייל איינמאל מען געוואונט זיי מען ווערט מיט זיי אויף איין זייט, דעמאלט טוישט זיך אלעס און זיי זוכן נאר צו זיין מיט זייער רבי אויף איין זייט.
פארשטייט זיך אז אן תפילה ניצט גארנישט, מען קען וויסן אלע עצות מיט אלע חכמות אבער אן תפילה אנעם אייבערשטער קען מען גארנישט טון. דערפאר דארף מען אסאך דאווענען צום אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו האבן ערליכע קינדער, בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות.
מוהרא"ש האט אמאל דערציילט, אז א איד איז געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו, און ער האט געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים זי"ע גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, און געוויזן פאר דעם איד, און אים געזאגט: "דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער; אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער".
דערפאר זאלסטו אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זוכה זיין צו ערליכע קינדער, געזונטע קינדער, קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן דער וועלט.