תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך וויל זיך זייער באדאנקען פאר די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א, עס איז מיר זייער מחזק, און עס מאכט מיר א גוטע מוט צו זיין פרייליך.
מיין מאמע האט א סמארטפאון, און אלס מיידל פלעג איך זיך שפילן מיט איר טעלעפאן און איך האב דארט געזען די ערגסטע סארט ווידיאס, דעמאלט האב איך אפילו נישט געוואוסט ווי שלעכט דאס איז, אבער היינט ווייס איך אז איך האב געקוקט זאכן וואס מען טאר נישט קוקן, און דאס מאכט מיר זייער שלעכט.
יעדעס מאל ווען איך בין אין א שלעכטע מוט, קומט מיר ארויף אין קאפ די ווידיאס, און דאס מאכט מיר נאך מער אנגעצויגן, און עס נעמט אוועק מיין זעלבסזיכערקייט, און עס שטערט אויך שטארק מיין שלום בית, ווייל עס ליגט מיר אזויפיל אויפ'ן הארץ, און איך קען ממש נישט רעדן מיט מיין מאן.
איך האב זיך דורגערעדט מיט א חבר'טע, וואס העלפט מיר אסאך און איז מיר מחזק, און זי האט מיר גע'עצה'ט צו שרייבן א בריוו פאר'ן ראש ישיבה שליט"א.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום א' פרשת חיי שרה, כ"א מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן
מרת ... תחי'
ווען מען איז נישט פרייליך איז שווער צו זיין א בעל הבית אויף זיך, צו קענען קאנטראלירן די מחשבות, אזוי ווי עס שטייט אין זוהר (תיקון כב, דף סז.): "וְאַתְוָון בְּשִׂמְחָ"ה אִיהִי מַחֲשָׁבָ"ה", מחשבה איז די אותיות בשמחה; דורך זיין פרייליך האט מען גוטע מחשבות, פאזעטיווע מחשבות, מען איז בעל הבית אויף די מחשבות.
דעריבער זאלט איר זיך זייער שטארקן צו זיין פרייליך, זוכט אויף גוטע זאכן, זוכט אויף די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט און מיט דעם זאלט איר זיך פרייען, אזוי וועט איר קענען זיין בעל הבית אויף אייערע מחשבות. ווייל דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן י): "עַל יְדֵי מָרָה שְׁחוֹרָה", ווען א מענטש איז נישט פרייליך, "אִי אֶפְשָׁר לְהַנְהִיג אֶת הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ", איז אים זייער שווער צו קענען טראכטן נארמאל, "וְעַל כֵּן קָשֶׁה לוֹ לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ", מען קען נישט טראכטן גוט, די קאפ לויפט נעגעטיוו, "רַק עַל יְדֵי הַשִּׂמְחָה יוּכַל לְהַנְהִיג הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְיוּכַל לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ, כִּי שִׂמְחָה הוּא עוֹלָם הַחֵרוּת", אבער ווען מען איז פרייליך, זענען די מחשבות מסודר און מיושב.
אבער וויסן זאלט איר, עס איז נישט קיין גרינגע עבודה צו זיין פרייליך, די נאטור איז צו זיין טרויעריג, דער רבי זאגט (שם, סימן כד): "כִּי טֶבַע הָאָדָם לִמְשֹׁךְ עַצְמוֹ לְמָרָה שְׁחֹרָה וְעַצְבוּת מֵחֲמַת פִּגְעֵי וּמִקְרֵי הַזְּמַן, וְכָל אָדָם מָלֵא יִסּוּרִים", יעדער האט שוועריקייטן וואס מאכט אים דערביטערט און צוגעלייגט, "עַל כֵּן צָרִיך לְהַכְרִיחַ אֶת עַצְמוֹ בְּכֹחַ גָּדוֹל לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד, וּלְשַׂמֵּחַ אֶת עַצְמוֹ בְּכָל אֲשֶׁר יוּכַל וַאֲפִילּוּ בְּמִלֵּי דִּשְׁטוּתָא", דערפאר דארף א מענטש פרובירן מיט אלע זיינע כוחות צו זיין פרייליך; מען דארף זיך פרייליך מאכן מיט וואס מען קען - אפילו מיט נארישקייטן, און דער עיקר דארף מען בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל זוכה זיין צו זיין פרייליך.
דא האט איר א תפילה וואס איר זאלט זאגן יעדן טאג:
"רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו זיין שטענדיג פרייליך, איך זאל זיך פרייען אז איך בין א איד און נישט קיין גוי. העלף מיר אייבערשטער אז איך זאל ארויסגיין פון מיין דעפרעסיע, נעם אוועק פון מיר מיין עצבות און מרה שחורה, העלף מיר איך זאל זיין אזוי פרייליך אז איך זאל פרייליך מאכן אנדערע מענטשן און יעדער איינער ארום מיר זאל זיין פרייליך.
הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל שטענדיג געדענקען אז דו פירסט די וועלט מיט א השגחה פרטית, איך זאל האבן א קלארע לויטערע אמונה, איך זאל נישט פארגעסן פון דיר קיין איין רגע".
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.