תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
א גרויסן יישר כח פאר'ן זיין דער קול שופר אין די היינטיגע צייטן און פארשפרייטן אידישקייט מיט א שמחה און געשמאק. דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח ווייטער אנצוגיין מיט אייער עבודת הקודש געזונטערהייט און אומגעשטערט.
איך שרייב מיין שאלה צו אייך, אבער קען זיין אז איר זענט נישט דער וואס דארף דאס ענטפערן. איך ליין אסאך די גליונות און קונטרסים, און איך האב שטארק הנאה פון די נושאים וואס מען רעדט ארום, צי ס'איז וועגן רעדן צום אויבערשטן, אז שלום בית דארף זיין די ערשטע זאך, איבער די דרך הלימוד, און אזוי ווייטער אלע גוטע עצות. איך וואונדער זיך פארוואס הייסט דאס די "ברסלב'ע" דרך? איז דאס דען נישט די עיקר עבודה פון יעדן איד? פארוואס איז דא אזא התנגדות צו "היכל הקודש"?
ווילסט נישט מאכען א שעה התבודדות? פיין. אבער רעדן צום אויבערשטען אין וועלכע שפראך מ'וויל איז דען "ברסלב"? און זייט ווען איז זיך אויפפירן שיין אין שטוב געווארן א "ברסלב'ע" דרך? צו וועם דארף מען זיך אויפפירן שיין אויב נישט צו די ווייב? און וועגן דער דרך הלימוד האב איך אסאך מאל געהערט פון אן ערליכן איד אז אויב האט מען נישט קיין געדולד צו לערנענן גמרא, זאל מען כאטש ליינען סיפורי צדיקים, איז דען דער דרך הלימוד ווייניגער חשוב פון דעם?
ווען איך הער פון איינעם אז ס'שמעקט איהם נישט דער מהלך פון "היכל הקודש" טראכט איך צו מיר, רבונו של עולם, מיט וועלכע פון די אויבנדערמאנטע ענינים פילט ער זיך פרעמד אז ער מוז אוועקמאכן ברסלב?
נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר'ן זיין אזא קול יחיד און פארשפרייטן "אידישקייט".
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת כי תשא, י"ח אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
עס איז א טעות, דו מיינסט אז ברסלב איז א נייע וועג, דו מיינסט דער רבי האט מחדש געווען נייע זאכן; דער רבי האט גארנישט מחדש געווען, דער רבי האט געזאגט (עיין חיי מוהר"ן, סימן רפט; שצב) "איך פיר ענק אויף אן נייעם וועג וואס איז אן אלטע וועג, די וועג פון אברהם, יצחק און יעקב".
עס האט אמאל פאסירט ביים רבי'ן, דער רבי איז געווען אויפ'ן וועג ווען דער בעל עגלה האט געזען אז דער וועג איז אנגעלייגט, א וואגן האט זיך איבערגעדרייט און דאס האט אויפגעהאלטן די גאנצע וועג, איז דער בעל עגלה אראפ פון וועג, ער האט גענומען א זייטיגע וועג און געזאגט פאר'ן רבי'ן: "איך בין אראפ פון וועג, איך האב גענומען א זייטיגע וועג וואס פירט צוריק צום אלטן וועג", האט זיך דער רבי אנגערופן: "דאס טו איך; איך בין אראפ פון וועג, איך האב גענומען א נייעם טראק, אבער דער טראק פירט צוריק צום אלטן וועג, די וועג פון אונזערע עלטערן", דער רבי האט געזאגט דעם בעל עגלה: "אמאל איז געווען דער וועג צו ווערן אן ערליכער איד דורך פאסטן און זיך פייניגן, איך האב גענומען א וועג פון התבודדות; אנשטאט פאסטן און זיך פייניגן זאל מען רעדן צום אייבערשטן (פעולת הצדיק, סימן תתקפ"ד)".
דער וועג פון התבודדות איז אן אלטע וועג, אויף דעם וועג האבן די אבות הקדושים געדינט דעם אייבערשטן. אנשטאט זיך פייניגן מיט סיגופים און פאסטן תעניתים איז דא די וועג פון התבודדות, התבודדות איז העכער פון אלע עבודות (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כה); ווען מען גייט אויף די וועג קומט מען אן זייער הויך, מען ווערט צוגעקלעבט צום אייבערשטן, דער מח ווערט אויסגערייניגט.
אלע צדיקים האבן געדינט דעם אייבערשטן מיט די עבודה. דער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ק): "מִּקָּטָן וְעַד גָּדוֹל אִי אֶפְשָׁר לִהְיוֹת אִישׁ כָּשֵׁר בֶּאֱמֶת, כִּי אִם עַל יְדֵי הִתְבּוֹדְדוּת", מען קען נישט זיין קיין ערליכער איד נאר אז מען מאכט התבודדות; דאס הייסט, מען זאל זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף די שפראך וואס מען איז צוגעוואוינט צו רעדן, מען זאל אים אלעס דערציילן - אלע ירידות, אלע נפילות וואו מען פאלט אראפ און אלעס וואס דער יצר הרע רעדט איין דעם מענטש מיט תאוות רעות און עבירות.
אין אנהייב איז שווער דאס רעדן צום אייבערשטן, ווייל ווען א מענטש זינדיגט מאכט ער א מחיצה צווישן זיך אינעם אייבערשטן, ער שפירט נישט דעם אייבערשטן; אבער אז מען עקשנ'ט זיך, מען מאכט התבודדות אפילו מען שפירט גארנישט אין אנהייב, איז מען זוכה צו ווערן צוגעקלעבט צום אייבערשטן.
פרעג איך דיר, וואס איז דא צו קריגן אויף די ווערטער? די אלע וואס רעדן אויף ברסלב, ווען זיי וואלטן ווען געוויסט באמת וואס איז ברסלב'ער חסידות, נישט נאר זיי וואלטן נישט גערעדט אויף ברסלב, נאר זיי וואלטן אלע געקומען צום רבי'ן מיט די קינדער. דעם רבינ'ס וועג איז נישט קיין נייע וועג, עס איז אן אלטע וועג; די אלע וואס קריגן ווייסן נישט וואס ברסלב איז.
דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "עָלַי אֵין חוֹלְקִים כְּלָל, רַק הֵם חוֹלְקִים עַל מִי שֶׁעָשָׂה כָּךְ, כְּמוֹ שֶׁבּוֹדִים הַחוֹלְקִים עָלָיו, וְעַל אִישׁ כָּזֶה בְּוַדַּאי רָאוּי לַחֲלֹק", אויף מיר קריגן זיי נישט, זיי קריגן אויף איינעם וואס מען זאגט אויף אים די אלע לשון הרע'ס און אויף אים דארף מען קריגן, אויף אזא איינעם קריג איך אויך; דער רבי האט געזאגט: "זֵייא הָאבִּין זִיךְ אוֹיס גִּישְׁנִיצְט אַ מֶענְטְשׁ, אִין קְרִיגְן אוֹיף אִיהם", אויף אים קריג איך אויך.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.