תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך וויל זיך נאכאמאל באדאנקען אויף אלע עצות און חיזוק וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט מיר כסדר.
יעצט האב איך א וויכטיגע שאלה צו פרעגן, מען האט מיר יעצט אנגעטראגן א שידוך, א מיידל פון א צעבראכענע משפחה, וואס די מאמע איז אריבער עפעס א שווערע זאך פאר עטליכע יאר צוריק, און זייט דעמאלט האט מען צעטיילט די קינדער ביי קרובים, און די מיידל האט א ברודער העכער איר וואס איז נישט געזונט פיזיש און גייסטיש.
מיינע עלטערן האבן מיר געפרעגט צי זיי זאלן זיך בכלל נאכפרעגן אויף איר, אדער זאלן זיי גלייך אפזאגן דעם שידוך. איך האב גלייך געזאגט אז עס זעט מיר נישט אויס גוט, שפעטער האב איך אבער געטראכט צו פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א וואס צו טון.
איך וועל זיך זייער פרייען צו הערן וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט וועגן דעם.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ב' פרשת פנחס, י"ח תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן
... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
זאג נישט אפ קיין שידוכים; וואס האט צוטון אז די עלטערן זענען צעטיילט וכו' - מיט די קינדער? עס זענען דא אזויפיל טייערע גוטע קינדער פון צעבראכענע שטיבער וואס האבן אויפגעשטעלט הערליכע שטיבער לשם ולתפארת; זאלסטו נישט אפזאגן קיין שידוכים צוליב וואס די עלטערן זענען צעטיילט, און אויך נישט צוליב א ברודער וכו'.
זאג דיינע עלטערן אז דו ווילסט מען זאל ווייטער גיין מיט די שידוך, ווייל זיין אליין איז זייער נישט גוט, מען מוז חתונה האבן, מען קען נאר זיין אפגעהיטן בקדושה ובטהרה אז מען איז חתונה געהאט. דער זוהר הקדוש זאגט (האזינו רצו.): "מַאן דְּלָא אִשְׁתְּכַח דְּכַר וְנוּקְבָּא, אִקְרֵי פְּלַג גּוּפָא", פאר מען האט חתונה - איז מען נישט קיין גאנצער מענטש, מען איז האלב, "וְלֵית בִּרְכָתָא שַׁרְיָא בְּמִלָּה פְּגִימָא וַחֲסֵירָא, אֶלָּא בַּאֲתָר שְׁלִים", עס פעלט די ברכות פונעם אייבערשטן וואס קומט נאר ווען א מענטש האט חתונה.
זאג נישט אפ קיין איין שידוך, און אז מען טראגט דיר אן א שידוך וואס די מיידל איז געזונט און זי וויל אויפשטעלן א שטוב, זי וויל אויפציען ערליכע דורות - זאלסטו גיין צום שידוך. ווארף אוועק אלע חכמות, זיי זיך נישט מבלבל פון גארנישט, איין זאך זאלסטו האלטן פאר דיינע אויגן: ווי פריער חתונה האבן.
זאג יעדן טאג די "קָרְבָּנוֹת הַנְּשִׂיאִים". דער רבי זאגט (ספר המידות אות חיתון, סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ, יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", וועם עס קומט אן שווער צו טרעפן א שידוך, זאל זאגן אסאך די 'קָרְבָּנוֹת הַנְּשִׂיאִים'; דאס איז די קריאה וואס מען ליינט חנוכה, פון (במדבר ז, א): "וַיְהִי בְּיוֹם כַּלּוֹת משֶׁה לְהָקִים אֶת הַמִּשְׁכָּן", ביז סוף סדרה; דאס איז געדרוקט אין יעדע סידור ביי קריאת התורה - קריאה לחנוכה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.