שאלה אין קורצן ענין
#159 - פארוואס ווילן נישט מיינע עלטערן מיר חתונה מאכן?
שידוכים, כיבוד אב ואם, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, רעדן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק און עצות פונעם ראש ישיבה שליט"א.


איך וויל בעטן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר ביטע געבן חיזוק פאר שידוכים. איך בין שוין איבער ניינצן יאר און מיינע עלטערן זענען נאך זייער רואיג, זיי הערן יעצט ממש נישט אויס קיין שידוכים.


איך וויל שטארק חתונה האבן, אבער איך קען זיי נישט זאגן, ווייל זיי ווארטן צו הערן די פארקערטע, אז איך יאג זיך בכלל נישט, און זיי מאכן חוזק פון די וואס ווילן שוין חתונה האבן, מיין גאנצע משפחה מאכט חוזק דערפון, און אויך מיינע עלטערע געשוויסטער, זיי זאגן אז טאקע זיי האבן שטארק געוואלט חתונה האבן, אבער למעשה איז די שענסטע זאך צו זיין אינדערהיים, אפילו ברוך ה' זיי זענען גליקליך.


איך פיל אבער אז איך דארף שוין חתונה האבן, איך שפיר אז ווארטנדיג אויף מיין שידוך גייט עס אויפ'ן חשבון פון מיין איידלקייט און צניעות צווישן מענטשן.


ביטע אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען געבן חיזוק פאר מיר און פאר אלע וואס גייען דאס דורך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


רעדט יא צו אייערע עלטערן, רעדט שיין און הארציג, זאגט זיי אז איר שפירט אז דאס מער ווארטן און דאס נישט אויסהערן קיין שידוכים - גייט אויפן חשבון פון אייער איידלקייט און צניעות. מיט אייערע געשוויסטער זאלט איר נישט רעדן דערפון, זיי וועלן נאר חוזק מאכן, אבער צו אייערע עלטערן איז יא כדאי צו רעדן, ווייל די עלטערן האבן יא רחמנות אויף די קינדער, און אז מען רעדט שיין און הארציג - פועל'ט מען, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (סוטה ט:): "ניכרים דברי אמת", מען זעט אויף רייד אויב עס איז אמת; זיי וועלן זען אז איר מיינט עס ערנסט, איר ווילט חתונה האבן צו זיין ערליך און פיין; די ווערטער וועלן פועל'ן ביי זיי.


געבט אכטנג אויף כבוד אב ואם, די וועג ווי מען רעדט צו עלטערן מוז זיין זייער איידל און זייער דרך ארץ'דיג.


אויב איר וועט יא רעדן צו זיי אדער נישט רעדן צו זיי, דארפט איר וויסן אז א שידוך האט סיי ווי נישט מיט קיינעם צו טון, א שידוך האט נאר מיטן אייבערשטן, און אז מען בעט אים מיט סבלנות, מען בעט שיינערהייט, מען בעט א מתנת חינם - איז מען זוכה צו א שידוך, אפילו די גאנצע וועלט שטעלט זיך קעגן דעם. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג): "מָצִינוּ בַּתּוֹרָה בַּנְּבִיאִים וּבַכְּתוּבִים שֶׁאֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא", מיר געפינען אין די תורה, נביאים און אין כתובים, אז א שידוך האט נאר מיטן אייבערשטן. אין די תורה שטייט (בראשית כד, נ): "וַיַּעַן לָבָן וּבְתוּאֵל, וַיֹּאמְרוּ, מֵה' יָצָא הַדָּבָר", אין נביאים שטייט (שופטים יד, ד): "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לֹא יָדְעוּ כִּי מֵה' הִיא", און אין כתובים שטייט (משלי יט, יד): "בַּיִת וָהוֹן נַחֲלַת אָבוֹת, וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת", זעען מיר איבעראל אז נאר דער אייבערשטער געבט שידוכים.


דעריבער זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן אויף אייער שפראך, אויף מאמע לשון, אייגענע תפילות, פון הארצן: "רבונו של עולם העלף מיר, איך וויל חתונה האבן, איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין איידל, איך וויל זיין הייליג, איך וויל נישט קוקן און טראכטן פון פרעמדע, איך וויל מיין לעבן, מיין מאן, מיין געצעלט, העלף מיר טאטע, מאך א נס און געב מיר מיין שידוך"; אזוי זאלט איר בעטן, און לייגט צו אייגענע תפילות, ביז איר וועט זוכה זיין צו אייער שידוך.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#158 - ווי אזוי האלט איך אויס אז איך האב נאכנישט מיין שידוך?
שידוכים, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך קען שוין נישט אויסהאלטן צו זיין א בחור, א סינגל מענטש, איך בין אין זייער גרויסע תפיסה, איך וויל אנטלויפן.


יישר כח פאר די אידישע ניגונים, ווען נישט דעם ראש ישיבה שליט"א'ס ניגונים וואלט איך זיך גע'הרג'ט, צי דורך דראגס צי מיט עפעס אנדערש.


זאל דער ראש ישיבה שליט"א צוזען מיין פיין און ווייטאג, דער רבי זאגט אז א מנהיג דארף האבן רחמנות. זאל דער ראש ישיבה צוקוקן די ווייטאג פון אלע בחורים, מחזק זיין די בחורים, און טון דאס מערסטע עס זאל זיין שידוכים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש זאגט, קיינער ווייסט נישט די צער פון א בחור, עס איז נישטא אזא צער ווי די צער פון א בחור, א בחור וויל חתונה האבן, ער וויל זיין ערליך און ריין און עס גייט אים נישט, און וויפיל מאל ער וויל זיך אויפשטעלן און תשובה טון און אנהויבן פון פריש זיין ערליך - פאלט ער און טראסקעט אין עבירות, אין פגם הברית רחמנא לצלן, און דאס מאכט אים אזוי בעצבות השם ישמרינו, ביז מען טראכט פון נישט וועלן לעבן חס ושלום.


איין עצה איז דא, אנטלויפן צום אייבערשטן און צו די תורה. אנטלויף צום אייבערשטן, דערצייל אים אין דיין שפראך ווי דו שטייסט, וואס עס גייט אריבער אויף דיר, וויין זיך אויס צום באשעפער, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיר געבן א שידוך. קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון רעדן צום אייבערשטן, פון זיך אויס'טענה'ן מיטן אייבערשטן. דער הייליגער זוהר זאגט (פרשת בלק, קצה) ווען א מענטש וויינט זיך אויס צום אייבערשטן, זאגט דער אייבערשטער: "לֹא בָּעִינָא הָכָא בֵּי דִינָא דִיְדוּנוּן בֵּינָנָא", ווען דער מענטש קומט מיט זיינע טענות צו מיר - וויל איך נישט בית דין של מעלה זאל זיך אריינמישן, "אַנָא וְהוּא בִּלְחוֹדָנָא", איך וויל זיין אליינס מיט דעם מענטש, "וְלֵית תֵּיאוּבְתָּא לְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא אֶלָּא כַּד מְקַבֵּל לוֹן וְאוֹשְׁדוּ קַמֵּיהּ", נישטא קיין גרעסערע פארגענוגן ביים אייבערשטן ווי ווען א מענטש וויינט זיך אויס פאר אים, "דְּהָא כָּל נִטוּרֵי תַּרְעִין לֹא שַׁבְקִין הָכִי לְמֵיְעַל כַּמָה דְשַׁבְקִין לְמִסְכְּנִין", אלע טירן פון הימל זענען אפן פאר א צעבראכענער מענטש וואס וויינט זיך אויס פאר'ן אייבערשטן, "דְּהָא בְּלֹא רְשׁוּתָא עָאֳלִין", און זיינע תפילות גייען ארויף אן קיין רשות; דאס הייסט, ווען א מענטש גייט אין א ווינקל וואו קיינער איז נישט דארט, ער רעדט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן און ער פארציילט אים אלעס - די תפילות גייען גלייך ארויף צום אייבערשטן, דער אייבערשטער ענטפערט פאר א צעבראכענע הארץ שנעלער ווי ער ענטפערט פאר דעם גרעסטן צדיק.


ביז דיין שידוך און אויך נאכן טרעפן דיין שידוך - זאלסטו זיך באהאלטן אין די תורה. אנטלויף צו די תורה, מאך זיך א שיעור אין משניות, זאג יעדן טאג אפאר פרקים משניות, און אויך אין די בלעטער פון די הייליגע גמרא, זאג גמרא אפילו אן פארשטאנד, דאס וועט דיר געבן כח זיך צו קענען דערהאלטן ביז דיין ישועה קומט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#157 - גיין אין ישיבה, אדער קודם חתונה האבן?
שידוכים, יבנאל, חתונה, מוהרא"ש, סגולות, ישיבה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך זיך זייער שטארק באדאנקען פאר די געוואלדיגע ענטפער וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געשריבן אויף מיין שאלה אויב איך זאל ענדערש מתפלל זיין צו קענען געבן א גט פאר מיין ווייב, אדער אז זי זאל תשובה טון און צוריק קומען. דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן מיט א געוואלדיגע השגחה פרטית אז איך האב איר געגעבן דעם גט אין די זעלבע וואך וואס די בריוו איז געדרוקט געווארן אין "עצתו אמונה". די ענטפער פונעם ראש ישיבה שליט"א איז מיר געווען כמים קרים על נפש עיפה, איך האב נישט גענוג ווערטער זיך צו באדאנקען אויף די חיזוק וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געגעבן.


יעצט האב איך געוואלט פרעגן ווי אזוי צו גיין פון דא און ווייטער. איך בין א בעל תשובה, 30 יאר אלט, ווי געשריבן בין איך יעצט א גרוש אן קינדער; איך האב ברוך ה' זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס בבלי און ירושלמי, איך האב געענדיגט צענדליגע מאל משניות און תיקוני זוהר, און נאך פילע שיעורים אין אנדער חלקים פון די תורה, אלעס דורך דעם געוואלדיגן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן.


איך האב ליידער נישט זוכה געווען אויפצואוואקסן מיט אן ערליכע חינוך אין מיינע יונגע יארן, און איך האב אלץ געשפירט אז דאס אפעקטירט מיר שטארק אין לעבן, און דעריבער טראכט איך אז אפשר איז כדאי אז איך זאל יעצט אריינגיין אין א ישיבה פאר בעלי תשובה פאר א שטיק צייט כדי זיך בעסער זיך שטעלן אויף די פיס, און אפשר זיך אויסלופטערן פון אלעס וואס איך בין אריבער אין די לעצטע יאר, און אפשר וועל איך דארט אויך באקומען די כלים צו קענען פרובירן צו לערנען אויך בעיון; אדער איז מיין פליכט יעצט צו זוכן ווי שנעלער א שידוך, נאכ'ן זיך לערנען פון די טעותים פון מיין ערשטע חתונה?


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר מדריך זיין וואס צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, י"ב מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די ערשטע זאך דארפסטו חתונה האבן, אן א ווייב איז זייער ביטער. דער זוהר הקדוש זאגט (ויקרא ה:): "כָּל מַאן דְּלָא אִשְׁתְּכַח דְּכַר וְנוּקְבָּא", ווער עס האט נישט חתונה, "כָּל שְׁבָחָא אַעְדּוֹי מִנֵּיהּ", דער האט נישט קיין שום לויב, "וְלָאו הוּא בִּכְלָלָא דְּאָדָם", דער איז נישט גערעכנט פאר א מענטש, "וְלֹא עוֹד, אֶלָּא דְּלָאו אִיהוּ כְּדַאי לְאִתְבָּרְכָא", און ער איז נישט ווערד צו ווערן געבענטשט, און חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קדושין כט:): "אִם אִי אֶפְשָׁר לוֹ בְּלֹא אִשָּׁה", אויב איז אים נישט מעגליך צו זיין אן א ווייב, "יִשָּׂא אִשָּׁה", זאל ער חתונה האבן, "וְאַחַר כַּךְ יִלְמֹד תּוֹרָה", און נאכדעם זאל ער לערנען תורה; ווער רעדט נאך אז מען קען אנקומען צו די צוואנציג יאר, זאגן די הייליגע חכמים (שם): "בֶּן עֶשְׂרִים שָׁנָה וְלֹא נָשָׂא אִשָּׁה", אויב מען איז נישט חתונה געהאט ביי די צוואנציג - "כָּל יָמָיו בְּהִרְהוּר עֲבֵירָה", וועט מען א גאנץ לעבן טראכטן שלעכטס. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (שם), רב חסדא האט אויסגערומט פאר רב הונא דאס גרויסקייט פון רב המנונא, אז ער איז א גרויסער מענטש, האט רב הונא געבעטן פון רב חסדא, איך וויל אים זען; ווען ער קומט צו דיר זאלסטו אים אהער שיקן. "כִּי אָתָא, חַזְיֵּיהּ דְּלָא פָּרִיס סוּדָרָא", ווען רב המנונא איז געקומען האט רב הונא געזען אז ער האט נישט קיין טלית, האט ער אים געפרעגט: "מַאי טַעְמָא לָא פְּרִיסַת סוּדָרָא", פארוואס גייסטו נישט מיט קיין טלית? האט אים רב המנונא געענטפערט, ווייל איך האב נאכנישט חתונה געהאט, "אַהֲדְרִינְהוּ לְאַפֵּיהּ מִינֵיהּ", האט רב הונא אוועק געדרייט זיין פנים פון אים און אים געזאגט: "חָזִי דְּלָא חֲזִית לְהוּ לְאַפֵּי עַד דְנָסְבַת", דעמאלט זאלסטו נישט קומען צו מיר, ווייל איך וויל נישט זען דיין פנים ביז דו האסט חתונה.


חתונה האבן און זיך אוועק שטעלן לערנען וכו' איז נישט קיין סתירה, גיי אין א ישיבה, זוך א ישיבה וואס איז געאייגנט פאר דיר, וואו דו וועסט קענען לערנען און דאווענען, און גלייך ווען מען רעדט צו דיר א שידוך - זאלסטו דאס נישט אפזאגן מיט נארישע חכמות פון ווארטן ביז דו וועסט איך ווייס נישט וואס, נאר תיכף גיין צום שידוך, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (פסחים קיב:): "מִצְוָה וְגוּף טָהוֹר", ווער עס וויל דינען דעם אייבערשטן מיט א ריינקייט, מיט א הייליגקייט, "נוֹשֵׂא אִשָּׁה", זאל חתונה האבן, "וְלוֹ בָּנִים", ער זאל זיין מיט א ווייב און האבן קינדער.


גיי קיין יבנאל צו מוהרא"ש'ס ציון און זאג דארט אויס תהילים. מוהרא"ש האט מבטיח געווען מיט א שטארקע הבטחה (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "אִיךְ זָאג צוּ אַז יֶעדֶער בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ אוּן זֵיי וֶועלְן קוּמֶען דָא אוֹיף מַיין קֵבֶר אוּן דוּרְכְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים פוּן אָנְפַאנְג בִּיזְן סוֹף פַאר מַיין זְכוּת, וֶועל אִיךְ טוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ קֶען, אַז זֵיי זָאלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר שִׁידוּךְ, אוּן דָאס זָאג אִיךְ צוּ מִיט אַ שְׁטַארְקֶע צוּזָאג".



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#156 - איך וויל זיין גוט, פארוואס פאל איך ווייטער דורך?
שידוכים, קדושה, תשובה, עבירות, מקוה, משניות, תיקון הכללי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א פראבלעם וואס שטערט מיך זייער שטארק, און איך וויל עס דורכשמועסן.


איך בין יעצט צוואנציג יאר אלט, איך בין דורך אסאך שוועריקייטן מיט עניני קדושה נאך פון יונגערהייט, זיך אלץ געמוטשעט מיט שמירת עינים, ביז שפעטער האב איך באקומען אן אפענע טעלעפאן און דעמאלט האב איך שוין געקוקט כל דבר אסור, און ליידער דורכגעפאלן גאר אסאך אין קדושה.


ברוך ה' אז איך האב זוכה געווען זיך צוריק צו כאפן, איך האב באמת תשובה געטון, איך האב אנגעהויבן הערן די עצות און לימודים פון הייליגן רבי'ן און דאס פירט מיך צום ריכטיגן וועג, איך האב אפגעלאזט די אלע שלעכטע זאכן וואס איך האב געהאט ביז יעצט ברוך ה'.


וואס עס שטערט מיר אבער איז אז ביינאכט פאל איך אסאך מאל דורך בשוגג, און דאס צעברעכט מיך זייער שטארק. בייטאג פרוביר איך אזוי שטארק צו זיין ערליך און אפגעהיטן, און ווען עס קומט ביינאכט, ווען איך בין נישט בעל הבית אויף מיך, פאל איך דורך, און איך שפיר ווי מיין גאנצע הארעוואניע גייט לאיבוד.


איז מיין עבודה בכלל נישט חשוב אין הימל? פארוואס טוט מען דאס צו מיר? איך בין אזוי צעבראכן וועגן דעם כחרס הנשבר, און איך וויל בעטן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר געבן התחזקות אויף דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נח, א' דראש חודש מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ערשטנס זאלסטו וויסן אז אין הימל ביסטו זייער חשוב; דער וואס טוט תשובה - איז זייער באליבט ביים אייבערשטן, מען קומט אן צו זייער א הויכע פלאץ. די הייליגע חכמים זאגן (ברכות לד:): "מקום שבעלי תשובה עומדים, צדיקים גמורים אינעם עומדין", ווען מען טוט תשובה קומט מען אן אזוי הויך, העכער ווי די צדיקים קומען אן.


דער וואס טוט תשובה קומט אן ביזן כסא הכבוד, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסיקתא דרב כהנא מד, ט): "גָדוֹל כּוֹחָהּ שֶׁל תְּשׁוּבָה", תשובה איז אזוי גרויס, "שֶׁכֵּיוָן שֶׁאָדָם מְהַרְהֵר בְּלִבּוֹ לַעֲשֹוֹת תְּשׁוּבָה", ווי נאר א מענטש טראכט פון תשובה, ער טראכט 'איך וויל זיך אומקערן צום אייבערשטן' - "מִיַּד הִיא עוֹלָה לֹא עַד עֲשָֹרָה יָמִים, וְלֹא עַד עֶשְֹרִים וְלֹא עַד מֵאָה, אֶלָּא עַד מַהֲלַךְ חֲמֵשׁ מֵאוֹת שָׁנִים; וְלֹא עַד רָקִיעַ רִאשׁוֹן וְשֵׁנִי, אֶלָּא שֶׁהִיא עוֹמֶדֶת לִפְנֵי כִּסֵא הַכָּבוֹד", קומט ער גלייך אן צום כסא הכבוד.


צווייטנס, דו דארפסט וואס שנעלער חתונה האבן; וועל זיך נישט, די ערשטע שידוך וואס מען טראגט דיר אן - זאלסטו נעמען. חכמינו הקדושים זאגן (יבמות סג.): "נְחוֹת דַּרְגָּא וְנָסִיב אִיתְּתָא", גיי אראפ א טרעפל און האב חתונה; מען דארף חתונה האבן ווייל דער אייבערשטער האט געהייסן און נישט זיין קלויבעריש.


נאר אז מען האט חתונה קען מען זיין אפגעהיטן. דער הייליגער צדיק רבי נתן זכרונו לברכה זאגט (לקוטי הלכות יום הכפורים הלכה א, אות א): "ווער עס האט נישט חתונה איז פגום בברית", דער הייליגער רבי האט זייער מקפיד געווען מען זאל חתונה האבן; דער רבי האט נישט געלאזט בחורים קומען צו אים, אויב א בחור איז געקומען צום רבי'ן, האט ער אים געזאגט: "קום צוריק מיט א טלית", דאס מיינט ווען דו וועסט חתונה האבן - זאלסטו צוריק קומען.


אז דו פאלסט דורך וכו' - זאלסטו גיין אין מקוה און זאגן די צען קאפיטלעך תהילים, די תיקון הכללי; די צען קאפיטלעך תהילים וואס דער הייליגער רבי האט מתקן געווען [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ), דער רבי האט געזאגט אז ווער עס זאגט די צען קאפיטלעך תהילים דארף גארנישט זארגן; נאך האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא) אז אסאך צדיקים האבן געוואלט משיג זיין דעם תיקון, אבער זיי האבן עס נישט געקענט משיג זיין; א טייל זענען אוועק פון די וועלט פאר זיי האבן בכלל געקענט דערגיין דעם תיקון, און א טייל צדיקים האבן יא אנגעהויבן משיג צו זיין דעם תיקון, אבער זיי זענען נפטר געווארן אינמיטן, אבער מיר - זאגט דער רבי – "האט דער אייבערשטער געהאלפן אז איך האב געקענט דערגיין דעם תיקון"; דערפאר זאלסטו יעדן טאג זאגן דעם תיקון הכללי נאך תפילת שחרית, וועסטו זוכה זיין צו פאררעכטן אלעס וואס דו האסט פוגם געווען.


אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין זאגן משניות, יעדן טאג זאלסטו זאגן פרקים משניות, אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט; דאס וועט דיר ארויסנעמען פון דיין בלאטע. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִלּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה, עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך' וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס. ווען רבי נתן האט געהערט דעם שיחה, האט ער געפרעגט דעם רבי'ן, צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן? האט דער רבי אים געזאגט: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס!" אפילו א מענטש וואס ליגט נעבעך אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא ליצלן, אויב דער מענטש וועט לערנען יעדן טאג 'כך וכך' וועט ער ווערן אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#155 - ווי אזוי גיי איך צו א שידוך אן פחדים?
שידוכים, ספיקות, שמחה, תודה והודאה, פחדים, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס איז נישטא די ווערטער אויסצודריקן מיין דאנק אויף די עצות און הדרכות פונעם ראש ישיבה שליט"א, וויפיל סבלנות דער ראש ישיבה שליט"א האט צו ענטפערן אויף יעדן איינעמ'ס שאלות.


איך וויל שוין א כלה ווערן, מען טראגט יעצט אן א שידוך, אבער איך האב פשוט מורא צוצוגיין, איך בין פול מיט פחדים וואס וועט זיין נאכדעם, איך בין אינגאנצן צעמישט וועגן דעם. ווי אזוי קען איך וויסן אויב ער איז טאקע א גוטער בחור? מיין שוועסטער האט זיך גע'גט, און דאס מאכט מיר טראכטן אויף נישט א גוטע וועג, ווער ווייסט צי איך וועל יא מצליח זיין? ווער ווייסט צי איך וועל זיך נישט דארפן גט'ן שפעטער?


איך האב פשוט מורא צו אויסהערן א שידוך, כאטש וואס מען זאגט מיר צו אז עס א גוטע זאך, עס איז נישטא פון וואס מורא צו האבן, בלייב איך אבער מיט פחדים, און צוליב דעם זאג איך אפ אזויפיל גוטע פארשלאגן פאר שידוכים.


איך דאווען און איך וויין צום אייבערשטן זייער אסאך, איך האב שוין נישט קיין כח מער צו וויינען, איך ווייס אז דער אייבערשטער טוט נאר גוטס. איך בעט אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר געבן אן עצה און הדרכה אין דעם, עס איז פשוט א שאלה פון פיקוח נפש.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, שובבי"ם, כ"ט שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז מען רעדט אייך א שידוך - זאלט איר חס ושלום דאס נישט אפזאגן, גייט מיט שמחה צום שידוך און דער אייבערשטער וועט העלפן איר וועט אויפשטעלן א שיינע שטוב מיט ליכטיגע דורות.


צעברעכט זיך נישט און דערשרעקט זיך נישט מיט די שלעכטע מחשבות וואס דער סמ"ך מ"ם פארדרייט אייך, אלע שלעכטע מחשבות איז פון די קליפות, פון די סטרא אחרא. דער הייליגער זוהר (תיקונים תיקון כא, בסופו) רופט אן די שלעכטע מחשבות 'חיות טמאות, חיות טורפות', פארציקנדע חיות וואס פארציקן דעם מענטש מיטן דערשרעקן מיט זאכן וואס איז דמיונות.


ווי שרעקעדיג קען חתונה האבן זיין אז די תורה געבט דאס פאר די ערשטע מצוה?! אז דער אייבערשטער זאגט מען זאל חתונה האבן - קען עס נישט זיין שרעקעדיג; די תורה זאגט (בראשית ב, יח): "לֹא טוֹב הֱיוֹת הָאָדָם לְבַדּוֹ", עס איז נישט גוט צו זיין נישט חתונה געהאט, אויך זאגן די הייליגע חכמים (יבמות קיח:): "טב למיתב טן דו, מלמיתב ארמלו", עס איז בעסער צו זיין חתונה געהאט ווי זיין אליין.


געענדיגט מיט וויינען, ווער דארף יעצט וויינען? גייט צום שידוך מיט שמחה, גייט צום שידוך מיט תפילה, און מיט תודה והודאה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#154 - וואס טו איך אז מיין טאטע זוכט נישט א שידוך פאר מיר?
שידוכים, חיזוק פאר מיידלעך, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיעורים וואס געבן מיר אסאך חיזוק.


איך בין א מיידל פון 23 יאר אלט, און מיין טאטע זוכט נישט קיין שידוך פאר מיר. אויב איינער רופט אים אן וועגן שידוכים הערט ער זיך צו, אבער שדכנים ווייסן בכלל נישט פון מיר, ער אינטערסירט זיך נישט אמת'דיג צו זוכן א שידוך פאר מיר.


איך קען נישט צופיל רעדן מיט אים וועגן דעם, ער איז שוין אין די עלטערע יארן, וואס קען איך אבער טון דערצו, איך וויל שוין טרעפן מיין שידוך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ל' שובבי"ם, ט"ז שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


א שידוך האט נישט מיט קיינעם, נאר מיט'ן אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג): "מָצִינוּ בַּתּוֹרָה בַּנְּבִיאִים וּבַכְּתוּבִים שֶׁאֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", מיר געפונען אין די תורה, אין נביאים און אין כתובים אז א שידוך האט נאר מיט'ן אייבערשטן.


אין די תורה שטייט, לבן און בתואל האבן געזאגט פאר אליעזר עבד אברהם: "מיר קענען נישט צוריק האלטן רבקה פון חתונה האבן מיט יצחק, ווייל "מֵה' יָצָא הַדָּבָר" (בראשית כד, נ). אין נביאים שטייט (שופטים יד, ד): "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לֹא יָדְעוּ, כִּי מֵה' הִיא", די עלטערן פון שמשון הגיבור האבן נישט געוויסט אז זיין שידוך וואס ער האט געטראפן קומט פונעם אייבערשטן, און אין כתובים שטייט (משלי יט, יד): "בַּיִת וָהוֹן נַחֲלַת אָבוֹת, וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת", א הויז און א פארמעגן קען מען באקומען בירושה פון די עלטערן, אבער א שידוך קען מען נישט באקומען בירושה פון עלטערן, דאס קומט נאר פונעם אייבערשטן אליינס.


אנשטאט זארגן - זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן נאך א תפילה און נאך א תפילה. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות רחמנות, סימן יא): "עַל יְדֵי בַּקָּשַׁת רַחֲמִים, זוֹכֶה לַעֲשׂוֹת שִׁידוּכִים טוֹבִים וְהַגוּנִים", דורך תפילה איז מען זוכה צו טון גוטע שידוכים; נישטא נאך עפעס וואס מען קען טון אויסער תפילה, תפילה איז די עצה פאר א בחור און מיידל וואס ווארטן אויף זייער שידוך, בעטן די פאר ווערטער דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל טרעפן מיין ריכטיגע שידוך שנעל און גרינג"; נאר מיט תפילה קען מען פועל'ן א שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#153 - ווי אזוי קען א גרוש זיך מחזק זיין?
שידוכים, תפילות אויף אידיש, אמונה, ספרי ברסלב, קשיות, זיווג שני

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א גרוש, און ממש יעדן טאג טרעף איך זיך אליינס, ספעציעל ביינאכט, אדער שבתים וימים טובים. איך פרוביר זיך טאקע צו האלטן פריש און גיין יעדע וואך צו אן אנדערער ברודער אדער שוואגער אבער נאכאלץ בין איך זייער צובראכען מיט קשיות אויפ'ן אייבערשטן פארוואס ער האט מיך אריינגעלייגט אין אזא מצב, איך וויל שוין אזוי שטארק נאכאמאל חתונה האבן און טאקע שוין דאס לעצטע מאל מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף, אבער למעשה בין איך יעצט אליינס.


איך וויל וויסן ווי אזוי איך קען זיך מחזק זיין טאג טעגליך אז איך זאל זיך קענען אליינס טרעפן מיט מיר אליינס און אייביג קענען אנגיין מיט א שמייכל און מיט א רואיגקייט.


אויך האב איך געוואלט פרעגן אויב עס איז אפשר דא א תפילה וואס איך וואלט געקענט זאגן יעדן טאג פאר א גוטע שידוך? די תפילות פאר עלטערע בחורים איז נישט אזוי אויסגעשטעלט פאר אינגעלייט אין מיין מצב.


יישר כח פאר אלע חיזוק וואס איך באקום פון די דרשות.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בשלח, כ"ג שובבי"ם, ט' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קשיות אויפ'ן אייבערשטן? מען טאר נישט האבן קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן; מאך זיך א שיעור אין רבי'נס ספרים וועסטו באקומען א קלארע לויטערע אמונה, וועסט נישט האבן קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן.


דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן א גרויסער בעל תשובה אז מען לערנט זיין ספר, "וְאָמַר", נאך האט דער רבי געזאגט, "שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו, רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת", ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת, "אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", וועט זיך אים עפענען אלע זיינע פארשטאפטע אדערן, ער וועט באקומען א קלארע לויטערע ריינע אמונה.


דא האסטו א שיינע תפילה פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו פאר בחורים. די זעלבע תפילה איז פאר א אינגערמאן וואס איז אליינס אן א ווייב, די תפילה איז אויך פאר מיידלעך און פאר פרויען וואס זענען אליינס. זאג די תפילה, אויך לייג אריין דיינע אייגענע ווערטער, ביז דו וועסט זען דיין ישועה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


...


תפילה:


"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין צוּ טְרֶעפְן אַ גוּטֶע שִׁידוּךְ, אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן שְׁנֶעל אוּן גְרִינְג אוּן נִישְׁט דַארְפְן וַוארְטְן מֶער אַזוֹי לַאנְג.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אִיךְ וֵוייס אַז אִיךְ הָאבּ זִיךְ נִישְׁט אוֹיפְגֶעפִירְט וִוי עֶס דַארְף צוּ זַיין, אוּן אַז אִיךְ בִּין נִישְׁט אֵייבִּיג גֶעוֶוען אַזוֹי וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ. אִיךְ בֶּעט דִיר אָבֶּער, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז דוּ זָאלְסְט נִישְׁט קוּקְן אוֹיף דֶעם אוּן צוּלִיבּ דֶעם צוּרִיק הַאלְטְן מַיין שִׁידוּךְ. זֵיי מִיר מוֹחֵל אוֹיף אַלֶעס וָואס אִיךְ הָאבּ נִישְׁט גוּט גֶעטוּן, אוּן הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין שְׁנֶעל חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דָאס וֶועט מִיר הֶעלְפְן אוּן רַאטֶעוֶוען אַז אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט טוּן קַיין עֲבֵירוֹת אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זַיין וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ.


וָואס זָאל אִיךְ טוּן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם? פוּן מַיין זַייט בִּין אִיךְ גְרֵייט חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן הַיינְט נַאכְט! וָואס קֶען אִיךְ טוּן אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט גֶעטְרָאפְן מַיין שִׁידוּךְ? אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ בֶּעט דִיר שׁוֹין אַזוֹי לַאנְג אַז אִיךְ וִויל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דֶערְוַוייל אִיז עֶס נָאכְנִישְׁט אָנְגֶעקוּמֶען.


דִי חַזַ"ל זָאגְן אוּנְז אַז וֶוען אֵיינֶער הָאט חֲתוּנָה נָאךְ דִי צְוָואנְצִיג יָאר, וֶועט עֶר שׁוֹין זַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן דוּ זָאגְסְט אוֹיף אַזַא מֶענְטְשׁ אַז זַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין. פַארְוָואס זָאל מִיר קוּמֶען אַזַא הַארְבֶּער עוֹנֶשׁ אַז אִיךְ זָאל מַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן אַז מַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין? וָואס בִּין אִיךְ דֶען שׁוּלְדִיג? פַארְוָואס קוּמְט עֶס מִיר? אִיז מִיר נִישְׁט גֶענוּג דִי שְׁרֶעקְלִיכֶע פַּיין אוּן וֵוייטָאג וָואס אִיךְ הָאבּ פוּן דֶעם אַלֵיין אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט חֲתוּנָה גֶעהַאט?


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן סַבְלָנוּת אוּן גֶעדוּלְד, אוּן אוֹיסְוַוארְטְן מִיט רוּאִיגְקֵייט בִּיז אִיךְ וֶועל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל נִישְׁט הָאבְּן קַיין קֻשְׁיוֹת אוֹיף דִיר. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל גְלֵייבְּן מִיט אַ שְׁטַארְקֶע אֱמוּנָה אַז דוּ טוּסְט אַלֶעס נָאר צוּם גוּטְן, אוּן יֶעדֶע זַאךְ הָאט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶער חֶשְׁבּוֹן, אוּן מִיט דֶעם זָאל אִיךְ זִיךְ שְׁטַארְקְן אוּן נִישְׁט זַיין אַזוֹי צוּבְּרָאכְן פוּן מַיינֶע שְׁוֶוערִיקַייטְן.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נָאר דוּ קֶענְסְט מִיר פַארְשְׁטֵיין! נָאר דוּ וֵוייסְט מַיינֶע גֶעפִילְן! וִוי אַזוֹי אִיךְ שְׁפִּיר זִיךְ אַזוֹי פַארְשֶׁעמְט אוּן דֶערְנִידֶערְט פוּן מִיר אַלֵיין! אַז אַלֶע מַיינֶע חֲבֵרִים הָאבְּן שׁוֹין חֲתוּנָה גֶעהַאט אוּן נָאר אִיךְ בִּין גֶעבְּלִיבְּן אַלֵיין! הֶעלְף מִיר אַז דִי בִּזְיוֹנוֹת זָאלְן זַיין פַאר כַּפָּרַת עַווֹנוֹת אַז מִיט דֶעם זָאל אִיךְ אָפְּקוּמֶען אַלֶע מַיינֶע עֲבֵירוֹת, אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט דַארְפְן לַיידְן אַזוֹיפִיל אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן בְּקָרוֹב.


אִיךְ וֵוייס אוּן אִיךְ גְלֵייבּ, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, אַז דוּ וֶועסְט מִיר זִיכֶער נִישְׁט פַארְלָאזְן. סוֹף כָּל סוֹף וֶועל אִיךְ זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. אוּן דֶערְפַאר בֶּעט אִיךְ דִיר, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז וֶוען אִיךְ וֶועל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן זָאל אִיךְ זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן אַ גוּטֶע שָׁלוֹם בַּיִת, אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט קְרִיגְן אִינְדֶערְהֵיים, עֶס זָאל שְׁטֶענְדִיג הֶערְשְׁן בַּיי אוּנְז אַהֲבָה וְאַחְוָה וְשָׁלוֹם וְרֵעוּת, מִיר זָאלְן זִיךְ לִיבּ הָאבְּן אוּן הָאבְּן אַ גְלִיקְלִיךְ לֶעבְּן אִינְאֵיינֶעם, אוּן אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט דַארְפְן גֶט'ן חַס וְשָׁלוֹם.


הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שְׁטֶענְדִיג זַיין אַ וַתְּרָן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג מְוַותֵּר זַיין אוּן נִישְׁט זִיךְ קְרִיגְן נָאר שְׁטֶענְדִיג אַרוֹיסְהֶעלְפְן. מִיר זָאלְן הָאבְּן אַ פְרֵיילִיכֶע הוֹיז, עֶס זָאל זִיךְ שְׁפִּירְן דִי שִׂמְחָה אִין דִי לוּפְט בַּיי אוּנְז אִינְדֶערְהֵיים. אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן גֶעזוּנְטֶע אוּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער, אִיךְ זָאל זֵיי אוֹיפְצִיעֶן אוֹיפְ'ן עֶרְלִיכְן אִידִישְׁן וֶועג אוּן זֶען אַסַאךְ אִידִישׁ נַחַת פוּן זֵיי. מַיין שְׁטוּבּ זָאל זַיין אָפְן פַאר אַנְדֶערֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער אַרַיינְצוּנֶעמֶען אוֹרְחִים אוּן צוּ טוּן אַסַאךְ צְדָקָה אוּן חֶסֶד.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה, אוּן הֶעלְף מִיר שׁוֹין, אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, [אוּן אִין זְכוּת פוּן רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֶם זְאֵב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה], אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


 

#152 - מסכים זיין צו א שידוך וואס די מיידל האט א סמארטפאון?
שידוכים, קאמפיוטער, סמארטפאון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב איך זאל מסכים זיין צו א שידוך וואס די מיידל האט א סמארטפאון אדער א לעפטאפ, און זי וויל עס האבן אויך נאך די חתונה?


און וואס איז אויב זי דארף דאס האבן פאר איר ארבעט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תצא, י"א אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישטא קיין כלל ביי דעם.


בעט דיינע עלטערן זאלן זיך אינטערעסירן אויב די מיידל איז אן ערליכע און א געזונטע, אויב עס קומען גוטע גרוסן - זאלסטו זיך טרעפן מיט איר, און אז דו זעסט זי וויל זיין גוט און זי וויל זיין וואויל - איז דאס א גוטע שידוך.


בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט האבן אן ערליכע שטוב מיט ערליכע קינדער. וואס ווייסט א מענטש וואס גייט זיין מיט אים די קומענדיגע מינוט און זיכער ווייסט מען נישט וואס וועט זיין מיט די ווייב און קינדער; אזויפיל אידישע קינדער פאלן אראפ השם ירחם, און אזויפיל אידישע קינדער קומען צוריק צום אייבערשטן; דער וואס האט נישט קיין טעלעפאן מיינט נישט אז מארגן וועט ער נישט האבן, און דער וואס האט יא א טעלעפאן מיינט נישט אז ער איז שלעכט, ער קען באלד מחליט זיין און ער לאזט אפ אלע שלעכטס, מען ווייסט גארנישט; מען קען פרובירן זיך צו אינטערעסירן און אסאך תפילה.


גיי אין א ווינקעלע און גיס זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר דו זאלסט טרעפן א גוטע שידוך. דער רבי זאגט (ספר המדות אות רחמנות, סימן יא): "עַל יְדֵי בַּקָּשַׁת רַחֲמִים, זוֹכֶה לַעֲשוֹת שִׁידוּכִים טוֹבִים וְהַגוּנִים", דורך דאווענען, דורך בעטן דעם אייבערשטן - איז מען זוכה צו טון גוטע שידוכים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#151 - וואס בין איך שולדיג אז איך האב נאכנישט מיין שידוך ביי די 20 יאר?
שידוכים, תפילות אויף אידיש, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב איין זאך לאזט מיך נישט שלאפן ביינאכט, איך ווער שוין באלד 21 יאר אלט, און עס שטייט געפערליכע זאכן אויב איינער גייט אריבער די 20 יאר און האט נאכנישט חתונה געהאט.


איך וויל חתונה האבן, פארוואס בין איך שולדיג צו באקומען דעם עונש פון "כל ימיו בהורהור עבירה" ל"ע ה"י, איך ארבעט אזוי שווער צו זיין ערליך און טראכטן נאר גוטע זאכן, מיינט דאס אז איך בין דערנאך? מיין ארבעט איז אומזיסט? איך בעט דעם אייבערשטן גאר אסאך, איך פרוביר אזוי שטארק צו זיין פרייליך, אינדרויסן זע איך אויס פיין אבער אינעווייניג בלוטיגט עס.


איך האף דער ראש ישיבה וועט מיר קענען מחזק זיין. א גרויסן יישר כח פאר אלעס, דער באשעפער זאל געבען כח פאר'ן ראש ישיבה ווייטער אנצוגיין!


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די געפערליכע זאכן וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין כט:), אז דער וואס האט נישט חתונה פאר די צוואנציג יאר ווערט באשטראפט: "תיפח עצמותיו", עס זאל אים צעגיין זיינע ביינער; דאס מיינט מען די וואס האלטן זיך קלוגער פון די הייליגע חכמים, די אויבער חכמים וואס זאגן אז זיי ווילן נאכנישט חתונה האבן, ענדערש קודם ארבעטן און אוועקלייגן געלט, אדער אפילו די וואס זאגן מען זאל ענדערש ווארטן ביז נאך די צוואנציג כדאי צו קענען לערנען - אויף די איז געזאגט געווארן די אלע שרעקעדיגע זאכן, אבער ווען א בחור איז גרייט חתונה צו האבן יונג און עס גייט אים נישט קיין שידוך, ער איז גרייט חתונה צו האבן מיט וועם אימער, און עס קומט נישט אונטער קיין שידוך - אויף די בחורים איז נישטא קיין שום שלעכטע זאכן.


אז דו ווילסט א שידוך - איז דא איין עצה פאר דיר, גיי אין א ווינקל, זוך א שטילע פלאץ און וויין זיך אויס צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, זאג פאר'ן אייבערשטן:


"הייליגער באשעפער איך וויל שוין מיין שידוך, איך וויל חתונה האבן, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל נישט אריבערגיין די צוואנציג יאר און באקומען א קללה פון תיפח עצמותיו, דערבארעמדיגער באשעפער, וואס בין איך שולדיג אז איך האב נישט קיין שידוך? וואס בין איך שולדיג אז מיינע עלטערן וועלן זיך, אז זיי זאגן אפ שידוכים פאר גארנישט און נישט? וואס בין איך שולדיג צו באקומען די שלעכטע זאכן? איך וויל דאך חתונה האבן!


הייליגער באשעפער, איך וויל זיך אויסרעדן מיין ווייטאג; איך האלט אין איין אראפפאלן אין די עבירה פון פגם הברית הוצאת זרע לבטלה און דאס איז גורם אז מיין שידוך זאל זיך אפשטופן, אבער אייבערשטער וואס קען איך טון נישט אראפצופאלן אין די עבירה? איך קען נישט עומד זיין בנסיון, איך דארף חתונה האבן; אז איך וועל חתונה האבן וועל איך זיך קענען האלטן בקדושה ובטהרה, חכמינו זכרונם לברכה זאגן דאך זאגן (יבמות סב:): "כָּל אָדָם שֶׁאֵין לוֹ אִשָׁה שָׁרוּי בְּלֹא שִֹמְחָה, בְּלֹא בְּרָכָה, בְּלֹא טוֹבָה", איז דאך נישט שייך פאר מיר צו זיין ערליך און אפגעהיטן.


אנא ה' איך בעט דיר אייבערשטער, מאך א נס אז מיינע עלטערן זאלן אויסהערן שידוכים, און שיק מיר מיין שידוך בקרוב, איך וויל נישט מיין גאנצע לעבן דארפן זיין פארנומען מיט שלעכטע מחשבות; וואס בין איך שולדיג אז מיין גאנצע לעבן זאל זיין בהרהור עבירה? פארוואס?! נישט גענוג איך האב נישט מיין שידוך, קומט מיר דאס אויך? נישט האבן א ריינע מח?! איך וויל א שידוך און איך וויל א ריינעם מח".


אזוי זאלסטו בעטן טאג נאך טאג, ביז דער אייבערשטער וועט דיר העלפן, דו וועסט טרעפן דיין שידוך.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#150 - פארוואס רעדן אויף עלטערן וואס מאכן נישט חתונה זייערע קינדער?
שידוכים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געליינט א שארפע בריוו פונעם ראש ישיבה קעגן עלטערן וואס איילן זיך נישט צו טון א שידוך מיט זייערע קינדער. דער ראש ישיבה שרייבט דארט, "פלאי פלאים! אלעס טוט מען, אלעס מאכט מען, אבער ווען דאס קינד בעט די עלטערן: "איך וויל חתונה האבן", "איך וויל א שידוך" - נעמט מען ארויס פון שאנק א שיינע העכערע סארט ווארט און מען הויבט אן זאגן: "עס איז באשערט", "עס איז נאכנישט באשערט", "עס וועט קומען די באשערטע מינוט". אלעס ביז אהין טוט מען און מען מאכט, אלעס אין די וועלט גייט אן, מען רעדט נישט פון באשערט; אז מען מאכט א טעות, מען פארשפעטיגט די צייט - שרייט מען, אז מען האט עפעס אויסגעגאסן - כאפט מען קולות; נישט קיין באשערט, נישט קיין אמונה, און ווי נאר דאס קינד בעט: "איך וויל חתונה האבן", "איך וויל זיין ריין", "איך וויל בויען מיין שטוב" - הויבט מען אן זינגען די ניגון פון באשערט. בעט דיינע עלטערן, זיי אפן מיט זיי; זיי טוען וואס איז גוט פאר זיי, דו זאלסט אויך טון וואס איז גוט פאר דיר אליינס, דו דארפסט חתונה האבן, אנהויבן דיין לעבן".


און איך וויל פארשטיין, ווי נעמט מען די חוצפה צו טרינקען בלוט פון עלטערן צוליב רחמנות אויף די קינדער?! אויב אין דעם ספעציפישן פאל ווייסט איר אפשר אז דאס איז די מעשה, ווי אזוי ווייסט איר אבער וואס טוט זיך ביי אנדערע, אז איר קענט דאס שרייבן פאר יעדן?


וויפיל עלטערן לאזן יעדן טאג טרערן וועגן שידוכים פאר זייערע קינדער. וועט איר זאגן אז זיי וועלן זיך צו שטארק? זיי מעגן מחולק זיין מיט אייך, זיי מיינען נאך אזוי שטארק די טובה פון זייער קינד ווי אייך, אפשר האלטן זיי אז מען דארף יא ווארטן אביסל צו טרעפן עפעס א בעסערע שידוך פאר זייער קינד.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


                              יום ה' פרשת בלק, ט"ו תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיט מיר קענסטו מחולק זיין, אבער מיט די הייליגע חז"ל קען קיינער נישט מחולק זיין; זאל מען זיין ווי גרויס מען זאל נאר זיין.


די הייליגע חכמים זאגן (יבמות סג.): "נָחִית דַּרְגָּא", גיי אראפ א שטאפל, "נָסֹב אִיתְּתָא", און האב חתונה; די הייליגע חכמים זאגן מען זאל זיך נישט וועלן, מען דארף אראפגיין א מדריגה און חתונה האבן; ווי מעג מען לאזן קינדער ווארטן און ווארטן פאר פארשטונקענע כבוד המדומה?!


על פי רוב טוט מען נישט קיין שידוכים מיט די קינדער נאר צוליב כבוד, יחוס; מען זיך א שידוך זאל פאסן, א מיחוס'דיגע זאך, א משפחה מיט א אויסרופליכע נאמען, א משפחה וואס וועט ברענגען כבוד; פרעג איך דיר, וועגן אביסל גאווה מעג מען מְעַגֵן זיין די זין און טעכטער? דאס הייסט רחמנות'דיגע עלטערן? צו לאזן די קינדער פאלן אין עבירות רחמנא לצלן פאר פארשטינקענע כבוד? דאס איז רחמנות?!


מוהרא"ש זאגט, די עלטערן וואס האלטן אפ שידוכים פאר די קינדער - אויף זיי איז געזאגט געווארן (איכה ד, י): "יְדֵי נָשִׁים רַחֲמָנִיּוֹת" די רחמנות'דיגע מאמעס, "בִּשְּׁלוּ יַלְדֵיהֶן" האבן אפגעקאכט זייערע קינדער, גע'הרג'ט זייערע קינדער; די קינדער פאלן אין ביטערע עבירות, אזויפיל קינדער גייען ארויס לתרבות רעה - נאר צוליב דעם; זיי ווילן חתונה האבן און מען לאזט זיי נישט, מען שטעלט א פנים ווי מען מיינט זייער גוטס; דאס איז אכזריות - נישט קיין רחמנות.


עס זענען דא עלטערן וואס ווילן נישט אויסהערן קיין שידוכים מיט'ן אויסרייד: "מיר האבן פשוט רחמנות אויף אונזער זון, אויף אונזער טאכטער; פארוואס זאלן זיי אזוי יונג חתונה האבן?" די עלטערן זאגן: "ענדערש זאלן זיי בלייבן אין שטוב פאר נאך אפאר יאר; מיר ווילן זייער גוטס, מיר מיינען זייער טובה"; דאס איז נישט אמת, דאס איז א גרויסע טעות; וואלט מען באמת רחמנות געהאט אויף די קינדער - וואלט מען זיי חתונה געמאכט יונג, די עלטערן ווייסן נישט, אדער מאכט מען זיך ווי מען ווייסט נישט - וואס גייט אריבער אויף בחורים און מיידלעך; עס איז דאך א פחד, א שרעק - וואס טוט זיך אויף די וועלט, עס פלאקערט א פייער פון ניאוף, בני הנעורים פאלן נעבעך אין ביטערע עבירות, און די איינציגסטע וועג זיי צו ראטעווען איז נאר דורך זיי חתונה מאכן; דאס איז רחמנות, דאס איז ליבשאפט; לאזן ווארטן די קינדער, זיך וועלן - דאס איז רשעות!


ווי קען מען זיין קלוגער פון די הייליגע חכמים זכרונם לברכה וואס זאגן (סנהדרין עו:): "הַמַּדְרִיךְ בָּנָיו וּבְנוֹתָיו בְּדֶרֶךְ יְשָׁרָה", דער וואס פירט זיין שטוב, די זין און טעכטער - אויף די ריכטיגע וועג, "וְהַמַשִׂיאָן סָמוּ לְפִרְקָן", און ער מאכט זיי חתונה יונג, "עָלָיו הַכָּתוּב אוֹמֵר", אויף אים איז געזאגט דער פסוק (איוב ה, כד): "וְיָדַעְתָּ כִּי שָׁלוֹם אָהֳלֶךָ"; בפרט היינטיגע טעג וואס מען ליידט זיך צאם אזויפיל פון די יוגענט, דאס קומט נאר פון דעם ווייל מען מאכט זיי נישט חתונה יונגערהייט, ווער רעדט נאך ביי טעכטער, דארט זאגן דאך די הייליגע חכמים קלאר (פסחים קיג.): "בִּתְּךָ בָּגְּרָה", ווען דיין טאכטער ווערט צוועלף יאר, "שַׁחְרֵר עַבְדְּךָ", באפריי דיין קנעכט, "וְתֵן לָהּ", און מאך איר חתונה מיט אים, אז זי זאל נישט אנקומען צו טון עבירות.


ווי מעג מען אפזאגן א שידוך? ווי מעג מען אפהאלטן א שידוך? ווי מעגן עלטערן זיך אריינמישן ווען עס איז א קלארע הלכה אן קיין איין חולק (רמ"א ביורה דעה סימן רמ, סעיף כה): "וְכֵן אִם הָאָב מוֹחֶה בַּבֵּן לִשָּׂא אֵיזוֹ אִשָּׁה שֶׁיַּחְפֹּץ בָּהּ הַבֵּן, אֵין צָרִיךְ לִשְׁמֹעַ אֶל הָאָב", עלטערן קענען נישט אפהאלטן דעם קינד פון חתונה האבן; דער קינד קען מאכן די שידוך אפילו זיי ווילן נישט, און זיכער אויב ער פאלט אין עבירות רחמנא לצלן, איז ער מחויב חתונה צו האבן; דאס איז א קלארע הלכה אן קיין איין חולק.


ווער עס זעט וואס גייט פאר היינטיגע טעג מיט די יוגענט - שטייט פארלוירן, מען ווייסט נישט וואס צו טון; עס וועט גארנישט העלפן, די אלע אסופות העלפט נישט; עס וועט גארנישט העלפן, עס וועט גארנישט ניצן, איין עצה איז דא, נאר איין עצה: "חתונה מאכן די קינדער יונג, ווען זיי זענען נאך ריין" - דאס וועט ראטעווען דעם דור.


וואויל איז פאר די עלטערן וואס מאכן חתונה די קינדער יונגערהייט, זיי קוקן אויף די טובה פון די קינדער; זיי קוקן נישט אויף נארישע כבוד, נארישע סברות.


א טייל זאגן: אויב מיר וועלן ווארטן נאך אפאר יאר - וועט דער בחור אדער טאכטער ווערן בעסער, ער וועט זיך קענען משלים זיין בתורה ועבודה; הבל הבלים, נארישקייטן, עס איז נישט אמת; מען ווערט נישט בעסער, מען ווערט נאר ערגער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קדושין כט:): "אִם אִי אֶפְשָׁר לוֹ בְּלֹא אִשָּׁה", אויב איז אים נישט מעגליך צו זיין אן א ווייב, "יִשָּׂא אִשָּׁה", זאל ער חתונה האבן, "וְאַחַר כַּךְ יִלְמֹד תּוֹרָה", און נאכדעם לערנען תורה; ווער רעדט נאך אז מען קען אנקומען צו די צוואנציג יאר, זאגן חז"ל (שם): "בֶּן עֶשְׂרִים שָׁנָה וְלֹא נָשָׂא אִשָּׁה", אויב מען איז נישט חתונה געהאט ביי די צוואנציג, "כָּל יָמָיו בְּהִרְהוּר עֲבֵירָה", וועט ער זיין גאנץ לעבן טראכטן שלעכטס, ווייל הרגל נעשה טבע, וואס מען געוואוינט זיך צו צו טון - דאס ווערט א נאטור, און וויבאלד ער האט נישט געהאט קיין ווייב אין די יונגע יארן, און ער האט זיך איינגעוואוינט צו נישט גוטע מחשבות, אויב וועט ער נישט תשובה טון וכו' - וועט זיך דאס ציען זיין גאנץ לעבן; ווי קען מען זיין קלוגער ווי די הייליגע חכמים? דאס איז יראת שמים? דאס איז ערליכע עלטערן?


דו שרייבסט אז די עלטערן וואס וועלן זיך מיינען נאך אזוי די טובה פאר די קינדער וכו'; קיינער קען נישט זאגן אנדערש ווי די הייליגע חכמים, איינער וואס זאגט אנדערש פון די תורה איז א נאר, א טיפש; אז מען ווארט און מען וועלט זיך - ווערט מען נישט בעסער, עס איז ליגנט, עס איז שקר ווי עבודה זרה. די הייליגע חכמים זאגן (פסחים קיב:): "מִצְוָה וְגוּף טָהוֹר", ווער עס וויל דינען דעם אייבערשטן מיט א ריינקייט, מיט א הייליגקייט, "נוֹשֵׂא אִשָּׁה", זאל חתונה האבן, "וְלוֹ בָּנִים", ער זאל זיין מיט א ווייב און האבן קינדער; ווייל ווי לאנג מען איז נישט חתונה געהאט איז מען א האלבע גוף.


נאך זאגן זיי (יבמות סב:): "כָּל אָדָם שֶׁאֵין לוֹ אִשָׁה", ווער עס האט נישט חתונה, ער לעבט אליינס אן א ווייב, "שָׁרוּי בְּלֹא שִֹמְחָה", דער לעבט אן קיין שמחה, "בְּלֹא בְּרָכָה", דער לעבט אן קיין ברכות, "בְּלֹא טוֹבָה", דער ווייסט נישט וואס מיינט גוט, "בְּלֹא תּוֹרָה", מען האט נישט קיין תורה, "בְּלֹא חוֹמָה", מען לעבט אן קיין מויער, "בְּלֹא שָׁלוֹם", אן קיין פרידן; די אלע זאכן האט מען נישט פאר די חתונה, דער מדרש (בראשית רבה יז, ב) לייגט צו נאך זאכן וואס פעלט פאר'ן חתונה האבן, "בְּלֹא עֵזֶר", מען האט נישט קיין העלפער, "בְּלֹא כַּפָּרָה", מען האט נישט קיין פארצייער, "בְּלֹא חַיִּים", עס איז נישט קיין לעבן.


אלע צדיקים האבן חתונה געהאט יונג און חתונה געמאכט זייערע קינדער יונג, ווייל נאר אז מען האט חתונה - איז מען אפגעהיטן. דער הייליגער זוהר זאגט (האזינו רצו.): "מַאן דְּלָא אִשְׁתְּכַח דְּכַר וְנוּקְבָּא, אִקְרֵי פְּלַג גּוּפָא", ווער עס האט נישט חתונה - איז א האלבע זאך, "וְלֵית בִּרְכָתָא שַׁרְיָא בְּמִלָּה פְּגִימָא וַחֲסֵירָא, אֶלָּא בַּאֲתָר שְׁלִים", די ברכה קען נישט זיין אין א האלבע זאך, נאר אין א גאנצע זאך; נאך זאגט דער הייליגער זוהר (אחרי, נט:) "רֶבִּי יִצְחָק אָמַר", דער הייליגער רבי יצחק זאגט: "בְכָל אֲתַר דְּלָא אִשְׁתְּכַח דְּכַר וְנוּקְבָּא, לָאו כְּדַאי לְמֵחֱמֵי אַפֵּי שְׁכִינְתָּא", ווער עס האט נישט חתונה - איז נישט ווערד צו זען די פנים פון די שכינה; פריער אין פרשת ויקרא (ה.) שטייט: "כָּל מַאן דְּלָא אִשְׁתְּכַח דְּכַר וְנוּקְבָּא", ווער עס האט נישט חתונה, "כָּל שְׁבָחָא אַעְדּוֹי מִנֵּיהּ", דער האט נישט קיין שום לויב, "וְלָאו הוּא בִּכְלָלָא דְּאָדָם", דער איז נישט גערעכנט פאר א מענטש, "וְלֹא עוֹד, אֶלָּא דְּלָאו אִיהוּ כְּדַאי לְאִתְבָּרְכָא", און ער איז נישט ווערד צו ווערן געבענטשט.


ווארף אוועק דיינע חכמות המדומות, האב רחמנות אויף דיינע קינדער און זאג נישט אפ קיין איין שידוך; שטופ עס נישט אפ קיין איין טאג, קוק וואס די הייליגע חכמים זכרונם לברכה דערציילן (קידושין כט:) רב חסדא האט אויסגערומט פאר רב הונא דאס גרויסקייט פון רב המנונא, אז ער איז א גרויסער מענטש, האט רב הונא געבעטן פון רב חסדא, איך וויל אים זען; ווען ער קומט צו דיר זאלסטו אים אהער שיקן. "כִּי אָתָא, חַזְיֵּיהּ דְּלָא פָּרִיס סוּדָרָא", ווען רב המנונא איז געקומען האט רב הונא געזען אז ער האט נישט קיין טלית, האט ער אים געפרעגט: "מַאי טַעְמָא לָא פְּרִיסַת סוּדָרָא", פארוואס גייסטו נישט מיט קיין טלית, האט אים רב המנונא געענטפערט, ווייל איך האב נאכנישט חתונה געהאט, "אַהֲדְרִינְהוּ לְאַפֵּיהּ מִינֵיהּ", האט רב הונא אוועק געדרייט זיין פנים פון אים און אים געזאגט: "חָזִי דְּלָא חֲזִית לְהוּ לְאַפֵּי עַד דְנָסְבַת", דעמאלט זאלסטו נישט קומען צו מיר, ווייל איך וויל נישט זען דיין פנים ביז דו האסט חתונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#149 - רעדן מיט שדכנים, אדער בעטן א שידוך נאר פונעם אייבערשטן?
שידוכים, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, סגולות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זיך זייער מחזק מיט די שיעורים, ובפרט מיט די טעגליכע "חיזוק יומי", אין אייער זכות האב איך צוריק אנגעהויבן לערנען תורה, איך זאג ברוך ה' אסאך משניות, איך בין מעביר סדרה יעדע וואך, אויך לערן איך ברסלב'ע ספרים, און צומאל אויך גמרא. איך בין זיך מתבודד יעדן טאג פאר א שעה צייט, געווענליך טו איך עס ביינאכט. איך גיי יעדן טאג אין מקוה, און איך זאג יעדן טאג דעם תיקון הכללי נאך שחרית. יישר כח פאר אלעס, ספעציעל פאר די אמונה און בטחון וואס איך באקום פון די שיעורים.


איך בין א בחור פון 17 יאר, פאר דריי יאר צוריק בין איך אריינגעפאלן אין שלעכטע זאכן, איך האב נישט געהיטן אויף שמירת עינים און קדושת הברית, קיינער האט מיר נישט אנגעווארנט אז מען טאר נישט טון די זאכן, איך בין אריינגעפאלן אין ביטערע זאכן, און איך לייד נאך ביז יעצט פון דעם.


איך וויל שוין חתונה האבן, איך וועל האבן א פרייליכע לעבן מיט קדושה און טהרה, איך בעט אסאך דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף מיר און מיר שוין ברענגען מיין שידוך, ווייל עס איז מיר זייער שווער אנצוגיין מיט די ביטערע נסיונות, איך בין צעהאקט און צעבראכן פון מיינע שלעכטע תאוות, איך וויל שוין חתונה האבן און זיין אן ערליכער איד. איך בין געווען איין מאל ביים ציון פון מוהרא"ש אין יבנאל און דארט אויסגעזאגט תהלים.


מיינע חברים פארשטיין נישט פארוואס איך יאג זיך אזוי חתונה צו האבן, אין אונזער געגנט איז נישט איינגעפירט חתונה צו האבן אזוי יונג, אבער איך וויל שוין אזוי שטארק חתונה האבן, זאל איך רעדן מיט שדכנים אדער נאר בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם?


ווען איך גיי אויפ'ן גאס און עס קומען מיר אנטקעגן נסיונות אין שמירת עינים, בייג איך אראפ די אויגן, אבער עס ברענגט מיר נאכאלץ שלעכטע מחשבות, און אויך זעט עס אויס מאדנע אז פלוצלינג אינמיטן גיין הויב איך אן אראפצוקוקן. אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר זאגן וואס איך קען טון צו זיין אן אמת'ער ערליכער איד, אן אמת'ער צדיק, צו היטן אויף שמירת עינים, שמירת הברית און שמירת המחשבה, און זיין אלץ פרייליך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א שידוך האט נישט מיט שדכנים און מיט קיינעם, נאר מיט'ן אייבערשטן; א שידוך האט מיט תפילה, בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג ער זאל דיר העלפן טרעפן דיין זיווג.


דארפסט נישט קיינעם רופן, דארפסט צו קיינעם נישט רעדן; תפילה איז די עצה פאר א שידוך. דער רבי זאגט (ספר המדות אות רחמנות, סימן יא): "עַל יְדֵי בַּקָּשַׁת רַחֲמִים, זוֹכֶה לַעֲשׂוֹת שִׁידוּכִים טוֹבִים וְהַגוּנִים", דורך תפילה איז מען זוכה צו טון גוטע שידוכים.


נעם די סגולה וואס דער רבי זאגט (ספר המדות אות חיתון, סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ, יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", וועם עס גייט שווער צו טרעפן א שידוך זאל זאגן אסאך די "קרבנות הנשיאים"; פון (במדבר ז, א): "וַיְהִי בְּיוֹם כַּלּוֹת משֶׁה לְהָקִים אֶת הַמִּשְׁכָּן", ביזן סוף, וואס דאס איז די קריאה וואס מען ליינט חנוכה (עס איז געדרוקט אין יעדע סידור ביי קריאת התורה, קריאה לחנוכה), און ווען דו ענדיגסט זאגן די "קרבנות הנשיאים" זאלסטו זאגן די הארץ רייסנדע תפילה וואס מוהרא"ש האט געמאכט פאר בחורים און מיידלעך:


"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין צוּ טְרֶעפְן אַ גוּטֶע שִׁידוּךְ, אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן שְׁנֶעל אוּן גְרִינְג אוּן נִישְׁט דַארְפְן וַוארְטְן מֶער אַזוֹי לַאנְג.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אִיךְ וֵוייס אַז אִיךְ הָאבּ זִיךְ נִישְׁט אוֹיפְגֶעפִירְט וִוי עֶס דַארְף צוּ זַיין, אוּן אַז אִיךְ בִּין נִישְׁט אֵייבִּיג גֶעוֶוען אַזוֹי וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ. אִיךְ בֶּעט דִיר אָבֶּער, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז דוּ זָאלְסְט נִישְׁט קוּקְן אוֹיף דֶעם אוּן צוּלִיבּ דֶעם צוּרִיק הַאלְטְן מַיין שִׁידוּךְ. זֵיי מִיר מוֹחֵל אוֹיף אַלֶעס וָואס אִיךְ הָאבּ נִישְׁט גוּט גֶעטוּן, אוּן הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין שְׁנֶעל חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דָאס וֶועט מִיר הֶעלְפְן אוּן רַאטֶעוֶוען אַז אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט טוּן קַיין עֲבֵירוֹת אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זַיין וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ.


וָואס זָאל אִיךְ טוּן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם? פוּן מַיין זַייט בִּין אִיךְ גְרֵייט חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן הַיינְט נַאכְט! וָואס קֶען אִיךְ טוּן אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט גֶעטְרָאפְן מַיין שִׁידוּךְ? אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ בֶּעט דִיר שׁוֹין אַזוֹי לַאנְג אַז אִיךְ וִויל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דֶערְוַוייל אִיז עֶס נָאכְנִישְׁט אָנְגֶעקוּמֶען.


דִי חַזַ"ל זָאגְן אוּנְז אַז וֶוען אֵיינֶער הָאט חֲתוּנָה נָאךְ דִי צְוָואנְצִיג יָאר, וֶועט עֶר שׁוֹין זַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן דוּ זָאגְסְט אוֹיף אַזַא מֶענְטְשׁ אַז זַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין. פַארְוָואס זָאל מִיר קוּמֶען אַזַא הַארְבֶּער עוֹנֶשׁ אַז אִיךְ זָאל מַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן אַז מַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין? וָואס בִּין אִיךְ דֶען שׁוּלְדִיג? פַארְוָואס קוּמְט עֶס מִיר? אִיז מִיר נִישְׁט גֶענוּג דִי שְׁרֶעקְלִיכֶע פַּיין אוּן וֵוייטָאג וָואס אִיךְ הָאבּ פוּן דֶעם אַלֵיין אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט חֲתוּנָה גֶעהַאט?


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן סַבְלָנוּת אוּן גֶעדוּלְד, אוּן אוֹיסְוַוארְטְן מִיט רוּאִיגְקֵייט בִּיז אִיךְ וֶועל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל נִישְׁט הָאבְּן קַיין קֻשְׁיוֹת אוֹיף דִיר. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל גְלֵייבְּן מִיט אַ שְׁטַארְקֶע אֱמוּנָה אַז דוּ טוּסְט אַלֶעס נָאר צוּם גוּטְן, אוּן יֶעדֶע זַאךְ הָאט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶער חֶשְׁבּוֹן, אוּן מִיט דֶעם זָאל אִיךְ זִיךְ שְׁטַארְקְן אוּן נִישְׁט זַיין אַזוֹי צוּבְּרָאכְן פוּן מַיינֶע שְׁוֶוערִיקַייטְן.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נָאר דוּ קֶענְסְט מִיר פַארְשְׁטֵיין! נָאר דוּ וֵוייסְט מַיינֶע גֶעפִילְן! וִוי אַזוֹי אִיךְ שְׁפִּיר זִיךְ אַזוֹי פַארְשֶׁעמְט אוּן דֶערְנִידֶערְט פוּן מִיר אַלֵיין! אַז אַלֶע מַיינֶע חֲבֵרִים הָאבְּן שׁוֹין חֲתוּנָה גֶעהַאט אוּן נָאר אִיךְ בִּין גֶעבְּלִיבְּן אַלֵיין! הֶעלְף מִיר אַז דִי בִּזְיוֹנוֹת זָאלְן זַיין פַאר כַּפָּרַת עַווֹנוֹת אַז מִיט דֶעם זָאל אִיךְ אָפְּקוּמֶען אַלֶע מַיינֶע עֲבֵירוֹת, אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט דַארְפְן לַיידְן אַזוֹיפִיל אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן בְּקָרוֹב.


אִיךְ וֵוייס אוּן אִיךְ גְלֵייבּ, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, אַז דוּ וֶועסְט מִיר זִיכֶער נִישְׁט פַארְלָאזְן. סוֹף כָּל סוֹף וֶועל אִיךְ זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. אוּן דֶערְפַאר בֶּעט אִיךְ דִיר, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז וֶוען אִיךְ וֶועל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן זָאל אִיךְ זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן אַ גוּטֶע שָׁלוֹם בַּיִת, אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט קְרִיגְן אִינְדֶערְהֵיים, עֶס זָאל שְׁטֶענְדִיג הֶערְשְׁן בַּיי אוּנְז אַהֲבָה וְאַחְוָה וְשָׁלוֹם וְרֵעוּת, מִיר זָאלְן זִיךְ לִיבּ הָאבְּן אוּן הָאבְּן אַ גְלִיקְלִיךְ לֶעבְּן אִינְאֵיינֶעם, אוּן אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט דַארְפְן גֶט'ן חַס וְשָׁלוֹם.


הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שְׁטֶענְדִיג זַיין אַ וַתְּרָן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג מְוַותֵּר זַיין אוּן נִישְׁט זִיךְ קְרִיגְן נָאר שְׁטֶענְדִיג אַרוֹיסְהֶעלְפְן. מִיר זָאלְן הָאבְּן אַ פְרֵיילִיכֶע הוֹיז, עֶס זָאל זִיךְ שְׁפִּירְן דִי שִׂמְחָה אִין דִי לוּפְט בַּיי אוּנְז אִינְדֶערְהֵיים. אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן גֶעזוּנְטֶע אוּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער, אִיךְ זָאל זֵיי אוֹיפְצִיעֶן אוֹיפְ'ן עֶרְלִיכְן אִידִישְׁן וֶועג אוּן זֶען אַסַאךְ אִידִישׁ נַחַת פוּן זֵיי. מַיין שְׁטוּבּ זָאל זַיין אָפְן פַאר אַנְדֶערֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער אַרַיינְצוּנֶעמֶען אוֹרְחִים אוּן צוּ טוּן אַסַאךְ צְדָקָה אוּן חֶסֶד.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה, אוּן הֶעלְף מִיר שׁוֹין, אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, [אוּן אִין זְכוּת פוּן רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֶם זְאֵב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה], אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#148 - זאל איך קומען אין די ברסלב'ע ישיבה, צו באקומען מיין שידוך?
אומאן, שידוכים, שלום בית, סיפורי צדיקים, מוהרא"ש, בחור, ישיבה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון ענגלאנד און איך האב געוואלט פרעגן אויב איך זאל קומען לערנען ביים ראש ישיבה שליט"א אין ישיבה תפארת התורה, ווייל איך האב געהערט אמאל פונעם ראש ישיבה שליט"א אז ווען מען קומט לערנען אין רבינ'ס ישיבה, טרעפט מען דעם שידוך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א שידוך האט נאר מיט'ן אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג): "מָצִינוּ בַּתּוֹרָה בַּנְּבִיאִים וּבַכְּתוּבִים שֶׁאֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", מיר געפונען אין די תורה, און נביאים און אין כתובים אז א שידוך האט נאר מיט'ן אייבערשטן; אין די תורה שטייט (בראשית כד, נ): "וַיַּעַן לָבָן וּבְתוּאֵל, וַיֹּאמְרוּ, מֵה' יָצָא הַדָּבָר", אין נביאים שטייט (שופטים יד, ד): "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לֹא יָדְעוּ כִּי מֵה' הִיא", און אין כתובים שטייט (משלי יט, יד): "בַּיִת וָהוֹן נַחֲלַת אָבוֹת, וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת", זעען מיר איבעראל אז א שידוך האט נאר מיט'ן באשעפער.


מען קען נישט זאגן: 'גיי דא וועסטו האבן דיין שידוך', 'קום דא וועסטו האבן דיין שידוך'; פון מיר האסטו נישט געהערט אזוינס אז מען דארף קומען ביי אונזער ישיבה פאר א שידוך, פון מיר האסטו געהערט אז קומען אין ישיבה וועט נישט שאטן פאר די שידוך. זייער אסאך בחורים ווילן קומען לערנען ביים רבי'ן און די עלטערן האבן מורא עס וועט זיי שאטן פאר א שידוך, פאר זיי זאג איך זיי זאלן נישט מורא האבן צו קומען אין ישיבה, דאס וועט נאר שנעלער מאכן די שידוך, אבער נישט אז מען דארף קומען לערנען דא, און נאר אזוי וועט זיין א שידוך; אזוינס קען מען נישט זאגן.


די וואס האבן מורא צו גיין קיין אומאן וועגן א שידוך, אדער זיי האבן מורא זיך צו דרייען צווישן ברסלב'ער חסידים און אפגערעדט צו קומען לערנען אין ברסלב - די דארפן זיך נישט זארגן, ווייל פון טון גוטע זאכן, הייליגע זאכן - פארלירט מען גארנישט.


מוהרא"ש האט מיט יארן צוריק געזאגט: "עס וועט קומען א צייט וואס מיידלעך וועלן נאר וועלן בחורים וואס זענען מקורב צום רבי'ן"; געווען איז דאס די צווייטע יאר וואס מיר האבן געעפנט די ישיבה, שנת תש"ע, דעמאלט איז געווען גרויסע מלחמות קעגן די ישיבה, מען האט געזוכט ווי אזוי מען קען פארמאכן די ישיבה, מען האט געמאכט א שלעכטע נאמען אויף אונז; עס איז געקומען צו א מצב אז עס איז נישט געגאנגען קיין שידוכים, עס זענען געווען אין ישיבה אסאך בחורים, און עס האט זיך נישט גערוקט קיין שידוכים, מען האט אפגעזאגט אלעס צוליב די שלעכטע נאמען אויף די ישיבה.


מיר זענען געגאנגען צו מוהרא"ש פרעגן וואס צו טון, מוהרא"ש האט מיר דעמאלט געזאגט: "שרייב אפ די ווערטער וואס איך זאג דיר, עס וועט קומען א צייט אז מיידלעך וועלן נאר וועלן א שידוך טון מיט בחורים פון די ישיבה", דעמאלט ווען מוהרא"ש האט דאס געזאגט האבן מיר דאס נישט געקענט גלייבן, אזא זאך איז נישט אריין אין קאפ, מיר האבן דאס אפגעשריבן; יעצט זעען מיר אז די ווערטער זענען מקוים געווארן, עס איז דא אזויפיל וואס ווארטן צו באקומען א בחור א תלמיד היכל הקודש.


עס איז זייער פארשטענדליך פארוואס מען וויל דוקא זיך משדך זיין מיט תלמידי היכל הקודש, ווייל ביים רבי'ן איז שלום בית געווען א יסוד, ביים רבי'ן האט מען נישט געקענט זיין אויב מען האט זיך געקריגט אין שטוב, דער רבי האט נישט געוואלט זיצן ביים טיש מיט אזא איינעם וואס קריגט זיך אין שטוב מיט די ווייב. די גאנצע ענין פון שלום בית, פון רעדן שיין אין שטוב, מכבד זיין די ווייב - געפונט מען נאר אין רבינ'ס ספרים, דעריבער ווילן מענטשן זיך משדך זיין מיט א ברסלב'ער בחור, מען וויל זען נחת ביי די קינדער.


לערן, דאווען און פיר זיך מיט גוטע מידות - וועסטו בקרוב טרעפן דיין שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#147 - ווייל איך האב נישט קיין געלט, מוז איך נעמען פשוטע איידעמער?
שידוכים, שמחות, קינדער, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האלט שוין ברוך ה' אינמיטן חתונה מאכן די קינדער, איך האב ברוך ה' פרנסה צו לעבן בהרחבה, ווען עס קומט אבער צו חתונה מאכן איז מיר זייער שווער און איך שטופ קוים אדורך די הוצאות.


עס טוט מיר אבער וויי אן אנדערע זאך, איך האב אן עלטערער ברודער, א גרויסער עושר, און אלע שידוכים וואס ער האט געטון האט ער באצאלט אסאך געלט צו באקומען די בעסטע שידוכים תלמידי חכמים פון די חשובסטע משפחות, און אויך באצאלט ער פאר זיינע איידימער צו בלייבן זיצן און לערנען, אין ווען איך זע ווי ער האט אזעלכע חשובע איידימער אין איך האב געדארפט טון זייער פשוטע שידוכים ווייל איך האב נישט די געלט צו באצאלן פאר טייערע שדכנים און פאר איידימער צו זיצן און לערנען, טוט עס מיר זייער וויי.


הגם געווענליך בין איך נישט א מענטש וואס קוקט אויף אנדערע און איך בין צופרידן מיט וואס איך האב, אבער מיט דעם קען איך זיך נישט קיין עצה געבן און איך טראכט גאנצע נעכט פון דעם. איך וויל בעטן אויב דער ראש ישיבה קען מיך אויסקלארן און מחזק זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ה' פרשת בחוקותי, כ"ו אייר, מ"א לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די הייליגע חכמים זאגן פארקערט, (נדרים פא.): "הזהרו בבני עניים", געבט אכטונג אויף קינדער פון ארעמעלייט, "שמהן תצא תורה", ווייל פון זיי קומט ארויס תורה, ווייל זיי האלטן זיך קליין, תורה האלט זיך נאר אין א נידריגע פלאץ.


אזוי אויך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (תענית ז.): "למה נמשלו דברי תורה למים", פארוואס איז די תורה צוגעגליכן צו וואסער? עס שטייט (ישעיה נה, א): "הוֹי כָּל צָמֵא לְכוּ לַמַּיִם", "לומר לך", אונז צו לערנען, "מה מים מניחין מקום גבוה והולכין למקום נמוך", אזוי ווי וואסער וועט אוועק רינען פון א הויכע פלאץ, עס רינט ביז די נידריגע פלאץ, "אף דברי תורה אין מתקיימין אלא במי שדעתו שפלה", אזוי אויך האלט זיך נישט קיין תורה ביי בעלי גאווה, נאר ביי קליינע לייט.


אז דו ווילסט האבן ערליכע קינדער, קינדער וואס לערנען, קינדער וואס דינען דעם אייבערשטן - זאלסטו מכבד זיין תלמידי חכמים און ליב האבן תלמידי חכמים.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כג:): "דְּרָחִים רַבָּנָן", דער וואס האט ליב תלמידי חכמים, "הֲוֵי לֵהּ בְּנִין רַבָּנָן", וועלן זיינע קינדער זיין תלמידי חכמים, "דְּמוֹקִיר רַבָּנָן", און דער וואס איז מכבד תלמידי חכמים, "הֲוֵי לֵהּ חַתְנוּתָא רַבָּנָן", וועלן זיינע איידעמער זיין תלמידי חכמים, "דְּדָחִיל מֵרַבָּנָן", און דער וואס האט הכנעה פאר תלמידי חכמים, "הוּא גּוּפֵיהּ הֲוֵי צוּרְבָּא מֵרַבָּנָן", וועט ער אליינס ווערן א תלמיד חכם, "וְאִי לָאו בַּר הָכֵי הוּא, מִשְׁתַּמְעָן מִילֵיהּ כְּצוּרְבָא מֵרַבָּנָן", און אפילו ער איז נישט קיין גרויסער פארשטייער וועט מען אננעמען זיינע ווערטער אזוי ווי מען הערט אויס די ווערטער פון תלמידי חכמים.


קינדער ווילן טון און וועלן טון וואס איז חשוב ביי זייערע עלטערן; אז די עלטערן טראכטן טאג און נאכט פון געלט - וועלן די קינדער נאך גיין נאך געלט, זיי וועלן נישט לערנען און נישט דאווענען, זיי וועלן עוסק זיין נאר אין געלט, ווידער קינדער וואס זעען די עלטערן האבן ליב ערליכע אידן, זיי רעדן מיט דרך ארץ פון ערליכע אידן, זיי זענען מכבד ערליכע אידן - וועלן זיי ווערן ערליכע אידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#146 - מעג איך גיין צום ציון הקדוש פון מוהרא"ש, אין חודש ניסן?
שידוכים, יבנאל, מוהרא"ש, קברי צדיקים, סגולות, חודש ניסן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט מוז איך זיך באדאנקען פאר די שיעורים, און פאר די געוואלדיגע ספעציעלע ניגונים וואס זענען מעורר די טיפענישן פון הארץ.


איך וויל יעצט פארן צו מוהרא"ש'ס ציון אין יבנאל אויסצוזאגן גאנץ תהלים פאר א סגולה צו טרעפן א שידוך. מיין שאלה איז נאר אויב מען מעג גיין אום חודש ניסן. פאר מיר קומט יעצט אויס גרינגער ווייל ס'איז בין הזמנים, איך ווייס נאר נישט אויב ס'איז אויסגעהאלטן צו גיין אויף קברים אין חודש ניסן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

 


בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אחרי ב', מברכים החודש, כ"ח ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קענסט גיין חודש ניסן צום ציון פון מוהרא"ש אויסזאגן תהילים צו טרעפן א שידוך.


בעצם די זאך פון נישט גיין חודש ניסן צו קברים איז נישט קיין קלארע הלכה, עס איז א מנהג און עס איז דא אין דעם אסאך צו רעדן לכאן ולכאן, אבער צו א ציון פון א צדיק קען מען גיין.


מוהרא"ש זאגט אין די צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער אִיז מַיין עֵדוּת אַז יֶעדֶע וָוארְט וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעשְׁרִיבְּן פַאר מַיין מַצֵבָה אִיז אֱמֶת. דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֵוייסְט אוּן קֶען מַיין צוּבְּרָאכְן הַארְץ וֶועלְכֶע אִיז צוּבְּרָאכְן אוֹיף טוֹיזְנְטֶער שְׁטִיקְלֶעךְ כְּחֶרֶס הַנִּשְׁבָּר. אוּן אִיךְ הָאף אַז מִיט דֶעם וָואס מֶען וֶועט קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר אוּן מֶען וֶועט דָארְט דַאוֶוענֶען אוּן לֶערְנֶען אוּן רֶעדְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, דוּרְךְ דֶעם וֶועל אִיךְ הָאבְּן אַ תִּיקוּן פַאר מַיין נֶפֶשׁ רוּחַ אוּן נְשָׁמָה.


אַזוֹי וִוי בַּיי מַיין לֶעבְּן זֶענֶען אַסַאךְ מֶענְטְשְׁן נִתְעוֹרֵר גֶעוָוארְן צוּ תְּשׁוּבָה טוּן דוּרְךְ מִיר, אַזוֹי וֶועט זַיין אוֹיךְ נָאךְ מַיין הִסְתַּלְקוּת. וֶוען מֶען וֶועט קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר, וֶועט מֶען נִתְעוֹרֵר וֶוערְן צוּ תְּשׁוּבָה טוּן.


אוֹיךְ וֶועט מֶען מִיטְן אֵייבֶּערְשְׁטְנְ'ס הִילְף קֶענֶען פּוֹעְלְ'ן בַּיי מַיין קֵבֶר אַלֶע עֶרְלֵיי יְשׁוּעוֹת. וֶוען מֶען וֶועט קוּמֶען מִתְפַּלֵל זַיין בַּיי מַיין קֵבֶר, וֶועל אִיךְ זַיין אַ מֵלִיץ יוֹשֶׁר אוּן אִיךְ וֶועל נִישְׁט רוּעֶן בִּיז אִיךְ וֶועל זֶען צוּ בְּרֶענְגֶען דִי יְשׁוּעָה פַאר דֶעם וָואס אִיז גֶעקוּמֶען אוֹיף מַיין קֵבֶר.


אוּן סְפֶּעצִיעֶל אַ בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ, אוֹיבּ וֶועלְן זֵיי קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר אוּן דָארְט אוֹיסְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים אָן קַיין הֶפְסֵק, זָאג אִיךְ זֵיי צוּ אַז זֵיי וֶועלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר רִיכְטִיגֶע בַּאשֶׁערְטֶע שִׁידוּךְ, אוּן אִיךְ בִּין זֵייעֶר שְׁטַארְק מִיט דֶעם".


א פרייליכן שבת.


 


 

#145 - בין איך ראוי צו מאכן בתים פאר די הייליגע תפלין?
שידוכים, התחזקות, קדושה, פרנסה, מקוה, משניות, תיקון הכללי, תפלין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן א גרוש, פון ווען איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים, האב איך זיך אנגעהויבן שטארקן מיט אמונה, און דאס העלפט מיר אריבערגיין די שווערע דורכגאנג.


מען טראגט מיר אן צו ארבעטן אין א פאבריק וואו מען מאכט בתים פאר תפלין, פארשטייט זיך אז צו דעם דארף מען האבן יראת שמים, איך ווייס אבער ביי מיר אז איך קען אמאל פאלן אין קדושה, איז מיין שאלה אויב איך מעג גיין ארבעטן אין אזא פלאץ?


אויך וויל איך וויסן ווי אזוי איך קען זיך שטארקן אריבערצוגיין די שווערע תקופה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו קענסט ארבעטן מיט תפילין.


געב אכטונג צו גיין אין מקוה יעדן טאג, אויך זאלסטו זיך צוגעוואוינען צו זאגן אינדערפרי נאך תפילת שחרית די צען קאפיטלעך תהילים, דעם "תיקון הכללי": קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ - וואס דער הייליגער רבי האט מתקן געווען, און דער רבי האט געזאגט אז ווער עס זאגט די צען קאפיטלעך תהילים דארף גארנישט זארגן.


נאך האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא): אסאך צדיקים האבן געוואלט דערגיין דעם תיקון, אבער זיי האבן עס נישט געקענט משיג זיין; א טייל זענען אוועק פון די וועלט פאר זיי האבן בכלל געקענט דערגיין דעם תיקון, און א טייל צדיקים האבן יא אנגעהויבן משיג צו זיין דעם תיקון, אבער זיי זענען נפטר געווארן אינמיטן, אבער מיר - זאגט דער רבי - האט דער אייבערשטער געהאלפן אז איך האב געקענט דערגיין דעם תיקון. נאך האט דער רבי געזאגט אז אפילו עס איז נישט קיין שווערע זאך צו זאגן צען קאפיטלעך תהילים, אבער וויבאלד ער האט דאס געהייסן טון - וועט עס אנקומען זייער שווער.


פארליר זיך נישט, האלט זיך מיט אלע דיינע כוחות. אז דו וועסט לערנען משניות - וועט דיר זיין גרינגער, משניות האט א כח צו ראטעווען דעם מענטש. אויב דו קענסט זאגן אכצן פרקים משניות - איז דאס א מורא'דיגע זאך, משניות רייניגט דעם מענטש, "מִשְׁנָה" איז די אותיות "מְשַׁנֶה" ווי מער א מענטש זאגט משניות איז ער זיך מְשַׁנֶה אינגאנצן און ער ווערט ריין.


איך קען מענטשן וואס זענען געלעגן אין טיפע בלאטעס און זיי האבן געפאלגט דעם רבי'ן, זיי האבן גענומען דעם משניות אין די הענט און נישט אפגעלאזט ביז זיי זענען געווארן גרויסע צדיקים. מוהרא"ש זאגט, משניות שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע, די ראשי תיבות פון הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי איז מִשְׁנָה, אז מען זאגט משניות - נעמט עס ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע שמוציגסטע פלעצער וואו דער מענטש איז רחמנא לצלן אריינגעפאלן.


זאג נישט אפ קיין שידוכים, נעם די ערשטע שידוך וואס מען טראגט דיר אן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#144 - קען מען האבן שלום בית ווען איינער איז א ברסלב'ער און דער צווייטער איז נישט?
שידוכים, שלום בית, חיזוק פאר מיידלעך, חסידות ברסלב, שלום, מדות טובות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זיך שוין לאנג געוואלט באדאנקען אויף די שיעורים, די בריוו, און די גליונות, וואס האבן מיר אזויפיל געהאלפן אין לעבן.


איך בין א בת יחידה, צווישן צוויי ברידער. איך בין שוין 22 יאר אלט, מען האט שוין גערעדט פאר מיר אסאך שידוכים, אבער איך וויל זייער שטארק באקומען א בחור א ירא שמים וואס איז א ברסלב'ער חסיד.


איך קום נישט פון א חסידישע געזעלשאפט, איך בין אבער געווארן צוגעצויגן צו ברסלב דורך א חבר'טע, און מיר זענען זיך מחזק אינאיינעם, אבער זי האט שוין חתונה געהאט פאר עטליכע יאר צוריק.


מענטשן זאגן מיר איך זאל זיך נישט עקשנ'ען דוקא אויף א ברסלב'ער בחור, און אפילו נישט דוקא אויף א חסידישער בחור, דער עיקר איז נאר ער זאל נישט זיין קיין מתנגד, און דאן וועט אים שפעטער קענען מקרב זיין צו חסידות און צו ברסלב. איך בין אבער נישט זיכער אויב עס איז טאקע אזוי, איז שייך מקרב צו זיין דעם מאן נאך די חתונה? דאס וועט דאך מאכן דאס לעבן, כאטש אין אנהויב, זייער קאמפליצירט.


און דער עיקר וויל איך וויסן אויב די שלום בית וועט נישט זיין שווער אויב ביידע זענען אזוי אנדערש איינער פונעם צווייטן? קען מען זיך אויסקומען מיט א מאן אפילו איך בין אזוי שטארק פאר ברסלב, און ער האט גארנישט מיט ברסלב, און אפשר אפילו גארנישט בכלל מיט חסידות?


איך הער נישט אויף בעטן דעם אייבערשטן איך זאל שוין זוכה זיין צו מיין ריכטיגע שידוך, איך זאל שוין זוכה זיין חתונה צו האבן בקרוב און אויפשטעלן אן ערליכע אידישע שטוב, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר ארויסהעלפן מיט עצות און הדרכה?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ערשטנס זאלט איר וויסן, עס איז נישטא אזא זאך אז צוויי מענטשן טראכטן אייניג, דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט אז יעדער מענטש טראכט אנדערש פונעם צווייטן. די הייליגע חכמים זאגן (במדבר רבה כא, ב): "כְּשֵׁם שֶׁאֵין פַּרְצוּפוֹתֵיהֶן דּוֹמִין זֶה לָזֶה, כָּךְ אֵין דַּעְתָּן שָׁוִין זֶה לָזֶה", יעדער מענטש טראכט אנדערש; דעריבער אפילו איר וועט טרעפן א ברסלב'ער חתן, ביידע פון אייך זענען ברסלב'ער - וועט איר נאכאלץ דארפן שווער ארבעטן אויף שלום בית. מיינט נישט אז וויבאלד איר זענט ברסלב און איר וועט טרעפן א ברסלב'ער חתן - קומט אטאמאטיש שלום בית; שלום בית קען מען נאר האבן אויב מען ארבעט זיך אויס די מידות, מען דארף אסאך הארעווען אויף זיך צו האבן שלום בית, מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל מתקן זיין די שלעכטע מידות; נאר אזוי האט מען שלום בית.


מען זאגט נאך פון צדיקים, וואו בעט מען ביים דאווענען אויף שלום בית? ביי: "וְנַפְשִׁי כְּעָפָר לַכֹּל תִּהְיֶה", באשפער העלף מיר איך זאל זיין ביי זיך אזוי ווי ערד. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רעז) א מענטש דארף זיין ביי זיך אזוי ווי ערד, "כְּמוֹ הֶעָפָר שֶׁהַכֹּל דָּשִׁין עָלֶיהָ", אזוי ווי ערד וואס אלע טרעטן אויף איר, "וְהִיא נוֹתֶנֶת לָהֶם כָּל הַטּוֹבוֹת", און דער ערד געבט צוריק נאר גוטס, "אֲכִילָה וּשְׁתִיָּה וְזָהָב וְכֶסֶף וַאֲבָנִים טוֹבוֹת", עסן, טרינקען, זילבער, גאלד און דיימאנטן שטיינער, "הַכֹּל הָיָה מִן הֶעָפָר", אלעס קומט ארויס פון די ערד, "כְּמוֹ כֵן אַף עַל פִּי שֶׁהֵם חוֹלְקִים עָלָיו וּמְבַקְּשִׁים רָעָתוֹ אַף עַל פִּי כֵן יֵעָשֶׂה לָהֶם כָּל הַטּוֹבוֹת, כְּמוֹ הֶעָפָר", אזוי אויך דארף א מענטש טון פאר אלע וואס טוען אים שלעכטס - נאר גוטס, אזוי ווי די ערד, דאס בעט מען: "וְנַפְשִׁי כְּעָפָר לַכֹּל תִּהְיֶה", איך זאל זיין ביי מיר אזוי ווי ערד; נאר אזוי קען מען האבן שלום בית, אז מען איז גרייט צו טון פאר'ן צווייטן נאר גוטס אפילו מען טרעט אויף מיר.


צווייטנס זאלט איר וויסן, שלום בית איז נישט ווען ביידע טראכטן די זעלבע, דאס איז נישט שלום. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן פ) שלום איז ווען מען שטעלט צוזאם צוויי פארקערטע מענטשן און ביידע לעבן אינאיינעם, אזוי ווי עס שטייט (איוב כה, ב): "עוֹשֶׂה שָׁלוֹם בִּמְרוֹמָיו", דער אייבערשטער מאכט שלום אין הימל צווישן די מלאכים. זאגט דער רבי: "כִּי זֶה הַמַּלְאָךְ מֵאֵשׁ, וְזֶה מִמַּיִם", איין מלאך איז פייער דער צווייטער מלאך איז וואסער, "שֶׁהֵם תְּרֵי הֲפָכִים; כִּי מַיִם מְכַבֶּה אֵשׁ", וואס דאס זענען צוויי פארקערטע זאכן, וואסער לעשט אויס פייער און פייער טרוקנט אויס וואסער, "וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹשֶׂה שָׁלוֹם בֵּינֵיהֶם וּמְחַבְּרָם יַחַד", און דער אייבערשטער מאכט שלום צווישן זיי און ער באהעפט זיי צוזאמען; זעט מען אז דאס איז דער עיקר שלום, מחבר זיין צוויי פארקערט זאכן, עיין שם.


איר זאגט אז איר זענט מקורב צום רבי'ן, איר זענט ברסלב, וואלט איר שוין געדארפט וויסן וואס איז דאס ברסלב; ברסלב איז שכל, ברסלב איז טראכטן פון אייבערשטן, רעדן צום אייבערשטן, זיין פרייליך מיט מצוות, קוקן גוט אויף אנדערע - דאס איז ברסלב, נישט מער און נישט ווייניגער; א ברסלב'ער דארף זיך קענען אן עצה געבן מיט יעדע סארט שידוך: חסידי'ש, ליטוויש, יעקיש, אשכנז'יש און ספרדי'ש.


מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט פאר בחורים און מיידלעך א מאמר החכם: "הִזָּהֵר מִן הַזְמַן, כִּי הוּא אוֹיֵב רָע מְּאֹד", געבט אכטונג פון צייט, מען דארף היטן די צייט, ווייל עס גייט אריבער זייער שנעל. חכמינו הקדושים זאגן (יבמות סג.): "נְחוֹת דַּרְגָּא וְנָסִיב אִיתְּתָא", גיי אראפ א מדריגה וועסטו טרעפן דיין שידוך; בדרך כלל איז א מענטש א בעל גאוה וכו', עס פאסט אים נישט צו נעמען שידוכים וואס מען טראגט אים אן און ער מאכט אלעס אוועק זאגנדיג: 'איך דער גרויסער חכם וועל נעמען דאס?!' 'איך דער שיינער מענטש, דער קלוגער מענטש וועל חתונה האבן מיט אזוינס?!' אזוי דריידט מען זיך ארום וכו' זוכנדיג א שידוך וואס איז נאכנישט געבוירן געווארן; מען זוכט און מען זוכט, מען גייט ארויס זיך טרעפן וכו', אלץ מיט די כוונה אז אפשר וועט מען טרעפן א כלה וואס וועט קומען צו רייטן אויף א ווייסע פערד מיט אנגעפילטע זעק מיט געלט וכו', מען ווארט עס זאל געבוירן ווערן אזא פארשוין און מען כאפט נישט אז ביז דערווייל גייט אריבער אסאך צייט, און פלוצלינג דערזעט מען זיך פארעלטערט...


ווארטס נישט אויף א ברסלב'ער, אויף א חסידי'שער.

#143 - ווי אזוי קען איך זוכה זיין צו א ברסלב'ע שידוך?
שידוכים, חיזוק פאר מיידלעך, תפילות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וויפיל מאל איך וועל זאגן ש'כח אייבערשטער וועט עס נישט זיין גענוג צו דאנקען דעם אייבערשטן אויף די מורא'דיגע זכי' אז דער אייבערשטער האט מיר אויסדערוועלט פון צווישן טויזנטער מיידלעך, צו טרעפן דעם הייליגן רבי'ן, מוהרא"ש, און דער ראש ישיבה שליט"א, און מיר געבן אזא זיסע שיינע לעבן.


איך וואוין נישט אין אמעריקע, אבער איך בין א בית פיגא תלמידה, איך הער אלע שיעורים און איך פרוביר זיי מקיים צו זיין, איך זאג אסאך תהלים, איך רעד יעדן טאג צום אייבערשטן, איך בין מכבד מיינע עלטערן, און אזוי ווייטער פרוביר איך צו גיין אויף די וועגן פון הייליגן רבי'ן.


איך האב אסאך געבעטן דעם אייבערשטן איך זאל אויך קענען מאכן הפצה, אבער דערווייל קען איך זיין א ברסלב'ער נאר באהאלטענערהייט, וויי איז מיר אויב וועל איך זיך דערוואגן צו רעדן צופיל צו מיינע חבר'טעס פונעם אייבערשטן. אבער דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן אז איך מאך אן אנדערע סארט הפצה, מיין משפחה זעט די געוואלדיגע גוטע טויש וואס האט פאסירט מיט מיר, און ווען מ'פרעגט מיר דערוועגן, זיי זאגן אז זיי ווילן אויך זיין אזוי פרייליך ווי מיר, זאג איך זיי וועגן די דרשות, און טייל פון זיי האבן שוין אויך אנגעהויבן הערן די שיעורים און דרשות.


יעצט צו מיין שאלה, דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אסאך מאל אז מ'זאל זיך נישט עקשנ'ען דוקא אויף א ברסלב'ע שידוך, דער עיקר זאל מען קוקן נאר אויף יראת שמים, מדות טובות, און געזונט, און אויך אז מ'דארף נישט זאגן פאר'ן שדכן און פאר מענטש אז מ'שעפט חיזוק פון ברסלב. מיין שאלה איז אבער אויב דאס גייט אויך ארויף אויף מיר, וואס איך וויל זייער שטארק אויפבויען אן ערליכע ברסלב'ע שטוב, און פארוואס זאל סתם א בחור וועלן א ברסלב'ע פרוי?


איך וויל נישט דוקא א בחור פון ישיבה, אבער איך וויל זייער שטארק א בחור וואס הערט אויך די שיעורים און לעבט מיט דעם, אבער דערווייל ווילן מיינע עלטערן נאר א קנאק פון א בחור פון א מצוינ'דיגע ישיבה. איך גלייב באמונה שלימה אז א שידוך קומט נאר פונעם אייבערשטן און איך בעט אסאך דעם אייבערשטן אז איך זאל שוין זייער שנעל און גרינג טרעפן מיין שידוך, א וואוילער בחור וואס וועט רעדן שיין צו מיר און איך וועל רעדן שיין צו אים, מיר זאלן צוזאמען אויפשטעלן אן ערליכע אידישע שטוב וואו דער שכינה וועט רוען. מיינע עלטערן פארשטייען נישט פארוואס איך וויל א ברסלב'ע בחור, מיין טאטע מיינט אז איך פארשטיי נישט די חשיבות פון לערנען תורה און דעריבער וויל איך א בחור וואס זאגט תורה. איך ענטפער אים ח"ו נישט צוריק, אבער איך האב אים איין טאג ערקלערט שיינערהייט אז למעשה זעט מען אז זייער אסאך וואוילע בחורים הערן אויף לערנען נאך די חתונה וויל זיי האבן נאר געלערנט צו געפעלן זייער ראשי ישיבות, און אין ישיבת תפארת התורה לערנט מען אויס אז מען לערנט און דאווענט נאר פאר'ן הייליגן באשעפער און נישט פאר'ן ראש ישיבה, איך האב אים אויך אנגעצייגט אויף עטליכע פון אונזער משפחה אז די בחורים פון די ישיבות למצוינים האבן נישט קיין אנונג וואס א ווייב איז, און די בחורים אין די ברסלב'ע ישיבה זענען גוט אנגעגרייט וואס די לעבן איז. ער האט מיר געזאגט אז איך בין גערעכט, אבער עס איז גארנישט, ווייל מיט די צייט לערנט מען זיך אויס.


איך ווייס נישט וואס צו זאגן, איך האב איינעם פון מיין משפחה, א טייערע פרוי, וואס האט לעצטנס חתונה געהאט מיט א שפיץ בחור, אבער איך האלט עס נישט אויס צוצוקוקן ווי ביידע ליידן, נישט וויסנדיג וואספארא חיים טובים זיי וואלטן געקענט האבן מיט'ן רבינ'ס עצות, איר האט מען נישט געלערנט אז אויב עפעס שטערט פונעם מאן רעדט מען עס שיין דורך, און אים האט מען נישט געלערנט אז א ווייב איז מער עמפינדליך פון א מאן, און מען קען נישט רעדן די בחורים שפראך ווייל עס קען איר דערשרעקן. מיין מאמע וואלט זיך געוואונטשן פאר מיר אזא סארט חתן, ווייל ער איז תמימות'דיג און ערליך, אבער איך וויל אן אנדערע סארט לעבן.


וואס האלט דער ראש ישיבה? זאל איך נאר בעטן דעם אויבערשטער [וואס ער איז דער דריטער שותף מיט מיינע עלטערן, און אים קען איך אלעס זאגן אן דעם וואס ער זאל זאגן אז איך בין פארנארט געווארן] און איך זאל עס מער נישט דורכרעדן מיט מיינע עלטערן?


א גרויסן יישר כח נאכאמאל פאר די לעבן וואס איר געבט מיר, זאל דער אייבערשטער אייך געבן כח ווייטער אנצוגיין מיט די מלאכת הקודש, און איר זאלט זען אסאך אידיש נחת פון אלע אייערע קינדער.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תצא, ז' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מענטשן מיינען אז שידוכים איז א זאך וואס האט צוטון מיט דעם, מיט יענעם אדער מיט זיך אליינס; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג): "מָצִינוּ בַּתּוֹרָה בַּנְּבִיאִים וּבַכְּתוּבִים שֶׁאֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא", מיר געפונען אין די תורה, אין נביאים און אין כתובים אז א שידוך האט נאר מיט'ן אייבערשטן, אין די תורה שטייט (בראשית כד, נ) לבן און בתואל האבן געזאגט פאר אליעזר עבד אברהם: "מיר קענען נישט צוריק האלטן רבקה פון חתונה האבן מיט יצחק, ווייל 'מֵה' יָצָא הַדָּבָר' דער אייבערשטער וויל די שידוך זאל געשען; אין נביאים שטייט (שופטים יד, ד): "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לֹא יָדְעוּ, כִּי מֵה' הִיא", די עלטערן פון שמשון הגיבור האבן נישט געוויסט אז זיין שידוך וואס ער האט געטראפן קומט פונעם אייבערשטן אליינס; און אין כתובים זאגט שלמה המלך (משלי יט, יד): "בַּיִת וָהוֹן נַחֲלַת אָבוֹת", א הויז און א פארמעגן קען מען באקומען בירושה פון די עלטערן, "וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת", אבער א שידוך באקומט מען נישט בירושה פון עלטערן, דאס קומט נאר פונעם אייבערשטן אליינס.


בעטס דעם איבערשטן פאר אן ערליכער וואוילער מאן, נאר מיט תפילה באקומט מען א גוטע שידוך; דער רבי זאגט (ספר המידות אות רחמנות, סימן יא): "עַל יְדֵי בַּקָּשַׁת רַחֲמִים, זוֹכֶה לַעֲשוֹת שִׁידוּכִים טוֹבִים וְהַגוּנִים", דורך תפילה איז מען זוכה צו טון גוטע שידוכים; תפילה איז די עצה פאר א בחור און מיידל וואס ווארטן אויף זייער שידוך, נאר תפילה איז די עצה.


געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך; אז אייער שפראך איז אידיש - רעדט אין אידיש, אז אייער שפראך איז ענגליש אדער אן אנדערע שפראך - רעדט צום אייבערשטן אין אייער שפראך, בעטס אים: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל טרעפן מיין ריכטיגע שידוך שנעל און גרינג; געב מיר א וואוילער מאן, אן ערליכער מאן, א מאן מיט גוטע מדות, א מאן מיט יראת שמים. הייליגער באשעפער, העלף מיר מיט א שידוך, מיר זאלן זיך קיינמאל נישט וויי טון איינער דעם צווייטן, עס זאל זיין צווישן אונז אהבה ואחווה ושלום וריעות".


די ווערטער זאלט איר בעטן אן אויפהער, וועט איר זען גרויסע ניסים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#142 - זאל איך ענדערש פארן קיין אומאן, אדער ענדערש קיין יבנאל?
אומאן, שידוכים, חובות, התחזקות, יבנאל, ישועות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אן עלטערער בחור, איך ווארט שוין יארן פאר מיין שידוך, איך האב שוין פרובירט אזויפיל זאכן און סגולות, אבער דערווייל זע איך נאכנישט מיין ישועה. איך פרוביר צו זיין ערליך און תשובה טון, איך האב שוין געזוכט וועמען איך דארף אלץ איבערבעטן, איך זאג יעדן טאג פרשת הנישואין און תיקון הכללי, פארגאנגענע יאר האב איך געלערנט מסכת תענית יעדן טאג פון ט"ו באב ביז ראש השנה, איך בעט און איך זינג צום אייבערשטן אויף מיין מאמע לשון, איך פרוביר צו לערנען ח"י פרקים משניות פון צייט צו צייט, איך פרוביר צו לערנען אביסל גמרא, אבער דערווייל זענען די שערי שמים פארשלאסן.


איך שפאר יעצט געלט פאר א טיקעט, כאטש וואס איך קען נישט פארן אויף ראש השנה קיין אומאן, וויל איך כאטש פארן אינמיטן יאר, איז מיין שאלה אבער וואס איך זאל ענדערש טון, זאל איך ענדערש פארן קיין אומאן צום רבי'ן, אדער ענדערש קיין יבנאל אויסצוזאגן תהלים ביים ציון פון מוהרא"ש?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ענדערש זאלסטו פארן צו ביידע, סיי קיין אומאן און סיי קיין יבנאל; ווייל ווען מען דארף א ישועה איז געלט קיין אפהאלט, מען טוט אלעס אין דער וועלט וואס מען קען נאר טון - ביז מען באקומט די ישועה.


געלט טאר נישט זיין קיין אפהאלט פון פארן קיין אומאן און קיין יבנאל און אזוי אויך צו אנדערע מקומות הקדושים; אז דו האסט נישט קיין געלט זאלסטו בארגן, מוהרא"ש זאגט מען מעג בארגן געלט צו קענען פארן קיין אומאן. הגם מוהרא"ש האט אונז זייער שטרענג אנגעזאגט נישט צו בארגן געלט, דאך זאגט מוהרא"ש אז מען מעג בארגן און מען זאל בארגן געלט צו קענען פארן צום הייליגן רבינ'ס ציון, דער רבי זארגט פאר די שפעזן, דער רבי האט בפירוש געזאגט: "איך זארג פאר ענקער שפעזן, די וועג צו מיר און די וועג אהיים".


יעצט איז נישט שייך צו פארן קיין ארץ ישראל, די גרעניץ איז פארמאכט, מען לאזט נישט אריין קיין חוץ לארץ'דיגע בירגער, יעצט איז נאר שייך צו פארן קיין אומאן צום רבי'ן; זאלסטו קודם פארן קיין אומאן און עוד חזון - וועסטו פארן קיין ארץ ישראל.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך, פארליר זיך נישט; עס איז פאר דיר אויך דא א שידוך, עס איז אנגעגרייט פאר דיר א פאר נאך פון איידער דו ביסט באשאפן געווארן; בלייב שטארק מיט דיין אמונה אינעם אייבערשטן, בעט אים איין מאל און נאכאמאל און א דריטע מאל און א פערטע מאל און טויזנט מאל - ביז דו וועסט באקומען דיין שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#141 - נאכ'ן הערן שלעכטע שמועות אויפ'ן חתן, זאלן מיר אפלאזן דעם שידוך?
שידוכים, נסיונות, טעלעפאן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זיך מחי' מיט אייערע שיעורים, און אויך מיין גאנצע שטוב האלט מיט די שיעורים און בריוון. א גרויסן דאנק פאר אלע חיזוק.


עס איז מיר זייער שווער צו שרייבן, אבער איך ווייס נישט וואס צו טון, פון איין זייט בין איך שרעקליך פארלוירן, און פון דער אנדערע זייט דארף איך עס האלטן בסוד.


די מעשה איז אז מיין טאכטער איז א כלה געווארן למזל טוב, און לויט אלע אינפארמאציע וואס מיר האבן באקומען איז דער חתן ממש א כליל המעלות, א מתמיד און א ירא שמים, אלעס וואס מיר האבן זיך געוואונטשן פאר אונזער טייערע טאכטער.


עס דערנענטערט זיך דער זמן החתונה און מיר האבן אנגעהויבן שפירן אז עפעס איז נישט אין ארדענונג מיט דעם בחור, איך האב געהערט אז ער דרייט זיך מיט שלעכטע חברים און האט רחמנא ליצלן א סמארטפאון, עס איז נישט דא קיין וועג עס מברר צו זיין געהעריג, און פון איין זייט דארף מען נישט מקבל זיין קיין לשון הרע, אבער פון די אנדערע זייט ווי אזוי וועלן מיר צוזען אונזער טייערע טאכטער, וואס האט קיינמאל קיין שייכות נישט געהאט צו שלעכטע זאכן בכלל, זי איז אזוי איידל און ערליך, א ריינע זויבערע נשמה, זי האט קיינמאל נישט געקוקט אין א קאמפיוטער אדער אין א טעלעפאן, ווי אזוי קען מיר איר אריינדרייען מיט א שלעכטער חתן?


איך שלאף נישט קיין נעכט און איך בין נישט ביי זיך, ווייל אפשר איז עס נישט אמת אבער אפשר איז עס יא אמת, וואס טוט מען דא? איך טאר נישט ווייזן מיין טאכטער שוואכקייט, אבער איך פיל נישט ווי איך מעג איר איבערגעבן אין די הענט פון א מפוקפק'דיגער בחור.


ביטע ראטעוועט מיך ווייל איך פיל ווי איך טראג עס נישט אריבער, זאל מען אפשטופן די חתונה ביז זאכן ווערן קלאר? זאל מען אפלאזן די שידוך מספק? וואס טו איך דא?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ג' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז זייער שווער צו ענטפערן אזא סענסעטיווע פראגע ווען מען קען נישט די זאך פון דער נאנט; מען ווייסט נישט ווער דער פרעגער איז, ווער דער חתן און די כלה זענען.


פון אויסנווייניג איז דער תשובה אז מען זאל חס ושלום נישט אפלאזן דעם שידוך, מען זאל גיין צו די חתונה מיט שמחה. עס איז נישט קלאר אז דער חתן איז נישט ערליך, איר האט דאך באקומען גוטע גרוסן אויף אים אז ער איז כליל המעלות; דאס אז איר האט זיך דערוויסט אז ער האט א טעלעפאן מיינט נאכנישט אז ער איז א קאליקער, נישט יעדער וואס האט א טעלעפאן קוקט עבירות; זייער אסאך בחורים האבן טעלעפאונס ווייל עס איז גרינגער פאר'ן לעבן, זיי לייגן ארויף א גוטע פילטער נישט אנצוקומען צו עבירות; מען צעברעכט נישט קיין שידוך צוליב דעם.


וואס זאל איך אייך זאגן? מיר לעבן היינט אין א וועלט מיט שווערע נסיונות; מיט די היינטיגע טעכנעלאגיע קען מען זייער גרינג אנקומען צו אראפפאלן אין א טיפע אפגרינד. מיר האבן די עבירות פון דור המבול אינאיינעם מיט די דור הפלגה - ניאוף, כפירה ואפיקורסות; עס איז זייער שרעקעדיג צו זען ווי מענטשן ווערן פארכאפט, משפחות גיין צוגרינד, אידישע קינדער פאלן אוועק פונעם דרך התורה.


עלטערן דארפן גיסן טייכן טרערן צום אייבערשטן אויף זייערע דורות זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן, תפילה איז אונזער איינציגסטע זאך וואס איז אונז איבערגעבליבן אין דעם ביטערן גלות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה ל, ג): "בַּדּוֹרוֹת הַלָּלוּ שֶׁאֵין לָהֶם לֹא מֶלֶךְ וְלֹא נָבִיא, לֹא כֹהֵן וְלֹא אוּרִים וְתֻמִּים, וְאֵין לָהֶם אֶלָּא תְּפִלָּה זוֹ בִּלְבָד", דוד המלך האט געבעטן דעם אייבערשטן פאר אונזערע דורות ווען מיר וועלן זיין אין גלות, אן קיין קעניג, אן קיין נביא, אן קיין כהן גדול און אן קיין אורים ותומים, "אָמַר דָּוִד לִפְנֵי הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם אַל תִּבְזֶה אֶת תְּפִלָּתָם", רבונו של עולם נעם אן זייערע תפילות.


מען דארף בעטן פאר אלע קינדער, פאר די יונגע און אויך פאר די עלטערע. איר זאלט דאווענען פאר דעם חתן און כלה און אויך פאר די אנדערע קינדער, סיי די וואס האבן שוין חתונה געהאט און סיי די יונגע וואס הייבן ערשט יעצט אן די לעבן. מען קען חתונה האבן אן קיין טעלעפאן, אן די כלים, און נאך לאנגע יארן קומען אן נסיונות, פלוצלונג הייבט מען אן מקיל זיין אין דעם, מען קוקט נאר דאס, נאכדעם קוקט מען נאר יענץ, ביז מען ווערט אינגאנצן אוועק געשלעפט, מען ווערט אפגעקילט פון אלעס.


דער אייבערשטער זאל העלפן די שמחה זאל זיין בשלימות, די חתן כלה זאלן האבן א שיינע לעבן אינאיינעם, די שכינה זאל רוען ביי זיי, עס זאל זיך ציען פון זיי ערליכע אידישע דורות.

#140 - כ'האב זיך געווארפן מיט שידוכים, וואס טו איך יעצט?
שידוכים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זיך זייער באנארישט, איך האב זיך געווארפן מיט שידוכים, מען האט גערעדט פאר מיר א שידוך שוין ביי די אכצן יאר, איך האב אבער נישט געוואלט, מיין טאטע האט מיר זייער צוגערעדט אבער איך האב אפגעזאגט ווייל איך האב זיך אויסגע'דמיונ'ט אז איך דארף האבן עפעס גאר א ספעציעלע שידוך, און יענע שידוך איז די מיידל אויך געווען פון אן אנדערע שבט.


היינט קוק איך זיך ארום, איך זע אלע מיינע חברים מאכן שוין שמחות, און פאר מיר טראגט מען שוין לאנג נישט אן קיין שידוכים, איך דריי זיך ארום אליין, היינט וואלט איך שוין מסכים געווען צו סיי וועלכע שידוך, איך וואלט גענומען די ערשטע וואס מ'טראגט אן, איך וואלט זיך איינגעשפארט אזויפיל עגמת נפש אויב איך וואלט גענומען די ערשטע וואס מ'האט מיר אנגעטראגן.


איך האב זייער חרטה אויף דעם וואס איך האב יונגערהייט אפגעזאגט שידוכים, איך בין מתפלל יעדן טאג פאר א שידוך, אבער דערווייל זעט נישט אויס אז עפעס זאל קומען. איך דארף א ברכה, איך דארף אן עצה, און איך דארף א לעבן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, י"ט סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש זאגט, דאס איז די צרה פארוואס עס איז דא אזויפיל בחורים און מיידלעך, ווייל מען קלויבט זיך; מען דמיונ'ט זיך אויס א דמיון, א שיינע משפחה, א רייכע שידוך, און דערווייל גייען אריבער כמה וכמה שנים, מען ווערט עלטער און עלטער, דאס איז אלץ פון גאוה; מען מאכט אלעס אוועק, עס פאסט נישט וכו' וכו'. אזוי דריידט מען זיך ארום זוכנדיג א שידוך וואס איז נאכנישט געבוירן געווארן.


אז דו ווילסט חתונה האבן - זאלסטו נישט אפזאגן קיין שידוך. אז מען טראגט דיר אן א שידוך, די מיידל איז געזונט און זי וויל אויפשטעלן א שטוב, ערליכע דורות - זאלסטו גיין צום שידוך. קוק נישט אויף גארנישט, איין זאך זאלסטו קוקן - ווי פריער חתונה האבן. אז דו וועסט זיך וועלן, דו וועסט אפזאגן שידוכים - וועסטו זיך זען אריבערגיין די לעבן מיט גארנישט.


זע צו זאגן יעדן טאג די "קָרְבָּנוֹת הַנְּשִׂיאִים". דער רבי זאגט (ספר המידות חיתון, סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ, יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", וועם עס קומט אן שווער צו טרעפן א שידוך, זאל זאגן אסאך די 'קָרְבָּנוֹת הַנְּשִׂיאִים'; דאס איז די קריאה וואס מען ליינט חנוכה, פון (במדבר ז, א): "וַיְהִי בְּיוֹם כַּלּוֹת משֶׁה לְהָקִים אֶת הַמִּשְׁכָּן", ביז סוף סדרה; דאס איז געדרוקט אין יעדע סידור ביי קריאת התורה - קריאה לחנוכה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#139 - זאל איך נאר לערנען און דאווענען, אדער אויך פארברענגען מיט חברים?
שידוכים, לימוד התורה, חברים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אן עלטערער בחור, איך ווארט מען זאל מיר אנטראגן א שידוך. מיין שאלה איז אזוי, איך פלעג זיין זייער א פריינטליכער און שמועסדיגער מענטש, איך האב געהאט מיט יעדן און יעדער האט געהאט מיט מיר, ביז איינמאן ווען איך בין דורך א שווערע איבערגאנג אין לעבן, וואס האט שלעכט געווירקט אויף מיר, און דאן האב איך אפגעמאכט אז איך מוז טוישן מיין וועג אין לעבן, איך האב באשלאסן מיט א שטארקייט אז איך לאז אפ אלע מיינע חברים און איך זעץ מיך לערנען און דאווענען.


אין אנהויב האבן אלע געלאכט פון מיר, אבער איך האב אפגעמאכט מיט עקשנות אז איך שייד זיך אפ פון יעדן, איך רעד נישט מיט קיינעם, איך וועל ארבעטן שטיל, זאגן תהילים שטיל, און דאווענען ווי אזוי איך וויל. צוביסלעך האבן אלע איינגעזען אז עס איז נישט קיין וויץ, און איך האב אפגעהאקט מיט יעדן איינעם, איך רעד נישט מיט קיינעם.


איך ארבעט, און איך לערן אביסל, און אזוי ווייטער, אבער אן קיין שייכות מיט קיינעם. איך גריס נישט קיינעם, איך שמייכל נישט צו קיינעם, איך רעד נישט מיט קיינעם, איך האב עס גענומען זייער עקסטרעם ווייל איך האב געוואלט זיכער מאכן אז איך פארליר אלע מיינע אלטע חברים, און איך וועל נישט געשטערט ווערן פון לשון הרע לצנות און סתם צייט שטופעריי.


עס גייט שוין אן אזוי א שיינע פאר יאר, איך וויל אבער וויסן אויב דאס איז אויסגעהאלטן, ווייל פון די אנדערע זייט קען זיין אז עס וועט קראכן און איך וועל סתם בלייבן א דעפרעסטער איינזאמער מענטש. איך וויל וויסן וואס איז די ריכטיגע וועג, פון איין זייט זיך צו האלטן פארזיכערט אז איך פאל נישט צוריק צו די וועג פון שטופן צייט מיט חברים וכדומה, וואס אין מיינע אויגן קען איך עס נאר באווייזן מיט דעם עקסטרעמען וועג, אבער פון די אנדערע זייט האט עס די פראבלעם אז איך ווער אן איינזאמער מענטש.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אמור, ט"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו האסט אויסדערוועלט די בעסטע זאך; דו לערנסט, דו דאווענסט און דו דינסט דעם אייבערשטן. האסט אפגעלאזט אלע חברים לצים, דו דינסט דעם אייבערשטן בתמימות ובפשיטות.


זיי זיך נישט מבלבל פון די אלע מחשבות, נאך אביסל וועסטו טרעפן דיין שידוך - וועסטו מער נישט זיין איינזאם. ביז דיין שידוך קומט אן זאלסטו ווייטער לערנען און דאווענען און זוכן נאר ערליכע אידן מיט וועם צו גיין און קומען.


באמת, אז מען טראכט אריין זעט מען אז חברים איז סתם א דמיון; אז מען וועט גוט קוקן וועט מען זען אז אפילו דער וואס האט חברים - איז אליינס, עס קומט א צייט וואס מען זעט אז אלע חברים איז סתם א פארבלענדעניש. מען רעדט נישט אויב מען האט א גוטער חבר וואס מען איז זיך מחזק אויף תורה ותפילה, מען רעדט פון חברים וואס ביי די וועלט איז דאס חברים, היינט זעט ער אויס ווי א חבר און מארגן שטעכט ער דיר אריין און ער איז דער ערשטער דיר צו באגראבן.


טייערער ברודער, הארציגער חבר, שטארק זיך; גיי ווייטער אויף די גוטע וועג, מאך זיך שיעורים בכל התורה כולה אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן. מאך זיך א שיעור יעדן טאג צו מעביר סדרה זיין שנים מקרא ואחד תרגום מיט רש"י, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער.


נאכדעם מאך זיך א שיעור אין משנה; משניות רייניגט דעם מענטש, און "מִשְׁנָה" איז די אותיות "מְשַׁנֶה"; ווי מער משניות דו וועסט לערנען - וועסטו זיך מְשַׁנֶה זיין אינגאנצן און ווערן ריין. ווען מענטשן וואלטן געוויסט וואס משניות מאכט, וואס משניות טוט פאר'ן מענטש - וואלט מען נישט אפגעלאזט די משניות, בפרט בחורים וואס מוטשען זיך און פאלן אין פגם הברית, פאר זיי איז זייער שווער צו זיין אפגעהיטן, זיי ווייסן נישט וואס צו טון; יעדעס מאל מען מאכט אפ אז מען גייט זיין ערליך - פאלט מען אראפ נאכאמאל און נאכאמאל, אויב וואלטן זיי זיך געפלייסט אין משניות - וואלטן זיי געהאט די כוחות צו זיין שטארק, ווייל משניות שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע. די ראשי תיבות פון (תהילים ל, ד): הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי איז "מִשְׁנָה", אז מען זאגט משניות נעמט עס ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע שמוציגסטע פלעצער וואו דער מענטש איז רחמנא לצלן אריינגעפאלן.


נאכדעם מאך זיך א שיעור אין גמרא; די בלעטער גמרא וועט דיר ליכטיג מאכן דיין לעבן, דו וועסט מער נישט דארפן קיין חברים, ווייל גמרא מאכט ליכטיג; גמרא נעמט אוועק אלע טונקלקייטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כד.) אויפ'ן פסוק (איכה ג, ו): "בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי כְּמֵתֵי עוֹלָם", אָמַר רַבִּי יִרְמִיָּה זֶה תַּלְמוּדָהּ שֶׁל בָּבֶל, דאס גייט ארויף אויף תלמוד בבלי; לכאורה, ווי אזוי קען מען זאגן אויף די הייליגע גמרא אז דאס איז א טונקעלע זאך, א טויטע זאך? נאר מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, אז א מענטש זאגט: "עס איז מיר פינסטער", "עס איז מיר טונקל", "איך שפיר זיך ווי א טויטער מענטש", "עס גייט אריבער אויף מיר שווערע ביטערע נסיונות, עס איז ממש ביי מיר מקיום געווארן דעם פסוק 'בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי כְּמֵתֵי עוֹלָם'", זאגט מען אים: "זֶה תַּלְמוּדָהּ שֶׁל בָּבֶל", נעם א גמרא תלמוד בבלי און הייב אן לערנען, הייב אן זאגן די אותיות התורה, זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין, דורכדעם וועט דיר ליכטיג ווערן און דו וועסט ווערן צוריק לעבעדיג.


איך בעט דיר זייער, האלט זיך שטארק, האלט זיך אין די תורה; די אלטע חברים זענען נישט דיינע אמת'ע פריינט, די תורה איז אן אמת'ער פריינט, די הייליגע גמרא וועט בלייבן דיין חבר אין דיינע שווערסטע מצבים.


די תורה איז די בעסטע חבר, נעם איר פאר א חבר און אין איר זאלסטו זיך באהאלטן ווען עס איז דיר ביטער; גלייב מיר, עס איז נישט דא קיין בעסערע פלאץ וואו צו אנטלויפן ווען מען האט א צרה ווי צו די הייליגע תורה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבה, פרק ו): "אִם רָאִיתָ שֶׁהַיִּסּוּרִין מְמַשְׁמְשִׁין וּבָאוֹת עָלֶיךָ, רוּץ לְחַדְרֵי דִּבְרֵי תּוֹרָה, וּמִיָּד הַיִּסּוּרִין בּוֹרְחִין מִמְךָ", אויב דו זעסט אז עס קומען אויף דיר צרות און יסורים, זאלסטו אנטלויפן צו די הייליגע תורה און דורכדעם וועסטו געראטעוועט ווערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#138 - ווי אזוי טרעפט מען די ריכטיגע זיווג?
שידוכים, תפילות אויף אידיש, חסידות ברסלב, משניות, ארץ ישראל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די פילע שיעורים און בריוו וואס זענען מיר אזוי מחזק, און פאר אלע גוטע זאכן וואס איך באקום.


איך בין א בחור פון ארץ ישראל, מ'הויבט יעצט אן הערן שידוכים פאר מיר, און איך וויל דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר מדריך זיין ווי אזוי מ'טרעפט דעם ריכטיגן זיווג, און ס'זאל טאקע זיין בסימן טוב ומזל טוב.


אויך וויל איך וויסן וואס צו טון אויב די אנדערע זייט וועט זיך עקשנ'ען אז איך זאל זיך נישט דרייען אין היכל הקודש, אויב איך זאל טון אזא שידוך, אדער יא מקפיד זיין אז זיי זאלן כאטש נישט קריגן אויף היכל הקודש.


איך האב ברוך ה' זוכה געווען צו ענדיגן יעצט די צווייטע מאל ששה סדרי משנה אין אייער זכות, דער אויבערשטער זאל אייך געבן די כוחות ווייטער אנצוגיין צו מקרב זיין אידן צום אייבערשטן, און מיר האפן אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט שוין בקרוב אונז קומען באזוכן אין ארץ ישראל.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אמור, ט"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


 דו פרעגסט די מיליאן דאלער קשיא... אלע בחורים פרעגן די קשיא, ווי אזוי טרעפט מען א שידוך? ווי אזוי טרעפט מען די ריכטיגע זיווג? דער ענטפער איז דורכ'ן בעטן דעם אייבערשטן טאג נאך טאג אויף דעם.


א שידוך האט נישט מיט קיינעם - נאר מיט'ן אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג): "מָצִינוּ בַּתּוֹרָה בַּנְּבִיאִים וּבַכְּתוּבִים שֶׁאֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", מיר געפונען אין די תורה און נביאים און אין כתובים אז א שידוך האט נאר מיט'ן אייבערשטן, אין די תורה שטייט (בראשית כד, נ): "וַיַּעַן לָבָן וּבְתוּאֵל, וַיֹּאמְרוּ, מֵה' יָצָא הַדָּבָר", אין נביאים שטייט (שופטים יד, ד): "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לֹא יָדְעוּ כִּי מֵה' הִיא", און אין כתובים שטייט (משלי יט, יד): "בַּיִת וָהוֹן נַחֲלַת אָבוֹת, וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת", זעען מיר איבעראל אז א שידוך האט נאר מיט'ן באשעפער.


זאג יעדן טאג די קרבנות הנשיאים, דאס איז א סגולה פון רבי'ן צו טרעפן א שידוך, דער רבי זאגט (ספר המידות חיתון חלק ב', סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ, יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", ווער עס טרעפט נישט זיין שידוך זאל זאגן די פרשה פון די קרבנות הנשיאים; נאכדעם זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, דו זאלסט שנעל חתונה האבן.


בנוגע אויב דו זאלסט זאגן וועגן ברסלב, זאג נישט גארנישט; וואס איז דען ברסלב? ברסלב איז א וועג צו דינען דעם אייבערשטן, עס שטערט נישט פאר די חתונה געהאטע לעבן; אז מען האט א מחלה אדער א פראבלעם וכדומה - דעמאלט דארף מען זאגן, אבער אז מען האט חיות פון צדיקים קדושים בעלי רוח הקודש - דארף מען נישט זאגן.


זיי ממשיך מיט לימוד משניות; משניות איז מטהר דעם מענטש, משניות רייניגט פון אלע שמוץ.


איך וועל אם ירצה ה' זיין ל"ג בעומר אין מירון, איך האב היינט באקומען רשות אריין צו קומען אין ארץ ישראל; נאך אסאך תפילות און בענקעניש וועל איך זיין אם ירצה ה' די קומענדיגע טעג אין ארץ ישראל.


דא האסטו א תפילה צו בעטן פאר א שידוך, די תפילה האט מוהרא"ש מחבר געווען אין לשון הקודש, עס איז געדרוקט אין ספר מציאות הזיווג. זוך דיר א שטילע פלאץ און זאג די ווערטער, וויין זיך אויס צום אייבערשטן וועסטו זען די ניסים וואס דער אייבערשטער וועט טון מיט דיר.


דא האסטו דעם תפלה:


"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין צוּ טְרֶעפְן אַ גוּטֶע שִׁידוּךְ, אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן שְׁנֶעל אוּן גְרִינְג אוּן נִישְׁט דַארְפְן וַוארְטְן מֶער אַזוֹי לַאנְג.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אִיךְ וֵוייס אַז אִיךְ הָאבּ זִיךְ נִישְׁט אוֹיפְגֶעפִירְט וִוי עֶס דַארְף צוּ זַיין, אוּן אַז אִיךְ בִּין נִישְׁט אֵייבִּיג גֶעוֶוען אַזוֹי וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ. אִיךְ בֶּעט דִיר אָבֶּער, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז דוּ זָאלְסְט נִישְׁט קוּקְן אוֹיף דֶעם אוּן צוּלִיבּ דֶעם צוּרִיק הַאלְטְן מַיין שִׁידוּךְ. זֵיי מִיר מוֹחֵל אוֹיף אַלֶעס וָואס אִיךְ הָאבּ נִישְׁט גוּט גֶעטוּן, אוּן הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין שְׁנֶעל חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דָאס וֶועט מִיר הֶעלְפְן אוּן רַאטֶעוֶוען אַז אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט טוּן קַיין עֲבֵירוֹת אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זַיין וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ.


וָואס זָאל אִיךְ טוּן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם? פוּן מַיין זַייט בִּין אִיךְ גְרֵייט חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן הַיינְט נַאכְט! וָואס קֶען אִיךְ טוּן אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט גֶעטְרָאפְן מַיין שִׁידוּךְ? אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ בֶּעט דִיר שׁוֹין אַזוֹי לַאנְג אַז אִיךְ וִויל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דֶערְוַוייל אִיז עֶס נָאכְנִישְׁט אָנְגֶעקוּמֶען.


דִי חַזַ"ל זָאגְן אוּנְז אַז וֶוען אֵיינֶער הָאט חֲתוּנָה נָאךְ דִי צְוָואנְצִיג יָאר, וֶועט עֶר שׁוֹין זַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן דוּ זָאגְסְט אוֹיף אַזַא מֶענְטְשׁ אַז זַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין. פַארְוָואס זָאל מִיר קוּמֶען אַזַא הַארְבֶּער עוֹנֶשׁ אַז אִיךְ זָאל מַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן אַז מַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין? וָואס בִּין אִיךְ דֶען שׁוּלְדִיג? פַארְוָואס קוּמְט עֶס מִיר? אִיז מִיר נִישְׁט גֶענוּג דִי שְׁרֶעקְלִיכֶע פַּיין אוּן וֵוייטָאג וָואס אִיךְ הָאבּ פוּן דֶעם אַלֵיין אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט חֲתוּנָה גֶעהַאט?


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן סַבְלָנוּת אוּן גֶעדוּלְד, אוּן אוֹיסְוַוארְטְן מִיט רוּאִיגְקֵייט בִּיז אִיךְ וֶועל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל נִישְׁט הָאבְּן קַיין קֻשְׁיוֹת אוֹיף דִיר. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל גְלֵייבְּן מִיט אַ שְׁטַארְקֶע אֱמוּנָה אַז דוּ טוּסְט אַלֶעס נָאר צוּם גוּטְן, אוּן יֶעדֶע זַאךְ הָאט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶער חֶשְׁבּוֹן, אוּן מִיט דֶעם זָאל אִיךְ זִיךְ שְׁטַארְקְן אוּן נִישְׁט זַיין אַזוֹי צוּבְּרָאכְן פוּן מַיינֶע שְׁוֶוערִיקַייטְן.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נָאר דוּ קֶענְסְט מִיר פַארְשְׁטֵיין! נָאר דוּ וֵוייסְט מַיינֶע גֶעפִילְן! וִוי אַזוֹי אִיךְ שְׁפִּיר זִיךְ אַזוֹי פַארְשֶׁעמְט אוּן דֶערְנִידֶערְט פוּן מִיר אַלֵיין! אַז אַלֶע מַיינֶע חֲבֵרִים הָאבְּן שׁוֹין חֲתוּנָה גֶעהַאט אוּן נָאר אִיךְ בִּין גֶעבְּלִיבְּן אַלֵיין! הֶעלְף מִיר אַז דִי בִּזְיוֹנוֹת זָאלְן זַיין פַאר כַּפָּרַת עַווֹנוֹת אַז מִיט דֶעם זָאל אִיךְ אָפְּקוּמֶען אַלֶע מַיינֶע עֲבֵירוֹת, אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט דַארְפְן לַיידְן אַזוֹיפִיל אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן בְּקָרוֹב.


אִיךְ וֵוייס אוּן אִיךְ גְלֵייבּ, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, אַז דוּ וֶועסְט מִיר זִיכֶער נִישְׁט פַארְלָאזְן. סוֹף כָּל סוֹף וֶועל אִיךְ זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. אוּן דֶערְפַאר בֶּעט אִיךְ דִיר, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז וֶוען אִיךְ וֶועל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן זָאל אִיךְ זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן אַ גוּטֶע שָׁלוֹם בַּיִת, אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט קְרִיגְן אִינְדֶערְהֵיים, עֶס זָאל שְׁטֶענְדִיג הֶערְשְׁן בַּיי אוּנְז אַהֲבָה וְאַחְוָה וְשָׁלוֹם וְרֵעוּת, מִיר זָאלְן זִיךְ לִיבּ הָאבְּן אוּן הָאבְּן אַ גְלִיקְלִיךְ לֶעבְּן אִינְאֵיינֶעם, אוּן אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט דַארְפְן גֶט'ן חַס וְשָׁלוֹם.


הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שְׁטֶענְדִיג זַיין אַ וַתְּרָן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג מְוַותֵּר זַיין אוּן נִישְׁט זִיךְ קְרִיגְן נָאר שְׁטֶענְדִיג אַרוֹיסְהֶעלְפְן. מִיר זָאלְן הָאבְּן אַ פְרֵיילִיכֶע הוֹיז, עֶס זָאל זִיךְ שְׁפִּירְן דִי שִׂמְחָה אִין דִי לוּפְט בַּיי אוּנְז אִינְדֶערְהֵיים. אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן גֶעזוּנְטֶע אוּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער, אִיךְ זָאל זֵיי אוֹיפְצִיעֶן אוֹיפְ'ן עֶרְלִיכְן אִידִישְׁן וֶועג אוּן זֶען אַסַאךְ אִידִישׁ נַחַת פוּן זֵיי. מַיין שְׁטוּבּ זָאל זַיין אָפְן פַאר אַנְדֶערֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער אַרַיינְצוּנֶעמֶען אוֹרְחִים אוּן צוּ טוּן אַסַאךְ צְדָקָה אוּן חֶסֶד.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה, אוּן הֶעלְף מִיר שׁוֹין, אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, אוּן אִין זְכוּת פוּן רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֶם זְאֵב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#137 - איז דער אייבערשטער נישט אינטערעסירט מיר אויסצוהערן?
שידוכים, יבנאל, תפילה והתבודדות, מוהרא"ש, געפילן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין פון ארץ ישראל, און איך מוז זיך באדאנקען פאר די פילע חיזוק וואס איך באקום פון אייערע דרשות כסדר. עס העלפט מיר אזויפיל אין לעבן, און איך האב שוין ברוך ה' זוכה געווען צו ענדיגן אסאך מאל ששה סדרי משנה.


איך בין א גרוש שוין פאר אסאך יאר, און דאס איז מיר זייער שווער. איך בין שוין געווען צוויי מאל ביים ציון הקדוש פון מוהרא"ש זי"ע אין יבנאל, איך האב אבער נאכנישט זוכה געווען צו טרעפן מיין זיווג, וואס נאך קען איך טון?


ווען איך רעד צום אייבערשטן איז מיר עס אסאך מאל זייער שווער, איך שפיר קיינמאל נישט אז איך האב יוצא געווען, אז איך האב שוין גענוג געבעטן, און אסאך מאל שפיר איך אז דער אייבערשטער וויל מיר בכלל נישט אויסהערן.


אויך ווייס איך נישט אויב איך מעג אלעס זאגן פאר'ן אייבערשטן, צום ביישפיל ווען איך וויל דערציילן מיינע שווערע נסיונות פאר'ן אייבערשטן, קען דאס אמאל נאך זיך שטארקן די נסיונות נאך מער לכבוד דעם.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען העלפן און מחזק זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת טהרה, ב' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו לעבסט מיט די עצה פון התבודדות; דו שמועסט מיט'ן אייבערשטן, דו דערציילסט אים אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר. דאס איז דאך גן עדן, דאס איז עולם הבא; ווען מען שמועסט מיט'ן אייבערשטן, מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו אים - דעמאלט איז מען זוכה צו שפירן מעין דמעין פון עולם הבא, מען שפירט גן עדן אויף די וועלט.


איך בעט דיר זייער, זיי ממשיך מיט די הייליגע הנהגה; קוק נישט אויף דעם אז דו שפירסט אסאך מאל ווי קיינער הערט דיר נישט אויס, אזוי גייט דאס מיט אלעמען.


דער רבי אליינס האט דערציילט אז ער פלעגט שפירן ביי התבודדות ווי מען הערט אים נישט אויס; ער האט אויך געהאט חלישות הדעת פון דעם, ווען ער האט געזען ווי עס גייען אריבער טעג און וואכן וואס ער בעט דעם אייבערשטן און ער האט נישט געשפירט ווי עפעס רוקט זיך, נאכדעם האט ער חרטה געהאט, ער האט זיך זייער געשעמט אז ער האט אפגעלאזט די הייליגע הנהגה (שבחי הר"ן, סימן ה, יב).


איך בעט דיר זייער, קוק נישט אויף דעם, דו רעד ווייטער יעדן טאג צום אייבערשטן; יא געפילן, נישט געפילן, - דאס איז נישט די זאך, דער עיקר איז טון און טון און טון.


דער סמ"ך מ"ם האלט נישט אויס ווען מען גייט אויף דעם הייליגן וועג, ער זוכט אלע מיטלען צו שטערן דעם מענטש און אים אפקילן פון די עבודה, איינמאל מאכט ער טראכטן 'קיינער הערט מיר נישט אויס', א צווייטע מאל מאכט ער טראכטן 'מען הערט יא אויס; נו, דארף מען דאך מער רעדן', ער מאכט שפירן ווי עס איז נישט גענוג וכו' וכו', אבי דער מענטש זאל אפלאזן די הייליגע הנהגה.


דאס וואס דו זאגסט אז ווען דו דערציילסט פאר'ן אייבערשטן ווערן די נסיונות שטערקער; דאס איז נישט וואר, די נסיונות זענען נסיונות, זיי זענען זייער ביטער, פון דעם קען מען נישט פטור ווערן נאר דורך דערציילן דעם אייבערשטן בפרטי פרטיות. אודאי איז דאס נישט געשמאק, מען שעמט זיך זייער ווען מען דערציילט דאס אלעס, מען הייבט אן זען ווער מען איז, מען הייבט אן זען ווי ווייט מען איז; דאך דארף מען דאס דערציילן פאר'ן אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי זאגט קלאר (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ד) אז ווען א מענטש זינדיגט ווערן די עבירות איינגעקריצט אין זיינע ביינער אזוי ווי עס שטייט (יחזקאל לב, כז): "וַתְּהִי עֲוֹנֹתָם עַל עַצְמוֹתָם", און דאס גייט נישט ארויס נאר דורך וידוי דברים, נאר ווען מען דערציילט עס אויס דעם אייבערשטן.


דעריבער זאלסטו ווייטער גיין מיט די הייליגע הנהגה, זיי זיך מתבודד; דערצייל דעם אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער, דערצייל אים ווי שטארק דו ווילסט חתונה האבן, זאג אים ווי שווער עס איז דיר אליינס, און ווי דער יצר הרע ווארפט דיר אראפ נאכאמאל און נאכאמאל; דורכדעם וועסטו אראפנעמען פון דיר אלע עונשים, דו וועסט זוכה זיין צו קענען טרעפן דיין זיווג.


גיי נאכאמאל און נאכאמאל קיין יבנאל צום ציון פון מוהרא"ש, וועסטו זיכער זען גרויסע ישועות; ווען איך וואלט ווען געווען אין ארץ ישראל וואלט איך געגאנגען אן א שיעור מאל צום ציון פון מוהרא"ש.


מוהרא"ש שרייבט אזעלכע ווערטער אין די צוואה, סיי פאר בחורים און סיי פאר מיידלעך, אז ער וועט נישט רוען ביז זיי וועלן האבן זייער שידוך, און בכלליות פאר אונז אלע שרייבט מוהרא"ש דעם לשון (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער אִיז מַיין עֵדוּת אַז יֶעדֶע וָוארְט וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעשְׁרִיבְּן פַאר מַיין מַצֵבָה אִיז אֱמֶת. דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֵוייסְט אוּן קֶען מַיין צוּבְּרָאכְן הַארְץ וֶועלְכֶע אִיז צוּבְּרָאכְן אוֹיף טוֹיזְנְטֶער שְׁטִיקְלֶעךְ כְּחֶרֶס הַנִּשְׁבָּר. אוּן אִיךְ הָאף אַז מִיט דֶעם וָואס מֶען וֶועט קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר אוּן מֶען וֶועט דָארְט דַאוֶוענֶען אוּן לֶערְנֶען אוּן רֶעדְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, דוּרְךְ דֶעם וֶועל אִיךְ הָאבְּן אַ תִּיקוּן פַאר מַיין נֶפֶשׁ רוּחַ אוּן נְשָׁמָה.


אַזוֹי וִוי בַּיי מַיין לֶעבְּן זֶענֶען אַסַאךְ מֶענְטְשְׁן נִתְעוֹרֵר גֶעוָוארְן צוּ תְּשׁוּבָה טוּן דוּרְךְ מִיר, אַזוֹי וֶועט זַיין אוֹיךְ נָאךְ מַיין הִסְתַּלְקוּת. וֶוען מֶען וֶועט קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר, וֶועט מֶען נִתְעוֹרֵר וֶוערְן צוּ תְּשׁוּבָה טוּן.


אוֹיךְ וֶועט מֶען מִיטְן אֵייבֶּערְשְׁטְנְ'ס הִילְף קֶענֶען פּוֹעְלְ'ן בַּיי מַיין קֵבֶר אַלֶע עֶרְלֵיי יְשׁוּעוֹת. וֶוען מֶען וֶועט קוּמֶען מִתְפַּלֵל זַיין בַּיי מַיין קֵבֶר, וֶועל אִיךְ זַיין אַ מֵלִיץ יוֹשֶׁר אוּן אִיךְ וֶועל נִישְׁט רוּעֶן בִּיז אִיךְ וֶועל זֶען צוּ בְּרֶענְגֶען דִי יְשׁוּעָה פַאר דֶעם וָואס אִיז גֶעקוּמֶען אוֹיף מַיין קֵבֶר.


אוּן סְפֶּעצִיעֶל אַ בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ, אוֹיבּ וֶועלְן זֵיי קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר אוּן דָארְט אוֹיסְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים אָן קַיין הֶפְסֵק, זָאג אִיךְ זֵיי צוּ אַז זֵיי וֶועלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר רִיכְטִיגֶע בַּאשֶׁערְטֶע שִׁידוּךְ, אוּן אִיךְ בִּין זֵייעֶר שְׁטַארְק מִיט דֶעם".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#136 - איך בין א בעל תשובה, ווי אזוי קען איך שנעל טרעפן מיין שידוך?
שידוכים, כיבוד אב ואם, משפחה, תשובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וואוין אין ארץ ישראל, און איך האב אייך געוואלט מחזק זיין איר זאלט ווייטער אנגיין מיט אייער הייליגע ארבעט, איר האט נישט קיין אנונג ווי שטארק מ'האט אייך דא ליב, און וויפיל חיזוק מיר באקומען פון אייך.


איך בין 26 יאר אלט, איך קום פון א פרייע משפחה, און איך האב ברוך ה' זוכה געווען תשובה צו טון, אבער דערווייל וואוין איך נאך ביי מיינע עלטערן ווייל איך האב נישט דאס געלט צו קענען נעמען אן אייגענע דירה, און ס'איז מיר זייער שווער צו היטן תורה און מצוות ביי מיין משפחה, ווייל זיי האבן עס זייער נישט ליב און שטערן מיר, און דאס מאכט מיר פיל צער און עגמת נפש.


איך בין דורך פילע שוועריקייטן אין לעבן, און איך וויל אזוי שטארק חתונה האבן מיט אן ערליכע אידישע פרוי און אויפשטעלן אן ערליכע אידישע שטוב, און ארויסגיין פון די פרייע שטוב וואו איך וואוין יעצט, איך האב אבער נאכנישט זוכה געווען צו טרעפן א שידוך.


איך בעט אסאך דעם אייבערשטן אויף דעם, איך בין געווען אין אומאן און דארט אויך מתפלל געווען אויף דעם, איך האב געגעבן געלט צו דרוקן אשר בנחל, איך האב שוין צוויי מאל אויסגעזאגט גאנץ תהלים שטייעדיג ביים ציון פון מוהרא"ש אין יבנאל, איך האב געזאגט קרבנות הנשיאים, אבער דערווייל בין איך נאכנישט געהאלפן געווארן. איך בין בכלל נישט יונג, און ס'איז מיר זייער ביטער דאס לעבן.


איך האב געזען אין ספר המדות וואס דער רבי שרייבט, "על כל דבר תבקש את הצדיק שיתפלל בעבורך", דערפאר טו איך דאס מייניגע, איך בעט אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מתפלל זיין פאר מיר איך זאל שוין זוכה זיין צו טרעפן מיין שידוך, און מיין לעבן זאל שוין ווערן אויפגעראכטן, ווייל איך האלט עס מער נישט אויס.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקהל-פקודי - החודש, מברכים ניסן, כ"ח אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו האסט תשובה געטון, דו האסט אפגעלאזט אלע שלעכטע זאכן דו און פירסט זיך ערליך מיט די וועג פון די תורה.


דיין זכות איז זייער גרויס, די הייליגע חכמים זאגן (ברכות לד:): "בְּמָקוֹם שֶׁבַּעֲלֵי תְּשׁוּבָה עוֹמְדִים שָׁם, אֵין צַדִּיקִים גְמוּרִים יְכוֹלִים לַעֲמוֹד", א בעל תשובה איז מער חשוב ביים אייבערשטן ווי גרויסע צדיקים; דו ביסט אנגעקומען ביים כסא הכבוד אליינס. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.): "גְדוֹלָה תְּשׁוּבָה שֶׁמַּגַּעַת עַד כִּסֵא הַכָּבוֹד", תשובה איז אזוי גרויס, ווען א מענטש טוט תשובה, ער לאזט אפ זיינע אלטע מעשים, ער הייבט אן גיין אין די וועגן פון די תורה - קומט ער אן צום אייבערשטן.


איך וועל דאווענען פאר דיר דו זאלסט זוכה זיין צו טרעפן בקרוב דיין שידוך און זוכה זיין אויפצושעלן ערליכע דורות.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט ווייטער מכבד זיין דיינע עלטערן; א בעל תשובה דארף זייער אסאך חיזוק אויף כיבוד אב ואם, ווייל עס איז זייער שווער צו זיין ערליך ווען אלע מאכן חוזק און אלע לאכן, מען איז איינער אליינס; און פון די אנדערע זייט האט מען נסיונות, דער יצר הרע קומט צוריק און וויל צוריק אריין שלעפן דעם מענטש אין זיין פארגאנגענהייט. זאלסט נישט רעדן מיט חוצפה צו זיי; דו זיי מכבד טאטע מאמע מיט די גרעסטע מאס כבוד, וועסטו זוכה זיין צוריק צו ברענגען די גאנצע משפחה, אלע וועלן ביים סוף תשובה טון, דורכדעם וואס זיי וועלן זען ווי שיין דו פירסט זיך, דיין שטארקייט, דיין זיכערקייט און דיין כבוד פאר טאטע מאמע.


איך האף דו וועסט מיר דערציילן שנעל די גוטע נייעס אז דו ביסט א חתן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#135 - ווען וועל איך שוין טרעפן מיין שידוך?
שידוכים, גליון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ס'איז נישט דא די ווערטער אייך גענוג צו קענען באדאנקען און אויסלויבן אויף די אויסערגעווענליכע שיעורים, ס'איז מורא'דיג ווי אזוי איר קענט זיך אזוי גוט אריינלייגן אין יעדע סארט מצב און פארשטיין וואס און ווי אזוי מ'דארף מחזק זיין. איך זע א מורא'דיגע השגחה פרטית, אז יעדע נאכט ווען איך הער אויס א שיעור, דעמאלט רעדט איר פונקט דאס וואס איך דארף יענע רגע הערן. און ווען ס'קומט שבת קען איך זיך דאך שווער שיידן פון די געוואלדיגע חיזוק, דערפאר דרוק איך ארויס פרייטאג די וועכנטליכע גליון, און איך גיי יעדע וואך עקסטער ארויס פון התפעלות, אז פונקט דאס וואס איך ליין יענעם שבת אינעם גליון, פונקט אויף דעם נושא האב איך דעמאלט געדארפט חיזוק. איך דאנק און לויב יעדן טאג דעם אייבערשטן אז איך האב די זכי' צו וויסן פון הייליגן רבי'ן.


איך האב געוואלט פרעגן, אזוי עס זאמלען זיך אן די גליונות, אויב דער גליון היכל הקודש מוז מען לייגן אין שמות אדער מעג מען עס אוועקווארפן?


אגב, אפשר קען מיר דער ראש ישיבה געבן חיזוק וועגן שידוכים? איך בין שוין באלד א יאר דער לעצטער אין מיין כתה וואס האט נאכנישט חתונה געהאט, און טראץ די אלע יארן פון תפילות ותחנונים, תהילים און התבודדות, און קבלות פון משפחה און חברים, האב איך נאכנישט זוכה געווען צו טרעפן מיין שידוך.


איך האב ברוך ה' א גוטע נאמען, אבער מיין טאטע איז גאר קלויבעריש און אויב מ'טראגט שוין אמאל עפעס אן פרעגט ער זיך מורא'דיג גוט נאך און מאכט עס גלייך אוועק. ער פרובירט מיר צו בארואיגן מיט'ן מיר קויפן גוטע זאכן, אבער איך וויל אים זאגן אז איך דארף גארנישט, ער זאל מיר נאר ברענגען א שידוך. איך ווייס אז עס האט באמת גארנישט צו טון מיט קיינעם, עס האט נאר מיט'ן אייבערשטן, און מיט דעם בין איך זיך מחזק.


איך דאנק דעם אייבערשטן אויף די גוטע זאכן וואס איך האב, און איך בין ווייטער מתפלל און רעדט זיך כסדר אויס פאר'ן אייבערשטן. מיינע געשוויסטער און פריינד באוואונדערן ווי אזוי איך האלט זיך שטארק, זיי ווייסן אבער נישט וויפיל איך ראנגעל זיך מיט נסיונות און אז איך בין גוט צובראכן פון מיין מצב


איך בעט כסדר דעם אייבערשטן איר זאלט קענען ווייטער אנגיין בהרחבת הדעת מיט אייער חשוב'ע עבודת הקודש.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקהל-פקודי - החודש, מברכים ניסן, כ"ח אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די גליונות קען מען אוועק ווארפן; לייג עס נאר אוועק בדרך כבוד. נעם עס צוזאמען, לייג עס אין א זעקל און אזוי קען מען דאס אוועק ווארפן.


די זעלבע זאך איז מיט אלע סארט גליונות.


בנוגע שידוכים; דאס דארף מען לאזן וויסן פאר אלע בחורים און מיידליך, שידוכים האט נאר מיט'ן אייבערשטן, עס האט נישט מיט קיינעם אנדערש, נאר דער אייבערשטער אליינס מאכט שידוכים. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג): "מָצִינוּ בַּתּוֹרָה בַּנְּבִיאִים וּבַכְּתוּבִים שֶׁאֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", מיר געפונען אין די תורה און נביאים און אין כתובים אז א שידוך האט נאר מיט'ן אייבערשטן, אין די תורה שטייט (בראשית כד, נ): "וַיַּעַן לָבָן וּבְתוּאֵל, וַיֹּאמְרוּ, מֵה' יָצָא הַדָּבָר", אין נביאים שטייט (שופטים יד, ד): "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לא יָדְעוּ כִּי מֵה' הִיא", און אין כתובים שטייט (משלי יט, יד): "בַּיִת וָהוֹן נַחֲלַת אָבוֹת, וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת"; זעען מיר איבעראל אז נאר דער אייבערשטער געבט שידוכים.


מען טאר נישט אויפגעבן ווען מען בעט און מען בעט אויף א שידוך און מען זעט נאכנישט די ישועה; מען דארף אויסווארטן ביז דער אייבערשטער וועט העלפן. דער רבי זאגט (ספר המידות אות רחמנות, סימן יא): "עַל יְדֵי בַּקָּשַׁת רַחֲמִים, זוֹכֶה לַעֲשוֹת שִׁידוּכִים טוֹבִים וְהַגוּנִים", דורך תפילה איז מען זוכה צו טון גוטע שידוכים; נאר תפילה איז די עצה צו טרעפן א גוטע שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.