שאלה אין קורצן ענין
#1 - איך ארבעט אזוי סאך, איך קען ממש נישט אטעמען, וואס טוט מען?
שלום בית, קינדער, לימוד התורה, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים און חיזוק יומי, מיין טאג הויבט זיך אן גאר אנדערש נאכ'ן הערן די טעגליכע חיזוק, און פרוביר אז ס'זאל נישט בלייבן נאר ביים הערן, נאר אויך צו "גיין" און לעבן מיט דעם.


איך פרוביר זיך צו שטארקן צו לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד, איך האלט שוין ב"ה ביים ענדיגן די דריטע מאל ששה סדרי משנה, און איך פרוביר צו לערנען יעדן טאג אביסל חומש, גמרא, און שלחן ערוך. אבער פון די אנדערע זייט איז מיר זייער שווער צוליב מיין ארבעט.


איך ארבעט גאר אסאך שעות יעדן טאג, ממש פון אינדערפרי ביז ביינאכט, און איך האב בכלל נישט ליב די ארבעט וואס איך טו, אבער נאר דאס האב איך יעצט. און דאס גייט אסאך סיי אויפ'ן חשבון פון מיין ווייב און קינדער וואס איך האב נישט גענוג צייט פאר זיי, און סיי אויפ'ן חשבון פון לערנען, אז איך קום נישט אן צו לערנען מיינע לימודים געהעריג יעדן טאג. איך בין מתפלל אסאך צום אייבערשטן ס'זאל מיר אונטערקומען א בעסערע פרנסה, ווייניגער שעות מיט מער געלט, אבער דערווייל איז מיר זייער שווער.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען געבן עפעס עצות און חיזוק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהעלותך, י"ח סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס ערשטע זאך בעט איך דיר דו זאלסט זיך שטארקן און זיין פרייליך, ווייל שמחה איז מסוגל אויף פרנסה בניקל, אזוי ווי מען זעט אז דער שם פון פרנסה 'חַתָּ"ךְ' וואס איז די ראשי תיבות פונעם פסוק (תהלים קמה, טז): "פּוֹתֵחַ' אֶת' יָדֶךָ'", איז אויך די ראשי תיבות פונעם פסוק (דברים טז, טו): "וְהָיִיתָ' אַךְ' שָׂמֵחַ'"; זאלסטו פרובירן מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך.


וויסן זאלסטו אז פרנסה געבט דער אייבערשטער פאר יעדן איינעם צוגלייך, און דאס וואס מען זעט אז איינער ארבעט שווערער פונעם צווייטן - איז ווי דער הייליגער רבי האט דערציילט, אז אמאל זענען געווען צוויי גרויסע עשירים וואס זענען געווען שכנים הויז צו הויז, איינער איז געווען א קמצן - א קארגער מענטש, און דער צווייטער איז געווען א גרויסער בעל צדקה; די ארימעלייט האבן געוויסט פון דעם גרויסן עושר דער נדיב לב וואס טיילט מיט א ברייט הארץ צדקה, מען פלעגט קומען צו אים און ער פלעגט אויפנעמען יעדן איינעם מיט א געשמאקע סעודה און צוגעבן א שיינע סכום געלט.


ויהי היום עס איז געווען אן ארימאן וואס האט געהערט אז אין דעם געוויסן שטאט וואוינט דער גוטהארציגער עושר, איז ער אהין געפארן אבער צו זיין מזל האט ער זיך טועה געווען און ער איז אנגעקומען צו דעם עושר דעם קמצן אין אים געבעטן צדקה, האט אים דער קמצן געענטפערט: "איך האב דא ביי מיר אין גארטן אסאך ביימער וואס מען דארף זיי צעשניידן, אז דו וועסט מיר צעשניידן די אלע גרויסע ביימער אויף קליינע שטיקלעך האלץ וועל איך דיר געבן עסן", אומר ועושה, דער ארימאן האט גענומען א האק און זיך גענומען צו די שווערע ארבעט, ער האט צעהאקט אלע ביימער אויף שפענדלעך און ווען ער האט געענדיגט איז ער געקומען צום בעל הבית בעטן עסן, זאגט אים דער קמצן: "קום מיט מיר", און ער פירט אים צום שכן'ס הויז - די הויז פונעם צווייטן עושר - זאגנדיג: "קלאפ אריין ביי דעם טיר, דא וועסטו אלעס באקומען; עסן, געלט וכו'", דער ארימאן האט געמיינט אז דאס איז איין זאך, איין בעל הבית; האט ער אריינגעקלאפט און תיכף ומיד האט מען אים אויף גענומען מיט א מורא'דיגע שמחה און אים געגעבן צו עסן מכל טוב וטוב, אינמיטן עסן האט זיך דער ארימאן אנגערופן: "איך האב זייער שווער געהארעוועט פאר די עסן", ווען מען האט אים געפרעגט: "וואס הייסט?" האט ער געענטפערט: "איך האב געהאקט האלץ א גאנצן טאג ביז איך האב באקומען דאס עסן, דאס איז מיר בכלל נישט אנגעקומען גרינג", האט מען אים געזאגט: "אִיר הָאט גֶעאַרְבֶּעט אוּמְזִיסְט אוּן גֶעגֶעסְן אוּמְזִיסְט", מען האט אים ערקלערט וואס דא איז פארגעקומען, אז דאס זענען צוויי מענטשן און אויב וואלט ער קודם אנגעקומען אהער וואלט ער בכלל נישט געדארפט ארבעטן, ווייל דא געבט מען פאר יעדן איינעם עסן בחינם.


מוהרא"ש זאגט אז דער רבי לערנט אונז מיט די מעשה אז דער אייבערשטער געבט פאר יעדן איינעם עסן און געלט אומזיסט, אבער אז מען זינדיגט דארף מען ארבעטן אפצוקומען דאס וואס מען האט שלעכטס געטון. דאס האט מען געזאגט פאר דעם ארימאן: "אִיר הָאט גֶעאַרְבֶּעט אוּמְזִיסְט אוּן גֶעגֶעסְן אוּמְזִיסְט", א מענטש האט געזינדיגט דארף ער ארבעטן ביטער שווער און מיט דעם קומט ער אפ זיינע עבירות, אבער פרנסה געבט דער אייבערשטער פאר יעדן איינעם בחינם.


גיי צום אייבערשטן און רעד מיט אים יעדן טאג אפאר מינוט, זאלסט אים בעטן עס זאל דיר אנקומען גרינג דיין פרנסה און דו זאלסט זיך נישט דארפן אזויפיל מוטשען, ווייל מיט תפילה קען מען אלצדינג באקומען. זאלסט נישט אויפהערן צו בעטן דעם אייבערשטן ער זאל דיר העלפן מיט א גרינגערע פרנסה, בעט אים: "רבונו של עולם העלף מיר איך זאל האבן פרנסה בריווח, העלף מיר איך זאל טרעפן א פרנסה וואס איך זאל אויך האבן צייט צו לערנען, דאווענען און פארברענגען מיט מיין ווייב און קינדער", אזוי זאלסטו בעטן יעדן טאג וועסטו זען אז דער אייבערשטער וועט מאכן א נס און דו וועסט טרעפן א גרינגע פרנסה.


שטארק זיך אין אמונה וועט דיר אנקומען דיין פרנסה אסאך גרינגער, דער רבי זאגט (ספר המדות, אות ממון, סימן פג): "אֱמוּנָה הוּא טוֹב לְפַרְנָסָה", אז מען האט אמונה האט מען פרנסה; נעם אריין אין דיר אז אלעס איז דער אייבערשטער און דיין פרנסה קומט פונעם אייבערשטן, וועסטו זוכה זיין צו אלעס גוטס.