תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב אנגעהויבן צו הערן דעם שיעור פון פארגאנגענע וואך וואו דער ראש ישיבה שליט"א רעדט וועגן חתונה מאכן, און דער ראש ישיבה שליט"א איז דאך אזוי שטארק גערעכט.
מיין שווער מאכט חתונה קומענדיגע וואך אי"ה, בלית ברירה האב איך געבארגט צוזאמען מיט מיין שוואגער א סומע פון זיבעציג טויזנט דאלער צו קענען באצאלן די שבת באווארפן און די נאכט פון די חתונה, איז דאס נארמאל? איך וועל דארפן צאלן פאר די באנק פיר הונדערט דאלער א חודש, און מיין שוואגער וועט צאלן זעקס הונדערט א חודש, פאר די קומענדיגע זיבן יאר, צו אפצאלן דעם חוב.
אין די לעצטע האלבע יאר לויף איך נאך מענטשן און עשירים צוזאמצונעמען געלט פאר די הוצאות פון די חתונה, איך האב אונטערגעשריבן צוויי ערבות אין גמ"ח פאר מיין שוויגער, אויף די סומעס פון צוואנציג און פופצן טויזנט דאלער.
אויך אויף מיין קרעדיט קארטל גייט ארויף זאכן וואס מיין שוויגער האט געקויפט פאר טויזנטער דאלארן, און זיי האבן עס נישט צו צאלן. דאס איז ממש נישט נארמאל, עס האט נישט קיין שום פשט. איך גלייב אז דער אייבערשטער וועט מיר זיכער באצאלן, אבער עס קומט מיר זייער שווער די גאנצע מעשה.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
ערב שבת קודש פרשת וירא, י"ט מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן
... נרו יאיר
וואס טוסטו? פארוואס בארגסטו געלט? עס איז נישט ריכטיג אזוי צו טון, אז דו ווילסט העלפן דיינע עלטערן אדער דיין ווייב'ס עלטערן - קענסטו גיין נאך געלט, אבער וואס איז דאס צו בארגן געלט? דו ווייסט אז דער רבי שרייבט געפערליך וועגן חובות, אז דאס שטערט דעם מענטש צו זיין אן ערליכער איד און צו קענען תשובה טון (ספר המדות אות תשובה חלק א, סימן מו), וואס טוסטו אזעלכע ווילדע זאכן? וואס טוסטו זאכן אן קיין שכל, אן קיין דעת?
זיי זיך מקבל מער נישט טון אזעלכע זאכן, און מער נישט בארגן קיין געלט, ווייל האבן חובות איז א קללה, און אפילו מען דארף פאר זיך נייע בגדים, נייע כלים וכדומה זאגט אונז דער הייליגער רבי (שיחות הר"ן, סימן קכב), ענדערש זיך אליינס זיין שולדיג, ווי איידער זיין שולדיג פאר אנדערע, ווייל זיין שולדיג חובות נעמט איבער דעם מח, מען קען נישט דינען דעם אייבערשטן, מען פאלט פון תורה, תפילה און אלע הייליגקייטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.