שאלה אין קורצן ענין
#1 - ביז וויפיל מעג מען זאגן פאר קינדער?
חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דארף מען ציטערן פון די אייגענע קינדער? הערנדיג אלע שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, ווי דער ר"י זאגט אז מען דארף אריינלייגן אהבה ווייל אויב נישט קענען זיי ארויסגיין לתרבות רעה, האב איך אויפגעפאסט אז ווען איך רעד צו מיינע גרויסע קינדער ציטער איך פון זיי, איך האב א פחד אז זיי קענען אפפארן און ממש יעדעס ווארט דארף זיין געמאסטן און געוואויגן, ווייל זיי קענען מיך גוט צופיקסן...


איך לייג ב"ה אריין ליבשאפט, אבער דאך שפיר איך אז איך טו עס מער מחמת פחד. און ווער רעדט ווען איך זע אז מיין אינגל איז נישט צופרידן מיט עפעס ווער איך גאר שטארק דערשראקן, איך ווייז עס ח"ו נישט ארויס, אבער איך קלער: רחמנא ליצלן! איך לייג אפשר נישט אריין גענוג ליבשאפט, ער קען ח"ו אפפארן אין געציילטע יאר.


דער ר"י זאגט אז פאר חוצפה טאר מען נישט מוותר זיין, און זיין שטרענג. איז אבער די שאלה: נאר חוצפה? וואס טוט זיך ווען א קינד פאלגט זיין יצר הרע מיט אנדערע זאכן וואס זיין שכל איז נאכנישט משיג פארוואס מען טאר נישט, דארף מען מורא האבן אים צו זאגן קלאר: איך לאז דיר דאס נישט טון אן קיין סיבה! דו דארפסט מיך פאלגן? בקיצור, וואס איז די גבול וואס מען זאל וויסן אז עס איז גארנישט אז דאס קינד איז אויפגערעגט, און ווען מען דארף וויסן אז ח"ו נישט צו פייניגן ווייל ער קען ח"ו ארויסגיין לתרבות רעה?


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


זלמן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, ו' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד זלמן נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז דא א מאמר החכם: "מִן הַזְּהִירוּת - שֶׁלֹא לְהִזָּהֵר"; דו זע אריין צו לייגן אסאך ליבשאפט אין דיינע קינדער, אז זיי זאלן ליב האבן צו זיין אין שטוב, זיי זאלן ליב האבן צו זיין מיט דיר וכו'. זע צו מאכן שיינע שבת'דיגע סעודות; פארצייל שיינע מעשיות ביים טיש, שמועס מיט דיינע קינדער, הער אויס זייערע מעשיות, אפילו עס איז דיר נישט אזוי אינטערעסאנט וכו', זע אז תורה ומצוות זאל זיין א פרייליכע זאך ביי דיר אין שטוב, נישט קיין וויינעדיגע זאך.


דאס וואס דו פרעגסט וועגן נאכגעבן קינדער וכו'; נאכגעבן א קינד אלעס וואס ער בעט איז נישט ליבשאפט, דאס איז א שוואכקייט פון עלטערן, דאס איז א שוואכקייט פון נישט קענען זאגן ניין. קינדער וואס מען געבט זיי אלעס וואס זיי טראכטן און אלעס וואס זיי בעטן וואקסן אויף נישט געזונט, ווען זיי ווערן עלטער קענען זיי זיך נישט אויסקומען מיט דער לעבן, ווייל נישט אלעס קען מען האבן אין לעבן, אבער וויבאלד מען האט זיי נאכגעגעבן אלעס וואס זיי האבן גע'חלומ'ט, זיי האבן באקומען אלעס אויף דער וועלט, קענען זיי נישט אננעמען דעם לעבן.


דו מישט צוזאם הודו מיט כוש; אז א קינד איז אויפגערעגט ווען די עלטערן הייסן אים טון זאכן וואס ער וויל נישט, דאס הייסט נישט פייניגן; וואו קומט אריין מורא האבן אז ער וועט ארויסגיין לתרבות רעה ווען ער איז אויפגערעגט וכו', פארקערט, אז מען איז נישט מחנך קינדער, מען לאזט זיי טון וואס זיי ווילן, דעמאלט וועלן די קינדער ארויס גיין לתרבות רעה, דערפאר פארשטיי איך בכלל נישט וואס דו פרעגסט.


פייניגן מיינט ווען עלטערן פארשעמען די קינדער, מען נעמט א קינד און מען רייסט אים אונטער; למשל, מען וויל דער קינד זאל צוזאמרוימען דאס שטוב, מען זעט אז דער קינד דרייט זיך ארויס פון פאלגן (אזוי ווי אלע געזונטע קינדער) טאר מען נישט טשעפען פערזענליך: "דו וועסט קיינמאל נישט קענען חתונה האבן", "דו ביסט א פוילער", וכו' וכו', דאס הייסט פייניגן. נאך א משל, עלטערן ווילן מחנך זיין די קינדער זיי זאלן זיין צוזאמגענומען וכו', טאר מען נישט אראפ רייסן די קינדער: "דו שלאך", "דו עקעלדיגע וכו'" - דאס הייסט פייניגן.


עלטערן וואס טשעפען די קינדער, עלטערן וואס רייסן אראפ די קינדער, וועלן די קינדער נישט נאר ארויסגיין לתרבות רעה, נאר זיי וועלן אויפוואקסן נערוון קראנקע. אזוי אויך טאר מען נישט צוגלייכן איין קינד צום צווייטן; מען טאר נישט פארהאלטן א קינד: "פארוואס קענסטו נישט זיין אזוי ווי דעם שכנ'ס קינד?" "פארוואס קענסטו נישט זיין צוזאמגענומען ווי יענעם?" 'ווייסט פארוואס איך קען נישט זיין ווי יענעם? ווייל איך בין איך, און יענער איז יענער'. דאס אלעס הייסט פייניגן, אבער פארלאנגען פון קינדער צו העלפן וכו', דאס דארף מען טון און דאס הייסט נישט פייניגן.


ועל כולם דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף גוטע קינדער; מוהרא"ש האט דערציילט, א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו בעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט און דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען צום אייבערשטן זי זאל זוכה זיין צו גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זען אסאך נחת פון דיינע קינדער.