שאלה אין קורצן ענין
#1 - איך בין א מיידל און איך וויל שוין א כלה ווערן
שידוכים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל און איך הער כסדר אייערע שיעורים און איך בין זיך זייער מחיה און מחזק מיט די אלע געוואלדיגע שיעורים, א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


איך בין שוין אין די יארן פון שידוכים, און עס טוט מיר זייער וויי אז איך האב נאכנישט געטראפן מיין שידוך. ב"ה אז עס פעלט מיר גארנישט, איך האב א הערליכע משפחה מיט וואוילע עלטערן און געשוויסטער. אויך אין סקול בין איך ב"ה זייער מצליח און איך קום זיך גוט אויס מיט יעדן איינעם. אבער איך קען נישט אויפהערן טראכטן פון דעם אז איך דארף שוין א שידוך, איך קען וויינען גאנצע נעכט צום אייבערשטן אז איך זאל שוין א כלה ווערן.


אויך איז דא א בחור אין מיין געגנט פון וועמען איך טראכט אסאך, איך האלט אז ער וואלט געווען א גוטער שידוך פאר מיר, איך ווייס דאך אבער נישט אויב דאס איז ריכטיג.


אויב דער ראש ישיבה וואלט מיר געקענט מחזק זיין, וואלט איך דאס זייער מכיר טוב געווען.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פארוואס וויינט איר אזוי סאך, וואס פעלט אייך אין לעבן? איר האט אזא שיינע משפחה, אזא טייערע טאטע מאמע, אזא גוטע סקול און געלויבט דעם אייבערשטן אז איר קומט זיך אויס אין סקול מיט אייערע טיטשערס.


איר האט אלעס אויף דער וועלט; איר זענט געזונט און עס פעלט אייך גארנישט, סאך הכל ווילט איר חתונה האבן, דאס וויל דאך יעדע געזונטע מיידל. דער אייבערשטער וועט אייך געבן אייער שידוך ווען עס וועט קומען די ריכטיגע מינוט, אבער ביז איר טרעפט אייער שידוך, דארפט איר זיין שטארק ביי זיך און ארום גיין מיט א שמייכל.


עס איז א נארמאלע זאך פאר א מיידל צו טראכטן א גאנצן טאג: 'איך וויל חתונה האבן'; עס איז א סימן אז מען איז געזונט און שטארק. זארגט נישט, דער אייבערשטער וועט אייך העלפן, איר וועט טרעפן א גוטע שידוך ווען עס וועט קומען די ריכטיגע מינוט.


אנשטאט וויינען א גאנצן טאג, דארפט איר טאנצן פאר שמחה אז איר זענט געזונט און שטארק; טאנצט פאר שמחה אז איר האט א ווארעמע שטוב, עס זענען דא נעבעך מיידלעך אין אייער יארגאנג וואס האבן נישט אזעלכע ווארעמע עלטערן ווי איר האט, זייערע משפחות זענען צעבראכן וכו', זיי וויינען א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט, אבער איר האט נישט אויף וואס צו וויינען, איר דארפט טאנצן פאר שמחה.


דער הייליגער ר' נתן זכרונו לברכה פלעגט זאגן: "ווען א מענטש רעדט זיך אפ, זאגט דער אייבערשטער: 'קוקט אן דעם מענטש, איך געב אים גוטס און דאך רעדט ער זיך אפ, איך וועל אים ווייזן וואס מיינט שלעכט', אבער ווען א מענטש דאנקט דעם אייבערשטן, זאגט דער אייבערשטער: 'קוק אן דעם מענטש, ער האט גארנישט אין לעבן, און ער איז אזוי פרייליך און דאנקבאר, איך וועל אים ווייזן וואס מיינט גוט', און מען געבט אים א גוטע לעבן". איז דאך זיכער אז איר – וואס האט אלעס אויף דער וועלט - פארוואס זאלט איר וויינען א גאנצן טאג; פאלגט דעם הייליגן רבי'ן, דער רבי זאגט אז מען דארף זיין פרייליך א גאנצע טאג.


בעטס דעם אייבערשטן ער זאל אייך געבן א גוטע שידוך, פארציילט אים אז איר טראכט פון וכו', בעטס אים אז איר ווילט חתונה האבן און האבן א שיינע לעבן.