שאלה אין קורצן ענין
#1 - איך בין נישט צופרידן פון מיין חתן, איך וויל אפלאזן דעם שידוך
שידוכים

תוכן השאלה‎

 


לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס איר טוט, די שיעורים וואס איך הער פון אייך אויף די האטליין האט ממש געטוישט מיין לעבן צום גוטן אין יעדן הינזיכט.


איך האב געוואלט פרעגן עטליכע זאכן. איינס איבער דעם וואס איר זאגט אז המפיל איז א ברכה פאר'ן שלאפן, איך האב אנגעהויבן זאגן המפיל, אבער איך וויל וויסן אויב מ'מעג רעדן צום אייבערשטן נאך המפיל. אויך וויל איך פארשטיין דאס וואס איר זאגט אז מ'קען רעדן צום אייבערשטן ביים באדן די קינדער, ווי אזוי מעג מען רעדן צום אייבערשטן אין א בית הכסא.


און יעצט צום עיקר זאך וואס איך וויל זיך אויסרעדן מיין הארץ. איך בין א כלה, מיין חתונה דארף זיין אין עטליכע חדשים, און איך דארף אסאך התחזקות נישט אפצולאזן דעם שידוך. איך האב נישט קיין אנונג פארוואס איך האב מסכים געווען צו דעם שידוך, איך האב עס נאר געטון צו פרייליך מאכן מיינע עלטערן, און פון מיין זייט וואלט איך היינט דאס אפגעלאזט, ווען נישט איך ווייס אז מיין טאטע וועל כאפן א הארץ אטאקע ווען ער וועט דאס הערן.


מיין חתן איז זייער פרום, און איך בין בכלל נישט אזוי. איך האב זיך שוין גע'חלומ'ט אז איך וועל באקומען א בחור לויט מיין געשמאק, און איך האב שוין געהאט א גאנצע פלאן ווי אזוי איך וועל אויסשטעלן מיין לעבן, איך האב געוואלט האבן אן ערליכע אבער פשוטע שטוב. דערווייל האב איך אבער באקומען א חתן וואס איז מיר בכלל נישט צום הארצן, איך עקל זיך פשוט פון אים.


יעצט פורים האב איך געדארפט שיקן א טייערע משלוח מנות און טייערע מתנות פאר די מחותנים, מיין גאנצע פורים איז געווען צעשטערט. איך ווייס נישט וואס נאך צו זאגן, אפשר וועט איר מיר קענען מחזק זיין און ארויסהעלפן אין מיין מצב.


א גרויסן יישר כח נאכאמאל, נאר דער אייבערשטער קען אייך באצאלן אויף אלעס וואס איך האב באקומען פון אייך.


 

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פ' ויקהל פקודי - פרה, מברכים ניסן, כ"ב אדר, שנת תשע"ח לפ"ק


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע צי מען מעג רעדן צום אייבערשטן נאך המפיל; מען קען רעדן צום אייבערשטן נאך ברכת המפיל און עס איז זייער גוט איינצושלאפן רעדנדיג צום אייבערשטן. אזוי האט ר' אברהם בן ר' נחמן געזאגט: "אויב א מענטש שלאפט איין אינמיטן רעדן צום אייבערשטן איז דער גאנצער שלאף א הייליגע שלאף, און מען שטייט אויף ערליך, ווייל אזוי ווי מען לייגט זיך אזוי שטייט מען אויף".


בנוגע רעדן צום אייבערשטן בשעת מען באדט אפ די קינדער; מוהרא"ש האט דערציילט איינמאל ביי א שיעור וואס ער האט געהערט פון אלטע ברסלב'ע אידן פון אומאן, אז אין אומאן האט געוואוינט א ברסלב'ער חסיד, א פשוט'ער איד, וועלכער איז געווען א שוסטער. ווען מען פלעגט אריין קומען צו אים אין געשעפט האט מען שטענדיג געזען א מורא'דיגע בילד פאר זיך, ער פלעגט שטיין און האקן מיט'ן האמער אויף די שיך און רעדן צום אייבערשטן; ער איז געווען אזוי אריינגעטון אין זיין ארבעט און אין רעדן צום אייבערשטן, אז ער פלעגט נישט באמערקן ווי איינער איז אריין געקומען אין געשעפט און ווארט אויף אים בשעת ער האלט מיט ווי אזוי ער רעדט צום אייבערשטן.


ווען ער פלעגט באמערקן ווי איינער איז דארט, פלעגט ער זיך אנרופן און פרעגן: "איך האב א שאלה: איך ארבעט מיט שיך און די הלכה איז דאך אז ווען מען כאפט אן די שיך ווערט מען טמא, אבער איך וויל רעדן צום אייבערשטן, וויל איך וויסן צי איך מעג רעדן צום אייבערשטן בשעת'ן ארבעטן מיט די שיך?" מוהרא"ש האט פארציילט אז ער האט געהערט פון עטליכע מענטשן אז זיי האבן געהאט מיט אים די זעלבע מעשה און זיי האבן אים נישט געוואוסט וואס אים צו ענטפערן. ווען זיי אליין זענען געווען חשוב'ע אידן און דא זעהן זיי א פשוט'ער איד וואס האט אזעלכע השגות.


בשעת מוהרא"ש האט דערציילט די מעשה, האט א אינגערמאן אריין געפרעגט אינמיטן שיעור: "למעשה מעג מען רעדן צום אייבערשטן אויף א פלאץ וואס מען טאר נישט לערנען, אדער ווען מען איז נישט געוואשן די הענט?" האט מוהרא"ש געזאגט אז עס איז 'הלכה ואין מורין כן'; דאס הייסט, עס איז דא הלכות וואס מען קען נישט זאגן אז מען זאל אזוי טון, אבער מען ווייסט שוין אליינס וואס מען האט צו טון.


יעצט צום עיקר שאלה וועגן אייער שידוך, וואס איר טראגט ביי אייך א סוד וואס קיינער חלומ'ט נישט - איר ווילט נישט דעם חתן וכו' און איר האט פשוט מורא פון אייערע עלטערן וכו'; ליידער זענען דא זייער אסאך שידוכים וואס מען צווינגט וכו', איך וואלט אייך געראטן אז איר זאלט דאס דורך רעדן מיט א טיטשער אדער אייער מנהלת. טראכטס גוט אריין, במשך אייערע יארן אין סקול האט איר זיכער געהאט כאטש איין ווארעמע ערליכע טיטשער וועמען מען קען געטרויען, פארבינדט אייך מיט איר און פארציילט איר אז איר ווילט נישט גיין אונטער די חופה וכו'. אפשר איז עס נאר א דמיון וכו'; לויט וואס איר שרייבט אז ער איז א פרומער וכו' ווייס איך נישט וואס שטערט אייך וועגן אייער חתן, פרום איז נישט קיין חסרון, פרומע מענטשן האבן זייער א שיינע לעבן, נישט אלעס איז דאס אויסזען פון א מענטש.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תיקוני  זוהר, תיקון כא, דף ס:): א שוטה קוקט אויף די לבוש מיט וואס דער מענטש איז אנגעטון, אבער א חכם קוקט וואס טוט זיך אונטער דעם לבוש; ווען עס קומט צו טון א שידוך דארף מען קוקן צי דער בחור האט גוטע מידות, צי ער איז א וותרן אדער א כעסן. ווער זאגט אייך אז דער חתן וויל לעבן אן אנדערע סארט לעבן ווי אייך, אפשר וויל ער פונקט דאס זעלבע ווי אייך... דעריבער ראט איך אייך אז איר זאלט זיך פארבינדן מיט אן ערליכע פרוי וואס מען קען איר געטרויען און שמועסט דאס אויס מיט איר וכו', ווייל עס איז נישט גוט אז איר טראגט זיך ארום מיט א סוד וואס קיינער ווייסט נישט, חוץ מזה איז דאס נישט אויסגעהאלטן על פי הלכה, ווייל אויב מען וויל נישט חתונה האבן דארף מען דאס ענדערש אפלאזן וכו'.


מיר האבן אן עצה פון רבי'ן וואס רופט זיך 'התבודדות'; בעטס דעם אייבערשטן ער זאל אייך העלפן איר זאלט וויסן צי דער שידוך איז פאר אייך אדער נישט. בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט נישט האבן קיין ספיקות און בלבולים וכו'; תפילה ברעכט דורך אלע פארמאכטע טירן און תפילה מאכט ליכטיג פארן מענטש.


איך ווארט צו הערן פון אייך אז איר זענט רואיג און צופרידן און איר גייט צו צו די חתונה מיט א פרייליך הארץ.