תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק וואס זענען מיר מחי', איך פרוביר יעדן טאג צו רעדן צום אייבערשטן, איך האב באשטימט פאר דעם א שעה יעדן טאג אין א צימער.
לעצנס איז מיר אויסגעקומען צו זיין אינדרויסן נאנט צו א פעלד, האב איך באשלאסן צו רעדן צום אייבערשטן אין פעלד, וואס האט דאך די מעלות וואס דער רבי זאגט אז מ'איז צווישן די גראזן, און ס'איז דא ווייניגער שטערונגען. דער פראבלעם איז אבער אז אנקומענדיג אהין האב איך נישט געהאט קיין ישוב הדעת, יעדעס קול פון א בלעטל האט מיר זייער דערשראקן אז אפשר קומען ווילדע חיות צו מיר, אבער פון די אנדערע זייט האב איך דארט געהאט מער אמת'ע דיבורים ווי ביי מיר אינדערהיים אדער אין אן אנדערע צימער. וויל איך וויסן וואס איז ענדערש צו טון.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
אזוי גייט עס אין אנהייב; מען ווערט געשטערט פון יעדע גערודער, ווען מען הערט א בלעטל זיך שאקלען מיינט מען א חי' קומט און ווען די ווינט בלאזט מיינט מען רוצחים קומען, וכדומה; אבער אז מען שטארקט זיך, מען פאלגט דעם רבי'ן מיט עקשנות - זעט מען אז אלעס איז דמיונות, די גערודער איז פון בלעטלעך און פון דער ווינט, מען האט נישט מורא פון די זאכן.
דו פרעגסט וואס איז בעסער; ביידע איז בעסער. מען דארף ביידע, מען דארף גיין אין פעלד, אויב איז שייך צו גיין אין פעלדער און וועלדער - איז נאך בעסער. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נב): "וְגַם צְרִיכִין שֶׁיִּהְיֶה הַהִתְבּוֹדְדוּת בְּמָקוֹם מְיֻחָד דְּהַיְנוּ חוּץ מֵהָעִיר בְּדֶרֶךְ יְחִידִי, בְּמָקוֹם שֶׁאֵין הוֹלְכִים שָׁם בְּנֵי אָדָם", מען זאל זיך גיין מתבודד זיין אינדרויסן פון שטאט, אין א פלאץ וואו קיינער גייט נישט, "כִּי בְּמָקוֹם שֶׁהוֹלְכִים שָׁם בְּנֵי אָדָם בַּיּוֹם, הָרוֹדְפִים אַחַר הָעוֹלָם הַזֶּה", ווייל אין א פלאץ וואו מענטשן גייען, אין א פלאץ וואו מענטשן דרייען זיך בייטאג, מענטשן וואס זענען אריין געטון אין וועלט זאכן, "אַף עַל פִּי שֶׁכָּעֵת אֵינָם הוֹלְכִים שָׁם, הוּא מְבַלְבֵּל גַּם כֵּן הַהִתְבּוֹדְדוּת", וועט דאס שטערן מען זאל זיך נישט קענען מתבודד זיין, אפילו יעצט איז קיינער נישט דארט - דאך איז דער פלאץ נישט מסוגל פאר התבודדות, "וְאֵינוֹ יָכוֹל לְהִתְבַּטֵּל וּלְהִכָּלֵל בּוֹ יִתְבָּרַךְ", מען קען זיך נישט אינגאנצן מבטל זיין צום אייבערשטן, "עַל כֵּן צָרִיךְ שֶׁיֵּלֵךְ לְבַדּוֹ בַּלַּיְלָה בְּדֶרֶךְ יְחִידִי, בְּמָקוֹם שֶׁאֵין שָׁם אָדָם וְשָׁם יֵלֵךְ וְיִתְבּוֹדֵד וִיפַנֶּה לִבּוֹ וְדַעְתּוֹ מִכָּל עִסְקֵי עוֹלָם הַזֶּה וִיבַטֵּל הַכֹּל, עַד שֶׁיִּזְכֶּה לִבְחִינַת בִּיטּוּל בֶּאֱמֶת", דערפאר זאגט דער רבי, דארף מען גיין אין א פלאץ וואו קיינער געפונט זיך נישט, נישט בייטאג און נישט ביינאכט, און זיך אינגאנצן מבטל זיין צום אייבערשטן ביז מען וועט אנקומען צו ווערן אינגאנצן בטל צום אייבערשטן.
אויך זאלסטו זיין שטארק מיט'ן רעדן צום אייבערשטן וואו אימער; ווארט נישט צו גיין אין פעלד, ווארט נישט צו רעדן צום אייבערשטן ווען דו וועסט האבן א שטילע פלאץ, הייב אן רעדן דארט וואו דו געפונסט זיך. דו ווייסט דאך די מעשה (פעלת הצדיק, סימן שצד), ווען דער רבי האט זיך אריבער געצויגן קיין ברסלב האט דער רבי געפרעגט איינעם צי עס איז דא א גוטע פלאץ פאר התבודדות, וואו מען קען זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיט'ן אייבערשטן, האט יענער געזאגט פאר'ן רבי'ן אז עס איז דא זייער א גוטע פלאץ ביים עק שטאט, א שיינער הייל, אבער עס איז זייער ווייט אהין צו גיין, האט דער רבי געזאגט: "ווייט? ווי ווייט איז פון מויל ביז צום הארץ?" דער רבי האט געוואלט ארויס ברענגען אז מען קען שוין אנהויבן רעדן צום אייבערשטן פונעם ערשטן טריט וואס מען גייט אהין, און אזוי אויך צוריק; דערפאר האט דער רבי געפרעגט 'וואס איז שייך צו זאגן ווייט? ווי ווייט איז פונעם מויל ביז'ן הארץ'.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.