תוכן השאלה
לכבוד הרה"ג ר' יואל ראטה שליט"א,
א גוטן. איך האב נישט קיין ווערטער אייך צו באדאנקען אויף אייערע הערליכע רייכע שיינע שיעורים. זייט איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים, בין איך געווארן א צווייטע מענטש ממש.
איך וויל אביסל אויסדרוקן מיינע געפילן צו אייך, אפשר וועט איר מיך קענען העלפען. איך בין א ... חסיד, א טאטע פון צוויי קינדער. איך ווייס נישט צי איר קענט זיך אויס מיט די ... חסידות, ביי אונז דער וואס רעדט פון ברסלב, אדער עפנט ברסלבע ספרים, ווערט אינגאנצען אפגעפרעגט. פארוואס? ווייל ס'איז דא דעם רבינ'ס שמועסן, און יעדער מוז ווערן מחוזק נאר דורך דעם. איך מאך עס נישט אוועק ח"ו, וואס זאל מען אבער טון אז ס'איז נישט געמאכט פאר יעדן איינעם?
מיך גייט נישט אן וואס מענטשן זאגן וועגן מיר. אבער מיין ווייב, ווען זי הערט די ווארט ברסלב, פארט ארויף איר בלוט צום קאפ, און ס'איז זייער שווער אזוי אנצוגיין ווען ס'בלייבט נאר צווישן מיך און באשעפער.
דער אמת איז אז איך אליין האב אויך א ספק אויב די גאנצע זאך וואס איך ווער מקורב צו ברסלב איז אמת אדער נישט, אפשר איז עס נאר א וועג ווי אזוי צו אנטלויפן פון מיין חסידות. אבער מצד שני, דורך דעם האב איך אנגעהויבן דאווענען מיט מנין יעדן טאג שחרית.
איך בעט אייך, ליינט דעם בריוו אויך צווישן די שורות, און געבט מיר אפאר עצות וואס צו טון.
יישר כח פאר אלעס.
אהרן
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזהשי"ת
יום ה' פרשת נצבים-וילך, כ"ג אלול, שנת תשע"ז לפ"ק
לכבוד אהרן נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
ר' נתן איז אמאל אריין געקומען צום רבי'ן און געזען ווי דער רבי וויינט זייער שטארק, און דער רבי רופט זיך אן צו אים: "אזאנס אויס צו טראכטן אויף מיר? אז איך בין פון כת ... רחמנא לצלן?" ר' נתן האט נישט געקענט צוקוקן ווי דער רבי וויינט, איז ער אוועק געגאנגען.
ר' נתן האט שפעטער פארציילט אז ער האט נישט פארשטאנען פארוואס דער רבי וויינט, וואס גייט דיר אן וואס יענער זאגט? האט ער געזאגט אויף דיר אז דו ביסט פון כת ..., ובכן - וואס גייט עס דיר אן?! אבער שפעטער ווען דער רבי איז אוועק און ר' נתן האט געוואלט אריין ברענגען דעם הייליגן רבינ'ס עצות אין די וועלט, און עס האט זיך אנגעפאנגען א שרעקליכע התנגדות, מען האט גע'רודפ'ט ר' נתן מיט שרעקליכע רדיפות, האט ר' נתן געזאגט: יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס דער רבי האט אזוי געוויינט, נישט ווייל יענער האט גערעדט אויף אים, דער רבי האט געוויינט ווייל ער האט געזען אז דורך די מחלוקת, דורך די לשון הרע וואס מען רעדט אויף אים, וועלן מענטשן נישט מקורב ווערן צו אים, און עס וועט זיין זייער שווער אריין צוברענגען אין מענטשן די עצות.
לגבי וואס זאג איך דיר דאס? דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וויפיל אינגעלייט און בחורים זאגן מיר דאס וואס דו שרייבסט מיר; זיי ווילן זיין מקורב צום רבי'ן, זיי זעען אז דער רבי ער האט א שפראך צו זיי, אזוי ווי דו שרייבסט מיר, אז פון ווען דו הערסט דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער ביסטו געווארן אן אנדערע מענטש, דו גייסט אין שול דאווענען וכו' וכו', אבער זיי וויינען אז זיי האבן מניעות - איינער פון די ווייב, א צווייטער פון די עלטערן וכו', דאס אלעס קומט פון לשון הרע און הוצאת שם רע וואס דאס האט גורם געווען אז מענטשן מיינען אז ברסלב איז א פלאץ פון משוגעים, א פלאץ פון הולטייעס חס ושלום, און ווער וויל אז זיין קינד זאל זיך דרייען אויף אזא פלאץ; דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "עָלַי אֵין חוֹלְקִים כְּלָל, רַק הֵם חוֹלְקִים עַל מִי שֶׁעָשָֹה כַּ כְּמוֹ שֶׁבּוֹדִים הַחוֹלְקִים עָלָיו וְעַל אִישׁ כָּזֶה בְּוַדַּאי רָאוּי לַחֲלֹק", אויף מיר קריגט מען נישט, זיי קריגן אויף איינעם וואס טוט דאס וואס זיי זאגן אז איך טו, און אויף אזא איינעם דארף מען קריגן.
דער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ז' - מזבוב ועכביש) אז פאר זיין נשמה איז אראפ געקומען אויף דער וועלט האט דער ס"מ געשריגן צום בית דין של מעלה: "אויב די נשמה קומט אראפ אויף דער וועלט, פארוואס האט מען מיך באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפקומען אויף דער וועלט, גיי זוך דיר אן עצה", איז ער אוועק געגאנגען און ער איז צוריק געקומען מיט אן אלטיטשקער אן איינגעבויגענער, זיי האבן געלאכט און געזאגט אז זיי האבן שוין אן עצה, און די נשמה קען שוין אראפ קומען אויף דער וועלט.
וואס איז די עצה פונעם ס"מ? ער לאכט פון רבי'ן; ווען דער רבי איז צוריק געקומען פון ארץ ישראל האט ער געזאגט אז ער האט געברענגט א מתנה פאר זיינע תלמידים: "מחלוקת" - מען וועט קריגן אויף אים, און אזוי איז טאקע געווען, עס האט זיך דעמאלט אנגעהויבן א מחלוקת אויפן רבי'ן וואס האלט נאך אן ביזן היינטיגן טאג; מען זעט אן אינטערעסאנטע זאך, א בחור'ל אדער א אינגערמאן זאל גיין צו וואסערע רבי'לע עס זאל נאר זיין, וועט מען אים ארויף קוקן, און מען וועט זיך טשאטשקען מיט אים, אבער אזוי ווי מען ווערט געוואויר אז א בחור אדער א אינגערמאן איז אנגעקומען קיין ברסלב, ווערט גלייך א פייער; די גאנצע משפחה הייבט אן קריגן אויף אים, און מען קוקט אים אראפ וכו'; ווער רעדט נאך אז מען ווערט געוואויר אז ער דרייט זיך אין "היכל הקודש" דעמאלט איז שוין ממש עק וועלט; מען ווארפט אים ארויס פון ישיבה, און אויב איז ער א אינגערמאן נעמט מען זיך איבער זיינע ביינער, מען העצט אויף די ווייב וכו' וכו'.
איך וואלט דיר ג'עצה'ט אז דו זאלסט זיך נישט קריגן מיט קיינעם, האלט דיך ווייטער ביי דיין רבי, און מאך נישט קיין מחלוקת, עס לוינט נישט צו מאכן א פייער וואס וועט צוברענגען אז די גאנצע משפחה זאל זיך נעמען אויף דיינע ביינער. מען קען זיין מקושר צום הייליגן רבי'ן אן דעם וואס מען לעבלט זיך אפ אלץ ברסלב'ער, נעם דעם רבינ'ס עצות - הייב אן לערנען אויפן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן עו); מאך דיר א שיעור צו לערנען יעדן טאג מקרא – שנים מקרא ואחד תרגום, זונטאג זאלסטו זאגן שנים מקרא ואחד תרגום ביז שני, מאנטאג זאלסטו ווייטער גיין מיט די פרשה ביז שלישי, און אזוי ווייטער, אזוי אז ווען עס וועט קומען סוף וואך, וועסטו האבן געענדיגט די גאנצע פרשה שנים מקרא ואחד תרגום. נאכדעם מאך זיך א שיעור אין משניות - הייב אן פון אנהייב מסכת ברכות, יעדן טאג זאלסטו לערנען א פאר פרקים, ביז דו וועסט מסיים זיין סדר זרעים, נאכדעם זאלסטו גיין צו סדר מועד. אזוי אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין גמרא; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט, פאלג דעם רבי'ן און קוק נישט אויף קיינעם, זאג ווייטער די ווערטער פון די הייליגע תורה, ווייל די ווערטער פון די תורה רייניגט דעם מענטש.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן זאגן (עבודה זרה יט.): "אָמַר רָבָא, לְעוֹלָם לִיגְרִיס אִינִישׁ, וְאַף עַל גַּב דִמְשַׁכַּח, וְאַף עַל גַּב דְּלֹא יָדַע מַאי קָאָמַר, שֶׁנֶּאֱמַר (תהלים קיט, כ): "גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה", א מענטש זאל לערנען די הייליגע תורה אפילו ער פארגעסט וואס ער לערנט, און אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט. נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (שבת סג.): "לִיגְמַר אִינִישׁ, וַהֲדַר לִיסְבַּר", קודם דארף מען אסאך זאגן די ווערטער, און נאכדעם קומט מען צו פארשטיין.
זע זיך אויסצורעדן דיין הארץ צום אייבערשטן אויף די שפראך וואס דו ביסט צוגעוואוינט צו רעדן; אז דיין שפראך איז אידיש, זאלסטו רעדן צום באשעפער אויף אידיש, אז דיין שפראך איז ענגליש, זאלסטו רעדן צום באשעפער אויף ענגליש. זאלסט אים אלעס דערציילן סיי וואס דו ביסט אריבער, און סיי זאכן וואס דו ווארסט צו געהאלפן ווערן.
דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.