תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב געוואלט פרעגן עפעס וואס איז מיר שטארק נוגע, איך האף אז עס איז נישט צו סענסעטיוו, אבער איך האב שטארק הנאה ווי דער ראש ישיבה שליט״א ענטפערט ברבים אלע סארט שאלות, בין איך מיך מורה היתר.
איך האב זיך לעצטנס אריינגעלייגט אין ספרי ברסלב, און עס איז מיר גאר שטארק מחזק. איך רעד אסאך צום רבוש"ע אין אידיש. פארשטייט זיך אז מען קען אלץ גיין מער און מער, אבער איך וויל וויסן צי איך דארף ארויסשטארן פון מיינע ארומיגע, אדער איך קען מיך אויפפירן פונקט ווי יעדעם. דאס רעכנט אריין צו איך דארף מפיץ זיין דעם רבינ'ס ספרים, זיך דרייען דוקא אויף ברסלב'ע פלעצער, לערנען ברבים ברסלב'ע ספרים, ועוד ועוד.
איך ווייס אז עס איז אמת אז "ואל יבוש מפני המלעיגים", און אויב מען האלט אז עפעס איז ריכטיג דארף מען עס טון. אבער דאך איז די מציאות (לפחות אין מיין סביבה) אז פאר מענטשן שטערט ווען איינער איז א יוצא מן הכלל. ווען איך בין פריוואט פאר מיך א ברסלב'ער שטער איך נישט קיינעם, עס קומט נישט מיט קיין מניעות (קיינער האלט מיך נישט צוריק פון פארן קיין אומאן וכדומה). משא"כ ווען יעדער האלט מיט, דאן ווער איך אפיציעל א "ברסלב'ער", אנדערש ווי יעדן אין מיין סביבה.
מוז עס יעדער מיטהאלטן? און אויב קען מען יא זיין פריוואט, פארוואס זעט מען דאך אינגעלייט וואס ווערן אדוק אין ברסלב אז זיי זוכן אז יעדער זאל וויסן דערפון? איך רעד דוקא נישט פון טון גאר מאדנע זאכן ברבים און זאגן אז דער רבי האט דאס געוואלט, איך רעד פון פשוט ווערן קאטאגעראזירט אלס "ברסלבער" אז יעדער זאל מיטהאלטן. קען מען אן דעם אדער נישט?
יעקב דוב
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת לך לך, ו' מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד יעקב דוב נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך פריי מיר זייער צו הערן אז דו ביסט זיך מחזק מיט דעם הייליגן רבינ'ס עצות, ובפרט מיט די עצה פון התבודדות; דער רבי האט געזאגט: "איך האב געהערט פון זייער אסאך צדיקים אז זיי זענען צוגעקומען צו אלע זייערע מדריגות נאר דורך התבודדות, זיי האבן זייער אסאך גערעדט צום אייבערשטן יעדן טאג אויף זייער אייגענע שפראך; און אפילו זיי האבן נישט געשפירט ווי מען הערט זיי אויס, פארקערט, זיי האבן געשפירט ווי מען דערווייטערט זיי פון אריין קומען אין די קדושה - האבן זיי ממשיך געווען מיט די הנהגה ביז זיי זענען צוגעקומען צו וואס זיי זענען צוגעקומען, צו ווערן גרויסע צדיקים"; דער רבי וויל אז מיר זאלן דאס אויך טון, מיר זאלן נאכמאכן אלע גרויסע צדיקים, און אפילו מיר זענען זייער פשוט'ע מענטשן, דאך זאלן מיר מאכן התבודדות יעדן טאג, אזוי וועלן מיר זוכה זיין צו אלע מדריגות וואס א מענטש קען זוכה זיין בזה העולם.
דאס וואס דו פרעגסט פארוואס ווען א מענטש הייבט אן לערנען די ספרים פון הייליגן רבי'ן, און הייבט אן פאלגן די עצות, פארוואס דארף יעדער וויסן אז ער איז געווארן א ברסלב'ער; נאר געווענליך ווען א מענטש טרעפט א גוטע זאך פאר זיך, וויל ער זייער שטארק אז זיינע קינדער זאלן אויך הנאה האבן דערפון - דאס איז דער תירוץ אויף דיין קשיא; א מענטש קוקט זיך אן ווי אזוי ער איז אויפגעוואקסן - פוסט און וויסט. במשך אלע זיינע יארן האט אים קיינער נישט אנגעגרייט צו וויסן וואס דער לעבן איז; אודאי האט מען געלערנט מיט אים תורה, מען האט געלערנט מיט אים קיום המצות, מידות טובות וכו' וכו'; אבער מען האט אים נישט געלערנט קיין שום הקדמות וואס דער מענטש דארף וויסן אין לעבן. אז אפילו מען פאלט אראפ, מען איז נכשל געווארן מיט עבירות, קען מען זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, און דער אייבערשטער האט רחמנות אויף א יעדע מענטש "וְרַחֲמָיו עַל כָּל מַעֲשָׂיו" (תהלים קמה, ט), נאר די רעזולטאטן זענען, אז אזא איינער ווערט נעבעך זייער צעבראכן ווען ער פאלט אראפ; עס איז דא וואס וועלן אלעס איבערלאזן רחמנא לצלן, עס איז דא וואס לעבן א פאלשע לעבן - פון אינדרויסן זעט ער אויס ווי א שומר תורה ומצות, אבער פון אינעווייניג איז ער נעבעך פארדארבן; נישט ווייל ער וויל אזוי זיין, נאר ווייל קיינער האט אים נישט אנגעגרייט אז צו זיין אן ערליכער איד דארף מען האבן אסאך סבלנות און אסאך חיזוק, אז אפילו מען פאלט אראפ דארף מען זיך אויפהייבן, אזוי ווי עס שטייט (משלי כד, טז): "כִּי שֶׁבַע יִפּוֹל צַדִּיק וָקָם", דער צדיק האט אויך נפילות וירידות וכו', אבער ער איז א צדיק ווייל ער הייבט זיך אויף.
דערפאר, ווען איינער הייבט אן לערנען די ספרים פון רבי'ן, און הערט די חיזוק און עצות - וויל ער גלייך אז זיינע קינדער זאלן אויך לעבן א חיים טובים; ער נעמט ארויס זיינע קינדער פון וואו זיי לערנען און שיקט זיי קיין ברסלב, דערפאר שטארט ער ארויס אז ער איז ברסלב. אבער א מענטש פאר זיך, למשל א בחור, דארף טאקע קיינער נישט וויסן אז ער האט מיט ברסלב, און מען ווייסט טאקע נישט, אזוי ווי דו שרייבסט מיר אז דו ביסט זיך מחיה מיט די הייליגע רבי'ס עצות און קיינער ווייסט נישט דערפון, אזוי זענען דא צענדליגער טויזענטער בלי גוזמא וואס זענען זיך מחיה מיטן רבי'ן, און קיינער ווייסט נישט אז זייער גאנצע חיות איז ברסלב.
איך וועל דיר דערציילן מיין השתלשלות ווי אזוי איך בין מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן; איך האב זוכה געווען מקורב צו ווערן שנת תשס"ד לפרט קטן, עטליכע יאר נאך מיין חתונה, ווען איך בין אלט געווען דריי און צוואנציג יאר. קיינער האט נישט געוואוסט אז מיין גאנצע חיות איז דער הייליגער רבי, און קיינער האט נישט געוואוסט אז מיין לעבן האט זיך מיר געטוישט, נאר מיין ווייב תחי'; איך האב געפאלגט אלע עצות פון רבי'ן, איך האב אנגעהויבן לערנען יעדן טאג ח"י פרקים משניות, איך האב געלערנט דעם רבינ'ס ספרים בייטאג און ביינאכט, און דאס איז מיר געווען כמים קרים על נפש עייפה, און קיינער האט נישט געוואוסט דערפון אויסער מיין ווייב תחי'. ווען עס איז געקומען ראש השנה שנת תשס"ה בין איך נישט געפארן, כאטשיג איך האב זייער שטארק געוואלט פארן, ווייל איך האב געזען וואס דער רבי זאגט, אז "גאר זיין זאך איז ראש השנה", און "קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאן", אבער למעשה בין איך נישט געפארן.
יענע תקופה ווען איך בין מקורב געווארן צום רבי'ן, בין איך געווארן א מלמד פאר כתה ט' בחורים; איך האב אריין געלייגט אין די קינדער אמונה, איך האב גערעדט צו זיי די זעלבע דיבורים וואס איך רעד היינט פאר די בחורים, אלעס וואס איך רעד היינט האב איך גערעדט צו די קינדער פאר פערצן יאר צוריק, נאר איין חילוק איז דא, אז היינט זאג איך עס נאך מיטן רבינ'ס נאמען, און דעמאלט האב איך עס נאכגעזאגט בשם צדיקים; איך פלעג זאגן פאר די קינדער: "עס שטייט אין די הייליגע ספרים..." "צדיקים האבן געזאגט..." און איך האב קיינמאל נישט נאכגעזאגט בשם דעם רבי'ן; דאס שרייב איך דיר, אז דו זאלסט זען אז מען קען זיין צוגעקלעבט צום רבי'ן אן דעם וואס איינער זאל בכלל וויסן פון דעם.
אפילו ווען איך בין געפארן קיין אומאן אויף ראש השנה שנת תשס"ו לפרט קטן, האבן מיינע חברים און משפחה נישט געוואוסט אז איך בין א ברסלב'ער, ווייל א ברסלב'ער איז גארנישט אנדערש ווי א צווייטן, בלויז איין זאך איז אנדערש, אז ער לעבט מיטן אייבערשטן, ער איז דבוק צו אים א גאנצע טאג; ווען ער עסט - עסט ער מיטן אייבערשטן, ער טראכט פונעם אייבערשטן, ווען ער שפאצירט - רעדט ער צום אייבערשטן, ווען ער זיצט צווישן מענטשן - איז זיין מח ביים אייבערשטן. פארקערט, איך האב עס באהאלטן פון יעדן איינעם, ווייל איך האב נישט געוואלט האבן קיין מחלוקת, ביז עס האט פאסירט וואס האט פאסירט.
דארט וואו איך בין געווען מלמד - אין כתה ט', האט די הנהלה זייער געוואלט איך זאל ווערן דער מנהל פון זייער ישיבה; זייער ישיבה האט זיך געהאלטן ביים פארמאכן און עס איז געווען קוים א מנין בחורים, און זיי האבן זייער געוואלט אויפבויען זייער קהילה, האבן זיי מיר זייער געבעטן איך זאל ווערן דארט מנהל. מען האט מיר אויפגענומען פאר מנהל אסרו חג פסח תשס"ז לפרט קטן; און גלייך ווען מיינע תלמידים וואס האבן געלערנט ביי מיר די פאר יאר - תשס"ד, תשס"ה, תשס"ו, האבן געהערט אז איך ווער מנהל אין די ישיבה, זענען אלע צוריק געקומען צו די ישיבה, פלוצלינג אין צוויי טעג האבן זיך איינגעשריבן פופציג בחורים, ווייל אלע בחורים וואס האבן געלערנט אין אנדערע ישיבות זענען צוריק געקומען.
פארוואס זיי זענען צוריק געקומען, דאס וועסטו שוין אליינס פארשטיין; ווייל זיי האבן זייער ליב באקומען צו זיין א איד. איך האב גענומען אלע קינדער וואס קיינער האט אויף זיי נישט געקוקט, און זיי אויפגעהויבן; איך האב גענומען די קינדער וואס זיי דרייען איבער די קלאס, און זיי אויפגעהויבן; עס זענען געווען קינדער וואס זענען עמטליך געזעצן אינדרויסן פון קלאס א גאנץ יאר, זיי האבן שוין געהאט זייער מקום קבוע אינדרויסן פון די כתה; איך פלעג זיי זען, איך האב געזען זייער הארץ, איך האב געזען די טרערן וואס ליגט אונטער די שטיק, די ווייטאג וואס ליגט אונטער זייער שמייכל, און איך האב זיי גענומען און מחזק געווען. דערפאר, ווי נאר זיי האבן געהערט אז זייער אלטער מלמד ווערט מנהל, זענען זיי אלע צוריק געקומען.
דעם קומענדיגן יאר שנת תשס"ח לפרט קטן האט די ישיבה געהאלטן ביי אכציג בחורים, און אויף דעם קומענדיגן יאר תשס"ט זענען שוין געווען איינגעשריבן איבער הונדערט בחורים. בשעת וואס א יאר און א האלב צוריק איז קוים געווען מנין.
למעשה, ווען זיי האבן מיר ארויסגעווארפן, האט מיר מוהרא"ש זכרונו לברכה געהייסן עפענען א ישיבה; איך האב אנגערופן די עלטערן פון אלע בחורים זאגן אז איך עפען אליינס א ישיבה. פארשטייט זיך אז אלע עלטערן האבן איינגעשריבן זייערע קינדער, אבער דא האט זיך אנגעפאנגען די מחלוקת, היות זייער אסאך פון די עלטערן זענען געווען חסידים פון דעם רב וואו איך האב געארבעט, האבן זיי געוואלט אויפבויען די ישיבה פון זייער קהילה; פון דער אנדערע זייט, די בחורים האבן פארפירט אז זיי ווילן קומען לערנען ביי מיר. וואס האבן זיי געטון? זיי האבן מיר באשמוצט, מען האט מיר מבזה געווען - וואס עס העלפט נישט קיין מחילה אויף מוציא שם רע, אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'נט (ירושלמי בבא קמא, פרק ח, הלכה ז): "הַמוֹצִיא שֵׁם רָע אֵין לוֹ מְחִילָה", מען האט אנגערופן אלע עלטערן וואס האבן יא געוואלט שיקן זייערע קינדער, און גערעדט לשון הרע און הוצאת שם רע, ביז עס איז געווארן א טומל.
מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר געשריבן א בריוו איך זאל עפענען א ישיבה; מוהרא"ש שרייבט אין די בריוו אז עס דארף נישט טראגן דעם נאמען "ברסלב", ווייל דער רבי האט בפירוש געזאגט מען זאל רעדן דיבורי אמונה מיט מענטשן נישט אין זיין נאמען: "וואס גייט מיר אן אז א מענטש וועט בענטשן ברכת המזון בכוונה, ווען ער וועט נישט וויסן אז דאס קומט פון מיר", - האט דער רבי געזאגט.
אזוי האב איך געטון; איך האב געעפענט די ישיבה מיטן נאמען "תפארת צבי" אויפן נאמען פונעם קרעטשניפער רבי זכרונו לברכה, ווייל קיינער האט מיר נישט געוואלט פארדינגען א פלאץ וואו צו לערנען מיט די בחורים, און איך האב נישט געהאט קיין ברירה, ווייל איך האב נישט געהאט וואו צו גיין, קודם זענען מיר געגאנגען אין א זאל וואו מען מאכט שמחות, מיר האבן צעטיילט די זאל מיט די מחיצות אויף כיתות און אזוי געלערנט, נאך א וואך, האט איינער געזאגט אז ער איז מסכים אריין צו נעמען די ישיבה, בתנאי זיך צו בויען א חסידות; איך האב געפרעגט מוהרא"ש, "אודאי" - האט מוהרא"ש געזאגט, "דער עיקר לייג אריין אין די בחורים לימוד משניות, די בחורים זאלן זאגן פרקים משניות אפילו אן פארשטיין"; דאס פלעג איך הערן טאג און נאכט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה: "לייג אריין אין די בחורים לימוד משניות, די בחורים זאלן זאגן פרקים משניות אפילו אן פארשטיין".
נאך אפאר וואכן איז מען געקומען צו דעם רב, און מען האט אים געסטראשעט אז מען גייט אים באשמוצן מיט כתבי פלסתר וכו'; דער רבי האט זיך דערשראקן און אונז ארויס געווארפן און אראפ גענומען די נאמען "תפארת צבי"; האט מוהרא"ש מיר געזאגט: "געב די נאמען 'תפארת התורה'", אבער עס האט נאך אלץ נישט געהייסן ברסלב. און ביי די שיעורים וואס איך פלעג געבן אין ישיבה האב איך גערעדט נישט בשם דעם רבי'ן, נאר: "עס שטייט אין די הייליגע ספרים..." "צדיקים האבן געזאגט..." איך האב קיינמאל נישט נאכגעזאגט בשם דעם רבי'ן, און די בחורים האבן ניטאמאל געוואוסט ווער מוהרא"ש איז, און ווער ר' נתן איז וכו'.
נאכדעם האבן זיי מיך אנגעהויבן צו פארשפרייטן; מען האט מפרסם געווען אז איך בין ברסלב, און איך מאך מיינע תלמידים ברסלב; מען האט ארויס געגעבן ספרים און קונטרסים קעגן מיר, אז איך בין פארכאפט אין ברסלב, און איך בין זייער סכנה'דיג ווייל איך מאך די בחורים ברסלב. דעמאלט האב איך געטראכט צו מיר: אז עס איז יא אזוי, אז מען שרייבט אויף מיר איך בין ברסלב, פארוואס זאל איך מיר פארשטעקן, בעסער געזאגט פון וועמען זאל איך מיך פארשטעקן, האבן מיר געטוישט די נאמען פון די ישיבה "תפארת התורה היכל הקודש ברסלב".
דאס אלעס שרייב איך דיר, אז דו זאלסט נישט אנקוקן מיט א זלזול א ברסלב'ער אינגערמאן וואס עס זעט אויס ווי ער זוכט ארויס צו שטארן, ווען אונטער דאס וואס ער שטארט ארויס ליגט אסאך פארגאסענע בלוט; וויפיל איך זאל דיר שרייבן וואס עס איז אריבער אויף מיר, און וואסערע בזיונות איך האב געליטן, וועסטו קיינמאל נישט גלייבן וואס א ברסלב'ער איד גייט אריבער ווען ער קומט צום רבי'ן; ווי דער גאנצע משפחה נעמט זיך אויף אים, מען הייבט אים אן רודפ'ן, מען הייבט אן טרינקען זיין בלוט שטילערהייט, בשעת ווען די אנדערע קינדער טוען וואס זיי ווילן וכו'.
מוהרא"ש זכרונו לברכה איז מקורב געווארן ביי די פופצן יאר צום הייליגן רבי'ן, ער האט געלעבט פאר זיך און ער איז געווען דבוק צום אייבערשטן; נאכדעם וואס מוהרא"ש האט חתונה געהאט, איז געקומען א פעטער פון זיין ווייב'ס זייט, ער איז געוואויר געווארן אז מוהרא"ש לערנט די ספרים פון הייליגן רבי'ן, האט ער געשוואוירן אז ער גייט אים אוועק נעמען פון ברסלב; ער האט אנגעהויבן רודפ'ן מוהרא"ש - דער אייבערשטער זאל אפהיטן, ביז מוהרא"ש האט געזען אז עס רירט אן זיין שלום בית, האט מוהרא"ש געטון א זאך, מוהרא"ש פלעגט זאגן עס איז געווען א ווילדע זאך, ער האט געדרוקט אלע ספרים פון רבי'ן, און אונטן וואו מען שרייבט: "נדפס על ידי..." האט מוהרא"ש געשריבן: "נדפס על ידי אליעזר שלמה ברסלבער ני"ו" (מיר האבן נאך דא אין ישיבה פון די אלטע ספרים וואו מען קען דאס זען), מוהרא"ש האט אים געוואלט זאגן מיט דעם, אז מיר קענסטו נישט אוועק נעמען פון רבי'ן, דאס איז מיין לעבן, און דאס איז מיין נאמען; דעמאלט האט דער פעטער געזען אז עס איז נישט דא וואס צו טון.
דאס אלעס שרייב איך דיר, כדי דו זאלסט וויסן אז נישט אלעס ווייסטו, און ווען דו זעסט ווי א מענטש גייט און קומט, און עס זעט אויס כאילו ער זוכט צו מאכן מחלוקת, זאלסטו וויסן אז אונטער די "ארויס שטארן" - ווי דו רופסט דאס, ליגט אסאך רדיפות.
דערפאר איז זיכער נישט כדי צו מאכן מחלוקת ווען מען ווערט מקורב, און אז מען קען עס אויס באהאלטן איז זיכער כדי, אבער מען דארף געדענקען וואס דער רבי האט געזאגט אויף זיין חולק, ווען ער האט אנגעפאנגען קריגן אויף אים: "אויב וועט ער מיר לאזן א וועג פון דער זייט וועל איך אים גארנישט טון, אבער אז ער וועט מיר אינגאנצן שטערן וועל איך אים צעשניידן אויף שטיקער"; דאס גייט ארויף אויף יעדע מקורב, אויב קען מען לערנען דעם הייליגן רבינ'ס ספרים בהצנע לכת, מען קען מקיים זיין אלעס וואס דער רבי זאגט אן קיין מחלוקת - מה טוב ומה נעים, אבער אז מען זעט אז מען גייט פארלירן דעם רבי'ן וכו', דעמאלט איז נישט שייך צו קוקן אויף א צווייטן, עס איז א בחינה פון חייך קודמין.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.