תוכן השאלה
לכבוד הרב הראש ישיבה שליט"א,
תודה וברכה לכל השיעורים הקדושים שלכם המחיים ומחזקים פגרים מתים ממש.
ברצוני לשאול אודות ענין ששמעתי באחד מהשיעורים ששלחו בחיזוק היומי בענין שאצל ציון רבינו צריכים לבוא עם דרך ארץ ולא לעשות קומזיצים כי המקום הוא מקום קדוש, וכן כל דברים כיוצא בהן כגון לבוא עם כובע וחלופה. ושאלתי הוא כי הן אמת שיש מקומות שמכבדים מאד את מקומות הציון של הרבי שלהם כגון בחב"ד, אבל האם הרבי מחב"ד אי פעם הבטיח הבטחות כאלו לאנשים המונחים בשאול תחתית תחתית תחתית, ובודאי ציון רבינו הוא מקום קדוש ונורא אבל הלא רבינו הוא כמו האם שלנו, הרוחץ אותנו, הוא רבי שמבין אותנו, וגם כבוד הרב שליט"א דימה את ציון רבינו שנתאר אם היינו הולכים לרבי חי אם היינו הולכים בלי כובע וחלופה, ודאי כשהולכים מפעם לפעם לאדמו"ר שיושב על כיסא מלכותו כמו מלך, שם הולכים עם כובע וחגורה, אבל נתאר אם מוהרא"ש היה חי ודאי שבביתו היינו באים עם כובע וחלופה, אבל סתם ככה כשהיינו מדברים אליו בבית המדרש או לומדים שמה, ברור שלא הייתי הולך עם בגד עליון.
ובאמת לא רציתי להגיב אבל ראיתי שזה עוצר אותי מלילך על הציון, כי בכל פעם שאני ניגש אני חושב: אוי! אני צריך לחזור עכשיו להדירה ולא מונע אותי מלילך להציון. וגם רואים אצל רבי חיי רוקדים עימו ועושים קומזיצים לפניו, למה לעשות עוד גדרים על הציון, שאפילו בלי הההגבלות החדשות קשה מאד לבוא? ואנחנו אנשים פשוטים ומגושמים מאד, ורוצים לבוא בכל עת את הקודש. וגם מוהרא"ש לא הקפיד על זה, רק דיבר שלא יעשנו שם ולא לעשות מערת פרוצים לשתות בירה ולבטל הזמן וכדומה בדברים כאלו, אבל שנלך עם בגד עליון ועם כובע, למה ועל מה?
תודה רבה על כל השיעורים, כי הם חיינו ואורך ימינו. המאחל לכם שנה טובה ומתוקה.
נחמן
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזהשי"ת
יום ה' פרשת וזאת הברכה-א, ח' תשרי, שנת תשע"ח לפ"ק
לכבוד נחמן נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר זענען געווען ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה; דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "מִי שֶׁהָיָה אֶצְלִי עַל רֹאשׁ הַשָׁנָה, רָאוּי לִשְׂמוֹחַ מְאֹד כָּל הַשָׁנָה", ווער עס איז געווען ביי מיר ראש השנה דארף זיין זייער פרייליך. ר' נתן האט געזאגט, ווער עס קומט קיין אומאן אויף ראש השנה, האט א חלק אין די גאולה; מען זעט די לעצטע פאר יאר וואס עס טוט זיך אפ אין אומאן, טויזענטער אידן קומען צו פארן פון די גאנצע וועלט צום רבי'נס ראש השנה, יעדער איינער צעברעכט זיינע מניעות און קומט מיט מסירות נפש, און יעדעס יאר ווערט נתרבה דער קיבוץ אין אומאן. דאס יאר זאגט מען איז געווען קרוב צו הונדערט טויזענט אידן, כן ירבו.
איך בין שטענדיג מעורר מיינע תלמידים - סיי די בחורים און סיי די אינגעלייט, פאר ראש השנה ווען מיר פארן צום ציון, אז ביים ציון דארף מען זיך אויפפירן מיט גרויס דרך ארץ. דער רבי איז דארט, און מען דארף זיך פארשטעלן כאילו מיר וואלטן אריין צום רבי'ן, וואלטן מיר זיכער אריין מיט גרויס דרך ארץ און יראת הכבוד.
אמאל איז דער רבי געזיצן אין שטוב מיט זיין טאכטער, און זיי האבן געהערט ווי א פרוי וויינט אויפן קבר פון איר טאטע, האט דער רבי געזאגט פאר זיין טאכטער: "דער מת איז בכלל נישט דא און הערט בכלל נישט איר וויינען, אבער ווען איך וועל אוועק גיין מזה העולם און מען וועט קומען צו מיין קבר, וועל איך הערן וואס מען רעדט צו מיר", און דער רבי איז אריין אין אן אנדערע צימער און געזאגט: "אזוי ווי איך קען הערן דא ווען דו רופסט מיר פון די אנדערע זייט, אזוי וועל איך הערן וואס דו וועסט בעטן ביי מיין ציון" (שיחות הר"ן, סימן קנו).
דערפאר, ווען מען גייט צו א ציון פון א צדיק, בפרט צום הייליגן רבינ'ס ציון, דארף מען קומען מיט גרויס דרך ארץ. ביים רבי'ן איז געווען 'דרך ארץ' א יסוד היסודות; דער רבי האט געזאגט: "אִם קֵיסָרִים וּמְלָכִים הָיוּ יוֹדְעִים אֵי אֲנִי מְלַמֵּד אֶת אֲנָשַׁי דֶרֶך אֶרֶץ", ווען קעניגן וואלטן געוואוסט וואסערע דרך ארץ איך לערן אויס מיינע תלמידים, "הָיוּ שׁוֹלְחִים אֶת בְּנֵיהֶם אֵלַי לִלְמוֹד דֶּרֶך אֶרֶץ", וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר איך זאל זיי אויסלערנען דרך ארץ.
פארשטייט זיך אז ווען מען קומט צום רבי'ן איז מען פארנומען מיט זיך אליין; עס איז נישט דיין געשעפט ווי אזוי דער קומט און ווי אזוי יענער קומט, מען דארף קוקן אויף זיך אליין, ווייל דער רבי איז אזוי ווי א דאקטער וואס היילט אויס (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ל), און ווען מען קומט אין שפיטאל קען מען נישט קוקן ווער נאך עס קומט, און וואס ער זוכט ער דא, און וואס ער דארף; נאר יעדער קומט צום רבי'ן זיך אויסהיילן.
מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט זייער מקפיד זיין אז מען זאל נישט לאזן אין א בית המדרש 'היכל הקודש' זיך דרייען מענטשן וואס זעען אויס אינטערעסאנט, ווייל נאכדעם איז דאס מרחק מענטשן; מענטשן זאגן: "קוק די ברסלב'ע משוגעים", און דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַדִיק צָרִיך לִשְׁמוֹר אֶת הַצַדִיק שֶׁלֹא יָצָא עָלָיו שֵׁם רַע", ווער עס האט ליב דעם צדיק, זאל אכטונג געבן אז עס זאל נישט ארויס גיין קיין שלעכטע נאמען אויף דעם צדיק; דערפאר פלעגט מוהרא"ש זייער מקפיד זיין עס זאלן זיך נישט דרייען אין 'היכל הקודש' מענטשן וואס זענען משונה קרן, ווייל דאס אליין איז שוין חצי נזק. אבער אין אומאן - פלעגט מוהרא"ש זאגן - טאר מען גארנישט זאגן פאר קיינעם, ווייל מען שפילט זיך מיט אידישע נשמות, און זיי זענען נישט געקומען צו דיר, זיי זענען געקומען צום רבי'ן.
מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט אז עס איז געווען איינער פון אנשי שלומינו מיטן נאמען משה וועלוול, עס איז ארויס אויף אים א שם רע - א שלעכטע נאמען אז ער טוט שמוץ, און ווען ער איז געקומען צום ציון אויף ראש השנה האט דער טשערינער רב געשריגן אויף אים: "משה וועלוול, דו ביסט אונז א בזיון, ווער בעט דיר דו זאלסט קומען דא?" און אלע אנשי שלומינו האבן געהאט טענות אויף טשערינער רב, 'וואס הייסט דו שרייסט אויף אים ווער בעט דיר צו קומען דא? ער איז נישט געקומען צו דיר, ער איז געקומען צום רבי'ן'.
דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות בגדים, סימן א): "בִּגְדֵי אָדָם מְרַמְּזִים עַל מִדּוֹתָיו שֶׁל אָדָם", די קליידער וואס מען טוט אן, דאס ווייזט ווער דער מענטש איז, ווען א מענטש טוט זיך אן שיינע בגדים, נישט צעריסן, זעט מען אז דער מענטש איז א נארמאלער מענטש, אבער ווען א מענטש גייט אנגעטון צעריסענע קליידער זעט מען גלייך אז דער איז נישט קיין מסודר'דיגער מענטש וכו'. דאס זעלבע איז ווען א מענטש קומט אין שול דאווענען מיט דרך ארץ אנגעטון, אזוי ווי ער גייט ווען צו א שמחה וכו', זעט מען אז דער מענטש האט דרך ארץ, און פארקערט אויך (פארשטייט זיך אז דאס טאר נישט מעכב זיין צו גיין אין שול; אויב איינער איז אינמיטן ארבעט מיט די ארבעטס קליידער דארף ער אזוי דאווענען וכו', מען רעדט ווי אזוי דער מענטש שטעלט זיך אהער). דאס זעלבע דארף א מענטש אכטונג געבן, ווען ער קומט צום רבי'ן דארף ער קומען אנגעטון מיט דרך ארץ אזוי ווי עס פאסט וכו'.
דאס וואס דו שרייבטס מיר וועגן קומזיץ וכו'; זאלסט וויסן אז עס איז א מורא'דיגע חוצפה צו קומען ביים ציון שיכור'ן, נאכדעם וואס דער רבי האט נישט געוואלט מען זאל טרינקן קיין משקה המשכר, און ווען א מענטש טרינקט פאר זיך איז איין צרה, אבער קומען טרינקען ביים ציון, דאס איז שוין א גרויסע עזות, "הַגַם לִכְבֹּשׁ אֶת הַמַלְכָּה עִמִּי בַּבָּיִת", בפרט ווען דאס ווערט אנגעפירט דורך כלומר'ישע היימישע ברסלב'ער חסידים. עס איז דא גענוג פלעצער ארום דעם ציון וואו צו זינגען און צו טאנצן וכו'. געדענק וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַדִיק צָרִיך לִשְׁמוֹר אֶת הַצַדִיק שֶׁלֹא יָצָא עָלָיו שֵׁם רַע", ווער עס האט ליב דעם צדיק, זאל אכטונג געבן אויפן נאמען פונעם צדיק.
אז דו דערמאנסט חב"ד, זאלסטו וויסן אז אין חב"ד דארט האט מען געקענט זען וואס הייסט דרך ארץ; וואס הייסט האבן דרך ארץ פארן רבי. מען פלעגט טרינקען ביי די פארברענגען ביז מען איז געווארן טויט שיכור, עס זענען געווען חסידים וואס זענען געליגן טויט שיכור אויף דער ערד, אבער אזוי ווי מען האט געהערט אז דער רבי קומט אריין, האט זיך יעדער אויף געשטעלט מיט אזא פחד, מיט אזא אימה ויראה, אז זיי זענען געווארן גלייך ניכטער. אזוי ווי עס איז אמאל געווען ביים הייליגן צמח צדק זכותו יגן עלינו, ער האט אמאל געטרינקען זייער א שארפע משקה און ער איז געווארן זייער רויט און שיכור, פלוצלינג האט ער אנגעהויבן זאגן זייער טיפע תורות כאילו ער האט גארנישט געטרינקען. שפעטער האבן די תלמידים געזאגט פארן צמח צדק אז עס איז א חידוש ווי אזוי דער רבי איז געווארן גלייך ניכטער, האט דער הייליגער צמח צדק זיי געזאגט אז ער האט זיך אנגעהויבן מתבונן צו זיין בגדלות השם, און דורכדעם איז געפאלן אויף אים זייער א גרויסע פחד, און חכמינו זכרונם לברכה "יַיִן קָשָׁה - פַּחַד מְפִיגוֹ", אז פחד וועפט אויס וויין (באמת זאגט די גמרא אין בבא בתרא (י.) פארקערט: "פחד קשה – יין מפיגו", אבער דער צמח צדק האט זיך אזוי אויסגעדריקט).
דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.
גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.