תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב געליינט אין א בריוו ווי דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט פאר א מאמע וואס איר בחור פירט זיך נישט ווי עס דארף צו זיין, אז אויב וויל מען אז די קינדער זאלן זיין וואויל און ערליך, דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם.
איך וויל דאס פארשטיין, אויב איז דא זאכן מתקן צו זיין אין שטוב, איז גענוג צו זאגן אז מ'וועט בעטן דעם אייבערשטן און מיט דעם איז מען שוין יוצא? איז דען דאס גענוג?
אז די קינדער דארפן זיין מער צניעות'דיג, אז מיין זון וויל קויפן א סמארטפאון, אדער סיי וועלכע פראבלעם ס'מאכט זיך אין א שטוב, איז גענוג בלויז צו בעטן דעם אייבערשטן? אדער איז די אחריות פונעם מאן און טאטע צו זיכער מאכן אז עס ווערט טאקע אויסגעפירט למעשה, צו שטיין אויף דעם און זיך קריגן מיט זיי, ביז זיי פירן זיך אויף ווי עס דארף צו זיין.
ס'זעט מיר אויס לעכערליך צו זאגן אז מ'דארף בלויז בעטן דעם אייבערשטן און גארנישט מער.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דער בריוו וואס דו האסט געליינט איז אדרעסירט צו עלטערן וואס זייערע קינדער הערן שוין נישט אויס וואס מען זאגט זיי; ווען מען האט דערוואקסענע קינדער וואס זענען נעבעך פארקראכן השם ישמרינו, זיי ווילן שוין נישט הערן וואס מען רעדט צו זיי - דעמאלט איז נישט שייך צו געבן מוסר, ווייל מיט'ן רעדן מאכט מען נאר ערגער. אויף דעם זאגן חכמינו זכרונם לברכה (עיין יבמות סה:): "כְּשֵׁם שֶׁמִּצְוָה לּוֹמַר דָּבָר הַנִּשְׁמַע", אזוי ווי עס איז א מצוה צו זאגן מוסר ווען מען נעמט אן וואס מען זאגט, "כַּךְ מִצְוָה שֶׁלֹא לּוֹמַר דָּבָר שֶׁאֵינוֹ נִשְׁמַע", אזוי איז א מצוה מען זאל נישט זאגן ווען מען ווייסט אז מען וועט דאס נישט אננעמען.
אודאי דארף מען זאגן פאר קינדער ווי אזוי זיך צו פירן; וואויל איז פאר די עלטערן וואס זענען מחנך די קינדער ווען זיי זענען נאך יונג - ווען זיי הערן נאך אויס וואס מען זאגט זיי, די וועלן שניידן שיינע פירות. קינדער דארף מען מחנך זיין ווען זיי זענען יונג, אך און וויי אז מען איז נישט מחנך קינדער, זיי וועלן ארויסגיין לתרבות רעה.
שלמה המלך זאגט (משלי יג, כד): "חוֹשֵׂך שִׁבְטוֹ שׂוֹנֵא בְנוֹ", ווער עס איז נישט מחנך די קינדער האט פיינט זיינע קינדער, "וְאֹהֲבוֹ שִׁחֲרוֹ מוּסָר", ווידער דער וואס איז מחנך די קינדער ווייזט דאס אז ער האט ליב זיינע קינדער.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שמות רבה א, א): ווען א מענטש איז נישט מחנך זיינע קינדער וועלן זיי אראפגיין פון אידישן וועג, אזוי ווי מיר זעהן ביי אברהם אבינו; ווען ער האט געזען ווי ישמעאל קומט אהיים מיט א געטשקע און שפילט זיך מיט עבודה זרה'ס האט ער אים גארנישט געזאגט, ער האט אים געשוינט; ביז ער האט אים געדארפט פארטרייבן פון שטוב כדי ער זאל נישט קאליע מאכן זיין ברודער יצחק. אזוי אויך איז געווען מיט עשיו; יצחק אבינו האט ליב געהאט עשו און אים גארנישט געזאגט, צום סוף איז ער ארויס לתרבות רעה; זעט מען פון דעם, אז ווען א מענטש זאגט נישט קיין מוסר פאר זיינע קינדער ווען זיי זענען נאך יונג וועט ער חרטה האבן שפעטער.
ליין איבער די שאלה מיט די תשובה וועסטו זען אז מען רעדט פון א בחור וואס גייט אויף זיין אייגענע וועג, ער הערט ליידער נישט צו צו זיינע עלטערן, אין אזא פאל איז נישט שייך צו זאגן מוסר, ביי דעם פאל זאגט שלמה המלך (משלי ט, ח): "אַל תּוֹכַח לֵץ", זאג אים נישט קיין מוסר, "פֶּן יִשְׂנָאֶךָּ", ווייל דו וועסט נאר ערגער מאכן.
אין יעדן פאל דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל מצליח זיין מיט די קינדער; אפילו מען זעט ווי די קינדער פאלן אוועק דארף מען ווייטער מתפלל זיין אויף זיי, ווייל תפילה איז שטערקער פון אלצדינג. אפילו עס זעט נישט אויס ווי מען קען נאך עפעס ערווארטן, אבער אויב מען איז שטארק מיט תפילה והתבודדות איז מען זוכה ביים סוף צו גרויסע ניסים.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.