תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין אסאך מאל נכשל געווארן אין די הארבע עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה, רחמנא ליצלן, און איך וויל וויסן אויב איך קען דאס נאך פאררעכטן אויף די וועלט, און אויב יא ווי אזוי איך קען דאס טון.
יישר כח פאר אלע שיינע שיעורים.
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת בחוקותי, כ"ד אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף אונזער דור און אראפגעשיקט אויף די וועלט דעם הייליגן רבינ'ס נשמה, וואס ער הייבט אויף אלע נשמות וואס זענען אראפ געפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, און דורך זיינע עצות ברענגט ער זיי אלע צוריק צום אייבערשטן.
דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עא) אויף דעם וואס דער זוהר הקדוש זאגט (וישב קפח.; ויחי ריט.) אז אויב מען זינדיגט אין פגם הברית, "בִּפְרַט מַאן דְּאוֹשִׁיד זַרְעָא בְּרֵיקַנְיָא חַס וְשָׁלוֹם" - העלפט נישט קיין תשובה; האט דער רבי געזאגט: "קיינער פארשטייט נישט פשט אין דעם זוהר - נאר איך, און איך זאג אז עס העלפט יא תשובה, אפילו איינער וואס האט אסאך געזינדיגט מיט די עבירה".
נעם די עצה פון רבי'ן; דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א מתנה וואס רופט זיך 'התבודדות', אז א מענטש זאל זיך אויסרעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, אויף זיין מאמע לשון. מען זאל גיין אויף א פלאץ וואו קיינער געפונט זיך נישט דארט און זיך אויסשמועסן דאס הארץ, ער זאל דערציילן פאר'ן אייבערשטן וואו דער יצר הרע ווארפט אים אלץ אראפ, און אז וויפיל מאל ער מאכט שוין אפ אז ער גייט זיין גוט, פאלט ער נאכאמאל צוריק אריין אין די עבירה. ווען א מענטש פירט זיך אזוי, נעמט דאס אראפ פון אים אלע עונשים און דינים.
וויסן זאלסטו אז פון יעדע פלאץ קען מען זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, אפילו ווען א מענטש זינדיגט נעבעך אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, אויב וועט ער פאלגן דעם רבי'ן וועט ער זוכה זיין צוצוקומען צו אלע קדושות און צו אלע מדריגות.
דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם, רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפ געפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָּךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך" וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.
זאגן משניות איז די עצה פאר אלע וואס זענען נעבעך אריין געפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן; נאר דאס קען העלפן דעם מענטש. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מכילתא דויסע, פרשה א) דער אייבערשטער זאגט פאר די אידן, אָמַר לוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא לְמשֶׁה: אֱמוֹר לָהֶם לְיִשְׂרָאֵל, "דִּבְרֵי תּוֹרָה שֶׁנָּתַתִּי לָכֶם רְפוּאָה הֵם לָכֶם, חַיִּים הֵם לָכֶם", שֶּׁנֶּאֱמַר: כִּי חַיִּים הֵם לְמוֹצָאֵיהֶם, וְאוֹמֵר: רִפְאוּת תְּהִי לְשָׁרֶךָ וְשִׁקּוּי לְעַצְמוֹתֶיךָ, אז מען לערנט תורה ווערט מען אויסגעהיילט פון אלע מחלות וחלאים רעים.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.