תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין נישט קיין ברסלב'ער חסיד, פון דעסט וועגן לערן איך יעדע וואך די וועכנטליכע קונטרסים עצתו אמונה, אשית עצות בנפשי, שיעורי חינוך, און גליון היכל הקודש, און ברוך ה' אז זייט מיינע בחור'ישע יארן, שוין איבער צוואנציג יאר, וואס איך בין מעביר סדרה יעדע וואך די פרשה אום פרייטאג, און איך האב שוין אויך זוכה געווען צו ענדיגן עטליכע מאל ששה סדרי משנה מיט'ן ברטנורא, דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן.
איך האב געזען אינעם קונטרס אשית עצות בנפשי פון פרשת אמור אז א טאטע דארף אויפוועקן די קינדער, און נישט ארויסגיין פון הויז ווען דאס קינד שלאפט נאך; דאס איז אבער אנדערש פון וואס איך האב געזען און געהערט איבער דעם ענין פון בין הזמנים, ווען א זעכצן יעריגער בחור איז אינדערהיים, צי דער טאטע זאל זיין דער פאליציי מאן פונעם בחור, אים אויפצואוועקן אין צייט צו קריאת שמע און דאווענען, אדער זאל ער אים אויפוועקן איינמאל און פון דארט און ווייטער איז די אחריות אויפ'ן בחור אליין, און די שיטה פון יעדן איז אז אויב וועט דער טאטע שטיין צופיל אויפ'ן קאפ פונעם בחור, וועט ער אים מער דערווייטערן.
איך וויל וויסן אויב דער ראש ישיבה שליט"א האלט אנדערש, אדער רעדט דער ראש ישיבה שליט"א פון קלענערע קינדער וואס מען קען נאך גרינגער מחנך זיין?
איך האף צו באקומען א קלארע ענטפער אויף דעם, נישט א כלליות'דיגע ענטפער איבער די חשיבות פון מעביר סדרה זיין און לערנען משניות, וואס דאס ווייס איך שוין פאר איבער צוואנציג יאר.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ד' פרשת נשא, ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ה לפרט קטן
... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
עס ווענדט זיך לויט די ליבשאפט צווישן דער טאטע מיטן קינד; איז דא ליבשאפט - מעג מען זאגן און מען דארף זאגן און מען פועל'ט מיטן זאגן, אז עס איז דא ליבשאפט צווישן טאטע און קינד - וועט דער טאטע פועל'ן, איז נישטא ליבשאפט און נאנטקייט - דעמאלט איז נישט כדאי צו זאגן, ווייל נישט נאר עס וועט נישט אויפטון, עס וועט נאר ערגער מאכן.
דאס איז א גרויסע און וויכטיגע כלל ביי עלטערן וואס ווילן פועל'ן ביי קינדער ווי אזוי זיך צו פירן, און ביי מחנכים וואס ווילן מחנך זיין די תלמידים, און אויך ביי מאן און ווייב; אז מען וויל עפעס פעול'ן, מען וויל זאגן וכו' - דארף זיין ליבשאפט און נאנטשאפט. אזוי ווי מיר געפינען ביים אייבערשטן, די הייליגע חכמים זאגן (רש"י פרשת ויקרא, פסוק א): "לְכָל דִּבְּרוֹת וּלְכָל אֲמִירוֹת וּלְכָל צִוּוּיִים קָדְמָה קְרִיאָה לְשׁוֹן חִבָּה, לָשׁוֹן שֶׁמַּלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת מִשְׁתַּמְּשִׁין בּוֹ", ווען דער אייבערשטער האט געוואלט זאגן א מצוה פאר די אידן, האט ער קודם גערופן די אידן מיט א ליבשאפט, מיט א וועג ווי די מלאכים רעדן איינער צום צווייטן, מיט גרויס ליבשאפט, און נאכדעם געזאגט וואס מען דארף טון.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.