שאלה אין קורצן ענין
#1 - דארף איך זיך רעכענען מיט מיין ווייב, און אפלאזן ברסלב?
שלום בית, חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין גאנצע חיות און לעבן קומט פון די דרשות און שיעורים, און גרויסן יישר כח.


מיין פראבלעם איז אבער אז פאר מיין ווייב שטערט זייער שטארק אז איך געהער צו ברסלב, זי זעט אז איך לערן און איך דאווענען און זי פריידט זיך מיט דעם, עס טוט איר אבער וויי אז דאס קומט פון ברסלב.


זי פרעגט מיר כסדר פארוואס איך גיי ווייטער אן דערמיט מיט אזא ברען אין די צייט וואס דאס טוט איר אזוי וויי, איך זאג איר אבער אז אין עבודת ה' האט זי זיך נישט וואס אריינצומישן ביי מיר, און איך האלט נישט אז איך דארף זיך רעכענען מיר איר ווען ס'קומט צו מיין עבודת ה'.


וויל איך אבער וויסן אויב איך טו ריכטיג, דארף איך זיך אפשר יא רעכענען מיט איר? אדער זאל איך ווייטער אנגיין מיט'ן רבינ'ס וועגן, אפילו ווען עס שטערט איר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נח, ד' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך ווייס נישט פארוואס עס שטערט איר ברסלב; ברסלב איז נישט א זאך וואס דארף שטערן פאר די ווייב, פארקערט, רוב פרויען ווילן זייער מאן זאל זיין ברסלב, ווייל דער איינציגסטער רבי וואס רעדט פון שלום בית - איז דער הייליגער רבי. אין אלע הייליגע ספרים פון פריערדיגע צדיקים געפונט מען נישט דער ענין פון שלום בית, נאר דער רבי רעדט פון שלום בית; דער רבי האט זייער פארלאנגט פון אונז מיר זאלן מכבד זיין די ווייב, דער רבי האט אונז זייער אנגעווארנט מיר זאלן האלטן טייער די ווייב, קוק אין שיחות הר"ן (סימן רסד).


דו זאלסט ווייטער מכבד זיין דיין ווייב אפילו זי וויל נישט מיט גיין מיט דיין וועג. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (יבמות סג.) רבי חייא'ס ווייב פלעגט אים זייער אסאך מצער זיין, ווען ער פלעגט זען א גוטע זאך וואס זיין ווייב האט ליב פלעגט ער איר דאס אהיים ברענגען, האט רב געפרעגט רבי חייא: "רבי, פארוואס טראגט דער רבי פאר איר די גוטע זאכן, זי טשעפעט אלץ דעם רבי'ן?" האט רבי חייא געזאגט: "דַּיֵּינוּ שֶׁמְגַדְלוֹת בָּנֵינוּ, וּמַצִּילוֹת אוֹתָנוּ מִן הַחֵטְא", מיר איז גענוג אז זי ראטעוועט מיר פון עבירות און זי ציט אויף מיינע קינדער צו לערנען די הייליגע תורה; זעט מען ווי דער הייליגער רבי חייא וואס איז געווען אזוי גרויס, אפילו דער מלאך המות האט נישט געהאט קיין שליטה אויף אים ווען עס איז געקומען די צייט ער זאל נסתלק ווערן, ווי אזוי ער האט געלעבט מיט זיין ווייב, נאר מכבד געווען און אהיים געברענגט גוטע זאכן פאר איר.


מיין פראגע איז, פארוואס דארף זי וויסן אז דיין חיות, דיין ברען - קומט פון רבי'ן? דו גיי ווייטער אן מיט דיין עבודת השם, און אז עס שטערט איר ברסלב - זאלסטו איר נישט מצער זיין און זיך טענה'ען מיט איר, זי דארף נישט וויסן אז דו נעמסט חיזוק און עצות פון רבי'ן, דו זאלסט איר שטענדיג מכבד זיין, וועסטו זען אז מיט די צייט וועט זיך אלעס טוישן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.