תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א
א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים, איך שעפ אסאך חיזוק פון זיי, דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן.
ביי מיין גאנצע משפחה, ווי אויך ביי מיין מאנ'ס גאנצע משפחה, איז איינגעפירט אז די פרויען שערן זיך די האר. מיין מאן לאזט מיר אבער נישט שערן די האר, און איך בין זייער צעבראכן פון דעם, איך וויל זיך יא פירן אזוי ווי איך האב געזען ביי מיין מאמע און ביי מיינע באבעס.
וואס איז די ריכטיגע וועג צו טון? זאל איך טון וואס מיין מאן פארלאנגט, אדער זאל איך זיך פירן לויט ווי מ'פירט זיך אין אונזער משפחה.
פארשטייט זיך אז איך בין זייער פארזיכטיג אלעמאל צו זיין גוט און שיין פאר מיין מאן, נישט דאס איז זיין פראבלעם, ער וויל אבער דוקא אז איך זאל נישט אפשערן. וואס זאל איך טון?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תש"פ לפרט קטן
מרת ... תחי'.
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
אז איר וועט הערן ווי דער הייליגער זוהר שעלט די פרוי וואס גייט מיט די אייגענע האר וועט איר שוין נישט צווייפלען וואס צו טון, איר וועט טון וואס אייערע מאמעס און באבעס טוען און וואס אלע ערליכע פרויען טוען.
דער זוהר הקדוש שרייבט (נשא קכה:): "תּוּנְבָא לֵיתֵי", א שעלטונג זאל קומען, "עַל הַהוּא בַּר נָשׁ", אויף דעם מענטש, "דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ", וואס לאזט זיין ווייב, "דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר", אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. "וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה", און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. "וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר", און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, "לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ" זיך שיין צו מאכן, "גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא", איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, "וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא", און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב. "וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא", אזוי אויך איז זי גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. "מַאן גָּרִים דָּא?" ווער איז דאס אלעס גורם? "הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר", די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס; און פארשטייט זיך אז פארקערט איז נאך מער, א פרוי וואס געבט אכטונג אז אירע האר זאל זיך נישט ארויסזען וועט האבן אלע ברכות, און זי וועט האבן נחת פון אירע קינדער.
גייטס אין די וועג פון אייער מאמע און באבעס, גייטס אין די וועגן פון אלע צדיקים - וועט איר זוכה זיין אויפצושטעלן דורות ערליכע אידן.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.