תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך הער אסאך די שיעורים, און דאס געבט מיר די ריכטיגע וועג אין לעבן, איך פארשטיי ווי אזוי מ'קען אויף דעם וועג פון מוהרא"ש ווערן א פשוטער ערליכער איד, אבער איך וויל זוכה זיין צו ווערן א צדיק אזוי ווי אין די פריערדיגע דורות, קען מען דורך די עצות פון מוהרא"ש אויך זוכה זיין צו דעם? און אויב יא, ווי אזוי?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת נצבים, כ"א אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
עס ליינט זיך פון דיינע ווערטער אז דו קוקסט אן דעם רבינ'ס התחזקות, אז דאס איז עפעס וואס איז זייער פשוט, דאס איז פאר פשוט'ע מענטשן; אז מען פאלגט דעם רבי'ן איז מען זוכה צו ווערן א גרויסער צדיק, דער רבי האט אזא כח, ער הייבט אונז אויף צו די גרעסטע דרגות, צו די דרגא פון פריערדיגע צדיקים, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שי): "איך האב ביי מיר מענטשן וואס זענען געווען אזוי ווייט פונעם אייבערשטן, זיי זענען געליגן אזוי טיף אין עבירות, איך ווייס נישט צי דער שאול תחתית וואלט געווען גענוג פאר זיי און דורך מיר זענען זיי מקורב געווארן צום אייבערשטן, איך האב זיי מתקן געווען מיט א תיקון וואס זיי דארפן זיך נישט שעמען פון גרויסע צדיקים"; ווער עס נעמט אן דעם רבינ'ס עצות ווערט געטוישט מקצה אל הקצה.
קוק נאך די שיחות אין חיי מוהר"ן (מעלת המתקרבים אליו), וועסטו זען צו וואס מען קען זוכה זיין, אפילו דער קלענסטער מענטש. דער רבי זאגט (שם, סימן שיב): "עם הקטן שבאנשי שלומנו יהיה נעשה עמו בעולם מה שלא נעשה עם הגדול שבמפורסמים של עכשיו", מיט'ן קלענסטן פון אנשי שלומינו וועט ווערן וואס ווערט נישט פון די גרעסטע מפורסמים פון היינטיגע צייטן.
באנוץ זיך מיט די עצה פון התבודדות, מיט די עצה ווי אזוי צו לערנען און ענדיגן כל התורה כולה, מיט די עצה פון שמחה, מיט די עצה צו געדענקען פון תכלית - וועסטו ווערן א גרויסער צדיק; וואויל איז דעם וואס לעבט מיט די עצות, וועט ער נישט חרטה האבן, ווייל דער רבי האט געזאגט (שם, סימן שנד): "אויף צוויי כיתות מענטשן האב איך גרויס רחמנות, אויף די מענטשן וואס זענען נישט מקורב געווארן צו מיר און אויף די מענטשן וואס האבן יא געוויסט פון מיר אבער האבן מיך נישט געפאלגט, ווייל איך ווייס אז עס וועט קומען א צייט ווען מען וועט ליגן מיט די פוס צום טיר, דעמאלט וועט דער מענטש גרויס חרטה האבן פארוואס ער איז נישט מקורב געווארן צו מיר און פארוואס ער האט מיך נישט געפאלגט, ווייל אויב וואלט ער געווען מקורב צו מיר און מיך געפאלגט, וואלט נישט געווען קיין דרגא אויף דער וועלט וואס ער וואלט נישט צוגעקומען דערצו, אבער דעמאלט וועט שוין גארנישט נוצן, עס וועט שוין זיין צו שפעט".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.