תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
את חטאי אני מזכיר היום, פאר אסאך יארן בין איך ליידער געווען איינגעטונקען אין עבירות, ביז דעם פארגאנגענעם זומער ווען איך האב געשפירט אז איך קען נישט מער אזוי אנגיין, איך האב זיך ערנסט גענומען אין די האנט אריין, און פון דעמאלט האב איך אינגאנצן אויפגעהערט צו זינדיגן.
מיין פראבלעם איז אבער אז איך האב מורא אז דער אייבערשטער איז נישט מקבל מיין תשובה, ווייל ס'זעט מיר אויס ווי ער צעשטערט מיר ממש יעדע גוטע זאך וואס איך וויל טון, למשל איך האב געמיינט אז איך גיי באקומען א פאסטן אלס מלמד אין א פלאץ וואס מ'צאלט מער פון וואס איך פארדין היינט, און מ'האט מיר למעשה נישט אנגענומען, אדער למשל פאר סוכות האב איך דאס יאר צום ערשטן מאל ארויסגעבויעט מיין פארטש צו קענען האבן א רחבות'דיגע סוכה, און פלוצלינג בין איך זייער פארקילט געווארן און נישט געקענט הנאה האבן פון די סוכה, איך האב געשפירט ווי דער אייבערשטער וויל מיר צעשטערן דעם יום טוב.
איך וויל זיך שטארקן און ווייטער גלייבן אינעם אייבערשטן און נישט צוריק פאלן צו מיינע עבירות, ביטע העלפט מיר און זייט מיר מחזק.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת תולדות, כ"ח חשון, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו האסט תשובה געטון, דו האסט אפגעלאזט אלע דיינע חטאים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסיקתא דרב כהנא): "גָדוֹל כּוֹחָהּ שֶׁל תְּשׁוּבָה", תשובה איז אזוי גרויס, "שֶׁכֵּיוָן שֶׁאָדָם מְהַרְהֶר בְּלִבּוֹ לַעֲשֹוֹת תְּשׁוּבָה", אז ווי נאר א מענטש טראכט פון תשובה - ער טראכט 'איך וויל זיך אומקערן צום אייבערשטן', "מִיַּד הִיא עוֹלָה לֹא עַד עֲשָֹרָה יָמִים, וְלֹא עַד עֶשְֹרִים וְלֹא עַד מֵאָה, אֶלָּא עַד מַהֲלַךְ חֲמֵשׁ מֵאוֹת שְׁנַיִם; וְלֹא עַד רָקִיעַ רִאשׁוֹן וְשֵׁנִי, אֶלָּא שֶׁהִיא עוֹמֶדֶת לְפָנַי כִּסֵא הַכָּבוֹד", קומט ער גלייך אן צום כסא הכבוד.
א איד טאר נישט זאגן אזעלכע ווערטער ווי דו שרייבסט: "דער אייבערשטער צעשטערט מיר יעדע זאך", אדער: "דער אייבערשטער האט צעשטערט מיין יום טוב"; זיי מיר מוחל אויף וואס איך זאג דיר דאס, א איד טאר אזוי נישט רעדן; דער אייבערשטער איז גוט און טוט נאר גוטס מיט אונז.
דוד המלך זאגט (תהלים קמה, יז): "צַדִּיק ה' בְּכָל דְּרָכָיו, וְחָסִיד בְּכָל מַעֲשָׂיו", און (שם, ט): "טוֹב ה' לַכֹּל וְרַחֲמָיו עַל כָּל מַעֲשָׂיו", דער אייבערשטער איז גוט צו יעדן איינעם; אפילו איך זע עס נישט, אפילו איך פארשטיי עס נישט - דארף איך האבן אמונה אז אלעס איז לטובה, און דאס אז איך זע עס נישט און פארשטיי עס נישט - דאס איז אויך פאר מיין טובה.
ווען א מענטש זינדיגט ווערט ביי אים אפגעקילט די אמונה, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות אמונה, סימן כב): "הַפֶּשַׁע שֶׁל אָדָם מַכְנִיס כְּפִירָה לָאָדָם", ווען א מענטש זינדיגט גייט אריין אין אים מחשבות פון כפירה; מען הייבט אן האבן קשיות אויף די אמונה. דו דארפסט נאך אסאך תשובה טון עס זאל ארויס גיין פון דיר אלע שלעכטע מחשבות, דו זאלסט זיין איבער געגעבן צום אייבערשטן.
זע צו זאגן תהילים יעדן טאג וועסטו זוכה זיין צו אמת'ע תשובה; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל תשובה טון זאל זאגן תהילים. רבי נתן פלעגט זאגן יעדן טאג דעם 'יום תהילים', אזוי ענדיגט מען יעדע וואך גאנץ תהילים.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.