שאלה אין קורצן ענין
#44 - ווי אזוי האלט איך אויס די יסורים וואס איך לייד פון מיין ווייב?
שלום בית, סיפורי צדיקים, אמונה, צרות, קשיות, בזיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער זייער אסאך שיעורים פונעם ראש ישבה שליט"א אויף שלום בית, איך פרוביר צו טון וואס איך קען נאר, סיי צו העלפן אין שטוב, סיי צו געבן גוטע ווערטער און רעדן שיין, און אלע אנדערע זאכן וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט ביי די שיעורים, אבער איך זע אז עס איז דא נאך זייער אסאך זאכן וואס איז מיר נישט פארענטפערט, אין איך זע נישט אז זאכן זאלן זיך טוישן.


איך וויל פרובירן צו שרייבן באריכות מיט די פרטים, און איך האף אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיך פארשטיין און מיר זאגן וואס איך האב צו טון.


גלייך נאך מיין חתונה, נאך אינמיטן די שבע ברכות, האט מיין ווייב אנגעהויבן זאגן אז די שידוך האט מען איר אריינגענארט, מען האט איר נישט געזאגט קיין סאך פרטים פון די משפחה, און זי וויל אוועקגיין. איך האב פרובירט צו רעדן צו איר שיין וויפיל איך האב געקענט, אבער זי האט זיך געהאלטן ביי איר'ס.


למעשה האט מיין שוויגער פארגעשלאגן אז מיר זאלן אריינמופן צו זיי, און מען האט אזוי געטון, מיר האבן דארט געוואוינט פאר א האלב יאר, זי האט בכלל נישט געוואלט גיין צו מיינע עלטערן און כסדר געזאגט אז זיי זענען נעבעכדיגע מענטשן, יעדע חבר וואס איז געווען נאנט צו מיר סיי פון ישיבה אדער פון כולל האט זי געזאגט אז זי האט זיי פיינט, אן קיין שום סיבה, און זי פלעגט יעדן טאג קוקן אויף מיין טעלעפאן אויב איך האב גערעדט צו איינעם פון זיי, און אויב יא פלעגט זי שרייען, און דאס גייט נאך אן ביז היינט, און אזוי האט איך שוין אויפגעהערט צו רעדן צו איבער צוואנציג נאנטע חברים, ווייל איך האב איר נישט געוואלט אויפרעגן.


יעדע ארבעט וואס איך האב געוואלט טון פאר פרנסה האט זי נישט געלאזט מיך נעמען, יעדעס מאל פאר אן אנדערע אויסרייד, ביז איך האב נישט געהאט קיין ברירה און גענומען א דזשאב צו ברענגען פרנסה, האט זי יעדע וואך ביים אהיימברענגען דאס געלט פארפירט אז אויב איך ארבעט דארף איך מאכן מער געלט און עס איז איר נישט גענוג. נאך א שטיק צייט האב איך נישט געקענט נעמען די דרוק און געזוכט אן אנדערע דזשאב, און דארט האט זי ווייטער פארפירט, און אזוי גייט עס אן יעדע וואך, און אפילו איך האב שוין היינט צוויי זייטיגע ארבעט און איך פארדין מער ווי א געווענליכער אינגערמאן, איז זי נאכאלץ נישט צופרידן, און זי נעמט די גאנצע געלט און קויפט זיך וואס זי וויל, אבער אויב קויף איך עפעס פאר מיך שרייט זי אז איך עס איר אויף די גאנצע געלט.


איך גיי מאכן בר מצוה פאר מיין עלטסטע זון, און זי וויל דוקא נעמען א טייערע זאל, ממש ווי א חתונה, און צאלן פאר א פארטי-פלענער און רופן די גאנצע ארומיגע משפחה. אויב בעט איך איר שיינערהייט אז איך קען עס פשוט נישט באצאלן, שרייעט זי אויף מיר.


זי האט נישט קיין שום פראבלעם מיר צו פארשעמען אין פארנט פון איר גאנצע משפחה, און זי פילט זיך זייער גוט צו שרייען אויף מיר אין פארנט פון אנדערע.


זי לאזט מיר זיך נישט אפגעבן מיט די קינדער, אויב איך וויל זיי אנגרייטן נעגל וואסער שרייט זי אז עס גייט מאכן א חורבן ווייל עס גייט זיך אויסגיסן, און אויב איך וויל זיי דערציילן א מעשה זאגט זי אז מען קען נישט ווייל זיי דארפן שוין שלאפן, און אויב איך פרעג זיי אויס ווי אזוי עס איז געווען אין חדר זאגט זי אז איך דארף טראסטן די חדר און נישט מאכן משוגע.


ביי יעדע שמחה וואס איינער פון די משפחה מאכט, מוז זי שיקן שיינע און טייערע קעיקס, און איך דארף זיין פארנומען עס איינצוקויפן און באצאלן און עס שיקן צו יענעם. און אפילו ווען די הויז איז איבערגעדרייט וועט זי ענדערש זיין פארנומען מיט שיקן יענעם די מיניטשורס.


זי האלט אינאיין זאגן אז זי איז אויסגעמוטשעט און זי מוז פארן זיך אפרוען, אבער ווען איך צאל געלט פאר א וואקאציע איז זי קיינמאל נישט צופרידן און זי האלט זיך אינאיין אפרעדן א גאנצן צייט אז איך פארשטיי נישט צו וואקאציע און עס איז איר בכלל נישט ווערד געווען די גאנצע קומען.


יעדע זאך וואס איך טו, וועט זי אלץ זאגן אז איך בין א שלימזל און איך האב נישט גוט געטון, נישט קיין חילוק וואס איך טו איז עס איר קיינמאל נישט גוט, אין איך וואלט ווען געדארט טון פארקערט.


זי לאזט מיר נישט גיין צו קיין שום מסיבות אדער שמחות פון חברים אדער פון מיין משפחה, יעדעס מאל וועט זי טרעפן אן אנדערע סיבה פארוואס זי וועט מיך נישט לאזן גיין, איך פיל זיך ממש איינגעשפארט, אין די צייט וואס זי גייט יעדע צווייטע נאכט ארויס צו שמחות אדער פארטיס.


בכלל איז אלץ די אטמאספער אינדערהיים אנגעצויגן, און וואס איך טו צו מאכן פרייליך און געשמאק העלפט נישט, זי איז מיר א גאנצע צייט חושד אויף אלע סארט ערגסטע זאכן אן קיין שום סיבה, איך קען עס אפילו נישט שרייבן וויפיל זי איז מיך חושד טאג אין נאכט, אז איך שפיר אז איך האלט עס נישט אויס און איך קען נישט מער אנגיין.


שבת ביי די סעודה, אויב וויל איך זאגן א תורה אדער א מעשה, וועט זי אלץ חוזק מאכן פון מיר אז איך ווייס נישט וואס איך רעד און עס מאכט נישט קיין סענס.


זי וויל איך זאל איר טראגן שאפינג מיט אירע שוועסטערס וואס איך טו זייער גערן, אבער זי מאכט מיר שפירן ווי א גארבעדזש, ווייל זי גייט מיט זיי אבער איך דארף זיי א גאנצן צייט נאכגיין, און אויב איך בעט איר שיינערהייט אז איך וויל בלייבן אין די קאר, שרייעט זי אויף מיר אז איך בין איר נישט געטריי.


איך האב פרובירט אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט ביי די שיעורים, אבער עס ארבעט נישט ביי מיר, אויב זאג איך איר שיינערהייט אז עפעס שטערט מיר, נעמט זי זיך שרייען, און אסאך מאל בלאזט זי פאר עטליכע טעג אין א צו, און זי האט מיך שוין אסאך מאל אויסגעשפארט פון די דירה.


יעדעס מאל וואס זי רעדט אויפ'ן טעלעפאן מיט שוועסטערס אדער חבר'טעס, רעדט זי זיך אפ אויף מיר, מיט זאכן וואס איז בכלל נישט אמת, און זי מאכט זיך פאר א רחמנות אז איך פייניג איר און איך געב איר נישט קיין געלט און איך העלף איר גארנישט, און מען האלט מיך פאר זייער אסאך פארוואס איך פייניג איר, ווען באמת טו איך אלעס וואס איך קען איר צו העלפן.


ווען עס קומט א יום טוב איז מיין הויז ממש א גיהנום, יעדע זאך וואס מען דארף טון איז א גאנצע פרעשור, און אלעס איז נאר א גאנצן טאג טענות און שרייען.


זי זאגט א גאנצן צייט אז די דירה איז צו קליין און מען דארף נעמען א גרויסע דירה, איך האב איר שוין גענומען צו איבער דרייסיג דירות אבער קיין איינס וויל זי נישט פאר אן אנדערע סיבה.


יעדע ספר וואס איך לערן וועט זי טרעפן עפעס פארוואס מען טאר עס נישט לערנען, אויב וויל איך הערן סיי וועלכע שיעור פון סיי וועם, וועט זי זאגן אז יענעם טאר מען נישט הערן.


איך האב נאר געשריבן א קליינע חלק פון די יסורים וואס איך גיי דורך, איך האב שוין פרובירט אלעס וואס איך קען אבער איך זע נישט קיין עק צו די צרות, איך פיל ווי מיין לעבן איז שווארץ, איך קען עס מער נישט נעמען, איך שפיר אז עס טרעט מיר צו מיין געזונט, איך בעט דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר ארויסהעלפן, איך בין גרייט צו טון סיי וואס פעלט אויס צו טוישן די מצב.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שמות, שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


הדבר הראשון האב נישט קיין טענות אויפן אייבערשטן, מיר ווייסן גארנישט, עס איז דא זאכן וואס מיר דארפן פאררעכטן פון יעצט און פון פריערדיגע גלגולים; קשיות און טענות טאר מען נישט האבן אויף די אמונה, מען דארף גלייבן אז דער אייבערשטער איז גוט און מאכט אלעס מיט א פינקטליכער חשבון.


שנית, ביסט נישט דער ערשטער וואס ליידט פון די ווייב; מיר געפינען ביי די הייליגע חכמים זכרונם לברכה וואס האבן זייער געליטן פון די ווייב. דער הייליגער רבי חייא האט געהאט א ווייב וואס האט אים זייער וויי געטון, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (יבמות סג.): "רֶבִּי חִיָיא הַוָה קָא מְצַעֲרָא לֵיהּ דְבִיתְהוּ", רבי חייא'ס ווייב פלעגט אים זייער אסאך מצער זיין, מיט דעם אלעם: "כִּי הַוָה מְשַׁכַּח מִידִי, צִיֵּיר לֵיהּ בְּסוּדְרֵיהּ וּמַיְיתֵי נִיהֲלֵהּ", ווען ער פלעגט זען א גוטע זאך וואס זיין ווייב האט ליב, פלעגט ער דאס אהיים ברענגען פאר איר, האט רב געפרעגט רבי חייא: "איך פארשטיי נישט, פארוואס ברענגסטו איר אייביג אהיים גוטע זאכן, זי איז דאך דיך מצער?!" האט אים רבי חייא געענטפערט: "דַּיֵּינוּ שֶׁמְגַדְלוֹת בָּנֵינוּ, וּמַצִּילוֹת אוֹתָנוּ מִן הַחֵטְא", מיר איז גענוג אז זי ראטעוועט מיך פון עבירות און ציט אויף די קינדער; זעט מען פון דעם ווי שטארק מען דארף אכטונג געבן צו מכבד זיין די ווייב.


שלישית, דו פון דיין זייט זאלסטו איר מכבד זיין, געב איר גוטע ווערטער, און אז זי שפעט און זי טוט דיך וויי זאלסטו נישט ענטפערן, מיט דעם וועסטו אפקומען אלע גיהנום, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עירובין מא:) ווער עס האט א שלעכטע פרוי וועט נישט זען די פנים פון גיהנום, ווייל ער האט שוין אפגענומען די גיהנום דא אויף די וועלט. אזוי ווי דער הייליגער רבי רבי זושא זכותו יגן עלינו, וואס האט געהאט א שלעכטע פרוי; זי האט אים אויסגעזויגן זיין בלוט, זי האט אים נישט אויפגעהערט צו טשעפען, שרייען, אוועק מאכן און וואס נישט, טאג און נאכט האט זי געשפעט. איין טאג איז ער געווען אזוי צעבראכן ביי זיך, ער האט געשפירט ווי ער קען מער נישט, ער האט געוויינט צום אייבערשטן, ער האט געבעטן דעם אייבערשטן ער זאל אים געבן אביסל ווארעמקייט, אביסל ליבשאפט, ער קען מער נישט אזוי אנגיין איינער אליין.


ער איז איינגעשלאפן, און ער חלומ'ט זיך ווי זיין נשמה גייט ארויף אויבן אין הימל אין די עולמות עליונים, מען פירט אים אריבער די ברענעדיגע גיהנום און ער זעט ווי די נשמות פון די רשעים פייניגן זיך, דארט הערט מען קולות, עס טוט זיך א געשריי. דער צדיק, דער הייליגער רבי זושא האט זיך זייער דערשראקן, ער האט דאס נישט געקענט צוקוקן, פלוצלונג קומט צו פליען א מלאך און זאגט אים: "זושא דאס איז נישט פאר דיר, דו האסט א שווערע ווייב און ארעמקייט, דאס איז שוין גענוג; פאר דיר איז אנגעגרייט א פלאץ אין גן עדן וואס (ישעיה סד, ג) 'עַיִן לֹא רָאָתָה אֱלֹקִים זוּלָתְךָ'".


ווען רבי זושא האט זיך אויפגעוועקט האט ער אנגעהויבן טאנצן, ער טראכט צו זיך: 'זאל מיין ווייב מיר געבן וויפיל בזיונות עס גייט, זאל מיר אלעס גיין שווער - פארט וויל איך זיך נישט טוישן מיט די צער פון גיהנום'; די מעשה האב איך געהערט פון מוהרא"ש און עד היום לעב איך מיט די מעשה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#43 - מעג איך פארן קיין ארץ ישראל ווען יעצט איז דארט א מצב מלחמה?
צרות, סכנה, ארץ ישראל, מלחמה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר וואוינען אין אייראפע, און מיר האבן א נאנטע משפחה חתונה אין ארץ ישראל אין בערך צוויי חדשים ארום, אבער אזוי ווי דער מצב אין ארץ ישראל איז דערווייל נישט זיכער, עס איז א מצב מלחמה, האב איך געוואלט פרעגן אויב מען מעג הלכה'דיג אהינפארן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תולדות, כ"ט מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קענסט פארן קיין ארץ ישראל.


וואו איז דען נישט קיין סכנה? איבעראל דארף מען רחמי שמים; אין חוץ לארץ איז מען גארנישט פארזיכערט, אידישע קינדער זענען אזוי ווי א שעפעלע צווישן זיבעציג פארציקנדע וועלף, וואס בדרך נס בלייבט די שעפעלע גאנץ, דער אייבערשטער היט אונז. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תנחומא תולדות, סימן ה) אַדְרִיָּאנוֹס האט געזאגט פאר רבי יהושע: "גְּדוֹלָה הַכִּבְשָׂה הָעוֹמֶדֶת בֵּין שִׁבְעִים זְאֵבִים", די שעפסעלע וואס שטייט צווישן די זיבעציג וועלף איז זייער גרויס און שטארק; ער האט געוואלט אויסלויבן די אידן אז אידן מוזן זיין זייער א שטארקע פאלק, אז מיט דעם וואס אלע פעלקער ווילן איר אויסרייסן, אזוי ווי וועלף וואס ווילן פארציקן א שעפעלע, איז די שעפעלע נאכאלץ דא, "אָמַר לוֹ", האט רבי יהושע אים געזאגט: עס האט נישט צוטון מיט אונזער שטארקקייט, "גָּדוֹל הוּא הָרוֹעֶה שֶׁמַּצִּילָהּ וְשׁוֹמְרָהּ וְשׁוֹבְרָן לְפָנֶיהָ", דער פאסטוך איז א שטארקער, דער פאסטוך היט איר; דער אייבערשטער היט די אידישע פאלק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#42 - ווי אזוי זעט מען זיך ארויס פון א"ו ס"י ד"י (OCD) פראבלעמען?
תפילה והתבודדות, צרות, שמחה, עצבות, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן איבער א זאך וואס פייניגט מיך זייער שטארק. יעדע נאכט איידער איך גיי שלאפן האב איך א געפערליכע אנגעצויגנקייט, איך בין פארנומען איבערצוקוקן די גאנצע הויז אז אלעס איז אין ארדענונג, איבערקוקן די קינדער אז זיי שלאפן פארזיכערט, איבערקוקן די פענסטער צי זענען גוט פארמאכט, ספעציעל ביי די געז, דארט איז עס ממש געפערליך, איך קוק איינמאל און נאכאמאל אויב עס איז נישט אנגעצינדען.


איך האב זייער אסאך לחץ אז איך מוז גיין שלאפן פאר מיין ווייב, ווייל אזוי שפיר איך רואיגער אז זי וועט עס איבערקוקן נאכאמאל איידער זי גייט שלאפן. און אויב קום איך ארויס פון בעט אינמיטן די נאכט, גיי איך נישט אריין אין קאך, כדי איך זאל עס נישט דארפן איבערקוקן.


דער ראש ישיבה זאגט אייביג אז אויב מען נעמט אריין אין זיך אמונה גייען אוועק די אלע פראבלעמען, דא שפיר איך אבער אז עס איז מער ווי נאר חסרון אמונה, איך פיל ווי איך לייד אויף די נערווען. אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קרח, כ"ח סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען קען זיך נישט שלאגן מיט די סארט שלעכטע מחשבות; ווי מער מען שלאגט זיך מיט די סארט מחשבות - ווערן זיי נאר שטערקער.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן עב): כִּי זֶה טֶבַע וּסְגֻלַּת שֶׁל אֵלּוּ הַיְצָרִין הָרָעִים הַמְזֹהָמִים אזוי ארבעט די שלעכטע שמוציגע יצר הרע, כָּל מַה שֶּׁרוֹצִים לְהִתְגַּבֵּר עַל אֵלּוּ הַמַּחֲשָׁבוֹת ווי מער מען וויל זיך שטארקן אויף זיי, יוֹתֵר וְיוֹתֵר הֵם מִתְגַּבְּרִים שטארקן זיי זיך שטערקער אויפ'ן מענטש, כִּי הוּא כְּמוֹ שֶׁאָדָם בּוֹרֵחַ מִדָּבָר די מחשבות זענען אזוי ווי ווען מען לויפט אוועק פון איינעם, וּמִסְתַּכֵּל מִן הַצַּד כִּלְאַחַר יָד עַל זֶה הַדָּבָר שֶׁבָּרַח מִמֶּנּוּ און מען קוקט צוריק אויף יענע זאך פון וואס מען לויפט אוועק, וַאֲזַי הַדָּבָר הַזֶּה מִתְגַּבֵּר עָלָיו בְּיוֹתֵר דעמאלט ווערט יענע זאך שטערקער, כִּי לֹא הִסִּיחַ דַּעְתּוֹ מִזֶּה ווייל ווען יענער זעט ווי מען קוקט צוריק - זעט ער אז מען האט אים נישט אפגעלאזט, דאס מאכט אים ער זאל ווייטער נאכלויפן, רַק אַדְּרַבָּא, שֶׁמִּסְתַּכֵּל בְּכָל פַּעַם לְאַחֲרָיו עַל זֹאת הַמַּחֲשָׁבָה אדרבה, זיי ווערן נאר שטערקער ווען זיי זעען ווי מען קוקט צוריק אויף זיי; אזוי ארבעט די שלעכטע מחשבות, ווי מער מען וויל זיך שטארקן אויף זיי - ווערן זיי שטערקער.


די אלע וואס ליידן נעבעך פון די יצר הרע וואס רופט זיך א"ו ס"י ד"י - אויף זיי איז א גרויס רחמנות, קיינער ווייסט נישט ווי שווער עס איז זיי, אויך אויף די וואס לעבן מיט אזא איינעם - איז ביטער שווער. דאס הייסט א פרוי וואס איז חתונה געהאט צו א מאן וואס פייניגט זיך מיט די מחשבות, אדער פארקערט, א מאן וואס זיין ווייב פייניגט זיך מיט דעם יצר הרע - זיי איז ביטער שווער דאס לעבן, ווייל די מחשבות זענען שטערקער פון יעדן איינעם, און וויבאלד מען ווייסט נישט די זאך וואס דער רבי זאגט, אז מען טאר זיך נישט קריגן מיט די מחשבות, ווייל עס ווערט נאר ערגער - פאסירט דאס אז מען פייניגט זיך און מען ליידט שרעקליכע יסורים, ווייל מען שטופט זיי אוועק און זיי קומען צוריק, און מען שטופט זיי נאכאמאל אוועק און זיי קומען צוריק, און ווען זיי קומען צוריק איז דאס אסאך שטערקער ווי פריער - השם ישמרינו.


די עצה פאר דעם יצר הרע איז 'זיך נישט וויסנדיג מאכן, נישט זוכן צו ענטפערן די מחשבות'. דערפאר בעט איך דיר מיין ליבער ברודער, ווען עס קומט דיר אריין אזא נעגאטיווע מחשבה - לאז עס לויפן, גיי נישט קוקן אויב אלעס איז גוט, נאר לאז עס לויפן, טראכט 'עס גייט מיר נישט אן'; ווייל ווי מער מען ענטפערט די מחשבה - קומען זיי צוריק שטערקער.


אויך זאלסטו ארבעטן אויף שמחה; זיי פרייליך, הער לעבעדיגע ניגונים, פרייליכע ניגונים, טאנץ און זינג, טו אלעס וואס מאכט פרייליך. דער רבי זאגט דארט: גַּם עַצְבוּת הוּא מַזִּיק מְאֹד וְנוֹתֵן כֹּחַ לְזֶה הַיֵּצֶר הָרָע הָעָב הַגַּשְׁמִי זיין דערביטערט און דעפרעסט איז זייער מסוכן פאר די זאך, עס מאכט שטערקער די מחשבות, און פארקערט, שמחה, פרייליכקייט - נעמט אוועק די אלע מחשבות, עס צעברעכט דעם יצר הרע.


עס איז כדאי זאלסט אסאך לערנען די תורה (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן עב) און זאגן די תפילה פון דער הייליגער רבי נתן - וועסטו אויסגעהיילט ווערן פון די שלעכטע מחשבות.


ועל כולם זאלסטו זיך מתבודד זיין; רעד זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, זאלסט האבן א ריינע מח און א ריינע הארץ וואס טראכט נאר פונעם אייבערשטן.


התבודדות איז די רפואה פאר א"ו ס"י ד"י. אזוי ווי דער רבי זאגט (שם): יֵלֵךְ אֵצֶל חֲכַם הָאֱמֶת מען זאל גיין צו א צדיק, וְיוֹרֶה לוֹ דַּרְכֵי הַתְּשׁוּבָה דער צדיק וועט אים לערנען ווי אזוי ארויסצוקריכן פון דעם, דַּרְכֵי הַחָכְמָה, עֵצוֹת נְכוֹנוֹת, עַל כָּל דָּבָר ער וועט אים לערנען גוטע עצות אויף יעדע זאך, אָז יִכָּנַע לְבָבוֹ הֶעָרֵל, וְשָׁב וְרָפָא לוֹ אזוי וועט ער ווערן אויסגעהיילט; דער רבי איז דער חכם האמת וואס ער לערנט אונז די עצה פון התבודדות, די עצה פון זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן, אים בעטן אויף גוטע מחשבות, אויף אמונה; התבודדות רייניגט אויס פון די יצר הרע.


וואויל איז דעם וואס נוצט די עצות פונעם חכם האמת, אָז יִכָּנַע לְבָבוֹ הֶעָרֵל, וְשָׁב וְרָפָא לוֹ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#41 - ווי אזוי מאך איך פרייליך אין שטוב, ווען מיין ווייב איז אלץ אנגעצויגן און נערוועז?
שלום בית, סיפורי צדיקים, צרות, אידישע שטוב, שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב לעצטנס געהערט ביי די שיעור ווי דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז מען דארף זען עס זאל אלץ זיין פרייליך אין שטוב; וואס קען איך אבער טון אז מיין ווייב איז זייער אן אנגעצויגענע פרוי, זי שרייעט א גאנצן טאג ווי א טערקלטויב, וואס איך האב נאר פרובירט איר צו העלפן און צו מאכן פרייליך העלפט עס א בוידעם, די שטוב בלייבט אלץ אנגעצויגן.


אויך האט דער ראש ישיבה געזאגט אז דער מאן דארף ארבעטן אויף דעם אז די ווייב זאל אים ארויפקוקן. מיינע ווייב'ס געשוויסטער האבן אבער א שלעכטע געוואוינהייט חוזק צו מאכן פון זייערע מענער, זיי ווייזן איינער פאר'ן צווייטן ווי אזוי מען קען דערנידערן דעם מאן, און מיין ווייב וויל נישט בלייבן אונטערשטעליג. ווען מיין ווייב רעדט אויפ'ן טעלעפאן מיט אירע שוועסטערס, וועט זי אינמיטן אלץ עפעס רעדן שטרענג צו מיר, מיך הייסן עפעס טון, אז אירע שוועסטער זאלן זען ווי אזוי זי קען רעדן צו מיר, און דאס קוקן זיי ארויף.


אויך האלטן זיי אז זייער משפחה איז די חשובסטע און קלוגסטע משפחה אויף דער וועלט, און יעדער אנדערש איז משוגע.


ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, ח' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט גרינג אויסצולערנען אין איין בריוו שלום בית ווען דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט אז ער וואלט ווען געדארפט שרייבן אויף שלום בית נאך א גאנצע סעט לקוטי הלכות; מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך פרובירן צו שרייבן אפאר ווערטער וואס איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש.


קודם כל, איך ווייס נישט אויב דו ביסט יא אזוי ווי עס דארף צו זיין; דו לייגסט אראפ אינעם בריוו ווי זי איז די שלעכטע און דו ביסט דער גוטער, איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו אז שלום בית איז תלוי אינעם מאן; דער מאן קען דערגיין און ער דארף אויסטרעפן פארוואס זי שרייט, וואס עס טוט איר וויי און וואס עס שטערט איר אין לעבן.


בדרך כלל דארף א פרוי מען זאל איר געבן יחס וכו', מען זאל איר געבן אנערקענונג; דער מאן דארף איר דאס געבן. עס איז זייער גרינג צו שרייבן אז זי שרייט, זי קוויטשעט וכו' וכו' - די לשונות וואס דו שרייבסט, טערקלטויב וכו' - אבער יעדע זאך האט א סיבה; א פרוי שרייט נישט סתם אזוי, עפעס פעלט איר אין לעבן. איך וויל וויסן אויב דו פאלגסט וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רב) אז פרויען דארפן כבוד, זיי זענען זייער מקפיד אויף דעם; נאך האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רסד) מען דארף זייער מכבד זיין די ווייב און איר האלטן טייער, ווייל זי ליידט שווערע פיין פון ווארטן, געבוירן און אויפציען די קינדער וכו'.


אז דו וועסט אכטונג געבן אויף איר, דו וועסט איר נישט גיין אויף די נערווען וכו', דו וועסט איר נישט טשעפען און איר דערנידערן - וועסטו זען ווי זי וועט ווערן גוט צו דיר, זי וועט זיך פירן שיין צו דיר. אז דו וועסט איר געבן געלט, דו וועסט איר קויפן קליידער, שיך וכו'; דו וועסט איר העלפן אין שטוב - וועסטו זען אז זי איז נישט אזוי שלעכט, זי וועט ווערן גוט צו דיר; דאס אלעס האב איך מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


און אז דו וועסט מיר זאגן דו האסט אלעס פרובירט, אלעס געטון - און זי איז נאכאלץ שלעכט צו דיר - זאלסטו געדענקען וואס די הייליגע חכמים זאגן (עירובין מא:): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ אִשָּׁה רָעָה אֵינוֹ רוֹאֶה פְּנֵי גֵּיהִנּוֹם", ווער עס האט א שלעכטע פרוי וועט נישט אנקומען אין גיהנום, די גמרא פרעגט: "לְמַאי נַפְקָא מִינָהּ?" וואס איז דאס אונז נוגע אויף למעשה? "לְקַבּוּלֵי מֵאַהֲבָה", מען זאל דאס אננעמען מיט ליבשאפט. ביי די אנדערע זאכן וואס די גמרא רעכנט דארט אויס זאגט די גמרא: "לְמִבָּעֵי רַחֲמֵי", מען זאל בעטן דעם אייבערשטן, פארוואס דא זאגט די גמרא: "לְקַבּוּלֵי מֵאַהֲבָה", מען זאל דאס אננעמען באהבה? זאגט דער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן צ): "אִם תִּהְיֶה אִשָּׁה רָעָה אַל יִבְגֹּד בָּהּ וְלֹא יְגָרְשֶׁנָּה, כִּי עַל יָדָהּ אֵינוֹ רוֹאֶה פְּנֵי גֵּיהִנֹּם", נעם דאס אן באהבה ווייל דאס וועט דיך ראטעווען פון גיהנום; דאס איז דעם רבינ'ס וועג ווען מען האט א פרוי א כעסנית.


דאס איז דעת מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, מען זאל זיין אין שטוב אן עניו, שפל וסבלן; פרובירן מיט אלע וועגן געבן גוטע ווערטער, און געדענקען אז דאס וועט ראטעווען פון גיהנום. אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז דערציילט, איינמאל האט דער הייליגער צדיק רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו איינגעדרימלט און גע'חלומ'ט ווי ער איז אויבן אין הימל און מען פירט אים אריבער די טירן פון גיהנום, עס האט אים אנגעכאפט א שרעק און ער האט אנגעהויבן שרייען: "געוואלד! ראטעוועט! טראגט מיר אוועק פון דא!" ביז עס איז געקומען צו פליען א מלאך און אים געפרעגט: "זושא, וואס שרייסטו?" האט ער געענטפערט: "איך ציטער און איך שרעק זיך פון די ביטערע שטראפן וואס קומען פאָר דא אויבן אין גיהנום", האט אים דער מלאך געזאגט: "ניין זושא, דאס איז נישט פאר דיר, דו האסט א ווייב גענענדל, דו קומסט אלעס אפ אונטן".


מוהרא"ש פלעגט דערציילן וואס דער הייליגער צדיק רבי ר' זושא פלעגט ליידן פון זיין ווייב גענענדל; זי פלעגט שרייען אויף אים, ווען זי איז געווארן ברוגז האט זי אים געזידלט און געזאגט: "דו ביסט דער ערגסטער מענטש פון די גאנצע וועלט"; זי האט אים געגעבן צו שפירן ווי ער איז דער ערגסטער, ערגער פון אים איז נישטא.


ווען דער צדיק רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו האט זיך דערוועקט פונעם חלום האט ער געזאגט צו זיך: 'הלוואי זאל מיין ווייב גענענדל שרייען נאך אויף מיר; אויב קום איך אפ מיט די צער די עונשים פון גיהנום - איז מיר דאס כדאי'.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן די שכל, דו זאלסט וויסן ווי אזוי צו לעבן מיט דיין ווייב.

#40 - ווי אזוי דערהאלט מען זיך אין שווערע צייטן?
התחזקות, צרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך גיי יעצט דורך זייער שווערע צייטן, ביטע געבט מיר חיזוק איך זאל דאס קענען דורכשוויצן, איך זאל עס קענען אריבערטראגן און זיך דערהאלטן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, ז' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצה) דוד המלך האט שטענדיג געזוכט עפעס גוטס אויף וואס ער קען דאנקען דעם אייבערשטן; אפילו ווען דער אייבערשטער האט געברענגט אויף אים שלעכטס, האט ער געזוכט אין די שלעכטס עפעס גוטס, אזוי ווי עס שטייט (תהלים ד, ב): "בַּצָּר הִרְחַבְתָּ לִּי", אין די צרה האסטו מיר ברייט געמאכט, אזוי האט ער זיך דערהאלטן אין אלע זיינע שווערע צייטן.


זוך אויף גוטס אין דיינע שווערע טעג, עס מוז זיין עפעס גוטס; דאנק דעם אייבערשטן אויף דעם, דאס וועט דיר געבן כח אריבערצוגיין דיינע שווערע צייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#39 - וועלכע ספרים קענען מיר העלפן באקומען א שטארקע אמונה און בטחון?
התחזקות, אמונה, ספרי ברסלב, אשר בנחל, צרות, בטחון, ספרים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך זיך באדאנקען פאר אייער מורא'דיגע אויסגאבע 'עצתו אמונה'; מיר ליינען עס יעדן שבת, און מיר זענען אזויפיל קונה דערפון. דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט ווייטער קענען פארשפרייטן ריכטיגע אידישקייט און אמונה, מיט הרחבת הדעת און געזונט און אלעס גוטס.


איך האב א פראבלעם וואס מוטשעט מיר שוין א שטיק צייט, און איך האף אז איר וועט זיין די ריכטיגע שליח מיר צו העלפן.


איך האב ברוך ה' א געטרייער ערליכער מאן מיט לעכטיגע קינדער, און נאך אסאך גוטע זאכן פון אונזער זיסער טאטע אין הימל, די זאך איז אבער אז מיר זענען אריבער זייער שווערע צייטן די לעצטע פאר יאר, מיט זייער א קראנקע קינד, ווי אויך האבן מיר אסאך מיטגעמאכט מיט די שטאטישע איינגעשטעלטע, און אויך להבדיל פון אידישע 'מצוה' אידן, וואס האבן געזוכט צו מאכן א חורבן פון אונזער שטוב. ברוך ה' אונזער קינד איז שוין געזונט, מיט גרויסע חסדי ה', און פאר יענע חברה איז נישט געלונגען צו מאכן די שאדן וואס זיי האב אזוי געוואלט מאכן. אזוי ווי איך האב געזאגט, איך האב אזוי פיל צו דאנקען! למעשה אבער איז דאס אלעס נאר במחשבה, איך ווייס אז אונזער טייערע טאטע זוכט נאר אונזער גוטס און טוט נאר גוטס, אבער ווען עס קומט צו שפירן די שמחה אמת'דיג אין הארץ, ארבעט עס שוין נישט.


איך בין זייער אויפגערעגט אויף די שלעכטע נעבעכדיגע חברה, כאטש איך ווייס אז זיי זענען למעשה נאר געווען א שטעקן פון באשעפער, און אויך בין איך זייער דערשראקן אז איך וועל נאכאמאל אריינפאלן אין זייער נעץ. די זארג און שרעק שטערן מיר ממש צום לעבן. חוץ פון דעם קען איך אסאך מאל ווערן איבערגענומען פון געפילן, פון טרויער, אויף די אומגעהויערע שוועריגקייטן וואס מיר זענען דורך, און פון כעס אויף געוויסע מענטשן, און עס איז מיר שווער זיך ארויסצוזען דערפון.


וואס איך וואלט געוואלט פון אייך איז בעיקר אן עצה וועגן וועלכע ספר, אדער אינהאלטסרייכע בוך, וואס איך קען לערנען אדער ליינען כדי צוצוקומען צו אמת'ע טיפע אמונה און רואיגקייט, אמת'דיג שפירן אז אלעס קומט פון באשעפער, און איז פאר אונזער טובה. איך זאל קענען צוקומען צו א מדריגה פון זיך שרעקן נאר פון באשעפער און נישט פון קיין שום מענטש, און אפשר זאל איך אפילו קענען שוין ענדליך אינגאנצן מוחל זיין יענע חברה, א זאך וואס איז מיר נאך זייער שווער. איך ווארט נאך אויך זיי זאלן מיר בעטן מחילה, אבער איך גלייב נישט עס וועט אמאל געשען. איך האב שוין געזוכט אפאר מאל אין לייברערי עפעס פאסיג, אבער עס געלונגט מיר נישט. דער ספר זאל זיין אין אידיש אדער ענגליש, ביטע.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בא, כ"ט טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די בעסטע ספרים צו שטארקן די אמונה און בטחון זענען דעם רבינ'ס ספרים.


עס זענען דא נאך ספרים וואס זענען געשטעלט אויף אמונה און בטחון פון צדיקים פון די פריערדיגע דורות, דאך האבן דעם רבינ'ס ספרים א ספעציעלן כח; סיי מען שפירט ווי דער ספר איז געשריבן ספעציעל פאר זיך, יעדער איינער שפירט זיך ווי מען רעדט צו אים, און סיי דער ספר לעבט, די בריוון לעבן, עס איז אויף למעשה, עס טוישט דעם מענטש. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קען מען זיין אן ערליכער איד, און נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכע איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; רבי נתן זאגט (שם): "וְגַם אֲפִלּוּ עַכְשָׁו כְּשֶׁלּוֹמְדִין דְּבָרָיו הַקְּדוֹשִׁים יֵשׁ לָהֶם גַּם כֵּן כֹּחַ גָּדוֹל לְעוֹרֵר לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ לִזְכּוֹת לְדַרְכֵי ה' בֶּאֱמֶת, לְמִי שֶׁיָּשִׂים לִבּוֹ הֵיטֵב לִדְבָרָיו וּלְשִׂיחוֹתָיו הַקְּדוֹשִׁים הַנֶּאֱמָרִים בְּזֶה הַסֵּפֶר, וּבִשְׁאָר סְפָרָיו הַקְּדוֹשִׁים", דעם רבינ'ס ספרים פארמאגן א מורא'דיגן כח צו מעורר זיין א מענטש צו דינען דעם אייבערשטן, אין יעדע שמועס פון רבי'ן ליגן געוואלדיגע עצות און הדרכה פאר'ן לעבן.


בפרט אז מיר האבן זוכה געווען אין אונזער דור, מוהרא"ש האט גענומען דעם רבינ'ס ספרים און דאס אראפגעברענגט פאר אונזערע מוחות, אז מיר זאלן דאס פארשטייין, מיר זאלן האבן א געפיל אין דעם; אזוי ווי א מלמד נעמט שווערע טיפע גמרות און איז דאס מסביר מיט גרינגע ווערטער אז אפילו קליינע קינדער מיט שוואכע מוחות זאלן האבן אן השגה אין דעם, דאס האט מוהרא"ש זכותו יגן עלינו געטון מיט דעם רבינ'ס ספרים; ווען מען לערנט די בריוו פון ספר הקדוש אשר בנחל, און די קונטרסים - באקומט מען א שטארקע אמונה, מען ווערט צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


ביסט אריבער שווערע ביטערע צייטן אין לעבן, פארליר זיך נישט, פארליר נישט די אמונה; טראכט נישט קיין איין מינוט 'דער איז שולדיג', 'יענער איז שולדיג'; לייג זיך אריין אין אמונה. ווען א מענטש נעמט אריין אין זיך די אמונה, ער חזר'ט צו זיך: 'קיינער קען מיר גארנישט טון'; ער זינגט נגוני אמונה: "דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז דארט, דער אייבערשטער געפונט זיך אין יעדע ארט; דומם, צומח, חי, מדבר - אלעס איז ער, אלעס איז דער אייבערשטער" - דאס מאכט מען זאל זיין רואיג און צופרידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#38 - וואס האט דער רבי דערציילט "אזוי פירט דער אייבערשטער די וועלט"?
התחזקות, סיפורי צדיקים, אמונה, צרות, השגחה פרטית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל וויסן וואו איך קען טרעפן די מעשה וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט, וואס די סוף פון די מעשה זעט אויס אז ס'ענדיגט זיך נישט גוט, אבער דער רבי האט אויסגעפירט "אזוי פירט דער אייבערשטער זיין וועלט", וואס איז געווען די מעשה, און וואו קען איך זען די מעשה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די מעשה ווערט געברענגט אין שיחות מוהרא"ש חלק א אות אמונה, די ערשטע שטיקל אין שיחות מוהרא"ש. דארט איז פארשריבן די מעשה אזוי ווי מוהרא"ש האט עס דערציילט; דא האסטו די מעשה פונקטליך אזוי ווי מוהרא"ש האט דאס מקבל געווען:


דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי הָאט דֶערְצֵיילְט פַאר אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ אַז עֶס אִיז אַמָאל גֶעוֶוען אַ אִיד מִיט אַ שֵׁיינֶע גְרוֹיסֶע מִשְׁפָּחָה מִיט קִינְדֶער, עֶר הָאט זִיךְ אָבֶּער זֵייעֶר גֶעמוּטְשֶׁעט אוֹיף פַּרְנָסָה, עֶר אִיז גֶעוֶוען אַ גְרוֹיסֶער אָרֶעמַאן, עֶר פְלֶעגְט אָפְּדִינְגֶען דִי קְרֶעטְשְׁמֶע פוּנֶעם פָּרִיץ יֶעדֶעס יָאר, אָבֶּער דִי קְרֶעטְשְׁמֶע הָאט קוֹים אַרַיינְגֶעבְּרֶענְגְט עֶפֶּעס גֶעלְט, עֶס הָאט בִּכְלַל נִישְׁט גֶעקְלֶעקְט אוֹיף זַיינֶע טָאג טֶעגְלִיךְ הוֹצָאוֹת, אוּן זִיכֶער אִיז נִישְׁט אַרַיינְגֶעקוּמֶען גֶענוּג צוּ קֶענֶען צָאלְן פַארְ'ן פָּרִיץ דִי רַאטֶע, עֶר פְלֶעגְט דַארְפְן בָּארְגְן גֶעלְט צוּ קֶענֶען צָאלְן פַארְ'ן פָּרִיץ.


יֶעדֶעס יָאר וֶוען עֶס אִיז גֶעקוּמֶען דִי צַייט צוּ צָאלְן דִי יֶערְלִיכֶע רַאטֶע, הָאט דֶער פָּרִיץ עֶס נִישְׁט גֶעוָואלְט נָאכְאַמָאל פַארְדִינְגֶען פַאר אִים, וַוייל עֶר הָאט דָאךְ נִישְׁט גֶעהַאט צוּ צָאלְן גֶעהֶערִיג, דֶער פָּרִיץ הָאט גֶעוָואלְט טְרֶעפְן אַ צְוֵוייטְן וָואס זָאל אִיבֶּערְנֶעמֶען דִי קְרֶעטְשְׁמֶע, אָבֶּער אִידִישֶׁע קִינְדֶער הָאבְּן רַחֲמָנוּת גֶעהַאט אוֹיף דֶעם אָרֶעמַאן, קֵיינֶער הָאט נִישְׁט גֶעוָואלְט אָפְּדִינְגֶען דִי קְרֶעטְשְׁמֶע, וִויסְנְדִיג אַז דָאס לֶעבְּן פוּן דֶעם אָרֶעמַאן מִיט זַיינֶע קִינְדֶער אִיז אָנְגֶעוָואנְדְן אִין דֶעם, אוּן אַזוֹי וִוי דֶער פָּרִיץ הָאט נִישְׁט גֶעקֶענְט טְרֶעפְן אַ צְוֵוייטְן, הָאט עֶר עֶס וִוידֶער גֶעדַארְפְט פַארְדִינְגֶען פַאר דֶעם אָרֶעמַאן פַאר נָאךְ אַ יָאר.


אֵיין יָאר אִיז אָנְגֶעקוּמֶען דָארְט אַ שְׁלֶעכְטֶער מֶענְטְשׁ, אַ גְרוֹיסֶער רָשָׁע אוּן גְּבַר אַלִּים, אוּן עֶר אִיז גֶעגַאנְגֶען צוּם פָּרִיץ אוּן גֶעזָאגְט אַז עֶר אִיז גְרֵייט צוּ צָאלְן פַאר דִי קְרֶעטְשְׁמֶע פִיל מֶער גֶעלְט פוּן דֶעם אָרֶעמַאן, אוּן דֶער פָּרִיץ הָאט זִיךְ זֵייעֶר גֶעפְרֵיידְט אוּן הָאט טַאקֶע פַארְדִינְגֶען דִי קְרֶעטְשְׁמֶע פַאר יֶענֶעם.


דִי אָרְטִיגֶע אִידְן הָאבְּן זִיךְ גֶעבֶּעטְן בַּיי דֶעם מֶענְטְשׁ עֶר זָאל נִישְׁט דִי שְׁרֶעקְלִיכֶע רִשְׁעוּת, וִוי אַזוֹי קֶען עֶר זַיין אַזוֹי אַכְזָרִיוּת'דִיג קֶעגְן דֶעם אָרֶעמַאן מִיט אַ שְׁטוּבּ מִיט קִינְדֶער, אוּן יֶענֶער מֶענְטְשׁ הָאט בִּכְלַל נִישְׁט גֶעהַאט קַיין קִינְדֶער, זֵיי הָאבְּן פְּרוּבִּירְט מִיט אַלֶע כּוֹחוֹת אִים צוּרִיקְצוּהַאלְטְן פוּן צוּ טוּן דֶעם רִשְׁעוּת'דִיגְן אַקְט, עֶר הָאט אָבֶּער זִיךְ נִישְׁט צוּגֶעהֶערְט צוּ קֵיינֶעם, אוּן יָא אָפְּגֶעדִינְגֶען דִי קְרֶעטְשְׁמֶע.


דֶער פָּרִיץ הָאט אַרוֹיסְגֶעוָוארְפְן דֶעם אָרֶעמַאן אוֹיפְ'ן גַאס, עֶר הָאט נִישְׁט גֶעהַאט קַיין הוֹיז וואוּ צוּ וואוֹינֶען, עֶר הָאט נִישְׁט גֶעהַאט וָואס צוּ עֶסְן, עֶר הָאט נִישְׁט גֶעהַאט מִיט וָואס צוּ פִיטֶערְן זַיינֶע קִינְדֶער, אוּן עֶר אִיז גֶעוֶוען אַ גְרוֹיסֶער רַחֲמָנוּת.


פַאר דֶעם רָשָׁע וָואס הָאט אוֹיסְגֶעכַאפְּט דֶעם אָרֶעמַאן, הָאט דִי הַצְלָחָה אָנְגֶעהוֹיבְּן שַׁיינֶען, וִוי נָאר עֶר הָאט אָפְּגֶעדִינְגֶען דִי קְרֶעטְשְׁמֶע אִיז עֶר זֵייעֶר רַייךְ גֶעוָוארְן, אוּן עֶר אִיז אוֹיךְ גֶעהָאלְפְן גֶעוָוארְן מִיט קִינְדֶער, אוּן פַאר מֶענְטְשְׁן אִיז דָאס גֶעוֶוען זֵייעֶר מָאדְנֶע, פַארְוָואס זָאל דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער גֶעבְּן פַאר דֶעם רָשָׁע אַזַא גְרוֹיסֶע הַצְלָחָה?


אוּן דֶער רֶבִּי הָאט אוֹיסְגֶעפִירְט דִי מַעֲשֶׂה, "אַזוֹי פִירְט דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער דִי וֶועלְט".


מִיט דִי מַעֲשֶׂה הָאט דֶער רֶבִּי גֶעוָואלְט אַיינְבַּאקְן בַּיי אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ דִי פָּשׁוּטֶ'ע אֱמוּנָה, נִישְׁט צוּ הָאבְּן קַיין קַשְׁיוּת אוֹיפְ'ן אֵייבֶּערְשְׁטְן, אֲפִילוּ מְ'זֶעט וִוי אַ רָשָׁע אִיז גָאר שְׁטַארְק מַצְלִיחַ, מֶענְטְשְׁן טוּעֶן שְׁרֶעקְלִיכֶע רִשְׁעוּת פַאר אַנְדֶערֶע אוּן מְ'זֶעט נִישְׁט זֵיי זָאלְן בַּאשְׁטְרָאפְט וֶוערְן אוֹיף דֶעם, פַארְקֶערְט, עֶס גֵייט זֵיי נָאר בֶּעסֶער אוּן בֶּעסֶער, טָאר אָבֶּער וֶוערְן אָפְּגֶעשְׁוַואכְט דִי אֱמוּנָה אֲפִילוּ מִיט אַ הָאר, מִיר דַארְפְן זִיךְ שְׁטַארְקְן אַז אֲפִילוּ מִיר פַארְשְׁטֵייעֶן גָארְנִישְׁט, אִיז אָבֶּער דֶער אֱמֶת אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֵוייסְט פּוּנְקְטְלִיךְ וָואס עֶר הָאט צוּ טוּן, אַלֶעס הָאט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶע חֶשְׁבּוֹן פוּן הִימְל, אֲפִילוּ מִיר פַארְשְׁטֵייעֶן עֶס נִישְׁט.


דוּרְךְ אֱמוּנָה פְּשׁוּטָה, גְלֵייבְּן אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער פִירְט אַלֶעס, עֶס אִיז גָארְנִישְׁט דָא אוֹיסֶערְ'ן אֵייבֶּערְשְׁטְן, קַיין שׁוּם זַאךְ פַּאסִירְט נִישְׁט פוּן זִיךְ אַלֵיין, אַלֶעס הָאט גֶענוֹיעֶם גוּטְן חֶשְׁבּוֹן פוּן הִימְל, אֲפִילוּ וֶוען פַאר אוּנְזֶערֶע אוֹיגְן זֶעט עֶס אוֹיס מָאדְנֶע, אָבֶּער אַז מְ'לֵייגְט זִיךְ אַרַיין אִין אֱמוּנָה פְּשׁוּטָה קֶען מֶען זוֹכֶה זַיין צוּצוּקוּמֶען צוּ גָאר גְרוֹיסֶע מַדְרֵיגוֹת, צוּ אַ בְּחִינָה פוּן רָצוֹן, רַעֲוָא דְרַעֲוִין, אוּן זוֹכֶה זַיין מַשִׂיג צוּ זַיין פַארְוָואס עֶס זֶענֶען דָא צַדִיקִים וָואס גֵייט זֵיי שְׁלֶעכְט, אוּן פַאר רְשָׁעִים גֵייט גָאר גוּט (עַיֵין לִקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק ב', סִימָן ה').


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#37 - דארף מען גיין זיך זוכן בזיונות?
צרות, תשובה, בזיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער ראש ישיבה רעדט אלץ פון די גרויסקייט פון בזיונות, האב איך געוואלט פרעגן אויב דאס מיינט אויך אז מען קען גיין צו א פלאץ וואס מען ווייסט אז מען וועט דארט האבן בזיונות, למשל גיין צו געוויסע בית המדרש וואו איך מוז נישט גיין דארט, אבער איך פלעג דארט דאווענען פאר איך בין געגאנגען וואוינען אין א אנדערע שטאט, און איך קום אהין פון מאל צו מאל, איז דא אן ענין צו גיין צו א פלאץ וואס מען באקומט בזיונות? איך רעד נישט פון געפערליכע בזיונות, אז מען ווארפט מיך ארויס וכדומה, נאר שטילע בזיונות וואס מענטשן מאכן זיכער אז איך בין נישט באקוועם דארט. איך קען גיין דארט און באקומען די טשעפעס און עס אננעמען פאר א תיקון, אדער קען איך גיין אין א צווייטע פלאץ וואו איך האב מיט קיינעם גארנישט. וואס איז די ריכטיגע וועג צו טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי רעדט טאקע איבער דאס גרויסקייט פון האבן בזיונות, אז מען שווייגט און מען ענטפערט נישט - איז דאס א גרויסע תיקון פאר עבירות, מען פאררעכט מיט דעם אלצדינג. פון די אנדערע זייט זאגט דער רבי (ספר המדות אות פחד, חלק ב', סימן ג): "מִי שֶׁבּוֹרֵחַ מִן הַצָּרָה, הוּא פִּקֵּחַ", א קלוגער מענטש אנטלויפט פון א צרה; איז וואס דארפסטו זיך זוכן צרות? וואס דארפסטו גיין צו א פלאץ וואו מען טשעפעט דיר?


אנשי שלומינו פלעגן זאגן, כדאי אויף צו מקבל זיין די תיקונים וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו): "וְעִקַּר הַתְּשׁוּבָה כְּשֶׁיִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדּם וְיִשְׁתֹּק", ווען מען הערט ווי מען פארשעמט און מען שווייגט אפ, דאס איז דער עיקר ווי אזוי מען טוט תשובה, - אז עס פעלט נישט אויס דאס אריבער צו גיין פון מענטשן, נאר מען קען האבן די תיקונים פון זיך אליינס; ווען מען קוקט זיך אן ווי אזוי מען זעט אויס, ווי אזוי מען פירט זיך, ווי מען פאלט אין נישט גוטע מעשים - דאס איז די גרעסטע בזיון, און אז מען איז מקיים "יִדֹּם וְיִשְׁתֹּק", מען גייט ווייטער אן אין לעבן, מען דינט ווייטער דעם אייבערשטן - איז דאס אליינס א תיקון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#36 - איך בין אינגאנצן פארלוירן, וועט מיר נאך אמאל גוט זיין?
התחזקות, צרות, גט, זיווג שני

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אייך ממש מקנא, ווי איר געבט שיעורים בכל חלקי התורה, ובפרטיות אנצוגיין מיט טעגליכע שיעורים וואס זענען באמבעס אנטקעגן די אלע טרייף פסול וואס איז זיך מתגבר אן א שיעור יעדן טאג. זאל דער אייבערשטער אייך באצאלן בכפל כפלים, שטארקע כוחות, אריכת ימים, און געזונט, ווייטער אנצוגיין מיט חיות און שמחה.


איך בין אדורך זייער א שווערע לעבן, איך זוך מיך נישט צו צערטלען, אבער מומחים האבן געזאגט אז אין מיינע קורצע יארן בין איך אריבער זאכן וואס אנדערע יאגן נישט אן צו זען אין זיבעציג יאר. ברוך ה' דער אייבערשטער האט מיר געבען א שטארקע מח און בין דאס אלעס אריבער, מיין שטרעבן איז געווען אז ווען איך וועל חתונה האבן וועט איך אנהייבן א נייע בלאט און איך וועל שוין קענען דינען דעם אייבערשטן אן זיין נע ונד, דא עקא איך בין אריין צום חתונה בשברון לב מכמה סיבות, איך האב געדארפט אלעס אליין צאלן, מיין טאטע האט נישט געוואלט קומען צו די חתונה, און מיין משפחה האט אויך נישט געקענט קומען, און נישט לאנג נאך די חתונה האט מיין ווייב מיך אפגעלאזט און צוריק געגאנגען צו איר מאמע. און איך בין געבליבן זייער צעבראכן, אפילו מען זאגט מיר אז ברוך ה' איך בין פטור געווארן פון א קלאפטע.


דער שידוך האט זיך געשלאסן 40 טעג נאך וואס איך האב אויסגעזאגט תהלים אין יבניאל, און איך האב אלעס פרובירט צו טון פאר שלום בית, איך האב אפילו געזאגט פינף מאל רצופות תהלים אין יבניאל. די רבנים האבן מיר געזאגט צו ווארטן, זאכן וועלן זיך גוט מסדר זיין מיט די צייט, אבער למעשה איז אריבער אפאר יאר און גארנישט איז געווארן, און מיר האבן זיך גע'גט.


יעצט בין איך אינגאנצן פארלוירן, איך האב נישט קיין עלטערן אדער משפחה אויף מיין זייט, איך בין א שעמעדיגער, און נאך אזויפיל יסורים ווי אזוי וועל איך חתונה האבן? ווער וועט קוקן אויף מיר?


איינער האט מיר געזאגט צו בעטן דעם אייבערשטן ער זאל מיר שוין יעצט פארגיטיגן אויף מיין שווערע עבר, ער זאל מיר געבן א בעסערע שידוך, איך ווייס אבער נישט אויב מען מעג טראכטן אויף אזא וועג, דער אייבערשטער איז מיר דען עפעס שולדיג?


ברוך ה' איך בין געווען דאס יאר ראש השנה אין אומאן, און איך האב געענדיגט ש"ס כסדרן באמירה. אבער זייט דעמאלט לערן איך כמעט גארנישט, ווייל פאר איך האב געוואוסט פונעם דרך הלימוד האב איך שוין געענדיגט איינמאל ש"ס בבקיאות, און די געשמאקע טעם האב איך ממש נישט געהאט יעצט. איך האב זייער אסאך שיעורים און איך האב ליב צו לערנען. איך פרוביר אבער אסאך צו רעדן צום אייבערשטן.


אנטשולדיגט פאר די אריכות, איך רעד בטבע נישט מיט מענטשן (ווען איך האב געליינט אויף די ערשטע יארן פון מוהרא''ש האב איך זיך זייער געטראפן דערין) איך האב מסתמא קיינמאל זיך נישט אויסגערעדט צו קיינעם אזוי ווי דא, חוץ וואס איך רעד צום אייבערשטן שעות, אבער יעצט ווען איך האב געזען די גרויס חיזוק וואס איך האב געהאט פון די בריוו, האב איך אייך געשריבן מיינע ווייטאגן. איך אנטשולדיגט זיך פאר'ן מטריח זיין, איך האב בעצם פרובירט זייער מקצר זיין, אבער חיי אדם האט נישט קיין קיצור.


עס וועט מיר געבן א גרויס שטופ ווייטער אויב דער אייבערשטער וועט אייך געבן די ריכטיגע ליכטיגע ווערטער מיר מחזק צו זיין.


יישר כח


נ.ב. איך זאג קרבנות הנשיאים כמעט יעדן טאג.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב א קוק די הערליכע חיזוק וואס מוהרא"ש האט אונז איבערגעלאזט זיך צו קענען מחזק זיין (צוואת מוהרא"ש, אות יד): "אִיר דַארְפְט וִויסְן אוּן גֶעדֶענְקֶען אַז דָאס לֶעבְּן פוּן אַ מֶענְטְשׁ אוֹיף דִי וֶועלְט אִיז זֵייעֶר זֵייעֶר שְׁוֶוער אוּן בִּיטֶער, מֶען פְּרוּבִּירְט אוֹיס יֶעדְן מֶענְטְשׁ מִיט אַנְדֶערֶע שְׁוֶוערֶע נִסְיוֹנוֹת, אוּן דָאס אַלֶעס אִיז נָאר מִיטְן צִיל צוּ זֶען צוּ וֶועם דֶער מֶענְטְשׁ וֶועט זִיךְ וֶוענְדְן וֶוען עֶס קוּמְט אוֹיף אִים אַ צָרָה.


דֶערִיבֶּער בֶּעט אִיךְ אַייךְ אַז אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר שְׁטַארְקְן, אִיר זָאלְט זִיךְ נִישְׁט לָאזְן צוּבְּרֶעכְן פוּן קַיין שׁוּם שְׁוֶוערִיקַייט וָואס גֵייט אוֹיף אַייךְ אַרִיבֶּער סֵיי בְּגַשְׁמִיוּת אוּן סֵיי בְּרוּחֲנִיוּת. אִיר זָאלְט אַייךְ פְּרוּבִּירְן צוּ הַאלְטְן פְרֵיילִיךְ אוּן לוּסְטִיג דֶעם גַאנְצְן לֶעבְּן. שִׂמְחָה אִיז דֶער כֵּלִי אַרָאפּ צוּ בְּרֶענְגֶען אַלֶע יְשׁוּעוֹת אוּן רְפוּאוֹת. וִוי מֶער פְרֵיילִיךְ אַ מֶענְטְשׁ אִיז, אַלְץ אַ גְרֶעסֶערֶע אוּן שֶׁענֶערֶע יְשׁוּעָה בְּרֶענְגְט עֶר אַרָאפּ. שִׂמְחָה בְּרֶענְגְט פַאר אַ מֶענְטְשׁ הַרְחָבַת הַדַעַת, אוּן וֶוען מֶען הָאט הַרְחָבַת הַדַעַת קֶען מֶען מְקַבֵּל זַיין אַלֶע גוּטֶע זַאכְן וָואס דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער שִׁיקְט, מֶען קֶען מְקַבֵּל זַיין אַלֶע רוּחְנִיוּת'דִיגֶע אוֹרוֹת פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן.


דֶער אֱמֶת אִיז אַז עֶס אִיז גָארְנִישְׁט דָא אוֹיסֶערְן אֵייבֶּערְשְׁטְן, דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער הָאט בַּאשַׁאפְן אוּן עֶר דֶערְהַאלְט דִי גַאנְצֶע וֶועלְט, עֶר פִירְט דִי וֶועלְט מִיט אַ גֶעוַואלְדִיגֶע הַשְׁגָחָה פְּרָטִית, אוּן דָאס אַלֶעס וָואס גֵייט אַרִיבֶּער אוֹיף אַ מֶענְטְשׁ צָרוֹת אוּן יִסוּרִים אִיז נָאר צוּ אוֹיסְלַייטֶערְן דֶעם מֶענְטְשׁ. דֶער מֶענְטְשׁ הָאט אַ שְׁוֶוערֶע גוּף, וָואס מֶען קֶען נִישְׁט אוֹיסְלַייטֶערְן נָאר דוּרְךְ שְׁוֶוערִיקַייטְן אוּן יִסוּרִים.


דֶערִיבֶּער דַארְפְט אִיר זִיךְ פְרֵייעֶן וֶוען אִיר הָאט יִסוּרִים, חֲזַ"ל זָאגְן (בְּרֵאשִׁית רַבָּה ט) 'טוֹב מְאֹד זוּ מִדַת יִסּוּרִין, שֶׁעַל יָדֶיהָ הַבְּרִיוֹת בָּאִים לְחַיֵי עוֹלָם הַבָּא' - דִי יִסוּרִים וָואס אַ מֶענְטְשׁ הָאט, אִיז זֵייעֶר גוּט פַאר אִים, וַוייל דָאס בְּרֶענְגְט אִים צוּ חַיֵי עוֹלָם הַבָּא. דֶערִיבֶּער דַארְפְט אִיר זִיךְ פְרֵייעֶן אַז אִיר בַּאקוּמְט דִי יִסוּרִים וָואס וֶועט אוֹיסְלַייטֶערְן אֵייעֶר גוּף פוּן אַלֶע שְׁלֶעכְטֶע זַאכְן וָואס הָאבְּן זִיךְ אָנְגֶעקְלֶעבְּט אִין אִיר.


גֶעדֶענְקְט גוּט וָואס דִי חֲזַ"ל זָאגְן (בְּרָכוֹת ה.) 'כָּל שֶׁהַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא חָפֵץ בּוֹ, מְדַכְּאוֹ בְּיִסּוּרִין. וְאִם קִבְּלוֹ בְּאַהֲבָה, יִרְאֶה זֶרַע יַאֲרִיךְ יָמִים' - וֶועם דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער הָאט לִיבּ, שִׁיקְט עֶר אִים יִסוּרִים, אוּן אוֹיבּ דֶער מֶענְטְשׁ אִיז עֶס מְקַבֵּל בְּאַהֲבָה, וֶועט עֶר הָאבְּן גוּטֶע קִינְדֶער אוּן אַ לַאנְג לֶעבְּן".


מוהרא"ש זאגט ווייטער: "וָואס זָאל אִיךְ אַייךְ זָאגְן? אִיר קֶענְט זִיךְ נִישְׁט פָארְשְׁטֶעלְן וִויפִיל יִסוּרִים אוּן עַגְמַת נֶפֶשׁ אִיךְ הָאבּ גֶעלִיטְן אוֹיף דֶער וֶועלְט, אִיךְ הָאבּ מַמָשׁ נִישְׁט גֶעהַאט קַיין אֵיין גוּטְן טָאג אִין מַיין לֶעבְּן, אָן קַיין גֻּזְמָא. אִיךְ הָאבּ יֶעדְן טָאג גֶעוֵויינְט פוּן דִי פִילֶע צַעַר אוּן עַגְמַת נֶפֶשׁ וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעהַאט פוּן אַלֶע זַייטְן, פוּן אִינֶעוֵויינִיג אוּן פוּן אִינְדְרוֹיסְן. אָבֶּער אִיךְ הָאבּ זִיךְ שְׁטֶענְדִיג גֶעטְרֵייסְט מִיט דֶעם אַז בָּרוּךְ ה' אִיךְ גְלֵייבּ אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אִיךְ וֵוייס אַז אַלֶעס הָאט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶער חֶשְׁבּוֹן, אַלֶעס וֶוערְט גֶעפִירְט מִיט אַ גֶעוַואלְדִיגֶע הַשְׁגָחָה פְּרָטִית, אוּן אִיךְ בִּין נָאר אַנְטְלָאפְן שְׁטֶענְדִיג צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אוּן נָאר דָאס הָאט מִיר גֶעהָאלְפְן אִיבֶּערְקוּמֶען מַיינֶע צָרוֹת אוּן יִסוּרִים.


דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר אוֹיךְ טוּן דִי זֶעלְבֶּע, אִיר זָאלְט חַס וְשָׁלוֹם נִישְׁט הָאבְּן קַיין טַעֲנוֹת אוֹיפְן אֵייבֶּערְשְׁטְן, זִיךְ נִישְׁט אָפְּרֶעדְן אוֹיפְן אֵייבֶּערְשְׁטְן. גֶעדֶענְקְט וָואס דִי חֲזַ"ל זָאגְן (תַּנְחוּמָא תֵצֵא) 'צָרִיךְ הָאָדָם לְהַחְזִיק טוֹבָה לְהַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בִּזְמַן שֶׁהַיְסוּרִין בָּאִין עָלָיו, לָמָה? שֶׁהַיְסוּרִין מוֹשְׁכִין אֶת הָאָדָם לְהַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא' - אַ מֶענְטְשׁ דַארְף דַאנְקֶען דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן וֶוען עֶר שִׁיקְט אִים יִסוּרִים. פַארְוָואס? וַוייל דִי יִסוּרִים שְׁלֶעפְּן דֶעם מֶענְטְשׁ צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן. נָאךְ זָאגְן דִי חֲזַ"ל (סִפְרִי וָאֶתְחַנַּן) 'יְהֵא אָדָם שָׂמֵחַ בְּיִסּוּרִין יוֹתֵר מִן הַטוֹבָה, שֶׁאִילוּ הָאָדָם בְּטוֹבָה אֵין נִמְחָל לוֹ עָווֹן שֶׁבְּיָדוֹ, וּבִּיְסוּרִין נִמְחָל לוֹ' - אַ מֶענְטְשׁ דַארְף זִיךְ מֶער פְרֵייעֶן מִיט דִי יִסוּרִים וָואס עֶר בַּאקוּמְט וִוי מִיט דִי גוּטְס וָואס עֶר בַּאקוּמְט, וַוייל וֶוען אַ מֶענְטְשׁ הָאט נָאר גוּטְס וֶועט עֶר מִיט דֶעם נִישְׁט אָפְּקוּמֶען זַיינֶע עֲבֵירוֹת, אָבֶּער וֶוען עֶר הָאט יִסוּרִים וֶועט דָאס אָפְּמֶעקְן אַלֶע זַיינֶע עֲבֵירוֹת.


אוּן דִי עֵצָה זִיךְ אַרוֹיסְצוּדְרֵייעֶן פוּן יִסוּרִים אִיז צוּ אַנְטְלוֹיפְן צוּ דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, צוּ לֶערְנֶען תּוֹרָה, אוּן צוּ מְחַדֵשׁ זַיין חִידוּשֵׁי תּוֹרָה, דֶער רֶבִּי זָאגְט (עַיֵין לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק א' סִימָן ס"ה) אַז וֶוען אַ מֶענְטְשׁ הָאט יִסוּרִים מַאכְט עֶר זִיךְ שְׁטַארְק צוּ דִי אוֹיגְן אוּן עֶר גֶעבְּט זִיךְ אִינְגַאנְצְן אִיבֶּער צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר אַנְטְלוֹיפְט נָאר צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אוּן דוּרְךְ דֶעם אִיז עֶר זוֹכֶה צוּ מְחַדֵשׁ זַיין אַסַאךְ חִידוּשֵׁי תּוֹרָה. חֲזַ"ל זָאגְן (תָּנָא דְבֵי אֵלִיָהוּ רַבָּה פֵּרֶק ו') 'אִם רָאִיתָ שֶׁיִּסּוּרִים מְמַשְׁמְשִׁין וּבָאִין עָלֶיךָ, רוּץ לְחַדְרֵי תּוֹרָה, וּמִיַד הַיִּסּוּרִים בּוֹרְחִין מִמְךָ' - אוֹיבּ זֶעסְטוּ אַז עֶס קוּמֶען אוֹיף דִיר יִסוּרִים, זָאלְסְטוּ אַנְטְלוֹיפְן צוּ דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אוּן דַאן וֶועלְן דִי יִסוּרִים אַוֶועק גֵיין פוּן דִיר.


דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער אִיז מַיין עֵדוּת אַז דָאס הָאבּ אִיךְ גֶעטוּן יֶעדְן טָאג, וֶוען אִיךְ הָאבּ גֶעלִיטְן שְׁוֶוערֶע אוּן בִּיטֶערֶע יִסוּרִים בְּגַשְׁמִיוּת אוּן בְּרוּחֲנִיוּת, בִּין אִיךְ שְׁטֶענְדִיג גֶעלָאפְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן צוּ דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אוּן פוּן דֶעם הָאבּ אִיךְ זוֹכֶה גֶעוֶוען צוּ מְחַדֵשׁ זַיין אַזוֹיפִיל חִידוּשֵׁי תּוֹרָה אוּן אַזוֹיפִיל סְפָרִים.


דֶערִיבֶּער בֶּעט אִיךְ אַייךְ, מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אִיר זָאלְט קֵיינְמָאל נִישְׁט וֶוערְן צוּבְּרָאכְן אוּן צוּפַאלְן פוּן אַלֶע שְׁוֶוערִיקַייטְן וָואס גֵייט אוֹיף אַייךְ אַרִיבֶּער, אִיר זָאלְט נָאר אַנְטְלוֹיפְן צוּ דִי תּוֹרָה, אִיר זָאלְט לֶערְנֶען דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אִיר זָאלְט מְחַדֵשׁ זַיין חִידוּשֵׁי תּוֹרָה, אוּן אַזוֹי וֶועט אִיר גֶערַאטֶעוֶועט וֶוערְן פוּן אַלֶע עֶרְלֵיי צָרוֹת אוּן יִסוּרִים, אוּן דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֶועט אַייךְ גֶעבְּן נָאר רַחֲמִים וְחַסָדִים גְמוּרִים".


שטארק זיך מיט די עצה פון תפילה, נעם די עצה פון תפילה והתבודדות; מוהרא"ש זאגט (שם, אות יב): "אִיךְ בֶּעט אַייךְ זֵייעֶר שְׁטַארְק אַז אִיר זָאלְט זִיךְ צוּגֶעוואוֹינֶען צוּ רֶעדְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוֹיף אֵייעֶר מַאמֶע לָשׁוֹן, אוֹיף דִי שְׁפְּרַאךְ וָואס אִיר זֶענְט צוּגֶעוואוֹינְט צוּ רֶעדְן, דָאס רֶעדְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן רוּפְט דֶער רֶבִּי זַ"ל אָן 'הִתְבּוֹדְדוּת', דָאס מֵיינְט זִיךְ אוֹיס צוּ שְׁמוּעֶסְן מִיטְן אֵייבֶּערְשְׁטְן.


דֶער אֱמֶת אִיז אַז וֶוען אַ מֶענְטְשׁ טְרַאכְט גוּט אַרַיין זֶעט עֶר אַז קֵיינֶער קֶען אִים נִישְׁט הֶעלְפְן נִישְׁט בְּרוּחֲנִיוּת אוּן אוֹיךְ נִישְׁט בְּגַשְׁמִיוּת, נָאר דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער אַלֵיין. עֶס אִיז פָּשׁוּט אַ שָׁאד זִיךְ צוּ פַארְלָאזְן אוֹיף מֶענְטְשְׁן, וֶועלְכֶע קֶענֶען סֵיי וִוי נִישְׁט הֶעלְפְן.


וֵויי אוּן בִּיטֶער אִיז וֶוען מֶען פַארְלָאזְט זִיךְ אוֹיף אַ מֶענְטְשׁ. וֶוען מֶען פַארְלָאזְט זִיךְ אוֹיךְ מֶענְטְשְׁן קֶען מֶען פַארְלִירְן בֵּיידֶע וֶועלְטְן, סֵיי דִי וֶועלְט אוּן סֵיי יֶענֶע וֶועלְט, עֶס אִיז נִישְׁטָא צוּ וֶועם זִיךְ צוּ וֶוענְדְן נָאר צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, וַוייל קַיין שׁוּם מֶענְטְשׁ קֶען אוּנְז נִישְׁט הֶעלְפְן נָאר דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער, דִי אֵיינְצִיגְסְטֶע פְּלַאץ וואוּ מֶען קֶען אַנְטְלוֹיפְן אִין פַאל פוּן אַ צָרָה אִיז נָאר צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן. דָאס רֶעדְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, דָאס בַּאגְלֵייט אַ מֶענְטְשׁ שְׁטֶענְדִיג סֵיי אוֹיף דִי וֶועלְט אוּן סֵיי אוֹיף יֶענֶע וֶועלְט. אַזוֹי וִוי אֵלִיָהוּ הַנָבִיא זָאגְט (תָּנָא דְבֵי אֵלִיָהוּ פֵּרֶק י"ג) 'לְפִי שֶׁכָּל הַמַּרְבֶּה שִׂיחוֹת וּתְפִלּוֹת הֵם מְלַוִּים אוֹתוֹ עַד שֶׁמַּגִּיעַ אֶל בֵּית עוֹלָמוֹ' - דָאס רֶעדְן אוּן שְׁמוּעֶסְן אַסַאךְ מִיטְן אֵייבֶּערְשְׁטְן, דָאס בַּאגְלֵייט דֶעם מֶענְטְשׁ אוֹיף דִי וֶועלְט אוּן אוֹיף יֶענֶע וֶועלְט.


אֵיינְמָאל אַ מֶענְטְשׁ גֶעוואוֹינְט זִיךְ צוּ צוּ רֶעדְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, צוּ לֶעבְּן מִיטְן אֵייבֶּערְשְׁטְן, דַאן הָאט עֶר שׁוֹין נִישְׁט מוֹרָא פַאר קַיין שׁוּם זַאךְ. וַוייל אוֹיבּ גְלֵייבְּט עֶר אַז עֶר וֶוערְט אִינְגַאנְצְן גֶעפִירְט פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן דַאן וֶוען עֶס גֵייט אִים גוּט, אִיז דָאךְ זִיכֶער גוּט, אוּן אֲפִילוּ וֶוען עֶס גֵייט אִים נִישְׁט גוּט, וֵוייסְט עֶר אוּן עֶר גְלֵייבְּט אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער הָאט זִיכֶער עֶפֶּעס אַ גוּטֶע חֶשְׁבּוֹן מִיט דֶעם, דָאס אִיז זִיכֶער פַאר זַיין טוֹבָה וֶועגְן.


פוּן דֶעסְט וֶועגְן טָאר מֶען קֵיינְמָאל נִישְׁט אוֹיפְהֶערְן צוּ בֶּעטְן, חֲזַ"ל זָאגְן (בְּרָכוֹת י'.): 'אֲפִילוּ חֶרֶב חַדָה מוּנַחַת עַל צַאֲוָרוֹ שֶׁל אָדָם אַל יִמְנַע עַצְמוֹ מִן הָרַחֲמִים' - אֲפִילוּ וֶוען עֶס לִיגְט שׁוֹין אַ שַׁארְפֶע שְׁוֶוערְד אוֹיפְן הַאלְז פוּן אַ מֶענְטְשׁ, זָאל עֶר אוֹיךְ נִישְׁט אוֹיפְהֶערְן צוּ בֶּעטְן דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן. תְּפִלָה הֶעלְפְט שְׁטֶענְדִיג, אֲפִילוּ וֶוען עֶס אִיז שׁוֹין גֶעוָוארְן אָפְּגֶע'חַתְמְ'ט אַ שְׁלֶעכְטֶע גְזַר דִין אוֹיף אַ מֶענְטְשׁ קֶען מֶען עֶס אוֹיךְ טוֹישְׁן מִיט תְּפִלָה, מִיט אַסַאךְ בֶּעטְן דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן,


אָבֶּער צוּ תְּפִלָה דַארְף מֶען אוֹיךְ הָאבְּן אַסַאךְ סַבְלָנוּת, אַסַאךְ גֶעדוּלְד. מֶען דַארְף בֶּעטְן אַסַאךְ דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן בְּרַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים, מֶען דַארְף זִיךְ אוֹיסְגִיסְן דָאס הַארְץ פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְן, אַזוֹי וִוי אַן אָרִימַאן בֶּעט זִיךְ אַ מַתְּנַת חִנָם, נִישְׁט וַוייל עֶס קוּמְט זִיךְ אִים. מֶען דַארְף בֶּעטְן מִיט גֶעדוּלְד אֵיינְמָאל אוּן נָאכְאַמָאל. אוּן אוֹיבּ הָאט מֶען גֶעדוּלְד אוֹיס צוּ וַוארְטְן אוֹיף דִי יְשׁוּעָה, דַאן וֶועט מֶען זוֹכֶה זַיין צוּ זֶען וואוּנְדֶערְלִיכֶע נִסִים וָואס דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֶועט טוּן, מֶען וֶועט זֶען יְשׁוּעוֹת חוּץ לַדֶרֶךְ הַטֶבַע.


דֶערִיבֶּער בֶּעט אִיךְ אַייךְ אַז אִיר זָאלְט זֶען דָאס מְקַיֵים צוּ זַיין, אִיר זָאלְט זִיךְ צוּגֶעוואוֹינֶען צוּ רֶעדְן שְׁטֶענְדִיג צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אוּן דַאן וֶועט אִיר נִישְׁט חֲרָטָה הָאבְּן, נִישְׁט אוֹיף דִי וֶועלְט אוּן נִישְׁט אוֹיף יֶענֶע וֶועלְט, נִישְׁט בְּרוּחֲנִיוּת אוּן נִישְׁט בְּגַשְׁמִיוּת. וֶוען מָשִׁיחַ וֶועט קוּמֶען וֶועט עֶר דָאס אַרַיינְבְּרֶענְגֶען אִין דִי גַאנְצֶע וֶועלְט אַז יֶעדֶער זָאל רֶעדְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אָבֶּער דַאן וֶועט שׁוֹין נִישְׁט זַיין קַיין בְּחִירָה, יֶעדֶער וֶועט שׁוֹין סֵיי וִוי רֶעדְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן. אָבֶּער וואוֹיל אִיז דֶעם וָואס הֵייבְּט שׁוֹין יֶעצְט אָן דָאס צוּ טוּן, וֶוען עֶס אִיז נָאךְ יָא דָא אַ בְּחִירָה. וֶוען אַ אִיד שְׁטַארְקְט זִיךְ שׁוֹין יֶעצְט צוּ רֶעדְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן צוּ לֶעבְּן מִיטְן אֵייבֶּערְשְׁטְן, וֶועט עֶר זִיכֶער זוֹכֶה זַיין צוּ אַלֶע גוּטֶע זַאכְן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#35 - ווי אזוי קען איך מוחל זיין מענטשן וואס האבן מיר שלעכטס געטון?
מחלוקת, אמונה, צרות, מדות טובות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט ביי א שיעור ווי דער ראש ישיבה זאגט אז ער האט נישט קיין שום שווער הארץ אויף קיינעם, אפילו אויף די וואס האבן שטארק שאדן געמאכט אדער פארשעמט דעם ראש ישיבה. איך בין געווענליך מוחל גלייך ווען איינער איז מיר מצער, אבער ס'זענען דא עטליכע מענטשן וואס האבן מיך זייער פארשעמט און דערנידערט, ממש חרוב געמאכט מיין לעבן, אלעס נאר פאר זייערע אייגענע אינטערעסן, נישט ווייל איך האב זיי געטון סיי וועלכע שלעכטס, און איך קען זיי בשום אופן נישט מוחל זיין. מוהרא"ש זי"ע האט מיר געזאגט אז איך וועל נאך זען אז זיי וועלן נאך באצאלן אויף די וועלט אויף דעם וואס זיי האבן מיר געטון, און זיי האבן מיך קיינמאל נישט איבערגעבעטן. בין איך מחויב זיי מוחל צו זיין? און אויב יא, ווי אזוי קען איך דאס באווייזן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תולדות, כ"ח מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


הער א מעשה פון הייליגן זוהר (פרשת מקץ, רא:): "רֶבִּי אַבָּא הֲוָה יָתִיב אֲתַרְעָא דְּאַבָּבָא דְלוֹד", דער הייליגער צדיק רבי אבא איז אמאל געזיצן ביים אריינגאנג צום שטאט לוד, "חָמָא חַד בַּר נָשׁ דְּהֲוָה אָתֵי, וְיָתִיב בְּחַד קוּלְטָא דְּתָלָא דְאַרְעָא", ער האט געזען א מענטש וואס איז געזיצן אויף א שטיין, "וְהֲוָה לָאֵי מֵאָרְחָא, וְיָתִיב וְנָאִים תַּמָּן", דער מענטש איז געווען אפגעמאטערט פון גיין אין וועג און ער האט זיך דארט אפגערוט, ער האט זיך געלייגט שלאפן, "אַדְּהָכִי חָמֵי חַד חִוְיָא, דְּהֲוָה אָתֵי לְגַבֵּיהּ", בשעת דער מענטש איז געשלאפן זעט רבי אבא ווי א שלאנג קומט צו גיין צום דעם מענטש, "נָפַק קוֹסְטְפָא דְגוּרְדְּנָא, וְקָטִיל לֵיהּ לְחִוְיָא", איז אראפגעפאלן א צווייג פון בוים און גע'הרג'עט דעם שלאנג, "כַּד אִתְעַר הַהוּא בַּר נָשׁ, חָמָא הַהוּא חִוְיָא לְקֳבְלֵיהּ, דְּהֲוָה מִית", ווען דער מענטש האט זיך אויפגעוועקט האט ער געזען נעבן זיך דעם טויטן שלאנג, "אִזְדַּקַּף הַהוּא בַּר נָשׁ, וְנָפַל הַהוּא קוּלְטָא לְעוּמְקָא דִּתְחוֹתוֹי וְאִשְׁתֵּזִיב", און ווען ער האט זיך אויפגעשטעלט פון די שטיין אויף וואס ער איז געזיצן האט זיך דער שטיין אראפגעקוילערט אראפ א טיפע טאל, וואס אויב וואלט דער מענטש געבליבן זיצן נאך איין רגע וואלט ער אראפגעפאלן אינאיינעם מיט'ן שטיין און ער וואלט געשטארבן, "אֲתָא רֶבִּי אַבָּא לְגַבֵּיהּ, אָמַר לֵיהּ, אֵימָא לִי מָאן עוֹבָדָךְ, דְּהָא קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא רָחִישׁ לָךְ אִלֵּין תְּרֵין נִסִּין", האט זיך רבי אבא פארוואונדערט, ער גייט צום מענטש און פרעגט אים, זאג מיר וואס זענען דיינע גוטע מעשים וואס דו טוסט? איך זע אז דער אייבערשטער האט דיר געהיטן, עס האט פאסירט צוויי גרויסע ניסים מיט דיר, "לָאו אִינוּן לְמַגָּנָא", עס איז זיכער נישט אומזיסט, "אָמַר לֵיהּ הַהוּא בַּר נָשׁ, כָּל יוֹמָאי לָא אַשְׁלִים לִי בַּר נָשׁ בִּישָׁא בְּעַלְמָא, זאגט אים דער איד, מיין גאנץ לעבן אויב איינער האט מיר געטון שלעכטס, "דְּלָא אִתְפַּיַּיסְנָא בַּהֲדֵיהּ, וּמָחִילְנָא לֵיהּ", האב איך זיך גלייך איבערגעבעטן מיט יענעם און יענעם מוחל געווען, "וְתוּ, אִי לָא יָכִילְנָא לְאִתְפַּיְיסָא בַּהֲדֵיהּ, לָא סָלִיקְנָא לְעַרְסִי, עַד דְּמָחִילְנָא לֵיהּ, וּלְכָל אִינוּן דִּמְצַעֲרוּ לִי", און אויב האב איך זיך נישט איבערגעבעטן מיט יענעם בין איך נישט אריין אין בעט זיך לייגן שלאפן ביז איך האב יענעם מוחל געווען און פאר אלע וואס האבן מיר וויי געטון, "וְלָא חַיְישָׁנָא כָּל יוֹמָא לְהַהוּא בִּישָׁא דְּאַשְׁלִים לִי", און איך האב מער נישט געטראכט פון וואס זיי האבן מיר געטון, "וְלָאו דִּי לִי דָא", נישט נאר דאס, "אֶלָּא דִּמְהַהוּא יוֹמָא וּלְהָלְאָה, אִשְׁתַּדַּלְנָא לְמֶעְבַּד עִמְּהוֹן טָבָא", נאר אויך פון דעמאלט האב איך פרובירט צו טון מיט די מענטשן וואס האבן מיר וויי געטון - נאר גוטס. פירט אויס דער הייליגער זוהר: "בָּכָה רֶבִּי אַבָּא וְאֲמַר", רבי אבא האט געוויינט פאר שמחה און געזאגט "יָאוֹת הוּא דְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא יַרְחִישׁ לֵיהּ נִיסָּא עַל נִיסָּא", יעצט פארשטיי איך פארוואס דער אייבערשטער האט געמאכט מיט דיר אזעלכע גרויסע ניסים, דו ביסט ווערד עס זאל מיט דיר פאסירן נאך און נאך ניסים.


נעם אריין אין דיר 'אלעס איז דער אייבערשטער, קיינער קען נישט שלעכטס טון און קיינער קען נישט גוטס טון; אלעס וואס גייט אריבער - איז וואס איך דארף אריבער גיין, דער וואס טוט שלעכטס - וועט דער אייבערשטער זיך מיט אים פאררעכענען, און דער וואס טוט גוטס וועט באקומען גוטס' - וועסטו נישט האבן אויף קיינעם קיין שווער הארץ.


חזר די שטיקל צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות ח) וואס מוהרא"ש האט אונז איבערגעלאזט, וועט דיר אלעס גיין גרינגער; חזר דאס יעדן טאג:


"מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אִיךְ בֶּעט אַייךְ אִיר זָאלְט זִיךְ שְׁטַארְקְן מִיט דִי פָּשׁוּטֶ'ע אֱמוּנָה צוּ גְלֵייבְּן אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, שְׁטֶענְדִיג זָאלְט אִיר הַאלְטְן פַאר דִי אוֹיגְן אַז נָאר דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער פִירְט דִי וֶועלְט מִיט אַ גֶעוַואלְדִיגֶע הַשְׁגָחָה פְּרָטִית, אוּן אַז עֶס אִיז גָארְנִישְׁט דָא אוֹיסֶערְן אֵייבֶּערְשְׁטְן.


אִיר זָאלְט קֵיינְמָאל נִישְׁט קוּקְן אוֹיף אַ צְוֵוייטְן. דִי וֶועלְט אִיז נִישְׁט אֵייעֶרְס, נָאר דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער פִירְט דִי וֶועלְט, אוּן דֶערִיבֶּער דַארְפְט אִיר זִיךְ נִישְׁט זָארְגְן פַאר אַ וֶועלְט וָואס גֶעהֶערְט נִישְׁט צוּ אַייךְ. אִיר דַארְפְט אַייךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט מְבַלְבֵּל זַיין פוּן אַנְדֶערֶע מֶענְטְשְׁן, נִישְׁט קוּקְן אוֹיף קַיין אַנְדֶערֶע מֶענְטְשְׁן. וָואס אִיר דַארְפְט הָאבְּן זָאלְט אִיר זִיךְ צוּגֶעוואוֹינֶען צוּ רֶעדְן אוּן צוּ בֶּעטְן נָאר פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוֹיף אִידִישׁ, אָדֶער אוֹיף סֵיי וֶועלְכֶע שְׁפְּרַאךְ אִיר זֶענְט צוּגֶעוואוֹינְט צוּ רֶעדְן.


דָאס רֶעדְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן בּוֹיעֶט אוֹיף דִי אֱמוּנָה פוּנֶעם מֶענְטְשׁ, מִיט דֶעם וָואס אַ מֶענְטְשׁ רֶעדְט צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר בֶּעט דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אַלֶעס וָואס עֶר דַארְף, מִיט דֶעם וַוייזְט עֶר אַז עֶר וֵוייסְט אוּן גְלֵייבְּט קְלָאר אַז עֶס אִיז גָארְנִישְׁט דָא אוֹיסֶערְן אֵייבֶּערְשְׁטְן, אוּן אַז נָאר דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער פִירְט דִי גַאנְצֶע וֶועלְט.


אֱמוּנָה אִיז דֶער יְסוֹד פוּן אִידִישְׁקַייט, אֱמוּנָה קְלֶעבְּט צוּ דֶעם מֶענְטְשׁ צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן. וֶוען אַ מֶענְטְשׁ נֶעמְט אַרַיין אִין זִיךְ דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר שְׁטֶעלְט זִיךְ פָאר אִין זַיין מֹחַ אַז דִי גַאנְצֶע וֶועלְט אִיז אֵיין שְׁטִיק אֵייבֶּערְשְׁטֶער אוּן עֶר שְׁטֵייט אִינְדֶערְמִיט, דָאס אִיז דִי גְרֶעסְטֶע הַנָאָה אוּן גֶעשְׁמַאק וָואס מֶען קֶען הָאבְּן אוֹיף דֶער וֶועלְט, מֶען שְׁפִּירְט שׁוֹין אוֹיף דִי וֶועלְט דִי גֶעוַואלְדִיגֶע גוּטֶע גֶעשְׁמַאק אוּן הַנָאָה פוּן גַן עֵדֶן. אוּן צוּ דֶעם קֶען מֶען נָאר זוֹכֶה זַיין וֶוען מֶען לֵייגְט זִיךְ אַרַיין אִין דִי פָּשׁוּטֶע אֱמוּנָה, צוּ גְלֵייבְּן אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן צוּ רֶעדְן צוּ אִים מִיט תְּמִימוּת וּפְּשִׁיטוֹת אַזוֹי וִוי אַ מֶענְטְשׁ רֶעדְט צוּ זַיין חַבֶר אוּן אַזוֹי וִוי אַ קִינְד רֶעדְט צוּ זַיין טַאטְן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#34 - ווי אזוי קען איך זיך שטארקן ווען מיין זון רעדט ברבים קעגן אידן?
התחזקות, קינדער, צרות, תשובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א צעבראכענע מאמע, מיין זון האט ליידער אפגעלאזט אידישקייט, און איך ווער קראנק פון דעם, איך קען נישט געפינען קיין טרייסט, די הארץ וויינט מיר ווען מיין זון דרייט זיך ליידער ארום און ער באשמוצט אונזער טייערע הייליגע פאלק, ער גייט צו די גוי'אישע מידיא און פארשעמט אונז מיט שרעקליכע נידריגע ליגנטס קעגן די הייליגע אידישע פאלק.


איך קען זיך נישט טרייסטן, איך הער נישט אויף צו טראכטן אז איך האב געבורין דאס קינד, איך האט געהאדעוועט דאס קינד, פארוואס? פארוואס בין איך אריבער די פילע צער פון זיך אפגעבן מיט דאס קינד, פון האדעווען און פיטערן? איך ווייס נישט אויב איך וועל עס אריבערטראגן, איך פיל ווי מיין הארץ גייט פלאצן פון צער און איך וועל איבערלאזן מיינע איבריגע קינדער יתומים'לעך.


איך וויין! טייערער ראש ישיבה, עס האט מיר קיינמאל נישט אויסגעפעלט אזוי שטארק אייערע דרשות ווי יעצט, מיין איינציגע טרייסט זענען אייערע ווערטער און אייערע בריוו. איך שלאף נישט קיין נעכט, מיין זון עסט נבילות און טריפות, ער גייט צו גוים פארשעמען אידישע קינדער, איך בעט אייך העלפט מיר אדורכטראגן די שרעקליכע צרה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, י"ט סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר אז ביים סוף וועלן אלע אידן תשובה טון, משיח צדקינו וועט צוריק ברענגען אלע פארפאלענע און פארשטויסענע אידן; אלע וואס ווייסן אפילו נישט אז זיי זענען אידישע קינדער - וועלן צוריק קומען צום אייבערשטן, אזוי ווי דער פסוק זאגט (ישעיה כז, יג): "וְהָיָה בַּיּוֹם הַהוּא יִתָּקַע בְּשׁוֹפָר גָּדוֹל, וּבָאוּ הָאֹבְדִים בְּאֶרֶץ אַשּׁוּר וְהַנִּדָּחִים בְּאֶרֶץ מִצְרָיִם וְהִשְׁתַּחֲווּ לַה' בְּהַר הַקֹּדֶשׁ בִּירוּשָׁלִָם", אלע פארלוירענע און פארשטויסענע וועלן קומען קיין ירושלים זיך בוקן צום אייבערשטן; א איד קען נישט פארפאלן ווערן, א איד בלייבט א איד, ביים סוף וועלן אלע תשובה טון, אזוי ווי עס שטייט (שמואל ב יד, יד): "וְחָשַׁב מַחֲשָׁבוֹת לְבִלְתִּי יִדַּח מִמֶּנּוּ נִדָּח", א איד ווערט נישט פארשטויסן, ביים סוף וועלן אלע צוריק קומען צום אייבערשטן.


טראכטס נישט אז איר האט געארבעט אומזיסט; חס ושלום זאגן אז אייער ארבעט פון האבן די קינד איז געווען אומזיסט, דער רבי האט געזאגט: "אפילו עס וועט קומען א צייט וואס מען וועט נישט קענען היטן אידישקייט, די קינדער וועלן זיך פירן ווי גוים רחמנא לצלן, זאל מען ווייטער חתונה האבן און האבן קינדער, ווייל ביים סוף וועלן אלע קינדער, אפילו וואס לאזן אפ די אידישע וועג השם ישמרינו - זיך אומקערן צום אייבערשטן"; דארף מען האבן קינדער אין אלע צייטן.


איך בעט אייך זייער, שטארקט אייך מיט אייערע איבערגעבליבענע כוחות, איר דארפט ווייטער אויפצוען אייערע קינדער, זיי דארפן אייך פאר א מאמע. איך ווייס אז עס איז אייך טונקל און פינסטער, די וועלט האט זיך געענדיגט ביי אייך, אייער צער איז אומדערטרעגליך; עס איז נישטא נאך אזא צער ווי עלטערן וואס די קינדער האבן אפגעלאזט די אידישע וועג, עס איז נישט משיג צו זיין די צער, דאך דארפט איר זיך שטארקן מיט אייערע כוחות צו טון ווייטער דעם רצון השם.


אסאך גרויסע צדיקים האבן געהאט קינדער וואס זענען אוועק פון די אידישע וועג, פון די תורה וועג; דאך האבן זיי נישט געהאט קיין קשיות און תרעומות אויפ'ן אייבערשטן, זיי האבן ווייטער געדינט דעם אייבערשטן אזוי ווי פריער.


בעטס דעם אייבערשטן אז אייער קינד און אלע אידן זאלן זוכה זיין תשובה צו טון, אלע זאלן זיך אומקערן צום אייבערשטן. אין ברסלב איז דא מעשיות פון אנשי שלומינו וואס האבן פארלוירן זייערע קינדער, די קינדער האבן אפגעלאזט די אידישע וועג און די עלטערן האבן געדאווענט און געדאווענט אויף זיי, ביז זיי האבן תשובה געטון און עס איז געבליבן פון זיי ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#33 - פארוואס דארף מען חתונה האבן?
חתונה, הלכה, צרות, שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור אין די צוואנציגער יארן, איך בין ברוך ה' זייער ערליך און פרום, איך דאווען און לערן, און איך ארבעט אויף מיינע מידות.


איך וויל פרעגן צוויי שאלות. איינס, איך ווייס אז יעדער בחור אין מיין עלטער, און אפילו יונגער פון מיר, האט שוין גאר א שטארקע רצון חתונה צו האבן, איך האב עס אבער נישט, און אפילו אביסל פארקערט, איך האב נישט קיין חשק חתונה צו האבן. א חשובער איד האט אמאל גערעדט צו מיר איבער דעם, ער האט מיר מסביר געווען די וויכטיגקייט פון חתונה האבן, ווייל נאך די חתונה איז לייכטער צו זיין אפגעהיטן, און אזוי ווייטער, האב איך אים געזאגט אז איך בין שוין יעצט אפגעהיטן, שוין אפאר יאר וואס איך בין נישט דורכגעפאלן אין עבירות אפילו נאר איין מאל, כ'האב נאר דריי מאל אין מיין לעבן בטעות ארויסגעזאגט א ווארט ניבול פה. פון שאק איז ער שטיל געבליבן, איך בין אבער געבליבן מיט מיין פארקרומטע רצון, און איך קען זיך נישט ארויסזען פון דעם. אפשר האט דער ראש ישיבה אן עצה פאר מיר איבער דעם?


צווייטנס, ס'רייסט מיר ביים הארץ די מצב פון כלל ישראל אויף א נישט נארמאלן אופן, ס'איז דא טעג וואס איך עס נישט און איך טרינק נישט פון צובראכנקייט, איך קען וויינען צום אייבערשטן פאר שעות איבער דעם, איך שפיר כ'וועל נישט קענען אנגיין מיט מיין לעבן אזוי. ליידער זעט מען היינט אזויפיל אידישע קינדער וואס פאלן אוועק, וואו מ'דרייט זיך טרעפט מען שוואכע חברה, און מיין הארץ ווערט צופליקט פון דעם.


מיין הארץ צוגייט ווען א איד מאכט מיט, אנהייב פונעם קאראנא וויירוס ווען איך האב פשוט געגעסן ברויט דורכגענעצט מיט טרערן פון צובראכנקייט, כ'האב געמאכט אסאך שעות התבודדות, אבער די אויפגעגעסענע הארץ בלייבט. וואס קען איך בכלל טון פאר דעם? איז בכלל דא א ליכטיגקייט פאר מיין פינסטערקייט חוץ משיח? וועל איך נאך אמאל זוכה זיין צו שמייכלען פון אינעווייניג? אפשר גאר איז די ציל פון מיין זיין דא צו ליידן און ליידן און ליידן, און אויסגיין ווי א לעכטל?


ביטע ענטפער מיר ווי שנעלער. יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני, כ"ה ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז די ערשטע מצוה אין די תורה איז די מצוה פון פרי' ורבי'; דער הייליגער מחבר הייבט אן שלחן ערוך אבן העזר מיט די הלכה: "חַיָּב כָּל אָדָם לִשָּׂא אִשָּׁה כְּדֵי לִפְרוֹת וְלִרְבּוֹת", יעדער איד איז באפוילן פונעם הייליגן באשעפער צו חתונה האבן כדי צו קענען מקיים זיין די מצוה פון פרי' ורבי', "וְכָל מִי שֶׁאֵינוֹ עוֹסֵק בִּפְרִיָּה וּרְבִיָּה כְּאִלּוּ שׁוֹפֵךְ דָּמִים", און ווער עס איז נישט מקיים די מצוה איז אזוי ווי ער פארגיסט בלוט, "וּמְמַעֵט אֶת הַדְּמוּת", ער טוט נישט דעם ווילן פונעם אייבערשטן צו פארמערן מענטשן וואס זענען באשאפן געווארן בצלם אלוקים, "וְגוֹרֵם לַשְּׁכִינָה שֶׁתִּסְתַּלֵּק מִיִּשְׂרָאֵל", און ער איז גורם אז די שכינה זאל נישט רוען ביי די אידן.


וואס גייסטו נאך דיינע פארקרומטע מחשבות? דו שטעלסט זיך אהער ווי א גרויסער צדיק; ווילאנג דו האסט נישט חתונה, דו טוסט נישט דעם ווילן פונעם אייבערשטן ביסטו א גרויסער רחמנות, דו האסט נישט די אלע זאכן וואס מען באקומט ווען מען איז זוכה חתונה צו האבן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סב:): "כָּל אָדָם שֶׁאֵין לוֹ אִשָׁה", ווער עס האט נישט חתונה, ער לעבט אליינס אן א ווייב, "שָׁרוּי בְּלֹא שִֹמְחָה", דער לעבט אן קיין שמחה, "בְּלֹא בְּרָכָה", דער לעבט אן קיין ברכות, "בְּלֹא טוֹבָה", דער ווייסט נישט וואס מיינט גוט, "בְּלֹא תּוֹרָה", מען האט נישט קיין תורה, "בְּלֹא חוֹמָה", מען לעבט אן קיין מויער, "בְּלֹא שָׁלוֹם", אן קיין פרידן; די אלע זאכן האט מען נישט פאר די חתונה, דער מדרש (בראשית רבה יז, ב) לייגט צו נאך זאכן וואס פעלט פאר'ן חתונה האבן, "בְּלֹא עֵזֶר", מען האט נישט קיין העלפער, "בְּלֹא כַּפָּרָה", מען האט נישט קיין פארצייער, "בְּלֹא חַיִּים", עס איז נישט קיין לעבן.


דער הייליגער זוהר זאגט (האזינו רצו.): "מַאן דְּלָא אִשְׁתְּכַח דְּכַר וְנוּקְבָּא, אִקְרֵי פְּלַג גּוּפָא", ווער עס האט נישט חתונה - איז א האלבע זאך, "וְלֵית בִּרְכָתָא שַׁרְיָא בְּמִלָּה פְּגִימָא וַחֲסֵירָא, אֶלָּא בַּאֲתָר שְׁלִים", די ברכה קען נישט זיין אין א האלבע זאך, נאר אין א גאנצע זאך; נאך זאגט דער הייליגער זוהר (אחרי, נט:): "רֶבִּי יִצְחָק אָמַר", דער הייליגער רבי יצחק זאגט, "בְכָל אֲתַר דְּלָא אִשְׁתְּכַח דְּכַר וְנוּקְבָּא, לָאו כְּדַאי לְמֵחֱמֵי אַפֵּי שְׁכִינְתָּא", ווער עס האט נישט חתונה איז נישט ווערד צו זען די פנים פון די שכינה; פריער אין פרשת ויקרא (ה.) שטייט: "כָּל מַאן דְּלָא אִשְׁתְּכַח דְּכַר וְנוּקְבָּא", ווער עס האט נישט חתונה, "כָּל שְׁבָחָא אַעְדּוֹי מִנֵּיהּ", דער האט נישט קיין שום לויב, "וְלָאו הוּא בִּכְלָלָא דְּאָדָם", דער איז נישט גערעכנט פאר א מענטש, "וְלֹא עוֹד, אֶלָּא דְּלָאו אִיהוּ כְּדַאי לְאִתְבָּרְכָא", און ער איז נישט ווערט צו ווערן געבענטשט.


דעריבער ווייס איך נישט פארוואס דו ביסט אן אויבער חכם נאכצוגיין דיין פארקרומטע שכל.


חתונה האבן איז דער תירוץ אויף די צווייטע פראגע; אויף וואס דו עסט זיך אויף דיין הארץ, אויף דיין פראגע 'וועל איך נאך אמאל זיין פרייליך פון אינעווייניג?' אז דו וועסט חתונה האבן, דו וועסט טון דער ווילן פונעם אייבערשטן אן קיין חכמות - וועסטו האבן א גאנצע הארץ, דו וועסט נישט זיין פארנומען מיט אנדערע, דו וועסט זען דאס גרויסקייט פון אידישע קינדער ווי מען איז זיך מוסר נפש אין די שווערע זמנים ווייטער טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן; עס איז טאקע דא אסאך וואס פאלן, אבער פון די אנדערע זייט איז דא אזויפיל ריינקייט אזויפיל הייליגקייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#32 - וואס טו איך אז מ'רודפ'ט מיך פאר'ן ארעסטירן א מנוול?
התחזקות, חינוך הילדים, קדושה, מנוולים, תפילה והתבודדות, צרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


שוין אסאך יארן וואס איך בין זוכה צו הערן די שיעורים און ליינען די בריוו, און דאס איז מיר זייער מחזק.


פאר א שטיק צוריק האט א בחור א מנוול געטשעפעט מיט מיין זון און אים מטמא געווען רחמנא ליצלן, איך בין דעמאלט געווען פארנומען מיט עניני רפואה אין מיין משפחה, האב איך נישט געקענט זיך אפגעבן געהעריג מיט מיין זון, אבער א צווייטער האט אריינגעגעבן א קלאגע קעגן דעם מנוול און מ'האט אים ארעסטירט.


דער פראבלעם איז אבער אז ער איז גאר באקאנט אין מיין קהלה, און דערפאר האט מען מיר אנגעהויבן זייער צו רודפ'ן איבער דעם, מ'וויל נישט האבן קיין שייכות מיט אונז, מ'וויל אז דאס קינד זאל צוריק ציען און זאגן ליגנט אז ס'האט קיינמאל נישט פאסירט.


מיר זענען זייער צעבראכן פון דעם, נישט גענוג אלע צרות און יסורים וואס מיר זענען דורך, דארפן מיר דאס נאך אויך דורכגיין. איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט אונז קענען מחזק זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ז אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פארשטיי נישט, נאך אזא מעשה וואס מען האט דיר גע'הרג'ט דיין קינד און דיין אייגענע קהילה וויל פארדעקן אויף דעם רוצח - ווילסטו נאכאלץ זיין אין די קהילה?! טשעפע זיך אפ פון זיי, דארט איז נישט קיין פלאץ פאר דיר; זוך דיר אן ערליכע קהילה, א קהילה וואס איז נישט מחפה אויף בחורים מנוולים.


עס איז ביטער שווער פאר עלטערן ווען מען גייט אריבער אזא מעשה, מען שפירט זיך פארלוירן און מען ווייסט נישט וואס צו טון, בפרט ווען די אייגענע נאנטע שטייען נישט מיט. דאך דארפסטו וויסן אז אויפגעבן איז נישט קיין עצה, דו דארפסט זיך שטארקן מיט אלע כוחות ווייטער אנצוגיין מיט דיין שטוב, זיין א טאטע פאר די קינדער און א מאן פאר דיין ווייב.


מיט תפילה והתבודדות קען מען אלעס צוריקדרייען; תפילה איז העכער פון די טבע, די טבע זאגט איין זאך און תפילה דריידט איבער די טבע. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוכה יד ע"ב; יבמות סד): "לָמָּה נִמְשְׁלָה תְּפִלָּתָן שֶׁל צַדִּיקִים כְּעֶתֶר" פארוואס ווערט אנגערופן די תפילה פון צדיקים א גרויסע שאוול? "מַה עֶתֶר זֶה מְהַפֵּ אֶת הַתְּבוּאָה בַּגֹּרֶן מִמָּקוֹם לְמָקוֹם, אַף תְּפִלָּתָן שֶׁל צַדִּיקִים מְהַפֶּכֶת מִדּוֹתָיו שֶׁל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּ הוּא מִמִּדַּת רַגְזָנוּת לְמִדַּת רַחֲמָנוּת", אזוי ווי די גרויסע שאוול דריידט איבער די תבואה פון איין פלאץ צום צווייטן, מען מישט די תבואה מיט די גרויסע כלי; אזוי אויך די תפילה פון צדיקים דריידט איבער כביכול דעם אייבערשטן, עס זאל זיין נאר רחמים.


נעם די עצה פון רבי'ן, די עצה וואס משיח וועט אריינברענגען אין די גאנצע וועלט; די עצה פון התבודדות. גיי יעדן טאג אביסל אליין שפאצירן מיט'ן אייבערשטן, גיס זיך אויס דיין הארץ, דערצייל דעם אייבערשטן אלעס וואס דו גייסט אריבער; אנגעהויבן דאס וואס דו דארפסט א רפואה וכו', דערצייל אים וועגן דיין קינד און נאכדעם די גאנצע געשיכטע מיט די קהילה, בעט דעם אייבערשטן דיין קינד זאל אויסוואקסן ערליך, ער זאל אויסוואקסן געזונט.


איך בעט דיר זייער, לאז זיך נישט נאך, לאז נישט דיין גאנצע משפחה אראפפאלן; זיי ווייטער מחנך דיינע קינדער, רעד צו זיי, געב זיי צו פארשטיין זיי זאלן זיין אפגעהיטן פון מנוולים, קראנקע מענטשן. לייג אריין אין זיי א זיכערקייט זיי זאלן זיך נישט דערשרעקן פון גארנישט, זיי זאלן וויסן אז דער אייבערשטער איז מיט זיי. לערן זיי אויס זיי זאלן רעדן צום אייבערשטן, בעטן דעם אייבערשטן יעדע זאך וואס זיי דארפן; דאס וועט זיי אויפבויען, דאס וועט צוריק אריינלייגן אין זיי א זיכערקייט, זיי וועלן קענען חתונה האבן און זיין ערליכע אידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#31 - וועט מיר העלפן טערעפי אדער נישט?
רפואה, צרות, טערעפי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אריבער זייער א שווערע צייט אלס קינד, מיר האבן נישט געהאט קיין נארמאלע שטוב, איך האב זיך געוואלגערט דא און דארט, געווארפן פון איין פלאץ צום צווייטן, ביז ביי די 17 יאר האט מיר א משפחה אריינגענומען, און ביי די 20 האב איך זוכה געווען חתונה צו האבן ב"ה.


יעצט האלט איך שוין 20 יאר נאך די חתונה, אבער איך בין נאך אלץ קראנק פון אלס קינד, איך בין פול מיט פחדים, דעפרעסיע, אומזיכערקייט, און איך קען זיך נישט אן עצה געבן אין לעבן אין יעדן הינזיכט. איך האב ב"ה א גוטע ווייב מיט ליכטיגע קינדער, און א נארמאלע פרנסה, אבער מיין גייסט איז ממש צעשניטן און צעבראכן, אזוי ווייט אז איך קען זיך פשוט נישט גיין איינקויפן זאכן וואס איך דארף האבן, א הוט, שיך, וכדומה, ווייל איך קען נישט מאכן קיין שום באשלוסן אין לעבן, איך האב נישט קיין טראפ זעלבס זיכערקייט.


איך בין שוין געווען ביי צענדליגע טערעפיסטן און דאקטורים, שוין גערעדט הונדערטער שעות צו די טערעפיסטן און שוין גענומען אסאך סארט מעדעצינען. איך בין זיכער אז דאס אלעס האט מיר עפעס געהאלפן, אבער דערווייל האלט עס נאכאלץ ביים אלטן.


איך ווייס אז איר האלט נישט פון קיין טערעפיסטן, אבער למעשה שטייט דאך אז דער אייבערשטער האט געגעבן רשות פאר א דאקטער אויסצוהיילן, און דערפאר בין איך זייער צעמישט, זאל איך נישט גיין צו זיי, בין איך דאך אויף גרויסע צרות, זאל איך יא גיין, זע איך דאך אבער אז איך ווער נישט געהאלפן.


איך דארף א גרויסע ישועה אין לעבן, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען העלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בהעלותך, ט"ו סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיש נישט אויס די יוצרות; דאקטורים איז איין זאך און טערעפי איז א צווייטע זאך. אז מען שפירט זיך נישט גוט פיזיש אדער גייסטיש דארף מען גיין צום דאקטער און נעמען רפואות; אנדערש איז טערעפי, דאס איז ארויסגעווארפן צייט, אזוי ווי דו זאגסט אליין אין דיין בריוו אז דו האסט שוין פרובירט טערעפי און עס העלפט נישט, עס האלט ביים אלטן.


אנשטאט זיצן מיט א בשר ודם וואס קען זיך אליינס נישט העלפן און זיכער אז ער קען דיר נישט העלפן - נעם ענדערש די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות; דערצייל פאר'ן אייבערשטן אלעס וואס דו ווילסט דערציילן פאר'ן טערעפיסט, דערצייל פאר'ן אייבערשטן אלע דיינע שוועריקייטן, אלעס וואס איז אריבער אויף דיר; אזוי זאלסטו טון - נישט איינמאל און נישט צוויי מאל, נאר יעדן טאג זאלסטו מיט אים שמועסן ביז ער וועט רחמנות האבן אויף דיר און דו וועסט ארויסקריכן פון אלע פראבלעמען.


שטעל זיך פאר דו וואלסט גענומען די צייט פון זיצן מיט טערעפיסטן און אין די צייט וואלסטו גערעדט צום אייבערשטן, וואלסטו שוין פון לאנג אויסגעהיילט געווארן. דו וואלסט געהאט וואס מיט צונעמען אויף יענע וועלט; ווייל נאר דאס נעמט מען מיט אויף יענע וועלט, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו, פרק טו): "לְפִי שֶׁכָּל הַמַּרְבֶּה שִׂיחוֹת וּתְפִלּוֹת, הֵם הַמְלַוִּים אוֹתוֹ עַד שֶׁיַּגִּיעַ לְבֵית עוֹלָמוֹ", ווען א מענטש רעדט אסאך צום אייבערשטן און ער שמועסט אסאך צום אייבערשטן, דאס באגלייט אים צו זיין אייביגע רו.


פאלג דעם רבי'ן, גיי אין א שטילע פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און שמועס זיך אויס דיין צעבראכן הארץ צום אייבערשטן. אין אנהייב וועט עס דיר זיין שווער, ווייל דער סמ"ך מ"ם ציטערט זייער פון התבודדות ותפילה, ער וועט דיר מאכן שפירן ווי קיינער הערט דיר נישט אויס. דער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה י' - מבערגיר ועני) אז דער רוצח האט געזאגט פאר'ן בת קיסר: "אויב דו געבסט איין שריי, וועל איך דיר דערווערגן און הרג'ענען"; דער רוצח - דאס איז דער סמ"ך מ"ם, ער האט מורא פון דאס געשריי וואס א מענטש שרייט צום אייבערשטן, ווייל מיט איין שריי וואס מען שרייט צום אייבערשטן ווערט ער אויס, מיט דעם ווערט מען געראטעוועט פון אלעם שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#30 - כ'האב אלעס פארלוירן, ווי אזוי קען איך זיך מחזק זיין?
חובות, התחזקות, צרות, פרנסה, עצבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


איך האב א נאנטער חבר וואס ברענגט מיר כסדר די עצתו אמונה און די גליונות, און איך בין זיך מחיה דערמיט. איך האב געזען דארט אז ס'איז דא א וועג פאר יעדן צו לערנען תורה יעדן טאג, דאס האט מיר געגעבן חשק זיך צוריק צו כאפן צו די הייליגע תורה, אבער היינט איך קען שוין נישט מער לערנען בכלל.


מיט אפאר יאר צוריק האט איך געהאט זייער גרויס הצלחה אין פרנסה, איך בין געווען א גרויסער עושר, אבער פאר דריי יאר צוריק בין איך צוריק געקומען פון א ביזנעס טריפ, און אויפ'ן פליגער האב איך געטראפן א היימישער אינגערמאן, און ער האט מיך אריינגעדרייט אין א שלעכטע ביזנעס, אזוי אז ביז אפאר וואכן ווען כ'האב אנגעהויבן כאפן וואס טוט זיך, בין איך שוין געווען א גרויסער בעל חוב, און ביז היינט זינק איך אין חובות.


איך בין געווארן אזוי שטארק צעבראכן און דעפרעסט, אז אפילו די שיעור וואס איך פלעג האבן יעדע נאכט האב איך אויך אויפגעגעבן, און איך דאווען יעדן טאג שפעט אין טאג אריין, רוב טעג אן מנין, ווייל איך קען זיך ממש נישט צוזאמנעמען, איך זע נישט וויאזוי איך קען בכלל ארויסקריכן פון די פראבלעמען, און איך קען נישט נעמען אויף מיר יעצט קיין שיעורים.


איך פיל ווי מיין לעבן איז טונקל, און איך בעט זייער דעם ראש ישיבה אויב ער קען מיר געבן אן עצה ווי אזוי איך קען ארויסקריכן פון מיינע צרות.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פארליר זיך נישט; פון יעדע פראבלעם איז דא א וועג ארויס. עס זענען דא אן א שיעור מענטשן וואס זענען אריין געדריידט געווארן אין שלעכטע געשעפטן און זיי האבן זיך דערהאלטן מיט אלע כוחות, זיי האבן נישט פארלוירן די אמונה, זיי האבן ווייטער ממשיך געווען מיט זייער עבודות השם, מיט לערנען יעדן טאג, דאווענען און טון מצוות ומעשים טובים און ביים סוף האבן זיי זוכה געווען צו גרויס הצלחה.


דער רבי האט דערציילט (ספר כוכבי אור סיפורים נפלאים, ב): עס איז געווען אן ארעמאן וואס האט זיך מפרנס געווען פון פארקויפן ערד צו מאכן דערפון ליים, ער פלעגט אויפזוכן די ספעציעלע זאמד וואס מען מאכט פון דעם ליים און ער פלעגט דאס פארקויפן.


איינמאל בשעת'ן גראבן האט ער געטראפן זייער א טייערע שטיין, ער האט געוואלט פארקויפן דעם שטיין, האבן אים די צירונג סוחרים געזאגט אז דאס איז ווערד אזוי סאך געלט, אז עס איז נישט דא אין די גאנצע מדינה איינער וואס זאל האבן דאס געלט צו קענען באצאלן פאר אזא טייערע דיימאנט שטיין, נאר אין לאנדאן אינעם עיר המלוכה וועט מען קענען אפקויפן פון אים דעם שטיין.


וויבאלד ער איז געווען זייער ארעם, ער האט נישט געהאט קיין געלט צו פארן קיין לאנדאן, האט ער פארקויפט אלעס וואס ער האט פארמאגט, ביז ער האט צוזאמגעקליבן אביסל געלט, און ער האט מיט די געלט געדינגען א פערד און וואגן וואס זאל אים פירן צום ים פּארט.


ווען ער איז אנגעקומען צום פּארט האט ער שוין נישט געהאט קיין געלט פאר א טיקעט, און ווען ער האט געוואלט ארויפגיין אויפן שיף וואס פארט קיין לאנדאן האט מען אים נישט ארויפגעלאזט ווייל ער האט נישט געהאט קיין געלט. האט ער געבעטן מען זאל אים צולאזן צום שיף'ס קאפיטאן, ער האט געוויזן דעם דיימאנט שטיין פאר'ן שיף'ס קאפיטאן, און ער האט אים געזאגט אז ער איז גאר א גרויסער ביזנעס מאן און ער האנדלט מיט'ן קעניג. גלייך האט אים דער שיף'ס קאפיטאן ארויפגעלאזט אויפ'ן שיף און ער האט געהייסן די משרתים מען זאל אים געבן דעם שענסטן צימער און אים מכבד זיין מיט גרויס כבוד.


דער איד פלעגט זיך שפילן מיט'ן דיימאנט שטיין בשעת ער האט געגעסן, דאס פלעגט אים מאכן אפעטיטליך, ביז איינמאל האט ער איינגעדרימלט אינמיטן עסן, און ער האט נישט באמערקט ווי דער משרת רוימט אפ דעם טיש מיט'ן דיימאנט אינאיינעם, און האט אלעס אריין געווארפן אין וואסער. דער איד וועקט זיך אויף און זעט אז ער האט אלעס פארלוירן... ער איז געווארן זייער צעבראכן, ער איז שיעור נישט אראפ פון זינען, ער האט געטראכט צו זיך: 'יעצט ווען דער שיף'ס קאפיטאן וועט זיך דערוויסן אז איך האב גארנישט וועט ער מיר אריין ווארפן אין וואסער, וואס קען איך דא טון?' האט ער אפגעמאכט ביי זיך אז ער וועט זיך מאכן פרייליך, ער וועט זיך מאכן כאילו ער איז רייך און ער האט נאך אלץ ביי זיך דעם דיימאנט שטיין.


דער שיף'ס קאפיטאן פלעגט אלץ אריין קומען צו אים אין צימער שמועסן מיט אים, און דער איד האט זיך ווייטער געמאכט פרייליך פונקט אזוי ווי פריער; איין טאג זאגט אים דער שיף'ס קאפיטאן: "איך זע אז דו ביסט א קלוגער מענטש, וויל איך דיר פארטרויען מיט א גרויסן סוד, איך האב דא אינעם שיף אסאך סחורה וואס איך קען נישט אריין ברענגען אין לאנדאן, ווייל מען איז מיר חושד אז איך גנב'ע דאס, איך וועל עס איבערשרייבן אויף דיין נאמען און מיר וועלן זיך שפעטער פאררעכענען". אזוי האבן זיי געטון; נאכ'ן אנקומען קיין לאנדאן האט דער שיף'ס קאפיטאן געכאפט א הארץ אטאקע, און דער איד איז געבליבן מיט אלע פארמעגנס וואס ער האט אים איבערגעשריבן און ער איז געווארן א גרויסער עושר.


דער רבי האט אויסגעפירט די מעשה מיט די ווערטער: "די דיימאנט שטיין איז נישט געווען דעם איד'ס, והא ראי' ער האט דאס פארלוירן; די סחורה פונעם שיף האט געהערט פאר'ן איד והא ראי' ער האט דאס באקומען; און ווי אזוי איז ער געווארן אזוי רייך? נאר ווייל ער האט זיך דערהאלטן".


דער רבי האט נישט אויסגעפירט דעם נמשל, ווייל יעדער איינער האט אן אנדערע נמשל, און אפילו ביים מענטש אליינס טוישט זיך דער נמשל יעדע שטיק צייט; איינער פארלירט זיין געלט, איינער פארלירט א שידוך, איינער פארלירט קינדער, דארף מען געדענקען וואס דער איד האט געטון ווען ער האט פארלוירן דעם דיימאנט שטיין, ער האט זיך געמאכט פרייליך, ער האט ווייטער געשפילט עושר, ער האט ווייטער גערעדט מיט'ן שיף'ס קאפיטאן כאילו מען מיינט נישט אים, דערפאר האט ער זוכה געווען צו ווערן רייך וכו'.


אז דו האסט פארלוירן אסאך געלט דורך דעם שווינדלער וכו', זאלסטו גלייבן באמונה שלימה אז אזוי האט געדארפט זיין, טראכט נישט פונעם עבר; דאס וואס איז געווען איז געווען, טראכט פון דיין עתיד. אז דו וועסט זיך דערהאלטן, דו וועסט נישט אויפגעבן, דו וועסט ווייטער פירן דיין לעבן, אנגיין מיט דיין עבודת השם; דו וועסט גיין אין שול דאווענען מיט שמחה, דו וועסט זיך מאכן שיעורים: אביסל חומש רש"י מיט תרגום יעדן טאג, אביסל משניות, גמרא און הלכה - וועסטו זען גרויסע ניסים וואס דער אייבערשטער וועט טון מיט דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#29 - וואו איז דער מקור אז ווען מ'לערנט תורה דארף מען נישט קיין כלי זין?
לימוד התורה, צרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אין א שיעור וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט איבער די שרעקליכע שיסעריי וואס איז פארגעקומען אין דזשערסי סיטי, האט דער ראש ישיבה דערמאנט א "תנא דבי אליהו" וואס זאגט אז ווען איינער לערנט תורה דארף ער נישט האבן קיין כלי זין זיך צו באשיצן. איך האב דאס געוואלט ווייזן פאר איינעם, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א צוצייכענען וואו דאס שטייט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ד' טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, ד): "כָּל תַּלְמִיד חָכָם שֶׁעוֹסֵק בַּתּוֹרָה בְּכָל יוֹם תָּמִיד", א איד וואס וואס לערנט יעדן טאג תורה, "בִּשְׁבִיל לְהַרְבּוֹת כְּבוֹד שָׁמַיִם", כדי צו מאכן א נחת רוח פאר'ן אייבערשטן, "אֵינוֹ צָרִיךְ לֹא חֶרֶב וְלֹא חֲנִית וְלֹא כָּל דָבָר שֶׁיִּהְיֶה לוֹ שׁוֹמֵר", דארף נישט האבן א שווערד אדער א פאנצער זיך צו היטן פון שלעכטס, "אֶלָּא הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְשַׁמְּרוֹ בְּעַצְמוֹ", נאר דער אייבערשטער אליינס היט אים.


יעצט ווען מיר אלע זענען אזוי פארווייטאגט פון די שרעקליכע טראגעדיעס וואס האבן פאסירט, סיי אין ניו דזשערזי וואו א פרוי און א בחור זענען גע'הרג'ט געווארן מיט א שרעקליכע רציחה, און סיי וואס עס האט פאסירט אין מאנסי וואו א רוצח איז אריין געקומען צו א רב אין שטוב בשעת הדלקת נר חנוכה און דערשטאכן אפאר אידן - דארפן מיר זיך מקבל זיין צו לערנען די הייליגע תורה פאר'ן אייבערשטנ'ס וועגן, דאס איז די איינציגסטע זאך וואס מיר קענען טון, לערנען די הייליגע תורה.


ווען מען הערט אזא שרעקליכע נייעס דארפן מיר זיך בארעכענען, יעדער איינער פון אונז, זיך צוריק צו קערן צום אייבערשטן און היטן די הייליגע תורה, וועלן מיר געראטעוועט ווערן פון שלעכטס.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה לה, ו): "הַסַּיִּף וְהַסֵּפֶר נִתְּנוּ מְכֹרָכִין מִן הַשָּׁמַיִם", דער אייבערשטער האט באשאפן די תורה מיט'ן שווערד צוזאמען, "אָמַר לָהֶם הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", דער אייבערשטער זאגט אונז: "אִם שְׁמַרְתֶּם מַה שֶּׁכָּתוּב בְּסֵפֶר זֶה הֲרֵי אַתֶּם נִצּוֹלִים מִן הַסַּיִּף, וְאִם לָאו סוֹף שֶׁהוּא הוֹרֵג אֶתְכֶם", אויב וועט איר היטן וואס עס שטייט אין די תורה וועט איר געראטעוועט ווערן פונעם גרויסן מעסער, און אויב מען היט נישט די תורה פאסירט אזעלכע רציחות.


נאך געפונען מיר (עבודה זרה יז:) אז בשעת די רומים האבן נישט געלאזט לערנען תורה האט מען געכאפט דער הייליגן רבי אליעזר, מען האט אים חושד געווען אז ער לערנט תורה און אויך אז ער איז א רויבער, האט ער זיי געזאגט: "אִי סַיְפָא - לָא סַפְרָא", אויב זענט איר מיר חושד אז איך לערן תורה, דאן האב איך נישט קיין שווערד – איך בין נישט קיין רויבער, "וְאִי סַפְרָא - לָא סַיְפָא", און אויב איר זענט מיר חושד אז איך האב א שווערד, א גרויסע מעסער, דאן קען איך נישט לערנען, ווייל די צוויי זאכן גייט נישט צוזאמען; זעט מען אז תורה איז א סתירה מיט רציחה.


דער אייבערשטער זאל שוין רחמנות האבן אויף אונז, ער זאל אונז היטן פון אלעם שלעכטס און אונז אויסלייזן מיט משיח צדקינו, אמן.

#28 - ווי אזוי קען מען זיך בארואיגן נאך די שרעקליכע טראגעדיע?
אמונה, צרות, פחדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


זייט ס'איז געשען די שרעקליכע טראגעדיע ל"ע אין דזשערסי סיטי, האב איך מיט מיין ווייב נישט קיין מנוחה פון דעם. מיר וואוינען נעבן בארא פארק און מיר טראכטן ערנסט זיך אוועק צו ציען קיין אפסטעיט וואו ס'איז דא ווייניגער אויסזיכטן פאר אזא זאך זיך איבערצו'חזר'ן חס ושלום. מיר ווילן הערן וואס דער ראש ישיבה האלט וועגן דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ד' טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט דא וואו צו לויפן און וואו זיך צו באהאלטן, מיין נישט אז אין אפסטעיט איז בעסער; די גוים אין אפסטעיט האבן אונז פונקט אזוי פיינט ווי די גוים פון שטאט. די וואך האט פאסירט א שרעקליכע רציחה אין אפסטעיט, אין מאנסי, א רוצח איז אריין געקומען צו א רב אין שטוב בשעת הדלקת הנרות און דערשטאכן פינף אידן, זעט מען דאך קלאר אז עס האט נישט מיט דשערסי סיטי, מאנסי; נאר איבעראל האט מען אונז פיינט, עס איז נישט דא וואו צו לויפן.


אז דו זוכסט וואו צו אנטלויפן, וואו זיך באהאלטן - אנטלויף צום אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (שמות רבה כז, ג): עס איז געווען א פייגל וואס מען האט איר געזוכט צו כאפן, די פייגל איז געפלויגן פון איין בוים צום צווייטן בוים, אלץ זענען געקומען בעסערע פאנגערס, ביז די פייגל האט זיך בארעכנט: 'עס איז נישט קיין עסק צו לויפן אהער און אהין, איך דארף טרעפן א פלאץ וואו איך וועל זיך קענען באשיצן פון די פאנגערס', האט זי זיך באהאלטן אינעם פאלאץ פונעם קעניג, ווייל דארט ביים היכל המלך וועט קיינער נישט קומען שיסן אויף איר; די זעלבע זאך ווען א מענטש האט צרות, עס איז נישט דא וואו צו לויפן, נאר אין איין פלאץ קען מען זיך באשיצן, אז מען באהאלט זיך ביים אייבערשטן, מען נעמט אריין אמונה אין זיך, מען גלייבט אז דער אייבערשטער פירט די וועלט מיט א פונקטליכער חשבון.


אז דו האסט פחדים פון די שרעקליכע רציחות, זאלסטו זיך חזר'ן אמונה: אלעס איז דער אייבערשטער, דער אייבערשטער איז מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת מִבַּלְעָדֶיךָ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם, אזוי וועסטו נישט האבן קיין פחד, ווייל "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ בִּטָּחוֹן, אֵין לוֹ שׁוּם פַּחַד (ספר המידות, אות בטחון, סימן א)" ווער עס פארלאזט זיך אויפ'ן אייבערשטן האט נישט קיין שום פחד.


נאך א פלאץ איז דא וואו מען קען אנטלויפן, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו, פרק ו): "אִם רָאִיתָ שֶׁהַיִּסּוּרִין מְמַשְׁמְשִׁין וּבָאוֹת עָלֶיךָ", אויב דו זעסט אז עס קומען אויף דיר צרות און יסורים, "רוּץ לְחַדְרֵי דִּבְרֵי תּוֹרָה", אנטלויף צו די הייליגע תורה, "וּמִיָּד הַיִּסּוּרִין בּוֹרְחִין מִמְךָ", וועסטו ווערן געראטעוועט; מאך זיך א שיעור אין די הייליגע תורה.


(יעצט איז א גוטע צייט אנצוהייבן א שיעור אין ש"ס; יעדן טאג לערנען א בלאט גמרא כסדרן און אפילו דו האסט א שוואכע פארשטאנד קענסטו אויך לערנען תורה, דער רבי האט אונז געגעבן א שיינע זיסע וועג ווי אזוי יעדער איינער קען זוכה זיין צו לערנען די הייליגע תורה, אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, זאל מען זאגן די ווערטער פון די תורה, אפילו מען פארגעסט וואס מען לערנט זאל מען נישט קוקן אויף דעם נאר ווייטער לערנען כסדרן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו)).


אז מען לעבט מיט'ן אייבערשטן ווערט מען ניצול פון אלע צרות ובפרט פון ווערן גע'הרג'ט. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בטחון, סימן ז): "מִי שֶׁבָּטוּחַ בְּהַשֵׁם יִתְבָּרַךְ", ווער עס פארלאזט זיך אויפ'ן אייבערשטן, "הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַצִּילוֹ מִכָּל צָרוֹת וּבִפְרָט מֵהֲרִיגָה", היט אים דער אייבערשטער אפ פון אלע צרות, בפרט פון ווערן גע'הרג'ט.


מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די.

#27 - פארוואס האט מוהרא"ש געליטן אזויפיל צרות?
תפילה והתבודדות, צרות, צדיקים, מוהרא"ש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אסאך פונעם ראש ישיבה שליט"א אז אויב מען פאלגט דעם רבי'ן האט מען א שיינע לעבן. פון די אנדערע זייט האב איך אבער געליינט א בריוו ווי דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט איבער די צרות וואס מוהרא"ש זי"ע האט געליטן זיין גאנץ לעבן, האב איך זיך דערשראקן פארוואס אזא איינער ווי מוהרא"ש - וואס איז געווען איין שטיק התבודדות און איין שטיק הפצה און איין שטיק פון אלע עצות פון רבי'ן - פארוואס האט ער געהאט א לעבן פון צרות?


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר דאס אויסקלארן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויגש, ב' דראש חודש טבת, ז' דחנוכה, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיר זענען זייער ווייט פון פארשטיין פארוואס דער אייבערשטער מאכט אז צדיקים זאלן ליידן דורכאויס זייער לעבן אלע שווערע יסורים און צרות; דער הייליגער רבי נתן איז דאס מסביר באריכות (ליקוטי הלכות תפילין הלכה ה', אות כז-כח): "יֵשׁ צַדִּיקִים גְּדוֹלִים כָּל כַּךְ שֶׁאֵין צְרִיכִין סִיּוּעַ מִלְּעַילָא וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מִתְנַהֵג עִמָּהֶם בַּתְּחִלָּה בְּמִדַּת הַדִּין וְהֵם עוֹמְדִים בְּכָל הַנִּסְיוֹנוֹת וְסוֹבְלִים כָּל מִינֵי יִסּוּרִים וְצָרוֹת הַנִּמְשָׁכִין מִמִּדַּת הַדִּין", עס זענען דא גרויסע צדיקים וואס ליידן זייער גאנץ לעבן ביטערע שווערע ניסיונות, "וְנִשְׁאָרִים עַל עָמְדָם, עַד שֶׁזּוֹכִין לְמַה שֶּׁזּוֹכִין", און די צדיקים דערהאלטן זיך, זיי בלייבן שטארק מיט זייער וועג ביז זיי זענען זוכה צו וואס זיי זענען זוכה, אזוי ווי עס שטייט (תהלים יא, ה): "ה' צַדִּיק יִבְחָן", דער אייבערשטער פרובירט אויס די צדיקים.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה לב, ג): "הַיּוֹצֵר הַזֶּה אֵינוֹ בּוֹדֵק קַנְקַנִּים מְרוֹעָעִים", דער טעפער וואס מאכט טעפ, ווען ער וויל באקוקן די טעפ אויב עס איז גענוג שטארק, קלאפט ער נישט אויף די שוואכע טעפ, "וּמָה הוּא בּוֹדֵק? בְּקַנְקַנִּים יָפִים", ער קלאפט אויף די שטארקע טעפ, "שֶׁאַפִלּוּ מֵקִישׁ עֲלֵיהֶם כַּמָּה פְעָמִים אֵינָם נִשְׁבָּרִים", וויפיל ער קלאפט אויף זיי צעברעכן זיי זיך נישט, "כָּךְ אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְנַסֶּה אֶלָּא אֶת הַצַּדִּיקִים", אזוי טוט דער אייבערשטער מיט די צדיקים, ער קלאפט אויף זיי צו זען אויב זיי וועלן זיך דערהאלטן. דער הייליגער תנא רבי יוסי זאגט: "הַפִּשְׁתָּנִי הַזֶּה, בְּשָׁעָה שֶׁהוּא יוֹדֵעַ שֶׁהַפִּשְׁתָּן שֶׁלּוֹ יָפָה, כָּל שֶׁהוּא כּוֹתְשָׁהּ הִיא מִשְׁתַּבַּחַת, וְכָל זְמַן שֶׁהוּא מַקִּישׁ עָלֶיהָ הִיא מִשְׁתַּמֶּנֶת", ווען מען האט גוטע פלאקס דעמאלט קען מען דאס גוט אויסקלאפן, ווייל ווי מער מען קלאפט דאס אויס ווערן זיי בעסער און פעטער, "וּבְשָׁעָה שֶׁהוּא יוֹדֵעַ שֶׁהַפִּשְׁתָּן שֶׁלּוֹ רָעָה, אֵינוֹ מַסְפִּיק לָקוּשׁ עָלֶיהָ אַחַת עַד שֶׁהִיא פּוֹקַעַת", ווען מען האט שוואכע סחורה קען מען נישט קלאפן אויף זיי ווייל זיי ווערן אינגאנצן צעהאקט, "כָּךְ אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְנַסֶּה אֶלָּא אֶת הַצַּדִּיקִים", אזוי טוט דער אייבערשטער מיט צדיקים, ער קלאפט אויף זיי ווייל ער ווייסט אז זיי וועלן ווערן מער נאנט צו אים און זיי וועלן ווערן מער בטל צו אים. נאך זאגט דער הייליגער רבי אליעזר א משל צו א בעל הבית וואס האט צוויי קוען, א שוואכע קו און א שטארקע קו, "עַל מִי הוּא נוֹתֵן אֶת הָעֹל, לֹא עַל זֹאת שֶׁכֹּחָהּ יָפֶה?" אויף וועלכע קו לייגט דער בעל הבית ארויף די יאך? זיכער אויף די שטארקע קו, "כָּךְ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְנַסֶּה אֶת הַצַּדִּיקִים", אזוי מאכט דער אייבערשטער, ער נעמט די צדיקים און זיי פרובירט ער אויס, אזוי ווי עס שטייט (תהלים יא, ה): "ה' צַדִּיק יִבְחָן".


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קע): "כָּל אֶחָד לְפִי נִשְׁמָתוֹ וּלְפִי עֲבוֹדָתוֹ כָּךְ יֵשׁ לוֹ יִסּוּרִים", יעדער איינער לויט ווי גרויס ער איז און לויט זיין עבודת השם גייט אויף אים אריבער יסורים, "יֵשׁ שֶׁיֵּשׁ לוֹ יִסּוּרִים מִבָּנָיו וּמֵאָבִיו וּמִשָּׁכֵן", עס זענען דא וואס ליידן פון די קינדער, פון די עלטערן און פון שכנים, "וְיֵשׁ שֶׁהוּא בְּמַדְרֵגָה גְּדוֹלָה מִמֶּנּוּ וְיֵשׁ לוֹ יִסּוּרִים מִשְּׁכֵנִים רְחוֹקִים", נאכדעם איז פארהאן איינער וואס איז אין א גרעסערע מדריגה, ער ליידט אויך פון ווייטע שכנים, "וְיֵשׁ גָּדוֹל מִמֶּנּוּ וְיֵשׁ לוֹ יִסּוּרִים מִכָּל הָעִיר", נאכדעם איז דא א גרעסערער צדיק וואס ליידט פון די גאנצע שטאט, "וְיֵשׁ גָּדוֹל מְאֹד וְיֵשׁ לוֹ יִסּוּרִים מִכָּל הָעוֹלָם", נאכדעם איז דא גאר א גרויסער צדיק וואס ליידט פון די גאנצע וועלט; דאס איז געווען מיט מוהרא"ש, אלע האבן געשפעט פון אים; מענטשן פון די גאנצע וועלט, מענטשן וואס האבן אים קיינמאל נישט געקענט און קיינמאל נישט געזען האבן חוזק געמאכט און גערעדט אויף אים.


וואס מיר דארפן זיך אפלערנען פון די צדיקים, אז מיר זאלן נישט ווערן צעפאלן און צעשאסן ווען עס גייט אריבער אויף אונז וואס עס גייט אריבער; דער צדיק בלייבט שטענדיג שטארק מיט זיין אמונה. דארפן מיר זיך שטארקן אין אמונה ווען עס גייט אריבער וואס גייט אריבער, מוהרא"ש'ס שיינקייט איז געווען אז ווי מער ער איז אריבער שווערע ביטערע יסורים האט ער אלץ מער באלאכטן די וועלט מיט זיינע עצות און חיזוקים, ער האט ליכטיג געמאכט פאר די גאנצע וועלט.


מיר האבן נישט קיין השגה וואס א צדיק איז, מיר זענען זייער ווייט פון קענען פארשטיין א צדיק וואס איז אינגאנצן בטל ומבוטל פאר'ן אייבערשטן; מיר דארפן זיך מחזק זיין מיט די עצות און חיזוקים וואס די הייליגע צדיקים האבן אונז איבערגעלאזט און גיין אין זייערע וועגן, דורכדעם וועלן מיר זוכה זיין צו האבן א גוט לעבן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


א ליכטיגן חנוכה און א גוטן חודש.

#26 - ווי אזוי איז מען זיך מחזק נאך די שרעקליכע שיסעריי אין דזשערסי סיטי?
התחזקות, צרות, תכלית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אפשר קענט איר מיר געבן אביסל חיזוק ווערטער נאך די שרעקליכע שיסעריי און טראגעדיגע וואס האט פאסירט לעצטנס אין דזשערסי סיטי?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שלמה המלך זאגט (קהלת ט, יב): "כִּי גַּם לֹא יֵדַע הָאָדָם אֶת עִתּוֹ כַּדָּגִים שֶׁנֶּאֱחָזִים בִּמְצוֹדָה רָעָה, וְכַצִּפֳּרִים הָאֲחֻזוֹת בַּפָּח כָּהֵם יוּקָשִׁים בְּנֵי הָאָדָם לְעֵת רָעָה כְּשֶׁתִּפּוֹל עֲלֵיהֶם פִּתְאֹם", דרש'ענען אויף דעם די הייליגע חכמים (סנהדרין פא:): "מַאי מְצוֹדָה רָעָה? אָמַר רֵישׁ לָקִישׁ: "חַכָּה", רש"י געבט צו פארשטיין, דאס איז נישט קיין גרויסע נעץ, נאר דאס איז א שוואכע קליינטשיגע העקעלע וואס די פיש קענען נישט באמערקן, אזוי כאפט עס אריין אין זיך פלוצלינג גרויסע פישן. אזוי אויך זענען מיר צוגעגליכן צו פיש, מיר געפונען זיך אויף די וועלט ווי אינמיטן וואסער, און אזוי ווי אין וואסער קומען פיש כאפערס און פאנגען פיש - יעדע מאל ווערט פארכאפט נאך און נאך פיש, אזוי אויך ווערן יעדן טאג פלוצלינג אוועק גענומען מענטשן פון דער וועלט; קיינער נעמט נישט ארויס דערפון א מוסר השכל אריין צו טראכטן: 'עס קען דאך צו מיר פאסירן דאס זעלבע', מען פאפט זיך אליינס אפ מיט'ן טראכטן: 'דאס פאסירט נאר מיט אנדערע, אבער איך וועל קיינמאל נישט שטארבן'.


ווען עס פאסירט אזא שרעקליכע טראגעדיע דארף דאס געבן א קיצל דעם מענטש, מען דארף זיך בארעכענען: 'וואס וועל איך מיט נעמען מיט מיר אויף יענע וועלט?' פון אלע זאכן וואס מען לויפט נאך בלייבט גארנישט איבער, נאר תורה ותפילה, דאס נעמט מען מיט זיך. מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, פרק טו): "לְפִי שֶׁכָּל הַמַּרְבֶּה שִׂיחוֹת וּתְפִלּוֹת, הֵם הַמְלַוִּים אוֹתוֹ עַד שֶׁיַּגִּיעַ לְבֵית עוֹלָמוֹ", ווען א מענטש רעדט אסאך צום אייבערשטן און ער שמועסט אסאך צום אייבערשטן, דאס באגלייט אים צו זיין אייביגע רו.


ווען מען הערט אזעלכע שוידערליכע מעשיות דארף דאס געבן א שטעל אפ דעם מענטש, מען דארף זיך פרעגן: 'וואס וועל איך מיט נעמען מיט מיר?' חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ו, ט): "לְפִי שֶׁבִּשְׁעַת פְּטִירָתוֹ שֶׁל אָדָם, אֵין מְלַוִין לוֹ לְאָדָם לֹא כֶּסֶף וְלֹא זָהָב וְלֹא אֲבָנִים טוֹבוֹת וּמַרְגָּלִיּוֹת, אֶלָא תּוֹרָה וּמַעֲשִׂים טוֹבִים בִּלְבָד", ווען א מענטש גייט אוועק פון די וועלט בלייבט די גאנצע געלט און זילבערנע כלים וכו' וכו' אין שטוב און מען נעמט גארנישט מיט, נאר תורה ותפילה.


וואויל איז דעם מענטש וואס לעבט מיט דעם מחשבה, ער חזר'ט זיך יעדן טאג: 'איין טאג וועל איך איבער לאזן די וועלט, עס וועט פון מיר גארנישט איבער בלייבן נאר דאס ביסל תורה וואס איך לערן יעדן טאג; נאר די פרקים משניות און דפים גמרא וואס איך האב זוכה געווען צו זאגן יעדן טאג - דאס וועט מיר באגלייטן אויף יענע וועלט'.


א ליכטיגן חנוכה.

#25 - וועלכע צרות האט מוהרא"ש געהאט?
התחזקות, צרות, מוהרא"ש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע חיזוק וואס איר געבט מיר.


מוהרא"ש שרייבט אין זיין צוואה אז ער האט נישט געהאט קיין איין גוטע טאג אין זיין לעבן. איך האב געוואלט פארשטיין וואס איז שוין געווען מוהרא"ש'ס צרות אז ער האט זיך אזוי אויסגעדרוקט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נישט אלעס קען מען שרייבן, אבער אז מוהרא"ש שרייבט אזוי אין זיין צוואה, און ער האט געהייסן אויפשרייבן אויף זיין מצבה די ווערטער: "וְסָבַל יִסּוּרִים קָשִׁים וּמָרִים כָּל יְמֵי חַיָּיו", - עֶר הָאט גֶעלִיטְן שְׁוֶוערֶע אוּן בִּיטֶערֶע יִסוּרִים זַיין גַאנְץ לֶעבְּן, - איז דאס פשוטו כמשמעו; וואס איז דער נפקא מינה וואס, ווען און וואו, דער עיקר דארף מען זיך לערנען פון אזא צדיק ווי אזוי זיך צו דערהאלטן. מוהרא"ש מיט אלע זיינע ביטערע צרות וואס ער האט געהאט, האט מען נישט געקענט זען אויף אים קיין שום סימן פון יסורים, אדרבה, מוהרא"ש האט שטענדיג געהאט א פנים מאירות, א פרייליכע ליכטיגע פנים. מען האט געקענט זען אויף זיין פנים אן עכטע פרייליכקייט, א ביטול צום אייבערשטן. מיר דארפן זיך אפלערנען פון מוהרא"ש ווי ער האט נאר געזוכט ווי אזוי פרייליך צו מאכן אנדערע.


מוהרא"ש האט דערציילט דעם סיפור התקרבות פון רבי ישראל קארדונער (היילפרין) ווי אזוי ער איז מקורב געווארן; איינמאל האט ער געטראפן אין שֵמות א בריוו, ער ליינט אינעם בריוו ווי איינער איז מחזק זיין זון מיט שטארקע חיזוק, און ער ענדיגט דעם בריוו מיט דעם לשון: "איך קען נישט ממשיך זיין צו שרייבן ווייל די פאליציי ווארט אויף מיר, מיר צו נעמען אין תפיסה וכו'", דער רבי ישראל קארדונער האט נישט געקענט פארשטיין ווי קען זיין א איד וואס גייט אויף אים אריבער אזא שווערע צרה, מען גייט אים איינשפארן אין תפיסה - דאך האט ער אזא ישוב הדעת צו קענען שרייבן אזאלכע שיינע חיזוקים, ער האט געטראכט צו זיך: 'א איד וואס די פאליציי שטייען ביי זיין שטוב און מען גייט אים טראגן אין תפיסה, קען נאך מחזק זיין א צווייטן?! איך מוז וויסן ווער דאס איז'.


ער איז נאכגעגאנגען און זיך נאכגעפרעגט ווער עס האט געשריבן דעם ספר 'עלים לתרופה', האט מען אים געזאגט אז מען טאר נישט אריינקוקן אין דעם ספר ווייל דאס האט געשריבן רבי נתן פון ברסלב. פארשטייט זיך אז ער האט נישט אויסגעהערט וואס די מתנגדים זאגן, און אזוי איז ער מקורב געווארן, ביז ער איז געווארן פון די גרויסע לייט אין ברסלב.


ביי מוהרא"ש איז פיל מער פון דעם; מוהרא"ש האט געהאט נאר צרות און מיט דעם האט ער מחזק געווען יעדן איינעם. ווען מען האט געזען מוהרא"ש האט מען נישט געקענט חלומ'ן וואס ער גייט אריבער, (איך אליינס אפאר יאר נאך מיין התקרבות האב נישט געוויסט בכלל אז מוהרא"ש האט עפעס צרות וכו'). דאס דארפן מיר זיך אפלערנען פון אזא גרויסער צדיק, אז מיר זאלן נישט ווערן צעפאלן ווען עס גייט אריבער שווערע טעג, מען זאל זיך נישט פארלירן און האבן קשיות חס ושלום אויף די אמונה, נאר ווייטער גלייבן אינעם אייבערשטן און זיין געטריי צו אים, און זוכן ווי מען קען העלפן נאך א איד און נאך א איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר אלע זאלן גיין אין די וועגן פון דעם גרויסן צדיק, וועלן מיר אויך זוכה זיין צו ווערן צדיקים.

#24 - האט דער אייבערשטער אנגענומען מיין תשובה?
צרות, קשיות, תשובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


את חטאי אני מזכיר היום, פאר אסאך יארן בין איך ליידער געווען איינגעטונקען אין עבירות, ביז דעם פארגאנגענעם זומער ווען איך האב געשפירט אז איך קען נישט מער אזוי אנגיין, איך האב זיך ערנסט גענומען אין די האנט אריין, און פון דעמאלט האב איך אינגאנצן אויפגעהערט צו זינדיגן.


מיין פראבלעם איז אבער אז איך האב מורא אז דער אייבערשטער איז נישט מקבל מיין תשובה, ווייל ס'זעט מיר אויס ווי ער צעשטערט מיר ממש יעדע גוטע זאך וואס איך וויל טון, למשל איך האב געמיינט אז איך גיי באקומען א פאסטן אלס מלמד אין א פלאץ וואס מ'צאלט מער פון וואס איך פארדין היינט, און מ'האט מיר למעשה נישט אנגענומען, אדער למשל פאר סוכות האב איך דאס יאר צום ערשטן מאל ארויסגעבויעט מיין פארטש צו קענען האבן א רחבות'דיגע סוכה, און פלוצלינג בין איך זייער פארקילט געווארן און נישט געקענט הנאה האבן פון די סוכה, איך האב געשפירט ווי דער אייבערשטער וויל מיר צעשטערן דעם יום טוב.


איך וויל זיך שטארקן און ווייטער גלייבן אינעם אייבערשטן און נישט צוריק פאלן צו מיינע עבירות, ביטע העלפט מיר און זייט מיר מחזק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו האסט תשובה געטון, דו האסט אפגעלאזט אלע דיינע חטאים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסיקתא דרב כהנא): "גָדוֹל כּוֹחָהּ שֶׁל תְּשׁוּבָה", תשובה איז אזוי גרויס, "שֶׁכֵּיוָן שֶׁאָדָם מְהַרְהֶר בְּלִבּוֹ לַעֲשֹוֹת תְּשׁוּבָה", אז ווי נאר א מענטש טראכט פון תשובה - ער טראכט 'איך וויל זיך אומקערן צום אייבערשטן', "מִיַּד הִיא עוֹלָה לֹא עַד עֲשָֹרָה יָמִים, וְלֹא עַד עֶשְֹרִים וְלֹא עַד מֵאָה, אֶלָּא עַד מַהֲלַךְ חֲמֵשׁ מֵאוֹת שְׁנַיִם; וְלֹא עַד רָקִיעַ רִאשׁוֹן וְשֵׁנִי, אֶלָּא שֶׁהִיא עוֹמֶדֶת לְפָנַי כִּסֵא הַכָּבוֹד", קומט ער גלייך אן צום כסא הכבוד.


א איד טאר נישט זאגן אזעלכע ווערטער ווי דו שרייבסט: "דער אייבערשטער צעשטערט מיר יעדע זאך", אדער: "דער אייבערשטער האט צעשטערט מיין יום טוב"; זיי מיר מוחל אויף וואס איך זאג דיר דאס, א איד טאר אזוי נישט רעדן; דער אייבערשטער איז גוט און טוט נאר גוטס מיט אונז.


דוד המלך זאגט (תהלים קמה, יז): "צַדִּיק ה' בְּכָל דְּרָכָיו, וְחָסִיד בְּכָל מַעֲשָׂיו", און (שם, ט): "טוֹב ה' לַכֹּל וְרַחֲמָיו עַל כָּל מַעֲשָׂיו", דער אייבערשטער איז גוט צו יעדן איינעם; אפילו איך זע עס נישט, אפילו איך פארשטיי עס נישט - דארף איך האבן אמונה אז אלעס איז לטובה, און דאס אז איך זע עס נישט און פארשטיי עס נישט - דאס איז אויך פאר מיין טובה.


ווען א מענטש זינדיגט ווערט ביי אים אפגעקילט די אמונה, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות אמונה, סימן כב): "הַפֶּשַׁע שֶׁל אָדָם מַכְנִיס כְּפִירָה לָאָדָם", ווען א מענטש זינדיגט גייט אריין אין אים מחשבות פון כפירה; מען הייבט אן האבן קשיות אויף די אמונה. דו דארפסט נאך אסאך תשובה טון עס זאל ארויס גיין פון דיר אלע שלעכטע מחשבות, דו זאלסט זיין איבער געגעבן צום אייבערשטן.


זע צו זאגן תהילים יעדן טאג וועסטו זוכה זיין צו אמת'ע תשובה; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל תשובה טון זאל זאגן תהילים. רבי נתן פלעגט זאגן יעדן טאג דעם 'יום תהילים', אזוי ענדיגט מען יעדע וואך גאנץ תהילים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#23 - האט מיין עבירה געברענגט די צרה?
צרות, תשובה, עבירות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב אמאל געטון א הארבע עבירה, און עטליכע שעה שפעטער איז מיין חבר'ס מאמע נפטר געווארן, האט דאס צו טון מיט מיר? און אויב יא, וואס קען איך טון דאס צו פאררעכטן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת האזינו, י"א תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


יעדע גוטע זאך וואס מען טוט ברענגט מען דורכדעם גוטס פאר זיך און פאר די גאנצע וועלט, ווידעראום אויב מען טוט אן עבירה חס ושלום ברענגט מען שלעכטס פאר זיך און פאר אנדערע, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין מ:): "עָשָׂה מִצְוָה אַחַת", ווען א מענטש טוט א מצוה, "אַשְׁרָיו, שֶׁהִכְרִיעַ אֶת עַצְמוֹ וְאֶת כָּל הָעוֹלָם לְכַּף זְכוּת", וואויל איז אים אז ער ברענגט גוטס פאר זיך און פאר די גאנצע וועלט, "עָבַר עֲבֵירָה אַחַת", אבער ווען מען טוט אן עבירה, "אוֹי לוֹ", וויי איז אים, "שֶׁהִכְרִיעַ אֶת עַצְמוֹ וְאֶת כָּל הָעוֹלָם לְכַּף חוֹבָה", וואס ער ברענגט שלעכטס פאר זיך און פאר די גאנצע וועלט.


וויין זיך אויס צום אייבערשטן און טו תשובה, וועט דער אייבערשטער דיר מוחל זיין און אויך פאר די גאנצע וועלט, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו:): "גְדוֹלָה תְּשׁוּבָה, שֶׁבִּשְׁבִיל יָחִיד שֶׁעָשָׂה תְּשׁוּבָה מוֹחֲלִין לְכָל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ"; תשובה איז אזוי גרויס, אז ווען מען טוט תשובה איז דער אייבערשטער מוחל פאר אלעמען. מען קען זיך נישט פארשטעלן ווי שטארק דער אייבערשטער פריידט זיך ווען מען טוט תשובה, ער שטייט און ווארט מען זאל זיך צוריק קערן צו אים. דער נביא זאגט (יחזקאל לג, יא): "אֱמֹר אֲלֵיהֶם, חַי אָנִי נְאֻם ה' אֱלֹקִים", איך שווער – זאגט דער אייבערשטער, "אִם אֶחְפֹּץ בְּמוֹת הָרָשָׁע", צי וויל איך דען אז דער רשע זאל שטארבן? "כִּי אִם בְּשׁוּב רָשָׁע מִדַּרְכּוֹ וְחָיָה", איך וויל און איך ווארט ער זאל תשובה טון און האבן א לעבן.


נעם די עצה פון רבי'ן; דער רבי האט אונז געגעבן אן עצה פון התבודדות, ווער עס הייבט אן לעבן מיט די עצה דרייט זיך איבער ביי אים דאס גאנצע לעבן צום גוטן, מען הייבט אן שפירן ווי 'דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר'; פרוביר דאס אויס וועסטו זוכה זיין צו תשובה שלימה און מיר וועלן זוכה זיין צו ווערן אויסגעלייזט, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו:): "גְדוֹלָה תְּשׁוּבָה שֶׁמְּקָרֶבֶת אֶת הַגְּאֻלָּה", אזוי ווי עס שטייט (ישעיהו נט, כ): "וּבָא לְצִיּוֹן גּוֹאֵל וּלְשָׁבֵי פֶשַׁע בְּיַעֲקֹב", אין וואס פאר א זכות וועט זיין "וּבָא לְצִיּוֹן גּוֹאֵל"? ווען עס וועט זיין: "לְשָׁבֵי פֶשַׁע בְּיַעֲקֹב".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#22 - וואס טו איך אז מיין ניכטע איז מיר אזוי שטארק מצער?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, צרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב באקומען דעם ענטפער איבער די שאלה וואס איך האב געפרעגט וועגן מיין ניכטע וואס רעדט מיט מיין מאן, א גרויסן יישר כח פאר אלע עצות און חיזוק וואס איר האט מיר געשריבן, און בכלל דארף איך געבן א גרויסן יישר כח ספעציעל פאר די שיעורים פאר פרויען וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט, וואס האט מיר אזויפיל מחזק געווען און געהאלפן אין אזויפיל אספעקטן.


איך מיין אבער אז איך האב זיך נישט גענוג גוט ארויסגעברענגט אין מיין פריערדיגע שאלה, איך האב נישט קיין שום טענות אויף מיין מאן, ער איז זייער וואויל, ער פארשטייט מיין צער, און ער פרובירט מיר צו העלפן דאס מערסטע. מיין פראבלעם איז נאר מיט מיין ניכטע, וואס רעדט און לאכט כסדר צו מיין מאן, כאטש וואס ער מאכט זיך בכלל נישט וויסענדיג פון איר.


ביי מיין שוויגער הייסט איך די סענסיטיווע שנור, דעריבער גייט קיינעם נישט אן אז די אייניקל איז מיר אזויפיל מצער. מיין מאן פארשטייט מיין צער און ס'טוט אים זייער וויי, אבער דאס מערסטע וואס ער קען טון איז נאר איר צו איגנארירן, און איך פון מיין זייט קען נאר טון דאס מערסטע צו בעטן דעם אייבערשטן ער זאל מיר העלפן.


דערווייל גייט עס שוין אבער אן אזוי פאר א לאנגע צייט, און איך זע נישט ס'זאל עפעס בעסער ווערן. איז דא נאך עפעס אן עצה וואס איך קען טון דערצו? אדער דארף איך פשוט מקבל זיין די גזירה באהבה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת דברים-חזון, ח' מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז אייער מאן איז מיט אייך, ער איז וואויל צו אייך און ער העלפט אייך - זענט איר די גליקליכסטע פרוי וואס איז פארהאנען! וואס דארף א פרוי מער פון דעם אז דער מאן זאל איר העלפן און זיין געטריי צו איר?


דאנקטס און לויבטס דעם אייבערשטן אז עס הערשט שלום אין שטוב און מער פון דעם זאל אייך נישט אינטערעסירן. עס דארף אייך נישט אנגיין וואס די משפחה האלט פון אייך; אז אייער מאן איז וואויל צו אייך זענט איר א געוואונער, פארשטייט זיך אז איינמאל עס וועט אייך נישט אנגיין וועט מען אייך נישט רופן מער מיט דעם טיטל וכו'.


איר שרייבט אינעם בריוו אז דאס מערסטע וואס אייער מאן קען טון איז נאר איגנארירן, און איר פון אייער זייט קען נאר טון צו בעטן דעם אייבערשטן זאל אייך העלפן; עס בלייבט אייך אבער אויך איבער אן אנדערע זאך צו טון, דאס איז: "דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף דאס גוטס פון אייער לעבן און אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט אייך". איך זע נישט קיין גזירה וואס איר דארפט מקבל זיין, איר דארפט מקבל זיין די טובות און דאס גוטס וואס דער אייבערשטער געבט אייך - באהבה; וויפיל פרויען וואלטן זיך געוואלט טוישן מיט אייער גזירה פון האבן א געטרייע מאן וואס העלפט און איז איבערגעגעבן?! וואס האט מען פון זיין חשוב ביי די משפחה? וואס איז דאס מעלה און וואס איז דאס מוריד?


הייבטס אן דאנקען דעם אייבערשטן אויף דאס גוטס וואס איר האט, וועט דער אייבערשטער טון מיט אייך נאך גוטס. דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה פלעגט זאגן: "ווען א מענטש רעדט זיך אפ, זאגט דער אייבערשטער: 'קוקט אן דעם מענטש, איך געב אים גוטס און דאך רעדט ער זיך אפ, איך וועל אים ווייזן וואס מיינט שלעכט', אבער ווען א מענטש דאנקט דעם אייבערשטן, זאגט דער אייבערשטער: 'קוק אן דעם מענטש, ער האט גארנישט אין זיין לעבן און דאך איז ער אזוי פרייליך און דאנקבאר, איך וועל אים ווייזן וואס מיינט גוט', און מען געבט אים א גוטע לעבן".


מיט דעם טייטשט מוהרא"ש דעם פסוק (תהילים עם פירוש תהילות נתן, קאפיטל קלו): "הוֹדוּ לַה'" דאנקטס דעם אייבערשטן, "כִּי טוֹב", לויבטס דעם אייבערשטן אויף זיין גוטס, "כִּי לְעוֹלָם חַסְדּוֹ", - וועט ער מאכן נאך גוטס אויף אייביג.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייער וועגן.

#21 - מיין לעבן איז איין שטיק צרות, ווי אזוי קען איך זיך דערהאלטן?
התחזקות, חיזוק פאר מיידלעך, צרות, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס איז נישטא די ווערטער צו באדאנקען, און ס'איז נישטא דאס געלט צו באצאלן, פאר אייער געטריישאפט צו אידישע קינדער. דער אייבערשטער זעט אלעס און ער וועט אייך זיכער באצאלן.


יעצט צו מיין שאלה, איך בין א מיידל פון זייער א צעפארענע צעפראסקעטע שטוב. מיינע עלטערן האבן נישט קיין שלום בית, מיר האבן א נישט געזונט קינד, ס'איז נישטא קיין געלט אין שטוב, מיין מאמע שרייט אסאך אויף מיר אין פארנט פון אנדערע מענטשן, פרעמדע מענטשן האבן מיר געוואלט שלעכטס טון, מיינע ברידער שלאגן מיר כסדר און יעדע פאר טעג דארף איך אנטלויפן פון שטוב, און צו דעם אלעם איז מיין טאטע לעצטנס קראנק געווארן און ליגט אין שפיטאל. איך האב נישט קיין זיידע באבע צו וועמען איך קען גיין, מיין סעמינאר האט זיך פארמאכט, איך האב נישט קיין נארמאלע פלאץ וואו צו זיין, און מיין לעבן איז אינגאנצן חרוב. שבת דארף איך זיך אליין צושטעלן, און ניטאמאל עסן האב איך נישט געהאט.


איך בין זיך מחזק מיט א זאך וואס איינער האט מיר אמאל געזאגט אז דער אייבערשטער שלאגט נישט צוויי מאל, און אויב לייד איך אזויפיל צרות אלס מיידל, וועט מיר מסתמא גיין גוט נאך די חתונה. איך בין אבער נישט זיכער אויב דאס איז טאקע אמת, ווייל למעשה ווייסן מיר דאך אז יעדער דארף ליידן, און אפשר וועל איך ווייטער האבן צרות נאך די חתונה אויך?


איך מוז האבן חיזוק זיך צו קענען דערהאלטן, מיין הארץ איז שוין זייער שוואך פון אזויפיל צרות און יסורים טאג טעגליך, און איך האף זייער אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען מחזק זיין.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בלק, י"א תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קצד): "אַחַר כָּל הַיִּסּוּרִים, אַף עַל פִּי כֵן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מֵטִיב עִמָּנוּ", נאך אלע יסורים וואס גייט אריבער אויפ'ן מענטש געבט דער אייבערשטער אויך אסאך גוטע זאכן, "רַק שֶׁאֵין אָנוּ רוֹצִים לְהַקְטִין אֶת הַיִּסּוּרִים", נאר דער מענטש אליינס וויל זיך נישט גרינגער מאכן מיט'ן אויפזוכן דאס גוטס וואס דער אייבערשטער טוט מיט אים. אפילו מען גייט אריבער באמת שווערע ביטערע יסורים, "אֲבָל נֶגֶד דְּבֵקוּת אֶחָד לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מַה שֶּׁזּוֹכִין לְאֵיזֶה בְּחִינָה שֶׁל דְּבֵקוּת בְּמַחֲשָׁבָה אוֹ בִּבְחִינָה אַחֶרֶת", אבער ווען דער מענטש ווערט נענטער דורך דעם צום אייבערשטן ער הייבט אן לעבן מיטן אייבערשטן, "כָּל הַיִּסּוּרִים אֵינָם כְּלוּם נֶגֶד זֶה", איז אלע יסורים גארנישט אנקעגן דעם, "וְעַל יָדָם בְּעַצְמָם מִתְקָרְבִים וּמִתְדַּבְּקִים אֵלָיו יִתְבָּרַךְ", ווייל דורך דעם ווערט א מענטש נענטער צום אייבערשטן. "כִּי נוֹטְלִין מִמֶּנִּי הַבְּרִיאוּת גּוּפִי, מִי נוֹטֵל מִמֶּנִּי הַבְּרִיאוּת? הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ! אִם כֵּן אֲנִי נִדְבָּק בּוֹ יִתְבָּרַךְ", מען הייבט אן פארשטיין 'ווער מאכט מיר די אלע ווייטאג? ווער נעמט מיר אוועק מיין געזונט? דער אייבערשטער אליינס ברענגט מיר דאך די יסורים, אויב אזוי ווער איך נענטער צו אים. "וְכֵן כְּשֶׁלּוֹקֵחַ חַס וְשָׁלוֹם, אֵיזֶה בֵּן. מִי לוֹקֵחַ? הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ! אִם כֵּן אַדְּרַבָּא עַתָּה הוּא סָמוּךְ יוֹתֵר אֵלָיו יִתְבָּרַךְ, כִּי בָּעוֹלָם הַבָּא סְמוּכִין יוֹתֵר לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", אויב חס ושלום מען פארלירט א קינד און מען הייבט אן פארשטיין 'ווער האט דאס מיר אוועק גענומען? דער אייבערשטער', אויב אזוי ווער איך דאך נענעטער צו אים, עיין שם.


אז איר ווילט אביסל חיזוק זאלט איר אריין קוקן אין צוואת מוהרא"ש, וועט איר אנדערש רעדן און טראכטן. איך ברענג אייך אראפ א שטיקל וואו מוהרא"ש שרייבט וועגן זיינע יסורים וואס ער האט געליטן אין זיין לעבן און ער בעט זיך ביי אונז אלע מיר זאלן אננעמען באהבה ווען עס גייט אריבער אויף אונז יסורים:


צוואת מוהרא"ש, אות יד:


"מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, וָואס זָאל אִיךְ אַייךְ זָאגְן? אִיר קֶענְט זִיךְ נִישְׁט פָארְשְׁטֶעלְן וִויפִיל יִסוּרִים אוּן עַגְמַת נֶפֶשׁ אִיךְ הָאבּ גֶעלִיטְן אוֹיף דֶער וֶועלְט, אִיךְ הָאבּ מַמָשׁ נִישְׁט גֶעהַאט קַיין אֵיין גוּטְן טָאג אִין מַיין לֶעבְּן, אָן קַיין שׁוּם גֻּזְמָא. אִיךְ הָאבּ יֶעדְן טָאג מַמָשׁ גֶעוֵויינְט פוּן דִי פִילֶע צַעַר אוּן עַגְמַת נֶפֶשׁ וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעהַאט פוּן אַלֶע זַייטְן, פוּן אִינֶעוֵויינִיג אוּן פוּן אִינְדְרוֹיסְן. אָבֶּער אִיךְ הָאבּ זִיךְ שְׁטֶענְדִיג גֶעטְרֵייסְט מִיט דֶעם אַז בָּרוּךְ ה' אִיךְ גְלֵייבּ אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אִיךְ וֵוייס אַז אַלֶעס הָאט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶער חֶשְׁבּוֹן, אַלֶעס וֶוערְט גֶעפִירְט מִיט אַ גֶעוַואלְדִיגֶע הַשְׁגָחָה פְּרָטִית, אוּן אִיךְ בִּין נָאר אַנְטְלָאפְן שְׁטֶענְדִיג צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אוּן דָאס אִיז וָואס הָאט מִיר גֶעהָאלְפְן אִיבֶּערְקוּמֶען מַיינֶע פִילֶע צָרוֹת אוּן יִסוּרִים.


דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר אוֹיךְ טוּן דִי זֶעלְבֶּע, אִיר זָאלְט חַס וְשָׁלוֹם נִישְׁט הָאבְּן קַיין טַעֲנוֹת אוֹיפְן אֵייבֶּערְשְׁטְן, זִיךְ נִישְׁט אָפְּרֶעדְן אוֹיפְן אֵייבֶּערְשְׁטְן. גֶעדֶענְקְט וָואס דִי חֲזַ"ל זָאגְן (תַּנְחוּמָא, תֵצֵא): "צָרִיךְ הָאָדָם לְהַחֲזִיק טוֹבָה לְהַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בִּזְמַן שֶׁהַיְסוּרִין בָּאִין עָלָיו, לָמָה? שֶׁהַיְסוּרִין מוֹשְׁכִין אֶת הָאָדָם לְהַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא" - אַ מֶענְטְשׁ דַארְף דַאנְקֶען דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן וֶוען עֶר שִׁיקְט אִים יִסוּרִים. פַארְוָואס? וַוייל דִי יִסוּרִים שְׁלֶעפְּן דֶעם מֶענְטְשׁ צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן. נָאךְ זָאגְן דִי חֲזַ"ל (סִפְרִי, וָאֶתְחַנַּן): "יְהֵא אָדָם שָׂמֵחַ בְּיִסּוּרִין יוֹתֵר מִן הַטוֹבָה, שֶׁאִילוּ הָאָדָם בְּטוֹבָה אֵין נִמְחָל לוֹ עָווֹן שֶׁבְּיָדוֹ, וּבְיִסוּרִין נִמְחָל לוֹ" - אַ מֶענְטְשׁ דַארְף זִיךְ מֶער פְרֵייעֶן מִיט דִי יִסוּרִים וָואס עֶר בַּאקוּמְט וִוי מִיט דִי גוּטְס וָואס עֶר בַּאקוּמְט, וַוייל וֶוען אַ מֶענְטְשׁ הָאט נָאר גוּטְס וֶועט עֶר מִיט דֶעם נִישְׁט אָפְּקוּמֶען זַיינֶע עֲבֵירוֹת, אָבֶּער וֶוען עֶר הָאט יִסוּרִים וֶועט דָאס יָא אָפְּמֶעקְן זַיינֶע עֲבֵירוֹת".


נאך אזעלכע ווערטער קוקט מען שוין אנדערש אויף די וועלט; מען הייבט אן זען וואס מוהרא"ש איז אריבער געגאנגען אין לעבן און מיט דעם אלעמען האט ער זיך מחזק געווען און מחזק געווען די גאנצע וועלט, ער האט אריין געבלאזן אין אונז א גייסט מיר זאלן וועלן לעבן און מיר זאלן מאכן אנדערע זאלן לעבן. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז ער האט דאס אלעס געקענט טון נאר ווייל ער האט גענומען דעם רבינ'ס עצות בתמימות ובפשיטות, ער האט אסאך גערעדט צום אייבערשטן.


דעריבער אז איר ווילט ארויס גיין פון אייערע צרות זאלט איר פאלגן דעם רבי'ן מיט די עצה פון התבודדות, געוואוינטס זיך צו צו אויסשמועסן אייער הארץ מיט'ן אייבערשטן.


זוך אויף דאס גוטס פון אייער לעבן; הייבט אן דאנקען דעם אייבערשטן אויף דאס גוטס וואס איר האט און בעטס דעם אייבערשטן עס זאל אייך גרינגער ווערן דאס לעבן. איינמאל איר וועט אריין נעמען דעם אייבערשטן אין אייערע פראבלעבן וועט אלעס זיין גרינגער, אזוי ווי דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט געזאגט נאכן באגלייטן זיין זון הרב הצדיק רבי מאיר נתן זכרונו לברכה, אז ווען א מענטש כאפט א קלאפ אין רוקן און ווען ער דריידט זיך אויס זעט ער אז זיין ליבער חבר האט אים געגעבן דעם קלאפ טוט עס נישט וויי, מען נעמט דאס ווי א פריינדליכע באגריסונג, האט דער הייליגער צאנזער רב אויסגעפירט: "איך האב געכאפט א קלאפ, מיין זון איז נפטר געווארן אזוי יונג, אבער איך געב א קוק: 'ווער קלאפט מיר? דער אייבערשטער אליינס', דערפאר טוט עס נישט וויי".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#20 - וואס מיינט פאר מיר די שרעקליכע טראגעדיעס?
התחזקות, צרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וואוין אין בארא פארק, און לעצטנס האט דא פאסירט צוויי שוידערליכע טראגעדיעס, צוויי בחורים זענען דא אומגעקומען אויף גאר שרעקליכע אומשטענדן, וויל איך וויסן - אלס תושב פון בארא פארק - וואסערע זאך וויל מיר דער אייבערשטער מרמז זיין מיט דעם?


יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ט אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס זענען דא זאכן אויף די וועלט וואס מיר קענען נישט פארשטיין; מיר פארשטייען נישט די דרכים פונעם אייבערשטן און קיינער ווייסט נישט די חשבונות פונעם אייבערשטן, מיר דארפן וויסן אז דער אייבערשטער פירט די וועלט מיט א פונקטליכער חשבון.


אפילו מיט אונזער קליינע קעפעלע פארשטייען מיר דאס נישט, דאך דארפן מיר וויסן אז אלעס איז בצדק ובמשפט; עס זענען דא זאכן וואס האט צוטון מיט גלגולים וכו' אדער כדי צו אויפוועקן די וואס טון עבירות אז זיי זאלן זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, אמאל נעמט דער אייבערשטער אוועק פון די וועלט הייליגע נשמות וואס זענען ריין פון עבירות כדי מענטשן זאלן תשובה טון. דעריבער איז נישט גוט מען זאל צופיל אריין קריכן אין די זאכן, מיר דארפן דינען דעם אייבערשטן אזוי ווי די תורה זאגט (דברים יח, יג): "תָּמִים תִּהְיֶה עִם ה' אֱלֹקֶיךָ"; וואויל איז דעם וואס דינט דעם אייבערשטן בתמימות ופשיטות.


ווען מען הערט א שרעקליכע פאסירונג דארף מען זיך אויפוועקן פון שלאף, מען דארף זיך בארעכענען אויף אלע שלעכטע מעשים און תשובה טון מיט אן אמת. ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות ל.) אז אפילו מיר האבן נישט קיין בית המקדש און די סנהדרין וואס זאלן מעניש זיין מיט די ד' מיתות בית דין, גייט אבער די ד' מיתות בית דין אן אפילו היינטיגע צייטן - אויב מען טוט נישט תשובה; ווער עס איז מחויב סקילה פאלט אראפ פון א דאך אדער ווערט ער פארציקט פון א חי', ווער עס איז מחויב שריפה ווערט פארברענט אדער כאפט ער א ביס פון א שלאנג, ווער עס איז מחויב מיתת הרג וועט געהרג'ט ווערן, און ווער עס איז מחויב חנק ווערט דערטראנקען אין וואסער אדער וועט ער דערשטיקט ווערן; מען הערט ליידער היינטיגע צייטן זייער אסאך שוידערליכע מעשיות פון עקסידענטס און אנדערע פארשידענע אומגליקן, דאס איז נישט אומזיסט, נאר אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז מיט א פונקטליכער חשבון.


דערפאר, ווער עס ווייסט ביי זיך אז ער האט געזינדיגט וכו', ווען ער הערט אזעלכע שרעקליכע פאסירונגען וואס פאסירט ביי א צווייטן דארף אים כאפן א פחד און א שרעק אז דאס קען פאסירן ביי אים, ער קען באקומען איינע פון די ד' מיתות בית דין. ווייל פון יעדע זאך וואס מען זעט אדער מען הערט דארף מען זיך עפעס ארויסלערנען, אזוי ווי דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט אונז געלערנט, אז אלעס וואס מען זעט אדער מען הערט דארף מען ארויס נעמען דערפון רמזים פאר'ן לעבן; אז מען הערט א שרעקליכע אומגליק ווי מענטשן ווערן אוועקגעריסן יונגערהייט פון די וועלט דארף מען תשובה טון וואס פריער.


דער אייבערשטער וואס האט געזאגט ביים באשאפן די וועלט "דַּי" - גענוג (ווען נישט די ווארט וואלט די וועלט אלץ געווארן גרעסער און גרעסער) זאל שוין זאגן פאר אונזער צרות "דַּי" - גענוג; דער אייבערשטער זאל טרייסטן די עלטערן און אונז אלע ביז מיר וועלן שוין זוכה זיין צו ביאת משיח צדקינו.