תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע פעולות וואס איר טוט פאר כלל ישראל מיט אזא מסירת נפש. ספעציעל בין איך אייך שולדיג אן הכרת הטוב אז דורך אייערע שיעורים און חיזוק האב איך ווידער אנגעהויבן לערנען די הייליגע תורה, איך טרעפ זיך ווידער מיט מיינע אלטע חברים, אביי און רבא, וועמען איך האב שוין נישט אנגעקוקט פאר לאנגע יארן.
איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס איר רעדט אסאך פון רעדן צום אייבערשטן אויף אידיש, אזוי ווי מ'רעדט זיך אויס צו א גוטער פריינד. איז דען דאס נישט א זאך וואס באלאנגט נאר פאר צדיקים און יראי ה'? אזוי האבן מיר דאך געזען אין אלע דורות אז ווען א איד האט געדארפט א ישועה האט ער נישט אליין געבעטן אויף דעם, נאר ער איז געגאנגען צו א צדיק וואס זאל מתפלל זיין פאר אים.
מיר זענען דאך אלע אין נידוי, מיר האבן דאך געטון אזויפיל עבירות וואס דערווייטערט אונז פונעם אייבערשטן, ספעציעל די עבירות פון לשון הרע און הוצז"ל רח"ל, וואס חז"ל זאגן אז ווען מ'טוט די עבירות הערט מען נישט אויס די תפלות פון דעם מענטש. און בכלל ווערט געברענגט אין חז"ל אז פון ווען דער בית המקדש איז חרוב געווארן זענען אלע טויערן פון תפלה געווארן פארשפארט, מיר זעען דאך בחוש אז מיר קענען נישט פועל'ן מיט אונזערע תפלות אזעלכע גרויסע ישועות למעלה מדרך הטבע, אזוי ווי די גרויסע פריערדיגע צדיקים האבן געקענט.
איך וועל אייך שטארק מכיר טובה זיין אויב איר קענט מיר דאס אויסקלארן, און נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר אייערע שיעורים און חיזוק.
ראובן
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת תצוה, ג' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ראובן נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך פריי מיר זייער צו הערן אז דו ביסט זיך מחי' ומחזק מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, בפרט אז דו שרייבסט אז דו האסט אנגעפאנגען לערנען אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן סימן עו).
מען קען זיך גארנישט פארשטעלן צו וואס דער רבי קען אונז צו ברענגען; דער רבי נעמט א מענטש וואס זינקט אין בלאטע, ער טוט נעבעך וואס ער טוט און וואשט אים אפ און טוט אים אן מיט שיינע פרישע קליידער וכו' אז דער מענטש אליינס פארגעסט שוין ווי אזוי ער האט אויסגעזען פאר ער האט געפונען דעם הייליגן רבי'ן.
איך זע אז דו ביסט זיך טועה אין דעם ענין פון תפילה והתבודדות, כאילו דאס איז עפעס א נייע זאך וכו'. איך וועל דיר מעתיק זיין דעם לשון פון הייליגן רמב"ם וואס ער זאגט אויף די מצוה פון תפלה (פרק א' מהלכות תפלה, הלכה א-ב): "עִיקָר הַתְּפִלָּה הוּא מִצְוַת עֲשֵׂה מִן הַתּוֹרָה, שֶׁיִּתְפַּלֵּל הָאָדָם וִיבַקֵּשׁ מִמֶּנּוּ יִתְבָּרַך כָּל מַה שֶׁהוּא צָרִיך", תפילה איז א מצות עשה מן התורה, די מצוה איז אז א מענטש זאל בעטן דעם אייבערשטן יעדע זאך וואס ער דארף, "וְהוּא יָכוֹל לְדַבֵּר אֶל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא בְּכָל שָׂפָה שֶׁרַק יָכוֹל, כִּי מִצְוַת עֲשֵׂה לְהִתְפַּלֵּל בְּכָל יוֹם", און מען קען רעדן צום אייבערשטן אויף סיי וואסערע שפראך מען רעדט און עס איז א מצוה צו דאווענען יעדן איינציגן טאג. "וְאֵין לַתְּפִלָּה זְמַן קָבוּעַ מִן הַתּוֹרָה, וּלְפִיכָך נָשִׁים וַעֲבָדִים חַיָּבִין בִּתְפִלָּה לְפִי שֶׁהִיא מִצְוַת עֲשֵׂה שֶׁלֹא הַזְּמַן גְּרָמָא", תפילה האט נישט קיין באשטימטע צייט אין טאג, ממילא איז דאס א מצוה וואס איז נישט באגרעניצט צו א צייט, דערפאר זענען פרויען און קנעכט אויך מחויב מיט תפילה. "אֶלָּא חִיּוּב מִצְוָה זוֹ כָּך הוּא - שֶׁיְּהֵא אָדָם מִתְחַנֵּן וּמִתְפַּלֵּל בְּכָל יוֹם וּמַגִּיד שִׁבְחוֹ שֶׁל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא, וְאַחַר כַּך שׁוֹאֵל צְרָכָיו שֶׁהוּא צָרִיך לָהֶם בְּבַקָּשָׁה וּבִתְּחִנָּה, וְאַחַר כַּך נוֹתֵן שֶׁבַח וְהוֹדָיָה לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַך עַל הַטּוֹבָה שֶׁהִשְׁפִּיעַ לוֹ כָּל אֶחָד לְפִי כֹּחוֹ", די מצוה פון תפילה איז: ווען א מענטש שטייט אויף אינדערפרי זאל ער דאווענען צום אייבערשטן; קודם זאל ער דערציילן דאס גרויסקייט פונעם אייבערשטן, נאכדעם זאל ער בעטן אויף אלעס וואס ער דארף און דערנאך זאל ער דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט אים. "אַך אַחַר כַּך רָאוּ אַנְשֵׁי כְּנֶסֶת הַגְּדוֹלָה שֶׁהָלְכוּ בַּגּוֹלָה בִּימֵי נְבוּכַדְנֶצַר הָרָשָׁע, וְנִתְעָרְבוּ בְּפָרַס, וּבְּיָוָן, וּבִשְׁאָר הָאוּמוֹת וְכוּ', וְעָמְדוּ וְתִקְּנוּ סֵדֶר הַתְּפִלָּה", אבער ווען די אנשי כנסת הגדולה האבן געזען דעם ביטערן לאנגן גלות ווי די אידן וועלן זיך אויסמישן צווישן די פעלקער, האבן זיי מתקן געווען דעם נוסח התפילה, עיין שם.
יעצט קומט דער רבי און זאגט (שיחות הר"ן, סימן רכט) אז אפילו היינט ווען די אנשי כנסת הגדולה האבן מתקן געווען צו דאווענען יעדן טאג דעם סדר פון שחרית, מנחה און מעריב, זאל א מענטש ווייטער רעדן צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך וואס ער איז צוגעוואוינט צו רעדן, ער זאל בעטן דעם אייבערשטן ער זאל אים מקרב זיין צו אים באמת, ווייל דאס איז דער עיקר פון תפילה.
ווען א מענטש געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן און בעטן יעדע זאך וואס ער דארף, אזא מענטש איז קיינמאל נישט אליין, נאר וואו ער געפונט זיך, וואו ער גייט - איז דער אייבערשטער מיט אים. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ילקוט דברים, רמז תתכה): אויפן פסוק (דברים ד, ז): "כִּי מִי גוֹי גָּדוֹל אֲשֶׁר לוֹ אֱלֹקִים קְרֹבִים אֵלָיו כַּה' אֱלֹקֵינוּ בְּכָל קָרְאֵנוּ אֵלָיו", עס איז געווען א מעשה מיט א שיף וואס דערויף זענען געפארן גוים, נאר איין איד האט זיך געפונען אויף דעם שיף; אינמיטן וועג איז דער שיף פארבלאנדזשעט געווארן און איז אנגעקומען צו א פרעמדע לאנד, זענען די גוים צוגעקומען צום איד און אים געבעטן: "מיר בעטן אייך, נעמט פון אונז געלט און קויפט פאר אונז עסן, ווייל מיר הונגערן שוין א לאנגע צייט", האט דער איד געקוקט אויף זיי מיט וואונדער און געפרעגט: "בין איך דען נישט קיין גאסט אזוי ווי אייך? איך ווייס נישט וואו צו גיין, איך בין א פרעמדער דא פונקט ווי אייך..." האבן אים די גוים געזאגט: "יֵּשׁ יְהוּדִי אַכְסְנַאי? בְּכָל מָקוֹם שֶׁאַתָּה הוֹלֵך אֱלֹקֶיך עִמְּך", וואס הייסט א איד איז פרעמד? וואו א איד גייט איז דער אייבערשטער מיט אים; אזוי ווי עס שטייט: "אֲשֶׁר לוֹ אֱלֹקִים קְרֹבִים אֵלָיו".
זעט מען אז עס איז נישט שייך צו זאגן אז א איד איז פרעמד, ווייל וואו א איד געפונט זיך נאר איז דער אייבערשטער מיט אים און אויף וואסערע שפראך מען רעדט צום אייבערשטן - ענטפערט ער, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שם): "בְּכָל קָרְאֵנוּ אֵלָיו - בְּכָל לָשׁוֹן שֶׁיִּשְׂרָאֵל קוֹרְאִין לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּ הוּא עוֹנֶה אוֹתָם", אויף יעדע שפראך וואס מיר רעדן צום אייבערשטן ענטפערט ער אונז.
אודאי ווען א מענטש האט א צרה דארף מען גיין צו צדיקים און צו ערליכע אידן נעמען פון זיי א ברכה און זיי בעטן זיי זאלן מתפלל זיין, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא קטז.): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ חוֹלֶה בְּתוֹךְ בֵּיתוֹ, יֵלֵךְ אֵצֶל חָכָם וִיבַקֵּשׁ עָלָיו רַחֲמִים", ווער עס האט א חולה אין שטוב זאל גיין צו א צדיק ער זאל מתפלל זיין פאר אים; אבער דאס מיינט נישט צו זאגן אז מען קען נישט דאווענען אליינס. אדרבה, ווען דער חולה אליינס בעט דעם אייבערשטן איז דאס זייער חשוב, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה נג, יד): אויפן פסוק (בראשית כא, יז): "וַיִּשְׁמַע אֱלֹקִים אֶת קוֹל הַנַּעַר - מִכָּאן שֶׁתְּפִלַּת הַחוֹלֶה יָפָה מִן הַכֹּל", די תפילה פון א חולה איז מער חשוב ביים אייבערשטן פון אנדערע תפילות; נאר מען גייט צו צדיקים ווייל זיי זענען מחזק דעם מענטש אז מען זאל אליינס גיין צום אייבערשטן און בעטן פון אים די ישועה וואס מען דארף.
קוק וואס די הייליגע חז"ל זאגן (תנחומא וירא, א): "אָמַר לָהֶן הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא לְיִשְׂרָאֵל הֱווּ זְהִירִין בִּתְפִלָּה שֶׁאֵין מִידָה אַחֶרֶת יָפָה הֵימֶנָּה, וְהִיא גְּדוֹלָה מִכָּל הַקָּרְבָּנוֹת", דער אייבערשטער זאגט, עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך פון תפילה, תפילה איז גרעסער פון אלע קרבנות; קוק ווייטער וואס די הייליגע חכמים זאגן: "וַאֲפִלּוּ אֵין אָדָם כְּדַאי לַעֲנוֹת בִּתְפִלָּתוֹ וְלַעֲשׂוֹת חֶסֶד עִמּוֹ, כֵּיוָן שֶׁמִּתְפַּלֵּל וּמַרְבֶּה בְּתַחֲנוּנִים אֲנִי עוֹשֶׂה חֶסֶד עִמּוֹ", אפילו א מענטש וואס איז נישט ראוי איך זאל אים ענטפערן ווען ער בעט מיר, אויב וועט ער אסאך בעטן פון מיר וועל איך טון מיט אים א חסד און אים העלפן; זעט מען אז אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פונעם אייבערשטן - נישט קיין חילוק ווער, וואס, און וואו - וועט אים דער אייבערשטער העלפן.
דאס וואס דו שרייבסט: "מיר זעהן דאך בחוש אז מיר קענען נישט פועל'ן וכו'"; זיי מיר מוחל, אבער איך ווייס נישט ווי א איד קען שרייבן אזעלכע ווערטער, אדרבה, מיר זעהן בחוש ווי אונזערע פשוט'ע תפילות ווערן געענטפערט. ביי יעדע טריט און שריט האבן מיר מעשיות פון תפילה, מיר זעהן אפען ווי דער אייבערשטער העלפט ווען מען בעט אים. דער רבי האט אמאל געזאגט אויף דעם וואס חז"ל זאגן (ויקרא רבה ז, א): "תְּפִילָה עוֹשֶֹה מֶחְצָה", אין אידיש זאגט מען מֶחְצָה – העלפט, האט דער רבי געזאגט: "תפילה העלפט".
אז דו האסט מתפלל געווען און נישט באקומען וכו', מיינט נישט צו זאגן אז תפילה העלפט נישט, חס ושלום אזוי צו זאגן; תפילה איז פון די י"ג עקרים וואס מיר דארפן גלייבן, אזוי ווי מיר זאגן: "אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ לוֹ לְבַדּוֹ רָאוּי לְהִתְפַּלֵּל וְאֵין רָאוּי לְהִתְפַּלֵּל לְזוּלָתוֹ", אז דו האסט געבעטן דעם אייבערשטן און נישט באקומען, זאלסטו טון וואס די הייליגע חז"ל זאגן (ברכות לב:): אָמַר רַבִּי חָמָא בְּרַבִּי חֲנִינָא: "אִם רָאָה אָדָם שֶׁהִתְפַּלֵּל וְלֹא נֶעֱנֶה, יַחְזוֹר וְיִתְפַּלֵּל", א מענטש וואס האט געבעטן דעם אייבערשטן אויף א זאך און ער זעט אז ער האט עס נישט באקומען, זאל ער נאכאמאל בעטן, אזוי ווי עס שטייט (תהלים כז, יד): "קַוֵּה אֶל ה', חֲזַק וְיַאֲמֵץ לִבֶּךָ וְקַוֵּה אֶל ה'".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.