תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק און פאר אלעס.
איך בין א מיידל, און ליידער האב זיך נישט אויפגעפירט ווי עס דארף צו זיין, איך האב געטון זאכן וואס טויגן נישט, וויל איך וויסן אויב דער אייבערשטער האט מיר נאכאלץ ליב.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת בשלח, ח' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן
... תחי'
מען קען זיך נישט פארשטעלן ווי גרויס תשובה איז, אזוי ווייט אז די הייליגע חכמים זאגן (תנא דבי אליהו רבא, פרק כב) דער אייבערשטער זאגט: "אֲפִילוּ הִגְדִּיל אָדָם מֵאָה עֲבֵירוֹת זוּ לְמַעְלָה מִזּוּ - וְעָשָׂה תְּשׁוּבָה, הֲרֵינִי עִמּוֹ בְּרַחֲמִים וָאֲקַבֵּל אֶת תְּשׁוּבָתוֹ", אפילו א מענטש האט געזינדיגט און געטון איבער הונדערט עבירות, אויב טוט ער תשובה האב איך רחמנות אויף אים און איך נעם אן זיין תשובה, "וַאֲפִלּוּ עוֹמֵד אָדָם וּמְחָרֵף כְּלַפֵּי מַעֲלָה, וְיַחֲזֹר וְיַעֲשֶׂה תְּשׁוּבָה, הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מוֹחֵל לוֹ עַל כּוּלָם", און אפילו א מענטש איז אזוי ווייט אוועק געפאלן אז ער רעדט אנטקעגן דעם אייבערשטן רחמנא לצלן, אויב טוט ער תשובה איז אים דער אייבערשטער מוחל און האט אים ליב.
אז איר ווילט תשובה טון זאלט איר דערציילן פארן אייבערשטן אלעס וואס איר האט געטון; אזוי ווי דער רמב"ם זאגט (פרק א מהלכות תשובה, הלכה א): אויב מען האט עובר געווען אויף איינע פון די מצוות פון די תורה, בשוגג אדער במזיד, דארף מען זיך מתוודה זיין צום אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט אין די תורה (במדבר ה, ז): "וְהִתְוַדּוּ אֶת חַטָּאתָם אֲשֶׁר עָשׂוּ"; ווי אזוי איז מען זיך מתוודה? זאגט דער רמב"ם, מען זאל זאגן: "אָנָּא הַשֵּׁם חָטָאתִי עָוִיתִי פָּשַׁעְתִּי לְפָנֶיךָ וְעָשִֹיתִי כָּךְ וָכָךְ, וַהֲרֵי נִחַמְתִּי וּבוֹשְׁתִּי בְּמַעֲשַׂי וּלְעוֹלָם אֵינִי חוֹזֵר לְדָבָר זֶה", איך בעט דיר אייבערשטער, איך האב געזינדיגט פאר דיר, איך האב געטון די און די עבירה און איך האב חרטה אויף וואס איך האב געטון, איך שעם זיך מיט מיינע מעשים וואס איך האב געטון און איך נעם זיך פאר אז איך גיי עס מער קיינמאל נישט טון - דאס איז וידוי, "וְכָל הַמַּרְבֶּה לְהִתְוַדּוֹת וּמַאֲרִיךְ בְּעִנְיָן זֶה - הֲרֵי זֶה מְשֻׁבָּח", און ווער עס פארמערט זיך צו מתוודה זיין פארן אייבערשטן, דער איז געלויבט.
אויב איר וועט תשובה טון, איר וועט זיך מתוודה זיין אויף אייערע זינד, וועט דער אייבערשטער אייך פארגעבן אויף אלעס און אייך ווייטער ליב האבן.