תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
א גרויסן יישר כח פאר די שיינע שיעורים, עס געט מיר כח אנצןגיין יעדן טאג. אויך הער איך אויס די הערליכע שיעורים וואס דער ראש ישיבה לערנט פאר אין נ"ך.
אין איינס פון די שיעורים אין נ"ך, ווען נתן הנביא איז געקומען זאגן פאר דוד המלך אז ער האט געזינדיגט, האט דוד המלך גלייך געזאגט "חטאתי" - איך האב געזינדיגט, ער האט תשובה געטון און געבעטן דער אייבערשטער זאל אים מוחל זיין.
למעשה איז ער אבער שפעטער געשטראפט געווארן אויף דעם, איז מיר אביסל שווער ווייל לויט ווי אזוי איך האב אייביג פארשטאנען פונעם ראש ישיבה אז ווען מען טוט תשובה הייבט זיך אהן א נייער בלאט אין לעבן, מען באקומט נישט קיין עונש.
איך האף און איך גלייב אז ווען איך טו תשובה העלפט עס, אפשר קען מיר דער ראש ישיבה עס בעסער מסביר זיין?
אשר
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת וישב, ט"ז כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד אשר נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דער רמב"ם שרייבט (פרק א מהלכות תשובה, הלכה א): יעדע מצווה אין די תורה, סיי א מצות עשה סיי א מצות לא תעשה, אויב מען האט עובר געווען אויף איינע פון די מצוות, סיי בשוגג סיי במזיד. ווען מען טוט תשובה, דארף מען זיך מתוודה זיין צום אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט אין די תורה (במדבר ה, ז): "וְהִתְוַדּוּ אֶת חַטָּאתָם אֲשֶׁר עָשׂוּ"; ווי אזוי איז מען זיך מתודה? זאגט דער רמב"ם, מען זאל אזוי זאגן: "אָנָּא הַשֵּׁם חָטָאתִי עָוִיתִי פָּשַׁעְתִּי לְפָנֶיך וְעָשִֹיתִי כָּך וָכָך וַהֲרֵי נִחַמְתִּי וּבוֹשְׁתִּי בְּמַעֲשַׂי וּלְעוֹלָם אֵינִי חוֹזֵר לְדָבָר זֶה", איך בעט דיר אייבערשטער, איך האב געזינדיגט פאר דיר, איך האב געטון די און די עבירה, איך האב חרטה אויף וואס איך האב געטון, איך שעם זיך מיט מיינע מעשים וואס איך האב געטון, איך נעם זיך פאר אז איך גיי עס מער קיינמאל נישט טון; דאס איז וידוי, און דער רמב"ם פירט אויס: "וְכָל הַמַּרְבֶּה לְהִתְוַדּוֹת וּמַאֲרִיך בְּעִנְיָן זֶה - הֲרֵי זֶה מְשֻׁבָּח", ווער עס פארמערט זיך מתודה צו זיין פארן אייבערשטן, דער איז געלויבט.
וויסן זאלסטו אז ווען א מענטש טוט תשובה איז אים דער אייבערשטער מוחל אויף וואס ער האט געטון, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תורת כהנים, בחוקותי): דער אייבערשטער זאגט: "מִיַּד שֶּׁהֵם מִתְוַדִּים עַל עֲוֹנוֹתֵיהֶם, מִיַּד אֲנִי חוֹזֵר וּמְרַחֵם עֲלֵיהֶם", ווען א מענטש איז זיך מתודה אויף זיינע עבירות בין איך אים גלייך מוחל, און איך פיר זיך מיט אים מיט רחמנות; ווען א מענטש טוט תשובה מעקט דער אייבערשטער אויס זיינע זינד. דער פראבלעם איז, אז דער מענטש גלייבט נאר אינעם זינד, אבער ווען עס קומט צו תשובה גלייבט ער נישט אז ער קען אויך תשובה טון, אבער באמת דארף יעדער איד גלייבן אז ער קען אויף אלעס תשובה טון, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין, שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט טון שלעכטס, גלייב אויך אז דו קענסט פארעכטן; מען דארף גלייבן אין דעם, מען דארף וויסן אז דער אייבערשטער נעמט אן אונזער תשובה, און ער ווארט אז דער מענטש זאל זיך צוריקקערן צו אים.
דאס וואס דו פרעגסט פארוואס דוד המלך איז באשטראפט געווארן, ער האט דאך תשובה געטון; קודם דארפסטו וויסן וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת נו.): "כָּל הָאוֹמֵר דָּוִד חָטָא, אֵינוֹ אֶלָּא טוֹעֶה", ווער עס זאגט אז דוד המלך האט געזינדיגט איז זיך טועה; ווייל אלע סאלדאטן אין די צייטן פון דוד המלך, פלעגן געבן א גט פאר זייער ווייב איידער זיי זענען ארויס געגאנגען אין מלחמה (עיין שם בתוספות, דבור המתחיל גט, ונראה לרבינו תם) כדי זייערע ווייבער זאלן נישט זיין קיין עגונות. נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (סנהדרין קז.): "רְאוּיָה הָיְתָה בַּת שֶׁבַע לְדָוִד מִשֵּׁשֶׁת יְמֵי בְּרֵאשִׁית", בת שבע איז געווען אנגעגרייט פאר דוד המלך נאך פון ששת ימי בראשית, "אֶלָּא שֶׁאָכְלָה פַּגָה", ער האט דאס גענומען פאר די צייט. נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (עבודה זרה ד:): רבי שמעון בן יוחאי זאגט: "דוד המלך האט געוויזן פאר אונז א וועג, אז אויב מיר פאלן אראפ, זאלן מיר תשובה טון".
ווען מען לערנט נביאים וכתובים דארף מען זייער אכטונג געבן דאס צו לערנען מיט רש"י, וואס ער ברענגט אראפ דעם פשט ווי אזוי די הייליגע חכמים האבן דאס געלערנט. מען טאר נישט לערנען נ"ך אן פירוש רש"י, ווייל מען קען זיך זייער טועה זיין און נאכדעם קומען צו פארדרייען די תורה. מיר ווייסן נאר ווי אזוי חז"ל לערנען דאס אפ, חס ושלום מיר זאלן דאס לערנען ווי די מינים און אפקורסים לערנען דאס; אויף דעם זאגן חכמינו זכרונם לברכה (ברכות כח:): "מִנְעוּ בְּנֵיכֶם מִן הַהִגָּיוֹן", מען זאל אכטונג געבן אויף קינדער זיי זאלן נישט לערנען צו סאך מקרא, ווייל אז מען לערנט מקרא אן משנה און גמרא קען מען זייער פארקריכן, דערפאר זאגט ער גלייך: "וְהוֹשִׁיבוּם בֵּין בִּרְכֵּי תַּלְמִידֵי חֲכָמִים", זע צו לערנען מיט די קינדער משנה און גמרא, ווייל דארט קען מען נישט פארקריכן.
דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עג) אז תהילים איז מסוגל צו תשובה; וואויל איז א מענטש וואס געוואוינט זיך צו צו זאגן יעדן טאג דעם יום תהילים, ער וועט זוכה זיין צו פארעכטן אלעס וואס מען דארף פארעכטן, און ער וועט אראפ נאמען פון זיך אלע עונשים קשים ומרים.
דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.